אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 6:14 pm

שמועס #34

יעזורו דמאנטיסעלאו - וואס זעט מען אין דיע וואכעדיגע פרשה וועגן וואוינען אין קליינע דירות - א ניכטערן בליק אויף די פיוטשער פון בלומינגבורג

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 6:33 pm

blue moon האט געשריבן:שוין אַ שטיק צייט וואס איך בין נישט מגיב דא, צוליב וואס דער בעל האשכול האט זייער פרעזנליך גענומען די קריטיק, האבען מיר פרובירט צו שטיין פון דער זייט.
עס איז אבער יא וויכטיג פאר די אינגע א.ג. פענס, צו וויסן אז זייערע זיידעס האבן זיין געלאזט הרגענען "במלוא מובן המלה" פארן נישט וועלן אנטוהן גוי'אישע מלבושים.
יא, פאר ברוינע שיך אין פינקע העמעדער האבן אידן זיך געלאזט פיינוגען, פארשיקט ווערן און טורמע, ועוד.
עס איז טאקע געוועהן אַ מחלוקה פונעם קאצקער און דער חי' הרי"ם ווי ווייט מען מעג זיך מוסר נפש זיין פאר די חסידישע לבוש, דאס אבער זיכער אז די נושא פון מלבושים איז פון אייביג אן געוועהן זייער אַ האקעלע נושא.
איך קלער נישט אז דער מגיד וואס טרומפירט מיט די ברוינע שיך, איז ווי די משכילים וואס האבן שווער געארבייט בימים ההם, משנה צו זיין דעם אידישען לבוש. דער מגיד איז נאר זייער אומבאקאנט מיט די מינדעסטע היסטאריע פון דעם פאלק וואס ער פרובירט צו עדיוקעטען.
דערפאר חשובער פען, די דארפסט טאקע גראז מיט א באר בי קיו ארום דיין הויז, וויסן זאלסטו אבער אז אסאך בלוט האבן דיין זיידע און באבע זיך געלאזט פארגיסן אז די זאלסט זיין עט ליעסט וואס די ביסט יעצט.

שיין האשריבן די גאנצע נושא פון די קליידער אזוי אויך די חלוקי דיעות צווישן די צדיקי הדור וועגן נאכגעבן פאר די גוים און די זאך און דער אוצר די חודש

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:42 pm

blue moon האט געשריבן:שוין אַ שטיק צייט וואס איך בין נישט מגיב דא, צוליב וואס דער בעל האשכול האט זייער פרעזנליך גענומען די קריטיק, האבען מיר פרובירט צו שטיין פון דער זייט.
עס איז אבער יא וויכטיג פאר די אינגע א.ג. פענס, צו וויסן אז זייערע זיידעס האבן זיין געלאזט הרגענען "במלוא מובן המלה" פארן נישט וועלן אנטוהן גוי'אישע מלבושים.
יא, פאר ברוינע שיך אין פינקע העמעדער האבן אידן זיך געלאזט פיינוגען, פארשיקט ווערן און טורמע, ועוד.
עס איז טאקע געוועהן אַ מחלוקה פונעם קאצקער און דער חי' הרי"ם ווי ווייט מען מעג זיך מוסר נפש זיין פאר די חסידישע לבוש, דאס אבער זיכער אז די נושא פון מלבושים איז פון אייביג אן געוועהן זייער אַ האקעלע נושא.
איך קלער נישט אז דער מגיד וואס טרומפירט מיט די ברוינע שיך, איז ווי די משכילים וואס האבן שווער געארבייט בימים ההם, משנה צו זיין דעם אידישען לבוש. דער מגיד איז נאר זייער אומבאקאנט מיט די מינדעסטע היסטאריע פון דעם פאלק וואס ער פרובירט צו עדיוקעטען.
דערפאר חשובער פען, די דארפסט טאקע גראז מיט א באר בי קיו ארום דיין הויז, וויסן זאלסטו אבער אז אסאך בלוט האבן דיין זיידע און באבע זיך געלאזט פארגיסן אז די זאלסט זיין עט ליעסט וואס די ביסט יעצט.

אינטערעסאנט איז, אז דייקא די אדמורי"ם און צדיקים גייען מיט קאלירטע קליידער...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

תגובהדורך הויכע פייפער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:25 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #34

יעזורו דמאנטיסעלאו - וואס זעט מען אין דיע וואכעדיגע פרשה וועגן וואוינען אין קליינע דירות - א ניכטערן בליק אויף די פיוטשער פון בלומינגבורג

אויסגעלאזט צי דערמאנען ווי סאך איז די TAX און בלומינגבורג ???

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:33 pm

די סיבה פ"וו איך גיי נישט מיט קראקס: ס'איז נישט באקוועם. עס רייסט אויס די פיס נאכן גיין דערמיט א לענגערע וויילע. איך ווייס אבער נישט פון ווי איר נעמט אז ס'איז פראדוצירט אלס א פראסטער מלבוש אין אלגעמיין. אפשר איז דאס אין די אידישע גאס אזוי, אבער אין די אלגעמיינע גאס איז די איידיע דערפון אלס א סחורה'לאזע וואסער סליפערס וואס איז פראקטיש ביים שווימען אדער ביים ביעטש אן ווערן דורכגעווייקט.

הגם איך בין מודה אז דער אינגערמאן וואס איך האב איינמאל געזען קומען אין שול דערמיט נישט אום ט' באב, האט מערקבאר יא געצילט צו צייגן א סטעיטמענט פון פראסטקייט און קלות ראש.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:45 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:די סיבה פ"וו איך גיי נישט מיט קראקס: ס'איז נישט באקוועם. עס רייסט אויס די פיס נאכן גיין דערמיט א לענגערע וויילע. איך ווייס אבער נישט פון ווי איר נעמט אז ס'איז פראדוצירט אלס א פראסטער מלבוש אין אלגעמיין. אפשר איז דאס אין די אידישע גאס אזוי, אבער אין די אלגעמיינע גאס איז די איידיע דערפון אלס א סחורה'לאזע וואסער סליפערס וואס איז פראקטיש ביים שווימען אדער ביים ביעטש אן ווערן דורכגעווייקט.

הגם איך בין מודה אז דער אינגערמאן וואס איך האב איינמאל געזען קומען אין שול דערמיט נישט אום ט' באב, האט מערקבאר יא געצילט צו צייגן א סטעיטמענט פון פראסטקייט און קלות ראש.

you nailed it.

עס איז געמאכט פאר שווימען וכו'

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:46 pm

הויכע פייפער האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #34

יעזורו דמאנטיסעלאו - וואס זעט מען אין דיע וואכעדיגע פרשה וועגן וואוינען אין קליינע דירות - א ניכטערן בליק אויף די פיוטשער פון בלומינגבורג

אויסגעלאזט צי דערמאנען ווי סאך איז די TAX און בלומינגבורג ???

סארי נישט געכאפט - איך וועל בעז"ה אויסשמועסן קומענדיגע מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:03 pm

רעבלעזער
א. האסט נישט געענטפערט וועגן די סכום גויים וואס וואוינען דארט אין מעמעקעטינג
ב. דאס וואס דו האלטסט אין איין נאכזאגן פון ווייסמאנדל אז מען קען נישט טוישן די זאנינג און די סטייל אויף די 396 מאכט נישט קיין סענס, איך האב געטון אין די נושא יארן צוריק, סאיז נארמאל נישט דא אזא זאך אז מ'קען נישט אנפאנגען נאך אמאל פון אנפאנג. לכל היותר קאסט עס צייט כח און געלט, אבער איך זע נישט וועלכע לעגאלע כח קען אפהאלטן א זאנינג און בילדינג דעפארטמענט איבערצוגיין נאך אמאל פון אנפאנג, איך געדענק נישט סזאל זיין א פסק פון קארט אז מ'מעג נאר אזוי בויען, איך גלייב באמת סאיז פיינענשל נישט ליגעל, ווייל מ'קען מאכן א נייע סיקר"א וכדו' סאיז דא גענוג וועגן אויב ר' יום טוב דארף הילף קען ער זיך ווענדן צו ר' גדלי' וכת דיליה זיי ווייסן ווי מ'טוט דאס.
בד"וו, כ'האלט פיינענשל איז גענוג א גוטע סיבה, אויך די גרעסטע חסרון איז די קליינע בעיסמענט, אז דו מאכסט שוין מאך שוין נאך 4.5 פיס.
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 7:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 4:08 pm

