איינזייטיגקייט אין היימישע צייטונגן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:54 pm

דעפרעסט האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:עס איז היינט נישט דא קיין חילוק צווישען שרייבער, אנאליזער, ליינער און צוהערער צו נייעס אלע קענען די זעלבע נייעס און אלע פארשטייען די זעלבע די נייעס.

יעדער ברענגט אמאל ארויס גוטע פוינטס און יעדער האט זייער מיינונג געסעט אויף יעדע נייעס נאך פאר די נייעס האט שוין פאסירט.

נישט פארהאן קיין גרעסערע ארעגאנץ ווי דאס. גארנישט פערזענליך קעגן דיר. איינער וואס ספעציאלעזירט זיך אין א אינדוסטריע (ווי נייעס) פארשטייט נישט מער ווי איינער וואס סקענט אראפ א טוויטער העדליין פיד?!

וויפיהל קען א היימישער איד פארשטיין איבער קעפיטעל פאנישמענט - למשל? אויף וועלכע זייט זענט איר אדער א באקאנטע אמאל געווען? האט איר אמאל געהאט איינעם אויך די טויט רייע? וואוינט איר אין א הויכע ווילדע קריים געגנט? (מ'רעדט נישט פון גניבות א.ד.ג.)
האט איר א פריינט וואס האט פארלוירן א קינד צו גענג שיסעריי? אדער וואס האט גאר א זוהן וואס איז אין א גענג?

קענט איר א דראג-עדיקט?

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער פיסקעל פאליטיקס? אז דער גוי דארף געבן פאר'ן איד געלד, כי בשבילי נברא העולם אדער ווייל זיי נעמען גענוג...

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער סאשעל פאליטיקס? אויף די הגדרה אז די אמעריקאנער רעגירונג דארף האבן א מאראלישע סטאנדארן וואס זאל שטימען מיט אונזער תורה"ק?

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער אויסערן פאליטיק? אויף אייער אייגענע פרא אדער אנטי איזראעל שיטה, און דאס איבריגע וועלט איז אומרעלעוואנט און א שאג יעדעס פעני אדער סאלדאט וואס ווערט אהינגעשיקט. ריכטיג?

אויף וואס איז געבויעט אייער צופרידענהייט איבער טראמפ? ווייל ער האט באפרייט רובאשקין און פירט א אנטי-פאלעסטינער אגענדע?

אלעס איז פיין און וואויל, אבער די זאכען זענען נישט קיין לעגיטימע פאליטיק, נאר שיטות געבויט אויף זייטיג (כלפי די טעמע) פילינגס און שיטות. מ'קען אוודאי נישט פירן א לאנד פול מיט אנדערע בירגער געבויעט אויף אזעלכע שיטות.

אויף וואס איז געבויעט אייער אינפארמאציע? איר לאכט פון די מידיא, ווייל זיי זענען פעיק ניוז... וויאזוי זענט איר דאס געוואר געווארן? טראמפ, אלעקס דזשאונס, שאן העניטי, ראש ליבאו האבן אייך געזאגט? ווער איז אין א פאזיציע צו אנפלעקן די פאלשקייט פון די מידיא? ווער גייט אראפ צו די סצענע פון יעדע קריג, אינצידענט און באריכטעט קראנטערע אינפארמאציע? וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע? מיא'ן רופן דעם אמת ליגנט און דאס ליגנט אמת, האט איר זיך איינס בעוול'ט, אבער קיינעם פאר'נער'ט...

נאכאמאל, אין מיין נישט דיר ספעציפיש, נאר די מענטאליטעט פון יעדער וואס האט א גאנצע מיינונג און פארשטאנד איבער עקאנאמיע (און קען נישט באלאנסירן די אייגענע טשעק בוך), איבער העלט קעיר (אבער איז קעגן די פלו-שאט און האט נאכנישט באצאלט א דאקטאר פון טאש אין לעבן), איז פרא רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן (אבער האט נישט די מינדעסטע פארשטאנד וואס די ברייטערע ספעקטרום ערהאלט), אויסערן פאליטיק (אבער ווייסט נישט אין וועלכע קאנטינענט געפונט זיך אפילו צען לענדער, אדער וואספארא רעגירונג זיי פארמאגן), האנדל פאליסי (אבער איז שטרענג באזירט אויף עמעזאן קויף און פארקויף עקספיריענס), ראסע דעוויזיע (אבער די איינציגסטע ריכטיגע אנטיסעמיט אדער ראסיסט וואס איר אמאל באגעגנט, איז א פאליציאנט וואס האט אייך געשטריבן א טיקעט, אדער עמיוזמענט פארק וואס האט אויף נישט געלאזט אויפשטעלן א סוכה פאר ראשו ורובו ושולחנו), אימיגראציע (וויל מיר זענען שוין דא...), א.א.וו.


אוי איז דאס א גוטע דעסקריבציע. אן אריינגיין איבער די מידיא איז עס געוואלדיג גוט אראפ געמאלן דעם טיפישן היימישן קאנסערוואטיוון יונגערמאן וואס פירט אן די וועלט מיט זיינע וויסנשאפטן.



נאר צו זיין קלאר, דאס זענען די קאנסערוועטיוון, משא"כ די ליבעראלע אינגעלייט, זיי זענען גע'בויעט אויף פעסט יסודות, פארשטאנד!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:59 pm

מונאוויטש האט געשריבן:רבי שלום טייערער, פילע פון אונזערע אינגעלייט פארשטייען בעסער צו עקאנאמיקס/פאליטיק והמסתעף ווי רוב פון אונזערע הויכגעשעצטע, לינקע, אנגעפרעסענע, דזשורנאליסטן. קאן זיין אז מיר זענען נישט אזויאויסגעקאכט אין די דעטאלן פון מעקראו vs. מייקראו עקאנאמיקס, אבער קאמאן סענס און וויסדאם -- אפילו אויף וועלטליכע ענינים -- ליגט ביי אונז אידישע קעפ, נישט ביים עם הדומה.

