"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:04 pm

רבי ר' שמעלקא, איין פראגע, אויב איר זענט ממש אזוי אינעווייניג אינעם גאנצן קנקן פראיעקט (אדער אויב איר זענט גאר הרב קוואדראט אליינס... או אחד מחביריו) זאגט'ס ביטע אויב דאס גייט זיין א פארמאט פון א "ספר" אדער א פארמאט פון אן "אויסגאבע"?
אלעס ווענדט זיך אין דעם, סיי די פרייז, סיי אדווערטייזמענט'ס, א.א.וו.
יישר כח למפרע, און גרויס הצלחה פאר הרב קוואדראט,
איך שטיי שוין גרייט מיט א צוואנציגער, איך דארף נאר צוויי טאלער רעשט... גראדע איז דאס א גאנצער צוואנציגער, מיט די טעקס!
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:17 pm

הערש'עלע שטופער האט געשריבן:רבי ר' שמעלקא, איין פראגע, אויב איר זענט ממש אזוי אינעווייניג אינעם גאנצן קנקן פראיעקט (אדער אויב איר זענט גאר הרב קוואדראט אליינס... או אחד מחביריו) זאגט'ס ביטע אויב דאס גייט זיין א פארמאט פון א "ספר" אדער א פארמאט פון אן "אויסגאבע"?
אלעס ווענדט זיך אין דעם, סיי די פרייז, סיי אדווערטייזמענט'ס, א.א.וו.
יישר כח למפרע, און גרויס הצלחה פאר הרב קוואדראט,
איך שטיי שוין גרייט מיט א צוואנציגער, איך דארף נאר צוויי טאלער רעשט... גראדע איז דאס א גאנצער צוואנציגער, מיט די טעקס!

אויך א נפקא מינה אין וועלכען אשכול מען העט עס אריינרוקן, צי אין 'ספרים חדשים שיצאו לאור' אדער אין די 'אויסגאבעס' אשכולות....

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:28 pm

ראספשע האט געשריבן:
הערש'עלע שטופער האט געשריבן:רבי ר' שמעלקא, איין פראגע, אויב איר זענט ממש אזוי אינעווייניג אינעם גאנצן קנקן פראיעקט (אדער אויב איר זענט גאר הרב קוואדראט אליינס... או אחד מחביריו) זאגט'ס ביטע אויב דאס גייט זיין א פארמאט פון א "ספר" אדער א פארמאט פון אן "אויסגאבע"?
אלעס ווענדט זיך אין דעם, סיי די פרייז, סיי אדווערטייזמענט'ס, א.א.וו.
יישר כח למפרע, און גרויס הצלחה פאר הרב קוואדראט,
איך שטיי שוין גרייט מיט א צוואנציגער, איך דארף נאר צוויי טאלער רעשט... גראדע איז דאס א גאנצער צוואנציגער, מיט די טעקס!

אויך א נפקא מינה אין וועלכען אשכול מען העט עס אריינרוקן, צי אין 'ספרים חדשים שיצאו לאור' אדער אין די 'אויסגאבעס' אשכולות....

:lol: :lol: :lol: :grin: :grin: :smile: :smile: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:32 pm

מיין נארישע מיינונג

א) די אויסגאבע איז נאר פאר די וואס פארשטייען דערצו (און זיי לאזן זיך קאסטן פאר א גוט שטיקל פארש ארבעט, און היסטאריע ווערק).

ב) דאס איז נישט נאך א אויסגאבע, נאר "די אויסגאבע" (בפרט פאר חובבי היסטאריע)

ג) דאס איז נישט געמאכט צו קויפן און דערנאך אוועק ווארפן, נאר וועט בלייבן אין באנוץ עד ביאת ינון בעז"ה (נישט אזא לאנגע צייט בס"ד)

דער עיקר, מ'פארגלייכט דאס צו דעם און צו יענץ, דאס איז גאר עפעס אנדערש, ניטאמאל 'וואונדערליך', דאס איז א זאך וואס איז נאכנישט געווען ביז היינט, און דעריבער קען מען נישט שאצן די פרייז לויט עפעס אנדערש, און בפרט ווען דאס איז פאר א ספעשל ציבור וואס לעכטצעט דערויף, להבדיל וואלט איך דאס פארגליכנט צו ספרי החתם סופר וואס קאסטן ממון ודמים, און נאר די וואס זענען משוגע אויף חת"ס תורות (מלשון אוה"ח הק' שהיה משתגעין אחריה), די לאזן זיך קאסטן 60$ א באנד.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:41 pm

איך האלט אז אויב ס'איז אמת אז די "קנקן" איז באמת מלא תוכן, חידושים, אינטרעסאנטע מאטעריאל וואס זענען טאקע איז עס באמת ווערד די $18 שלימים.

דער פראבלעם איז אבער, אז ס'איז נישט פאראן קיין 250 אידיש ליינער וואס עס איז זיי ווערד צו שפענדן אזא סומע געלט יעדן חודש.

יא, פאר א פסח, צו פאר א סוכות וועלן אוודאי פיל מער מענטשן באשטיין ארויסצונעמען א צוואנציגער - אבער א גרינעם תמוז, - זעה איך נישט וויאזוי דאס זאל אנהאלטן פון א פינאנציעלן שטאנדפונקט.

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:43 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:מיין נארישע מיינונג

א) די אויסגאבע איז נאר פאר די וואס פארשטייען דערצו (און זיי לאזן זיך קאסטן פאר א גוט שטיקל פארש ארבעט, און היסטאריע ווערק).

ב) דאס איז נישט נאך א אויסגאבע, נאר "די אויסגאבע" (בפרט פאר חובבי היסטאריע)

ג) דאס איז נישט געמאכט צו קויפן און דערנאך אוועק ווארפן, נאר וועט בלייבן אין באנוץ עד ביאת ינון בעז"ה (נישט אזא לאנגע צייט בס"ד)

דער עיקר, מ'פארגלייכט דאס צו דעם און צו יענץ, דאס איז גאר עפעס אנדערש, ניטאמאל 'וואונדערליך', דאס איז א זאך וואס איז נאכנישט געווען ביז היינט, און דעריבער קען מען נישט שאצן די פרייז לויט עפעס אנדערש, און בפרט ווען דאס איז פאר א ספעשל ציבור וואס לעכטצעט דערויף, להבדיל וואלט איך דאס פארגליכנט צו ספרי החתם סופר וואס קאסטן ממון ודמים, און נאר די וואס זענען משוגע אויף חת"ס תורות (מלשון אוה"ח הק' שהיה משתגעין אחריה), די לאזן זיך קאסטן 60$ א באנד.


אמת יעדעס ווארט. טאקע אזוי,
פונקט טראכט איך מיר אזוי, אז אין חצי אלול ווען דער ערשטער באנד גייט שוין ליגן אין האנט, וועט זיין שטאק שטיל דא אויף דעם אשכול..., דער עולם גייט זיין פארטוען אינעם "די אויסגאבע" ביז...... די צווייטע באנד וועט ערשיינען!
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:44 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:מיין נארישע מיינונג

א) די אויסגאבע איז נאר פאר די וואס פארשטייען דערצו (און זיי לאזן זיך קאסטן פאר א גוט שטיקל פארש ארבעט, און היסטאריע ווערק).

ב) דאס איז נישט נאך א אויסגאבע, נאר "די אויסגאבע" (בפרט פאר חובבי היסטאריע)

ג) דאס איז נישט געמאכט צו קויפן און דערנאך אוועק ווארפן, נאר וועט בלייבן אין באנוץ עד ביאת ינון בעז"ה (נישט אזא לאנגע צייט בס"ד)

דער עיקר, מ'פארגלייכט דאס צו דעם און צו יענץ, דאס איז גאר עפעס אנדערש, ניטאמאל 'וואונדערליך', דאס איז א זאך וואס איז נאכנישט געווען ביז היינט, און דעריבער קען מען נישט שאצן די פרייז לויט עפעס אנדערש, און בפרט ווען דאס איז פאר א ספעשל ציבור וואס לעכטצעט דערויף, להבדיל וואלט איך דאס פארגליכנט צו ספרי החתם סופר וואס קאסטן ממון ודמים, און נאר די וואס זענען משוגע אויף חת"ס תורות (מלשון אוה"ח הק' שהיה משתגעין אחריה), די לאזן זיך קאסטן 60$ א באנד.



טאקע.. קנקן איז בערך אזוי ווי ספרי חתם סופר?

מיין אפעטיט האט אזא טראסקע געגעבן, אז כ'מזל איך זיץ. איך גלייב ממש נישט אז א קי-בארד איז ביכולת ארויסצושפריצן אזעלכע געמויזעכץ.

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:45 pm

ווייזער האט געשריבן:איך האלט אז אויב ס'איז אמת אז די "קנקן" איז באמת מלא תוכן, חידושים, אינטרעסאנטע מאטעריאל וואס זענען טאקע איז עס באמת ווערד די $18 שלימים.

דער פראבלעם איז אבער, אז ס'איז נישט פאראן קיין 250 אידיש ליינער וואס עס איז זיי ווערד צו שפענדן אזא סומע געלט יעדן חודש.

יא, פאר א פסח, צו פאר א סוכות וועלן אוודאי פיל מער מענטשן באשטיין ארויסצונעמען א צוואנציגער - אבער א גרינעם תמוז, - זעה איך נישט וויאזוי דאס זאל אנהאלטן פון א פינאנציעלן שטאנדפונקט.

גייט טאקע נישט ערשיינען יעדן מיטוואך. נאר איינמאל אין אפאר חדשים, ביי די שלש רגלים וכדומה!
לעצט פאראכטן דורך הערש'עלע שטופער אום דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:45 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ווען דער מו"ל האט מיר געזאגט איבער זיין פרייז, האב איך אים שטארק פרובירט אפצורעדן דערפון. יעדער האט ליב תוכן, אבער מ'האט אסאך מער ליב געלט... (בפרט אין ניו יארק).

זיין אנטווארט איז געווען, אז קנקן איז נישט קיין מאגאזין אדער אויסגאבע. אזויווי ער שרייבט אויך פאר קינדליין און אין שערי ציון, דעריבער זאל מען נישט מיינען אז עס איז די זעלבע זאך, און ער טוט גאר קאנקורירן מיט זיי.

די פרייז און די גראפיק, איז פיל מער תורה׳דיג אדער גליונ׳דיג סטייל, ס'איז א מער ערנסטע סארט אויסגאבע, און דעריבער וועט דאס טאקע זיין צו באקומען בלויז אין די ספרים געשעפטן.

דאס וואס מענטשן פארגלייכן עס צו אנדערע מאגאזינען, ווייזט אז זיי פארשטייען נישט וואס "קנקן" איז. עס איז נישט קיין מאגאזין וואס האט אידישע ארטיקלען געקאפיעט פון וויקפידיע אדער אנדערע זייטלעך.

יעדער ארטיקל איז געפארשט, די פארש ביכער וואס ער פארמאגט אין זיין אפיס קאסטן ממון ודמים, ער האט מיר דערציילט אז ער האט אפילו - בלי גוזמא - א ביכל וואס קאסט איבער טויזנט דאלער! און צוגאב צו צענדליגע ביכער, וואס יעדע פון זיי קאסט אפ צווישן הונדערט און צוויי הונדערט דאלער.

אלזא, די פוינט איז אז עס איז תורה'דיג, אויטענטיש, און אין יעדע ארטיקל ליגט אינוועסטירע שווערע שעות ארבעט, און שווערע געלטער פאר די פארש מעגליכקייטן. און דערפאר וועט דאס קאסטן 18 דאלער.

קיינער מוז נישט קויפן, אבער איך - זעענדיג שוין די ערשטע אויסגאבע - שפיר זייער באקוועם צו צאלן די פולסטע פרייז דערפאר.

די שאחה איז אויב די אלע פאטענציעלע קויפערס וועלן מאכן אליין די חשבון,
אויב נישט דעמאלטס העט נישט טויגן, שמעלקא גייט דאך נישט שטיין אין געשעפט מסביר'ן פאר יעדעם אז ס'איז נישט טייער,

אויב וועלן זיי יא אליין כאפן די חשבון איז גוט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:47 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ווען דער מו"ל האט מיר געזאגט איבער זיין פרייז, האב איך אים שטארק פרובירט אפצורעדן דערפון. יעדער האט ליב תוכן, אבער מ'האט אסאך מער ליב געלט... (בפרט אין ניו יארק).

