איינזייטיגקייט אין היימישע צייטונגן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

sholom88 האט געשריבן:פאר אלע קאמפלימענטן: א דאנק; ס'שמעקט צו הערן.
מונאוויטש האט געשריבן:רבי שלום טייערער, פילע פון אונזערע אינגעלייט פארשטייען בעסער צו עקאנאמיקס/פאליטיק והמסתעף ווי רוב פון אונזערע הויכגעשעצטע, לינקע, אנגעפרעסענע, דזשורנאליסטן.

הרב מונאוויטש, הער זיך עס נאכאמאל און ווער נישט רויט, באקומסט א פינפער!

לגבי ליבעראלע טאלק שאוס, איז גראדע דא גענוג, אבער פארוואס זיי הערן בכלל? שאף דיר אן אייגענע מיינונג! איך האב אנגעכאפט עטליכע קאנסעוואטיווע רעדנערס, ווייל זיי זענען גרויס. אויך, למען והייתם נקיים, איך בין זייער ווייט פון א ליבעראלער, נאר בכלל קעגן פארטייאישקייט, און זיכער קעגן פראפאגאנדע.

נאך איין זאך הרב מונאוויטש, פארוואס טאקע זענען די קאלעדזשעס ליבעראל? פראפעסארן מוזן נישט פאלגן רעגולאציעס? צאהלן נישט קיין שטייער?! (לאו דוקא צוריקצושיסן אויף דיין שוין-געענטפערטע פראגע איבער טאלק שאוס)

א) דאס אז אקעדעמיע, און הויכע ליגע זענען לינק איז מיר בכלל נישט מחייב. ניטש, נאדא, זילטש!! איך בין בארעכטיגט צו נעמען דעם מח וואס השי"ת האט מיר געשאנקען, און אליין טראכטן! יא, יענער ווייסט בעסער פון מיר וויאזוי צו קריכן אין די הויכע ספערן; אבער ניין, ער זאל מיר נישט קומען זאגן וויאזוי די די גאזיליאנען שטערנס און לבנה'ס זענען צושטאנד געקומען. דער מאשין מעכאניקער אין אפריקע קען א קאר ישר והפוך, אבער ער ווייסט בחייכון וויאזוי אן אוטא אסעמבלי ליין פונקציאנירט. דער רעפארטער איז געגאנגען אין דזשערנאליזם שולע, זאל ער ביטע רעפארטן די טריקענע נייעס "אזוי ווי עס האט פאסירט", אן קיין שום בייעס! אפלעקן דעם ביינדל זאל ער ביטע לאזן פאר אונז מענטשעלעך. אקעי?!

ב) ניין, די פראפעסארן האבן נישט קיין רעגולאציעס; און ניין, זיי ברויכן נישט ברעכן קאפ פאר אן אייגענעם פעיראל. יא זיי שוויצן אדורך די קאלעדזש יארן; אבער יא, דערנאך זיי זענען מער-ווייניגער גאראנטירט מיט א אומוואקלדיגע קאלעדזש/גאווערמענט דזשאב, מיט פעטע פענסיע און שאר בענעפיטן, און כבוד, און [באצאלטע] הוילע טעלעוויזיע אויפטריטן. דער סימפל שמאוי פארשטייט בעסער וויאזוי צו פארדינען א שווערן דאלאר ווי רוב פון די חברה.

ג) ב"ה איך הער נישט קיינע שאוס, און בין איך נישט קיין טראלל פאר די פארטיי; יאך בין שוין אויסגעוואקסן די הייזלעך. אבער ווען איך הער אמונה פשוטה ב'פראפעסיענאלאציע, קריג איך אן אלערגיע רעאקציע.
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

מטעמים, איך האב געבעטן א מקור פון די ערשטע מינוט

איר כאפט אן א נישטיגע ביישפיל ווי ווען א פאליטישאן גיט ארויס א סטעיטמענט אדער א פרעס רעליעס, און יעדער האט צוטריט דערצו. נישט פון דעם רעדט מען, און נישט דארט האט איר געמיינט אז די מידיא גיט פעיק ניוז. מען רעדט פון אינפארמאציע, ווי איר האלט אז די מידיא פארשפרייט אומריכטיגע ליגנט. טא, פארדריי נישט די שמועס.

איך זעה נישט די נקודה אין זיך טענה'ן איבער "פעיק ניוז", חוץ אויב דו קענסט אהערשטעלן א לאגישע מהלך וויאזוי דו באשטימסט דאס. גיב א משל ווי דו האסט זיי געכאפט מיט א דירעקטע ליגנט, און וויאזוי דו האסט דאס געכאפט. ביטע נישט נוצן "טראמפ האט געזאגט אז ס'איז ליגנט".

די היימישע מידיא האט עקסעס צו די אלגעמיינע מידיא, וואס בלייבט א פארלעסליכע כלי ראשון (לאו דוקא), כאטש ביז דו קענסט ענטפערן די פראגע פון די פאריגע פאראגראף.

יואל שרייבער האט געשריבן:הרב שלום, איך האב איין גרויסע פראגע צו אייך, אויב זענען טאקע די זשורנאליסטן אזוי קלוג, און נאר זיי פארשטייען וואס איז גוט פאר אמעריקע, איז וויאזוי קען זיין אז זיי חזר'ן כסדר איבער מיט תמימות דעם טפשות פון "די ווילן פון פאלק", דער פאלק וויל אזוי, דער פאלק וויל אזי, דער פאלק האט דאך נישט קיין אנונג בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך מיט זיך.

