"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4832
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שבתי בוים האט געשריבן:מזל טוב הרב ר' יונ"ה כהן צום ערשיינונג פון ערשטן קנקן, די גראפיקס זעט אויס הערליך שיין אויך דער תוכן שיינט צו זיין רייך און אינטערעסאנט און במטותא זיך נישט צו טון מאכן פון מאנכע דא וואס זיצן נעבעך מיט א פארגרעסערונגס גלאז און זוכן מיט לעכט וואס מ'קען אלץ קריטיקירן.
זיי זענען ממילא נישט דיין קליענטעל און זאלן זיי טון וואס זיי טוען דאס בעסטע, שפייען אין די זופ און נאר זוכן שלעכטס.


איך האלט פונקט פארקערט. איינער וואס ס'אינטערעסירט נישט וועט נישט אריינקומען דא זאגן דעות, די וואס ווילן עס קוקן מיט פארגרעסערונג גלאז.

און זאגן קריטיק מיינט נישט אז מ'גייט עס נישט קויפן, איך פלאן עס אי"ה צו איינהאנדלען על אף ס'קוקט נישט אויס ווי א דבר השלום אין דעם אשכול, איך וויל עס אליין דזשאדזשן.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ראש הקהל האט געשריבן:דער זייט'ל איז דער זעלבע עמי הארצות, ווי דער זייט פון קינדליין.
ת"ר דברי חיים און שואל ומשיב, און דא ת"ש קדושת ציון מיט'ן אחיעזר.

תרנגול האט געשריבן:אינטרעסאנט אז דא האט ער יא געלייגט דעם רעק"א פאר'ן חת"ס, משא"כ בקינדליין ע"ש.

ווייזער האט געשריבן:רבינו שרירא גאון איז געבוירן מיט בערך 50 איידער רבינו שמעון הגדול בן רבי יצחק בן רבי אבין.
רבי שמואל בן חפני גאון איז אויך געבוירן איידער רבינו שמעון הגדול.

ווייזער האט געשריבן:דער בית יוסף איז געווען עלטער פון רמ״א.
דכר בה״ג ווייסט מען (דערווייל) בכלל נישט ווער דער מחבר איז געווען, ר״ש קיירא אדער רבי יהודאי גאון.


די נעמען זענען באזירט, ווי ווייט מעגליך, לויט די סדר פון די פטירה.
משום כמה סיבות.
1. על פי רוב ווייסט מען נישט די געבורט׳ס יאר.
2. רוב רובם פון די גדולי ישראל זענען געווען בעיקר באקאנט אין די לעצטע 20 יאר פון זייער לעבן, נישט קיין חילוק די עלטער.

בכ״ר
בעל ה׳קנקן׳
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14505
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איטשע האט געשריבן:אפשר באצועט ער זיך צו די גמרא גיטין דף ו׳ ע״א ״קן קולמוסא וקן מגילתא!״

אין וואס טאקע איז טייטש קן קולמוסא וקן מגילתא?
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

עס איז דא אין גראסערי??
איך האב עס געזיכט און נישט געטראפן
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

שטיין האט געשריבן:עס איז דא אין גראסערי??
איך האב עס געזיכט און נישט געטראפן

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:קאנפערמד!!!
בלויז און יודאיקע געשעפטן
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

קנקן האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:דער זייט'ל איז דער זעלבע עמי הארצות, ווי דער זייט פון קינדליין.
ת"ר דברי חיים און שואל ומשיב, און דא ת"ש קדושת ציון מיט'ן אחיעזר.

תרנגול האט געשריבן:אינטרעסאנט אז דא האט ער יא געלייגט דעם רעק"א פאר'ן חת"ס, משא"כ בקינדליין ע"ש.

ווייזער האט געשריבן:רבינו שרירא גאון איז געבוירן מיט בערך 50 איידער רבינו שמעון הגדול בן רבי יצחק בן רבי אבין.
רבי שמואל בן חפני גאון איז אויך געבוירן איידער רבינו שמעון הגדול.

ווייזער האט געשריבן:דער בית יוסף איז געווען עלטער פון רמ״א.
דכר בה״ג ווייסט מען (דערווייל) בכלל נישט ווער דער מחבר איז געווען, ר״ש קיירא אדער רבי יהודאי גאון.


