"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: אחראי, געלעגער

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 5:44 pm

די זענען סאך בעסער

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 5:54 pm

אלמוני האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:יא! ענדליך דערגרייכט! געזעהן ביי בית הספר פאר נישטיגע 16 א דריי פערטל.

אזוי שנעל האט ער צוריקגעצויגן?

אלס עטוואס ביליגער, לערן זיך אויס ספרים פאר ביליג קויפט מען דארט

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:05 pm

געקויפט דעם קנקן פאר 17.75$ (מיט טעקסט איז אויסגעקומען 18.75)

גיימיר דאס גומע זיין
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:07 pm

טעקסט?
לעצט פאראכטן דורך אדער יא אום מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:09 pm

ווען מ'קען ווען
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:34 pm

דורכבלערטנדיג דעם קנקן, קען איך זאג מיט א פול מויל:
ס׳איז ווערד צו קויפן.
ס׳איז אינטרעסאנט צו ליינען,
ס׳איז פיין געשריבן!
פאר בחורים און קינדער איז עס זיכער חידושים נפלאים, בליציג, פיין געשריבן פאר גרעסערע קינדער און בחורים,
שיינע בילדער, שיינע פארצייטישע מאפעס, שיינע היסטארישע טאבעלעך כראנאלגישע מערקווירדיגע קעסטלעך מיט א שלל פון רייכע אינפארמאציע אויפן שפיץ פינגער, וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די תקופה אין וועלכן רובריק מ׳געפינט זיך אצינד +++


יעצט, פאר דעם ערוואקסענעם קלאס ליינער, איז אביסל שווערער צו ענטפערן, ווייל ס׳מערהייט ארטיקלען זענען געשריבן פאר קינדער : בחורים (ר׳ לייביש ליש סטיל).

1) דער קעניג אין שוהל - גאנץ אן באקאנטע ערציילונג איבער רבי משה נאראל ז״ל אב״ד מיץ.

2) רבי מרדכי יפה בעל הלבוש - קוים לדמותו והערכה מספר צמח דוד.

3) לייבעלע העלישוי - משיח שקר בימי נחמיה חיון.

4) דער חיד״א באזוכן דעם לייב. (שיינע בילדער פונעם טיער-גארטן).

5) אן אפיעל אין פאדאווא (תשובה מהשל״ה הק׳ אודות הפסק בקריאת התורה בעיר פאדאווא איטאליע).

6) היסטאריע פון קבלת שבת - כשמו כן הוא, נוסחאות ישנות מסידור רומי).

7) ספק שהחיינו - ברכת שהחיינו בליל ב׳ דראש השנה)

8) פיוט אף ברי - גשם.

9) מגילת יוחסין למהר״ל מפראג (בלה״ק)


צום שלוס:
די היסטאריע פון קבלת שבת, נוסחאות ישנות ספרד ואשכנז איז פאר מיר געווען די סורפרייז פון קן א׳.

כה לחי הרב יונ״ה!

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:55 pm

F187D705-F756-4A81-BDF4-2C82F4ADBB01.jpeg
קבלת שבת נוסח רומי (ספרד)
F187D705-F756-4A81-BDF4-2C82F4ADBB01.jpeg (423.38 KiB) געזעהן 1044 מאל


א פארצייטישער נוסח ספרד וואס מיר האבן נישט.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 8:24 pm

ווייזער איך קען נישט קיין איינס פון די 9 זאכן איך גלייב אז מיר וועט אלעס זיין אינטערעסאנט

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:01 pm

האב איך זיך איינגעהאנדלט דעם קנקן חדש פאר דעם פולן מחיר בכסף מלא פון זיבעצן רייכסטאלער מיט פינף און זיבעציג פפעניג וואס דער מלך פון אמעריקא וואס געפינט זיך אין עיר הבירה וואשינגטון יצ"ו האט געלאזט דרוקן אין דעם ספעציעלן שאץ קאמער פון די אמעריקאנער קעניגרייך
אויב פארשטייט איר נישט וואס איך רעדט, קויףט אייך ביטע דעם קנקן. איר וועט נישט חרטה האבן! כ'האב קוים אנגעהויבן אריינבליקן אבער ס'באמת א גאר מחוד'שדיג שטיקל, מלא הארוואניע און קענטענישן.
וועגן די הויכע פרייז, קען איך אייך זאגן איין זאך.
פאר וועמען די זאכן (וי"ג זאכענעס, ונהרא נהרא ופשטיה) זענען נישט אינטרעסאנט, איז דאס נישט ווערט אפילו פינף רייסטאלער, און ניטאמאל קיין פינף גראשן, און ניטאמאל קיין פינף אגורות, צו אפילו פינף זימבאבווער געלט, וואס מיט פינף טריליאן דערפון קען מען איינקויפן א פלעשל ספרינג וואסער. עכ"פ, כ'פארקריך דא אבער מיין נקודה איז אז איינער וואס האט נישט א געפיל צו די זאכן איז דאס נישט ווערט א רעטעך ווייל ער וועט נישט קענען אפליינען א האלבע פערעגרעף
פאר וועמען די זאכן זענען *יא* אינטערסאנט, איז עס ווערט יעדע רייכסטאלער!
ודי בזה.

שמעון לעווי
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm

תגובהדורך שמעון לעווי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:07 pm

איצטערט דורך געבלעטערט אין געשעפט קוקט אויס ס'ווערד יעדן גרייצער

אוועטאר
מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:19 pm

איצט אזוי. האמיר זיך איינגעהאנדעלט דאם "קנקן", באופן כללי שטארק הנאה געהאט!
טייל נושאים האמיר געקענט האלבוועגס, און עס איז מיר געווען אינטערעסאנט צו ערגענצן דאס בילד מיט די אלע פרישע אינפארמאציע.
ווי אויך פון די אנדערע נושאים וואס איך בין נישט געווען באקאנט, האב איך הנאה געהאט, און איך האלט נאך אינמיטן..

הערה! די "שפראך", האב איך שטארק געדארפט אראפשלינגען, אביסעלע צו שטארק קינדיש פאר מיר, (ווי "ווייזער" האט שוין אויפגעמערקט, "ר' לייבוש ליש" סטיל). אביסל אנטוישט דערפון. איך פארשטיי אז עס דארף זיין לייכט, אבער עס האט אויך א שיעור. פארט הנאה געהאט.

הארה! די אנטיק'ישע ווערק אויף די זייט איז פראכטפול. שטארק הנאה געהאט.

גוט פאר א לייכטע אויסבלאז, מיט א תוכנדיגע אויסגאבע. מיט שיינע ידיעות'לעך אין דער זייט. אויף קונה צו זיין עכטע ידיעות וואלט איך ליבערשט געעפענט א יודיש ספר'ל ווען איך האלט ביים נוצן דאס קאפ.

יישר כח הרב "קנקן" צלח ורחב.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:27 pm

שמעון לעווי האט געשריבן:איצטערט דורך געבלעטערט אין געשעפט קוקט אויס ס'ווערד יעדן גרייצער

:idea:
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:40 pm

כ'האב עס געזוכט פריערד ביי וויינשטאקס ספרים אין וומסב"ג און נישט געטראפן.

וועלכע ספרים געשעפטן אין וומסב"ג טוהען דאס פארקויפן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:51 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:וועלכע ספרים געשעפטן אין וומסב"ג טוהען דאס פארקויפן?

לויט ווי זיי האבן געטון מעלדן דארף זיך טון א פארקויפונג אין אלע געשעפטן וואס טוען פארקויפן ספרים און זשודעיקע חצפים געטיעכצער. וואס ס'האט געטון ווערן טו איך נישט וויסן לע''ע.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:59 pm

אפגעליינט אין איין אטעם.

איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ביאור אויף אף ברי, איך האב קיינמאל נישט געטון אין פיוטים און איך האב אוודאי נישט פארשטאנען וויאזוי עס ארבעט, נאכן ליינען די ערקלערונג טראכט איך: וואאהה דער פיוט איז דאך א קינץ שטיק! (אפילו נאר אין די אויסערליכקייט דערפון, ואין לנו עסק בנסתרות שהם עמוקים עוד יותר בלי ספק)

-- איך בין נייגעריג וויפיל מענטשען האבן הנאה פונעם מגילת יוחסין מהר''ל, לכאורה ליגט דערין שעות על גבי שעות פון שווערע הארעוואניע נאכצוגיין דברים על בוריים ואמיתתם, אבער איך קלער אז רוב מענטשען טוען עס אפילו נישט אפרישיעטען.

-- לכאורה וואלט געדארפט זיין א בעסערע "ראל אוט" פונעם נייעם פראדוקט. איך וואלט עס נישט געפעקעזשעד אלץ הינדערעט זייטן חידושים וואס זענען נתגלה געווארן דורך א פארשער,
נאר ליבערשט אלץ א אויסגאבע פון היסטארישע און אינטערעסאנטע ארטיקלען מיטן עקסטערן מעלה אז עס איז באגלייט מיט הערות און חידושים -ארגיענעלע פארש ארבעט- דורכן בארימטער חוקר הרב קוואדראט.

-- די אינהאלט ליינט זיך ווי גלייך עס איז געשריבן פון א עד ראיה, באגלייט מיט בילדער, דאקומענטן, אויסצוגן וכדו' וואס געבן שטארק צו צום אויטענטישן געפיל און ברענגט אריין דעם ליינערס חושים נענטער צי די פאסירונגען.

--מיינע ערווארטונגען זענען געווען העכער פון וואס איך האב געזען למעשה, אבער אין אמתן איז -דאכט זיך מיר- נישט דא א אויסגאבע וואס איז אפילו ענליך דערצו.

--צו איז עס ווערט אכצען טאללער?
אויב מעסט מען די הנאה פון ליינען איז דער ענטפער אז פאר מיר איז עס נישט ווערט קיין אכצן טאללער , האט מיר געדויערט קנאפע 1-1/2 שעה דורך צי ליינען

אבער איך האב נישט קיין חרטה אויפן געשעפט, ווייל עס האט זיך מיר געלוינט צו צאלן אכצן טאללער בעסער צו פארשטיין די צוגאנג צו פיוטים. נאר צו האבן די איינע ידיעה אין קאפ גלייך איך בעסער ווי צו האבן אכצן דאללער אין טאש!

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 10:35 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:כ'האב עס געזוכט פריער ביי וויינשטאקס ספרים אין וומסב"ג און נישט געטראפן.

גם אני מצטרף
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 10:45 pm

פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:24 pm

מחשב האט געשריבן: אויף קונה צו זיין עכטע ידיעות וואלט איך ליבערשט געעפענט א יודיש ספר'ל ווען איך האלט ביים נוצן דאס קאפ.

סתם אזוי א ריכטיגע הערה, ריכטיג אין אלע צייטן
כשמ"ו כן הוא

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:37 pm

ראש הקהל האט געשריבן:פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.

דו ביסט דא אריין געקומען היינט פיר מאל און זיך געשטעלט קלאצן איבער א "קנקן" פאר צוואנציג מוניט, און יעדעס מאל עקסטער געפרעגט וויפל ס'קאסט?
נעקסטיים גיי אין א זייט דארפט נישט שטערן די דורכגאנג, איך פארשטיי ס'איז אינטערעסאטנט, מעגסטיך אבער רעכענען מיט אצווייטן.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:29 am

בעקיטשע האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.

דו ביסט דא אריין געקומען היינט פיר מאל און זיך געשטעלט קלאצן איבער א "קנקן" פאר צוואנציג מוניט, און יעדעס מאל עקסטער געפרעגט וויפל ס'קאסט?
נעקסטיים גיי אין א זייט דארפט נישט שטערן די דורכגאנג, איך פארשטיי ס'איז אינטערעסאטנט, מעגסטיך אבער רעכענען מיט אצווייטן.

זאל ער זיך ווען רעכענען מיט א צווייטן ליינט ער ווען נישט אדורך קיינע גאנצע ארטיקלען פון א בוך אן באצאלן
---
אוי, שרייבסט דאך ס'איז געווען שטימפיג אן א פלאו, אנטשולדיגט, האסט מסתם יא געמעגט

אוועטאר
קנקן
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:05 am

אזוי ווי פריער, האמיר דא געשריבן אביסעל מיט א שארפן טאן צוליב די נעגאטיווע שפראך איבער׳ן קנקן.
דעריבער יעצט, ווען מיר זעהען א פאזיטיוון בליק דערויף קומט אייך אז איך זאל אייך באדאנקן דערפאר.
אגב, די ביליגערע פרייזן, קומט צו באדאנקן די געשעפטסלייט וואס האבן אראפגעציפט פון זייערע פארדינסטן לטובתכם.
לעצט פאראכטן דורך קנקן אום דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:27 am

ראש הקהל האט געשריבן:פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.


פאסט נישט פאר א ראש הקהל דאס צו טון אן אודאי נישט טראכטן פון 17 דאלער (ווען מקויפט פאר זיך)

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:28 am

געקויפט באט איים סארי די ארטיקל פון משיח שקר איז א זוי קינדעריש נישט פלעין
איך מיין אז עס וואלט גמעקט שטיין ווי א זוי פאר סתם א פראסטע מענטש קימט א זעכע כוחות. ואוד
Have it in mind don't be right be smart

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:39 am

ראש הקהל האט געשריבן:פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.


געהערט אמאל פון א מורה הוראה אז עס קעגן די הלכה צו קוקן ספרים אין געשעפט אויב מען פלאנט דאס נישט צו קויפן. די איינציגסטע סיבה פארוואס מען מעג קוקן ספרים אין געשעפט און דאס ניצן, איז ווייל מען קוקט דאס צו זעהן אויב מען וויל דאס קויפן.

ווי איינער זאגט דא, פאר א ראש הקהל פאסט דאך זיכער נישט...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

קן קולמתא
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:21 pm

תגובהדורך קן קולמתא » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:56 am

ווי עס שיינט איז דער עולם קנקנ'יזירט געווארן, די סחורה לויפט אויס פון די געשעפטן סיי דאהי און סיי אין אייראפע, דאס ברענגט צו די מסקנא אז עס איז שוין איינמאל דא א דימענד פאר תוכנ'דיגע אויסגאבעס!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלמוני, אני מבין, תמימות'דיגער איד און 8 געסט