"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- אויסטערליש
- שר מאה
- תגובות: 190
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am
אויסטערליש האט געשריבן:קוקט אויס ווי ער האט א אנדערע מין אידיש ווי אונז, מ' האט שוין געהערט אזעלעכע זאכענעס
זאכענעס האט מען נאכנישט געהערט, און שרייבן 'יודיש' און 'רייזעבאריכט' פאר אידישע ליינער גרילצט אין די אויערן. ווי געשריבן דורך אנדערע, איז כדאי משקיע צו זיין אין אן אמעריקאנער אידישער מגיה וואס זאל איבערלויפן דעם קנקן און מסתכל זיין במה שיש בו אזוי אז די אמעריקאנער אידישער ליינער - וועלכע זענען מן הסתם די גרעסטע באזע פאר אזא צייטשריפט - זאלן זיך שפירן היימיש און ליינען פליסיג.
שטאלצער יוד האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט א תוכן הענינים?
פון אוצר החכמה. טוט זיך דארט טישן אויף בענק פארוואס ס'גייט זיין אויף אידיש. ווער ווייסט? אפשר וועט נאך ארויסקומען די סחורה איבערגעזעצט אויף לשון קודש אויך.
ס'וואלט געדארפט דורכגיין בעסערע גרעמער הגה.
פאלגנד עטליכע גרייזן:
אינטערסאנט-אינטערעסאנט
אונזערע פארגאנגענהייט-אונזערע פארגאנגענהייטן (אדער אונזער פארגאנגענהייט)
אלס צוגעזעהן-אלץ צוגעזעהן
טעגליגע לעבן-טעגליכע לעבן
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10238
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
טאגבוכער - צ"ל טאגביכער.
דער פינטל אינעם ב' (טאגבּוך) און אויפ'ן ש' (פארשׁונג) האבן נישט קיין פשט.
כ'מיין מ'זאל ענדערש מאכן א ליסטע פון די ווערטער וואס זענען ריכטיג אויסגעלייגט...
קודם האב איך געקלערט אז דאס איז דאך נאר די מפתח און ס'איז נישט קיין ראי' אויפ'ן עצם גליון, אבער ס'שטייט דאך אויפ'ן קעפל "תסתכל בקנקן מה שיש בו".

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2420
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
רבותעם, אויב גייט דער תוכן זיין אויף א הויכע קוואליטעיט, בין איך אים מוחל אלא דיקדוק טעותים, און איך בין גרייט צו צאלן די פרייז.
ווער ס'נישט גרייט צו צאלן די פרייז, מיינט אז דער קונ' איז נישט פאר אים, ווייל ווער ס'פארשטייט צו דעם, איז גרייט צו צאלן אזא פרייז אויך.
ווער ס'נישט גרייט צו צאלן די פרייז, מיינט אז דער קונ' איז נישט פאר אים, ווייל ווער ס'פארשטייט צו דעם, איז גרייט צו צאלן אזא פרייז אויך.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:רבותעם, אויב גייט דער תוכן זיין אויף א הויכע קוואליטעיט, בין איך אים מוחל אלא דיקדוק טעותים, און איך בין גרייט צו צאלן די פרייז.
ווער ס'נישט גרייט צו צאלן די פרייז, מיינט אז דער קונ' איז נישט פאר אים, ווייל ווער ס'פארשטייט צו דעם, איז גרייט צו צאלן אזא פרייז אויך.
אבי געהאקט.
ס'יא גע'אייגענט, אבער ח"י דאללער איז איבערגעטריבען די והותר.
ניין רובריקן, וואטעווער דער ווארט מיינט, אויף בערך הונדערט בלעטער, דאס מיינט, יעדער רובריק בערך צעהן בלעטער, דאס הייסט יעדע נושא וועט זיין היפש אויבערפלעכליך, דארפסט דאך פלאץ פאר צילומים וכדומה, און יודיש נעמט אויף אסאך מער פלאץ. וואס פארע תוכן און וויפיל קאן שוין אריינגיין און אזא קליינע סייז, ענטפער מיר נישט מועט מחזיק את המרובה.
אן א מפתח, געדרוקט אויפן ביליגסטען אופן, קאנסט עס אנרופען פארצייטיש, נישט פראקטיש עס צו קענען ניטאמאל האלטן און ספרים שאפע, ס'איז דאך א ווייך דעקל,
אבער ווער ס'רופט זיך אן, מיינט עס, ס'איז נישט פאר איהם? אתמהה?
כ'וועל עס עכ"ז מסתמא קויפען. נאכדערצו אויב לייגט ער עס אריין און א בעג. אבער כ'גיי פילן ווי מ'נעמט מיר אויף א רייד. טשיפ. פארצייטיש און גאליציאניש.
ראש הקהל האט געשריבן:הילולא דצדיקיא האט געשריבן:רבותעם, אויב גייט דער תוכן זיין אויף א הויכע קוואליטעיט, בין איך אים מוחל אלא דיקדוק טעותים, און איך בין גרייט צו צאלן די פרייז.
ווער ס'נישט גרייט צו צאלן די פרייז, מיינט אז דער קונ' איז נישט פאר אים, ווייל ווער ס'פארשטייט צו דעם, איז גרייט צו צאלן אזא פרייז אויך.
אבי געהאקט.
ס'יא גע'אייגענט, אבער ח"י דאללער איז איבערגעטריבען די והותר.
ניין רובריקן, וואטעווער דער ווארט מיינט, אויף בערך הונדערט בלעטער, דאס מיינט, יעדער רובריק בערך צעהן בלעטער, דאס הייסט יעדע נושא וועט זיין היפש אויבערפלעכליך, דארפסט דאך פלאץ פאר צילומים וכדומה, און יודיש נעמט אויף אסאך מער פלאץ. וואס פארע תוכן און וויפיל קאן שוין אריינגיין און אזא קליינע סייז, ענטפער מיר נישט מועט מחזיק את המרובה.
האלט איך אנדערש ווי דיר. ווען אן ארטיקל איז גיט געשריבן מיט א חשבון און א ציל, נישט מאלנדיג קיין וואסער, קען אריינגיין אין עטליכע בלעטער אויסטערליש אסאך היסטאריע מיט רייכע אינטערסאנטע ידיעות.
הרב קוואדראט האט שוין ענליכעס באוויזן ווען ער האט געשריבן אין די קינדליין, דארט איז דאס אויך געווען נישט מער ווי עטליכע בלעטער, און דאך איז דער ליינער געווארן אנגעפילט מיט זייער אסאך אינטערסאנטע ידיעות. וואס עס קומט מיר נאכאמאל ארויף אין געדאנק (שוין דערמאנט פריער) איז די ארטיקל וואס ער האט געשריבן איבער דעים פראגער גולם, דארט איז די ארטיקל געווען נישט מער ווי איינס אדער צוויי בלעטער, און דאך איז דארט געווען אריינגעפאקט אזויפיל ידיעות און היסטאריע אז עס איז געווען צום שטוינען. ער האט דארט ווי היפנאטייזט דעים ליינער אים צו איבערצייגן אז דער גולם האט ווירקליך עקזיסטירט און אז די גאנצע ליצנות ארום דעם קומט פון די משכילים, געברענגט אויסצוגן פון צייטונגען און ספרים וואס דערמאנען דאס, אא"וו.
אינטערשטע שורה, מען קען שרייבן אסאך בלעטער און מאלן וואסער אן קיין תוכן, און מען קען שרייבן נישט מער ווי עטליכע בלעטער און עס זאל זיין מלא תוכן מיט פילע היסטארישע ידיעות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