"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

פריילעך אידל האט געשריבן:שלום לך הרב יונ"ה

געקויפט און הנאה געהאט, אבער אויף א סקעיל פון 1 ביז 10 האב איך הנאה געהאט 7.
א 10 וואלט מיר ווערד געווען $18, אבער דערווייל פיל איך אז עס איז נישט ווערד די פרייז.
וועל איך קויפן קן ב'? קען זיין.

געקויפט בכסף מלא.
מיין הנאה איז געווען בערך 5.

הרב קנקן, קומט איר אראפ צו $9.99 קען מען רעדן.

איך וועל מער אי״ה נישט מאכן אזא קאסטבארן טעות.
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

איך וויל נאר צולייגען דא א קליינע אבער א וויכטיגע נקודה.
ווען איר גייט קויפען מעבל, א נייע ספרים שאפע פאר אייער נייע דירה, וועט איר אפילו צאלען טייער געלט פארדעם אבער נאר בתנאי אז איר האט זיך גוט נאכגעפרעגט ביי אייערע באקאנטע און אפשר געגאנגען קוקען וואס דער סטאלער קען אלץ באווייזען מיט זיין ארבעט.
אבער, ווען איר הערט אז א נייע רעסטוראנט האט זיך געעפענט אין שטעטעל און איר גייט אריין דארט די ערשטע נאכט וואס זיי האבען געעפענט זייערע טויערען און איר זענט זייער אנטוישט פון זייער סערוויס אדער קוואליטעט פון דאס עסען און טרינקען א.א.וו.. וועט איר פארשטיין דעם געשעפטסמאן אז עס איז למעשה די ערשטע נאכט און אפשר האט ער נישט די גוטע עקסיפריענס..... בקיצור וועט איר צוריקגיין א שטיק צייט שפעטער צו דעם זעלבע רעסטוראנט עסען? איך וואלט יא צוריקגעגאנגען אפילו עס האט מיר געקאסט טייער געלט דאס ערשטע מאהל. פארוואס? ווייל איך גלייב אז מען דארף געבן א מענטש א טשענס chance זיך צו טוישען און זיך אויפבויען.
לענינינו, אונז אלע זענען מודה אז די בעל הקנקן אדער ווי ער שרייבט זיך אונטער, יונ"ה, האט דורכגעבראכען א נייע דורכבראך אין די חסידישע אידישע ליין מאטריעאל. און אמת עס קען זיין עס איז אביסעל טייער אין אייערע אויגען. אמת עס האט גראזען. אמת די אידיש איז נישט צו גרינג פאר אייך צו ליינען. אמת אז ער מעג אויפנעמען אן עדיטאר איבערצוקוקען זיין ארבעט. די ליסט פון קריטיק קען אנגיין ביז די פענע וועט לעהר ווערן פון טינט....
אבער לאמיר טראכטען וואס אונז ווילען באמת? ווילען מיר באמת אז קנקן זאל מער נישט ארויסקומען? זאלען מיר עהם נישט געבן קיין טשענס זיך אויפצובויען ביז אונז אלע וועלן זיין העכסט צופרידען פון זיין ארבעט? פאר וועמען טוט ער זיין ארבעט אויב נישט פאר אונז צו הנאה האבען? איי, האסט נישט הנאה געהאט פון דעם ערשטע קן אזוי ווי האסט דיך פארגעשטעלט? די זעלבע מיט די רעסטוראנט, ווארט צו ביז די צווייטע אדער אפשר גאר די דריטע, און נאכדעם וועלן מיר זעהן אויב ער בויט זיך אדער צו ער איז אן עקשן און האלט זיך ביי זיינע אייגענע......
לאמיר נישט פארגעסן אז די אויב די קנקן איז אנגעפילט וועלן מיר האבען וואס צו טרינקען אבער אויב מיר וועלן נישט טרינקען וועט די קנקן ליידער נישט קענען משפיע זיין ווייטער פון זיינע געוואלדיגע ידיעות.......
יוסף בן יעקב
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בן יעקב »

גבר ישראל האט געשריבן:איך וויל נאר צולייגען דא א קליינע אבער א וויכטיגע נקודה.