אז מ'לעבט דערלעבט מען
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 4:14 pm

lebediger berel האט געשריבן:רעבלעזער
א. האסט נישט געענטפערט וועגן די סכום גויים וואס וואוינען דארט אין מעמעקעטינג
ב. דאס וואס דו האלטסט אין איין נאכזאגן פון ווייסמאנדל אז מען קען נישט טויזן די זאנינג און די סטייל אויף די 396 מאכט נישט קיין סענס, איך האב געטון אין די נושא יארן צוריק, סאיז נארמאל נישט דא אזא זאך אז מ'קען נישט אנפאנגען נאך אמאל פון אנפאנג. לכל היותר קאסט עס צייט כח און געלט, אבער איך זע נישט וועלכע לעגאלע כח קען אפהאלטן א זאנינג און בילדינג דעפארטמענט איבערצוגיין נאך אמאל פון אנפאנג, איך געדענק נישט סזאל זיין א פסק פון קארט אז מ'מעג נאר אזוי בויען, איך גלייב באמת סאיז פיינענשל נישט ליגעל, ווייל מ'קען מאכן א נייע סיקר"א וכדו' סאיז דא גענוג וועגן אויב ר' יום טוב דארף הילף קען ער זיך ווענדן צו ר' גדלי' וכת דיליה זיי ווייסן ווי מ'טוט דאס.
בד"וו, כ'האלט פיינענשל איז גענוג א גוטע סיבה, אויך די גרעסטע חסרון איז די קליינע בעיסמענט, אז דו מאכסט שוין מאך שוין נאך 4.5 פיס.

איך מיין אז ער האט געזאגט אז זיי 'ווילן נישט' נישט זיי 'קענען נישט'. איך האב פארשטאנען פון אים אז די רגע וואס זיי באקימען די ווארעווער (דענקנישט) צי גיין ווייטער ווילן זיי גלייך ארויפציען 50 דירות פער 6 חדשים, אין נישט אריינגיין נאכאמאל אין זאונינג וואס העט נעמען לענגער. כך הבנתי מדברי רעבלעזער, ווי דו ריפסט אים בלשון חבה.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 4:22 pm

lebediger berel האט געשריבן:רעבלעזער
א. האסט נישט געענטפערט וועגן די סכום גויים וואס וואוינען דארט אין מעמעקעטינג

איך האב גערעדט פון וואוטערס. נישט פון איינוואוינער.

ב. דאס וואס דו האלטסט אין איין נאכזאגן פון ווייסמאנדל אז מען קען נישט טויזן די זאנינג און די סטייל אויף די 396 מאכט נישט קיין סענס, איך האב געטון אין די נושא יארן צוריק, סאיז נארמאל נישט דא אזא זאך אז מ'קען נישט אנפאנגען נאך אמאל פון אנפאנג. לכל היותר קאסט עס צייט כח און געלט, אבער איך זע נישט וועלכע לעגאלע כח קען אפהאלטן א זאנינג און בילדינג דעפארטמענט איבערצוגיין נאך אמאל פון אנפאנג, איך געדענק נישט סזאל זיין א פסק פון קארט אז מ'מעג נאר אזוי בויען, איך גלייב באמת סאיז פיינענשל נישט ליגעל, ווייל מ'קען מאכן א נייע סיקר"א וכדו' סאיז דא גענוג וועגן אויב ר' יום טוב דארף הילף קען ער זיך ווענדן צו ר' גדלי' וכת דיליה זיי ווייסן ווי מ'טוט דאס.
בד"וו, כ'האלט פיינענשל איז גענוג א גוטע סיבה, אויך די גרעסטע חסרון איז די קליינע בעיסמענט, אז דו מאכסט שוין מאך שוין נאך 4.5 פיס.