די נעמען זענען באזירט, ווי ווייט מעגליך, לויט די סדר פון די פטירה.
משום כמה סיבות.
1. על פי רוב ווייסט מען נישט די געבורט׳ס יאר.
2. רוב רובם פון די גדולי ישראל זענען געווען בעיקר באקאנט אין די לעצטע 20 יאר פון זייער לעבן, נישט קיין חילוק די עלטער.

בכ״ר
בעל ה׳קנקן׳


אינטרעסאנטע מהלך. אבער ס'פארמאגט א שטארקע באג.
היעלה על הדעת צו שרייבן אין א כראנאלאגישע השתלשלות הדורות קין און הבל בני אדם הראשון פאר אדם הראשון, ווייל אדם הראשון איז געשטארבן פיל פיל שפעטער ווי זיינע קינדער?

דער מחבר איז געווען פיל עלטער פון רמ"א, ווי קומט אויסצורעכנען דעם רמ"א פאר'ן בית יוסף?
איך מיין נישט צו קריטיקירן, אבער עס שרייט פון זיך אליין: מיסטעיק !.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

נו, דאס איז לשיטתך.
יאך, בין געגאנגען מיט אן אנדערע שיטה, און אזוי איז די כראנאלגישע סיסטעם פונ׳ם צמח דוד און דער סדר הדורות.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מ'רעדט סך הכל פון א כללית'דיגע טיימליין וואס דינט ווי א דעזיין פארן דעקל פון א קנקן. אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו!!
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

תכלית ווען וועט עס שוין זיין אין די געשעפטן ?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קנקן האט געשריבן:נו, דאס איז לשיטתך.
יאך, בין געגאנגען מיט אן אנדערע שיטה, און אזוי איז די כראנאלגישע סיסטעם פונ׳ם צמח דוד און דער סדר הדורות.

דיין מהלך מאכט א סאך סענס- ווי מען זאגט אין אמעריקע.

איך פריי מיר אז די זעהסט יא די קריטיק דא, אויב קריטיק ווערט געניצט ריכטיג איז עס א געוואלדיגע געצייג צו מאכן בעסער און בעסער, ח''ו אויב געט מען אויף די אייגענע פארשטאנד וועגן קריטיקירער דעמאלטס איז בעסער אז מען איגנארירט עס לגמרי. (מען הערט אויס יעדעמס עצות אבער מען טוהט דאס וואס מען פארשטייט פאר ריכטיג)

איך האף אז די וועסט זיך האלטן צי דיין ארגיענעלע וויזיע.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

מונאוויטש האט געשריבן:מ'רעדט סך הכל פון א כללית'דיגע טיימליין וואס דינט ווי א דעזיין פארן דעקל פון א קנקן. אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו!!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

לעצטע אפדעיט פון הרב קוואדראט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

לצערנו איז עס נאך נישט גרייט, מיר וועלן אייך בע״ה לאזן וויסן ווי נאר מיר האבן נאך איינצלהייטן.
ואתכם הסליחה
יונ״ה
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אפשר באצועט ער זיך צו די גמרא גיטין דף ו׳ ע״א ״קן קולמוסא וקן מגילתא!״

אין וואס טאקע איז טייטש קן קולמוסא וקן מגילתא?

פויל נישט און נעם ארויס א ארטסקרול...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14505
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אלמוני האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אפשר באצועט ער זיך צו די גמרא גיטין דף ו׳ ע״א ״קן קולמוסא וקן מגילתא!״

אין וואס טאקע איז טייטש קן קולמוסא וקן מגילתא?

פויל נישט און נעם ארויס א ארטסקרול...

רש"י זאגט אז ס'מיינט די קול פון די פעדער וויאזוי די סופר האט געשריבען די גט, די האלטס אז די בעל הקנקן האט געמיינט צו זיך באציען צו דעם?
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

נישט איך זאג עס ער זאגט עס!!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

שמן האט געשריבן:תכלית ווען וועט עס שוין זיין אין די געשעפטן ?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלמוני האט געשריבן:נישט איך זאג עס ער זאגט עס!!

