נא_שכל האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:בראשית ברא האט געשריבן:איינער האט אפשר דאס וואס ר' סענדר דייטש שרייבט ועוגן קו התאריך מיטן רבין ז"ל ?
עס איז געדריקט אין זיין ספר בוצינא קדישא. דארט ברענגט ער א וועלט מיט שמועסן וואס ער האט געהאט מיט'ן סאטמאר רבי'ן זצ"ל. גאר אינטערסאנטע זאכן.
אז מען רעדט שוין, הרה"ח המפורסם ר' אלימלך לייפער (מטאהש-אנטווערפן) האט אין זיין אוצר אסאך שמועסן וואס ער האט געהערט פון ר' סענדער ז"ל
אגב אז מען רעדט שוין... מען מעג שוין מאכן אן אשכול איבער ר' אלימלך'ס ארטיקלן וואס פלעגן לויפן אין די "די וועלט" אויסגאבע.
ווי אויך איז דא ניקים פונעם אינגען דור אשר לא ידעו את המֵלך, פרעגן זיי וואס איז דאס "די וועלט"?
דאס איז א אויסגאבע וואס הרה"ח בנש"ק ר' אלימלך לייפער שליט"א האט רעדאגירט און ארויסגעגעבן. כ'מיין א נאר ער פלעגט דארט שרייבן, ס'האט אינגאנצען געהאט עטליכע ארטיקלן, מ'האט געקעוואלן פון יעדען ארטיקל עקסטער. ער פלעגט דארט מאכן פיל שימוש פון ר' סענדער'ס ארטיקלן. כמדומה ער האט זיך געהאלטן א תלמיד אין שרייבעריי פון אים.
דער אמת איך בין נישט דער וואס קען עס באשרייבן, אויף דעם קען מען ריכטיג זאגן, ניתי ספר ונחזי!
על כן מאך איך אויף דעם אשכול, ווער ס'האט נאך עפעס אלטע פאפירן פון "די וועלט" איז געבעטן מהנה צו זיין דעם עולם דערמיט.
***
און אנהייב פלעגט עס ארויסקומען און גאר א גרויסע בלעטל וואס מ'האט געדארפט פארקיינטשען, שפעטער האט ער עס פארקלענערט.
די אויסגאבע קומט שוין היינט נישט ארויס, אבער אפשר וועט ר' אלימלך זיך נאך צוריק נעמען דערצו.
דא האט איר א סקען פון איינע פון די שער בלעטלעך פון די וועלט - ניסן תשס"ח. ווי אויך איין ארטיקל "בריך מתייך לשלם", וואס דארט ווערט באגריסט די עפענוג פון די "דינוב"ער קהילה אין ווילאמסבורג.
ליינט און האט הנאה!