איר שטעלט אראפ א יסוד אז דער היימישער אינגערמאן איז בייעסד און שמאלקעפיג ווייל טייל פון אונז (נישט איך) הערן לימבאו/הענעטי/לעווין. איך וואלט גערן אויסגעהערט פארשטענדליכע, באזעסענע, אנבייעסד פראגרעסיוו קאמענטערי; איר קענט מיר אפשר געבן אן אדרעס? פארוואס איז דאס טאקע אז די לינקע האבן נישט מצליח געווען אין אפיניען ראדיא?!

די סיבה אז רוב מידיע לייט זענען לינק איז נישט ווייל זיי זענען מער אינפארמירט ווי איך און דו (טייל פון זיי רעדן/שרייבן אזויפיל שטותים אז מ'קאן חלש'ן!), נאר ווייל ליבעראליזם איז וואס האט מען זיי אויסגעלערנט אין שולע, און מיט דעם זענען זיי געבליבן! זיי זענען קיינמאל נישט אריין אין די נארמאלע וועלט וואו מען מוז קאווערן א פעיראל, און וואו רעגולאציעס און שטייערן ברעכן דעם רוקן! והיינו טעמא דפראפעסארס.


דאס איז חוץ א מעשה אז טאקע די פאר היימישע ליבעראלע סאו קאלד "דזשורנאליסטן" האבן אראפגעשטעלט די סטענדערט אז יעדער וואס קויפט נישט זייער לאקשן איזעס פשוט ווייל ער הערט הענעטי, לימבאו וכד'... זיי רעדן נישט פון די פאקט אז די חברה, צו סיז קארלסאן צו הענעטי, און אמאל געווען אריילי, בלאזן אוועק יעדע נאכט זייער ליבעראלע קעגנער ווי קאומאו וכד'... פאקס נוז בלאז אוועק יעדן חודש CNN...

און ניין! איך הער נישט קיין איינע פון זיי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:12 am

מטעמים האט געשריבן:שלמה, איר פרעגט א סך קשיות, די תירוץ איז פשוט!

איר פרעגט די קשיות אויף א וועג אז איר זאלט פראטעקטען די היימישע שרייבער אינדאסטרי וואס איז גאר שוואך אין קוואליטעט און ניין די יודען קענען אויך נישט מער איבער קעפיטעל פאנישמענט און אלע אנדערע פענסי ווערטער וואס איר שרייבט, זייער נייעס וואס זיי שרייבען קומט נישט מחמת רוב ידיעתם.

און די זעלבע איז געזאגט געווארען אויף די גאנצע מידיע וואס א רעפארטער אויף טעלעוויזשען נעמט מען אויף איינער מיט א שיינע צורה און א גוטע פיסק, אויף רעדיא דארף מען א שיינע שטימע מיט א גלאט צינגעל און אויף נייעס נעמט מען א גוטע שרייבער.

עס איז לאו דוקא אז די אלע האבען גרויסע ידיעות אין די אישוס, ווייל ווען עס פעהלט זיך אויס ידיעות נעמען זיי אלע ארויף אויף זייער שאו, ליניע אדער אפ-עד א ידען וואס קען זיך אויס אין יעדע פון די נושאים וואס דו רעכנסט אויס.

עס איז נישט אראגאנץ עס איז די פאקט, וואס שרייבערס און נייעס מעלדערס קענען היינט צוטאגס קען יעדע צווייטע חדר יונגעל צו עס איז צוליב ווייל היינט דארף מען נישט זיין אויף די פלאץ פון די נייעס צו קענען מעלדען דערוועגן צו עס איז פאר אנדערע סיבות.

יעצט קען מער מאכען א אנקעטע.



זייער גוט געזאגט! מ'דארף צוטיילן די צוויי! קודם דער היימישער צייטונג שרייבער (נישט אלע, אבער רוב) האט זערא ידיעות! ער קאפיט נאך ענגליש צייטונגען, און אסאך מאל שרייבטער עס נישטאמאל גוט נאך! איך וואלט נאך געלייגט אונזער לכתחילה אריבער און נאך אנדערע אויף א פארמעסט מיט רוב היימישע "דזשורנאליסטן", איך אליין האמעך פארהערט מיט א באקאנטע פיגור וואס קאמענטירט אלס דזשורנאליסט! דער ווייסט ווייניגער ווי דער עוורידזש שרייבער דא אויפן וועלטל!

בנוגע די גויאישע וועלט, סיז היינט אן אפענע וועלט, היינט ווייסט מען וואס יעדן'ס אגענדעס זענען, (איינעם'ס ווייב ארבייט פאר פלענט פערענטהוד וכד'...) און וויקיליקס האט אונז אביסל געהאלפן טרעפן די קאראפשן אין די מידיע... און ווי מטעמים ברענגט, יעדע נארמאלע דזשורנאליסט וואס האלט אנדערש ווי די ליבעראלן ווילן, ווערט פארשריגן אלס נאצי, אנטיסאמיט וכד'... אבער ב"ה די גרויסע צייטונגען דאמינירן מער נישט! סיז היינט דא אזויפיהל בלאגס, פאפולער צייטונגען וואו מ'קען טרעפן גוטע דזשורנאליזם, עכטע נייעס! ווען מ'וויל היינט ליינען וואס טוצעך אפ ערגעץ טיף אין פענסעלוועיניע קעמען פלעין א זיך טוהן אין די פיטסבורג טריביון, מ'קען טרעפן אין די טעמפע בעי טיימס וואס גייט פאר אין פלארידא, און דאס זענען שוין די גרויסע צייטונגען, די זעלבע איז אין הונדערטער אנדערע קליינע לאוקאלע צייטונגען... דארט קעמען אסאך מאל טרעפן די עכטע נייעס וואס גייט פאר, נישט וואס די מידיע וויל אונז דערציילן...

