"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: אחראי, געלעגער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג יולי 13, 2018 6:35 am

מיללער האט געשריבן:אן אנשטויס פון שרי העשר האבן זיך אראפגעלאזט אויף די גאסן פון אייוועלט רבתי, ולה' הישועה


מען דארף איינרייסן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » פרייטאג יולי 13, 2018 9:28 am

ראש הקהל האט געשריבן:הרב קוואדראט איז צו באלעקן, נישט קיין חילוק גרעפיקס און פאנטס.
איינע וואס האט שטארק ליב היסטוריא, גייט איהם עפ"י רוב נישט אן קיין גרעפיקס און פאנטס, אדרבא, אזא איינער איז עפי"ר צוגעוואוינט צו ליינען אלטע צוקנייטשע פאנטס און שריפטן...

שערי מדע קומט בכלל נישט אריין, בכלל נישט אונטרעסאנט מער, קאן זיין אמאל האט ער געהאט מדע ממאמרי חז"ל ראשונים ואחרונים, איז געוועהן אונטרעסאנט, כהיום איז עס א מאמר פון רב דסלר אן עובדא פון חזון איש, א היינטיגע מעשה פון א אנדערע ליטפישע גדול וואס קומט איהם תחת ידו, און נאדיר א גליון, שלעכט און שווער געשריבען, טוה מיר א טובה.


על טעם וריח אין להתווכח

ווישניצא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 3:41 pm

תגובהדורך ווישניצא » פרייטאג יולי 13, 2018 10:49 am

זיין סעל נומער האט איינער ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 13, 2018 12:21 pm

מיין ארימע מיינונג:

(הרב?) רינ"ה קוואדראט הי"ו פון לאנדאן איז א זעלטן-טאלאנטפולער שרייבער, ער איז אן אריגינעלער חוקר און מאכט אייגענע ריסערטש איבער תולדות עם ישראל ותולדות גדולי ישראל, אויף א פארנעם וואס מ'זעהט זעלטן ביי היימישע שרייבערס ובפרט אויפן אידישען שפראך וואס ווי מ'האט שוין אסאך מאל געשמועסט דא אויפן וועלט אז פון די דריי שפראכן וואס ווערט געליינט דורך חרדישע/היימישע אידן, איז ליידער אידיש די שוואכסטע אין קוואליטעט ווען עס קומט צו ליטעראטור בכלל און צו היסטאריע/תולדות בפרט.

למעשה, צו אזא אויסגאבע וועט פילן א חלל, געוויס יא, אבער לפענ"ד איז דער קליענטעל זייער מאגער פאר דעם. די אידישע ליינער-באזע היינט-צו-טאגס איז צוטיילט צווישן דריי אדער פיר דורות, די עלטערע גענערעאציע (קינדער פון מלחמה איבערלעבער/אהבת קדומים אויף סאטמאר שפראך), די מיטעלע דור (קינדער פון אהבת קדומים העכער דרייסיג יאר בערך) און די אינגע (מיללעניעלס) און פארשטייט זיך דאס איז אויסער פרויען און קינדער וואס גאר א קליינע פראצענט פון זיי זענען בכלל נישט די קליענטן פון הויכע קוואליטעט שרייבווערק ווי היסטאריע און תולדות גדולי ישראל.

די מציאות איז אז זינט די .... עפאכע און נאך מער זינט די ערשיינונג פון די ססגונא-מאגאזינען און בילדערהעפטן וועלכע פארפלייצן וועכנטליך די מארקעט מיט נייע בילדער פון אלטע צעלעבריטיס, יאר יערליכע בילדער ווי כ"ק אדמו"ר מהאזענפוטה שליט"א שפאצירט בנאות דשא אין באגלייטונג פון הויז-בחור, און מרן ראש ישיבת תורת החיים שליט"א באזוכט ביי הגר"ש מוסמכי שליט"א, מיט איין קליינע חילוק פון פאריאר אז דער האזענפוטהער רבי האט א נייע סארט בלום-בעקיטשע, און דער ראש ישיבה האט אן אנדערע קאפעלוטש, איז נישט דא קיין שום חדשות.

וואס די נידריג-שטאפלנדיגע ליין-מאטריאל האט אויפגעצויגן א דור פון אנאלפאבעטן, צו וועם אזעלכע קוואדראט שרייבווערק איז שווערער ווי א ספאנישע שרייבעריי, און היסטאריע פאר זיי איז נאר אינטערסאנט אויב עס באהאנדלט אזעלכע שאלות ווי: ווען האט שמולי אונגאר אנגעהויבן זיין קארעריע, און וויפיל שפילער האט די פרייליך באנד געהאט אין די ערשטע יארן, אדער וואס איז געווען די געפילן פון מאטי אילאוויטש ביים קאמפאוזן די הארציגע טרערעררערערלע ניגון.

העווינג-סעד-דעט, בלייבט איבער נאר טייל פון די ערשטע דור וואס געווענליך קויפן זיי נישט קיין מאגאזינען און טייל פונעם צווייטן דור, וואס איז גאנץ א שוואכע מארקעט פאר אן אמת'ע תוכנ'פולע אויסגאבע.

קען זיין איך בין נישט גערעכט, היסטאריע פון אזעלכע אויסגאבעס ווי 'אוצרות' אדער 'שערי ציון' זענען מיינע עדות, בלייבט איבער צו וואונטשען אז רינ"ה זאל מצליח זיין אין אדרבא שאפן א מהפיכה אין אידישע ליטעראטור, ויתרומם קרנינו עדי נזכה לביאת גולינו בה תרום קרן ישראל לעולם אמן

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג יולי 13, 2018 12:28 pm

למשל די וואך אין די קינדליין נעמט ער קליינטשיגע מעשה און צולייגט עס באריכות, עס זאל זיין אינטערסאנט אפילו פאר דעם וואס אינטערסירט נישט געווענליך היסטאריע, ווענד זיך וויאזוי מ'לייגט עס אראפ

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 13, 2018 12:30 pm

אזוי גייט עס, door הולך v'door boo...סאטמאר'ער רב ז"ל האט אמאל געזאגט די חילוק פון ירידת הדורות היינט און אמאל. אמאל איז יעדע דור אראפגעגאנען איין טרעפל, כהיום (בימיו) פליעט די דור אליינס עשר מעלות אחורנית. וואס פארן זעלבן דור אליינס איז אמאל געווען געשמאק, און טיפזיניג, איז היינט ביינעם סתם א ווארט פון רב דסלר...ס'רעדט שויניש צונעם...און שוין.

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » פרייטאג יולי 13, 2018 12:37 pm

מיללער האט געשריבן:מיין ארימע מיינונג:

(הרב?) רינ"ה קוואדראט הי"ו פון לאנדאן איז א זעלטן-טאלאנטפולער שרייבער, ער איז אן אריגינעלער חוקר און מאכט אייגענע ריסערטש איבער תולדות עם ישראל ותולדות גדולי ישראל, אויף א פארנעם וואס מ'זעהט זעלטן ביי היימישע שרייבערס ובפרט אויפן אידישען שפראך וואס ווי מ'האט שוין אסאך מאל געשמועסט דא אויפן וועלט אז פון די דריי שפראכן וואס ווערט געליינט דורך חרדישע/היימישע אידן, איז ליידער אידיש די שוואכסטע אין קוואליטעט ווען עס קומט צו ליטעראטור בכלל און צו היסטאריע/תולדות בפרט.

למעשה, צו אזא אויסגאבע וועט פילן א חלל, געוויס יא, אבער לפענ"ד איז דער קליענטעל זייער מאגער פאר דעם. די אידישע ליינער-באזע היינט-צו-טאגס איז צוטיילט צווישן דריי אדער פיר דורות, די עלטערע גענערעאציע (קינדער פון מלחמה איבערלעבער/אהבת קדומים אויף סאטמאר שפראך), די מיטעלע דור (קינדער פון אהבת קדומים העכער דרייסיג יאר בערך) און די אינגע (מיללעניעלס) און פארשטייט זיך דאס איז אויסער פרויען און קינדער וואס גאר א קליינע פראצענט פון זיי זענען בכלל נישט די קליענטן פון הויכע קוואליטעט שרייבווערק ווי היסטאריע און תולדות גדולי ישראל.

די מציאות איז אז זינט די .... עפאכע און נאך מער זינט די ערשיינונג פון די ססגונא-מאגאזינען און בילדערהעפטן וועלכע פארפלייצן וועכנטליך די מארקעט מיט נייע בילדער פון אלטע צעלעבריטיס, יאר יערליכע בילדער ווי כ"ק אדמו"ר מהאזענפוטה שליט"א שפאצירט בנאות דשא אין באגלייטונג פון הויז-בחור, און מרן ראש ישיבת תורת החיים שליט"א באזוכט ביי הגר"ש מוסמכי שליט"א, מיט איין קליינע חילוק פון פאריאר אז דער האזענפוטהער רבי האט א נייע סארט בלום-בעקיטשע, און דער ראש ישיבה האט אן אנדערע קאפעלוטש, איז נישט דא קיין שום חדשות.

וואס די נידריג-שטאפלנדיגע ליין-מאטריאל האט אויפגעצויגן א דור פון אנאלפאבעטן, צו וועם אזעלכע קוואדראט שרייבווערק איז שווערער ווי א ספאנישע שרייבעריי, און היסטאריע פאר זיי איז נאר אינטערסאנט אויב עס באהאנדלט אזעלכע שאלות ווי: ווען האט שמולי אונגאר אנגעהויבן זיין קארעריע, און וויפיל שפילער האט די פרייליך באנד געהאט אין די ערשטע יארן, אדער וואס איז געווען די געפילן פון מאטי אילאוויטש ביים קאמפאוזן די הארציגע טרערעררערערלע ניגון.

העווינג-סעד-דעט, בלייבט איבער נאר טייל פון די ערשטע דור וואס געווענליך קויפן זיי נישט קיין מאגאזינען און טייל פונעם צווייטן דור, וואס איז גאנץ א שוואכע מארקעט פאר אן אמת'ע תוכנ'פולע אויסגאבע.

קען זיין איך בין נישט גערעכט, היסטאריע פון אזעלכע אויסגאבעס ווי 'אוצרות' אדער 'שערי ציון' זענען מיינע עדות, בלייבט איבער צו וואונטשען אז רינ"ה זאל מצליח זיין אין אדרבא שאפן א מהפיכה אין אידישע ליטעראטור, ויתרומם קרנינו עדי נזכה לביאת גולינו בה תרום קרן ישראל לעולם אמן


רב מיללער זייער גוט געזאגט, מיר זענען יונק פון המודיע תורני, קולמוס (אויך נישט ווי אמאל) המבשר קהילות און תורני, דארט קאן מען נאך געפונען תוכן.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יולי 13, 2018 12:49 pm

שוין אן אלטער טענה וואס כ'בין שוין כמעט הייזעריג פון שרייען. מ'איז נישט נייגעריג צו תוכן, אדער איז נישטא תוכן?

אז ס'איז נישטא, און מ'פיטערט דעם ציבור מיט מהאזענפוטה און מוסמכי בילדער און דו זעסט אז דאס לייענט מען, ליינט מען עס ווייל "מ'האט דערין א אינטערעסע" אדער ווייל "ס'איז פשוט נישטא עפעס אנדערש"? כ'האב שוין געשריבן מער ווי איין מאל דא, די אויסגאבעס זענען גערעכט מיטן אונז פיטערן זאמד און שטיינער, כל זמן דער עולם גולם קויפט עס.

וואלט געווען ערנסטע רעוואלאציע און מ'וואלט נישט אריינגענומען אין שטוב לופט בלעטלעך, וואלט דער נידעריגער סטאנדארט פון שרייב און לייען פעלד נישט אזוי אויסגעזען.

קינדליין - וואס ברענגט תוכן מיט זיך - כאטש ס'איז פאר קינדער, ווערט עס צוכאפט און געליינט דורך פילע ערוואקסענע אויך. איי ס'איז פאר קינדער? אבער אז ס'האט פיינע שטאף, כאפט מען עס מיט ביידע הענט.

אלזא, אז עס וועט זיין אזא קנאקעדיגע זאך ווי קנקן, וועט עס לענ"ד האבן א שטארקע אפקלאנג. אבער וואס ווייס מיר אונז? ימים יגידו.

אדערווייל קען איך בעטן א תפלה און לייגן א פרוטה אין פושקע, אז הרב קוואדראט זאל האבן גרויס הצלחה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 13, 2018 1:38 pm

שמעלקא,

געדענקסט נאך אוצרות?

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יולי 13, 2018 1:45 pm

אוי ווי כ'געדענק עס, געווען גאר גאר גוט! אביסל צו ווייניג ארטיקלען...

אבער דארט האט זיך עס געענדיגט צוליב די טיילונג פון די העפטן. והשנית דער קליענטן באזע איז געווען גאר קליין, צוליב וואס עס האט געהערט אונטער איינעמ'ס שירעם.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג יולי 13, 2018 1:59 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דער קליענטן באזע איז געווען גאר קליין, צוליב וואס עס האט געהערט אונטער איינעמ'ס שירעם.


אין ענגליש זאגט מען "ספיק פאר יורסעלף"... סאו כ'קען נאר רעדן פון אייגענע עקספיריענס.

קיין פאפיראצי בלעטער קויף איך נישט, און דעם אוצרות - ווען כ'האב עס געטראפן האב איך עס דורכגעליינט מדאשקע לדאשקע, אבער זינט עס האט געהאט א זייטיגע מיסיע (אפשר נאר ביי א טייל שרייבער) צו פאמפן די פארטיי, און זינט איך בין (דאן עכ"פ געווען) שטארק אנגעווייטאגט אויף יענע זייט, האב איך זיך נישט געקענט זעהן עס קויפן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

וואץ
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

תגובהדורך וואץ » פרייטאג יולי 13, 2018 2:39 pm

ווישניצא האט געשריבן:זיין סעל נומער האט איינער ?

try his home
011442088020202

ידעתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » פרייטאג יולי 13, 2018 5:23 pm

איך קען נישט מער ווי טרויעריג צושאקלן מיטן קאפ אויף די לעצטע פאר תגובות.
איך זע טאקע אז ער גייט נאר ארויסקומען יעדע פאר חדשים אנשטאט וועכענטליך/חודש'ליך האף איך אז סוועט זיך אים לוינען פון א ביזנעס שטאנדפונקט אויך.

לגבי אוצרות, איך פלעג עס נישט קויפן פשוט ווייל איך קויף נישט קיין אידישע צייטונג/זשורנאל יארן שוין, לשה"ר מיט שטרוי איז ביי מיר נישט קיין ארטיקל אז סאיז געדרוקט אויף אידיש און זיך געדרייט דא צו זען "רעוויוס" דערויף האב איך זיך אויך נישט. טוט מיר וויי אז איך האב פארפאסט.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג יולי 13, 2018 6:03 pm

ווינקל האט געשריבן:אזוי גייט עס, door הולך v'door boo...סאטמאר'ער רב ז"ל האט אמאל געזאגט די חילוק פון ירידת הדורות היינט און אמאל. אמאל איז יעדע דור אראפגעגאנען איין טרעפל, כהיום (בימיו) פליעט די דור אליינס עשר מעלות אחורנית. וואס פארן זעלבן דור אליינס איז אמאל געווען געשמאק, און טיפזיניג, איז היינט ביינעם סתם א ווארט פון רב דסלר...ס'רעדט שויניש צונעם...און שוין.


ווי פלעגט ער זאגן,
its a broken door...

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » מוצ"ש יולי 14, 2018 10:53 pm

ראש הקהל האט געשריבן:הרב קוואדראט איז צו באלעקן, נישט קיין חילוק גרעפיקס און פאנטס.
איינע וואס האט שטארק ליב היסטוריא, גייט איהם עפ"י רוב נישט אן קיין גרעפיקס און פאנטס, אדרבא, אזא איינער איז עפי"ר צוגעוואוינט צו ליינען אלטע צוקנייטשע פאנטס און שריפטן...

שערי מדע קומט בכלל נישט אריין, בכלל נישט אונטרעסאנט מער, קאן זיין אמאל האט ער געהאט מדע ממאמרי חז"ל ראשונים ואחרונים, איז געוועהן אונטרעסאנט, כהיום איז עס א מאמר פון רב דסלר אן עובדא פון חזון איש, א היינטיגע מעשה פון א אנדערע ליטפישע גדול וואס קומט איהם תחת ידו, און נאדיר א גליון, שלעכט און שווער געשריבען, טוה מיר א טובה.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=37453

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מוצ"ש יולי 14, 2018 11:28 pm

שאו ידיכם קודש האט געשריבן:כ'האף ער וועט האבן שכל עס צו שרייבן אין לשה"ק און נישט אין אידיש.

אין ארץ ישראל קענסטו קויפן גענוג פון די מינע סארט
לאז אביסל (אינזער שוואכע לשון קודש דור) ליינען עפעס אינטערסאנט.
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אלמוני
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג יולי 15, 2018 12:03 am

רב מיללער בנוגע אייער ראיה פון שערי ציון און אורות זענט איר לכאורה נישט גערעכט ווייל זיי ווייסן זייער באזע און דרוקן וויפיל זיי ווילן און למעשה מאכט קיינער נישט קיין געלט דערפון משא״כ דא וואס א פריוואטע מענטש אינוועסטירט אין דעם דארף ער גרויס מזל אז עס זאל זיך אויסצאלן ודוק

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » זונטאג יולי 15, 2018 10:54 am

למעשה, ווען גייט ערשיינען דער ערשטער באנד?
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג יולי 15, 2018 11:28 am

קן א׳ איז באשטימט צו זיין אין די געשעפטן בע״ה חצי אלול

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » זונטאג יולי 15, 2018 11:49 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קן א׳ איז באשטימט צו זיין אין די געשעפטן בע״ה חצי אלול

אה, שכח ר' שמעלקא.
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

מעכטיג זעצער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 06, 2016 3:37 pm

תגובהדורך מעכטיג זעצער » זונטאג יולי 15, 2018 12:19 pm

בויער האט געשריבן:קעמיר גוט ר' יוסף נחמיה'ס מאמרים פון שערי ציון, לדעתי מאכט ער א גרויסע טעות מיטן מאכן אלעס אליין, אבער לאמיר האפן ער וועט מצליח זיין

שרייבן אלעס אליין איז נישט קיין מעלה, אין מיין קליינער פארשטאנד

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » זונטאג יולי 15, 2018 12:26 pm

מעכטיג זעצער האט געשריבן:
בויער האט געשריבן:קעמיר גוט ר' יוסף נחמיה'ס מאמרים פון שערי ציון, לדעתי מאכט ער א גרויסע טעות מיטן מאכן אלעס אליין, אבער לאמיר האפן ער וועט מצליח זיין

שרייבן אלעס אליין איז נישט קיין מעלה, אין מיין קליינער פארשטאנד

וואס הייסט שרייבן אלעס אליין? שמעתי אז ער נעמט אויך ר' משה נחום קרויס פון שערי מעדה, און נאך א קולעקציע פון היסטארישע גוטע שרייבער'ס,
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג יולי 15, 2018 12:32 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:איך הער, אז זיי וועלן ניישט שטיין בלייבן נאר מיט הרב קוואדראט הי"ו, נאר זיי וועלן אויך נעמען נאך גרויסע בארימטע היטאריקער און יודעי מדע.


קען זיין אז אפשר מיט די צייט, אבער אויף דערווייל הייסט עס אז נאר הרב קוואדראט וועט דארט שרייבן.

דאס וואס איר שרייבט איז ווארשיינליך א טעות, כ'האב טאקע געזען אז אויף נאך מקומות האט מען געמאכט דעם טעות, איבער א אויסגאבע פון נאך חוקרים, ס'גייט אי"ה אזאנס אויך ערשיינען לאור עולם, אבער עס האט נישט קיין שייכות מיט קנקן.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג יולי 15, 2018 12:33 pm

בס"ד

ידידי הרב מיללער, און די אנדערע חשובע ידידים אין דעם ענין, איר זענט ווייט, ווייט, צו פעסימיסטיש לענ"ד.

אז קנקן וועט דעליווערן די ריכטיגע סחורה, האט ער הערליכע שאנסן בס"ד מצליח צו זיין.

פארוואס? ווי כ'האב שוין געזאגט אזויפיל מאל, עי' ערך מעלות, קינדליין, און אויך (מיט אלע ---- אין די זייט געלייגט פאר דעם שמועס) עמי. וואס איז דער יסוד פון זייער הצלחה? זיי האבן אינאכט גענומען א חלל וואס אנדערע האבן נישט גע'חלומ'ט אז עס עקזיסטירט, און זיי זענען אריין אנצופילן דעם חלל. זיי האבן געהארעוועט אומבאשרייבליך שווער, נישט חדשים און יארן, נאר אסאך יארן, בכל לב ונפש ומאוד, און ב"ה זיי האבן מצליח געווען. יעדער אין זיין וועלטל, און מען רעדט פון טאטאל אנדערע וועלטן בכלל.

נאך א יסוד: די דריי זענען 100 פראצענט ארגינעל, נישט קיין משהו פון "נאכמאכן." חדשים און יארן פאראויס האבן זיי שוין געהאט א וויזיע וואס אהערצושטעלן, און דאס האבן זיי אהערגעשטעלט. "נאכמאכן" וועט קיינמאל נישט זיין ווי דאס ארגינעלע.

און דער יסוד היסודות: די דריי האבן טאטאל אנדערע קליענטן באזעס, אבער די צד השוה איז, אז פון פאראויס וואלט מען נישט געזאגט עס קען זיך פארקויפן, ס'איז שוין דא גענוג, דער עולם דארף נישט נאך, מען דארף נישט קוואליטי (יעדער לויט זיינע השגות), וכו'. אבער ווי נאר די טויזנטער מענטשן צו וועמען זיי רעדן האבן באמערקט ווי די אויסגאבע שטעלט זיך צו מיט'ן אינהאלט וואס רעדט טאקע צו זיי, האבן זיי עס געקויפט, און הערן נישט אויף עד היום.

אגב, א טאפ קוואליטי אויסגאבע מיינט נישט ער מוז יעדע וואך האבן טאפ קוואליטי. עס מיינט אז ער האט גענוג מאל טאפ קוואליטי אז מען וויל עס קיינמאל נישט פארפאסן - אין אנדערע ווערטער, ס'איז שוין דא א חזקה אז מען וועט הנאה האבן פון עס ליינען, און אפילו אויב די הנאה איז נישט אלץ אזוי ווייסעךוואס, האלט מען עס אן גענוג גוט איבערצוקומען די שוואכערע וואכן און מחי' זיין כיד המלך אין די גוטע וואכן.

נעם א מעלות אין די האנט. יעצט פרייטאג-שב"ק געליינט אסאך פון יעצטיגן נומער חודש מנחם אב. מלא וגדוש מדאשקע לדאשקע, יעדע ארטיקל א ברכה. אין בין המצרים האבן זיי ערלויבט אסאך אמת'דיגע-טרערן-שלעפנדע סחורה, געשריבן אזוי עכט, פראפעסיאנעל, ערליך, הארציג, געשליפן, אינפארמאטיוו, מיט א גלענצנדע שפראך וואס איז ממש שפראכלאז (אן ארטיקל פאר זיך...), אז מ'קען עס פשוט נישט אראפלייגן פון האנט. מ'זעהט ווי די ארבייט איז נישט "אבי." די קוואל שפרודלט פריש אן אויפהער ב"ה.

נעם א קינדליין. יעצט געליינט אסאך פון פרשת מטו"מ, און איך ליין עס כמעט יעדע וואך. מלא וגדוש מדאשקע לדאשקע. יעדע בלעטל מלא חידושים, מלא זאפט על טהרת הקודש. די געדאנקען פון די טעמעס, שמועסן, אינטערוויוס, קאמיקס, גרעפיקס, תוכן, יראת שמים ודרך ארץ אזוי אומדירעקט, קיין איין ווינקל נישט אויסגענוצט סתם אזוי, מען שוינט נישט קיין מי און שעפערישע כוחות, נאך און נאך און נאך ב"ה. נישט פשוטע אינהאלט! און די סייעתא דשמיא פון צושטעלן אזאנס פאר "קינדער"! אויפ'ן גאנצן פילפארביגקייט פונעם ציבור פון מאה שערים ביז פייוו טאונס... אן קיין איינציגע ווארט אדער בילד אדער מעסעדזש וואס זאל זיין א שמעק אומאויסגעהאלטן פאר די עידית שבעידית טראץ די אומבאשרייבליכע נסיונות...!

א וואונדער זיי פליען ביידע אראפ פון די פאליצעס ווי א הונגער יאר?

יא, עס העלפט דערצו אז מען האט א גוטע ביזנעס סטרוקטור (געלט, סעילס, דיסטריביושאן, פרינטינג וכו'), מען איז פונקטליך ווי א שווייצער זייגער, מען רוקט זיך נישט אוועק קיין משהו וועגן (כלומרשטע) קאמפעטישן, מען פרובירט צו לעבן גוט מיט יעדן איינעם, די גרעפיקס איז באטעמט און גוט, די "קאמיוניקאציע" צווישן אויסגאבע און ליינערס איז אלץ אפען, אא"וו. אבער די יסודות בלייבן די זעלבע כנ"ל.

אז קנקן איז גרייט צו גיין מיט'ן זעלבן בכל לב ונפש ומאוד, הארעווען שווער, זיין ארגינעל, האבן אן ערליכע וויזיע און זיך האלטן דערצו קעגן אלע האריקעינס, וועט ער אי"ה מצליח זיין, פונקט ווי די אנדערע כנ"ל.

און אגב, ס'איז נאך דא פלאץ פאר אסאך מער, אויב מען גייט מיט די פאזיטיווע כללים. ס'איז דא עקזיסטירנדע אויסגאבעס וואס מאכן גראבע טעותים אויף א יסודות'דיגע ענין אדער צוויי, ברצון צי באונס, ביודעים ובלא יודעים, און זיי קענען געווען אנקומען אסאך מער. ס'איז אויך דא פארשידענע אויסגאבעס וואס ווארטן נאך געגרינדעט צו ווערן אויף ענינים וואס ווערן לעת עתה בכלל נישט געדעקט אויף א נארמאלע וועג.

סך הכל, הרב בעל "הקנקן," הצלחה און סייעתא דשמיא...!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

תגובהדורך הערש'עלע שטופער » זונטאג יולי 15, 2018 12:44 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד


סך הכל, הרב בעל "הקנקן," הצלחה און סייעתא דשמיא...!

גוט און קלאר ארויסעברענגט. איי פולי עגרי מיט דיר ר' מזל!
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פריטלעך און 9 געסט