"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:05 pm

קן קולמתא האט געשריבן:ווי עס שיינט איז דער עולם קנקנ'יזירט געווארן, די סחורה לויפט אויס פון די געשעפטן סיי דאהי און סיי אין אייראפע, דאס ברענגט צו די מסקנא אז עס איז שוין איינמאל דא א דימענד פאר תוכנ'דיגע אויסגאבעס!

אוודאי איז דא א דימענד, אבער אויב קנקן איז טאקע די לעזונג דערצו קענסטו נישט וויסן ביז די צווייטע אויסגאבע וועט צוכאפט ווערן..

מאטכע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 1:37 pm

איך בין געווען אין אפאר סטארס אין איך האב עס נישט געטראפן

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:17 pm

אינ'ם אויסגאבע איז דא אפאר מאל בילדער מצבא השמים השמש והירח. וואס איז נישט אויס געהאלטן להלכה

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:42 pm

וואס וועט זיין מיט די מונטריאולע אידן, מע ווארט שוין אזוי לאנג אויף דעם

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:53 pm

אופס! אויסגעגאנגען די סחורה!

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:15 am

היינט נאך געזעהן אין די געשעפטן, איך האב געהאט א בחירה צו קויפן די "אינטערסאנט" אדער די קןקן, איך האב בוחר געווען די "אינטערסאנט" סיי וויבאלד דאס האט מיר אויסגעזעהן מער אינטערסאנט, און סיי וויבאלד עס איז געווען ביליגער. די קן קן האט מיר אויסגעזעהן עפעס צו טיף

בויער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm

תגובהדורך בויער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:31 pm

הרב קנקן - איר האט ארויפגעברענגט די אידישע ליטעראטור (גוט געספעלט?) צו א פרישע הויכע ניווא. כח לחי, אסאך הצלחה אויף ווייטער. כלל ישראל דארף נאך דערפון

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:01 pm

אין מאנסי איז עס דא ציבאקומען?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:03 pm

וואו איז עס צו באקומען אין ב"פ?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:20 pm

איינער ווייסט וואו מען קען עס באקומען אין בלומינגבורג?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:36 pm

אין דשערזי סיטי עניוואן?
הק' איש ימיני

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:38 pm

מאנטיסעלא?

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:40 pm

:lol:
קן קולמתא האט געשריבן:ווי עס שיינט איז דער עולם קנקנ'יזירט געווארן
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:01 pm

רופא נפשות האט געשריבן:איינער ווייסט וואו מען קען עס באקומען אין בלומינגבורג?

שוין געטשעקט ביים גאז סטאנציע?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:03 pm

אין לינדען?
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:28 pm

איין קליינע קריטיק וואס איך שפיר איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט:

די פארזעצונגען.... ליינעט המשך אין נעקסטע קן...
העי, דאס איז 2 חדשים ארום. 60 טאג!

וואס האלט איר מיך ביים קאריק?
יא, איר ווילט מיר זאלן זיין גוט אנגערייצט און ארויסקוקן אויף די נעקסטע ״קן״. אקעי...
אבער, איז דאס עפעס א קינדליין וואס קומט ארויס וועכנטליך?

איך ליין די השתלשלות פון קבלת שבת... אופס, פארזעצונג קומט.

ביטע מאכט גרייט אן ארטיקל א דבר השלם קאמפעלט, אין יעדע ״קן״ נישט האלט אונז ביים גענאק 60 טאג.

אויב די פארזעצונגען וועלן פארזעצן - זאג איך נישט וואס איך פלאן חלילה צו טאן.

א דאנק,
ידידך ווייזער

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:11 pm

בראשית ברא האט געשריבן:אינ'ם אויסגאבע איז דא אפאר מאל בילדער מצבא השמים השמש והירח. וואס איז נישט אויס געהאלטן להלכה


ברוך הבא מורינו הגאון הגדול הרב בראשית ברא!
ביסט א דיין?

טימבל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 4:11 pm

תגובהדורך טימבל » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:12 pm

וויל עמיצער איינגיין אויף א קנקן שותפות, יענער קען עס ליינען בעפאר, ביטע זיך מעלדן.

#כפי יכולתי

אוועטאר
קנקן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:43 am

ווייזער האט געשריבן:איין קליינע קריטיק וואס איך שפיר איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט:

די פארזעצונגען.... ליינעט המשך אין נעקסטע קן...
העי, דאס איז 2 חדשים ארום. 60 טאג!

וואס האלט איר מיך ביים קאריק?
יא, איר ווילט מיר זאלן זיין גוט אנגערייצט און ארויסקוקן אויף די נעקסטע ״קן״. אקעי...
אבער, איז דאס עפעס א קינדליין וואס קומט ארויס וועכנטליך?

איך ליין די השתלשלות פון קבלת שבת... אופס, פארזעצונג קומט.

ביטע מאכט גרייט אן ארטיקל א דבר השלם קאמפעלט, אין יעדע ״קן״ נישט האלט אונז ביים גענאק 60 טאג.

אויב די פארזעצונגען וועלן פארזעצן - זאג איך נישט וואס איך פלאן חלילה צו טאן.

א דאנק,
ידידך ווייזער


איר ברענגט ארויס א שטארקע פונקט.
מצד השני, איז קבלת שבת גאר א גרויסע פארנעם, דעריבער וועלן זייטיגע טיילן דערפון, וואס וואלט ארגינעלע געדארפט זיין א טייל פון די ׳קבלת שבת׳ סעריע, ווערן געשריבען אין אנדערע רובריקן, אזוי אזוי עס זאל זיך נישט שלעפן ׳אזוי׳ לאנג.
קבלת שבת אליינס, איז מסתמא אזוי גראויס ווי איין איינצלענע קנקן.

בכ״ר
בעל ה׳קנקן׳

היינו דאמרי אנשי, קנקן איז ר״ת : ק׳ויף נ׳אך ק׳ויף נ׳אך

אוועטאר
קנקן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:49 am

חמרא טבא האט געשריבן:
רופא נפשות האט געשריבן:איינער ווייסט וואו מען קען עס באקומען אין בלומינגבורג?

שוין געטשעקט ביים גאז סטאנציע?

די אלע וואס וואוינען אין שטעטליך אדער געגנטער וואס זענען ספרים און יודאיקע געשעפטנלאז.
זאלן אזוי גוט זיין און בעהטן ביי די לאקאלע געשעפטן וואס זענען יא דא, אז זיי זאלן זיך פארבינדען מיט קנקנ׳ס דיסטריביטער.
אדער קען מען עס קויפן אנליין ביי ז. בערמאן בוקס

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:24 am

ווייזער האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אינ'ם אויסגאבע איז דא אפאר מאל בילדער מצבא השמים השמש והירח. וואס איז נישט אויס געהאלטן להלכה


ברוך הבא מורינו הגאון הגדול הרב בראשית ברא!
ביסט א דיין?

ס'איז יא אויסגעהאלטן להלכה? וואס איז א נפק"מ צו ער איז א דיין צו נישט?

און אז מ'רעדט שוין , אין שבט הלוי איז דא א תשובה דערוועגן וואו ער שרייבט אז מ'טאר נישט
זוכט איר דוי?

זכריהו
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובהדורך זכריהו » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:34 am

פיין, יעצט נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקומען איז עס דאך שוין א דבר הבא לעולם, קען מען עס אנאליזירן. א זאך וואס איך וואלט נישט סתם אזוי געטון, אבער איך פארשטיי אז דער מחבר וויל דוקא הערן פידבעק.

די רעיון פאר זיך איז זייער זייער גוט! עס קומט זיך גרויס קרעדיט פאר׳ן מחבר פאר׳ן זיך אריינלייגן דעם קאפ אין אזאלכע אינטערעסאנטע נושאים, כדי ליהנות בהם בני אדם. יא, דער עולם זוכט עפעס ארגינעל. איך בין אריין מיטוואך אין בית הספר און ער האט מיר געזאגט אז עס איז זייער שנעל אויסגעגאנגען, שנעלער ווי ער האט ערווארטעט.

אנשטאט דורכגיין פעידזש ביי פעידזש זאגן וואס עס דארף א תיקון, טראכט איך אז עס איז איין יסודות׳דיגע זאך וואס דער מחבר דארף אינאכט נעמען.

דאס אז ער איז אזא גרויסע ידען (און ער איז!), און דאס אז ער איז א שיינע בעל הסבר, מאכט אים נאכנישט פאר אן עורך פון אן אויסגאבע. א רעדאקטאר איז נישט נאר א שיינע טיטול, נאר איז בעצם א פאך פאר זיך, וואס מען טאר נישט ווערן איבערגענומען פון זיך אליינס, מען דארף טראכטן מער ברוטאל און זיך אריינלייגן אין די קאלירפולע מחשבות פון די עולם הקונים. נישט רחמנות האבן אויף זיך, נאר אראפנעמען און צולייגן מיט א רציחה אז די אויסגאבע זאל טראגן עפעס א פנים.

כמעט פון יעדן ווינקל פון די אויסגאבע שרייט ארויס אז דער אויסגאבע איז א וואן מען בענד פון א איד וואס לעבט זיך אין זיין ווינקעלע, און פארשטייט נישט וואס די ליינער ערווארטן צו זען חוץ די חומר זעלבסט.

קוק למשל די הקדמה, די ערשטע פאראגראף, וואס קוקט אויס ענדערש געשריבן אויף די ״בית נאמן שידוכים ליין״ סטייל... ווי עפעס א תגובה אויף אייוועלט. אנשטאט זיך היימיש מאכן מיט׳ן עולם טראגט ער אריין דעם עולם אין א וועלט וואס לויט זיין פרעספעקטיוו איז דאס די וויכטיגסטע, וויאזוי די אויסגאבע איז אויסגעשטעלט... (וואס גראדע איז די מהלך פון די אויסשטעל גאנץ יוניעק).

און נאכדעם די שפראך, און די ספעלינג. ווען עס וואלט ווען געווען קאנסיסטענט איז איין זאך, אבער איינמאל אזוי און איינמאל אזוי, וואס פאר א ״היסטאריע״ אינטעלעקטואלע אויסגאבע איז עס ממש א בזיון. חוץ אויב ער וויל אויסלערנען אלע אידיש רעדנדע יוצאי הונגריה א נייע מהלך אין ספעלינג און גרעמער.

דאס מאכן פארזעצונגען פון ארטיקלען כדי אריינצושטיפן ווי מער קליינע ארטיקלעך (ווי די העכסט אינפארמאטיווע קבלת שבת ארטיקל)... מאכן איין ארטיקל לשון הקודש און איינס אידיש... ועוד.

בקיצור, איך וואלט פארגעשלאגן אז דער מחבר זאל זיין דער שרייבער און מעגליך אויך די גרעפיקער, און נאכדעם זאל ער צאלן פאר א אונגארישע ראפאגאש שרייבער, זאל שטיין העכער אים, און צולייגן זאלץ און ספייסעס אז מען זאל קענען ארויסנעמען דעם פולן עדווענטעדזש פון די הערליכע אויסגאבע.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:04 am

דו שלאגסט פאר פארן מחבר אויף אייוועלט הייסט...
דאכט זיך ער האט עטליכע פריוואטע קאמיוניקאציע מיטלען, אריינגערעכנט דורך אייוועלט זעלבסט..

אוועטאר
קנקן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 5:19 am

נמחק כי נראה שדבריי לא הובנו כראוי וראיתי שנפגעו מזה.
ואתכם הסליחה.
לעצט פאראכטן דורך קנקן אום זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 9:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 8:45 am

יישר כח בעל הקנקן! ;l;p-
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט