איינזייטיגקייט אין היימישע צייטונגן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:25 am

שכל'דיג האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אבי צו באשמוצן א צייטונג, זייערע אנאליזן זענען טאקע אנטי טראמפ, אזויווי דער בלאט איז פרא טראמפ, אבער זייערע נייעס זענען זייער נארמאל און באטעמט טאקע אן ספינס ווי פון פאקס אייוועלט וכדומה אבער טרוקענע נייעס. גראדע קענען אלע פרא טראמפערס ליינען פון דא און דארט דער שרייבער איז פון אייערע היימישע.


די גאנצע תגובה איז צו קענען שרייבן "זייערע מיט אייערע"[/quote
:lol: ]
דערפאר שרייב איך נישט אין קיין איין אויסגאבע. ווייס איך טאקע נישט פארוואס איך האב אזוי געשריבן....
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:39 am

יש ברירה האט געשריבן:@מטעמים, איך ליין נישט דער איד (און אויך נישט דער בלאט)

אבער אויב קענסטו אפשר אהער שטעלן א בילד פון וועלכע ארטיקל די רעדסט. כאטש א משל צוויי, אז מיר זאלן פארשטיין על מה יצא הקצף

אין כאן קצף בכלל

איינער איז דא ארויסגעקומען אין פאבליק שרייבען אז ער איז דער שרייבער און א סך היימישע צייטונגען, האב איך מיר דערמאנט איז איך האב שוין לאנג געוואלט כאפען א שמועס מיט דער שרייבער פון דער איד און אים בעטן ער זאל זיך אביסעל צו פלייסען מיט זיין האומווארק.

עס האט בכלל נישט צו טוהן מיט פרא אדער אנטי טראמפ, עס איז קוואליטעט וואס שטערט מיר (מאכט מיר נערוועז)

דער איד דעילי איז יא א געלונגענע זאך - בדרך כלל - איז ער שארט ענד טו די פוינט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:41 am

Goodmorning האט געשריבן:אבי צו באשמוצן א צייטונג, זייערע אנאליזן זענען טאקע אנטי טראמפ, אזויווי דער בלאט איז פרא טראמפ, אבער זייערע נייעס זענען זייער נארמאל און באטעמט טאקע אן ספינס ווי פון פאקס אייוועלט וכדומה אבער טרוקענע נייעס. גראדע קענען אלע פרא טראמפערס ליינען פון דא און דארט דער שרייבער איז פון אייערע היימישע.

מיר זענען אין א שטארקע דיסעגרימענט אויף דעם.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:46 am

לכתחילה אריבער - איינע פון די מערסט פעיווערט שרייבערס אויף דעם וועלטעל - האט געשריבען א נקודה אין די קרויס-אריבער דעבאטע אז ווילאנג קרויס קומט ארויס אין פאבליק קען איך (לכתחילה אריבער) אויך ארויסקומען אין פאבליק.

פאר די וואס האבען א פראבלעם מיטען קריטיקירען א צייטונג, איך נעם לכתחילה׳ס היתר דערויף.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:54 am

איך מיין אז עס אביסל אנדערש ווען איינער קומט ארויס ווי קרויס צו מאכן קאנטראווערשעל סטעיטמענטס און אראפרייסן א צייטונג אויף זייער סטייל, ווי איידער איין ארטיקל וואס איר האלט נישט פון דעם וואס וואלט געווען א בעסערע פארגלייך.

איך וואלט דאנקבאר געווען ווען איר קענט געבן איין ביישפיל אין די וואך'ס נייעס?
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:55 am

זייט איך ליין די איד דעילי בליק איך נאר דורך די נייעס, עס איז שוין אלטע מעשיות.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:29 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:זיי האבן ערשט קלאסיגע שרייבערס!! נאר מיט פאררוקטע אגענדעס וואס זיי רוקן אריין אין יעדע נייעסל.