א שטארק ווארט! ;l;p-
אידישע ליין מאטריאל איז שווער צו-צושטעלן.
שטעל דיך פאר... איינער צווישן צוועלף ברידער... נעבעך.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

גבר ישראל האט געשריבן:איך וויל נאר צולייגען דא א קליינע אבער א וויכטיגע נקודה.
ווען איר גייט קויפען מעבל, א נייע ספרים שאפע פאר אייער נייע דירה, וועט איר אפילו צאלען טייער געלט פארדעם אבער נאר בתנאי אז איר האט זיך גוט נאכגעפרעגט ביי אייערע באקאנטע און אפשר געגאנגען קוקען וואס דער סטאלער קען אלץ באווייזען מיט זיין ארבעט.
אבער, ווען איר הערט אז א נייע רעסטוראנט האט זיך געעפענט אין שטעטעל און איר גייט אריין דארט די ערשטע נאכט וואס זיי האבען געעפענט זייערע טויערען און איר זענט זייער אנטוישט פון זייער סערוויס אדער קוואליטעט פון דאס עסען און טרינקען א.א.וו.. וועט איר פארשטיין דעם געשעפטסמאן אז עס איז למעשה די ערשטע נאכט און אפשר האט ער נישט די גוטע עקסיפריענס..... בקיצור וועט איר צוריקגיין א שטיק צייט שפעטער צו דעם זעלבע רעסטוראנט עסען? איך וואלט יא צוריקגעגאנגען אפילו עס האט מיר געקאסט טייער געלט דאס ערשטע מאהל. פארוואס? ווייל איך גלייב אז מען דארף געבן א מענטש א טשענס chance זיך צו טוישען און זיך אויפבויען.
לענינינו, אונז אלע זענען מודה אז די בעל הקנקן אדער ווי ער שרייבט זיך אונטער, יונ"ה, האט דורכגעבראכען א נייע דורכבראך אין די חסידישע אידישע ליין מאטריעאל. און אמת עס קען זיין עס איז אביסעל טייער אין אייערע אויגען. אמת עס האט גראזען. אמת די אידיש איז נישט צו גרינג פאר אייך צו ליינען. אמת אז ער מעג אויפנעמען אן עדיטאר איבערצוקוקען זיין ארבעט. די ליסט פון קריטיק קען אנגיין ביז די פענע וועט לעהר ווערן פון טינט....
אבער לאמיר טראכטען וואס אונז ווילען באמת? ווילען מיר באמת אז קנקן זאל מער נישט ארויסקומען? זאלען מיר עהם נישט געבן קיין טשענס זיך אויפצובויען ביז אונז אלע וועלן זיין העכסט צופרידען פון זיין ארבעט? פאר וועמען טוט ער זיין ארבעט אויב נישט פאר אונז צו הנאה האבען? איי, האסט נישט הנאה געהאט פון דעם ערשטע קן אזוי ווי האסט דיך פארגעשטעלט? די זעלבע מיט די רעסטוראנט, ווארט צו ביז די צווייטע אדער אפשר גאר די דריטע, און נאכדעם וועלן מיר זעהן אויב ער בויט זיך אדער צו ער איז אן עקשן און האלט זיך ביי זיינע אייגענע......
לאמיר נישט פארגעסן אז די אויב די קנקן איז אנגעפילט וועלן מיר האבען וואס צו טרינקען אבער אויב מיר וועלן נישט טרינקען וועט די קנקן ליידער נישט קענען משפיע זיין ווייטער פון זיינע געוואלדיגע ידיעות.......

איך בין ברור אז די קויפסט נישט אין רעסטראנטען ,נישט נאר אין טייערע נאר אויך נישט אין סענדוויטש סטארס

אבער די משל וואס די זאגסט איז א ווייטאגליכע

ווען איך גיי אין א נייע רעסטאראנט וואס קאסט דאפעלט ווי נארמאלע פרייז און די עסן איז ניטאמאל ווערט די נארמאלע פרייז ?דעמאלס וועל איך נישט צוריק גיין אפילו אין דריי יאר ארום , אבער געווענליך גייען אזאנע רעסטאראנטס ארויס פון ביזנעס ביז אפאר חדשים, 99.9 אזאנע רעסטאראנטס גייען ארויס פון ביזנעס שנעלער ווי די מיינסט