ר' יו"ט איז געווען זייער אפען מיט אלע פאפירן וכדומה. עס איז נישט אז מען קען נישט טוישן די יעטיגע זוינינג. עס איז אזויווי א קען פון פולווער וואס עס לוינט פשוט נישט צוצורירען.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:37 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:

איך בין ערשט יעצט צוריק געקומען אהער - א. ביזט נישט געווען גענוג קלאר, שכח פארן אויסקלארן, יעצט ענטפער איך אויף דעם אז ווען ס'ווערט עשיו שונא ליעקב אויפן טיש קומען צו כאטש דאפעלט אזויפיל וואטערס זוי איז געווען אין רעמעפא און אין מאנרא.
ב. אקעי סלוינט נישט, בין איך נישט אזוי זיכער ער איז גערעכט, מ'וועט זיך איבערצייגן א מינוט נאך די HOA ווען מעוועט זען ווי שנעל דער עולם כאפט זיך צו צו קויפן די איצטיגע, ער האט צייט דעמאלטס צו באשליסן וואס לוינט אים יא און וואס לוינט אים נישט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
תחקמוני
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 4:00 pm

תגובהדורך תחקמוני » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 3:22 pm

וויפיל קאסט צו קויפען די מהדרין GPS ???

אהה יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס אלעקסי די בעל עגלה פונעם בעל שם טוב האט נישט געהאט קיין סמארטפאן...

וויל ער האט נישט געדארפט קיין WAZE

אוועטאר
תחקמוני
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 4:00 pm

תגובהדורך תחקמוני » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 4:16 pm

[quote="תחקמוני"]וויפיל קאסט צו קויפען די מהדרין GPS ???

250ִִ$

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

רעבלעזער איז אויף וואקאציע

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 8:01 pm

האט ער היינט געשיקט חיים עקשטיינען געדענקט איר נאך כ'האב געשריבן מזאל זיי צוזאם שטעלן. יעצט נעמט ער אים גאר איבער גאט טו בי קעירפול וואט יו אר עסקינג פאר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 8:02 pm

קומענדיגע וואך דארף איך א באריכט פון דיין וואקאציע וועלכע ישוב מקען דארט מאכן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

א חסידישע יוד גייט אנגעטוהן מיטן חסידישע לבוש לטובתו

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 9:41 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:שוין אַ שטיק צייט וואס איך בין נישט מגיב דא, צוליב וואס דער בעל האשכול האט זייער פרעזנליך גענומען די קריטיק, האבען מיר פרובירט צו שטיין פון דער זייט.
עס איז אבער יא וויכטיג פאר די אינגע א.ג. פענס, צו וויסן אז זייערע זיידעס האבן זיין געלאזט הרגענען "במלוא מובן המלה" פארן נישט וועלן אנטוהן גוי'אישע מלבושים.
יא, פאר ברוינע שיך אין פינקע העמעדער האבן אידן זיך געלאזט פיינוגען, פארשיקט ווערן און טורמע, ועוד.
עס איז טאקע געוועהן אַ מחלוקה פונעם קאצקער און דער חי' הרי"ם ווי ווייט מען מעג זיך מוסר נפש זיין פאר די חסידישע לבוש, דאס אבער זיכער אז די נושא פון מלבושים איז פון אייביג אן געוועהן זייער אַ האקעלע נושא.
איך קלער נישט אז דער מגיד וואס טרומפירט מיט די ברוינע שיך, איז ווי די משכילים וואס האבן שווער געארבייט בימים ההם, משנה צו זיין דעם אידישען לבוש. דער מגיד איז נאר זייער אומבאקאנט מיט די מינדעסטע היסטאריע פון דעם פאלק וואס ער פרובירט צו עדיוקעטען.
דערפאר חשובער פען, די דארפסט טאקע גראז מיט א באר בי קיו ארום דיין הויז, וויסן זאלסטו אבער אז אסאך בלוט האבן דיין זיידע און באבע זיך געלאזט פארגיסן אז די זאלסט זיין עט ליעסט וואס די ביסט יעצט.

אינטערעסאנט איז, אז דייקא די אדמורי"ם און צדיקים גייען מיט קאלירטע קליידער...