נישט ממש. די שרייבסט לכאורה בעסער ווי זייער הויפט נייעס שרייבער

נו, אפשר ערלעדיגסטו מיר א זשאב דארט? :lol:
אויש, איך בין פרא טראמפ אסאך מאל...
די האסט שוין נישט קיין פעטענשל
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:32 am

שכל'דיג האט געשריבן:עס וואלט פאסיג געווען צו ארויסברענגן לשבח פון קול מבשר פארן צושטעלן פאר יעדן לויט זיין געברויך...
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:41 am

יש ברירה האט געשריבן:@מטעמים, איך ליין נישט דער איד (און אויך נישט דער בלאט)

אבער אויב קענסטו אפשר אהער שטעלן א בילד פון וועלכע ארטיקל די רעדסט. כאטש א משל צוויי, אז מיר זאלן פארשטיין על מה יצא הקצף

רט, איך ווארט מיט שפאנונג
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:15 am

Goodmorning האט געשריבן:אבי צו באשמוצן א צייטונג, זייערע אנאליזן זענען טאקע אנטי טראמפ, אזויווי דער בלאט איז פרא טראמפ, אבער זייערע נייעס זענען זייער נארמאל און באטעמט טאקע אן ספינס ווי פון פאקס אייוועלט וכדומה אבער טרוקענע נייעס. גראדע קענען אלע פרא טראמפערס ליינען פון דא און דארט דער שרייבער איז פון אייערע היימישע.

האסט שוין אמאל געליינט "די צייטונג" און דערנאך "דער יוד"?
איך האב אלע 3 היימישע אויסגאבעס כמעט יעדע וואך, דער איינציגסטער צייטונג וואס מען קען זעהן אז ער פארשטייט און האט ארויס דו נייעס פארן קלאפן קרעקטערס איז "די צייטונג" יעדע נייעס איז געברענגט קלאר און מיט דעטאלן און פארשטייט זיך דערנאך קומט די דעמאקראטישע/אנטי טראמפ אנאליזן, ווייטער ביי אנדערע נייעסן וואס האבן נישט מיט טראמפ איז ממש א געשמאַק צו ליינען, קלאר מיט אלע פיטשעווקעס
משא"כ דער יוד איז ממש חדר יונגל קאפי פעיסט געשריבן גראד ארויס פון פון עפעס איין גואישע צייטונג אָן מאכן דו מינדעסטע ריסוירטש צו ער לאזט אויס דעטאלן און ברענגט ברענגט אראפ אפיניען ארטיקלען אין די נייעס אנשטאט אראפברענגן די נייעס זעלבסט, די סטאנדארט איז דראסטיש געפאלן אין די לעצטע יאר צוויי אז ס'קוקט אויס ווי זייט טראמפ איז געווארן פרעזידענט האט דער שרייבער פארלוירן אינטערעסע אין פשוטע נייעס (איך בלעים אים בכלל נישט... אבער זאל ער נעמען א צווייטער וועם עס אינטערסירט יא...)
דער בלאט שרייבער גלייך איך יא אביסל, איך שפיר אז ער פארשטייט וואס ער שרייבט אבער כמה פעמים האט ער אביסעלע צופיל מיטגעפיל מיט דעם פרעזידענט... אביסל פאקס ניוז סטייל, אבער די אנדערע נייעסן דעקט ער גאנץ כמעשה'דיג

#אפיניען פון א איינצעלע ניק וואס איז אביסל פרא טראמפ געשטימט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:37 am

משה כספי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אבי צו באשמוצן א צייטונג, זייערע אנאליזן זענען טאקע אנטי טראמפ, אזויווי דער בלאט איז פרא טראמפ, אבער זייערע נייעס זענען זייער נארמאל און באטעמט טאקע אן ספינס ווי פון פאקס אייוועלט וכדומה אבער טרוקענע נייעס. גראדע קענען אלע פרא טראמפערס ליינען פון דא און דארט דער שרייבער איז פון אייערע היימישע.