לויט ווי דער עולם שרייבט דא , האלט דער עולם אז דאס איז לכל הפחות דאפעלט טייער ווי עס דארף זיין אדער מער, דאס מיינט אז סאיז גרויסע צרות

און דאס וואס די שרייבס צו געבן צייט , עס ארבייט נישט אזוי אין סדר העולם אז איינער נעמט אדווענטזש פונעם עולם , דער עולם פילט אז מען איז בעוולט געווארן און געמאכט חוזק

די פוינט איז אז די טייערע פרייז איז דא דיסקאסט געווארן א חודש צייט און מען האט זיך געבעטן צו אים מיט שיינעם און בייזען מיט טרערן אין די אויגן

דאס ווייזט ווי א רעסטאראנט וואס ווייסט נישט וואס פליט און טענעהט אז זיין טשולענט איז די בעסטע אין די וועלט אין בעט דאפעלט די פרייז ווי יעדעם.. עפעס אזא בחינה .. געווענליך בלייבט יענער קעכער קאכן טשולענט ביי זיך אינדערהיים..
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

רעסטאראנט האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:איך וויל נאר צולייגען דא א קליינע אבער א וויכטיגע נקודה.
.......

איך בין ברור אז די קויפסט נישט אין רעסטראנטען ,נישט נאר אין טייערע נאר אויך נישט אין סענדוויטש סטארס

אבער די משל וואס די זאגסט איז א וויטאגליכע

ווען איך גיי אין א נייע רעסטאראנט וואס קאסט דאפעלט ווי נארמאלע פרייז און די עסן איז ניטאמאל ווערט די נארמאלע פרייז ?דעמאלס וועל איך נישט צוריק גיין אפילו אין דריי יאר אבער געווענליך גייען אזאנע רעסטאראנטס ארויס פון זייער ביז אפאר חדשים, 99.9 אזאנע רעסטאראנטס ארויס פון ביזנעס שנעלער ווי די מיינסט

לויט ווי דער עולם שרייבט דא , האלט דער עולם אז דאס איז לכל הפחות דאפעלט טייער ווי עס דארף זיין אדער מער, דאס מיינט אז סאיז גרויסע צרות

און דאס וואס די שרייבס צו געבן צייט , עס ארבייט נישט אזוי אין סדר העולם אז איינער נעמט אדווענטזש פונעם עולם , דער עולם פילו אז מען איז בעוולט געווארן

די פוינט איז אז די טייערער פרייז איז דא דיסקאססט געווארן א חודש צייט און מען האט זיך געבעטן צו אים מיט שיינעם איין בייזען מיט שטערן אין די אויגן

דאס ווייזט ווי א רעסטאראנט וואס ווייסט נישט וואס פליט און אז זיין טשולענט איז די בעסטע אין די וועלט אין בעט דאפעלט די פרייז ווי יעדעם.. עפעס אזא בחינה .. געווענליך בלייבט יענער קעכער קעגן טשולענט ביי זיך אינדערהיים..

ביטע אויב איר קענט מגיה זיין אייער תגובה אז איך זאל אויך קענען פארשטיין.

אגב איך עס גענוג אין רעסטוראנטען......
TipTop
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 5:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TipTop »

ווייסט איינער ווי אין בארא פארק, ס'איז נאך דא צו באקומען די ערשטע קן? איך בין געווען אין עטליכע געשעפטן אין זיי האבן שוין נישט געהאט
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין וויליאמסבורגער געשעפטן האב איך נאך געזעהן

למשל ביי תלפיות
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
TipTop
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 5:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TipTop »

שכוח, העמיר מוזן פארן ביז וויליאמסבורג,
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גיי אריין צו שירה
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

פריילעך אידל האט געשריבן:שלום לך הרב יונ"ה

געקויפט און הנאה געהאט, אבער אויף א סקעיל פון 1 ביז 10 האב איך הנאה געהאט 7.
א 10 וואלט מיר ווערד געווען $18, אבער דערווייל פיל איך אז עס איז נישט ווערד די פרייז.
וועל איך קויפן קן ב'? קען זיין.

איר ברענגט ארויף א גוטע קוק ווינקל.

איידער כ׳גיי קאמענטירן, וויל איך טיילן וואס כ׳האמיר אויסגעלערנט שנת תשע״ט לפ״ק.
אין כלל ישראל זענען א דריי קאטעגאריעס פון ליינער - אין די צייט וואס כ׳האב געמיינט אז ס׳איז בלויז דא צוויי.
1. זענען נישט אינטערסירט אין קיין היסטאריע - זיין האבן קנקן נישט אנגעקוקט, זיי האבן אונז נישט געצילט.
2. זענען שטארק אינטערסירט אין היסטאריע - זיין האבן געקויפטא קנקן בכסף מלא און זענען צופרידן, זיי האט מען געמיינט.

יעצט האב איך מיר באקענט מיט א דריטע קאטערגאריע:
3. זענען אינטערסירט אין היסטאריע, נאר אויף אזוי ווייט צו בארייכערן וואס זיי ווייסן שוין, נייע זאכן זענען זיי נישט אינטערסירט. דאס הייסט דער רובריק פונ׳ם חיד״א איז זיי געווען אינטערעסאנט, אבער דער רובריק פונ׳ם אפעל אין פאדאווא, איבערהויפט נישט. זיי האבן געקויפט און זענען אנטוישט געווארן.

אזוי לערן איך עס אפ, און לענ״ד טוט עס הרב פריילעך יודל באשטעטיגן [עס מוז נישט זיין אז איך בין גערעכט פונקט מיט ר׳ פריילעך יודל, כ׳נוץ עם נאר אלס אן עקזעמפלאר]. ער איז געווען גרייט צו צאלן 18 דאללער פאר ליין מאטריאל, ער האט אבער ערווארטעט עפעס אנדערש? עפעס מער? קנקן האט עם בלויז צופרידן געשטעלט מיט 70 פראצענט, הרב ווייזער מיט בלויז 50 פראצענט.

די פראגע איז דא, און אונז זעמיר גרייט דערפאר, ווי אזוי אייך צו באפרידיגען אויף 100 פראצענט.

איז עס טאקע די פאלגענדע חשבון?
קן א׳ האט פארמאגט 110 זייטן.
10 זייטן [9%], אנהייב און סוף.
4 זייט [3.6%] פארווארט.
24 זייטן [21.8] יחוס - עווימעט פאר חוקרי יוחסין.
די רעשט 65.5% איז קנקן סחורה.

דאס הייסט, ווי איך פארשטיי.
פרייליך אידל - האט הנאה געהאט פאר די אלגעמיינער קנקן סחורה.
ווייזער - האט עפעס אן ארטיקל דארט נישט אזוי געשמעקט.

נאכאמאל ס׳מוז נישט זיין כ׳בין גערעכט מיט מיין שאצונג.
ס׳קען זיין אז פון יעדערע ארטיקל האבן זיי בלויז הנאה געהאט 50 צו 70 פראצענט.
כ׳וואלט געהאט מער נוצן, וועלן מען זאגט מיר וועלכע ארטיקל איז געווען שטערקער און וועלכער איז שוואכער, ווייל נאר אזוי קען מען מתקן געווען און צו קומען צום תכלית הנרצה.

ווי דערמאנט פריער: קן ב׳, גייט האבן די 10 זייטן אנהייב און סוף. בלויז 16 זייטן יחוס. אבער ווי עס שינט יעצט וועט די רעשט ׳קנקן סחורה׳ פארנעמען גאנצע 120 זייטן [ס׳איז א שאצונג, ס׳קען זיין געציילטע זייט מער אדער וויניגער, אבער ארום אט די מספר].
אויך האמיר אויפגענומען אן עמטליכע עדיטאר.
געפונט איר אז דערמיט, האט מען אייך מער צוגעשטעלט דעפאר?

אויב נישט, שעמט אייך נישט צו זאגן, אבער ביטע צום פינטל, נישט סתם לופטערן.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'איז נישט פארהאן אזא קאטעגאריע וואס איז אינטערעסירט אין היסטאריע און דאך נישט געקויפט ווייל ס'איז צו טייער?

נישט פארהאן א קאטעגאריע וואס איז אינטערעסירט אין היסטאריע אבער עס גייט זיי נישט אן אויב ס'איז פריש יעצט געפארשט אדער אלטע היסטארישע מעשיות?

נישט פארהאן א קאטעגאריע וואס איז אינטערעסירט אין היסטאריע ס'גייט זיי אבער נישט אן אויב ס'איז דיינע אייגענע ווערק אדער טרענסלעיטעד פון אנדערע ארטיקלן און שוין ערשינען אין אנדערע מקומות?

הכלל, לענ"ד איז פארהאן 30 קאטעגאריעס פון 'היסטאריע ליבהאבער', קנקן האט בעיקר גערעדט צו 'פארשונגען ליבהאבער' וואס זענען גרייט צו צאלן אזויפיל געלט פאר פריש ערצייגטע היסטארישע פארש ארבעט, (אויב זיי האבן דאס געטראפן...).
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך בין איינער וואס גלייכט היסטאריע און פון אלע סארט היסטאריע איך האב עס דערווייל נאכנישט געקויפט צוליב די פרייז און ווייניג צייט וואס איך האב צו ליינען

איך וועל עס מסתם קויפן און איך וועל איבערגעבן א באריכט פון מיין פרעספעקטיוו
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

לעת עתה זענען די הונדערטער קויפער וואס האבן עס געקויפט בכסף מלא, זענען צופרידן פון די פרייז, צופרידען פון די סחורה, און גייען קויפן נאכאמאל און נאכאמאל בע״ה.
נאר אזויווי עס איז דא א טייל וואס זענען נישט צופרידן פונ׳ם פרייז ווייל זיי זענען נישט אזוי צופרידן פונ׳ם תוכן. זעמיר גרייט צו פראבירן צו דערגיין, וואס גענוי מען קען פארבעסערן ׳קנקן׳ אז זיין זאלן זיין צופרידן און גרייט צוט קויפן.

אבער איר מוזט רעדן מער בפרטיות׳דיג, וואס איר ווילט זעהן פארבעסערט, מיר וועלן פראבירן צו פארבעסערן.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

קנקן האט געשריבן:לעת עתה זענען די הונדערטער קויפער וואס האבן עס געקויפט בכסף מלא, זענען צופרידן פון די פרייז, צופרידען פון די סחורה, און גייען קויפן נאכאמאל און נאכאמאל בע״ה.
נאר אזויווי עס איז דא א טייל וואס זענען נישט צופרידן פונ׳ם פרייז ווייל זיי זענען נישט אזוי צופרידן פונ׳ם תוכן. זעמיר גרייט צו פראבירן צו דערגיין, וואס גענוי מען קען פארבעסערן ׳קנקן׳ אז זיין זאלן זיין צופרידן און גרייט צוט קויפן.

אבער איר מוזט רעדן מער בפרטיות׳דיג, וואס איר ווילט זעהן פארבעסערט, מיר וועלן פראבירן צו פארבעסערן.

אן אריינרעדן איבער מיין פערזענליכע מיינונג איבער'ן קנקן אויסגאבע,
נראה לענ"ד אז אלס א מזכה את הרבים, וואס איז דא בלויז אונז צו מהנה זיין און צושטעלן ארגינעלע פארש ארבעט וכו', האלט איך נישט אז איר מוזט זיך איבעשטרענגן מער ווי די מאס, אויב זענען די הונדערטער קויפער צופרידן פון אייער פראדוקט, און זיי דארשטן און לעכצן פאר נאך, זענט איר נישט מחוייב זיך צו וויסנדיג מאכן פונעם 'טייל וואס זענען נישט צופרידן', איר קענט רוהיג אננעמען אז זיי זענען נישט פון די 'חובבי היסטאריע', און וואס מ'גיט זיי וועט סייווי נישט זיין גוט.
וויפיל איז דער שיעור אייך אויסצוניצן? גוטסקייט האט אויך א שיעור!
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

צד תמות האט געשריבן:וויפיל איז דער שיעור אייך אויסצוניצן? גוטסקייט האט אויך א שיעור!

מיט דעם אלעם בין איך גרייט!
איך קען באשטיין מהנה צו זיין נאך יודן, ווי לאנג ס׳איז אין מיין בודזשעט ואון ס׳איז מעגליך.
כ׳האב נישט וואס צו פארלירן.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

איך האב שטארק הנאה אז איר נעמט אן מיין מיינונג ערנסט, עס ווייזט אז איר מיינט ביזנעס, איך וועל אייך אי"ה באפרידיגן און געבן מער אינפא אין אישי, איך האלט נישט אז מען ברויך עס צושמירן ברבים.

אבער צום עצם שאלה: פון %70 פראצענט ארטיקלען [דה רוב 'קנקן סחורה' ווי איר רופט עס] האב איך הנאה געהאט 100%.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

פריילעך אידל האט געשריבן:איך האב שטארק הנאה אז איר נעמט אן מיין מיינונג ערנסט, עס ווייזט אז איר מיינט ביזנעס, איך וועל אייך אי"ה באפרידיגן און געבן מער אינפא אין אישי, איך האלט נישט אז מען ברויך עס צושמירן ברבים.

אבער צום עצם שאלה: פון %70 פראצענט ארטיקלען [דה רוב 'קנקן סחורה' ווי איר רופט עס] האב איך הנאה געהאט 100%.

פארדעם זשע זעמיר דאך דא הינען.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קנקן האט געשריבן:לעת עתה זענען די הונדערטער קויפער וואס האבן עס געקויפט בכסף מלא, זענען צופרידן פון די פרייז, צופרידען פון די סחורה, און גייען קויפן נאכאמאל און נאכאמאל בע״ה.
נאר אזויווי עס איז דא א טייל וואס זענען נישט צופרידן פונ׳ם פרייז ווייל זיי זענען נישט אזוי צופרידן פונ׳ם תוכן. זעמיר גרייט צו פראבירן צו דערגיין, וואס גענוי מען קען פארבעסערן ׳קנקן׳ אז זיין זאלן זיין צופרידן און גרייט צוט קויפן.

אבער איר מוזט רעדן מער בפרטיות׳דיג, וואס איר ווילט זעהן פארבעסערט, מיר וועלן פראבירן צו פארבעסערן.

פארוואס מוזט איר איינזעצן אז דאס אומצופרידנהייט פונעם פרייז קומט צוליב אומצופרידנהייט פונעם תוכן?
אכצן דאלער פאר ליין מאטעריאל (אפי' פארש ארבעט, צו וויאזוי איר ווילט עס רופן), איז גאר אסאך צו צאלן, אפגעזען ווי תוכנ'דיג עס איז.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אני הקטן האב שוין אויבן געשריבן מיין האלב פאזיטיווען רושם, אז איר ווילט דווקא וויסן דיטעילט, איז, איך גלייב אז רוב מענטשן וואס אינטערעסירן זיך אין היסטאריע, איז עס אזא היסטאריע שטיקל וואס אדער גיבט עס מיר א אנדערע בליק אויף זאכן, אדער א גרויסע חידוש, עפעס וואס האט געטוישט אדער גערודערט א וועלט, סתם א זאך וואס האט נישט קיין שום מיינונגספולע באדייט, עס האט נאר גראדע פאסירט אין דער לאנגער פארגאנגענהייט, האט נישט קיין ספעציעלע שוויית.

למשל, די ארטיקל איבער דער חיד"א'ס באזוך, וואס איז עס מיר מחדש?? אז עס איז געווען א אינטערעסאנטע חיות גארטן?? עס איז היינטיגע צייטן אויך דא! אז דער חיד"א האט באזוכט א טיער גארטן?? נו, שוין געהערט אזוינס, סא וואס איז מיר אינטערעסאנט דא?

די מעשה פון דער אפיעל, איז אויך כמעט נישט קיין חידוש אין היסטאריע, און וויפיל יא איז עס צו מינדערוויכטיג, צו מאכן דערפון אזא לאנגס און א ברייטס.

איך מיין אז ווען די היסטאריע זאל זיין אזעלכע מיט טיפערע באדייטן, ווי למשל דער לייבל העלישוי ארטיקל, ועוד יותר, וואלט דער עולם מער הנאה געהאט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
קנקן האט געשריבן:לעת עתה זענען די הונדערטער קויפער וואס האבן עס געקויפט בכסף מלא, זענען צופרידן פון די פרייז, צופרידען פון די סחורה, און גייען קויפן נאכאמאל און נאכאמאל בע״ה.
נאר אזויווי עס איז דא א טייל וואס זענען נישט צופרידן פונ׳ם פרייז ווייל זיי זענען נישט אזוי צופרידן פונ׳ם תוכן. זעמיר גרייט צו פראבירן צו דערגיין, וואס גענוי מען קען פארבעסערן ׳קנקן׳ אז זיין זאלן זיין צופרידן און גרייט צוט קויפן.

אבער איר מוזט רעדן מער בפרטיות׳דיג, וואס איר ווילט זעהן פארבעסערט, מיר וועלן פראבירן צו פארבעסערן.

פארוואס מוזט איר איינזעצן אז דאס אומצופרידנהייט פונעם פרייז קומט צוליב אומצופרידנהייט פונעם תוכן?
אכצן דאלער פאר ליין מאטעריאל (אפי' פארש ארבעט, צו וויאזוי איר ווילט עס רופן), איז גאר אסאך צו צאלן, אפגעזען ווי תוכנ'דיג עס איז.

לאמיר צולייגן מיינע צוויי סענט צו די גאנצע שקלא וטריא
איך האב זייער ליב היסטאריע, און א גרויס חלק פון די מאמרים וואס מ'האט דא בארירט האט מיך געגעבן א קיצל, WOW לאמיר זען וואס ער דעקט דארט, די סיבה פארן נישט קויפן איז בעיקר, ווייל איך האב נישט קיין צייט ווען עס צו ליינען, אבער צווייטנס איז אויך דער פרייז א גרויסע סיבה, ווייל ווען ס'איז א נארמאלע ביליג פרייז קויפט מען עס, און מ'וועט אנקומען אמאל עס צו ליינען, מ'וועט שוין מאכן צייט, אבער אויב קאסט עס טייער, צו צאלן אזוי סאך פאר א ספק אז מען וועט עס ליינען, טראכט מען צוויי מאל.
ווידער ווען איך האב ווען יא די צייט דערצו, שטארק מעגליך איך וואלט געצאלט אפילו א טייערע פרייז, אבער מיט ביידע סיבות צוזאמען ארבעט עס נישט.
אבער, חזק ואמץ, גיי אן מיט דיין ארבעט, דאס איז וויכטיגע פאר אונזערע קינדער ווי צו ליינען נאך א נארישע נאוועל מעשה וואס ברענגט גארנישט חוץ בייזע חלומות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צד תמות האט געשריבן:אן אריינרעדן איבער מיין פערזענליכע מיינונג איבער'ן קנקן אויסגאבע,
נראה לענ"ד אז אלס א מזכה את הרבים, וואס איז דא בלויז אונז צו מהנה זיין און צושטעלן ארגינעלע פארש ארבעט וכו', האלט איך נישט אז איר מוזט זיך איבעשטרענגן מער ווי די מאס, אויב זענען די הונדערטער קויפער צופרידן פון אייער פראדוקט, און זיי דארשטן און לעכצן פאר נאך, זענט איר נישט מחוייב זיך צו וויסנדיג מאכן פונעם 'טייל וואס זענען נישט צופרידן', איר קענט רוהיג אננעמען אז זיי זענען נישט פון די 'חובבי היסטאריע', און וואס מ'גיט זיי וועט סייווי נישט זיין גוט.
וויפיל איז דער שיעור אייך אויסצוניצן? גוטסקייט האט אויך א שיעור!

בכגון דא נאמר אם ללצים הוא יליץ...
;l;p- ;l;p- ;l;p-
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

מחשב האט געשריבן:אני הקטן האב שוין אויבן געשריבן מיין האלב פאזיטיווען רושם, אז איר ווילט דווקא וויסן דיטעילט, איז, איך גלייב אז רוב מענטשן וואס אינטערעסירן זיך אין היסטאריע, איז עס אזא היסטאריע שטיקל וואס אדער גיבט עס מיר א אנדערע בליק אויף זאכן, אדער א גרויסע חידוש, עפעס וואס האט געטוישט אדער גערודערט א וועלט, סתם א זאך וואס האט נישט קיין שום מיינונגספולע באדייט, עס האט נאר גראדע פאסירט אין דער לאנגער פארגאנגענהייט, האט נישט קיין ספעציעלע שוויית.

למשל, די ארטיקל איבער דער חיד"א'ס באזוך, וואס איז עס מיר מחדש?? אז עס איז געווען א אינטערעסאנטע חיות גארטן?? עס איז היינטיגע צייטן אויך דא! אז דער חיד"א האט באזוכט א טיער גארטן?? נו, שוין געהערט אזוינס, סא וואס איז מיר אינטערעסאנט דא?

די מעשה פון דער אפיעל, איז אויך כמעט נישט קיין חידוש אין היסטאריע, און וויפיל יא איז עס צו מינדערוויכטיג, צו מאכן דערפון אזא לאנגס און א ברייטס.

איך מיין אז ווען די היסטאריע זאל זיין אזעלכע מיט טיפערע באדייטן, ווי למשל דער לייבל העלישוי ארטיקל, ועוד יותר, וואלט דער עולם מער הנאה געהאט.

100%
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אין קורצען בנוסף למה שכתב מחשב ועוד אחרים

די ארטיקלן זענען געשריבען פאר ישיבה קטנה בחורים אין מיינד, נוסח קינדליין

אפילו דער יחוס ארטיקל איז מבולבל ביותר.

וחבל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ועוד יש מקום להוסיף...

לכבוד ידידינו העוז הרב קןקן הי"ו

איך שעץ זייער שטארק היסטורישע פארש און שרייב ארבעט. ווען איך זעה א מעשה פון דער טיטאניק שיף אין איינע פון די אידישע ליין מאנטריאל, ווייס איך אז ער האט געגאגעלט גענאשט, און געלאזט דרוקן זיין שרייב-ארבעט. דאס איז אזוי ביי רוב פעלער. אנדערש איז אבער קןקן ער פארשט און שרייבט איבער טעמעס וואס איז אומעגליך צו גוגל'ן אדער טרעפן מיט אזא שלימות ווי דער קןקן שטעלט זיי אהער.

אני הקטן האב א שטארקע דרך ארץ פאר קןקן, איך קויף דער שערי ציון בלויז פאר זיין ארטיקל (יא, איך צאל א גאנצע פינעף'ער בלויז פאר קוואדראט, דער איבריגע איז מיר הכל ריוח). איך האב געקויפט דעם קןקן פאר איר פרייז פון ח"י דוללער, איך האב עס געקויפט דאן וואס עס איז ארויסגעקומען צום ערשט אין די געשעפטן, און ניין צוליב צייט מאנגעל איז מיר נאכנישט אנגעקומען צו ענדיקן ליינען יעדער ארטיקל, און יא איך וועל זיכער קויפן דער קומענדיגע.

גערעכט, ווען איך וועל אנקוקן פינעף קנקנים, ויעלה במחשבה אז די פינע דינע קנטריסים קאסט א הונדרעטער (אזוי נישט מיר נישט דיר), וועט עס מיר ארויפברענגן א שמייכל אויפן געזוכט, אבער דאכציך כ'וועל נישט חרטה האבן.

ועוד יש להוסיף, ואי"ה...
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

Iphone האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:אני הקטן האב שוין אויבן געשריבן מיין האלב פאזיטיווען רושם, אז איר ווילט דווקא וויסן דיטעילט, איז, איך גלייב אז רוב מענטשן וואס אינטערעסירן זיך אין היסטאריע, איז עס אזא היסטאריע שטיקל וואס אדער גיבט עס מיר א אנדערע בליק אויף זאכן, אדער א גרויסע חידוש, עפעס וואס האט געטוישט אדער גערודערט א וועלט, סתם א זאך וואס האט נישט קיין שום מיינונגספולע באדייט, עס האט נאר גראדע פאסירט אין דער לאנגער פארגאנגענהייט, האט נישט קיין ספעציעלע שוויית.

למשל, די ארטיקל איבער דער חיד"א'ס באזוך, וואס איז עס מיר מחדש?? אז עס איז געווען א אינטערעסאנטע חיות גארטן?? עס איז היינטיגע צייטן אויך דא! אז דער חיד"א האט באזוכט א טיער גארטן?? נו, שוין געהערט אזוינס, סא וואס איז מיר אינטערעסאנט דא?

די מעשה פון דער אפיעל, איז אויך כמעט נישט קיין חידוש אין היסטאריע, און וויפיל יא איז עס צו מינדערוויכטיג, צו מאכן דערפון אזא לאנגס און א ברייטס.

איך מיין אז ווען די היסטאריע זאל זיין אזעלכע מיט טיפערע באדייטן, ווי למשל דער לייבל העלישוי ארטיקל, ועוד יותר, וואלט דער עולם מער הנאה געהאט.

100%

100%
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”