וואס הייסט חזר'ן? אנקעטעס? אע"כ? דו מיינטס אפשר ארויסצוברענגן אז מ'דארף אנקוקן די אנקעטע רעזולטאטן מיט א גרעין אוו סאלט ווייל דער עולם איז משוגע? הער איך. מיט דעם אלעם, זענען די מענטשן (וואס דו רופט נער'נים די וואס וויילן, און זייער מיינונג מאכט אויס דערפאר. דאס נעמט גארנישט צו פון די זשורנאליסטן. (דיסקלעימער: איך בין בכלל נישט מסכים מיט דיין מסקנה, נאר איך ענטפער לויט דיינע ווערטער.)

מונאוויטש האט געשריבן:דאס אז אקעדעמיע, און הויכע ליגע זענען לינק איז מיר בכלל נישט מחייב

איך האב דיך גארנישט פרובירט מחייב צו זיין. איך האב דיר געפרעגט א דערווייל-אומפארענטפערטע פראגע: "פארוואס טאקע זענען די קאלעדזשעס ליבעראל?" האסט אן ענטפער?
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

sholom88 האט געשריבן:איך האב דיך גארנישט פרובירט מחייב צו זיין. איך האב דיר געפרעגט א דערווייל-אומפארענטפערטע פראגע: "פארוואס טאקע זענען די קאלעדזשעס ליבעראל?" האסט אן ענטפער?

ווייל דאס פרעדיגט מען דארט און מען לאזט נישט צו אן אנדערע מיינונג דאס איז די פשוטע און אמתע סיבה
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:

הייסט עס אז די פראפעסארן זענען שולדיג. פארוואס טאקע זענען די פראפעסארן ליבעראל?

(מיר גייען אין צירקלען דא! די אלע טיילן זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.)
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ווייל קאלעדזש >> איך פארשטיי "אלעס", >> ממילא וועל איך דיך זאגן וויאזוי צו לעבן/טראכטן/ספענדן, >> ליבעראליזם.

ודי בזה.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

sholom88 האט געשריבן:פארוואס טאקע זענען די פראפעסארן ליבעראל?

(מיר גייען אין צירקלען דא! די אלע טיילן זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.)

ווייל היינטיגע צייטען מוז מען
די קשיא איז עפעס אנדערש פארוואס האבען זיי מורא צו לאזען הערען די סטודענטען די אנדערע זייט אויב נאר זיי זענען קלוג און די אנדערע זייט האט נישט גארנישט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אונזער שמועס איז קיינמאל נישט געוועהן איבער פעיק ניוז - דא רעדט מען פון איינזייטיגקייט אין די היימישע צייטונגען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

sholom88 האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:איך האב דיך גארנישט פרובירט מחייב צו זיין. איך האב דיר געפרעגט א דערווייל-אומפארענטפערטע פראגע: "פארוואס טאקע זענען די קאלעדזשעס ליבעראל?" האסט אן ענטפער?

ווייל דאס פרעדיגט מען דארט און מען לאזט נישט צו אן אנדערע מיינונג דאס איז די פשוטע און אמתע סיבה

הייסט עס אז די פראפעסארן זענען שולדיג. פארוואס טאקע זענען די פראפעסארן ליבעראל?

(מיר גייען אין צירקלען דא! די אלע טיילן זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.)

ווייל פראפעסארן גלייבן נישט אז ס׳איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס איז דיר מחייב מיט געוויסע באגרעניצונגען. סימפל.

זיי גלייבן אין עוועלושין און גארנישט טאר נישט אפהאלטן די מענטש פון נאכגיין זיין אינסטיקט און תאווה. דאס איז ליבעראליזם.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

ןןי אויכעט ווייל ליבעראליזם איז א ״חכמה״ וואס מקען דאס ״שטודירן״ משא״כ די רעכטע זייט איז פשוט שכל הישר. מברויך נישט קיין ״פראפעסארן״ פאר דעם. דאס מיינט אז זייער גאנצע זיין ליבעראל איז פשוט לצורך פרנסה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הרב שלום, ווען דו הערסט פון איינעם א נייעס און יענער האט זיין אפיניען אויף די נייעס לויט זיין מהלך המחשבה, און דו ווען דו הערסט עס פון אים האסט א אנדערע קוק ווינקל אויף די זאך ביסטו ווייניגער בארעכטיגט אדער ווייניגער אינפארמירט ווי יענעם כדי צו האבן א מיינונג דערויף לויט דיין מהלך המחשבה בלויז ווייל יענער האט עס געוואוסט פאר דיר?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

sholom88 האט געשריבן:פאר אלע קאמפלימענטן: א דאנק; ס'שמעקט צו הערן.

מטעמים האט געשריבן:...און די זעלבע איז געזאגט געווארען אויף די גאנצע מידיע וואס א רעפארטער אויף טעלעוויזשען נעמט מען אויף איינער מיט א שיינע צורה און א גוטע פיסק, אויף רעדיא דארף מען א שיינע שטימע מיט א גלאט צינגעל און אויף נייעס נעמט מען א גוטע שרייבער.

הרב מטעמים, צו ווערן א א רעפארטער, נעמט מען נישט אויף איינער נאר מיט א שיינע צורה און א גוטע פיסק (כאטש וואס דאס העלפט ווארשיינליך); מען נעמט אויף איינעם וואס האט מינימום א קאלעדזש דעגרי, און אפילו דאן הייבט ער אן מיט אפשר 40-50 טויזענט א יאהר. די גרויסע שרייבערס און רעדנערס (כ'רעד נישט פון אלעקס דזשאונס) וואס יעדער קען ביים נאמען זענען שוין יאהרן אין די ביזנעס, און זענען אויסגעקאכט אין די טיעפקייט פונעם ענין (נישט נאר די פשוט'ע זאכען וואס דו רופסט אן "פענסי ווערטער" :lol: ).
כ'ווייס נישט צו דו ווייסט. וואס ס'נעמט יאאאארן צו לערנען אין קאלעדזש לערנען היימישע אינגעלייט אין אפאר חדשים אדער ווייניגער סאו ווער נישט אזוי דערשראקן פאר דעם דומקאפ וואס האט געלערנט אין קאלעדזש

דו זאגסט אז דאס איז נישט אראגאנץ, אבער דאס איז אקוראט וואס עס איז, און דיינע רייד איז די באווייז.
איך זע נישט וואו דו זעהסט אראגאנץ דא
אויב רעדט מען פון די היימישע דזשורנאליסטן (וואס זענען ס"ה נישט מער ווי טרענסלעיטערס מיט א מיינונג) וואס ווייסן זיי מער פון אנדערע וואס האלטן מיט די זעלבע מידיא אוטלעטס ווי זיי?

מונאוויטש האט געשריבן:רבי שלום טייערער, פילע פון אונזערע אינגעלייט פארשטייען בעסער צו עקאנאמיקס/פאליטיק והמסתעף ווי רוב פון אונזערע הויכגעשעצטע, לינקע, אנגעפרעסענע, דזשורנאליסטן.

הרב מונאוויטש, הער זיך עס נאכאמאל און ווער נישט רויט, באקומסט א פינפער!

לגבי ליבעראלע טאלק שאוס, איז גראדע דא גענוג, אבער פארוואס זיי הערן בכלל? שאף דיר אן אייגענע מיינונג!
דאסיז וואס דער עולם טוט. איך האב געהערט אביסל פון די קאנסערוואטיוו טאלק שאוס בערך 10 יאר צוריק פאר אפאר וואכן ווען מיין קאלעגע פלעגט עס אנצינדן אין קאר אויפן וועג. נישט דאס מאכט מיין מיינונג
איך האב אנגעכאפט עטליכע קאנסעוואטיווע רעדנערס, ווייל זיי זענען גרויס. אויך, למען והייתם נקיים, איך בין זייער ווייט פון א ליבעראלער, נאר בכלל קעגן פארטייאישקייט, און זיכער קעגן פראפאגאנדע.

נאך איין זאך הרב מונאוויטש, פארוואס טאקע זענען די קאלעדזשעס ליבעראל? פראפעסארן מוזן נישט פאלגן רעגולאציעס? צאהלן נישט קיין שטייער?! (לאו דוקא צוריקצושיסן אויף דיין שוין-געענטפערטע פראגע איבער טאלק שאוס)
ס'נישט נוגע פארוואס זיי האלטן וואס זיי האלטן. אויב האלטן זיי אז נארישקייט און רציחה איז פארשריט אבער מענטשליכקייט, מאראל און רעליגיע זענען א חורבן פאר די וועלט איז זייער מיינונג ניטאמאל ווערט א שפיי

פעיק נוז האט געשריבן:איז נייעס ברענגען אדער שרייבעריי "די אינדוסטריע" וואס מען דארף זיך ספעציאליזירן כדי צו פארשטיין צו ליבעראליזם אדער קאנסערוויטיזם?

ניין, אין אלגעמיין וועלן זיי נעמען א מעידזשאר אין איינע פון די פאלגענדע: היסטאריע, עקאנאמיע, רעגירונג, סייענס. עס ווענד זיך אין וועלכע פעלד זיי ווילן אריינגיין. ד.ה., אז אויסער קענען גוט שרייבן (שפראך ועוד), איז זייער הויפט פריאריטעט אין שולע איינע פון די א.ד. טעמעס.

פעיק נוז האט געשריבן:מיינסט צו זאגן אז מען מוז פערזענליך זיך האבן אנגעשטויסן און די פאלגענדע זאכן כדי צו האבן א שטעלונג דערין זייט ווען? אויב עפעס פארקערט אין אזא פאל הייסט מען א נוגע בדבר מען קען סתם ליינען איבער די אלע נושאים און זיך אויפבויען א מיינונג

