איינזייטיגקייט אין היימישע צייטונגן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

נאכ'ן דורכליינען די גאנצע שמועס מער ווייניגער קען איך מסכם זיין די עיקר ויכוח אין קורצן. דערוילעם טענה'ט אז א היימישע יונגערמאן מיט א פיין קעפל קען נאך האבן אזא קלארע און ריכטיגע מיינונג אויף נייעס - אלע נייעס - ווי די הויכבאשפריצטע רעפארטערס וואס האבן מיינונגען אויף 'אלע' נייעס.
אויף דעם שרייט ר' שלום אז די רעפארטערס האבן צוויי זאכן וואס די יונגעלייט האבן נישט. א קאלעדזש דעגרי און יאאארן עקספיריענס.

די תשובה אויף נומער צוויי איז, זיי האבן אנגעהויבן דעם פאסטן מיט יאארן עקספיריענס? ווען און וויאזוי האבן זיי די דאזיגע עקספיריענס איינגעהאנדלט?
(איך בין, אגב, היינט געווען ביי א צאן דאקטאר וואס וועט מעגליך זיין אין 20 יאר ארום פון די גרעסטע און מערסט עקספיריענס דענטיסטס, אבער כפי הנראה בין איך געווען דער ערשטער עקספיריענס זיינער...)

ווידער טענה איינס איז גאר גאר נאריש פאר ווער עס קען אביסל די מציאות אויף די גאס. רוב קאלעדזש גראדיאירטע קענען ניטאמאל באקומען א שטעלע אין די פאך וואס זיי האבן געלערנט, און טוען גענצליך אנדערע באשעפטיגונגען! איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ווי א שגץ מיט א קאלעדזש דעגרי האט געהאלפן צוגרינד לייגן א ביזנעס דורך עס 'מענעדזשן' מיט זיין קאלעדזש קאפ, בעת וואס א היימישער יונגערמאן צוויי יאר נאך די חתונה וואס קען קוים ענגליש און האט נישט די מינדעסטע עדיוקעישאן האט אויפגעבויעט די ביזנעס פון די ווינדלען צו א מאלטי מיליאן דאלערדיגע פירמע אלס באצאלטער ארבעטער, און איז היינט א מאלטי מיליאנער און שותף אין עטליכע גרויסע פירמעס - נישט דורך מזל נאר דורך זיין קאפ!

עטליכע יאר צוריק האב איך גענומען אן איי קיו טעסט, און עס האט געווען אז איך האב אן איי קיו ווי א קאלעדזש גרעדזשועט. די חילוק צווישן מיר אין א פאקטישער גרעדזשועט? אז אים האט מען געברעינוואשט פאר עטליכע יאר מיט די ליבעראלע אגענדע און געשעיפט זיין מוח וויאזוי צו טראכטן (יא עס איז א פאקט, אין קאלידזשעס לאזט מען נישט הערן די צווייטע זייט, אפי' מיט גוואלדטאטן. דארפסט א דוגמא? די UC Berkeley ראיאטן איבער בען שאפירא'ס אויפטריט איז אחד מני אלף), בעת וואס איך קען נוצן דעם קאפ וויאזוי איך וויל און טראכטן וואס מיין קאפ און מיין לאגיק זאגט, נישט וואס מען האט דארט אריינגעהאקט.

איי וויל ריפיעט: א קאלעדזש דעגרי איז ווערט כחספא בעלמא. די איינציגסטע זאך וואס עס פראווט איז אז דער באזיצער איז אריבער א מאסיווע ברעינוואשינג סעסיע און קען נישט טראכטן אליינס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

בכלל, די סארט אראגאנץ ווי 'נאר אונז אויפגעקלערטע, עליטע, געלערנטע פראגרעסיוון ווייסן וואס טוט זיך, וויאזוי מ'דארף רעדן און טראכטן, אבער דו אומגעלערנטער דו האסט דיך סתם אנגעהערט מיט ראש לימבא און מארק לעווין' איז פונקטליך וואס האט באוואויגן אמעריקע צו ערוועלן טראמפ
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Think and Thank האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק האב איך גענומען אן איי קיו טעסט, און עס האט געווען אז איך האב אן איי קיו ווי א קאלעדזש גרעדזשועט.

א זכיה צו זיין מיט דיר אויפן זעלבן אייוועלט!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

Think and Thank האט געשריבן:(איך בין, אגב, היינט געווען ביי א צאן דאקטאר וואס וועט מעגליך זיין אין 20 יאר ארום פון די גרעסטע און מערסט עקספיריענס דענטיסטס, אבער כפי הנראה בין איך געווען דער ערשטער עקספיריענס זיינער...)



דו ביסט עס געווען דארט? יוש איז מיר די באק פארפרוירן.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

Think and Thank האט געשריבן:נאכ'ן דורכליינען די גאנצע שמועס מער ווייניגער קען איך מסכם זיין די עיקר ויכוח אין קורצן. דערוילעם טענה'ט אז א היימישע יונגערמאן מיט א פיין קעפל קען נאך האבן אזא קלארע און ריכטיגע מיינונג אויף נייעס - אלע נייעס - ווי די הויכבאשפריצטע רעפארטערס וואס האבן מיינונגען אויף 'אלע' נייעס.
אויף דעם שרייט ר' שלום אז די רעפארטערס האבן צוויי זאכן וואס די יונגעלייט האבן נישט. א קאלעדזש דעגרי און יאאארן עקספיריענס.

די תשובה אויף נומער צוויי איז, זיי האבן אנגעהויבן דעם פאסטן מיט יאארן עקספיריענס? ווען און וויאזוי האבן זיי די דאזיגע עקספיריענס איינגעהאנדלט?
(איך בין, אגב, היינט געווען ביי א צאן דאקטאר וואס וועט מעגליך זיין אין 20 יאר ארום פון די גרעסטע און מערסט עקספיריענס דענטיסטס, אבער כפי הנראה בין איך געווען דער ערשטער עקספיריענס זיינער...)

ווידער טענה איינס איז גאר גאר נאריש פאר ווער עס קען אביסל די מציאות אויף די גאס. רוב קאלעדזש גראדיאירטע קענען ניטאמאל באקומען א שטעלע אין די פאך וואס זיי האבן געלערנט, און טוען גענצליך אנדערע באשעפטיגונגען! איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ווי א שגץ מיט א קאלעדזש דעגרי האט געהאלפן צוגרינד לייגן א ביזנעס דורך עס 'מענעדזשן' מיט זיין קאלעדזש קאפ, בעת וואס א היימישער יונגערמאן צוויי יאר נאך די חתונה וואס קען קוים ענגליש און האט נישט די מינדעסטע עדיוקעישאן האט אויפגעבויעט די ביזנעס פון די ווינדלען צו א מאלטי מיליאן דאלערדיגע פירמע אלס באצאלטער ארבעטער, און איז היינט א מאלטי מיליאנער און שותף אין עטליכע גרויסע פירמעס - נישט דורך מזל נאר דורך זיין קאפ!

עטליכע יאר צוריק האב איך גענומען אן איי קיו טעסט, און עס האט געווען אז איך האב אן איי קיו ווי א קאלעדזש גרעדזשועט. די חילוק צווישן מיר אין א פאקטישער גרעדזשועט? אז אים האט מען געברעינוואשט פאר עטליכע יאר מיט די ליבעראלע אגענדע און געשעיפט זיין מוח וויאזוי צו טראכטן (יא עס איז א פאקט, אין קאלידזשעס לאזט מען נישט הערן די צווייטע זייט, אפי' מיט גוואלדטאטן. דארפסט א דוגמא? די UC Berkeley ראיאטן איבער בען שאפירא'ס אויפטריט איז אחד מני אלף), בעת וואס איך קען נוצן דעם קאפ וויאזוי איך וויל און טראכטן וואס מיין קאפ און מיין לאגיק זאגט, נישט וואס מען האט דארט אריינגעהאקט.

איי וויל ריפיעט: א קאלעדזש דעגרי איז ווערט כחספא בעלמא. די איינציגסטע זאך וואס עס פראווט איז אז דער באזיצער איז אריבער א מאסיווע ברעינוואשינג סעסיע און קען נישט טראכטן אליינס.

;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”