ער זאגט עס נישט... איינער האט עס געשריבן דא פריער. ס'איז נישט געווען במחשבה תחילה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 12:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zookeeper »

תכלית ווען וועט עס שוין זיין אין די געשעפטן ?

It was supposed to be out yesterday??
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14505
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:לצערנו איז עס נאך נישט גרייט, מיר וועלן אייך בע״ה לאזן וויסן ווי נאר מיר האבן נאך איינצלהייטן.
ואתכם הסליחה
יונ״ה
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

לעצטע אפדעיט 12:46 pm

מורי ורבותי, דער מסבב כל עלמין האט אזוי צוגעפירט אז עס האט זיך געמאכט געפערליכע אפשטופענישן מיט׳ן דרוקן. מיר וועלן מיר נישט דא אריינגיין אין קיין טעכנישע איינצלהייטן, ווייל עס וועט נישט העלפן. על כל פנים, לעת עתה זענען די זאכן ברוך ה׳ מסודר, וכדאמרי אינשי ״גוטע זאכן קומען אן שווער״ - זעהט אויס אז ׳קנקן׳ איז גאר א גוטע זאך, א סימן פון הימל.
כ׳האף ביז א פאר שעטונדן אייך צו לאזן וויסן מער איינצלהייטן, ווען עס וועט זיין אין די געשעפטן.
כ׳האף איר וועט מיר מוחל זיין.
ידידכם יונ״ה
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

נייע אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

ב״ה א טייל קנקנים זענען שוין פארפאקט גרייט צום פארשיקונג. מארגן וועט אלעס געשיקט צום פארטיילער (דיסטריביוטאר בלע״ז). מיר וועלן אייך מודיע זיין מער פרטים מיט די צייט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14505
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יישר כח פאר די אפדעיט
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

אפדעיט במוצאי יום מנוחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

IMG_20180902_001729_839.jpg
IMG_20180902_001729_839.jpg (228.37 KiB) געזען 1893 מאל
גוט וואך, בע״ה זונטאג וועלן די קנקנים פארטיילט ווערן אין די געשעפטן אין ניו יארק. די קנקנים פון אייראפע זענען שוין ב״ה אויך אונטערוועגנס.
מיר ווילן זיך נאכאמאל אנטשולדיגן פאר׳ן פארשפעטיגונג.
בברכת כתיבה וחתימה טובה וקריאה נעימה
יונ״ה בעל ה׳קנקן׳
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

ראשי תיבות און סופי תיבות פון יוסף נחמיה הכהן קוואדראט (חוץ די לעצטע ט) ד.ה. י ף נ ה ה ן ק איז בגימטריא קנקן
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ווייזער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:https://t.me/kankanpublication/17


איך פלאן אי״ה צו קויפן דעם ערשטן קן, און איך בין וויליג צו שילמ׳ן ח״י רובל פאר גוטע לייען מאטעריאל. אבער פון די סעלעקציע נושאים בין איך אביסל דיסאפוינטעד.

ווער ווייסט נישט אז ראש השנה איז א יומא אריכתא, וממילא איז די שהחיינו דעם צווייטן טאג נישט מכח ספינקא דיומא.

די מעשה מיט׳ן חיד״א אין קעניגליכן טיער-גארטן איז אויך באוואוסט.

סאו וועלכע גרויסע פארש ארבעט גייען דא אנטפלעקט ווערן פאר מיינע אויגן?

וואס גייען מיר דא געוואויר ווערן וואס מיר האבן ביז היינט נישט געוואוסט פון היסטארישן ווערד?

זאגט מיר נישט: פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט: ווייל א באקאנטע הלכה׳דיגע שערוריה וואס יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט - איז ליצנות געמאכט אפילו אויפצוברענגען.


כבוד הר״ר וויייזער וכל דעימיה.
איידער איך גיי דא אפרעכטן מיין תגובה, וויל איך דא אויפקלערן, אז איך פלאן מיך נישט צו באצוען צו יעדע ליניע פון קריטיק וואס גייט דא געשריבען ווערן. די אורזאך פארוואס כ׳האב באשלאסן דאסמאל יא זיך צו באצוען צו דיינע געשריבענע ליניעס, איז ארויסצוברענגען אביסעלע בעסער דער ציל פונ׳ם קנקן.

קנקן ווערט לע״ע געשריבען כל כולו דורכ׳ן בעל ׳הקנקן׳ זעלבסט. די סיבה דערפאר איז צו דעשרנאַפּען דער קליענטעל דערפון, אָן זיך אריינצולאזן אין שווערע חובות.
דעריבער איז אין קנקן יעצט א גרויסער טייל איבער די טעמע פון יודישע היסטאריע.

יעצט לאמיר זעהן וואס דו האסט געשריבען: ״די מעשה מיט׳ן חיד״א אין קעניגליכן טיער-גארטן איז אויך באוואוסט.״ דו ווייסט וויפיל דער חיד״א האט באצאלט אריינצוגיין? דו ווייסט וואס נאך דער חיד״א האט דארט׳ן געזעהן? זאג, און וואס דער חיד״א שרייבט אז ער האט געזעהן, ווייסטו יא גענוי וואס דאס איז? די ענטפער צו די פראגעס איז ווארשיינליך ניין, אין קנקן וועסטו עס געפונען, אלעס מיט פארלעסליכע מקורות.

יעצט, כ׳מיין אז כ׳האב שוין געצויגן דיין אינטערעסע, יעצט וויפיל בחורים און יונגעלייט ווייסן ״גענוי״ די סיבה פונ׳ם ספק שהחיינו דעם צווייטן נאכט ראש השנה? איבערצייגט אייך אליינס, פרעג דיך נאך - ווייניג? זייער ווייניג!
נאכ׳ן ליינען די אינטערסאנטע ארטיקלען אין קנקן, וועט מען אטאמאטיש אהין בלעטערן, טראטכנדיג ״וואס נאך שרייבט ער דא, אפשר איז עס אינטערעסאנט?״ מען וועט עס ליינען, ווייל עס איז אראפגעלייגט אויף זעהר א געשמאקן און לייכטען פארנעם, און דערמיט בארייכערן די קאפ מיט תורה׳דיגע ידיעות, וואס ווען עס קומט ארויס אן אויסגאבע ״בלויז״ מיט אזעלכע קאלומס, וואלטן זיי עס קיינמאל נישט אנגעקוקט.

קנקן איז דא צו דעקן בחורי חמד, יונגעלייט און בעלי בתים, וואס זוכן צו בארייכערן זייערע קאפ מיט ידיעות פון יודישע היסטאריע און איינוועגס אויך מיט תורה׳דיגע ידיעות, גראדע איז עס אויך דא צו דעקן די ׳ידענים׳ פון כלל ישראל.
אגב, די ציל פון תורה׳דיגע ידיעות, איז בעיקר מיט אינטערסאנטע הלכה׳דיגע טעמעס מיט וואס מיר באקענען זיך במשך די יאר, מען טוט זאכן און מען ווייסט נישט פארוואס. אדער א הלכהדיגע ידיעה וואס האט מיט זיך אן אינטערסאנטע געשיכטע.

גראדע האב איך געמערט, איז בלויז צוויי רובריקן האבן דיר אינטערגעצויגן, זעהט אויס אז די אנדערע האבן יא געצויגן דיין אינטערעסע.

שרייבנדיג די תגובה, וועל איך דא מעורר זיין א נקודה לגבי אט די אשכול.
איינס פון די זאכן וואס קנקן שטעלט פאר, איז אז די ליינער קענען אריינשיקן בקשות פון טעמעס וואס מען וויל מיר זאלן פארשן און באשרייבן, כמבואר בפנים הקנקן. דעריבער בעהט איך דא בכל לשון של בקשה, בכדי אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין גילוי עדיות, בקשות פון טעמעס זאלן ביטע געשיקט ווערן פריוואט צו די מערכת, און נישט אויסלופטערן דא, ווייל מיר ווילן שטארק געבן די קרעדיט פאר די מבקש, טעמעס וואס וועלן בלויז דא ארויפגעברענגט ווערן, און מיר געפונען עס פאר אינטערעסעאנט צו באשרייבן, וועלן מיר בע״ה באשרייבן, אבער בעילום שם.
מיר האבן נישט קיין פראבלעם צו דעקן אייוועלט, אבער מיר זוכן עס נישט צו פאמפען בראש כל חוצות, וד״ל וק״ל ודו״ק.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”