גוט געפרעגט! פון איין זייט וועט א נאנטער האבן א נגיעה, קלאר ווי די טאג, אבער איינער וואס איז כאטש האלב נאנט (זיין נישט-צו-נאנטער פריינד'ס זוהן וכדומה), ווייסט מער וויאזוי דאס גייט צו. איך ווען נוצט א אומגעשמאקער משל, כדי לשבר את האוזן: איינער וואס א בחור פון זיין ביהמ"ד איז ליידער אראפ פון אידישן וועג, פארשטייט מער איבער די פראבלעם (אז עס איז נישט אזא קליינע פראבלעם, אז דער טאטע איז נישט אייביג שולדיג [אדער צו האלטן גאר אז די טאטע איז יא שולדיג] וכדומה). יעדער איז בארעכטיגט מיט זיין מיינונג, אבער ווער עס ווייסט מער, האט א בעסערע מיינונג. שטימט?
ס'איז אמת אז א מיינונג אן פארשטיין די דיינעמיקס און דיטעילס פון דעם ספעציפישן נושא קען זיין פעלערהאפטיג אבער ס'מוז נישט זיין אזוי און אין פאקט האלט די גאנצע ליבעראלע וועלט אז די קאנסערוואטיווע וועלט זענען חיות און שלעכט כאטש זיי האבן נישט קיין השגה אין זייער לעבן אזויווי דער געוועזענער טשעירמאן (אזוי מיינעך) פון נפר האט אליינס געשריבן נישט לאנג צוריק (געווען דא אויפן וועלטל)
די פאריגע פאראגראף קען איך עפעס נישט גוט ארויסברענגען. אויב איינער פארשטייט ביטע קלארער שרייבן

בקיצור. די מידיא ווייסט נישט אלעס און דאס האלט זיי נישט אפ פון האבן א מיינונג סאו כ'בין נישט איבערצייגט אז אנדערע פלעצער וואו זיי האבן א מיינונג מוז זיין אז זיי פארשטייען יא

לגבי רוב פון דיינע איבריגע פראגעס: (1) איך מאך נישט קיינע הנחות, נאר שרייב איבער וואס איך האב געזעהן ביי אנדערע. (2) איר קענט א עדיקט, און אנדערע אויך ליידער, אבער רוב ב"ה נישט. (3) איך האב געברענגט רובאשקין איבער "צופרידענהייט"; נישט וויילן.

הענדימען האט געשריבן:איך האב פאר אייך ברעכנדע נייעס. יעדער אין פאליטיק בויט זיינע שיטות אויף זייטיגע פילינגס

נישט ממש. יעדער פארמאגט פילינגס, די ציהל איז צו זיין פראפעציענאל און לייגן די פילינגס אין א זייט (בעיקר ביים באריכטן; ביי מיינונגס איז בולט אז מען דארף נוצן די אייגענע פראספעקטיוו). אבער - און דאס איז די עיקר, ביי א ריכטיגע דזשורנאליסט כאפט זיך אריין ליידער זיינע פילינגס אין זיין באריכט וואס ער האט געשריבן מיט ידועה.
אילו זכינו וואלט אפשר אזוי געווען ועכשיו שלא זכינו
1) באריכטן זיי נאר נייעס וואס שטערט נישט זייער שיטה
2) די געפילען זענען קלאר ווי די טאג און מ'דארף ממש זיין בלינד עס נישט צו זעהן

והשתא דאתאי להכי איז זייער ידיעה גארנישט ווערד

הענדימען האט געשריבן:איך האלט מיט די נייעס נאר אין אן אנדערע סדר ווי די מידיא וויל און אזוי זעה איך (און ווער נאך ס'וויל זעהן) דאס פאלטשקייט. ס'נישט קיין ראקעט סייענס צו פארשטיין. מ'דארף פשוט וועלן זעהן וואס ס'גייט פאר. מ'דארף עפעס א פאזיציע דארפאר? ווען מ'ליינט די נייעס און מ'זעהט וויאזוי די מידיא טרייט מיט אלע כוחות צו שטופן א געוויסע אגענדע דארף מען גיין אין קאלעדזש צו קענען פארשטיין וואס מ'האט אליינס געזען?

האסט נישט געענטפערט. צו באשטעטיגן איינעמ'ס ליגנט, דארף מען דאס פארגלייכט מיט א שטארקערן אמת (אדער אן אנדערע מהלך וואס קען דאס אויפווייזן). וואס איז די מקור פון דיינע אינפארמאציע, אז דו זאגסט באשטימט אז די מידיא זאגט ליגנט.
עפטער אלל געשעט אפט אז איין מידיא אוטלעט (אטאו קארעקט וויל טוישן צו טוילעט :lol: ) פארציילט וואס די אנדערע האט ארויסגעלאזט
אדער איז דער שקר צו בולט
צומאל האט דער ליגנער נישט אזא גוטן קאפ און פארגעסט ביי א קומענדיגע געלעגנהייט אז דעיע שטיקל נייעס פארציילט מען נישט

כ'פלעג צומאל אוועקלייגן ארטיקלען און איבערליינען שפעטער און מ'האט קלאר געקענט זען וויאזוי די מידיא טרייט צו בויען א בנין דורך ארויסלאזן געוויסע פרטים פון די מעשה און שפעטער ווען די זעלבע דיטעילס האבן יא געקענט סערווירן זייער אגענדע האבן זיי עס יא געשריבן

אדער סתם אזוי. ליין אביסל אלטע נייעס און זעה וואס דו טרעפסט

איך רעד נישט פון איינזייטיגקייט, ווייל דאס איז פשוט יא דא
דאס איז ממש דאס פארקערטע פון פראפעסיאנאלע דזשורנאליזם