האסט שוין אמאל געליינט "די צייטונג" און דערנאך "דער יוד"?
איך האב אלע 3 היימישע אויסגאבעס כמעט יעדע וואך, דער איינציגסטער צייטונג וואס מען קען זעהן אז ער פארשטייט און האט ארויס דו נייעס פארן קלאפן קרעקטערס איז "די צייטונג" יעדע נייעס איז געברענגט קלאר און מיט דעטאלן און פארשטייט זיך דערנאך קומט די דעמאקראטישע/אנטי טראמפ אנאליזן, ווייטער ביי אנדערע נייעסן וואס האבן נישט מיט טראמפ איז ממש א געשמאַק צו ליינען, קלאר מיט אלע פיטשעווקעס
משא"כ דער יוד איז ממש חדר יונגל קאפי פעיסט געשריבן גראד ארויס פון פון עפעס איין גואישע צייטונג אָן מאכן דו מינדעסטע ריסוירטש צו ער לאזט אויס דעטאלן און ברענגט ברענגט אראפ אפיניען ארטיקלען אין די נייעס אנשטאט אראפברענגן די נייעס זעלבסט, די סטאנדארט איז דראסטיש געפאלן אין די לעצטע יאר צוויי אז ס'קוקט אויס ווי זייט טראמפ איז געווארן פרעזידענט האט דער שרייבער פארלוירן אינטערעסע אין פשוטע נייעס (איך בלעים אים בכלל נישט... אבער זאל ער נעמען א צווייטער וועם עס אינטערסירט יא...)
דער בלאט שרייבער גלייך איך יא אביסל, איך שפיר אז ער פארשטייט וואס ער שרייבט אבער כמה פעמים האט ער אביסעלע צופיל מיטגעפיל מיט דעם פרעזידענט... אביסל פאקס ניוז סטייל, אבער די אנדערע נייעסן דעקט ער גאנץ כמעשה'דיג

#אפיניען פון א איינצעלע ניק וואס איז אביסל פרא טראמפ געשטימט

איך קען נישט ליינען די בלאט ווייל זיי זענען אזוי פרא טראמפ געספינט און בכלל פיל איך ווי די שרייבער מיינט אז איך בין צען יאר ווען איך ליין עס. איך פלעג אויך קויפן אלע דריי און קויף נאך אלץ צומאל, און די צייטונג איז טאקע בכלל אויף אן אינטיליגענטע שטאפל, אבער די איד איז בכלל נישט אזוי געפערליך ווי איר מאכט עס. קען זיין אז ווען מען זעט אסאך אויפריכטיגע אנטי טראמפ נייעס שטעכט עס. איך האב הנאה פון די איד מער פון די תורה, ביזנעס און אנדערע אפטיילונגען ווייל די נייעס איז שוין נישט אזוי אינטערעסאנט סוף וואך אין די היינטיגע עפאכע.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3029
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 4:49 pm

כאפצעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:@מטעמים, איך ליין נישט דער איד (און אויך נישט דער בלאט)

אבער אויב קענסטו אפשר אהער שטעלן א בילד פון וועלכע ארטיקל די רעדסט. כאטש א משל צוויי, אז מיר זאלן פארשטיין על מה יצא הקצף

רט, איך ווארט מיט שפאנונג

און איך ליין יא דער בלאט, און כ׳האלט די זעלבע.. רוב פאליטישע העדליינס בכלל קוק איך נישט אהן.. העדליינס וואס איז ממש ווי פשוט אראפגעטרענסעלעיט פון פון סננ איז מיר נישט אינטערסאנט. די זעלבע איז מיט די ארטיקלען. כ׳סעיוו נישט קיין צייטונגען, סאו קען איך דיר נישט אנצייגן פון וועלכער ארטיקל כ׳רעד ספעסיפיק. אבער און דזשענעראל איזעס אזוי.

פאר געוויסע איזעס בכלל נישט ראָנג. ווייל למשל אזא איינער ווי אייך @כאפצעם וואס איז שטעלט איין פאקטן בעיסד אויף וואס סננ פארקויפט, איז אזאנע העדליינס די נייעס ״עז איז״.. און באמת איז עס נאטינג ראָנג, נאר פאר די וואס גלייבן נישט פעיק נאוז, אדער למשל פאר די וואס זענען גורס די FBI/DOJ קאנספעראציעס פונקט אווי איר זענט גורס ראשע קאלאזשען, פארנעמען נישט אזאנע איינזייטיגקייטן.

זאל עס ווען זיין נייטראל, און פונקט אזוי דעקן די צווייטע זייט מטבע וואלט עס געווען בעסער. (כ׳רעד בכלל נישט פון העצערישע ארטיקלען אויפן פרעזידענט.. דאס איז שוין א העכערע לעוועל. מיט וואס קיין איין אויסגאבע קען זיך נישט פארמעסטן מיט ״דער צייטונג״.)

א דוגמא פון אמת׳דיג איינזייטיגע ארטיקלען?.. JP!. פארגעט אבאוט ווער ס׳שטייט אונטער JP. אויב נעמסטע למשל נאכן טראמפ פוטין סאמיט האבן זיי געהאט דעם באריכט. דאס איז א סעמפל פון א נייטראלער ארטיקל. חוץ אויב ס׳שמעקטעך נישט די פאקט אז איינער איז נייטראל און ריפארט נישט אויף די וועג וואס די ווילסט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

Naftule
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:50 pm

איך האב אויפגעהערט קויפן דעם איד. טו דאס זעלבע אויב גלייכסטו נישט זייער ארבעט.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג אוגוסט 12, 2018 8:29 pm

איז די היימישע מידיע בייעסד לגבי פאליטיק? אנקעטע/אפהאנדלונג
viewtopic.php?t=30668

לוגענפרעס, פעיק ניוז און אנטי טראמפ בייעס אין " דער איד".
viewtopic.php?t=34610

איז טאקע דא מידיע בייעס?
viewtopic.php?t=31638

״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)
viewtopic.php?t=32771

אנקעטע: טראמפ/מידיע הודאה על האמת
viewtopic.php?t=37045

קול מבשר אנאליזן - אביעקטיוו אדער בייעס?
viewtopic.php?f=91&t=37028

פעיק נוז מידיע עווארד אווענט - מאנטאג/מיטוואך וארא... מיטוואך בא תש18
viewtopic.php?f=6&t=35886

BREAKING!! די מידיא האט זיך אויסגעדרייט די רוקענס צו קלינטאן און בעקן טראמפ
viewtopic.php?t=31102

איז די סאושעל מידיא/GOOGLE שוין אויך אינפילטרירט פון דעמאקראטן?
viewtopic.php?f=3&t=30974

פרעזידענט טראמפ'ס מלחמה מיט די מידיא (און מיט פאקטן)
viewtopic.php?t=32531

איינזייטיגקייט אין היימישע צייטונגן
viewtopic.php?f=91&t=37696

אנקעטע: פרייע פרעסע vs ענעמי אוו די פיפל
viewtopic.php?f=3&t=37660

אלעקס דזשאונס פארבאטן אויף רוב סאציאלער מידיע
viewtopic.php?f=6&t=37658

א געשיכטע אין פאראכטונג: טראמפ, פוטין, די לינקע און די אמעריקאנע מידיע
viewtopic.php?f=3&t=37498

ברעיקינג: דעלטע פליגער געקראכט, בלויז 37 געראטעוועט
viewtopic.php?f=21&t=36879

פרייע פרעסע אין די היינטיגע עפאכע - לכתחילה אריבער
viewtopic.php?f=3&t=34355

אלטערנאטיווע "פאקטן" טראמפ-מידיא
viewtopic.php?f=6&t=32536

די איינזייטיגקייט פון די מידיע
viewtopic.php?f=6&t=18136

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » זונטאג אוגוסט 12, 2018 8:33 pm

שוין, נאך א מזל איך קויף שוין נישט דער איד איבער גאנצע ניינצן יאר ב"ה!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

קניילעם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 16, 2018 11:00 am

תגובהדורך קניילעם » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:26 pm

למעשה איך ווייס נישט פארוואס מען כאפט נישט אז למעשה טראמפ איז גארנישט אזוי משיגע אין א גלונגענע פריזידענט נעבעך דאס שטעכט די אנטי טראמפ
יש מאמר השיירה עוברת וכלב נובח נישט דא קיין
אנדערע סיבה סתם א בושה אז היימישע גלות אידען זענען אזוי אריינגעטין אין פוליטיק ביז ארינטערצירייסען א פריזידענט
וואס איז גיט צי אינז, אין מצליח אין דער מדינה א

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:34 pm

קניילעם האט געשריבן:למעשה איך ווייס נישט פארוואס מען כאפט נישט אז למעשה טראמפ איז גארנישט אזוי משיגע אין א גלונגענע פריזידענט נעבעך דאס שטעכט די אנטי טראמפ
יש מאמר השיירה עוברת וכלב נובח נישט דא קיין
אנדערע סיבה סתם א בושה אז היימישע גלות אידען זענען אזוי אריינגעטין אין פוליטיק ביז ארינטערצירייסען א פריזידענט
וואס איז גיט צי אינז, אין מצליח אין דער מדינה א

גרויסע צדיק געווארן, גלות אידן, וואס איז געווען ווען אבאמא איז געווען פרעזידענט, זעמיר נישט געווען גלות אידן?? מאך דאס גענאר פון א צווייטן.

דאס איז פאני, אז צוליב דעם רויטן בהמה זאלן אידן ריפן פאר א בויקאט אויף ''דער איד'', ענדערש טראמפ וואו דער איד, איי זיי האבן דאך פיינע נייעס מיט נאך פילע זאכן, אבער אז די אנאליז איז אנטי טראמפ דארף מען שוין זיך אנעמען פארן צדיק און בויקאטירן ''דער איד'',

גלות איד, וואס נאך

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:38 pm

Naftule האט געשריבן:איך האב אויפגעהערט קויפן דעם איד. טו דאס זעלבע אויב גלייכסטו נישט זייער ארבעט.

אלעס פארן רויטן, זאלן אידן פארלירן פרנסה אלץ פאר דער וואס האט דיר נאך גארנישט געגעבן אין לעבן, א פאלנער גוי, איך האלט באמת אז דו האסט מיר מער פיינט ווי טראמפ כאטש ער איז א גוי און איך בין אי איד, דאס איז ליידער די היינטיגע מצב

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:46 pm

האט גארנישט מיט די רויטע בהמה (נעבעך איך ווייס נישט צו דו ווייסט אבער עס איז נאריש און קינדעריש) עס האט מיט דעם אז זיי שרייבען נישט נארמאל די נייעס
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:47 pm

אמביציע האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:איך האב אויפגעהערט קויפן דעם איד. טו דאס זעלבע אויב גלייכסטו נישט זייער ארבעט.

אלעס פארן רויטן, זאלן אידן פארלירן פרנסה אלץ פאר דער וואס האט דיר נאך גארנישט געגעבן אין לעבן, א פאלנער גוי, איך האלט באמת אז דו האסט מיר מער פיינט ווי טראמפ כאטש ער איז א גוי און איך בין אי איד, דאס איז ליידער די היינטיגע מצב

זאג וואספארא טונא קויפסטו אין גראסערי וואס די האסט ליב אדער איינס פון יעדע קאמפעני??

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:52 pm

תורה לערנער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:איך האב אויפגעהערט קויפן דעם איד. טו דאס זעלבע אויב גלייכסטו נישט זייער ארבעט.

אלעס פארן רויטן, זאלן אידן פארלירן פרנסה אלץ פאר דער וואס האט דיר נאך גארנישט געגעבן אין לעבן, א פאלנער גוי, איך האלט באמת אז דו האסט מיר מער פיינט ווי טראמפ כאטש ער איז א גוי און איך בין אי איד, דאס איז ליידער די היינטיגע מצב

זאג וואספארא טונא קויפסטו אין גראסערי וואס די האסט ליב אדער איינס פון יעדע קאמפעני??

גיי קויף דיר געזינטערהייט א צווייטער, אבער פארוואס ריפן א בויקאט אויף דער איד?.

קניילעם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 16, 2018 11:00 am

תגובהדורך קניילעם » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:53 pm

אמביציע האט געשריבן:
קניילעם האט געשריבן:למעשה איך ווייס נישט פארוואס מען כאפט נישט אז למעשה טראמפ איז גארנישט אזוי משיגע אין א גלונגענע פריזידענט נעבעך דאס שטעכט די אנטי טראמפ
יש מאמר השיירה עוברת וכלב נובח נישט דא קיין
אנדערע סיבה סתם א בושה אז היימישע גלות אידען זענען אזוי אריינגעטין אין פוליטיק ביז ארינטערצירייסען א פריזידענט
וואס איז גיט צי אינז, אין מצליח אין דער מדינה א

גרויסע צדיק געווארן, גלות אידן, וואס איז געווען ווען אבאמא איז געווען פרעזידענט, זעמיר נישט געווען גלות אידן?? מאך דאס גענאר פון א צווייטן.

דאס איז פאני, אז צוליב דעם רויטן בהמה זאלן אידן ריפן פאר א בויקאט אויף ''דער איד'', ענדערש טראמפ וואו דער איד, איי זיי האבן דאך פיינע נייעס מיט נאך פילע זאכן, אבער אז די אנאליז איז אנטי טראמפ דארף מען שוין זיך אנעמען פארן צדיק און בויקאטירן ''דער איד'',

גלות איד, וואס נאך


אנטשולדיגט מיר איך רעד פין 1 זאך אין די פין א 2זאך
אמת סיי ביי אובמה אין סיי דא זעמיר גלות אידען
איך האב נישט געזאגט קיין ווארט וועגען בויקאט איך האב גערעדט סך הכל פין א נושא אז אידען דארפען נישט ארינטערצירייסען קיין שום פריזידענט וכ״ש איינער וואס איז גיט אידען אין פירט גיט דער מדינה
גראדער קויף איך דער איד אבער אין דער נושא האלט איך וואס איך האב געשריבען

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:07 pm

אמביציע האט געשריבן:
תורה לערנער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:איך האב אויפגעהערט קויפן דעם איד. טו דאס זעלבע אויב גלייכסטו נישט זייער ארבעט.

אלעס פארן רויטן, זאלן אידן פארלירן פרנסה אלץ פאר דער וואס האט דיר נאך גארנישט געגעבן אין לעבן, א פאלנער גוי, איך האלט באמת אז דו האסט מיר מער פיינט ווי טראמפ כאטש ער איז א גוי און איך בין אי איד, דאס איז ליידער די היינטיגע מצב

זאג וואספארא טונא קויפסטו אין גראסערי וואס די האסט ליב אדער איינס פון יעדע קאמפעני??

גיי קויף דיר געזינטערהייט א צווייטער, אבער פארוואס ריפן א בויקאט אויף דער איד?.

איך זעה נישט ער זאל ריפן פאר א בויקאט... ליין איבער..

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:14 pm

תורה לערנער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
תורה לערנער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:איך האב אויפגעהערט קויפן דעם איד. טו דאס זעלבע אויב גלייכסטו נישט זייער ארבעט.

אלעס פארן רויטן, זאלן אידן פארלירן פרנסה אלץ פאר דער וואס האט דיר נאך גארנישט געגעבן אין לעבן, א פאלנער גוי, איך האלט באמת אז דו האסט מיר מער פיינט ווי טראמפ כאטש ער איז א גוי און איך בין אי איד, דאס איז ליידער די היינטיגע מצב

זאג וואספארא טונא קויפסטו אין גראסערי וואס די האסט ליב אדער איינס פון יעדע קאמפעני??

גיי קויף דיר געזינטערהייט א צווייטער, אבער פארוואס ריפן א בויקאט אויף דער איד?.

איך זעה נישט ער זאל ריפן פאר א בויקאט... ליין איבער..

איך האב נישט געמיינט עם, איך האב ראגירט צו די אטמאספערע דא, ליין עטליכע תגובות צוריק ווי מ'שרייט אז מ'זאל אויפהערן צו קויפן דער איד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:18 pm

עז איף די חברה דא דארפן צוקומען צו די איד פאר נייעס. נייעס רעדן ענק שוין א גאנצע וואך, דער איד קויף איך פאר די אנדערע חלקים און אביסל מער דעטאלן פון די נייעס.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ליינער און 12 געסט