קנקן האט געשריבן:גולם פון פראג האט געשריבן:כ'מיין די וועג וויאזוי מען צושניידט עס איז נישט א גרויסע חילוק..
די באדעם ליין איז אז יעדע ארטיקעל אין קנקן קאסט צווישען צוויי און דריי דאללער צו לייענען.
ס'דא מענטשען וואס זענען גרייט צו צאלן די פרייז און ס'איז דא וואס נישט.
איך זעה נישט ווי אזוי שניידן אויף א אנדערע וועג וועט עפעס העלפן. בפרט אז עס וועט נאך העכערען די איצטיגע קאסטן מיט א דאלער צוויי צוליב די פרינטינג.
רעדנדיג מיט עטליכע יודן, סיי פנים אל פנים, סיי פריוואט דא אויף אייוועלט, האבן מיר באקומען די השראה, אז יא, ליבערשט 9 דאללער פון האלב חודש׳ליך, ווי 18 פאר גאנץ יעדער צוויי חדשים.
נאך אן אויפטו איז אז פארזעצונגען וועלן זיין שנעלער.
אזוי וועט עס אונז עווענטועל אויך שפארן מארקעטינג, ווייל א מאנטאליכע זאך איז קאָנסיסטענט, אין קעגנזאץ צו יעדער צוויי חדשים.
מיט דעם מהלך, קענען מיר ווייטער אנגיין, מיר פארלירן נישט, און דער קויפער וועל זיך פילן גרינגער אזוי.
דו וואס האלטן נישט ביים באצאלן דאס אויכעט נישט, זיי קען איך לעת עתה נישט העלפן, זיי וועלן זיך מוזן באגיין אן דעם, ואתם הסליחה.
בכבוד רב
יונ״ה
יאך האב איינגעקויפט ביידע קנקנים, סאו איך בין פין אייערע קאסטעמערס און יאך האלט ביים צאלן.
אבער איך צאל נישט פאר די פארזעצונגען ווייל כ'ווייס נישט צו כ'גיי עס קויפען יעדע מאל, נאר בעיקר פאר די ארטיקלען. אז כ'זעה ס'איז אינטערסאנט קויף איך עס. דערווייל די ערשטע צוויי מאל האט עס אויסגעזען גענוג אינטערסאנט, האב איך אראפגעשלינגען די פרייז אין זיך עס איינגעהאנדעלט.
איך האב זייער מורא אז אויב ס'וועט אויסקומען נאר פינעף ארטיקלען יעדע קנקן, צווישען זיי מסתמא צוויי פארזעצונגען, וועל איך נישט זיין גרייט ארויסצונעמען א צענער בכדי צו לייענען 2-3 נייע ארטיקלען. אויזער אין פאל וואס איך זעה א גאר אינטערסאנטע ארטיקעל.
במילא וועט אויסקומען אז די פארזעצונגען וועל איך סייווי נישט מיטהאלטען, ווייל איך גיי נישט קויפען יעדע חודש.
אבער עטליכע מאל א יאר וועל איך מסתמא שפענדען די ניין א האלב דאלער אויב זעה איך א אינטערסאנטע ארטיקעל.
במילא, אויב טוהט איר די טויש פאר אייער באקוועמלעכקייט, געזונטערהייט.
אבער אויב טוהט איר עס כדי סזאל זיין מער קונים ווייס איך נישט וויפיל איר טוהט אויף.
און לעומת זה איינמאל איר מאכט עס א חודש'ליכע אויסגאבע קענט איהר שוין נישט טוישען, ווייל דעמאלטס איז דאס גאר א שלעכטע סימן.
נאך א זאך צי געדענקען: א חודשליכע אויסגאבע איז א גרויסע פרעשער און ס'מוז ארויסקומען אויפ'ן טאג, יעדע אויסגאבע. סאו מאכט זיכער איהר זענט גרייט דערצו פון פראנויס.
הצלחה וברכה