איך רעד פון אפענע ליגנט, צו קענען זאגן די ווארט "פעיק" ותרגומו "פאלש".
איינער דא (מטעמים מיינעך) האט זיין קלאר ארויסגעברענגט וויאזוי פעיק ארבעט אן קיין איין ווארט ליגענט. מ'לייגט אראפ די נייעס אין א געוויסע וועג אז דער ליינער זאל נאטורליך מיינען אז געוויסע זאכן זענען יא\נישט געשען

אפגערעדט פון די העדליינס. למשל "פאלעסטינער געשאסן דורך איי די עף" בשעת ער האט שוין געהאלטן אינמיטן א שטעכן אטאקע
אדער "אומבאוואפנטער שווארצער געשאסן דורך פאליציי" בשעת ער איז קלאר געווען אז סכנה
וכן עוד הרבה

הענדימען האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע?
יעצט אז איך בין איבערצייגט אז די מידיא פיטערט מיך פארדרייטע אינפארמאציע. מוז איך עס קויפן ווילאנג איך האב נישט קיין אלטערנאטיוו? איך טאר נישט אליינס טראכטן?

איך האב נישט געפרעגט איבער טראכטן; איך האב גערעדט איבער "אינפארמאציע" (און נישט די "אלטערנאטיווע פאקטן", וואס מען קען טאקע יא אליינס טראכטן... :lol: )
זאגסט אזוי: ווילאנג איך האב נישט קיין אמת "מוז" איך גלייבן די ליגענט אפילו איך ווייס קלאר אז ס'איז ליגענט

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און איך וויל פארשטיין, איך נעם זערא פון די גאווערמענט און איך צאל טעקס, מיינטעס אז איך פארשטיי בעסער צו פיסקל פאלעסיס ווי איינער וואס צאלט נישט און נעמט?

עס מיינט אז דו פארשטייסט מער צו די אימפאקט פון שטייערן, און ווייניגער צו רעגירונגס פראגראמען, ב"ה. וחילופיהן מיט דער וואס נעמט אבער צאהלט נישט.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאר צו זיין קלאר, דאס זענען די קאנסערוועטיוון, משא"כ די ליבעראלע אינגעלייט, זיי זענען גע'בויעט אויף פעסט יסודות, פארשטאנד!

נישט ריכטיג. געווענליך זענען ביידע זייטן אומוויסענד, אויב זיי קענען זיך נישט אויס איבער ענינים וואס זיי רעדן, און אומגערעכט אויב זיי זענען צו עקסטרעם סיי וויאזוי.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:פארוואס טאקע זענען די פראפעסארן ליבעראל?

(מיר גייען אין צירקלען דא! די אלע טיילן זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.)

ווייל היינטיגע צייטען מוז מען
די קשיא איז עפעס אנדערש פארוואס האבען זיי מורא צו לאזען הערען די סטודענטען די אנדערע זייט אויב נאר זיי זענען קלוג און די אנדערע זייט האט נישט גארנישט

דו ענטפערסט נישט. פארוואס? וואס הייסט "ווייל היינטיגע צייטען מוז מען"?

שפעטער וועלן מיר רעדן פון ווי דו נעמסט אז "זיי לאזן נישט אנדערע רעדן"...
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

נמנו וגמרו: חבל על הזמן
Peace, out!
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

sholom88 האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:פארוואס טאקע זענען די פראפעסארן ליבעראל?

(מיר גייען אין צירקלען דא! די אלע טיילן זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.)

ווייל היינטיגע צייטען מוז מען
די קשיא איז עפעס אנדערש פארוואס האבען זיי מורא צו לאזען הערען די סטודענטען די אנדערע זייט אויב נאר זיי זענען קלוג און די אנדערע זייט האט נישט גארנישט

דו ענטפערסט נישט. פארוואס? וואס הייסט "ווייל היינטיגע צייטען מוז מען"?

שפעטער וועלן מיר רעדן פון ווי דו נעמסט אז "זיי לאזן נישט אנדערע רעדן"...

מ׳האט שוין געענטפערט אויף דיין קשיא.

״נישט לאזן אנדערע רעדן״ מיינט פארשרייען יעדער וואס דערוואגט זיך צו האלטן אנדערש, אלץ א צוריקגעשטאנענער, לעבט מיט קאנספיראציעס און אלע אנדערע טענות וואס דו האסט צו די מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי דיר.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

איך מיין נישט קיינעם פערזענליך ח״ו אבער איינער וואס איז מסכים מיט די פראגרעסיווע געדאנקענגאנג, און אנערקענט אז די וועג וויאזוי זיי ווילן טוישן די מענטשליכע ווירדן איז בארעכטיגט, צריך בדיקה אחריו.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

שווער מאריך צו זיין. אבער קאליפארניע, א ליבעראלע שטאט, האט אין 08' געשטימט 52-48 אקעגן נארישע געזעצן! און קרוב צו 80% פון די שטים-בארעכטיגטע האבן זיך ארויסגעשלעפט צו די בודקעס. מען קען זאגן מיט א פול מויל אז ווען מען שטעלט עס ווען ארויף פארן אלגעמיינעם המון אין אנדערע שטאטן, וואלט עס לכאורה דורכגעפאלן כמעט אין יעדן מקום. אבער אנשטאט, איז מען געלאפן צו די געריכטן, אונטערגענומען א הייפּער-דעמעגאגישע קאמפיין, און האליוואד, און די מידיא, און אבאמא והמסתעף. די גרויסע קארפאראציעס, וועלכע האבן זייער גוט געוויסט אז מיט די ליבעראלן פאנגט מען זיך נישט אן (די טשיק-פיל-עי "סקאנדאל" געדענקט עמיצער?), זענען אויך ארויף געשפרינגן אויפן פארשטינקענעם וואגן. און די רעסט איז היסטאריע! נארישקייט איז היינט די אפיציעלע געזעץ פון לאנד "נאר" צוליב דעמעגאגיע און מח וואשעריי! אגב, דזשאסטיס סקאליע'ס דיסענט; פינקן פייער!
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

sholom88 האט געשריבן:נמנו וגמרו: חבל על הזמן
Peace, out!

קודם קום פארעכטען דיינע טעותים.

לויף נישט אזוי שנעל אוועק, איר זעהט אויס ווי א קלוגער אינגערמאן איר דארפט נאר אביסעל באקאנט ווערן וויפיעל עוורידזש ידיעות דער פראפעשאנעל רעפארטער און מידיע מאן האט ווערסעס די אלגעמיינע באפעלקערונג.

אגב, איר האט בטעות געשריבען אז אייוועלט ליינער ווייסען ״בעסער״ די נייעס פון די מידיע, דאס האט נאך קיינער נישט געשריבען דא, מען האט געשריבען אז זיי האבען די זעלבע סך ידיעה איבער די נייעס ווי דער עוורידזש רעפארטער און נייעס מאן, זייער ״מיינונג״ איבער די נייעס איז ווערט צו הערן אבער איז אויך ״נאר״ עפיניענס געבעיסד א סך מאל אויף שפעקולאציעס.

און די רעדע דא האט מען ממילא נאר גערעדט פון די אידישע צייטונגען וואס זיי האבען די זעלבע אינפארמאציע ווי יעדער וואס האלט מיט נייעס, אדרבה, זאגט מיר אין וועלכע אינטערנעל מידיע טשעט רום די היימישע אידישע צייטונגען באקומען זייער נייעס פון אדער וועלכע רעפארטער זיי שיקען ארום אינוועסטיגעיטאן נייעס.

פעיק ניוז איז א נושא פאר זיך, און דאס איז נישט די מדובר דא געוועהן אויך א שטיקעל טעות וואס איר האט געמאכט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

מטעמים האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:נמנו וגמרו: חבל על הזמן
Peace, out!

קודם קום פארעכטען דיינע טעותים.

לויף נישט אזוי שנעל אוועק, איר זעהט אויס ווי א קלוגער אינגערמאן איר דארפט נאר אביסעל באקאנט ווערן וויפיעל עוורידזש ידיעות דער פראפעשאנעל רעפארטער און מידיע מאן האט ווערסעס די אלגעמיינע באפעלקערונג.

אגב, איר האט בטעות געשריבען אז אייוועלט ליינער ווייסען ״בעסער״ די נייעס פון די מידיע, דאס האט נאך קיינער נישט געשריבען דא, מען האט געשריבען אז זיי האבען די זעלבע סך ידיעה איבער די נייעס ווי דער עוורידזש רעפארטער און נייעס מאן, זייער ״מיינונג״ איבער די נייעס איז ווערט צו הערן אבער איז אויך ״נאר״ עפיניענס געבעיסד א סך מאל אויף שפעקולאציעס.

און די רעדע דא האט מען ממילא נאר גערעדט פון די אידישע צייטונגען וואס זיי האבען די זעלבע אינפארמאציע ווי יעדער וואס האלט מיט נייעס, אדרבה, זאגט מיר אין וועלכע אינטערנעל מידיע טשעט רום די היימישע אידישע צייטונגען באקומען זייער נייעס פון אדער וועלכע רעפארטער זיי שיקען ארום אינוועסטיגעיטאן נייעס.

פעיק ניוז איז א נושא פאר זיך, און דאס איז נישט די מדובר דא געוועהן אויך א שטיקעל טעות וואס איר האט געמאכט.

אין איין ווארט: עס איז נישט פארהאן קיין ארט אויף אייוועלט כהיום פאר א מיינונג וואס איז נישט פרא-טראמפ. כ'האב אנדערע פלאטפארמעס ווי זיך אויסצוגעבן...
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

sholom88 האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:פארוואס טאקע זענען די פראפעסארן ליבעראל?

(מיר גייען אין צירקלען דא! די אלע טיילן זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא.)

ווייל היינטיגע צייטען מוז מען
די קשיא איז עפעס אנדערש פארוואס האבען זיי מורא צו לאזען הערען די סטודענטען די אנדערע זייט אויב נאר זיי זענען קלוג און די אנדערע זייט האט נישט גארנישט

דו ענטפערסט נישט. פארוואס? וואס הייסט "ווייל היינטיגע צייטען מוז מען"?

שפעטער וועלן מיר רעדן פון ווי דו נעמסט אז "זיי לאזן נישט אנדערע רעדן"...

אויף די ערשטע קשיא האבען שוין א סאך גענטפערט אויף די צווייטע קשיא פון ווי איך נעם אז זיי לאזען נישט אנדערע רעדן קען איך דיך ברענגען אן א שיעור פון די נייעס און אויך ווידיאוס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

sholom88 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:נמנו וגמרו: חבל על הזמן
Peace, out!

קודם קום פארעכטען דיינע טעותים.

לויף נישט אזוי שנעל אוועק, איר זעהט אויס ווי א קלוגער אינגערמאן איר דארפט נאר אביסעל באקאנט ווערן וויפיעל עוורידזש ידיעות דער פראפעשאנעל רעפארטער און מידיע מאן האט ווערסעס די אלגעמיינע באפעלקערונג.

אגב, איר האט בטעות געשריבען אז אייוועלט ליינער ווייסען ״בעסער״ די נייעס פון די מידיע, דאס האט נאך קיינער נישט געשריבען דא, מען האט געשריבען אז זיי האבען די זעלבע סך ידיעה איבער די נייעס ווי דער עוורידזש רעפארטער און נייעס מאן, זייער ״מיינונג״ איבער די נייעס איז ווערט צו הערן אבער איז אויך ״נאר״ עפיניענס געבעיסד א סך מאל אויף שפעקולאציעס.

און די רעדע דא האט מען ממילא נאר גערעדט פון די אידישע צייטונגען וואס זיי האבען די זעלבע אינפארמאציע ווי יעדער וואס האלט מיט נייעס, אדרבה, זאגט מיר אין וועלכע אינטערנעל מידיע טשעט רום די היימישע אידישע צייטונגען באקומען זייער נייעס פון אדער וועלכע רעפארטער זיי שיקען ארום אינוועסטיגעיטאן נייעס.

פעיק ניוז איז א נושא פאר זיך, און דאס איז נישט די מדובר דא געוועהן אויך א שטיקעל טעות וואס איר האט געמאכט.

אין איין ווארט: עס איז נישט פארהאן קיין ארט אויף אייוועלט כהיום פאר א מיינונג וואס איז נישט פרא-טראמפ. כ'האב אנדערע פלאטפארמעס ווי זיך אויסצוגעבן...

I have no idea what your talking about.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

sholom88 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:נמנו וגמרו: חבל על הזמן
Peace, out!

קודם קום פארעכטען דיינע טעותים.

לויף נישט אזוי שנעל אוועק, איר זעהט אויס ווי א קלוגער אינגערמאן איר דארפט נאר אביסעל באקאנט ווערן וויפיעל עוורידזש ידיעות דער פראפעשאנעל רעפארטער און מידיע מאן האט ווערסעס די אלגעמיינע באפעלקערונג.

אגב, איר האט בטעות געשריבען אז אייוועלט ליינער ווייסען ״בעסער״ די נייעס פון די מידיע, דאס האט נאך קיינער נישט געשריבען דא, מען האט געשריבען אז זיי האבען די זעלבע סך ידיעה איבער די נייעס ווי דער עוורידזש רעפארטער און נייעס מאן, זייער ״מיינונג״ איבער די נייעס איז ווערט צו הערן אבער איז אויך ״נאר״ עפיניענס געבעיסד א סך מאל אויף שפעקולאציעס.

און די רעדע דא האט מען ממילא נאר גערעדט פון די אידישע צייטונגען וואס זיי האבען די זעלבע אינפארמאציע ווי יעדער וואס האלט מיט נייעס, אדרבה, זאגט מיר אין וועלכע אינטערנעל מידיע טשעט רום די היימישע אידישע צייטונגען באקומען זייער נייעס פון אדער וועלכע רעפארטער זיי שיקען ארום אינוועסטיגעיטאן נייעס.

פעיק ניוז איז א נושא פאר זיך, און דאס איז נישט די מדובר דא געוועהן אויך א שטיקעל טעות וואס איר האט געמאכט.

אין איין ווארט: עס איז נישט פארהאן קיין ארט אויף אייוועלט כהיום פאר א מיינונג וואס איז נישט פרא-טראמפ. כ'האב אנדערע פלאטפארמעס ווי זיך אויסצוגעבן...

נו, פאק פעק און הולך פון דא.

ס׳איז אבער נישט אמת וואס די זאגסט.
רשעות קאלטע סעלצער
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

עפעס א בריוו דא אין ״איד״ ביים קאלום ״אידן שרייבן צום איד״ עס זעהט אויס ווי די טעמע ווערט אדרעסירט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

sholom88 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן: כ'האב אנדערע פלאטפארמעס ווי זיך אויסצוגעבן...

יעע.. דאס ווייסן מיר גוט.. מיר שפירן עס איטליכן וואך
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רוח מצויה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אבער נישט אמת, זיי זענען נישט געוועהן פרא אבאמא בכלל, נאר ווען דער שרייבער האט געזעהן כי כלתה עליו האט ער דעסיידעד צו גיין פולי קעגן טראמפ און אבאמא איז אים גוט געווארען.

די פראבלעמען וואס זיי האבען איז סך גרעסער ווי זשאסט פאליטיקס, עס איז די קוואליטעט פון א צוועלף יעריג קינד, כתה ט׳ סטייל.

עגרי פולי, די פלעינע וועלטליכע נייעס דארף גאר א שטארקע תיקון דארט סיי אין קוואליטעיט, און סיי און שפראך, ס'ליינט זיך עפעס זייער נישט געשמאק דארט, ס'איז נישט קיין פארגלייך צו די די צייטונג וואס איז געשריבן אויף אסאך א געשמאקערע שפראך און ליינט זיך אסאך מער פליסיג.

איך וואלט געחלומ'ט פון א 'דער איד' וואס אזעלכע שרייבערס ווי מטעמים, זאכליך, בוידעם, טינק טאנק, פאליק וכו'

א 'בלאט' מיט שרייבערס ווי טשאדעלע, וויכטיג מאכער, צל עובר, שמאטע וכו'

(כאפצעם, ברירה, און הבל ווייס איך פשוט נישט אויף וועלכע זייט זיי שטייען...) דאן וואלט געווען וואס צו ליינען...

שכח פאר די קאמפלעמענט.
גראדע דער איד האט זייער גוטע ביזנעס נייעס.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אקטאבער 05, 2018 12:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

sholom88 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:עס איז היינט נישט דא קיין חילוק צווישען שרייבער, אנאליזער, ליינער און צוהערער צו נייעס אלע קענען די זעלבע נייעס און אלע פארשטייען די זעלבע די נייעס.

יעדער ברענגט אמאל ארויס גוטע פוינטס און יעדער האט זייער מיינונג געסעט אויף יעדע נייעס נאך פאר די נייעס האט שוין פאסירט.

נישט פארהאן קיין גרעסערע ארעגאנץ ווי דאס. גארנישט פערזענליך קעגן דיר. איינער וואס ספעציאלעזירט זיך אין א אינדוסטריע (ווי נייעס) פארשטייט נישט מער ווי איינער וואס סקענט אראפ א טוויטער העדליין פיד?!

וויפיהל קען א היימישער איד פארשטיין איבער קעפיטעל פאנישמענט - למשל? אויף וועלכע זייט זענט איר אדער א באקאנטע אמאל געווען? האט איר אמאל געהאט איינעם אויך די טויט רייע? וואוינט איר אין א הויכע ווילדע קריים געגנט? (מ'רעדט נישט פון גניבות א.ד.ג.)
האט איר א פריינט וואס האט פארלוירן א קינד צו גענג שיסעריי? אדער וואס האט גאר א זוהן וואס איז אין א גענג?

קענט איר א דראג-עדיקט?

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער פיסקעל פאליטיקס? אז דער גוי דארף געבן פאר'ן איד געלד, כי בשבילי נברא העולם אדער ווייל זיי נעמען גענוג...

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער סאשעל פאליטיקס? אויף די הגדרה אז די אמעריקאנער רעגירונג דארף האבן א מאראלישע סטאנדארן וואס זאל שטימען מיט אונזער תורה"ק?

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער אויסערן פאליטיק? אויף אייער אייגענע פרא אדער אנטי איזראעל שיטה, און דאס איבריגע וועלט איז אומרעלעוואנט און א שאג יעדעס פעני אדער סאלדאט וואס ווערט אהינגעשיקט. ריכטיג?

אויף וואס איז געבויעט אייער צופרידענהייט איבער טראמפ? ווייל ער האט באפרייט רובאשקין און פירט א אנטי-פאלעסטינער אגענדע?

אלעס איז פיין און וואויל, אבער די זאכען זענען נישט קיין לעגיטימע פאליטיק, נאר שיטות געבויט אויף זייטיג (כלפי די טעמע) פילינגס און שיטות. מ'קען אוודאי נישט פירן א לאנד פול מיט אנדערע בירגער געבויעט אויף אזעלכע שיטות.

אויף וואס איז געבויעט אייער אינפארמאציע? איר לאכט פון די מידיא, ווייל זיי זענען פעיק ניוז... וויאזוי זענט איר דאס געוואר געווארן? טראמפ, אלעקס דזשאונס, שאן העניטי, ראש ליבאו האבן אייך געזאגט? ווער איז אין א פאזיציע צו אנפלעקן די פאלשקייט פון די מידיא? ווער גייט אראפ צו די סצענע פון יעדע קריג, אינצידענט און באריכטעט קראנטערע אינפארמאציע? וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע? מיא'ן רופן דעם אמת ליגנט און דאס ליגנט אמת, האט איר זיך איינס בעוול'ט, אבער קיינעם פאר'נער'ט...

נאכאמאל, אין מיין נישט דיר ספעציפיש, נאר די מענטאליטעט פון יעדער וואס האט א גאנצע מיינונג און פארשטאנד איבער עקאנאמיע (און קען נישט באלאנסירן די אייגענע טשעק בוך), איבער העלט קעיר (אבער איז קעגן די פלו-שאט און האט נאכנישט באצאלט א דאקטאר פון טאש אין לעבן), איז פרא רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן (אבער האט נישט די מינדעסטע פארשטאנד וואס די ברייטערע ספעקטרום ערהאלט), אויסערן פאליטיק (אבער ווייסט נישט אין וועלכע קאנטינענט געפונט זיך אפילו צען לענדער, אדער וואספארא רעגירונג זיי פארמאגן), האנדל פאליסי (אבער איז שטרענג באזירט אויף עמעזאן קויף און פארקויף עקספיריענס), ראסע דעוויזיע (אבער די איינציגסטע ריכטיגע אנטיסעמיט אדער ראסיסט וואס איר אמאל באגעגנט, איז א פאליציאנט וואס האט אייך געשטריבן א טיקעט, אדער עמיוזמענט פארק וואס האט אויף נישט געלאזט אויפשטעלן א סוכה פאר ראשו ורובו ושולחנו), אימיגראציע (וויל מיר זענען שוין דא...), א.א.וו.

אוי קומסטו אריין קלאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”