"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:24 am

כ׳זעה אז דער שמועס קען זיך דא צוען אין די לופט אריין.
די וואס מיר ברענגען פון די רמ״א איז נישט געברענגט בתורת ׳קשיא׳, בלויז אלס אן אינטערסאנטע אויפמערקזאמקייט.
איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער לדעתי איז אייערע אבזערוואציע, העכסט איבערגעטריבן.

מיר האבן א ספעציעלן געצאלטען מגיה וואס איז געשטעלט בלויז דערויף, דורכצוגיין די תוכן אז עס זאל ראוי לעלות על שולחן מלכים ובני מלכים, גראדע איז אט די ארטיקל אויך ספעציעל איבערגעגעבן פאר א מלמד דרדקי מומחה, זיכער צו מאכן אז עס איז ראוי פאר יונגע מוחות.

כמובן, וועלן מיר ווייטער אכטונג געבן אז עס זאלן זיין כדין וכדת, בפרט פאר יונגע מוחות.
בכ״ר יונ״ה
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

ידען נפלא מאד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 4:49 am

תגובהדורך ידען נפלא מאד » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:33 am

יישר כח, פאר אלע וואס האבן זיך גענומען דאס מיה צו פארענטפערן, און יעצט וועל איך פראביערן נאכאמאל אביסל בעסער מסביר זיין מיין טענות:

דאס וואס הרב בעל הקנקן שרייבט אז ער האט ספעציעל גענומען א מגיה, ליידער ליידער זענען היינט רוב וואס זענען מגיה [וואס ספרים נעמען] לא שנה ולא פרש, פארשטיין נישט לימינם ולשמאלם, [איך זאג דאס מתוך נסיון, ואכהמ"ל], און דאס וואס ער שרייבט א מלמד מומחה האט דאס דורך געקוקט ווער איך אויכט נישט נתפעל, איך וועל דא ציטירען אפאר לשונות פון דו ערשטע 3 עמודים, וואס דאס זענען בעיקר דו טענות.

עמוד 6: קעז קוכן?! וואס איז מיט חנוכה ליכט, נעכטן נאכט?
חנוכה, וואס?
חנוכה ליכט, וואס, האסט נישט געצונדן די מנורה?!
כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדסט!
אברהם, קעז קוכן האסטו געגעסן! אבער וואס חנוכה ליכט איז ווייסטו נישט?
קוק אהער, כ'האב אנגעהויבן צו לערנען הלכות חנוכרה, צו וויסן וואס צו טוען, נעכטן האב איך געלערנט סי' תר"ע, דארט שטייט אז חנוכה זאל מען עסן קעז, ווייל דאס איז א זכר צו דעם נס פון חנוכה
וואס פארקויפסטו מיר באבע מעשיות, דו האסט גארנישט באגעגענט (איז) [אז] מען האט נעכטן געדארפט צינדן א ליכטעלע ביי די טיר?
ניין! אבער ד....

קודם אויב האט ער געלערנט סימן תר"ע, פאר עס שטייט וועגען קעז שטייט שוין וועגען עשיית מלאכה בשעת הדלקת נרות, איז וויאזוי קען זיין אז ער האט בכלל נישט געוואוסט פון א ענין פון הדלקת נרות.

עמוד 7: בערל גייט אוועק פון אברהם, אינגאנצען ענטוישט און צעמישט.
אבער אברהם איז נישט אינגאנצן אומגערעכט...

וואס הייסט, יא ער איז אינגאנצען אומגערעכט, זייער פיין קעז קוכען איז א גאר גאר חשובע מנהג און ענין, אבער דאס איז ממש א טפל, פונקט ווי איינער וועט זאגען נאך שבועות, אז ער האט נישט געדאווענט וכו' נאר געגעסען מילכיג'ס...

שם: ווען מען קוקט אריין אין טור אורח חיים סי' תר"ע, ווערט טאקע געברענגט די געשיכטע פון דעם נס פונ'ם פך שמן. אבער דאך אין שלחן ערוך שטייט גאנץ עפעס אנדערש.
... יש אומרים שיש לאכול גבינה בחנוכה, לפי שהנס נעשה בחלב שהאכילה יהודית את האויב.

לכאורה דער וואס האט דאס געשריבען פארשטייט נישט קיין לערנען, דו שו"ע קומט דא נישט צו מסביר זיין די גאנצע נס וואס אויף דעם האט מען קובע געווען דו נס חנוכה, ער ברענגט סה"כ אז א חלק פון די נס [צו עיקר הנס] דהיינו דו התחלה פון דו נס האט זיך אנגעפאנגען דורך דו נס פון עסן קעז, ממילא זאל מען עסן קעז, אבער נישט אז דו נס פון חנוכה וואס אויף דעם מאכט מען אז זכר איז דו נס פון קעז

שם: ווי עס זאל נאר נישט זיין שטייט אז דער נס פון חנוכה, מיט'ן ה' הידועה, האט פאסירט מיט מילעך, ואוס יהודית האט געפיטערט דעם פיינט! די הלכות פון חנוכה ליכט איז הערשט סי' תרע"א.

אויף דעם איז אויכט די פריערדיגע הערה, און דו קומענדיגע הערה

שם: פארשטייט זיך... דאך ברענגט דער אויסשטעל פון די הלכות ארויס עפעס וואס מען דארף זיך מער אריינטיפן דעראין.

אויף דעם האב איך שוין געשריבען, דאס איז ממש דברים של קש, ווייל דו טור און שו"ע זענען געבויט אויף די גמרא, און אין די גמרא שטייט קודם דו פשוטע הלכות פון חנוכה אז ס'איז אסור בהספד וכו', און נאכדעם דו הלכות פון מנורה, איז דאס איז פשוט אז קודם שרייבט מען דו עצם יום טוב, און נאכדעם דו פרטים פון יום טוב, ממילא איז דאס ברענגען דעם ענין פון קעז, וואס דו רמ"א שרייבט דאס אויף דו מחבר וואס זאגט אז ס'איז נישט דא קיין חיוב סעודה און חנוכה, ממש דאס פלאץ צו ווערן געשריבען פאר דו ענין פון נרות.

עכ"פ היוצא לנו מדברינו עד כאן, אז אמת דאס מאמר מאכט גאר שיין סדר און דו סדר הענינים, וואס ביי רוב מענטשן איז עס זייער צומישט, אבער דער כותב משום איזה סיבה שהוא, האט נישט גענוג אכטונג געגעבען וואס ער האט געשריבען

לעת עתה די בזה

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:48 am

ידען נפלא מאד האט געשריבן:יישר כח, פאר אלע וואס האבן זיך גענומען דאס מיה צו פארענטפערן, און יעצט וועל איך פראביערן נאכאמאל אביסל בעסער מסביר זיין מיין טענות:

אנטשילדוג'ט פאר זיך אריינמישן אבער איר זעהט אויס צו זיין גאר א טריקנע מענטש וואס קען נישט פארשטיין אביסעל הומער. ודי בזה

פריעדמאן פון ב.פ.
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 28, 2018 7:47 pm

תגובהדורך פריעדמאן פון ב.פ. » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:17 pm

"ידען" "נפלא" "מאד" -- איך האב געמוזט איבערליינען די ארטיקל צו זען וואס זענען זיינע טענות זענען. ולע מצאתי שום שמץ של דופי. איך קען נישט פארשטיין וואס דער האט דא געטראפן שלעכט.

די טענה קומט אפשר פון א קורצע הבנה דאן ברויך נישט ענטפערן גארנישט

אדער קומט עס פון נגיעות. דאן איז די ריכטיגע מראה מקום וואס מען דארף אנצייכענען נישט אין על הניסים און נישט אין פרי חדש, דער מראה מקום איז אין או''ח סימן תר''ו סיעף א' סוף פונעם רמ''א.

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:42 pm

איך האב נישט געליינט קנקן, און איך נעם נישט קיין שטעלונג.

אבער וואס חי אריכי האט געשריבן א ראי' פון די גמרא

חיי אריכי האט געשריבן:קוקטס אריין וואו די ווילסט נאר אין חז״ל וואס רעדט פונעם נס חנוכה שטייט נישט קיין איין ווארט אז ס׳איז דא א מצוה פון נר חנוכה, (איך ווייס ס׳איז א גרויסער פלא, און מענטש ווייסן נישט פון דעם אבער איר אלץ אזא גרויסער ידען וואלט איר געדארפט דאס צו וויסן)
לאמיר אויפמישן א גמרא מסכת שבת דף כ״א: די גמרא פרעגט, מאי חנוכה, נאָ לאמיר זעהן וואס די גמרא ענטפערט, דתנו רבנן בכ״ה בכסליו יומי דחנוכה תמניא אינון וכו׳ שכשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול ולא היה בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים,
יעצט קוק גוט וואס די גמרא פיהרט אויס: לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים ״בהלל והודאה״
שטייט נישט קיין איין ווארט פון א מצוה פון צינדן,
יעצט קוק וואס שטייט אין ״על הניסים״ איך ווייס אז ס׳שטייט אז ס׳איז געוועהן א גרויסער נס פון והדליקו נירות אבער ס׳שטייט נישט אז מ׳האט מתקן געוועהן א מצוה,
וואס שטייט, וקבעו שמונת ימי חנוכה אלו ״להודות ולהלל לשמך הגדול״

חיי אריכי האט געשריבן:פיין וועל איך נאך איינמאל פראבירן מסביר צו זיין, און אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט, זאלסטו עס איבערקוקן אזויפיל מאל ביז דו פארשטייס...

יעצט צום פינטיל מאי חנוכה? דער תירוץ איז, די קדושה האט גובר געוועהן
די גמרא זאגט, סיי כשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום, און סיי דער נס מיט די שמן,
אבער וואס איז דער עיקר? אז ס׳איז געווארן אכט טעג יו״ט, לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים, מיט וואס? שטייט נישט מיטן צינדן חנוכה לעכט, נאר בהלל והודאה

זייטס מוחל און עפנטס נאכאמאל די גמרא

ערשט זאגט די גמרא אמר רב הונא פתילות ושמנים וכו' מדליקין בהם בחנוכה. דערנאך די סוגיא פון כבתה.
נאכדעם ברענגט די גמרא די טעם ב"ש פרי החג און ב"ה מעלין בקודש וכו'.
ואח"כ מאי חנוכה, פארוואס צינדט מען אכט טעג לעכט .... "בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה .... ולא היה בו אלא להדליק יום אחד, נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים."
ולשנה אחרת קבעום בהלל והודאה אויף די נס שמן. און אויף דעם איז די קשיא פון מאירי וב"י.
אויב די ווילסט קען איך מאכן נאך באלד אותיות, אבער אין המקרא יוצא מידי פשוטו !

איך מיין אז נעקסטע מאל זאל מען דן זיין צו פסח איז די עיקר עסן מצות, ווייל פון די גמרא זעט אויס די עיקר אור לארבעה עשר בודקין .....

--
אגב די ענינים אין נצחון המלחמה איז אויך מבואר אין די ספרים הקדושים לכאן ולכאן.
אבער פון דא ביז אז חנוכה איז נקבע געווארן נישט אויף די נרות איז א מהלך רב

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:46 pm

נו פארוואס פירט די גמרא נישט אויס, אז וועגן דעם צינדט מען חנוכה לעכט, פארוואס שטייט נאר להודות ולהלל?

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:53 pm

זעץ זיך לערנען

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:55 pm

די גמרא דערציילט אז מען צינדט חנוכה לעכט.

דערנאך פרעגט די גמרא פארוואס, און ענטפערט ווייל מען האט געטראפן א פך וואס האט געברענט אכט טעג.

דערנאך לייגט די גמרא צו אז מען האט אויך קובע געווען לכבוד דעם נס שמן, הלל והודאה.

יעצט וואו שטייט אין די גמרא דא נצחון המלחמה ??

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:25 pm

אינטערסאנט אז דער פיוט פון מעוז צור, און ועל הניסים, האבן פארשטאנען אזוי ווי מיר,
ומנותר קנקנים, נעשה נס לשושנים, בני בינה ימי שמונה, קבעו שיר ורננים.
שטייט נישט קבעו להדליק המנורה.

והדליקו נירות בחצרות קדשיך, וקבעו שמונת ימי חנוכה אלו, להודות ולהלל,
אויב ס׳איז אזא פשטות אז די גמרא רעדט פון צינדן, פארוואס שטייט דאס נישט אין די פיוטים.

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:32 pm

עס איז זייער א שיינע תורה פאר שבת חנוכה.

אבער מען קען נישט טוישן וואס עס שטייט אין די גמרא און זיכער נישט שרייבן:
חיי אריכי האט געשריבן:שטייט נישט קיין איין ווארט פון א מצוה פון צינדן,

בשעת ווען אין די גמרא שטייט נישט קיין איין ווארט וועגן נס מלחמה!!

איך האב מיך נישט באצויגן איבער די גאנצע שמועס, נאר בעיקר איבער ברענגן א ראי' פון א גמרא, בשעת ווען עס איז קלאר מפורש אויפן זעלבן עמוד דלא כדבריך.

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:35 pm

די פיוט מעוז צור, מוז בכלל נישט זיין אזוי פשט, אויב מען קען פיוטים.

און אפילו עס איז א קשיא פון ועל הניסים וכדומה, איז עס זייער שיין צו זאגן תורות און דריקן חידושים אין לייען מאטריאל.
אבער טוישן די פשוטע מציאות האט נישט קיין פשט.

גראדע איז מסתם דא מער תירוצים אויף די ב"י קשיא ווי די נושא וואס צייגט אז די עיקר איז די נס השמן.

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:49 pm

איך זעה מ׳גייט זיך האלטן אין איין דרייען, און אין ערגעץ נישט אנקומען,
איך וועל מסביר זיין קלארער וואס איך מיין,

דער יו״ט חנוכה האט מען מתקן געוועהן פאר הלל והודאה, און דאס איז דער עיקר, צו דעם האט מען מתקן געוועהן א מצוה, פון הדלקה, (איך האב נישט געזאגט אז די מצוה פון נר חנוכה, איז א טפל, איך זאג נאר פארוואס מ׳האט מתקן געוועהן דעם יו״ט)

קוק אריין אין גמרא, איך ווייס אז די גמרא גייט ארויף אויף די מצוה פון הדלקה, אבער נאך די קשיא פון מאי חנוכה, ברענגט די גמרא א ברייתא, דתנו רבנן, וואס שטייט אין יענע ברייתא, אז מ׳האט געמאכט א יו״ט חנוכה, אויף הלל והודאה, שטייט נישט דארט קיין איין ווארט פון צינדן.
וואס איז דער ס״ה,
אז ווען רש״י פרעגט על איזהו נס קבעהו, פארוואס האט מען געמאכט בכלל א יו״ט, דער תירוץ איז, אז וועגן דעם נס מיטן פך, האט מען מתקן געוועהן א יו״ט, מיט וואס? מיט הלל והודאה, דאס זענען די תמניא יומין, צו דעם איז דא מצוה, פון הדלקה,
יעצט פארשטייסטו זעהר גוט, דאס וואס איך האב געברענגט פון רבי שלמה קלוגער, אז הלל והודאה, איז עדיף.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:58 pm

דאס איז זיכער אז עס איז דא א שטארקע חיוב און חנוכה פון להודות ולהלל, ליידער זענען א סאך וואוילע אידן וואס קאכן אריין ביים לעכט צינדן מזלזל אין די חלק הלל והודאה.

ר' שלמה קלוגער שרייבט להלכה אז די חיוב פון הלל איז וויכטיגער פון די חיוב הדלקת נר חנוכה און אויב צ.ב.ש. איינער קען נאר טון איינס פון די צוויי איז הלל וויכטיגער.

אבער די ענין פון להודות ולהלל קען ארויפגיין אויף די מלחמה און עס קען ארויפגיין אויף די נס מיטן שמן.
דער קדושת לוי זאגט אז די נס פון מלחמה איז נאכנישט גענוג געווען צו ווייזן די אהבה און השגחה פונעם באשעפער אל עם קרובו, הערשט ווען זיי האבן געזען די נס פון שמן האבן זיי איינגעזען די ניסים און די השגחה פונעם באשעפער ביי די מלחמה.

אבער אוועקמאכן דער ענין פון נירות חנוכה איז עפעס ... איך ווייס נישט וואס, עפעס נישט צום זאך.

---
הערה. דער גאנצער קנקן ארטיקל לייגט אראפ דער ענין פון מילכיגס ווי א טפל, דאס איז טאקע ריכטיג, אבער ער שרייבט נאכמער אז דער גאנצער ענין צו עסן מילכיגס האט כמעט נישט קיין מקור בעפאר די רמ''א! דער רמ''א ברענגט עס פון ר''ן אבער יונ''ה שרייט אז מען טרעפט עס נישט אין ר''ן אדער מדרשים חוץ איין גאר ווייטער מקור וואס איז נישט אזוי מוסמך.

מען דארף אבער וויסן אז דער רמ''א איז געשריבן מיט רוה''ק און איז אליין א מקור מוסמך. ח''ו אז איינער זאל מזלזל זיין אין א מנהג וואס די רמ''א שרייבט.
הגם ס'איז א פשוטע זאך פארט דארף מען עס צומאל חזר'ן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:59 pm

איצט זעה איך אז חיי אריכי האט שוין אויסגעקלארט זיינע ווערטער.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:54 pm

חיי אריכי האט געשריבן:איך זעה מ׳גייט זיך האלטן אין איין דרייען, און אין ערגעץ נישט אנקומען,
איך וועל מסביר זיין קלארער וואס איך מיין,

דער יו״ט חנוכה האט מען מתקן געוועהן פאר הלל והודאה, און דאס איז דער עיקר, צו דעם האט מען מתקן געוועהן א מצוה, פון הדלקה, (איך האב נישט געזאגט אז די מצוה פון נר חנוכה, איז א טפל, איך זאג נאר פארוואס מ׳האט מתקן געוועהן דעם יו״ט)

קוק אריין אין גמרא, איך ווייס אז די גמרא גייט ארויף אויף די מצוה פון הדלקה, אבער נאך די קשיא פון מאי חנוכה, ברענגט די גמרא א ברייתא, דתנו רבנן, וואס שטייט אין יענע ברייתא, אז מ׳האט געמאכט א יו״ט חנוכה, אויף הלל והודאה, שטייט נישט דארט קיין איין ווארט פון צינדן.
וואס איז דער ס״ה,
אז ווען רש״י פרעגט על איזהו נס קבעהו, פארוואס האט מען געמאכט בכלל א יו״ט, דער תירוץ איז, אז וועגן דעם נס מיטן פך, האט מען מתקן געוועהן א יו״ט, מיט וואס? מיט הלל והודאה, דאס זענען די תמניא יומין, צו דעם איז דא מצוה, פון הדלקה,
יעצט פארשטייסטו זעהר גוט, דאס וואס איך האב געברענגט פון רבי שלמה קלוגער, אז הלל והודאה, איז עדיף.

יישר כח פארן ערקלערן [איבערשרייבן] אייערע דיבורים.
זאגסטו אז די ברייתא זאגט אז אויף די נס השמן האט מען מתקן געווען הלל והודאה, סאיז לכאורה נישט פשוט פשט.

