דעפרעסט האט געשריבן:sholom88 האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:עס איז היינט נישט דא קיין חילוק צווישען שרייבער, אנאליזער, ליינער און צוהערער צו נייעס אלע קענען די זעלבע נייעס און אלע פארשטייען די זעלבע די נייעס.
יעדער ברענגט אמאל ארויס גוטע פוינטס און יעדער האט זייער מיינונג געסעט אויף יעדע נייעס נאך פאר די נייעס האט שוין פאסירט.
נישט פארהאן קיין גרעסערע ארעגאנץ ווי דאס. גארנישט פערזענליך קעגן דיר. איינער וואס ספעציאלעזירט זיך אין א אינדוסטריע (ווי נייעס) פארשטייט נישט מער ווי איינער וואס סקענט אראפ א טוויטער העדליין פיד?!
וויפיהל קען א היימישער איד פארשטיין איבער קעפיטעל פאנישמענט - למשל? אויף וועלכע זייט זענט איר אדער א באקאנטע אמאל געווען? האט איר אמאל געהאט איינעם אויך די טויט רייע? וואוינט איר אין א הויכע ווילדע קריים געגנט? (מ'רעדט נישט פון גניבות א.ד.ג.)
האט איר א פריינט וואס האט פארלוירן א קינד צו גענג שיסעריי? אדער וואס האט גאר א זוהן וואס איז אין א גענג?
קענט איר א דראג-עדיקט?
אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער פיסקעל פאליטיקס? אז דער גוי דארף געבן פאר'ן איד געלד, כי בשבילי נברא העולם אדער ווייל זיי נעמען גענוג...
אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער סאשעל פאליטיקס? אויף די הגדרה אז די אמעריקאנער רעגירונג דארף האבן א מאראלישע סטאנדארן וואס זאל שטימען מיט אונזער תורה"ק?
אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער אויסערן פאליטיק? אויף אייער אייגענע פרא אדער אנטי איזראעל שיטה, און דאס איבריגע וועלט איז אומרעלעוואנט און א שאג יעדעס פעני אדער סאלדאט וואס ווערט אהינגעשיקט. ריכטיג?
אויף וואס איז געבויעט אייער צופרידענהייט איבער טראמפ? ווייל ער האט באפרייט רובאשקין און פירט א אנטי-פאלעסטינער אגענדע?
אלעס איז פיין און וואויל, אבער די זאכען זענען נישט קיין לעגיטימע פאליטיק, נאר שיטות געבויט אויף זייטיג (כלפי די טעמע) פילינגס און שיטות. מ'קען אוודאי נישט פירן א לאנד פול מיט אנדערע בירגער געבויעט אויף אזעלכע שיטות.
אויף וואס איז געבויעט אייער אינפארמאציע? איר לאכט פון די מידיא, ווייל זיי זענען פעיק ניוז... וויאזוי זענט איר דאס געוואר געווארן? טראמפ, אלעקס דזשאונס, שאן העניטי, ראש ליבאו האבן אייך געזאגט? ווער איז אין א פאזיציע צו אנפלעקן די פאלשקייט פון די מידיא? ווער גייט אראפ צו די סצענע פון יעדע קריג, אינצידענט און באריכטעט קראנטערע אינפארמאציע? וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע? מיא'ן רופן דעם אמת ליגנט און דאס ליגנט אמת, האט איר זיך איינס בעוול'ט, אבער קיינעם פאר'נער'ט...
נאכאמאל, אין מיין נישט דיר ספעציפיש, נאר די מענטאליטעט פון יעדער וואס האט א גאנצע מיינונג און פארשטאנד איבער עקאנאמיע (און קען נישט באלאנסירן די אייגענע טשעק בוך), איבער העלט קעיר (אבער איז קעגן די פלו-שאט און האט נאכנישט באצאלט א דאקטאר פון טאש אין לעבן), איז פרא רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן (אבער האט נישט די מינדעסטע פארשטאנד וואס די ברייטערע ספעקטרום ערהאלט), אויסערן פאליטיק (אבער ווייסט נישט אין וועלכע קאנטינענט געפונט זיך אפילו צען לענדער, אדער וואספארא רעגירונג זיי פארמאגן), האנדל פאליסי (אבער איז שטרענג באזירט אויף עמעזאן קויף און פארקויף עקספיריענס), ראסע דעוויזיע (אבער די איינציגסטע ריכטיגע אנטיסעמיט אדער ראסיסט וואס איר אמאל באגעגנט, איז א פאליציאנט וואס האט אייך געשטריבן א טיקעט, אדער עמיוזמענט פארק וואס האט אויף נישט געלאזט אויפשטעלן א סוכה פאר ראשו ורובו ושולחנו), אימיגראציע (וויל מיר זענען שוין דא...), א.א.וו.
אוי איז דאס א גוטע דעסקריבציע. אן אריינגיין איבער די מידיא איז עס געוואלדיג גוט אראפ געמאלן דעם טיפישן היימישן קאנסערוואטיוון יונגערמאן וואס פירט אן די וועלט מיט זיינע וויסנשאפטן.
נאר צו זיין קלאר, דאס זענען די קאנסערוועטיוון, משא"כ די ליבעראלע אינגעלייט, זיי זענען גע'בויעט אויף פעסט יסודות, פארשטאנד!