איך האב נישט געהערט דעם שיעור/שמיעס פון הרב קרויס, כ׳בין נאר מגיב אויף די עצם נושא פון גיין א חסידישע, ערליכע, פרומע, אנדערש פון די גאס׳דיגע, לבוש. האט דער קדושת ציון פון באבוב געזאגט איבער דעם א הייליג ווארט, וואס כידוע איז דער קדושת ציון געווען א געוואלדיגע גוטע זאגער, האט ער אזוי געטייטשט: דער נביא זאגט: שוש אשיש בד׳ תגל נפשי באלקי, ״כי הלבישני בגדי ישע״ פארוואס פריי איך מיך און בין אזוי שטארק בשמחה? ווייל ״כי הלבישני״ איך גיי אנגעטוהן מיט חסידישע פרומע בגדים, וואס די בגדים זענען ״בגדי ישע״ דורך דעם וואס איך גיי אנגעטוהן מיט די הייליגע חסידישע מלבישים, אנדערש ווי די גוי, בין איך אפגעהיטן מיט א ישועה פון די יצר הרע.

ממילא לויט דעם פארשטייט מען זייער גוט פארוואס מען זעהט טייל מאל, אז ווען א יונגערמאן וויל זיך אפקילן פון ערליכקייט, וועט ער פון די ערשטע זאכן טוישן זיין לבוש, ווי קומען און שול אן א היט וכדו׳ ווייל לויט ווי מיר שמיעס מיר, איז דאס ביידע איין זאך, אז א מענשט קילט זיך אפ פון ערליכקייט גייט עס צוזאמען מיט זיך אפ קילען פון די הייליגע חסידישע ערליכע פרומע לבוש, וואס מיט דעם זעמיר אינגאנצען אפגעשיידט פון די גוים, ווייל דאס איז ביידע עולין בקנה אחד און דאס גייען ביידע צוזאמען.

און ווידער פארקערט, זעהט מען אייביג בחוש, אז ווייל מען גייט אנגעטוהן מיט די הייליגע חסידישע לבוש, טוט מען נישט אלעס וואס ס׳וואלט זיך ווען געוואלט טוהן, ווייל די לבוש היט אונז אפ פון טוהן שלעכטס כי הלבישני בגדי ישע!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:35 pm

שמועס # 36

הערות פון צוהערער - און צו איז אויסגעהאלטן צו נעמען געלט צו רעדן פון געגענטער?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:04 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס # 36

הערות פון צוהערער - און צו איז אויסגעהאלטן צו נעמען געלט צו רעדן פון געגענטער?

".....דער דירות קריזיס, אדער עטיטוד קריזיס......"

אוי ווי גוט האסטו עס ארויסגעברענגט אין צוויי ווערטער.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:49 am

פארוואס זאל א מענטש גיין ווינען אין א פלאץ וואס עס איז דא אזויפיל קאמפלקעשנס מען קען דאך נישט וויסן וואס די נעקסטע מנוט העט ברענגען
לעצט פאראכטן דורך שטיין אום דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:54 am

lebediger berel האט געשריבן:קומענדיגע וואך דארף איך א באריכט פון דיין וואקאציע וועלכע ישוב מקען דארט מאכן

היינט האסטו מיך דיסאפוינטעד, כ'בין געווען זיכער דו קומסט צוריק און זאגסט איך בין געווען וואקאציע אין האצענפלאץהוידאנאנאש און כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'קען נישט דא וואוינען אגאנץ יאר.
דזשאסט קידינג, א שיינע שמועס - כאב עס אינדזושויט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 7:25 pm

ר' אליעזר, זייער א שיינע שמועס נעכטן!
keep it on!!!
חיים עקשטיינ'ס שמועס פאריגע וואך איז אויך געווען געוואלדיג!
ישר כח

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 11:50 am

#37 גיימיר קיין מאנטיסעלא?

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:44 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:#37 גיימיר קיין מאנטיסעלא?

זייער שיין און אינפארמאטיוו.
למען ה'קלארקייט, די טעקס אינקלודעט אלעס? לאקעל, סקול וכל שום וחניכא דאית להו?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:54 pm

ר' לעיזער איר זענט זייער גוט!
זאכענעס

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט