הילולא דצדיקיא האט געשריבן:הרב מילער איר האט א פוינט, אבער איר זענט נישט גערעכט, ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, דער עולם ליינט שטרוי, ווייל דאס פארקויפט מען, און נישט מ'פארקויפט שטרוי ווייל דאס זיכט מען (והראיה קוק וויפיל אידן דא ווארטן קוים אויף א מי מנוחות אויסגאבע, אדער אויף דעם יעצטיגן קנקן)
גם דעתי הקלושה כן, איך שריי שוין לאנג אז איך ווער שוין הייזעריג, ווען קולמבשר וואלט נישט געגאסן אזויפיל קטנות וואלט די איגנט נישט געווען אזוי פארמאכט. (איך רעד דא אפשר קעגן וואס מען טאר נישט. אבער עס גייט דאך שוין ארויס פון יעדע פראפאראנץ. ווי בעט יענער, ביטע אויפמאכן א קול מבשר פאר ערוואקסענע....)
לענינינו אז מען גייט געבן היסטאריע אויף אן אינטערסאנטע טעללער, מיט א לעפל און גאפל, גייט דאס יעדער עסן מיט געשמאק. סוף כל סוף זענען מיר אמאל געווען (אמאאאל, איינער געדענקט נאך????), שוין זייער לאנג צוריק זענען מיר געווען אן עם חכם ונבון, מיר זענען נישט בעצם אזוי פארטעמפט, נאר מען מאכט בידים צו די קעפ פונעם עולם. אז מען גייט טיילן "קען אפענערס" וועט זיך עפענען קעפ רעכט'ס און לינקס.
ווי זאגט מיללער, ולה' הישועה.