זיין אנטווארט איז געווען, אז קנקן איז נישט קיין מאגאזין אדער אויסגאבע. אזויווי ער שרייבט אויך פאר קינדליין און אין שערי ציון, דעריבער זאל מען נישט מיינען אז עס איז די זעלבע זאך, און ער טוט גאר קאנקורירן מיט זיי.

די פרייז און די גראפיק, איז פיל מער תורה׳דיג אדער גליונ׳דיג סטייל, ס'איז א מער ערנסטע סארט אויסגאבע, און דעריבער וועט דאס טאקע זיין צו באקומען בלויז אין די ספרים געשעפטן.

דאס וואס מענטשן פארגלייכן עס צו אנדערע מאגאזינען, ווייזט אז זיי פארשטייען נישט וואס "קנקן" איז. עס איז נישט קיין מאגאזין וואס האט אידישע ארטיקלען געקאפיעט פון וויקפידיע אדער אנדערע זייטלעך.

יעדער ארטיקל איז געפארשט, די פארש ביכער וואס ער פארמאגט אין זיין אפיס קאסטן ממון ודמים, ער האט מיר דערציילט אז ער האט אפילו - בלי גוזמא - א ביכל וואס קאסט איבער טויזנט דאלער! און צוגאב צו צענדליגע ביכער, וואס יעדע פון זיי קאסט אפ צווישן הונדערט און צוויי הונדערט דאלער.

אלזא, די פוינט איז אז עס איז תורה'דיג, אויטענטיש, און אין יעדע ארטיקל ליגט אינוועסטירע שווערע שעות ארבעט, און שווערע געלטער פאר די פארש מעגליכקייטן. און דערפאר וועט דאס קאסטן 18 דאלער.

קיינער מוז נישט קויפן, אבער איך - זעענדיג שוין די ערשטע אויסגאבע - שפיר זייער באקוועם צו צאלן די פולסטע פרייז דערפאר.

די שאחה איז אויב די אלע פאטענציעלע קויפערס וועלן מאכן אליין די חשבון,
אויב נישט דעמאלטס העט נישט טויגן, שמעלקא גייט דאך נישט שטיין אין געשעפט מסביר'ן פאר יעדעם אז ס'איז נישט טייער,

אויב וועלן זיי יא אליין כאפן די חשבון איז גוט!

:?: :?: :!:
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג יולי 19, 2018 4:31 pm

מחשב האט געשריבן:דער בעלזער גליון, איך געדענט נישט ווי אזוי עס הייסט, אפשר "אור הצפון", דאכט זיך קאסט אויך גאנץ א שיינע פרייז טון איז אויך גאנץ היסטאריש, און וויפיל קונים האט עס?
אדער וויפיל ווייסן בכלל דערפון צו זאגן?



ראספשע האט געשריבן:גייט עס דינען די אינטערעסן פון א געוויסע לעבעדיגע פארטיי? [טאמער יא איז עס נישט ווערט די פאפיר...]
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » דאנארשטאג יולי 19, 2018 5:12 pm

מיר שפענדן וועכענטליך אומגעפער $30 פאר המבשר, המודיע, משפחה, בקהילה - דאס איז ״וועכענטליך״ - $18 ״חודשליך״ קען מען פארשטיין. פארשטייט זיך אויב איז עס 109 בלעטער אן קיין עדס

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג יולי 19, 2018 5:42 pm

מחשב האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:יפה בעטו איז אויך געווען משוגענע אויפדעקונגען און ערשטמאליגע אינפארמציע.
וויפיל האט דאס נאר געקאסט??...


קיין פארגלייך, בכלל נישט די סארט היסטאריע, ועל כולם געשריבן מיט א קינדערישע שפראך און א געפערליכע גרעמער לענ"ד, און, איך ווייס טאקע נישט וויפיל ער איז מצליח.
אבער עס גייט מיר וויי טוען מיין שוואכקייט.

סתם געהאקט אין קאפ.
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יולי 20, 2018 7:52 am

לאמיר ציטירן די מעלדונג, פאר די אלע משומרים וואס האבן נישט קיין צוטריט צום "קנקן מעלדונגען טשענל":

קנקן מעלדונגען האט געשריבן:בע״ה, ועש״ק שבת חזון שנת תשע״ח לפ״ק

אלו לאלו שואלים, ״וואס איז דאס קנקן״?
׳קנקן׳ איז א תורה׳דיגע קובץ, געשריבען אויף יודיש, וואס אנטהאלט מיינסטנס היסטאריע, צוגאב צו הלכה, פיוט און יחוס.
ווען מיר שרייבן היסטאריע, באצוען מיר זיך, נישט פון פשוט איבערשרייבן היסטאריע, נאר מיר פארשן אפ יעדעס ארטיקל און אפלערנען יעדער זאך פון פריש. מיר פראבירן צו שאפן און פרעזענטירן ווי ווייט מעגליך די ארגינעלע מקורות און ברענגעו פאר די ליינער פרישע אויפדעקונגען.

׳קנקן׳ איז געווידמעט, פאר די יודיש רעדנדע טייל פון כלל ישראל, וואס דארשט צו בארייכערן זייער ידיעה אין די אויבנדערמאנטע פעלדער.

קן א׳ איז שוין גרייט צום דרוק, און איז ב״ה באוואונדערט געווארן דורך די וואס האבן עס שוין געזעהן.
קן ב׳ איז שוין געשריבען געווארן און וועט אין די קומענדיג טעג געשיקט ווערן צו מגיה.

׳קנקן׳ ווערט בע״ה לעת עתה אלעס געשריבען דורך מיר אליינס.
בע״ה האפן מיר מצליח צו זיין, און מיר קוקן פאראויס אויפצונעמען טאלאנטפולע שרייבער צו פארברייטערן און בארייכערן ׳קנקן׳ אויף א גרעסערן פארנעם.
׳קנקן׳ס פרייז איז באשטומט פאר 18 דאללער, עס וועט זיין בע״ה צו באקומען אין ספרים און אין יודאיקא געשעפטן.

בכבוד רב
ידידכם יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
לונדון יצ״ו

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » פרייטאג יולי 20, 2018 8:21 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:לאמיר ציטירן די מעלדונג, פאר די אלע משומרים וואס האבן נישט קיין צוטריט צום "קנקן מעלדונגען טשענל":

קנקן מעלדונגען האט געשריבן:בע״ה, ועש״ק שבת חזון שנת תשע״ח לפ״ק

אלו לאלו שואלים, ״וואס איז דאס קנקן״?
׳קנקן׳ איז א תורה׳דיגע קובץ, געשריבען אויף יודיש, וואס אנטהאלט מיינסטנס היסטאריע, צוגאב צו הלכה, פיוט און יחוס.
ווען מיר שרייבן היסטאריע, באצוען מיר זיך, נישט פון פשוט איבערשרייבן היסטאריע, נאר מיר פארשן אפ יעדעס ארטיקל און אפלערנען יעדער זאך פון פריש. מיר פראבירן צו שאפן און פרעזענטירן ווי ווייט מעגליך די ארגינעלע מקורות און ברענגעו פאר די ליינער פרישע אויפדעקונגען.

׳קנקן׳ איז געווידמעט, פאר די יודיש רעדנדע טייל פון כלל ישראל, וואס דארשט צו בארייכערן זייער ידיעה אין די אויבנדערמאנטע פעלדער.

קן א׳ איז שוין גרייט צום דרוק, און איז ב״ה באוואונדערט געווארן דורך די וואס האבן עס שוין געזעהן.
קן ב׳ איז שוין געשריבען געווארן און וועט אין די קומענדיג טעג געשיקט ווערן צו מגיה.

׳קנקן׳ ווערט בע״ה לעת עתה אלעס געשריבען דורך מיר אליינס.
בע״ה האפן מיר מצליח צו זיין, און מיר קוקן פאראויס אויפצונעמען טאלאנטפולע שרייבער צו פארברייטערן און בארייכערן ׳קנקן׳ אויף א גרעסערן פארנעם.
׳קנקן׳ס פרייז איז באשטומט פאר 18 דאללער, עס וועט זיין בע״ה צו באקומען אין ספרים און אין יודאיקא געשעפטן.

בכבוד רב
ידידכם יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
לונדון יצ״ו

גוט מארגן ר' שמעלקא! שכח.
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג יולי 20, 2018 8:28 am

אכצן דאלער איז א פאטאלע טעות. ער וועט עס שפירן גלייך. והחכם עיניו בראשו.

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » פרייטאג יולי 20, 2018 8:36 am

משהלע האט געשריבן:אכצן דאלער איז א פאטאלע טעות. ער וועט עס שפירן גלייך. והחכם עיניו בראשו.

ר' משה'לע, איר האט נישט געליינט אלע תגובות ביז אהער? מאנכע האבן דאס שוין געטענה'ט די לעצטע פיר און צוואנציג שעה, איך מיין אז עס איז געבליבן אז עס ווענד זיך וואספארא פארמאט עס וועט זיין, צו א ווייכע דעקל, דאן זענט איר לכאורה הייליג גערעכט, אבער אויב ערשיינט ער מיט א הארטן דעקל ווי א ספר, קען ער שיין מצליח זיין מיטן אויבערשטנס הילף, איר האלט נישט אזוי?
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » פרייטאג יולי 20, 2018 8:56 am

האט שוין רינ"ה אמאל געוויזן זיין מומחיות אין אנדערע פעלדער חוץ יחוס און היסטאריע?
ס'ווערט דא אויסגערעכנט לכה"פ נאך 2, חקרי מנהגים און פיוט.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

צלח ורכב!

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג יולי 20, 2018 9:09 am

בס"ד

" היסטאריע, צוגאב צו הלכה, פיוט און יחוס."

"מיר קוקן פאראויס אויפצונעמען טאלאנטפולע שרייבער צו פארברייטערן און בארייכערן ׳קנקן׳ אויף א גרעסערן פארנעם."

איי איז דאס פיינע נייעס, א שפאנענדער חידוש אין די אידישע וועלט...!

הרב קוואדראט, מיר קענען קוים ווארטן. ווער קען זיך פארשטעלן א קובץ פון די קרעם דע לא קראם, צוזאמגענומען לפונדק אחד די בעסטע פון הרב קוואדראט, און עווענטועל הרב וועבער, הרב קינסטליכער, הרב ווייס, הרב קאננער, הרב בוכינגער, מעלות, קינדליין, שערי ציון, אורות, ועוד ועוד פון פני המזרח ביים יהדות החרדית איבער די וועלט. איר פארשטייט וואס דא טוט זיך? וואספארא חלל ווערט דא ערפילט, נאך דערצו אלעס אויף ריין מאמע לשון?

18 דאלאר פאר אזא רוחניות'דיגע אוצר מיט אזא תענוג גשמי? ווי א שטרוי צום קאווע...!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » פרייטאג יולי 20, 2018 9:18 am

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

" היסטאריע, צוגאב צו הלכה, פיוט און יחוס."

"מיר קוקן פאראויס אויפצונעמען טאלאנטפולע שרייבער צו פארברייטערן און בארייכערן ׳קנקן׳ אויף א גרעסערן פארנעם."

איי איז דאס פיינע נייעס, א שפאנענדער חידוש אין די אידישע וועלט...!

הרב קוואדראט, מיר קענען קוים ווארטן. ווער קען זיך פארשטעלן א קובץ פון די קרעם דע לא קראם, צוזאמגענומען לפונדק אחד די בעסטע פון הרב קוואדראט, און עווענטועל הרב וועבער, הרב קינסטליכער, הרב ווייס, הרב קאננער, הרב בוכינגער, מעלות, קינדליין, שערי ציון, אורות, ועוד ועוד פון פני המזרח ביים יהדות החרדית איבער די וועלט. איר פארשטייט וואס דא טוט זיך? וואספארא חלל ווערט דא ערפילט, נאך דערצו אלעס אויף ריין מאמע לשון?

18 דאלאר פאר אזא רוחניות'דיגע אוצר מיט אזא תענוג גשמי? ווי א שטרוי צום קאווע...![/quot
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

" היסטאריע, צוגאב צו הלכה, פיוט און יחוס."

"מיר קוקן פאראויס אויפצונעמען טאלאנטפולע שרייבער צו פארברייטערן און בארייכערן ׳קנקן׳ אויף א גרעסערן פארנעם."

איי איז דאס פיינע נייעס, א שפאנענדער חידוש אין די אידישע וועלט...!

הרב קוואדראט, מיר קענען קוים ווארטן. ווער קען זיך פארשטעלן א קובץ פון די קרעם דע לא קראם, צוזאמגענומען לפונדק אחד די בעסטע פון הרב קוואדראט, און עווענטועל הרב וועבער, הרב קינסטליכער, הרב ווייס, הרב קאננער, הרב בוכינגער, מעלות, קינדליין, שערי ציון, אורות, ועוד ועוד פון פני המזרח ביים יהדות החרדית איבער די וועלט. איר פארשטייט וואס דא טוט זיך? וואספארא חלל ווערט דא ערפילט, נאך דערצו אלעס אויף ריין מאמע לשון?

18 דאלאר פאר אזא רוחניות'דיגע אוצר מיט אזא תענוג גשמי? ווי א שטרוי צום קאווע...!

גוט ארויסגעברענגט! איי פולי עגרי !
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 20, 2018 9:30 am

הערש'עלע שטופער האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:אכצן דאלער איז א פאטאלע טעות. ער וועט עס שפירן גלייך. והחכם עיניו בראשו.

ר' משה'לע, איר האט נישט געליינט אלע תגובות ביז אהער? מאנכע האבן דאס שוין געטענה'ט די לעצטע פיר און צוואנציג שעה, איך מיין אז עס איז געבליבן אז עס ווענד זיך וואספארא פארמאט עס וועט זיין, צו א ווייכע דעקל, דאן זענט איר לכאורה הייליג גערעכט, אבער אויב ערשיינט ער מיט א הארטן דעקל ווי א ספר, קען ער שיין מצליח זיין מיטן אויבערשטנס הילף, איר האלט נישט אזוי?

הארטע דעקל ווייכע דיקל איז נישט נוגע. פאר 100 בלעטער בעט קיינער נישט קיין 18 דאלער. געווענליכע ספרים פון 300 זייטן קאסטן אזויפיל.

איי פארוואס מעג שימי ענגל בעטן פאר זיין סידי 18 טאלער?

פאר דריי סיבות: ס'גייט אריין מער געלט אין א סידי ווי אין א מאגאזין, ס'קאסט מער כוחות, און ס'איז טאקע נאכאלץ טייער!

איך אבין א ליינער, איך קויף אסאך ביכער און מאגאזינען, אבער נישט קיין 100 בלעטער פאר 18. און ענטפער מיר נישט תוכן, ווייל דאס ווייסט מען נישט פאר מ'צאלט...

שלום עליכם אייך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:28 pm

תגובהדורך שלום עליכם אייך » פרייטאג יולי 20, 2018 9:48 am

אז יוסי קואדראט בעט 18$ מיז זיין אז עס איז ווערט!
אבער 109 זייטן איז אביסל צי סאך... עס קען ווערן בארד... אין ציריסן ווערן נאך פארן ענדיגן ליינען...

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 20, 2018 9:53 am

שלום עליכם אייך האט געשריבן:אז יוסי קואדראט בעט 18$ מיז זיין אז עס איז ווערט!
אבער 109 זייטן איז אביסל צי סאך... עס קען ווערן בארד... אין ציריסן ווערן נאך פארן ענדיגן ליינען...

איינער זאגט דא אז ס'איז נישט ווערד? יא ס'איז ווערד! א ביזנעס קלאס טיקעט איז אויך ווערד, אבער נישט יעדער קען עס עפארדן...

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » פרייטאג יולי 20, 2018 10:39 am

פון א סעילס עקספריענס שטאנדפונקט, איז ער גערעכט 100% מיטן פרייז. ער גייט פארקויפן כמעט די זעלבע צאל אויב ער בעט 10 אדער 18. סאיז דא זאכן וואס די פרייז איז בכלל נישט קיין חילוק.

אויב ער גייט דורכפאלן גייט די פראבלעם נישט זיין די פרייז. ודברים ידועים לעוסקים בסעילס.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » פרייטאג יולי 20, 2018 10:48 am

שלום עליכם אייך האט געשריבן:אז יוסי קואדראט בעט 18$ מיז זיין אז עס איז ווערט!
אבער 109 זייטן איז אביסל צי סאך... עס קען ווערן בארד... אין ציריסן ווערן נאך פארן ענדיגן ליינען...

ממש פערל ווערטער, גאלדענע רייד :cry: :?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone און 14 געסט