איי עס שטייט נישט שמן, די ב"ח אין סימן תר"ע רעדט שוין איבער די קשיא,
וז"ל: "קבעום ועשאום. כתב הרא"ם (שם) לפי גירסא זו קבעום קאי אהדלקה דלעיל ועשאום קאי אהלל והודאה, אבל לספרים שלא כתוב בהן אלא קבעום לבד, קשיא ממה שלא הוזכר גם הדלקה שהוא העיקר עיי"ש:"

קוטיג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 2:52 am

תגובהדורך קוטיג » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 5:15 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:הערה. דער גאנצער קנקן ארטיקל לייגט אראפ דער ענין פון מילכיגס ווי א טפל, דאס איז טאקע ריכטיג, אבער ער שרייבט נאכמער אז דער גאנצער ענין צו עסן מילכיגס האט כמעט נישט קיין מקור בעפאר די רמ''א! דער רמ''א ברענגט עס פון ר''ן אבער יונ''ה שרייט אז מען טרעפט עס נישט אין ר''ן אדער מדרשים חוץ איין גאר ווייטער מקור וואס איז נישט אזוי מוסמך.

מען דארף אבער וויסן אז דער רמ''א איז געשריבן מיט רוה''ק און איז אליין א מקור מוסמך. ח''ו אז איינער זאל מזלזל זיין אין א מנהג וואס די רמ''א שרייבט.
הגם ס'איז א פשוטע זאך פארט דארף מען עס צומאל חזר'ן.

איך האב נישט דעם 'קנקן' צו נאכקוקן, איך ווייס נישט וואס ער האט יא געשריבן און וואס נישט [דא אין א"י קומט עס נישט אן].
אבער וואס מען ברענגט דא אז יונ"ה שרייט אז מען טרעפט עס נישט אין ר"ן וכו',
איך ווייס נישט פארוואס ער טרעפט עס נישט, ס'איז דאך ממש א בפירוש'ער ר"ן אויפן בלאט, אין דפי הרי"ף שבת דף י ע"א, [מהדורת עוז והדר, שבת עמ' כז].
"וע"י אשה נעשה נס, דאמרינן במדרש דבתו של יוחנן האכילה לראש האויבים גבינה לשכר אותו, וחתכה את ראשו וברחו כולם, ועל זה נהגו לאכול גבינה בחנוכה".

מסתמא דאס איז דער מקור וואס דער רמ"א צייכנט צו.

ידען נפלא מאד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 4:49 am

תגובהדורך ידען נפלא מאד » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 5:55 pm

שמן האט געשריבן:
ידען נפלא מאד האט געשריבן:יישר כח, פאר אלע וואס האבן זיך גענומען דאס מיה צו פארענטפערן, און יעצט וועל איך פראביערן נאכאמאל אביסל בעסער מסביר זיין מיין טענות:

דאס וואס הרב בעל הקנקן שרייבט אז ער האט ספעציעל גענומען א מגיה, ליידער ליידער זענען היינט רוב וואס זענען מגיה [וואס ספרים נעמען] לא שנה ולא פרש, פארשטיין נישט לימינם ולשמאלם, [איך זאג דאס מתוך נסיון, ואכהמ"ל], און דאס וואס ער שרייבט א מלמד מומחה האט דאס דורך געקוקט ווער איך אויכט נישט נתפעל, איך וועל דא ציטירען אפאר לשונות פון דו ערשטע 3 עמודים, וואס דאס זענען בעיקר דו טענות.

עמוד 6: קעז קוכן?! וואס איז מיט חנוכה ליכט, נעכטן נאכט?
חנוכה, וואס?
חנוכה ליכט, וואס, האסט נישט געצונדן די מנורה?!
כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדסט!
אברהם, קעז קוכן האסטו געגעסן! אבער וואס חנוכה ליכט איז ווייסטו נישט?
קוק אהער, כ'האב אנגעהויבן צו לערנען הלכות חנוכרה, צו וויסן וואס צו טוען, נעכטן האב איך געלערנט סי' תר"ע, דארט שטייט אז חנוכה זאל מען עסן קעז, ווייל דאס איז א זכר צו דעם נס פון חנוכה
וואס פארקויפסטו מיר באבע מעשיות, דו האסט גארנישט באגעגענט (איז) [אז] מען האט נעכטן געדארפט צינדן א ליכטעלע ביי די טיר?
ניין! אבער ד....

קודם אויב האט ער געלערנט סימן תר"ע, פאר עס שטייט וועגען קעז שטייט שוין וועגען עשיית מלאכה בשעת הדלקת נרות, איז וויאזוי קען זיין אז ער האט בכלל נישט געוואוסט פון א ענין פון הדלקת נרות.

עמוד 7: בערל גייט אוועק פון אברהם, אינגאנצען ענטוישט און צעמישט.
אבער אברהם איז נישט אינגאנצן אומגערעכט...

וואס הייסט, יא ער איז אינגאנצען אומגערעכט, זייער פיין קעז קוכען איז א גאר גאר חשובע מנהג און ענין, אבער דאס איז ממש א טפל, פונקט ווי איינער וועט זאגען נאך שבועות, אז ער האט נישט געדאווענט וכו' נאר געגעסען מילכיג'ס...

שם: ווען מען קוקט אריין אין טור אורח חיים סי' תר"ע, ווערט טאקע געברענגט די געשיכטע פון דעם נס פונ'ם פך שמן. אבער דאך אין שלחן ערוך שטייט גאנץ עפעס אנדערש.
... יש אומרים שיש לאכול גבינה בחנוכה, לפי שהנס נעשה בחלב שהאכילה יהודית את האויב.

לכאורה דער וואס האט דאס געשריבען פארשטייט נישט קיין לערנען, דו שו"ע קומט דא נישט צו מסביר זיין די גאנצע נס וואס אויף דעם האט מען קובע געווען דו נס חנוכה, ער ברענגט סה"כ אז א חלק פון די נס [צו עיקר הנס] דהיינו דו התחלה פון דו נס האט זיך אנגעפאנגען דורך דו נס פון עסן קעז, ממילא זאל מען עסן קעז, אבער נישט אז דו נס פון חנוכה וואס אויף דעם מאכט מען אז זכר איז דו נס פון קעז

שם: ווי עס זאל נאר נישט זיין שטייט אז דער נס פון חנוכה, מיט'ן ה' הידועה, האט פאסירט מיט מילעך, ואוס יהודית האט געפיטערט דעם פיינט! די הלכות פון חנוכה ליכט איז הערשט סי' תרע"א.

אויף דעם איז אויכט די פריערדיגע הערה, און דו קומענדיגע הערה

שם: פארשטייט זיך... דאך ברענגט דער אויסשטעל פון די הלכות ארויס עפעס וואס מען דארף זיך מער אריינטיפן דעראין.

אויף דעם האב איך שוין געשריבען, דאס איז ממש דברים של קש, ווייל דו טור און שו"ע זענען געבויט אויף די גמרא, און אין די גמרא שטייט קודם דו פשוטע הלכות פון חנוכה אז ס'איז אסור בהספד וכו', און נאכדעם דו הלכות פון מנורה, איז דאס איז פשוט אז קודם שרייבט מען דו עצם יום טוב, און נאכדעם דו פרטים פון יום טוב, ממילא איז דאס ברענגען דעם ענין פון קעז, וואס דו רמ"א שרייבט דאס אויף דו מחבר וואס זאגט אז ס'איז נישט דא קיין חיוב סעודה און חנוכה, ממש דאס פלאץ צו ווערן געשריבען פאר דו ענין פון נרות.

עכ"פ היוצא לנו מדברינו עד כאן, אז אמת דאס מאמר מאכט גאר שיין סדר און דו סדר הענינים, וואס ביי רוב מענטשן איז עס זייער צומישט, אבער דער כותב משום איזה סיבה שהוא, האט נישט גענוג אכטונג געגעבען וואס ער האט געשריבען

לעת עתה די בזה

אנטשילדוג'ט פאר זיך אריינמישן אבער איר זעהט אויס צו זיין גאר א טריקנע מענטש וואס קען נישט פארשטיין אביסעל הומער. ודי בזה

אנטשולדיג אבער הומער איז זייער א גוטע און פיינע זאך אבער נישט שרייבן פארקערט או פאלטש

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:07 pm

איך האב נישט געליינט די קנקן ארטיקעל דערווייל

אבער די נאמען ידען נפלא מאוד און די מספר התגובות זאגט אלעס

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:17 pm

מצב כללי האט געשריבן:איך האב נישט געליינט די קנקן ארטיקעל דערווייל

אבער די נאמען ידען נפלא מאוד און די מספר התגובות זאגט אלעס

איך האב נאכנישט געליינט דעם קנקן דערווייל, אבער אזויפיל נייע ניקס וואס ליינען נישט קנקן צינדט אן א לעמפל אז ער מאכט נישט קיין געלט...

גראדע האב איך אן ערנסטע חשד אז קוטיג, שירה, ידען, חיי, הערשעלע פאסטעכער ועוד, האבן טאקע נישט 'געקויפט' קנקן.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:03 pm

מיר האבן דעם קנקן און ב"ה שטארק הנאה געהאט דערפון. פערצופאל דעם ארטיקעל האבען מיר נישט אנגעקומען צום ליינען. האב מירעס איצטערט ארויסגענומען. א שיינע ארטיקעל, און מיר פארשטייען בכלל נישט די קריטיק. קאן זיין סאיז דא מענטשען וואס האבען נישט ליעב אז מען צייגט זיי צו, קוק דא איז די מקור פאר דעם און דא שטייט דאס... זיי ווילען ענדערשער אלץ זאל בלייבען אן א שום הבנה. עכ"פ מיר האבען געגליכען די ארטיקעל, אבער אין די לבלר מאגאזין איז געשריבען די זעלבע נושא און זיי ברענגען צו אנדערע מקורות וואס שטייט דארט גאר אז די גאנצע מעשה האט נישט קיין שייכות מיט חנוכה!
זעמער שוין אביסעל צעמישט. איך שיהיה האלטען מיר נישט אז דאס איז עפעס א פראבלעם די הקדמה. ואסיים בברכת עלה והצלח

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:04 pm

קוטיג האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:הערה. דער גאנצער קנקן ארטיקל לייגט אראפ דער ענין פון מילכיגס ווי א טפל, דאס איז טאקע ריכטיג, אבער ער שרייבט נאכמער אז דער גאנצער ענין צו עסן מילכיגס האט כמעט נישט קיין מקור בעפאר די רמ''א! דער רמ''א ברענגט עס פון ר''ן אבער יונ''ה שרייט אז מען טרעפט עס נישט אין ר''ן אדער מדרשים חוץ איין גאר ווייטער מקור וואס איז נישט אזוי מוסמך.

מען דארף אבער וויסן אז דער רמ''א איז געשריבן מיט רוה''ק און איז אליין א מקור מוסמך. ח''ו אז איינער זאל מזלזל זיין אין א מנהג וואס די רמ''א שרייבט.
הגם ס'איז א פשוטע זאך פארט דארף מען עס צומאל חזר'ן.

איך האב נישט דעם 'קנקן' צו נאכקוקן, איך ווייס נישט וואס ער האט יא געשריבן און וואס נישט [דא אין א"י קומט עס נישט אן].
אבער וואס מען ברענגט דא אז יונ"ה שרייט אז מען טרעפט עס נישט אין ר"ן וכו',
איך ווייס נישט פארוואס ער טרעפט עס נישט, ס'איז דאך ממש א בפירוש'ער ר"ן אויפן בלאט, אין דפי הרי"ף שבת דף י ע"א, [מהדורת עוז והדר, שבת עמ' כז].
"וע"י אשה נעשה נס, דאמרינן במדרש דבתו של יוחנן האכילה לראש האויבים גבינה לשכר אותו, וחתכה את ראשו וברחו כולם, ועל זה נהגו לאכול גבינה בחנוכה".

מסתמא דאס איז דער מקור וואס דער רמ"א צייכנט צו.

אין די ארטיקעל אין קנקן ווינדערט ער זיך וואס איז געווען די מקור פון די "ראשונים" דהיינו פון וואו זיי האבען גענומען די חלק פון די קעז אין די געשיכטע. צו בקבלה צו פון א פארלוירענע מדרש וכו'

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג דעצמבער 07, 2018 10:20 am

search.php?keywords=יהודית&t=3179&sf=msgonly
אין דעם לינק איז דא אפאר אינטערעסאנטע תגובות איבער דעם מקור.

וואס קוקט אויס איז נישט אזוי באקאנט פאר'ן עולם דא, איז צווישן די אלע פארלוירענע מדרשים וואס מיר האבן נישט, איז געווען אמאל א קאלעקציע וואס איז נאר געווען באקאנט ביי די גריכן וואס דער רמב"ן רופט אן אין ספר דברים קאפיטל כא פסוק יד "מגלת שושן", מעגליך צוליב וואס די "מעשה שושנה" איז געווען די ערשטע אין די קאלעקציע. איינע פון די ספרים ווערט גערופן "ספר יהודית" אדער "מגילת יהודית" וואו עס שטייט די גאנצע מעשה מיט די נס פון יהודית און אליפורני. דער רמב"ן ברענגט א לענגערע אויסצוג וואס איז געווען דאן באקאנט אין אראמיש.

"ומורגל הוא אף בלשון ארמי כמו שכתוב במגלת שושן ושדר מלכא דאתור על כולהון עמירה דנינוה ועל כל דעמרין על יד ימא ועל עמור דכרמלא ודגלעד ואהפיכו פתגמא דנבוכדנצר כולהון עמורייא דארעא ולא תדחלון מיניה וכן במקומות רבים בספר ההוא... "

דער רמב"ן איז געווען באקאנט מיט נאך פון די ספרים וואס זענען קיינמאל נישט געווען באקאנט אין לשון קודש נאר איבערגעזעצט געווארן אין יווני און אין לאטיין. אזוי אויך איז באקאנט אז אינעם לאנגן גלות איז פארלוירן געגאנגען אסאך ספרים וואס דאס איז א לענגערע שמועס.

דאס איז וואס דער רמב"ן שרייבט אין די הקדמה אויף קהלת:

"ומצינו עוד ספר שנקרא חכמתא רבתא דשלמה והוא בלשון תרגום חמור מאד והגוים העתיקוהו מן הלשון ההוא ואני חושב שלא העתיקוהו אנשי חזקיהו מלך יהודה. אלא ירד עמהם לבבל על פה ושם אמרוהו בלשונם כי היו חכמות ולא נאמר ברוח הקודש".

די ווערסיע וואס די קירכע'ס האבן היינט פונעם "ספר יהודית", שטייט נאר אז זי האט אים אנגעטרונקען מיט וויין. געוויסע פון זיי האלטן אז דא איז געווען צומישעניש מיט די העלדן 'יעל' און 'סיסרא' ביי די מעשה מיט 'ברק' און 'דבורה הנביאה' אין ספר שופטים וואס האט געוויסע ענליכקייטן און דארט איז די נס געשעהן דורך מילך.

