"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג יולי 03, 2018 10:24 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ריין אידיש וועט דאס זיין!

די אנטווערפענע אידיש, אדער דער אמעריקאנער אידיש, מיט פול לויטערע ריינע ענגליש ווערטער מיט אידישע בוכשטאבן?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יולי 03, 2018 10:31 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ריין אידיש וועט דאס זיין!

א ריכטיגע היסטאריע (תרתי משמע) ביכל!
בלויז די מענטשן וואס זענען שוין היסטאריע וועלן דאס פארשטיין, (חוץ אויב ער ווייסט פאר זיכער אז תחיית במתים גייט געשעהן בקרוב)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג יולי 03, 2018 10:36 am

אקעי, נישט ריכטיג געווען צו זאגן "ריין אידיש" ממש, אבער ס'איז אויך נישט "ריין לשון הקודש".

כמעט יעדער ארטיקל פארמאגט א שטיקל אין לשון הקודש, און איין קאלום זאגאר איז קאמפלעט לשון הקודש, און ווידער א קאלום האט א מעשה פונעם מקור, גענצליך בלויז לשה״ק‎

און נאט אייך נאך אן אפדעיט: אויסער היסטאריע, וועט עס פארמאגן אינטערסאנטע מחקר פון מנהגים, אויסשמועסן באקאנטע הלכות, און א זעלטן הערליכע קאלום אויף פיוט.‎

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג יולי 03, 2018 10:37 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אינטערסאנטע מחקר פון מנהגים, אויסשמועסן באקאנטע הלכות, און א זעלטן הערליכע קאלום אויף פיוט.‎

איך האף ס'וועט אויך האבן מקורות
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג יולי 03, 2018 10:39 am

אוודאי אזוי, וואספארא פראגע? פאר א סיבה קומט עס ארויס דורך איינע פון די גרעסטע היימישע חוקרים פון אוזנער דור...

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » דינסטאג יולי 03, 2018 10:43 am

דו ציסט נאך מער אן מיינע נערוון, ליעק שוין ארויס עפעס.
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג יולי 03, 2018 10:55 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אוודאי אזוי, וואספארא פראגע? פאר א סיבה קומט עס ארויס דורך איינע פון די גרעסטע היימישע חוקרים פון אוזנער דור...

טאקע דו שמעלקע? מיט מומחה יחוס?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יולי 03, 2018 10:56 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אקעי, נישט ריכטיג געווען צו זאגן "ריין אידיש" ממש, אבער ס'איז אויך נישט "ריין לשון הקודש".

כמעט יעדער ארטיקל פארמאגט א שטיקל אין לשון הקודש, און איין קאלום זאגאר איז קאמפלעט לשון הקודש, און ווידער א קאלום האט א מעשה פונעם מקור, גענצליך בלויז לשה״ק‎

און נאט אייך נאך אן אפדעיט: אויסער היסטאריע, וועט עס פארמאגן אינטערסאנטע מחקר פון מנהגים, אויסשמועסן באקאנטע הלכות, און א זעלטן הערליכע קאלום אויף פיוט.‎

סאונדט זאפטיג!
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג יולי 03, 2018 11:03 am

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ריין אידיש וועט דאס זיין!

די אנטווערפענע אידיש, אדער דער אמעריקאנער אידיש, מיט פול לויטערע ריינע ענגליש ווערטער מיט אידישע בוכשטאבן?

דאס איז נישט קיין כתובה אדער מצבה אז ס'דארף טראגן א לויטערע ריינע ארגינעלע שפראך,
דאס גייט דאך זיין אן אויסגאבע פאר מענטשן צו ליינען און פארשטיין, טא דארף עס דאך זיין געשריבן אויפן שפראך וואס דער עולם איז געוואוינט צו רעדן,


דאס איז מיין מיינונג, אויב ווילט איר אויך האלטן ווי מיין מיינונג ביטע קאנטאקטן אין אישי.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דינסטאג יולי 03, 2018 2:05 pm

גייט זיין א קאנקורענץ מיט יפה בעתו?...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 04, 2018 2:11 pm

הערענדיג ווער ס'שטייט אונטער דעם פראיעקט האלט איך מיר דעם אטעם...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 04, 2018 4:43 pm

חמרא טבא האט געשריבן:הערענדיג ווער ס'שטייט אונטער דעם פראיעקט האלט איך מיר דעם אטעם...

ווער שטייט אונטער דעם?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יולי 04, 2018 4:44 pm

גייט עס דינען די אינטערעסן פון א געוויסע לעבעדיגע פארטיי? [טאמער יא איז עס נישט ווערט די פאפיר...]

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יולי 04, 2018 4:47 pm

ראספשע האט געשריבן:גייט עס דינען די אינטערעסן פון א געוויסע לעבעדיגע פארטיי? [טאמער יא איז עס נישט ווערט די פאפיר...]

אהה, ב"ה געטראפן א וועג ווי אזוי עס אריינצואווישן דא...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 04, 2018 4:50 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גייט עס דינען די אינטערעסן פון א געוויסע לעבעדיגע פארטיי? [טאמער יא איז עס נישט ווערט די פאפיר...]

אהה, ב"ה געטראפן א וועג ווי אזוי עס אריינצואווישן דא...

איך מיין ס'גייט דינעם דעם 'אייוועלט' פארטיי

וואס רעכנט אריין אלע שלומי אמוני עמך בית ישראל, וואס זענען גענוגט צו קודשא בריך הוא, און זיכן צו מקיים זיין מצוותיו וחוקותיו בנאמנות
כשמ"ו כן הוא

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יולי 04, 2018 4:53 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גייט עס דינען די אינטערעסן פון א געוויסע לעבעדיגע פארטיי? [טאמער יא איז עס נישט ווערט די פאפיר...]

אהה, ב"ה געטראפן א וועג ווי אזוי עס אריינצואווישן דא...


אקעי, די פאפיר איז יא ווערט, אפציווישן דא...

יעצט פילט איר שוין בעסער?

יעדער מעג פרעגן נאר נישט איך???
פארהאן היינט אין די גאס א פלייץ פון אזוילכע סארט אויסגאבע'ס, די צרה איז נאר אז אויב ס'דינט סיי וועלכע לעבעדיגע פארטיי פארלירט עס די נאמנות כמובן מאליו, און ס'איז הוחזק כפרן וזייפן
איצטער איז מיין שאלה אויב די דאזיגע אויסגאבע גייט זיין נאך איינס אזוינס, אדער ס'גייט זיין פשוט היסטאריע כפשוטו
גענוג קלאר?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יולי 04, 2018 4:54 pm

כ'האב נישט געזאגט אז איר פרעגט א שאלה נישט צום זאך. נאר אז איר האט ב"ה געטראפן נאך אן אשכול ווי אריינצוברענגן מאראסט.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יולי 04, 2018 4:58 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האב נישט געזאגט אז איר פרעגט א שאלה נישט צום זאך. נאר אז איר האט ב"ה געטראפן נאך אן אשכול ווי אריינצוברענגן מאראסט.

פון אייער אויפברויז פארשטיי איך שוין אליינס אז סאדאם ווייסט וואס ער רעדט..
טענקס פאר די אינפא.

בן חייא
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 26, 2018 8:18 am

תגובהדורך בן חייא » מיטוואך יולי 04, 2018 11:01 pm

חבל ממש אז עס גייס זיין אין אידיש וייל רוב גרויסע היסטוריה מומחים זענען מער לשה''ק ליינער'ס.
אבער בכל אופן וארט מען מיט שפאנונג

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יולי 04, 2018 11:09 pm

ראספשע האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האב נישט געזאגט אז איר פרעגט א שאלה נישט צום זאך. נאר אז איר האט ב"ה געטראפן נאך אן אשכול ווי אריינצוברענגן מאראסט.

פון אייער אויפברויז פארשטיי איך שוין אליינס אז סאדאם ווייסט וואס ער רעדט..
טענקס פאר די אינפא.

ווי מאדנע דאס איז, אז מען וועט שפייען אויף אים וועט ער זאגן ס'רעגנט...
מיין אזוי גערופענע אויפברויז איז אויפדעם וואס די פראבירסט אריינצופירן היץ אין נארמאלע אשכולות.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך יולי 04, 2018 11:10 pm

ראספשע האט געשריבן:גייט עס דינען די אינטערעסן פון א געוויסע לעבעדיגע פארטיי? [טאמער יא איז עס נישט ווערט די פאפיר...]

ח.ש אין פ.ח. האט נישט געדינט קיין איין לעבעדיגע פארטיי, איז עס ווערד געווען די פאפיר?

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:14 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האב נישט געזאגט אז איר פרעגט א שאלה נישט צום זאך. נאר אז איר האט ב"ה געטראפן נאך אן אשכול ווי אריינצוברענגן מאראסט.

פון אייער אויפברויז פארשטיי איך שוין אליינס אז סאדאם ווייסט וואס ער רעדט..
טענקס פאר די אינפא.

ווי מאדנע דאס איז, אז מען וועט שפייען אויף אים וועט ער זאגן ס'רעגנט...
מיין אזוי גערופענע אויפברויז איז אויפדעם וואס די פראבירסט אריינצופירן היץ אין נארמאלע אשכולות.

קיינער פירט נישט היץ, איר זענט במח"כ אביסל ציהיצט, כ'פארשטיי אייך סי'ז 95 דעגרי אינדרויסן, נעמט א שלונג וואסער, גייט אריין אין ערקאנדישאן, און נעמט אייך האקן 'וויידל' 'מארראסט', נו דשזאלעווע נישט קיין לשונות של ארגמן, כדרכך בקודש ווען איר זעהט ראספשע'ס תגובות....., ביטע ביטע... קריכט אראפ פון מיר, כ'האב אייך גארניש געטוהן

לא לנו האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גייט עס דינען די אינטערעסן פון א געוויסע לעבעדיגע פארטיי? [טאמער יא איז עס נישט ווערט די פאפיר...]

ח.ש אין פ.ח. האט נישט געדינט קיין איין לעבעדיגע פארטיי, איז עס ווערד געווען די פאפיר?


ווייסעך ניט ווער סי'ז געווען חש און פח
כ'בין ניש אזוי באקאנט מיט אלע היסטאריקערס

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:18 am

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:די אנטווערפענע אידיש, אדער דער אמעריקאנער אידיש, מיט פול לויטערע ריינע ענגליש ווערטער מיט אידישע בוכשטאבן?

און די אנטווערפענע יידיש, איז בלויז פלעמיש און ריין דויטש ווי נייטיק, געשריבן אין אידיש, בישטעק, געמיזע, עוויאן, און וועלאוי יוכיחו
ס'איז גארנישט עפעס עכטע אידיש, וואס אין דעם זכות פון שם לשון מלבוש זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון מצרים........
אידן האבן אין אלע זייערע וואנדערונגען גענומען די לאקאלע גויאישע שפראך און עס עטוואס פארדרייט, פרעג א תימנ'ער וועסטו הערן אז די אראביש וואס זיי רעדן צווישן זיך איז אויך א פארגרייזטע אראביש, און אין אנטווערפען נוצט מען פלעמיש פראנצויזיש און עכטע אונפארגרייזטע דייטשע ווערטער און אויסדרוקן נאך מיטן גויאישן אקצענט, ס'האט גארנישט קיין שייכות מיט אידישקייט.
און אפילו ס'קומט נישט דא עכט אריין, אבער היות ס'איז שוין א זאך וואס ברויזט מיך שוין א לאנגע צייט, מחמת..... שוין, נו, איך קען נישט זאגן ס'קען זיין גילוי רחמנא יצילינו ממילא האב איך עס דא ארויסגעברענגט.
שקויעח פארן אויסהערן
און פאר ווער ס'וויל נאך משלים איך האב אין דעם א גאנצן לאנגן ביאור ועוד חזון למועד בעזה"י

*בישטעק = עסצייג
געמיזע = גרינצייגן, ירקות
עוויאן = פליגער
וועלאוי = בייק, 2-ווילער

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:37 am

אה, וואס דא פאסירט נאר אין דעם אשכול...

און אצינד, לאמיר אפדעיטן אביסל!

דער הערליכער אויסגאבע, וועט זיין מעשי ידיו להתפאר פון דער בארימטער גרויסער שרייבער און חוקר, הרה"ג ר' יוסף נחמי' הכהן קוואדראט שליט"א, פון לאנדאן.

ווער דאס איז מיין איך אז איך דארף פאר קיינעם נישט דערציילן, ער איז גאר א גרויסער ידען, חוקר און היסטאריקער, טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' אין זיינע מאמרים יעדע חודש אין די פאפולערע "שערי ציון" אויסגאבע, און יעדע וואך אין די "קינדליין".

אצינד איז ער ארויף א שטאפל מיטן ארויסגעבן אן אייגענעם אויסגאבע מיט וואס יונג און אלט וועלן זיך באלעקן די פינגער. אין דעם אויסגאבע וועט איר טרעפן עקסקלוסיווע פארש ארבעט, אינטערעסאנטע ארטיקלען איבער פארשידנארטיגע נושאים, הלכה און מנהג, און יא, אויך איבער "יחוס", אין וואס ר' יוסף נחמי' איז נומער איינס אין די היימישער וועלט.

ר' יוסף נחמי' מאכט אלעס אליין, פון די שרייבן, ביז די גראפיק, הגה וכו'‎‎, און ער האט נאך א פראפעסיאנאלער מגיה אויך אין די זייט.

כ'האב שוין געזען א שטיקל פריוויא, רבותי, ס'דא אויף וואס צו ווארטן!!!
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בויער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm

תגובהדורך בויער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:46 am

קעמיר גוט ר' יוסף נחמיה'ס מאמרים פון שערי ציון, לדעתי מאכט ער א גרויסע טעות מיטן מאכן אלעס אליין, אבער לאמיר האפן ער וועט מצליח זיין


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט