אנקעטע: מאמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווי אפט קויפט איר דעם "מאמענט"?

וועכענטליך
38
22%
פון צייט צו צייט (ווען דער דעקל ציט וכו')
38
22%
פסח און סכות
29
16%
קיינמאל
71
40%
 
סך הכל שטימען: 176

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

א) א מאגאזין און בפרט א אידישע איז זייער שווער אז יעדע וואך זאל עס זיין א באמבע. נישט אלעמאל איז דא עפעס אויסערליך מאסיוו צו דעקן אדער באשרייבן.
און בכלל, לויט ווי אזוי עס קוקט אויס אינעם עבר, איז עומד מרובה על הפרוץ. עס מאכט זיך מער וואכן אז זאל זיין אינטערסאנט און אינפארמאטיוו ווי נישט.
איז עפעס יעדע וואך דא אויפן ארענע צו לופטערן פארן ציבור?
איה"נ, איינס פון די קונצן פון א געלונגענע מאגאזין איז, צו טרעפן יעדע וואך פרישע ווארע, אבער א וואך וואס עס איז נישטא, מיינט נאכנישט אז דער מאגאזין איז אין דער ערד, און איז קיינאמל אינטערסאנט.
ב) ווייטער, בנוגע די ענגלישע מאגאזינען האט מען שוין ערווענט עטליכע מאל, אז עס איז נישט קיין פארגלייך מיט די אידישע. הן אלס די פארלאנג, הן אלס די צאל ליינער און קויפער, און הן אלס די עצם סטאנדארט פון אידיש ליין מאטריאל וואס איז זייער שוואך.
(ג) די עמי און נאף פארשידענע מאגאזינען איז זייער אפט וואס מען זעהט אז זיי האבן אפירגעקראצט עפעס צו באשרייבן און אויסברייטערן, אסאך מאל וואס איז בכלל נישט אויסערליך אינטערסאנט און ציענד).
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

משה כהן האט געשריבן:א) א מאגאזין און בפרט א אידישע איז זייער שווער אז יעדע וואך זאל עס זיין א באמבע. נישט אלעמאל איז דא עפעס אויסערליך מאסיוו צו דעקן אדער באשרייבן.
און בכלל, לויט ווי אזוי עס קוקט אויס אינעם עבר, איז עומד מרובה על הפרוץ. עס מאכט זיך מער וואכן אז זאל זיין אינטערסאנט און אינפארמאטיוו ווי נישט.
איז עפעס יעדע וואך דא אויפן ארענע צו לופטערן פארן ציבור?
איה"נ, איינס פון די קונצן פון א געלונגענע מאגאזין איז, צו טרעפן יעדע וואך פרישע ווארע, אבער א וואך וואס עס איז נישטא, מיינט נאכנישט אז דער מאגאזין איז אין דער ערד, און איז קיינאמל אינטערסאנט.
ב) ווייטער, בנוגע די ענגלישע מאגאזינען האט מען שוין ערווענט עטליכע מאל, אז עס איז נישט קיין פארגלייך מיט די אידישע. הן אלס די פארלאנג, הן אלס די צאל ליינער און קויפער, און הן אלס די עצם סטאנדארט פון אידיש ליין מאטריאל וואס איז זייער שוואך.
(ג) די עמי און נאף פארשידענע מאגאזינען איז זייער אפט וואס מען זעהט אז זיי האבן אפירגעקראצט עפעס צו באשרייבן און אויסברייטערן, אסאך מאל וואס איז בכלל נישט אויסערליך אינטערסאנט און ציענד).

;l;p- ;l;p-
והדברים עתיקין
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

עכט היימיש האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:@לייפציג, גוט געזאגט!

ניין, נישט גערעכט, די מאמענט איז איין ווארט "א מאגאזין אין אידיש"
טוט די זעלבע וואס יעדע מאגאזין טוט נאר פארן היימישן עולם מיט די היימישע סטאנדאררטן.
און אגב קוק די קיינמאל קויפער זענען דא דער מועט, רעכן עס צוזאם...

ביסט נישט אינגאנצן גערעכט, איך קויף עס כמעט יעדע וואך, נעם א משל די מאמענט פון פארלאפענע וואך איך וואלט עס גערעיט א 0! א באשרייבונג אויף מעלבארן רב האבעך געליינט אין די איד/בלאט, פאר דעם דארף איך נישט קיין מאגעזין לאז עס פאר די צייטונגען וואס זענען געמאכט פארדעם צו באריכטן נייעס, ווייטער די צפון קאריע מעשה, נו שוין, פאר דעם צאלן 6 טאלער? ווייטער דעי חזן איז א פשוטע קול מבשר אינטערוויו, (אויב האבן זיי אים נאכנישט געהאט העלן זיי אים האבן בקרוב..) ווי ס'קוקט אויס האבן זיי גענומען די 'אפענע שמועסען' פון יושע דאסקאל אין מחליט געווען פון דעם צו מאכן די צווייטע גרויסע ארטיקעל, די זעלבע אויך געטוהן פאריגע וואך מיט די פיינעפל שערורי',

כ'זאג נישט גאנץ אסאך וואכן איז דא געלונגענע ארטיקלען אבער קומט נישט צו צום קנעכיל פון די ענגליש מאגעזינען.

נאך א קלייניקייט, וואס האט ער געוואלט מיט די ארטיקעל פון די וויזשניץ ווימסב''ג חתונה? צוויי זייטן ליצי ליצנות פון א חסידות, פארוואס אין פארווען? ווי לייפציק האט ארויסגעברענגט איז דא די זאך געמישט מיט א מהלך פון אראפרייסן אנדערע, אין רוב מענטשן גלייכן דאס נישט.

פאריגע וואך איז די מעין ארטיקל טאקע געווען אין די וועלט אריין ווי אזוי זאגסטו א צייטונג ארטיקל!
אבער קוק בעפאר, איך גיי נישט גיין וועכנטליך וואס איך געדענק.
עמרם אקער, א שיינע מאגאזין סטייל ארטיקל.
ראב"ד, אינטערוויו מיט זוהן און אייניקל, א פרעזענליכע אריינבליק אין זיין לעבן, א שיינע מאגאזין איידיע.
חנוך'ס באריכט פונעם כינוס, עכט מאגאזין סטייל וכו

א מלאך אין קאנעטיקוט איז לענ"ד געווען באשריבן זייער רייך און אינפארמאטיוו.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אההה....
ענדליך דברים כדרבונות, און יא א מלאך אין קאנעטיקעט איז געווען מלא חידוש
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
מיט דיר האט געשריבן:אויב עס העט זיין א צייטנג וואס בעט אינוועסטיגעטן ארגנזאציעס ווי עס גייען געלט אין אויף דעקן באהלטענע זאכן העט עס זיין אינטערסנט
( איך מין אז עס איז הפקר וואל קינער קיק5 דיך נישט נאך ביי די אלגמינע וועלט ציטערט מען אז א זנאליסט העט אויף דעקן זאכן וואס טויגן נישש)

הרב @מיט דיר, איך מיין נישט דיר פערזענליך, אבער פאר יעדער וואס טראגט זיך ארום מיט אזעלכע געדאנקען זאל וויסן אז דאס איז קלאר נישט די דרך התורה.

מיר האבן תורה אויטאריטעטן, וואס אויף זיי ליגט צו זיין אויפמערקזאם, און א הדיוט האט נישט קיין שום רעכט צו טיילן דעות אדער צו קעיר נעמען פון א צווייטנס עוולות (אחוץ ווען מען זעט אדער ווייסט אז איינער טוט אן עוולה איז דא א מצווה פון תוכחה, און מען וואקט זיך ווייטער).
קוק צוריק אין היסטאריע, די אידן וואס האבן געהאלטן אין איין זיכן עוולות אויף כלל ישראל, אפילו זיי האבן עס געמיינט ערענסט, האבן נישט געהאט די סופארט פון גדולי ישראל.
יעדער איד איז מחויב צו לערנען מוסר און זיין אליין ערליך, וואס יענער טוט איז הנסתרות לה' אלוקינו.
אויב טראסט מען נישט איין ארגעניזעישן האסטו די ברירה צו געבן פאר א צווייטן, מיר דארפן נישט פיקסן די וועלט, פארדעם איז דא א בי''ד של מעלה.

ק''ו ב''ב של ק"ו די מהות פון דזשורנאליזם, וואס הדיוטים שבהדיוטים קענען זאגן א מיינונג אויף וואס אימער עס קומט ארויף אויפן סדר היום, איז אין שארפן קאנטראסט צו תורה ומסורה.

און דאס איז אייגנטליך די הויפט סיבה פארוואס איך און אסאך אנדערע אידן קויפן נישט די מאמענט,
איך קען ממש נישט צוקיקן ווי איעדע צווייטע וואך ערשיינט אויפן פראנט פעידזש א פרישע גדול בישראל וואס גייט האבן די וואך די געוואלדיגע זכי' אז די אנגעזעענע מאגאזין די "מאמענט" גייט אים די וואך באשרייבן...
דאס איז כלל ישראל?
עס קומט אפאר אנשים פשוטים און גייען ארום אינטערוויוען רבנים וצדיקים, און טוען זיי באשרייבן און זאגן מיינונגען אויף זיי, דער רב איז מער אזוי, דער אדמו''ר איז מער אזי, אינדערצייט וואס זיי וואלטן געדארפט האבן דאס קדחות בשעת'ן שטיין פאר א גדול, קענען זיי אויספרעגן כל מיני שאלות עס זאל ארויס קומען א שיינע יוניק באשרייבונג?...

אין מיינע אויגן ברענגען זיי אריין צווישן אונז די לויטער גוי'ישע מהות, אז דער דזשורנאליסט איז איבער אלעם און יעדער דארף צוקימען צו זיינע טובות ער זאל אים שיין באשרייבן.

איך ווייס אז קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, (איך אויך נישט) און איך האף איך טו קיינעם נישט וויי, אבער דאס איז מיין דעת הדיוט.

מען קען יעדע זאך אנקוקן שווארץ און ווייס
מיין פערזענדליכע בליק אויף די מאמענט איז, אז ער רעספעקטירט יעדע פארשטיפטע רבי'לע און יעדער פשוטער איד, און ער געט פאר יעדעם די כבוד צו ווערן באשריבן און ער גייט נישט מיט די עסטבליש מהלך אז מען דארף האבן העכער 2000 חסידים און מען דארף אויך נישט האבן קיין צענדליגע מיליאנען, און איך מיין אז דער עולם היינט צוטאגס עפרישיעט אסאך מער די מהלך
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

אנשטאט די מאמענט שרייבער זאלו זיין ביזי צו שרייבן אויף אייוועלט זאלן זיי ענדערש אריינלייגן זייער צייט אין בעסער ארטיקלען.
א פשוטע איד.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איי ווען די אנקעטע איז ווען א וואך שפעטער....
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”