מיר קענען אבער אויף קיין פאל מהרהר זיין אויף די הייליגע ווערטער פונעם רמ"א און דאס איז אנגענומען אלס מנהג קדוש. פון וואו דער רמ"א נעמט דאס איז נישט באקאנט, אבער די ספר יהודית געבט א שטיקל ליכט אין די מעגליכקייט אז דאס קומט מעגליך פון דארט. אויך פלעגט זיין א מנהג ביי אידן אין אראבישע מדינות בעיקר אין טוניזיע אז די זיבעטע טאג חנוכה ראש חודש טבת איז געווען ספעציעלע יו"ט פאר פרויען און מיידלעך, "עיד על בנת" אדער ר"ח של בנות און מען האט געגעסן קעז מיט פארשידענע אויל'יגע געקעכטס.

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » פרייטאג דעצמבער 07, 2018 10:33 am

גולם פון פראג האט געשריבן:מיר האבן דעם קנקן און ב"ה שטארק הנאה געהאט דערפון. פערצופאל דעם ארטיקעל האבען מיר נישט אנגעקומען צום ליינען. האב מירעס איצטערט ארויסגענומען. א שיינע ארטיקעל, און מיר פארשטייען בכלל נישט די קריטיק. קאן זיין סאיז דא מענטשען וואס האבען נישט ליעב אז מען צייגט זיי צו, קוק דא איז די מקור פאר דעם און דא שטייט דאס...

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איך האב נישט געליינט די קנקן ארטיקעל דערווייל
אבער די נאמען ידען נפלא מאוד און די מספר התגובות זאגט אלעס

איך האב נאכנישט געליינט דעם קנקן דערווייל, אבער אזויפיל נייע ניקס וואס ליינען נישט קנקן צינדט אן א לעמפל אז ער מאכט נישט קיין געלט...

גראדע האב איך אן ערנסטע חשד אז קוטיג, שירה, ידען, חיי, הערשעלע פאסטעכער ועוד, האבן טאקע נישט 'געקויפט' קנקן.

בשער בת רבים וויל איך מודיע זיין איך בין בכלל נישט געקומען קריטיקירן קנקן
און מען קען נישט קריטיקירן אויף א זאך וואס מען האט נישט געליינט

ועיין מה שכתבתי כאן
שירה וזמרה האט געשריבן:איך האב נישט געליינט קנקן, און איך נעם נישט קיין שטעלונג.

אבער וואס חי אריכי האט געשריבן א ראי' פון די גמרא
זייטס מוחל און עפנטס נאכאמאל די גמרא

איך האב נאר געוואלט אויסקלארן דאס ענין

וואונטשן מיר פאר קנקן אסאך הצלחה

[פארצופאל הרב אסדר זעמיר נישט אזא נייע ניק]

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג דעצמבער 09, 2018 6:23 am

קוטיג האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:הערה. דער גאנצער קנקן ארטיקל לייגט אראפ דער ענין פון מילכיגס ווי א טפל, דאס איז טאקע ריכטיג, אבער ער שרייבט נאכמער אז דער גאנצער ענין צו עסן מילכיגס האט כמעט נישט קיין מקור בעפאר די רמ''א! דער רמ''א ברענגט עס פון ר''ן אבער יונ''ה שרייט אז מען טרעפט עס נישט אין ר''ן אדער מדרשים חוץ איין גאר ווייטער מקור וואס איז נישט אזוי מוסמך.

מען דארף אבער וויסן אז דער רמ''א איז געשריבן מיט רוה''ק און איז אליין א מקור מוסמך. ח''ו אז איינער זאל מזלזל זיין אין א מנהג וואס די רמ''א שרייבט.
הגם ס'איז א פשוטע זאך פארט דארף מען עס צומאל חזר'ן.

איך האב נישט דעם 'קנקן' צו נאכקוקן, איך ווייס נישט וואס ער האט יא געשריבן און וואס נישט [דא אין א"י קומט עס נישט אן].
אבער וואס מען ברענגט דא אז יונ"ה שרייט אז מען טרעפט עס נישט אין ר"ן וכו',
איך ווייס נישט פארוואס ער טרעפט עס נישט, ס'איז דאך ממש א בפירוש'ער ר"ן אויפן בלאט, אין דפי הרי"ף שבת דף י ע"א, [מהדורת עוז והדר, שבת עמ' כז].
"וע"י אשה נעשה נס, דאמרינן במדרש דבתו של יוחנן האכילה לראש האויבים גבינה לשכר אותו, וחתכה את ראשו וברחו כולם, ועל זה נהגו לאכול גבינה בחנוכה".

מסתמא דאס איז דער מקור וואס דער רמ"א צייכנט צו.

גראדע קומט עס יא קיין א"י זייט מברר ביי די מוכרים
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג דעצמבער 09, 2018 6:29 am

מצב כללי האט געשריבן:איך האב נישט געליינט די קנקן ארטיקעל דערווייל

אבער די נאמען ידען נפלא מאוד און די מספר התגובות זאגט אלעס

;l;p-
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט