sholom88 האט געשריבן:וויפיהל קען א היימישער איד פארשטיין איבער קעפיטעל פאנישמענט - למשל? אויף וועלכע זייט זענט איר אדער א באקאנטע אמאל געווען? האט איר אמאל געהאט איינעם אויך די טויט רייע? וואוינט איר אין א הויכע ווילדע קריים געגנט? (מ'רעדט נישט פון גניבות א.ד.ג.)
האט איר א פריינט וואס האט פארלוירן א קינד צו גענג שיסעריי? אדער וואס האט גאר א זוהן וואס איז אין א גענג?
קענט איר א דראג-עדיקט?
וואו קומען די שאלות אריין אויף צו האבן א מיינונג?
sholom88 האט געשריבן:אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער סאשעל פאליטיקס? אויף די הגדרה אז די אמעריקאנער רעגירונג דארף האבן א מאראלישע סטאנדארן וואס זאל שטימען מיט אונזער תורה"ק?
עס איז געבויט אויף גוד אלד פעשאנד נארמאלקייט
sholom88 האט געשריבן:אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער אויסערן פאליטיק? אויף אייער אייגענע פרא אדער אנטי איזראעל שיטה, און דאס איבריגע וועלט איז אומרעלעוואנט און א שאג יעדעס פעני אדער סאלדאט וואס ווערט אהינגעשיקט. ריכטיג?
נישט ריכטיג!!!
sholom88 האט געשריבן:אויף וואס איז געבויעט אייער צופרידענהייט איבער טראמפ? ווייל ער האט באפרייט רובאשקין און פירט א אנטי-פאלעסטינער אגענדע?
בכלל נישט
איך פריי מיך זייער אז רובאשקין איז באפרייט און ער איז למעשה געווען דער גוטער שליח
אלס א סאטמארער נעם איך נישט קיין שטעלונג אין איזראעל פאלעסטינע פאליטיק
sholom88 האט געשריבן:אלעס איז פיין און וואויל, אבער די זאכען זענען נישט קיין לעגיטימע פאליטיק, נאר שיטות געבויט אויף זייטיג (כלפי די טעמע) פילינגס און שיטות
איך האב פאר אייך ברעכנדע נייעס.
יעדער אין פאליטיק בויט זיינע שיטות אויף זייטיגע פילינגס
sholom88 האט געשריבן:מ'קען אוודאי נישט פירן א לאנד פול מיט אנדערע בירגער געבויעט אויף אזעלכע שיטות.
די פאקט איז אז אזוי פירט זיך דאס לאנד
sholom88 האט געשריבן:אויף וואס איז געבויעט אייער אינפארמאציע? איר לאכט פון די מידיא, ווייל זיי זענען פעיק ניוז... וויאזוי זענט איר דאס געוואר געווארן?
טאקע פון די מידיא אליינס
איך האלט מיט די נייעס נאר אין אן אנדערע סדר ווי די מידיא וויל און אזוי זעה איך (און ווער נאך ס'וויל זעהן) דאס פאלטשקייט
ס'נישט קיין ראקעט סייענס צו פארשטיין. מ'דארף פשוט וועלן זעהן וואס ס'גייט פאר
sholom88 האט געשריבן:ווער איז אין א פאזיציע צו אנפלעקן די פאלשקייט פון די מידיא?
מ'דארף עפעס א פאזיציע דארפאר?
ווען מ'ליינט די נייעס און מ'זעהט וויאזוי די מידיא טרייט מיט אלע כוחות צו שטופן א געוויסע אגענדע דארף מען גיין אין קאלעדזש צו קענען פארשטיין וואס מ'האט אליינס געזען?
sholom88 האט געשריבן:ווער גייט אראפ צו די סצענע פון יעדע קריג, אינצידענט און באריכטעט קראנטערע אינפארמאציע? וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע?
יעצט אז איך בין איבערצייגט אז די מידיא פיטערט מיך פארדרייטע אינפארמאציע. מוז איך עס קויפן ווילאנג איך האב נישט קיין אלטערנאטיוו?
איך טאר נישט אליינס טראכטן?
sholom88 האט געשריבן:מיא'ן רופן דעם אמת ליגנט און דאס ליגנט אמת, האט איר זיך איינס בעוול'ט, אבער קיינעם פאר'נער'ט...
אויב איינער טוט דאס איזעס די מידיא און על זה יצא הקצף
sholom88 האט געשריבן:נאכאמאל, אין מיין נישט דיר ספעציפיש, נאר די מענטאליטעט פון יעדער וואס האט א גאנצע מיינונג און פארשטאנד איבער עקאנאמיע (און קען נישט באלאנסירן די אייגענע טשעק בוך), איבער העלט קעיר (אבער איז קעגן די פלו-שאט און האט נאכנישט באצאלט א דאקטאר פון טאש אין לעבן), איז פרא רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן (אבער האט נישט די מינדעסטע פארשטאנד וואס די ברייטערע ספעקטרום ערהאלט), אויסערן פאליטיק (אבער ווייסט נישט אין וועלכע קאנטינענט געפונט זיך אפילו צען לענדער, אדער וואספארא רעגירונג זיי פארמאגן), האנדל פאליסי (אבער איז שטרענג באזירט אויף עמעזאן קויף און פארקויף עקספיריענס), ראסע דעוויזיע (אבער די איינציגסטע ריכטיגע אנטיסעמיט אדער ראסיסט וואס איר אמאל באגעגנט, איז א פאליציאנט וואס האט אייך געשטריבן א טיקעט, אדער עמיוזמענט פארק וואס האט אויף נישט געלאזט אויפשטעלן א סוכה פאר ראשו ורובו ושולחנו), אימיגראציע (וויל מיר זענען שוין דא...), א.א.וו.
נאו אפענס. ס'קוקט אויס ווי דו קוקסט אראפ אויף דעם היימישן עולם אלס א באנדע בהמות