סאו איך בין בכלל נישט זיכער אז רוב דזשורנאליסטן זענען ליבעראל, ס"ה זענען די גרויסע נייעס אגענטורן ליבעראל...

יעצט נעם אפאר פסוקים, אפאר שיינע סטעיטמענטס, לייג צו אביסל ליבעראלע רעטאריק און ווענד מיך אפ...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קעניגליך
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:16 am

איך וויל מיר פון טיפן הארצן באדאנקן פאר א גוטן פארן עפענן די ברענידיגע נושא וואס עגבערט מיר א לעינגערע צייט.
פאר די וואס זאגען אז מען טאר בכלל נישט ליינען די ארטיקלען ווייס איך נישט ווי זיי קימען דא אריין דאס האט מען געעפנט פאר די וואס ליינען עס, פאר די וואס זאגן אז עס טיט נישט אויף מיטן פארפירן דא, נישט אמת. ווייל אז איך וועל שיקען אדער רעדן צי שרייבער פון דער איד זיי זאלן זיך טוישען וועלן זיי זיך ניטאמאל אויסדרייען צי מיר זיך אויס צילאכען, אבער אויב וועלן זיי זעין ווי א ריזיגע המון שרייט אז געניג מיט די איינזייטיקייט. אולי וועלן זיי אויפנעמן אפאר רעכטע שרייבער ווי אנדערע נייעס קאנאלן וואס שטעלן צי פאר ביידע.
[פארשטייט זיך אז סאיז דא פארביטערטע און אנגעווייטאגטע אבער ווען מען זעיט א רבים שרייט זאגט מען יש דברים בגוי]
סתם זיך טענ'ן דא צי זייער לינקע איינזיטיקייט איז אמת צי נישט קומט נישט אריין אין די אשכול ווייל טויזענטער בלעטער איז שוין געפירקעלט געווארן און וועלן געשריבען ווערן אויף יעדע תקופה און שריט וואס ווערט געטין די רעכטע וועלן אלעמאל שרייען יא גיט און די לינקע נישט פארשטייט זיך אמאל איז איינער מער גערעכט און אמאל נישט אבער על פי רוב ווען צוויי מענטשן זענען אפגעמאכט צי וועלכע לאגער זיי באלאנגען קענען זיי זיך טענ'ן שעה'ן און זיך נישט טוישען ווייל די אריינגעבויטע סאוב קאנטשעס מעסעזש שרייט יא צי ניין און אין לדבר סוף.

אינזער ציל איז:הערט אינזער פארלאנג אויב רוב פון די קויפערס זענען פרא האט נישט קיין זין צי לאזען אנגיין ווי ביז יעצט די נייעס קען שוין על פי רוב דער עולם און מען קויפט עס פאר די קהילות תורה ביזנעס ועוד און אנאליזן איז א געשמאקע זאך אבער רעכן דיך מיטן רוב און שטעל אינז צי כאטש איין צי צוויי אנאליזן פרא. נישט קאך אויף די בליט פון די פרא טראמפ חברה וואס ווילן עפעס א יודישע אנאליז רעכן דיך מיט רוב פון דיינע קאוסטעמערס.
אגב קומט נישט דא אריין אבער מענין לענין מיר האבען א אפען אויער ביי די העכסטע מייעסטעיט פון די פאראייניגטע שטאטען ווי מען האט קראנט קעזעין ביי די רובאשקען באפרייאונג, די זאך קענער עסקנים וואס האבען געהאלפן האבען קלאר ארויסגעברעינגט אז די ווייסע הויז איז לכתחילה געוועין ווארים פאר די אומדערהערטע יארן לאנגע אורטייל פון די ריכטערן, און זיי האבען געווארט אז אסאך הויכע באמטע זאלן אונטערשרייבען און דערנאך האבן זיי טאקע ענדגילטיג איהם באפרייט, און אויב אזוי איז עס א מוירידגע נקודה צי עפרישעיטן און ווידערוויילען מצד השתדלות, אינז זעמער איין פאלק ווי ברידער און אויב האט א איד געשמאכטעט און א דאנק אינזער פרעזידענט איז ער היינט אויף די פריי, מעיגן מיר אלע אפילו די מיעוט אנטי האבען הכרות הטוב.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:17 am

הענדימען האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:רבי שלום טייערער, פילע פון אונזערע אינגעלייט פארשטייען בעסער צו עקאנאמיקס/פאליטיק והמסתעף ווי רוב פון אונזערע הויכגעשעצטע, לינקע, אנגעפרעסענע, דזשורנאליסטן

און אסאך פאליטישענס

מונאוויטש האט געשריבן:די סיבה אז רוב מידיע לייט זענען לינק איז נישט ווייל זיי זענען מער אינפארמירט ווי איך און דו (טייל פון זיי רעדן/שרייבן אזויפיל שטותים אז מ'קאן חלש'ן!), נאר ווייל ליבעראליזם איז וואס האט מען זיי אויסגעלערנט אין שולע, און מיט דעם זענען זיי געבליבן! זיי זענען קיינמאל נישט אריין אין די נארמאלע וועלט וואו מען מוז קאווערן א פעיראל, און וואו רעגולאציעס און שטייערן ברעכן דעם רוקן! והיינו טעמא דפראפעסארס.

אייזן שטארק

פעיק נוז האט געשריבן:איז נייעס ברענגען אדער שרייבעריי "די אינדוסטריע" וואס מען דארף זיך ספעציאליזירן כדי צו פארשטיין צו ליבעראליזם אדער קאנסערוויטיזם?

פארוואס קען ער נישט קאנטראלירן זיין דראנג אריינצולייגן זיינע מיינונגען אין די נייעס?

ניטאמאל איז ער א פראפעסיאנאלער נייעס ברענגער און איך דארף אים נאך גלייבן?


אז מ'רעדט שוין, איך פלעג אמאל קויפן א היימישע אויסגאבע געשריבן דורך א באקאנטע ליבעראלע שרייבער, זינט טראמפ איז פרעזידענט איז די אויסגאבע ממש אומליינבאר! ער פיהלט פאר וויכטיג ביי יעדע שטיקל מסביר צו זיין וויזוי די זאך קומט אריין היינט צו טאגס און ווי משוגע טראמפ איז... אפילו פאר אן אנטי טראמפ קומטעס פון די נאז... אלעס ווייל ער וויל מאכן זיכער אז דער פשוטער ליינער זאל וויסן אז טראמפ איז משוגע!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:22 am

Goodmorning האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:שלום88 דו ביסט צוקער זיס, גיב אכט נישט הייזעריג צו ווערן צווישן אונזער חכמים ונבונים...

עס איז דערפרישענד צו הערן נאך א פערספעקטיוו.

וואס פאר א פרעספעקטיוו איז דאס?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:27 am

פעיק נוז האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:שלום88 דו ביסט צוקער זיס, גיב אכט נישט הייזעריג צו ווערן צווישן אונזער חכמים ונבונים...

עס איז דערפרישענד צו הערן נאך א פערספעקטיוו.

וואס פאר א פרעספעקטיוו איז דאס?

שלום88 ברענגט א נייע פערספעקטיוו. ווי דו באמערקט אוודאי האלטן זיך רוב וואס זענען נישט טראמפ חסידים שטיל אויף אייוועלט, ווייל ווי שבתי זאגט ווערט מען הייזעריג שנעל.... איך האלט אז הערן נאך א זייט מאכט אינטערעסאנט און באלאנסירט. עפעס איז נאך אומפארשטענדליך?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:31 am

פארוואס האלט עטס ענק שטיל? דערווייל זעה איך נישט דא קיין שום סיבה נישט צו ענטפערן דערווייל האט יעדער דא צוריק געענטפערט מיט נארמאלע תגובות, סאו זיי דיך מסביר, גראדע זעה איך אז דארט וואו דו האסט וואס צו זאגן קומסטו אריין פול פארס, סאו מאי שנא?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:34 am

פעיק נוז האט געשריבן:פארוואס האלט עטס ענק שטיל? זיי מסביר, גראדע זעה איך אז דארט וואו דו האסט וואס צו זאגן קומסטו אריין פול פארס, סאו מאי שנא?

די קלוגע האלטן זיך שטיל ווייל עס ווערט פשוט exhausting זיך צו טענה'ן. איך בין פון די נארישע וואס קענען זיך נישט איינהאלטן. עס איז דא אנדערע וואס האלטן נישט פון טראמפ וואס מען זעט אז זיי רופן זיך אן נאר געציילטע מאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:43 am

דו קוקסט נישט אויס צו נעריש אין מיינע אויגן..

און פאר די קלוגע גיב איבער אז דא ווערט געפירט א נארמאלע דיסקאשן אויב זיי האבן עפעס צוצוגעבן זענען זיי וועלקאם..
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:20 pm

Goodmorning האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:פארוואס האלט עטס ענק שטיל? זיי מסביר, גראדע זעה איך אז דארט וואו דו האסט וואס צו זאגן קומסטו אריין פול פארס, סאו מאי שנא?

די קלוגע האלטן זיך שטיל ווייל עס ווערט פשוט exhausting זיך צו טענה'ן. איך בין פון די נארישע וואס קענען זיך נישט איינהאלטן. עס איז דא אנדערע וואס האלטן נישט פון טראמפ וואס מען זעט אז זיי רופן זיך אן נאר געציילטע מאל.

אפשר ווייזט אן וועלכע אנטי טראמפ ניקס האלטן זיך איין?
Innocent until proven Republican

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:39 pm

פאר אלע קאמפלימענטן: א דאנק; ס'שמעקט צו הערן.

מטעמים האט געשריבן:...און די זעלבע איז געזאגט געווארען אויף די גאנצע מידיע וואס א רעפארטער אויף טעלעוויזשען נעמט מען אויף איינער מיט א שיינע צורה און א גוטע פיסק, אויף רעדיא דארף מען א שיינע שטימע מיט א גלאט צינגעל און אויף נייעס נעמט מען א גוטע שרייבער.

הרב מטעמים, צו ווערן א א רעפארטער, נעמט מען נישט אויף איינער נאר מיט א שיינע צורה און א גוטע פיסק (כאטש וואס דאס העלפט ווארשיינליך); מען נעמט אויף איינעם וואס האט מינימום א קאלעדזש דעגרי, און אפילו דאן הייבט ער אן מיט אפשר 40-50 טויזענט א יאהר. די גרויסע שרייבערס און רעדנערס (כ'רעד נישט פון אלעקס דזשאונס) וואס יעדער קען ביים נאמען זענען שוין יאהרן אין די ביזנעס, און זענען אויסגעקאכט אין די טיעפקייט פונעם ענין (נישט נאר די פשוט'ע זאכען וואס דו רופסט אן "פענסי ווערטער" :lol: ).

דו זאגסט אז דאס איז נישט אראגאנץ, אבער דאס איז אקוראט וואס עס איז, און דיינע רייד איז די באווייז.

מונאוויטש האט געשריבן:רבי שלום טייערער, פילע פון אונזערע אינגעלייט פארשטייען בעסער צו עקאנאמיקס/פאליטיק והמסתעף ווי רוב פון אונזערע הויכגעשעצטע, לינקע, אנגעפרעסענע, דזשורנאליסטן.

הרב מונאוויטש, הער זיך עס נאכאמאל און ווער נישט רויט, באקומסט א פינפער!

לגבי ליבעראלע טאלק שאוס, איז גראדע דא גענוג, אבער פארוואס זיי הערן בכלל? שאף דיר אן אייגענע מיינונג! איך האב אנגעכאפט עטליכע קאנסעוואטיווע רעדנערס, ווייל זיי זענען גרויס. אויך, למען והייתם נקיים, איך בין זייער ווייט פון א ליבעראלער, נאר בכלל קעגן פארטייאישקייט, און זיכער קעגן פראפאגאנדע.

נאך איין זאך הרב מונאוויטש, פארוואס טאקע זענען די קאלעדזשעס ליבעראל? פראפעסארן מוזן נישט פאלגן רעגולאציעס? צאהלן נישט קיין שטייער?! (לאו דוקא צוריקצושיסן אויף דיין שוין-געענטפערטע פראגע איבער טאלק שאוס)

פעיק נוז האט געשריבן:איז נייעס ברענגען אדער שרייבעריי "די אינדוסטריע" וואס מען דארף זיך ספעציאליזירן כדי צו פארשטיין צו ליבעראליזם אדער קאנסערוויטיזם?

ניין, אין אלגעמיין וועלן זיי נעמען א מעידזשאר אין איינע פון די פאלגענדע: היסטאריע, עקאנאמיע, רעגירונג, סייענס. עס ווענד זיך אין וועלכע פעלד זיי ווילן אריינגיין. ד.ה., אז אויסער קענען גוט שרייבן (שפראך ועוד), איז זייער הויפט פריאריטעט אין שולע איינע פון די א.ד. טעמעס.

פעיק נוז האט געשריבן:מיינסט צו זאגן אז מען מוז פערזענליך זיך האבן אנגעשטויסן און די פאלגענדע זאכן כדי צו האבן א שטעלונג דערין זייט ווען? אויב עפעס פארקערט אין אזא פאל הייסט מען א נוגע בדבר מען קען סתם ליינען איבער די אלע נושאים און זיך אויפבויען א מיינונג

גוט געפרעגט! פון איין זייט וועט א נאנטער האבן א נגיעה, קלאר ווי די טאג, אבער איינער וואס איז כאטש האלב נאנט (זיין נישט-צו-נאנטער פריינד'ס זוהן וכדומה), ווייסט מער וויאזוי דאס גייט צו. איך ווען נוצט א אומגעשמאקער משל, כדי לשבר את האוזן: איינער וואס א בחור פון זיין ביהמ"ד איז ליידער אראפ פון אידישן וועג, פארשטייט מער איבער די פראבלעם (אז עס איז נישט אזא קליינע פראבלעם, אז דער טאטע איז נישט אייביג שולדיג [אדער צו האלטן גאר אז די טאטע איז יא שולדיג] וכדומה). יעדער איז בארעכטיגט מיט זיין מיינונג, אבער ווער עס ווייסט מער, האט א בעסערע מיינונג. שטימט?

לגבי רוב פון דיינע איבריגע פראגעס: (1) איך מאך נישט קיינע הנחות, נאר שרייב איבער וואס איך האב געזעהן ביי אנדערע. (2) איר קענט א עדיקט, און אנדערע אויך ליידער, אבער רוב ב"ה נישט. (3) איך האב געברענגט רובאשקין איבער "צופרידענהייט"; נישט וויילן.

הענדימען האט געשריבן:איך האב פאר אייך ברעכנדע נייעס. יעדער אין פאליטיק בויט זיינע שיטות אויף זייטיגע פילינגס

נישט ממש. יעדער פארמאגט פילינגס, די ציהל איז צו זיין פראפעציענאל און לייגן די פילינגס אין א זייט (בעיקר ביים באריכטן; ביי מיינונגס איז בולט אז מען דארף נוצן די אייגענע פראספעקטיוו). אבער - און דאס איז די עיקר, ביי א ריכטיגע דזשורנאליסט כאפט זיך אריין ליידער זיינע פילינגס אין זיין באריכט וואס ער האט געשריבן מיט ידועה.

הענדימען האט געשריבן:איך האלט מיט די נייעס נאר אין אן אנדערע סדר ווי די מידיא וויל און אזוי זעה איך (און ווער נאך ס'וויל זעהן) דאס פאלטשקייט. ס'נישט קיין ראקעט סייענס צו פארשטיין. מ'דארף פשוט וועלן זעהן וואס ס'גייט פאר. מ'דארף עפעס א פאזיציע דארפאר? ווען מ'ליינט די נייעס און מ'זעהט וויאזוי די מידיא טרייט מיט אלע כוחות צו שטופן א געוויסע אגענדע דארף מען גיין אין קאלעדזש צו קענען פארשטיין וואס מ'האט אליינס געזען?

האסט נישט געענטפערט. צו באשטעטיגן איינעמ'ס ליגנט, דארף מען דאס פארגלייכט מיט א שטארקערן אמת (אדער אן אנדערע מהלך וואס קען דאס אויפווייזן). וואס איז די מקור פון דיינע אינפארמאציע, אז דו זאגסט באשטימט אז די מידיא זאגט ליגנט. איך רעד נישט פון איינזייטיגקייט, ווייל דאס איז פשוט יא דא. איך רעד פון אפענע ליגנט, צו קענען זאגן די ווארט "פעיק" ותרגומו "פאלש".

הענדימען האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע?
יעצט אז איך בין איבערצייגט אז די מידיא פיטערט מיך פארדרייטע אינפארמאציע. מוז איך עס קויפן ווילאנג איך האב נישט קיין אלטערנאטיוו? איך טאר נישט אליינס טראכטן?

איך האב נישט געפרעגט איבער טראכטן; איך האב גערעדט איבער "אינפארמאציע" (און נישט די "אלטערנאטיווע פאקטן", וואס מען קען טאקע יא אליינס טראכטן... :lol: )

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און איך וויל פארשטיין, איך נעם זערא פון די גאווערמענט און איך צאל טעקס, מיינטעס אז איך פארשטיי בעסער צו פיסקל פאלעסיס ווי איינער וואס צאלט נישט און נעמט?

עס מיינט אז דו פארשטייסט מער צו די אימפאקט פון שטייערן, און ווייניגער צו רעגירונגס פראגראמען, ב"ה. וחילופיהן מיט דער וואס נעמט אבער צאהלט נישט.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאר צו זיין קלאר, דאס זענען די קאנסערוועטיוון, משא"כ די ליבעראלע אינגעלייט, זיי זענען גע'בויעט אויף פעסט יסודות, פארשטאנד!

נישט ריכטיג. געווענליך זענען ביידע זייטן אומוויסענד, אויב זיי קענען זיך נישט אויס איבער ענינים וואס זיי רעדן, און אומגערעכט אויב זיי זענען צו עקסטרעם סיי וויאזוי.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:09 pm

סאו יעצט ווילט איר מאכען א דעבאטע וואס איז מער געלונגען א קאלעדזש גראדואירטער אדער איינער וואס האט זיך צוגעלערנט אויפען גאס?!

עס איז דא מיליאנען קאלעזש גראדואירטע אויף די גאס און זיי קענען לויט אייך זיין רעפארטערס אבער מיר דא אויפען וועלטעל פארשטייען נישט אזוי גוט צו פאליטיק און צו נייעס ווייל מיר זענען נישט אזוי געלונגען ווי דער קאלעדזש גראדואירטער וואס איז אלט 24 און ווייסט נישט בחייכון וביומייכון.

מיטען גרעסטען כבוד צו אייך, איר זענט אזוי ראונג מיט אייער מהלך אז מיין אזויגעריפענע אראגאנץ איז א געלעכטער קעגן אייער מיסאינפארמירטקייט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:18 pm

לאמיר רעדן דיין שפראך אויב זיי זענען זיי אזוי געבויט אויף פארשטאנד (וואס גראדע איך האלט עס איז נישט אמת ווייל דו וועסט אלעמאל זעהן אז די ליבאראלע נוצען פראפעגאנדע און מאכען שטיל די אנדערע זייט און נוצען מיטלען וואס ארבטען אויף די עמאושענס און צווינגען די דעת הקהל מה שאין כן קאנסערוועטיוון וועלען אויף כמעט אלעס האבען א פארשטענדליכע הסבר) איז פארוואס האט מען אזוי מורא אין קאלידזשעס און אויף סאשעל מידיע צו לאזען הערן די אנדערע זייט און בכלל אין די היינטיגע קלימאט צו זיין אין די מידיע און רוב קאליזשעס אדער אין געוויסע סייענס מיסטו זיין א ליבעראל אדער זיך מאכען ווייל אז נישט האסטו נישט קיין פלאץ דארטען
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:35 pm

מטעמים האט געשריבן:סאו יעצט ווילט איר מאכען א דעבאטע וואס איז מער געלונגען א קאלעדזש גראדואירטער אדער איינער וואס האט זיך צוגעלערנט אויפען גאס?!

עס איז דא מיליאנען קאלעזש גראדואירטע אויף די גאס און זיי קענען לויט אייך זיין רעפארטערס אבער מיר דא אויפען וועלטעל פארשטייען נישט אזוי גוט צו פאליטיק און צו נייעס ווייל מיר זענען נישט אזוי געלונגען ווי דער קאלעדזש גראדואירטער וואס איז אלט 24 און ווייסט נישט בחייכון וביומייכון.

מיטען גרעסטען כבוד צו אייך, איר זענט אזוי ראונג מיט אייער מהלך אז מיין אזויגעריפענע אראגאנץ איז א געלעכטער קעגן אייער מיסאינפארמירטקייט.

פון פאליטיזירן אין מקוה ביז'ן "זיך צוגעלערנט אויפען גאס" איז אויך פאלג מיר א גאנג...

דיין אינטימידעשאן פון וויסענשאפט און פאך, נעמט נישט אוועק איר אויבערהאנט.

לגבי דיין ווערטער פארמעסט:
אראגאנץ = זיך האלט אלס ווייסער, ווען איר ווייסט נישט. פון דעם רעדן מיר טאקע.
מיסאינפארמירטקייט = אויב האב איך געברענגט מיסאינפארמאציע, והוא רחום יכפר. זאג נאר ווי.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:41 pm

איך שרייב אז מיר דא אויף אייוועלט און מענטשען ארום די וועלט האבען היינט עקסעס צו די זעלבע נייעס און קענען די זעלבע גוט די נייעס ווי די מידיע און אלע מענטשען וואס ארבייטען און די נייעס ביזנעס, אייער ענטפער איז אז איך בין אראגאנץ.

אין רעגארדס צו די ווערטער פארמעסט דאן טויש עס פון מיסאינפארמירט צו אראגאנץ! מיסאינפארמירט ווי חכמה און ידיעה ליגט.

איר זענט אויף מיין מיינונג געגאנגען פון אראגאנץ צו אינטימידעישאן אלעס אבי נישט צו פארשטיין געבן פארוואס מענטשען אין די נייעס ביזנעס קענען עפעס מער ווי די עוורידזש מענטש חוץ זאגען אז זיי האבען א קאלעדזש דעגרי.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:53 pm

מטעמים האט געשריבן:איך שרייב אז מיר דא אויף אייוועלט און מענטשען ארום די וועלט האבען היינט עקסעס צו די זעלבע נייעס און קענען די זעלבע גוט די נייעס ווי די מידיע און אלע מענטשען וואס ארבייטען און די נייעס ביזנעס, אייער ענטפער איז אז איך בין אראגאנץ.

אין רעגארדס צו די ווערטער פארמעסט דאן טויש עס פון מיסאינפארמירט צו אראגאנץ! מיסאינפארמירט ווי חכמה און ידיעה ליגט.

איר זענט אויף מיין מיינונג געגאנגען פון אראגאנץ צו אינטימידעישאן אלעס אבי נישט צו פארשטיין געבן פארוואס מענטשען אין די נייעס ביזנעס קענען עפעס מער ווי די עוורידזש מענטש חוץ זאגען אז זיי האבען א קאלעדזש דעגרי.

צום וויפיהלטע מאל, ווי איז דיין מקור?

דו הערסט א גערעדאכטס?! אנשי אייוועלט "האבען היינט עקסעס צו די זעלבע נייעס און קענען די זעלבע גוט די נייעס ווי די מידיע"?! דהיינו? וועלכע עקסעס רעדסטו? די מידיא איז די מקור!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:00 pm

וואס הייסט? אייוועלט זיצערס האבן סאורסעס און וואשינגטאן? פארן אראפ אין איראק און סיריע? האבן עקסעס צו ריסערטש און שטודירן? פארוואס נאר איך נישט? עס איז נישט פעיר....
שויתי ה' לנגדי תמיד

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:14 pm

איר האט קיין מקור נישט געבעטען ביז איצט און די מקור פון יעדע נייעס קומט נישט דוקא פון די מידיע.

לאוקעל נייעס למשל קומט פון די לאקאלע אינסטאנצען - ביי מיר אין ברוקלין מיינט עס ברוקלין בארא פרעזידענט אדער די מעיאר אדער סיטי קאונסעל, זיי אלע ניצען די מידיע אלס א טול צו פארשפרייטען די נייעס וואס זיי שפירען פאר וויכטיג איבער צו געבן פאר די פאבליק - רעפארטערס מעלדען עס און פרעגן פראגעס פון די אינסטאנצען און צומאל פרעגן זיי די אפאזיציע פארטיי און צומאל וואס מענטשען אויף די גאס האלטען.

אויף דעם וועג געט מען ארויס די נייעס פון יעדע פאבליק ביזנעס, ספארטס, ענטערטעימענט, פעדעראלע גאווערמענט, סטעיט דעפארטמענט, עף בי איי און יעדע מעיזשאר פאבליק ארגענעזאציע.

רעפארטערס רעפארטען עס און אינוועסטיגעיטארס גייען נאך די אינפארמאציע אדער דעקן זיי סתם אויף אינטערנעל גאסעפ אדער סקאנדאלען און די אלע אינדאסטריעס.

אפיניען אויף די מידיע ווערט צוגעלייגט פון די געדאנקען פון מענטשען וואס טוהן אין די אינדאסטריעס, למשל קריסטי איז א אפיניען געבער אויף פאליטיק ווייל ער טוהט שוין אין פאליטיק א לאנגע צייט, זיין מיינונג האט וואג אבער מען קען זיך דינגען מיט אים און די זעלבע מיט יעדע מיינונג זאגער אויף די מידיע ווייל זייער נייעס קומט פון די זעלבע ערטער פון ווי מיר הערן עס.

האסט געוואלט איך זאל מאריך זיין, העיר יו גאו.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:24 pm

אויב אינוועסטיגעיטיוו זשורנאליזעם איז וואס דו רופסט אן די מידיע אלס א זאך וואס מיר מענטשען האבען נישט קיין עקסעס דערצו איז אמת און די היימישע צייטונגען האבען דאס אויך נישט.

אויב סאורסעס אין די אלע פלעצער איז וואס דו רופסט אן די מידיע אלס א זאך וואס מיר מענטשען האבען נישט קיין עקסעס דערצו איז אמת און די היימישע צייטונגען האבען דאס אויך נישט.

דאס איז א ביזנעס פאר זיך און דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי האבען מער ווי די עוורידזש מענטש אבער אפיניען איבער נייעס האבען זיי נישט מער ווי וואס מיר האבען.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:34 pm

הרב שלום, איך האב איין גרויסע פראגע צו אייך, אויב זענען טאקע די זשורנאליסטן אזוי קלוג, און נאר זיי פארשטייען וואס איז גוט פאר אמעריקע, איז וויאזוי קען זיין אז זיי חזר'ן כסדר איבער מיט תמימות דעם טפשות פון "די ווילן פון פאלק", דער פאלק וויל אזוי, דער פאלק וויל אזי, דער פאלק האט דאך נישט קיין אנונג בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך מיט זיך.

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:35 pm

sholom88 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך שרייב אז מיר דא אויף אייוועלט און מענטשען ארום די וועלט האבען היינט עקסעס צו די זעלבע נייעס און קענען די זעלבע גוט די נייעס ווי די מידיע און אלע מענטשען וואס ארבייטען און די נייעס ביזנעס, אייער ענטפער איז אז איך בין אראגאנץ.

אין רעגארדס צו די ווערטער פארמעסט דאן טויש עס פון מיסאינפארמירט צו אראגאנץ! מיסאינפארמירט ווי חכמה און ידיעה ליגט.

איר זענט אויף מיין מיינונג געגאנגען פון אראגאנץ צו אינטימידעישאן אלעס אבי נישט צו פארשטיין געבן פארוואס מענטשען אין די נייעס ביזנעס קענען עפעס מער ווי די עוורידזש מענטש חוץ זאגען אז זיי האבען א קאלעדזש דעגרי.

צום וויפיהלטע מאל, ווי איז דיין מקור?

דו הערסט א גערעדאכטס?! אנשי אייוועלט "האבען היינט עקסעס צו די זעלבע נייעס און קענען די זעלבע גוט די נייעס ווי די מידיע"?! דהיינו? וועלכע עקסעס רעדסטו? די מידיא איז די מקור!

סאו די מידיא ווייסט געוויסע זאכן וואס מיר ווייסן נישט?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:37 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:הרב שלום, איך האב איין גרויסע פראגע צו אייך, אויב זענען טאקע די זשורנאליסטן אזוי קלוג, און נאר זיי פארשטייען וואס איז גוט פאר אמעריקע, איז וויאזוי קען זיין אז זיי חזר'ן כסדר איבער מיט תמימות דעם טפשות פון "די ווילן פון פאלק", דער פאלק וויל אזוי, דער פאלק וויל אזי, דער פאלק האט דאך נישט קיין אנונג בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך מיט זיך.

וואסא חילוק די ווילן פונעם פאלק?

טו דיין דזשאב און פארצייל אלע נייעס עז איז אן קיין בייעס
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:54 pm

sholom88 האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:איך האלט מיט די נייעס נאר אין אן אנדערע סדר ווי די מידיא וויל און אזוי זעה איך (און ווער נאך ס'וויל זעהן) דאס פאלטשקייט. ס'נישט קיין ראקעט סייענס צו פארשטיין. מ'דארף פשוט וועלן זעהן וואס ס'גייט פאר. מ'דארף עפעס א פאזיציע דארפאר? ווען מ'ליינט די נייעס און מ'זעהט וויאזוי די מידיא טרייט מיט אלע כוחות צו שטופן א געוויסע אגענדע דארף מען גיין אין קאלעדזש צו קענען פארשטיין וואס מ'האט אליינס געזען?

האסט נישט געענטפערט. צו באשטעטיגן איינעמ'ס ליגנט, דארף מען דאס פארגלייכט מיט א שטארקערן אמת (אדער אן אנדערע מהלך וואס קען דאס אויפווייזן). וואס איז די מקור פון דיינע אינפארמאציע, אז דו זאגסט באשטימט אז די מידיא זאגט ליגנט. איך רעד נישט פון איינזייטיגקייט, ווייל דאס איז פשוט יא דא. איך רעד פון אפענע ליגנט, צו קענען זאגן די ווארט "פעיק" ותרגומו "פאלש".

הענדימען האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע?
יעצט אז איך בין איבערצייגט אז די מידיא פיטערט מיך פארדרייטע אינפארמאציע. מוז איך עס קויפן ווילאנג איך האב נישט קיין אלטערנאטיוו? איך טאר נישט אליינס טראכטן?

איך האב נישט געפרעגט איבער טראכטן; איך האב גערעדט איבער "אינפארמאציע" (און נישט די "אלטערנאטיווע פאקטן", וואס מען קען טאקע יא אליינס טראכטן... :lol: )

אויב ווילט איר אייך דווקא דא שטעלן אויפן דיוק "פעיק " זענט איר אפשר גערעכט, אבער סתם בייעס איז עס אויך נישט, און דער פראזע פעיק ניוז איז נאר געבארגט פון די מידיא וואס האט פרובירט נאך די וואלן צו געבן די גאנצע קרעדיט פונעם טראמפ זיג פאר די פעיק ניוז.
חוץ מזה , איז שוין יא אסאך מאל אויפגעוויזן געווארן אז געשיכטעס וואס זענען געווארן רעפארטעד אין די מידיא זענען געווען פעיק, און כאטש וואס איך האלט נישט אז סי ען ען רעפארטערס זיצן און טראכטן אויף נייַעס בשם סאורסעס, זעהט אבער שטארק אויס אז זיי כאפן זיך זייער שנעל צו צו סיי וועלכע נעגאטיווע נייעס קעגן טראמפ, אהן צופיל נאכגיין און וועריפייען.

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:01 pm

הענדימען האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:הרב שלום, איך האב איין גרויסע פראגע צו אייך, אויב זענען טאקע די זשורנאליסטן אזוי קלוג, און נאר זיי פארשטייען וואס איז גוט פאר אמעריקע, איז וויאזוי קען זיין אז זיי חזר'ן כסדר איבער מיט תמימות דעם טפשות פון "די ווילן פון פאלק", דער פאלק וויל אזוי, דער פאלק וויל אזי, דער פאלק האט דאך נישט קיין אנונג בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך מיט זיך.

וואסא חילוק די ווילן פונעם פאלק?

טו דיין דזשאב און פארצייל אלע נייעס עז איז אן קיין בייעס


האסט נישט פארשטאנען די פראגע.

מיין פראגע איז אזוי, אויב זאגסטו אז נאר קלוגע געלערענטע מענטשן פארשטייען צו פאליסי, דעמאלט קומט דאך אויס (א דריי מיטן פינגער) אז דאס ווילן פון פאלק איז אינגאנצן נישט אינטערעסאנט, איז וויאזוי קען זיין אז דווקא די זעלבע קלוגע געלערענטע מענטשן, חזר'ן כסדר איבער אזא טפשות אז דאס ווילן פון פאלק דארף יא מאכן א נפקא מינה.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט