"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:הרה"ג ר' יוסף נחמי' הכהן קוואדראט

נאך פון תקופת הגאונים? :wink:
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

farshlufen האט געשריבן:פרישע אויסגאבן

ווערטער שפיל...
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שטיין האט געשריבן:איך מיין מענשן גלאכן מער מדע ווי היסטאריע

נישט קיין סתירה, יש כאלו ויש כאלו
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ארון_ליב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 09, 2018 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארון_ליב »

תכלית גייט דאס זיין א קאמפעטישאן פאר מאמענט?
ארון נושא את נושאיו
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

ארון_ליב האט געשריבן:תכלית גייט דאס זיין א קאמפעטישאן פאר מאמענט?

ניין. פונקט ווי זופ איז נישט קיין קאמפעטישן פאר שטאפענע היטן...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
ארון_ליב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 09, 2018 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארון_ליב »

פארוואס טאקע נישט? איך זוך א וויקלי געשמאקע מאגאזין צו ליינען איך וויל נישט קיינעם אוועק מאכן אבער פון אונז גרויסע טאטעס פארגעסט מען
וויקלי האבן מיר גארנישט אויף אידיש
ארון נושא את נושאיו
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פריילעך אידל האט געשריבן:
ארון_ליב האט געשריבן:תכלית גייט דאס זיין א קאמפעטישאן פאר מאמענט?

ניין. פונקט ווי זופ איז נישט קיין קאמפעטישן פאר שטאפענע היטן...

אזא מין שלעכטע משל דאס.
חכם דו איינער. ווי טיפער די הוט איז, אלס מער זופ גייט אריין.
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

ארון_ליב האט געשריבן:פארוואס טאקע נישט? איך זוך א וויקלי געשמאקע מאגאזין צו ליינען איך וויל נישט קיינעם אוועק מאכן אבער פון אונז גרויסע טאטעס פארגעסט מען
וויקלי האבן מיר גארנישט אויף אידיש

וועלכע סארט אויסגאבע וואלסטו געוואלט ליינען יעדע וואך?
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
ארון_ליב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 09, 2018 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארון_ליב »

בריוועלע האט געשריבן:
ארון_ליב האט געשריבן:פארוואס טאקע נישט? איך זוך א וויקלי געשמאקע מאגאזין צו ליינען איך וויל נישט קיינעם אוועק מאכן אבער פון אונז גרויסע טאטעס פארגעסט מען
וויקלי האבן מיר גארנישט אויף אידיש

וועלכע סארט אויסגאבע וואלסטו געוואלט ליינען יעדע וואך?

א אויסגאבע מיט נייעס ארטיקעלס מעשיות אבער נישט פאליטיש בעיסט
ארון נושא את נושאיו
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

פריילעך אידל האט געשריבן:
ארון_ליב האט געשריבן:תכלית גייט דאס זיין א קאמפעטישאן פאר מאמענט?

ניין. פונקט ווי זופ איז נישט קיין קאמפעטישן פאר שטאפענע היטן...
אטעטשמענטס
7971.jpg
7971.jpg (4.22 KiB) געזען 2809 מאל
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אן אנשטויס פון שרי העשר האבן זיך אראפגעלאזט אויף די גאסן פון אייוועלט רבתי, ולה' הישועה
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

מיללער האט געשריבן:אן אנשטויס פון שרי העשר האבן זיך אראפגעלאזט אויף די גאסן פון אייוועלט רבתי, ולה' הישועה

אהעם... און וואס גענוי איז די פראבלעם מיט שרי העשר?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ערגעץ ווי דארפן דאך די עשר'לעך אויך אנהייבן :lol:
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אדער יא האט געשריבן:דאס גלייכן מענטשן...


:wink:
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knowledge »

מזי רעב האט געשריבן:
שטיין האט געשריבן:ר משה נחום קרויס

זיין גרעמער איז שרעקליך



כ'וואלט נישט געזאגט זיין גרעמער איז שלעכט, ס'מאכט זיך ספעלינג טעותים. זיין מהלך הכתיבה איז אייגענארטיג, עס איז א געמיש פון אידיש, אנגליש, און לשון הקודש, גרעמער און שרייבער זענען דא בעסערע פון אים, אבער די תוכן איז עפעס יוניק און אייגאנארטיג, שאול קליין האט ביידע מעלות סיי ער שרייבט גוט און סיי די תוכן איז גאר גוט, קרויס איז מער די תוכן ווי די גרעמער וכדו'.

לגבי קוואדארט ער איז גאר גאר גוט אין זיין פעלד, כ'ליין מזמן לזמן זיינע מאמרים אין שערי ציון.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

קוואדראט איז א יחיד במינו אין שפראך - גראמאר - תוכן
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

מזי רעב האט געשריבן:
שטיין האט געשריבן:מען דאר אריין נעמען אין פיקטשער ר משה נחום קרויס פון שער המדה ער איז מוירדיג מענשן גייען גא גא פאר אים ..

זיין גרעמער איז שרעקליך, ער שרייבט אידיש אווי א מעקסיקען רעדט ענגליש

RT
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

גראדע די שערי מדע, האב איך זייער ליב, שיין שפראך איז ליינבאר, און דאס געמיש פון לשה"ק און אידיש ענגליש, גלייך איך גראדע, פאר א ספר אדער קונ' איז דאס נישט אין פלאץ, אבער פאר א וועכנטליכע גליון, איז דאס זייער יוניק, און געשמאק
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

די ארטיקלען פון הרב קוואדראט אין די קינדליין זענען זיך צו באלעקן די פינגער. אמאל האט ער באשריבן די גולם, ער האט מיך די ערשטע מאל געמאכט טראכטן אז די גולם איז אמת, ברענגענדיג היסטארישע דאקומענטן, אויסצוגן פון צייטונגען וכדומה. ער איז בלי שום ספק א מייסטער היסטאריקער.

איך בין נייגעריג צו די קינדליין גייט אים יעצט פארלירן, לעצטנס האט די קינדליין אדווערטייזט אז זיי זוכן נאך שרייבער, האט דאס מיט דעים צו טוהן?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

הרב קוואדראט איז צו באלעקן, נישט קיין חילוק גרעפיקס און פאנטס.
איינע וואס האט שטארק ליב היסטוריא, גייט איהם עפ"י רוב נישט אן קיין גרעפיקס און פאנטס, אדרבא, אזא איינער איז עפי"ר צוגעוואוינט צו ליינען אלטע צוקנייטשע פאנטס און שריפטן...

שערי מדע קומט בכלל נישט אריין, בכלל נישט אונטרעסאנט מער, קאן זיין אמאל האט ער געהאט מדע ממאמרי חז"ל ראשונים ואחרונים, איז געוועהן אונטרעסאנט, כהיום איז עס א מאמר פון רב דסלר אן עובדא פון חזון איש, א היינטיגע מעשה פון א אנדערע ליטפישע גדול וואס קומט איהם תחת ידו, און נאדיר א גליון, שלעכט און שווער געשריבען, טוה מיר א טובה.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מיללער האט געשריבן:אן אנשטויס פון שרי העשר האבן זיך אראפגעלאזט אויף די גאסן פון אייוועלט רבתי, ולה' הישועה


מען דארף איינרייסן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knowledge »

ראש הקהל האט געשריבן:הרב קוואדראט איז צו באלעקן, נישט קיין חילוק גרעפיקס און פאנטס.
איינע וואס האט שטארק ליב היסטוריא, גייט איהם עפ"י רוב נישט אן קיין גרעפיקס און פאנטס, אדרבא, אזא איינער איז עפי"ר צוגעוואוינט צו ליינען אלטע צוקנייטשע פאנטס און שריפטן...

שערי מדע קומט בכלל נישט אריין, בכלל נישט אונטרעסאנט מער, קאן זיין אמאל האט ער געהאט מדע ממאמרי חז"ל ראשונים ואחרונים, איז געוועהן אונטרעסאנט, כהיום איז עס א מאמר פון רב דסלר אן עובדא פון חזון איש, א היינטיגע מעשה פון א אנדערע ליטפישע גדול וואס קומט איהם תחת ידו, און נאדיר א גליון, שלעכט און שווער געשריבען, טוה מיר א טובה.


על טעם וריח אין להתווכח
ווישניצא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישניצא »

זיין סעל נומער האט איינער ?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיין ארימע מיינונג:

(הרב?) רינ"ה קוואדראט הי"ו פון לאנדאן איז א זעלטן-טאלאנטפולער שרייבער, ער איז אן אריגינעלער חוקר און מאכט אייגענע ריסערטש איבער תולדות עם ישראל ותולדות גדולי ישראל, אויף א פארנעם וואס מ'זעהט זעלטן ביי היימישע שרייבערס ובפרט אויפן אידישען שפראך וואס ווי מ'האט שוין אסאך מאל געשמועסט דא אויפן וועלט אז פון די דריי שפראכן וואס ווערט געליינט דורך חרדישע/היימישע אידן, איז ליידער אידיש די שוואכסטע אין קוואליטעט ווען עס קומט צו ליטעראטור בכלל און צו היסטאריע/תולדות בפרט.

למעשה, צו אזא אויסגאבע וועט פילן א חלל, געוויס יא, אבער לפענ"ד איז דער קליענטעל זייער מאגער פאר דעם. די אידישע ליינער-באזע היינט-צו-טאגס איז צוטיילט צווישן דריי אדער פיר דורות, די עלטערע גענערעאציע (קינדער פון מלחמה איבערלעבער/אהבת קדומים אויף סאטמאר שפראך), די מיטעלע דור (קינדער פון אהבת קדומים העכער דרייסיג יאר בערך) און די אינגע (מיללעניעלס) און פארשטייט זיך דאס איז אויסער פרויען און קינדער וואס גאר א קליינע פראצענט פון זיי זענען בכלל נישט די קליענטן פון הויכע קוואליטעט שרייבווערק ווי היסטאריע און תולדות גדולי ישראל.

די מציאות איז אז זינט די .... עפאכע און נאך מער זינט די ערשיינונג פון די ססגונא-מאגאזינען און בילדערהעפטן וועלכע פארפלייצן וועכנטליך די מארקעט מיט נייע בילדער פון אלטע צעלעבריטיס, יאר יערליכע בילדער ווי כ"ק אדמו"ר מהאזענפוטה שליט"א שפאצירט בנאות דשא אין באגלייטונג פון הויז-בחור, און מרן ראש ישיבת תורת החיים שליט"א באזוכט ביי הגר"ש מוסמכי שליט"א, מיט איין קליינע חילוק פון פאריאר אז דער האזענפוטהער רבי האט א נייע סארט בלום-בעקיטשע, און דער ראש ישיבה האט אן אנדערע קאפעלוטש, איז נישט דא קיין שום חדשות.

וואס די נידריג-שטאפלנדיגע ליין-מאטריאל האט אויפגעצויגן א דור פון אנאלפאבעטן, צו וועם אזעלכע קוואדראט שרייבווערק איז שווערער ווי א ספאנישע שרייבעריי, און היסטאריע פאר זיי איז נאר אינטערסאנט אויב עס באהאנדלט אזעלכע שאלות ווי: ווען האט שמולי אונגאר אנגעהויבן זיין קארעריע, און וויפיל שפילער האט די פרייליך באנד געהאט אין די ערשטע יארן, אדער וואס איז געווען די געפילן פון מאטי אילאוויטש ביים קאמפאוזן די הארציגע טרערעררערערלע ניגון.

העווינג-סעד-דעט, בלייבט איבער נאר טייל פון די ערשטע דור וואס געווענליך קויפן זיי נישט קיין מאגאזינען און טייל פונעם צווייטן דור, וואס איז גאנץ א שוואכע מארקעט פאר אן אמת'ע תוכנ'פולע אויסגאבע.

קען זיין איך בין נישט גערעכט, היסטאריע פון אזעלכע אויסגאבעס ווי 'אוצרות' אדער 'שערי ציון' זענען מיינע עדות, בלייבט איבער צו וואונטשען אז רינ"ה זאל מצליח זיין אין אדרבא שאפן א מהפיכה אין אידישע ליטעראטור, ויתרומם קרנינו עדי נזכה לביאת גולינו בה תרום קרן ישראל לעולם אמן
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

למשל די וואך אין די קינדליין נעמט ער קליינטשיגע מעשה און צולייגט עס באריכות, עס זאל זיין אינטערסאנט אפילו פאר דעם וואס אינטערסירט נישט געווענליך היסטאריע, ווענד זיך וויאזוי מ'לייגט עס אראפ
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”