אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך דייקן » פרייטאג יוני 12, 2020 6:46 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:רבי אליעזר קומט אריין פעסט די לעצטע צוויי שיעורים (200-201) איבער די קעמפס! ווי ער זאגט בלשונו הזהב, אז די וואס פירן עס אן זענען out of touch! אוי ווי גוט געזאגט!

מען דארף זיין אין א מצב פון די המון עם כדי צי קענען מאכן החלטות מיט די ריכטיגע שכל און מהלך.

פונקט היינט האט מיר א יוד דערציילט א מורא׳דיגע מעשה. (רבי אליעזר ביטע דערציילט נישט די מעשה אין אייערע שיעורים.) ער איז געווען אפאר יאר צוריק ביים באס סטאפ וואס נעמט די קינדער צו קעמפ, באגלייטען זיינע קינדער צי קעמפ. איז דארט געשטאנען איינער פון די הנהלות המוסד - אין מיטן איז אנגעקומען א פרוי נעמען אירע קינדער צים באס, דער פון די מוסד האט איר אפ געשטעלט אז מען קען נישט ארויף לאזן אירע קינדער אויפן באס ווייל זי האט נאך נישט באצאלט פאר קעמפ, איז זי צוירק אריין צי די קאר צו איר מיין, און צוריק געקומען מיט א טשעק אויס געשריבען די סכום וואס קאסט די קעמפ, אבער ניין דער פונעם מוסד האט איר אפ געשטעלט, אז ניין מען קען נאכאלטס נישט ארויף לאזן די קינדער אויפן באס, זאגענדיג אז זייערע טשעקס קראכען. נעבעך. באין ברירה איז געווארען דארט א בהלה ביז זי האט געבארגט די געלט דארט אויפן פלאץ פון איינע פון די אנדערע עלטערען. אפגערעדט די בישות און בכלל די ציבראכען הארץ פון די עלטערן. אבער געוואלד און געשריגען, פארוואס איז נישט דא כאטש אזא אפציע צו לאזן קינדער פון כיתה ז׳ ח׳ און ט׳ און שטאט?און די זעלבע מיט די ישיבות, כאטש זאל זיין א אפציע! פארוואס דארף א טאטע זיין געצווינגען ארויס צו נעמען פון טאש א עקסטערע 15 אלפים פאר צי שיקען א קינדער געבענטשטע משפחה אין קעמפ?

דער יוד וואס האט עס מיר דערציילט האט מיר געזאגט אז ווען נישט ער זעהט אליינס די מעשה מיט זיינע אייגענע אויגן וואלט ער עס נישט געגלייבט. דער יוד פון וועם איך זאג דא נאך, איז א תלמוד חכם מופלג מאוד האט הוראה און פירט א כולל. און ער האט מיר צו גע׳ענדיגט אז אר האלט שוין לאנג אז די גזירה פון די קעמפס איר ערגער ווי די גזירה פון די חתנות, ווייל די גזירה פון די חתונות כאטש פארשטייען עס די רבי׳ס און מנהגים, ווייל מענשטען קומען צו זיי בעהטן הילף, און די רבי׳ס, רבנים, און מנהיגים, טוהן אסאך דעראין צומאל מאכן אפי׳ פערזענליכע קאלס צו גבירים זאלן העלפן א יוד חתונה מאכן. אבער ביי די קעמפס פשוט ניטאמאל ווייסן די מנהגים אז די טאש פון אסאך יודן רייסט ביים שיקן די קינדער אין די קעמפ׳ס. זייערע קינדער אין אייניקליך באקומען געווענליך בחינם שכר לימוד אדער א באנגעלא וכדו׳ איך רעדט נישט אריין אין דעם דאס איז ווי אזוי ס׳ארבייט אין ס׳נישט קיין פראבלעם לענ״ד. אבער מענשטען קומען נישט צו די רבי׳ס, רבנים, און מנהגים זייי צי זאגן א ווי אזוי זיי מיטשענען זיך וועגן די קעמפס און ממילא ווייסן זיי פשוט נישט פון דעם פראבלעם. רבי אליעזר האט טאקע פאריאר גערעדט וועגן דעם אז מענשטען וואס די קעמפ איז זיי שווער זאלן א טובה טוהן און אריין גיין צו די רבי פון די מוסד ווי זיי שיקן אז דערציילן די פראבלעם! און די זעלבע איז מיט די מנהלי גשמי וואס באקומען אויך זייערע פרי וועקעשען (אויך מיט רעכט לענ״ד) און פארשטייען פשוט נישט, און ווי רבי אלעזר זאגט ״זענען פשוט out of touch״ מיט די פשוטי המון עם. אשרנו אז אונז האב מיר אזא יוד ווי רבי אליעזר און ס׳איז צי האפען אז ס׳זאל זיין דברו עושים פירות!


;l;p- זייער זייער ריכטיג געזאגט, עס איז א פחד און א שרעק וואס טוט זיך אפ אין גאר גאר אסאך אידישע היימען בנוגע פרנסה, און די עיקר סיבה צו דעם איז דאס אז יעדער איינער מוז טאן אלץ פונקט ווי יעדער איינער אנדערש, און דאס ברענגט פארשטייט זיך אז מען זאל זיך נישט קענען גענוג אפגעבען מיט די רוחניות, סיי די אייגענע און סיי פון די קינדער, און איך רעד שוין נישט פון די שוידערליכע תוצאות בבריאות הנפש והגוף רח"ל.

איך וועל דא צוברענגען צענזורירט א לענגערע ארטיקל איבער דעם וואס איז געווען עטליכע יאר צוריק דא אויף אייוועלט (איני מביא לינק מטעם הכמוס), וז"ל:
"געוואלד" איז א ווארט וואס ווערט ביליגערהייט גענוצט ליידער, און האט שוין לאנג פארלוירן איר אריגינעלער באדייט. אנשטאט איר ריכטיגער אפטייטש - וואס באדייט א וויי געשריי פון טיפן הארץ, א מאוימ'דיגע צעבראכענע קרעכץ, עביוזט מען איר, מ'נוצט איר אלס א לאזונג סלאגאן אויף זאכן וואס זענען נישט בעצם קיין "געוואלד", אויף פראבלעמען וואס זענען ווערטלעך קעגן אונזערע אמת'ע פראבלעמען, אויף זאכן וואס ברענגען נישט קיין הארצוויי, און פארדינט נישט אויף אן אמת א "געוואלד", אבער וואונדער איבער וואונדער, אז ווען ס'קומט צו אדרעסירן אונזערע אמת'ע טיפע פראבלעמען, דארט איז שטיל. און טאקע אויף דעם שריי איך יעצט "געוואלד". געוואלד אויף אונזער "איגנאראנץ", געוואלד אויף אונזער "ווייטאג".

געוואלד! וואס וועט זיין מיט אונזער מצב הפרנסה!!

דער ארטיקעל איז נישט קיין וויץ, עס קאסט מיר כוחות און געזונט ממש ווי ביים שרייבן דעם על הגאולה, בראותי המצב המתדרדר מיום אל יום ומדחי אל דחי, עס דערקייקלט זיך גאר טיף, אידן ליידן און מאכן מיט, ואין מרחם עליהם.

עס האלט שוין ליידער ביי די סאמע נידריגסטע שטאפלען. עס האלט שוין נאנט פאר א צוזאמענברוך רח"ל, א חלק אידישע קינדער האלטן שוין גאר נאכ'ן בראך. וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל. אידן שרייען פון טיפענישן פון הארצן. יא יא, די זעלבע אידן וואס אין סמעדרעש טרינקט ער לחיים מיט א שמייכל אויפן געזיכט, און זאגט א וויץ מיט'ן טלית אויף דער פלייצע, און גיט א ניקל פאר יעדן עובר ושב וואס גייט נאך געלט פאר אלע צוועקן בארבע כנפות הארץ, דער זעלבער, איז נעבעך אבלתו וצערו בלבו. ער האט נישט קיין פרנסה. ער קען נישט דעקן זיין לעבן.

עס איז בכלל נישט קיין סוד, אלע ווייסן אז דער מצב איז פינסטער און ביטער, די פאר עשירים וואס דרייען זיך צווישן אונז ווערן בטל באלפי אלפים, און ווערן שיער משוגע ווען מען קומט צו זיי נאך געלט פון "איבעראל", אז זיי זאלן שטיצן "יעדן" איינעם. דער ביטער-שווערער מצב ברענגט צו אזעלכע אבסורדישע לעזונגען, און מאכט פארגעסן דעם פשוט'ן זיניגן לאגיק פון אין הקומץ משביע את הארי. מען בעט און מען שנארט אן אויפהער, מצאת החמה עד צאת הנשמה.

מען שנארט נישט נאר פון די עשירים, מען שנארט פון יעדן איינציגן אינגערמאן אדער בעה"ב... יעדער מוז זיך משתתף זיין אין יעדע צוועק און אין יעדע מסיבה, ווייל... ס'איז באו מים עד נפש, און נאך ווי... דער שכן קען נישט אויסהאלטן מער, ער דערטרונקט זיך אין חובות... איי, איך אויך? נו גוט, וועט מען מארגן מאכן א דינער פאר דיר, און איבערמארגן א טיי אווענט פארן נעקסטן שכן... וחוזר חלילה.

ועל כולם, מיר לעבן מיט משוגע'נע סטאנדארטן: מ'מאכט ביי יעדעס קינד באזונדער שמחות בליעה"ר אויפ'ן שענסטן פארנעם, כדי יעדער זאל "הנאה האבן", אנגעקליידט מיט די שענסטע קליידער און די עסן געטיילט דורך די בעסטע קעיטערינג, אין א "נארמאלע" האל ווי עס גייט אריין לכה"פ אזויפיל און אזויפיל קאפלס, שיינע מוזיק מיט א זינגער און אפשר נאך גאר א קאפעליע כדי צו אויפהייבן די געמיטער... די בל תשחית ווי גאנצעטע און כמעט-גאנצע פארציאנען פון פיינע עסן גייען אין מיסט קאסטן קאסט ווייטער ממש שטיקער געזונט...

און אזוי דרייעט זיך דאס ראד, יעדער רעדט איין דעם צווייטן אז ער מיינט נישט אז ביי יענעם לאכט זיך נישט און ער קוקט ארויף די בעלי שמחה, און ער זעלבסט, מעשה מלך, זעצט זיך אריין אין זיין נייע סובורבען אדער עקיורא נאך דער שמחה, כאילו ער האט יא גענוג פון די מעשה. ער האט פשוט ליב אביסל שענער... לעדערנע זיצן איז א "מאסט" פאר אים, א סאנרו"ף איז אויך גאר נויטיג צו קענען האבן אביסל לופט אויפן קאפל. סך הכל איז עס נישט מער ווי נאך אפאר דאלער א חודש...

ס'ארא עולם השקר... שקר? ס'שוין גארנישט שקר. אלע ווייסן דעם אמת! אבער נאך ווי! דער עולם וויינט און קרעכצט, און אזוי קרעכצנדיג גייט מען שלאפן... בערב ילין בכי, און מען שטייט אויף פריש דעם קומענדיגן טאג בלויז צו ווידער קרעכצן און וויינען ווייטער. מען ארבעט ביטער שווער מן הבוקר ועד הערב אבער מען קאווערט נישט דאס מינימום. מען האנדלט אראפ די שכר לימוד פון די קינדער, מען בארגט פון רעכל צו מעכל, דער לענדלארד סטראשעט אז מען איז שוין שפעט אינעם חודש, און דער קרעדיט קארטל ווערט געסווייפט אן רחמנות עד הסוף.......


לאמיר זיך עפענען די אויגן און אידענטיפיצירן אונזערע פראבלעמען

והעולה על כולנה, אז מיר זעלבסט ליידן פון א בת היענה מענטאליטעט, מיר מאכן זיך צו די אויגן און מיר אדרעסירן נישט אונזערע פראבלעמען. וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם וואלטן ימ'ען פון דעם פראבלעמאטישן " פרנסה קריזיס" פארשוואונדן געווארן.

א מענטש דארף קענען פינ-פוינטן זיינע פראבלעמען, וואו איז דער לאך אין דער שיף (טראבלשוטן בלע"ז). לאמיר זיך קוקן אין די אויגן אריין, פראסקענען די מציאות אין פנים, און נישט אנטלויפן פון רעאליטעט. און לאמיר אויך פארשטיין פארוואס בדורינו אלה איז דער פראבלעם מער ווי אמאל, עס זענען דאך מאז ומתמיד געווען עניים ואביונים, ווי דער פסוק זאגט, כי לא יחדל אביון מקרב הארץ.

מען האט שוין געשריבן ימים מיט ארטיקלען איבער דעם שוידערליכן פראבלעם, אבער קיין פולקאמע סעלושען איז דערווייל נאך נישט אויפגעקומען. אמת, קליינע ישועה'לעך האט עטוואס ארויסגעשפראצט, אין פארעם פון חתונה תקנות, שמח תשמח זאלן, אבער די דעפיציטן און די חובות און די אינפלאציע שטייגן מיט א פיל שנעלערן גאלאפ ווי דאס אז די פאר תקנות זאל קענען צוריקהאלטן. די הוצאות פליען ארויף ווי א שטורעם פון א צונאמי, און די פאר ישועות זענען ווי אפאר קליינע זאמד זעק אנטקעגן דעם ווילדן שטורעם. וויפיל מ'וועט שרייבן דערפון איז נישט גענוג, מענטשן ווייסן אסאך, אבער פיל מער ווייסט מען נישט. וויפיל אידן האבן נעבעך צוזאמענגעבראכן. וויפיל היימישע אידן מסלתה ומשמנה מוזן גיין צום דאקטאר אדער צום פסיכיאטאר רח"ל און נעמען פילן צו קענען אנגיין מיטן לעבן. וויפיל ווילן זיך ממש נעמען דאס לעבן און טענה'ן (מיט רעכט) טוב מותי מחיי. נישט ווייל יש לך אדם שממונו חביב עליו מגופו, בכלל נישט, ער קען פשוט זיך נישט הייבן דעם קאפ, אין אדם מעיז בפני בעל חובו, ער קען נישט דעקן דאס מינימום וואס ער האט זיך מחייב געווען בשעת די חופה אונטער'ן הויכן טייערן שטריימל ווען ער איז געווען ארומגעוויקלט מיט די טייערע זיידענע בגדים וועלכע האבן אפגעקאסט א "פארטשון" פאר'ן אבי המלך. ער איז פאר'חובות'ט פאר א האלבער שטאט, ער האלט ביי א בחינה פון די קללה "בבוקר יאמר מי יתן ערב ובערב יאמר מי יתן בוקר", מען זעט בחוש דעם עני חשוב כמת, עניות מעביר את האדם מדעת קונו רח"ל.

טייערע ברודער, הגיע הזמן, עס איז געקומען די צייט, עס מוז נעמען א עק דערצו!! מיר מוזן אפשטעלן די מגיפה שוין היינט, און טון כל מה שביכלתינו צו מונע זיין די מגיפה מנחלתינו. צי קענען מיר??? יא, אבסעלוטלי!! צי ווילן מיר?? אה, הממממ.... ליידער נישט אלע, ווייניג ווילן באמת, און די איבריגע וואס ווילן יא שעמען זיך פאר די נארישע מענטשן וועלכע גייען מיט זייער קאפ אין וואנט.

אבער מיר קענען מער נישט קוקן אויף יענעם. מיר מוזן אראפרייסן אונזערע פורים מאסקעס. מיר קענען מער נישט פארלאנגען פון די רבנים און ערווארטן די עסקנים זאלן עפעס טון, מען מוז אליינס ארויסגיין פון די באקס בלע"ז, טון עפעס מער דראסטיש, און – ווי 'דער מאמענט' רופט עס אן – אראפקריכן פון דעם שרעקעדיגן הויכן געלט-בוים אויף וועלכן מיר האבן זיך ארויפגעזעצט. ויפה שעה אחת קודם!! עס איז קריטיש! רבותי, מי לה' אלי!!!


די קאנסעקווענצן פון דעם פראבלעם

לאמיר אביסל צונעמען די שרעקליכע תוצאות פון די מגיפה. צום אלעם ערשטנס עס איז נישטא קיין ישוב הדעת צו טראכטן גראד, דער מצב איז גורם געפערליכע סטרעסס, וואס איז זייער נישט געזונט פאר א מענטש. דאקטוירים רופן דאס אן די "סיילענט קיללער", וואס כשמו כן היא, עס קען ברענגען ממש דעם טויט רח"ל. סטרעסס איז נישט געזונט פאר זיך און איז גורם אנדערע קרענק אויפן מענטש רח"ל.

די צווייטע תוצאה, דער שוידערליכער פראבלעם פונעם דור, דער חינוך און אוועקגעפאלענע, קען מען אויך תולה זיין אין דעם פראבלעם (עכ"פ למחצה ולשליש ולרביע). די עלטערן האבן נישט דאס מינדעסטע געדולד און צייט פאר די קינדער, זיי זענען אויסגעברענט, זיי ארבעטן טעגליך ביז אפיסת הכוחות, ווען און וויאזוי זאלן זיי שמועסן מיט די קינדער, פארהערן די קינדער, לאכן פון זייערע ווערטלעך, און אנקניפן א קשר? מה יעשה האב, ומה יעשה הבן שלא יחטא?? א מענטש איז סוכ"ס נאר א מענטש!

דריטנס, די רוחניות ענינים ווערן שטארק פארנאכלעסיגט, אונזער עיקר תכלית אויף דער וועלט ווערט א טפל, ווי אזוי קוקט אויס דער דאווענען מלא אנחות ומחשבות זרות זיך יאגענדיג צו דער ארבייט, קוים וואס מען האט צייט פאר א שיעור תורה, טייל אידן עפענען נישט קיין ספר משבת לשבת, אפגערעדט פון צייט פאר א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, נישטא קיין ברעקל הרחבת הדעת צו האבן די התבוננות פון מה חובת האדם בעולמו, און ווען עס קומט שוין א שבת אדער א יו"ט, אנשטאט א ריכטיגע הכנה עס אויסצונוצן כדבעי און עפעס געבן פאר די נשמה אויך, ווערט מקויים דער מתוקה שנת העובד, מען פאלט אין בעט אריין טויט-מיד, קוים אביסל צייט פאר די ווייב און קינדער. ווי צדיקים פלעגן טייטשן, "בנפשו יביא לחמו", מען זאגט נישט "בגופו", נאר בנפשו, ליידער מיטן נפש.


לאמיר זיך העלפן, צו וואו דארפן מיר צילן?

עס איז שווער צו זאגן עצות, טייל זענען על מנת שתעלה לרקיע, אבער לאמיר כאטש וויסן לאן אנו הולכים, צו וואו דארפן מיר צילן, טוישן דירעקציעס, ויבוא הנס מכל מקום.

אונזערע פראבלעמען איז מעל כל ספק אין גרויס טייל צום פארדאנקען אונזער הויכער לעבנס סטאנדארט! דאס איז קיינמאל נישט געווען אויף אזא אופן ווי היינט, און דעריבער ליידן מיר געפערליך פון דעם, מער ווי אלעמאל. איז בראש וראשון, די ערשטע עצה איז צו מאכן אונזער לעבנס סטאנדארד נידריגער. מען קויפט נישט נאר וויפיל מען קען עפפארדן, קיין דאלער נישט מער, פינטל! נישט קיין פורניטשער, נישט קיין קאר, נישט קיין דישוואשער, נישט קיין קאנטרי, נישט קיין טייערע וואקאציע, נישט קיינע שטריימלעך יעדע צוויי יאר, און אודאי נישט קיין באגעבא קערידזשעס וכדומה וכדומה, גארנישט!! ליידער ביי די חסיד'ישע איז עס מער איינגעריסן ווי די נישט היימישע, (און אין ווילי ערגער ווי מאנסי און לעיקוואד), די קליידונג מוז זיין טיפ-טאפ, מיר זענען "בעסערע מענטשן" בני מלכים, עס "פאסט פשוט נישט" צו גיין אזוי אדער אזי... די מענער האבן די שענסטע קליידונג, די פרויען פוצן זיך אויס סיי מיט די בגדים און סיי דזשולערי, די קינדער דארפן גיין מעטשי, א.א.וו.... מהיום והלאה וועט אלעס פאסן! די ביליגסטע קליידער מיט די סטיילס פון 3 יאר צוריק איז אויך בסדר! פארוואס אין ארץ ישראל קען מען דאס באווייזן? אז מען האט נישט קויפט מען נישט! מען קען גיין צעשליסן און צעריסן ואין פוצה פה, קיינער גיט נישט קיין DAMN דערפאר!! אדרבה, זאלן זיך מערן געשעפטן און לאקאלן און באזארס מיט ביליגע שטאפיר פון קאפ ביז פוס, פאר מענער, פרויען און קינדער, און זיי זאלן פארמאגן דאס מערסטע קונדן! סייווי לויפט שוין היינט דער עולם צו גוי'אישע געשעפטן זוכן מציאות און די היימישע געשעפטן בלייבן אממערסטנס מיט די צונג אינדרויסן, איז לאמיר אלזא כאפן די קאסטומערס ביי אונז! זאלן זיי קויפן ביליג דא! ביליגע העמדער, ביליגע סוטס, שיך, בלאוזעס מיט סקירטס, אלעס!! און נאר וויפיל מען קען זיך באמת ערלויבן, און אויפהערן מיט די משוגעת פון "יענער".

די קומענדיגע עצה איז, צו שאפן מער פרנסות פארן ציבור. ב"ה צווישן היימישע אידן זענען שוין פאראן ביזנעס קאונסאלטענטס און פארשטענדליכע מורי דרך, וועג ווייזער, מען הערט כסדר פון קאנפרענצן און אסיפות, ועוד ידם נטויה, איך ואלט אויך אויפגעשטעלט א צענטער פון פינאנציעלע מומחים, וואס זאלן זיך מטפל זיין מיט "יעדן" אינגערמאן בלי שום יוצא מן הכלל און זיי באגלייטן ביז א צוויי יאר נאך די חתונה, זיי זאלן העלפן אויסשטעלן די פרנסה, הוצאות והכנסות, מיט זיי זאל מען זיך מתייעץ זיין ועל פיהם יישק כל דבר.

ואחרי ככלות הכל דארף מען עפענען א וועד ספעציעל געווידמעט פאר "שמחות", וואס זאלן מאסף זיין אלע תקנות פון אלע קהילות ביז אהער, און ווייטער מחזק זיין און מוסיף זיין מחול על הקודש. אין אלע דורות האט מען געמאכט תקנות אקעגן "לוקסוס", אונזערע שמחות זענען איין שטיק לוקסוס, יעדער ארעמאן ערלויבט זיך נאכצוקאפירן דעם עושר, השם ישמרנו, מיט אלע דעטאלן און פיטשעווקעס, ווי שוין דערמאנט פריער.

לאמיר נעמען א דוגמא. פורניטשער איז איינע פון די גרעסטע הוצאות החתונה. פאר א דריטל די פרייז קען מען האבן גאנץ שיינע זאכן צב"ש ביי אייקיע. פארוואס צאלן 15 אלפים ווען מען קען צאלן נאר פינף. ווייל דאס איז דער "סטאנדארד" פון די חתונה מאלל? מען דארף נישט א לייכטער אד"ג, מען קען אויך צינדן לכבוד שבת טרעוול ליכט. זילבער קאסט היינט ביזן הימל, א קליין מנורה איז גענוג.

עס איז זיכער פאראן נאך עצות, נישט אלעס ליגט מיר אצינד אויפן קאפ. אדרבה, לאזט אייך אויך הערן כיד ה' הטובה עליכם, ישמע חכם ויוסיף לקח. און רבותי, לאמיר נישט מחמיץ זיין את השעה, נישט ליינען און גיין ווייטער, נאר לאמיר טאקע אנהייבן טון הלכה למעשה, זיין די נחשונים, זיך נישט שעמען פון קיינעם, מיר וועלן נאר פארדינען דערפון, ווי אויך אונזערע קינדער און קינדס קינדער, און יעדער וועט אונז דאנקבאר זיין. פרינטס ארויס די צעטלען, פארשפרייט עס איבעראל ווי נאר מעגליך, מענער און פרויען זאלן דאס זעהן טאג טעגליך, אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם, לאמיר האפן אז דאס וועט זיין א מעכטיגער דורכברוך.

פאר די אלע וועלכע טענה'ן אז מען קען אליינס, פארוואס דארף מען דעם כח הרבים, זאל יעדער יחיד מאכן א רעוואלוציע פאר זיך; לא מחכמה שאלת זאת, ווייל ווילאנג אונזער קולטור איז אז "מען לעבט פאר יענעם", קענסטו נישט זאגן פאר איין איד, דו גיי מיט א צוקראכטע שטריימל, און די פרוי זאל גיין מיט ביליגע בגדים, און די קינדער זאלן גיין יעדע קינד א אנדער סארט קלייד. זי וועט זיך שעמען פון אירע שכנים און פריינדינעס, און דאס אליינס איז אויך בגדר פיקוח נפש, והמלבין פני חבירו ברבים וכו'. ע"כ מוז דאס זיין א כח הרבים פון כאטש אפאר מנינים אידן, אזעלכע נחשונים וואס האבן טאקע דרייסטקייט, פונקט ווי די "כת השאלים" פרויען שעמען זיך נישט דארפן מיר זיך זיכער נישט שעמען (מעגליך אז די כת השאלים שעמען זיך יא, אבער וויבאלד זיי זענען פארדעקט זעהט נישט קיינער די רויטע פנים, ובמופלא ממך אל תדרוש... נאר בדרך צחות).

דער ארטיקל האב איך געשריבן נאכן רעדן מיט צענדליגער יונגעלייט און אפילו עלטערע אידן, במשך די לעצטע 6-8 חדשים, און נאכן מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן ווי חשוב'ע מענטשן מוזן פשוטו כמשמעו אנקומען צו פילן און מעדיצינען כדי צו בלייבן ביים דעת צוליב די פינאנציעלע סטרעסס, וויפיל חברים עס זענען צוגעקומען צו מיר פרעגן, זאג, קענסט מיר בארגן א עשרת אלפים פאר אפאר חדשים? מיט די אלע בין איך אריין אין א לענגערע שמועס צו הערן זייער מצב, און איך זאג אייך אז עס איז פיל שווארצער ווי מען מיינט, עס איז פשוט שוידערליך, און צוליב זיי האב איך געשריבן דעם לאנגע מגילה. איך רעד פון עקספיריענס וואס איך האב געהאט מיט אסאך מענטשן די לעצטע פאר יאר, מענטשן האבן מיר פארציילט געשיכטעס וואס די האר פון קאפ האט זיך מיר אויפגעשטעלט, ווי טיף זיי זענען פארזינקען נעבעך.

בערך א יאר צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט א חבר מיינער, גראדע מער אן עלטערער יוד, וואס איז א סופלייער פאר געוויסע אייטעמס אין היימישע געשעפטן. ער האט מיר פארציילט אז די געשעפטן גייען אדורך זייער שווערע פינאנציעלע צייטן, זיי מוטשען זיך, מער ווי האלב זענען שוין שולדיג גאר א לאנגע צייט און זיי וויינען אז די ביזנעס גייט נישט, און ער האט אפילו אנגעכאפט אלס דוגמא עטליכע נעמען פון באקאנטע געשעפטן, וואס זייערע בעלי בתים קען איך גוט, זיי דרייען זיך אין ביהמ"ד מיט א גרויסן מאסק, מיט א שמייכל מעשה נגיד, און קיינער חלומ'ט נישט אז ביינאכט ווערט ביי זיי מקויים דעם פסוק יגעתי באנחתי אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערשי אמסה עששה מכעס עיני.

פאר די אלע דא וואס טענה'ן אז דער מצב איז נישט אזוי געפערליך, פארשטיי איך נישט, צי דאווענט איר אין היימישע בתי מדרשים? צו זענט איר בלינד צו די אומצאליגע געלט-גייערס יעדן טאג? צי נעמט איר אינאכט אז מען קען נישט זעהן דעם וואנט ווייל עס הענגען יעדן טאג פרישע פלאקאטן מיט הארצרייסענדע טיי אווענטס הזמנות פאר אידן וואס דערשטיקן זיך? וויפיל אפיעלס קומען פאר יעדן שבת?

אויב גלייבט איר מיר נאך אלץ נישט, איך בין נישט גענוג א רעלייעבל מקור, אדרבה, קאלט אן עסקנים וועמען איר גלייבט יא. מאכט איין טעלעפאן צו קרן עזר, רעדט צו ר' משה דייטש, הערטס אביסל דעם מצב, איך גאראנטיר אייך אז אייער טעלעפאן וועט ווערן נאס!!! נייתי ספר ונחזי, לאמיר גיין צו די מנהלי הגשמי פון די מוסדות און זיי אנפרעגן דעם מצב פון די עלטערן, וויפיל זענען שולדיג און קענען נישט צאלן דעם מינימום ביליג שכר לימוד? לאמיר גיין אין די גראסעריס און הערן מפי עד ראשון פון די געשעפטס לייט, וואס זיי האבן צו זאגן, ווי גרויס זענען די באלאנסעס, וויפיל משפחות לאזט מען שוין נישט אויפשרייבן...

געווענליך ענדיגן די צייטונגען "ולה' הישועה", אבער גלייבט מיר, הקב"ה וויל שוין שיקן די ישועה, ער ווארט נאר אויף אונזער השתדלות! ער וויל מיר זאלן נעמען עקשאן, נישט זיך פארלאזן אויף די שיינע מאמרים פון ולה' הישועה און בטחון וואס קומט ע"פ רוב פון פוילקייט, נאר על עמך ברכתך סלה! נאר נאכ'ן טון השתדלות מעג מען זיך פארלאזן, נישט האפן אויף א נס אז מיט'ן גארנישט טון וועלן מיר געהאלפן ווערן און עס וועט אראפפאלן געלט פון דאך. די ימים נוראים זענען שוין אראונד די קארנער, מען גייט שוין באלד מתפלל זיין, אבינו מלכנו כתבינו בספר פרנסה וכלכלה, מלא ידינו מברכותיך, מלא אסמינו שבע, אז מיר וועלן טון אונזער השתדלות כראוי וועט די ברכה האבן וואו צו חל זיין בעז"ה.

ובשם ה' נעשה ונצליח!

עכ"ל פון דער ארטיקעל, אפשר באלאנגט עס ביי איינע פון די חתונה תקנות אשכולות אד"ג, נאר למעשה איז עס מיך איינגעפאלען יעצט, האב איך עס דא ארויפגעשטעלט, אבער טאמער איינער וויל זאל ער עס טאקע ארויפשטעלען אויף נאך אשכולות (נישט אונטער מיין נאמען, פארשטייט זיך, ווייל איך בין דאך נאר מעתיק פון איינער אנדערש), ווייל דאס איז דאך א גאר גאר וויכטיגע נושא, בפרט יעצט ווען פיל אידען האבען פארלוירען זייערע פרנסות, ווי אויך איז יעצט פיל גרינגער דורכצופירען רעוואלוציעס, אזויווי מען זעט אז מען פראבירט צו מאכען שארפע חתונה תקנות, און אין די מעלות פון די חודש האבען זיי געברענגט פון איינער אז עס קען גאר זיין אז דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס די קאראנא איז געקומען (פארשטייט זיך אז מיר ווייסען נישט וואס עס טוט זיך אין הימעל, איך ברענג נאר וואס די מעלות שרייבט צו ווייזען ווי וויכטיג די אישו איז, אויף אזוי ווייט אז איינער קען אזוי טענה'ן).

ובשם השם נעשה ונצליח!

אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך ישיבה בחור » פרייטאג יוני 12, 2020 8:08 am

Wow!! איך וואלט דאס געלייגט פאר מיין אינטערשריפט עס זאל געזען ווערן אין אלע אשכולות, כ'זעה נישט עכט כמעט אין וועלכע אשכול עס איז נישט אין פלאץ
ס'אינטערעסירט מיך נישט, איך רוף עס ווייטער די טריי-בארא און די טאפפען-זי.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג יוני 12, 2020 10:07 am

איך וואלט עס גענוגלט אין אפאר קורצע ווערטער.

בכדי צו וויסן אויב אונזער לייף-סטייל מאכט סענס דארף מען קודם קוקן וואס דער עווריטש אמעריקאנער בירגער פארדינט א יאר און נאכדעם נעמען אין חשבון וואס די אידישע לעבן קאסט.

די עווריטש בירגער פארדינט ארום פופציג טויזנט דאלער א יאר און אונזער לייף-סטייל קאסט אויף אן עווריטש הונדערט טויזנט דאלער א יאר (איך רעד נישט פון א יאר וואס ממאכט חתונה).

עס צו מאכן אין קורצן, אונז מאכן נישט קיין סענס!!




דו קענסט נישט ערווארטן אז גאנץ כלל ישראל זאל זיין פון די צוויי פראצענט אמעריקע!! און דו קענסט אויך נישט צוקראכן דעם אידישן סטרוקטור מיטן ארויסשיקן אונזערע פרויען די עקרת הבית ארבעטן!!
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך לייטער » פרייטאג יוני 12, 2020 10:25 am

די גרעסטע עקספענס פון א קינדער געבענטשטע משפחה
שכ'ל 20 30 טויזענט דאלער( שכ'ל, רעגסטרעישן, באסעס, פרייוועט אויב ספעלט אויס , מתמידום, דעי קעמפ,אא''וו
נישט עכט שייך צו קאטן

קעמפ 10,000 קאנטערי 10,000
שייך צי קאטן

דירה פאר אסאך קינדער דארפסטו א גרויסע דירה 25 30 טויזענט דאלער
טייל מאל שייך צו מאפן אין עפעס ביליגער

חתונה, א אחרית'דיגע מענטש שטעלט אוועק אין א סעיף אינוועסטמענט 12,000 א יאר
שייך צו שניידן הוצאות החתונה האפנטליך

קליידונג 10,000 15,000
שייך צו גיין ביז 7,000

עסן
18,000 25,000
נישט שייך ציפיל צו שניידן אפשר 15,000

העלט אינשורענס
כאב נישט קיין איינונג.... איך מיין 20,000 מיט דידאקטבל

די איינציגסטע הוצאה וואס מען קען עכט שניידן אסאך איז קעמפ און חתונה
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך ספרים שטוב » זונטאג יוני 14, 2020 4:34 pm

מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!
היינט האב איך א נייע אינטערשריפט לכבוד א איד וועם איך קען נישט....
קענסט אים אויך נישט??? לאמיר אים העלפן אינאיינעם!

"אהבת חינם - אייוועלט" טיעם פעידזש
https://8years.thechesedfund.com/fund/teams/ac

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג יוני 14, 2020 4:38 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


ווער עס האט אפגרעיד זיין וויזשין לעוועל לעצטנס, קען זעהן אז וויליאמסבורג גייט ווערן אויסגעשפילט איין טאג, עס האט צו סאך פראבלעמען, און עס איז שוין מער נישט דא צופיל סיבות דוקא צו וואוינען דארט, ווען עס קומט ארויף אזויפיל בעסערע אפציעס אפ'ן טיש.

אוודאי גייט דאס נישט געשעהן אין איין טאג, אבער גיוו איט א טשענס.

עס איז נישט מוכרח, אבער עס איז א סברא.
לעצט פאראכטן דורך טראק דרייווער אום זונטאג יוני 14, 2020 4:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג יוני 14, 2020 4:47 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


דער אויבערשטער זאל אודאי העלפן זאלסט זיין גערעכט, צענדליגע טויזענטער אידישע נפשות וואוינען נאך דארט (ליידער) דערווייל.
האבעך היינט באזוכט ביי די עלטערן זז"ג, ווילעך נישט רעדן וואס איך האב געזען די גאסן וכו' כ'האב איימאל עקספלאדירט דא אויף אייוועלט אינמיטן זומער אפאר יאר צוריק נאך אזא באזוך, און די (ווירטואלע) קלעפ וואס כ'האב דעמאלטס געכאפט טוען מיר נאך יעצט וויי (דזאסט א ווערטל)
למעשה האט מיר די מאמע זז"ג זיך זייער אפגערעדט, זייער זייער שטארק, קודם פון פענסטער הערט זי און זעט זי די פראטעסטן און זי האלט נישט אויס אז בחורים און אינגעלייט און קינדער שטייען און קוקן וכו'
אבער דער עיקר האט זיך געליארעמט אויף שב"ק נאכמיטאג, זי האט זיך אריבערגעכאפט מיטן עלטצטן אור אייניקל א מיידל פון קרית יואל קיין שעיפער, איך קען נישט אראפ לייגן דא אלעס וואס זי האט דערציילט, נישט איבער די ערלים וערלות נאר איבער דעם וואס די אידן שטייען נישט אוועק פוןזיי און איבער דעם אופן וויאזוי פארלעך שפאצירן און וויאזוי די פארלעך זעען אויס לבוש התנהגות כו' זי זאגט אז זי האט געזען עטליכע אינגע ווייבלעך וואס האבן אזעלכע פאה נכרית וואס מ'קען זען קלאר אז זיי שערן נישט די האר געהעריג מ'מישט אריין אין די טעיל וכו' איך ווייס נישט וויאזוי איך קען דאס דא שרייבן לויט די תקנות, עכ"פ מיר דארפן גרויס רחמים אז דיינע פיר שורות מיט עקסקלעמעישאן פוינטס זאל טאקע אזוי זיין אויף אייביג מי יתן והי', כ'האב נומער 200 פון רעבעלעזערן נאכנישט געהערט אבער כ'האב יא געהערט דעם דרייגודסטאר וואס זאגט אז ליידער כמעט יעדער האט באיזה אופן שהוא א מהלך צו ארדערן פון עמעזאן. עכ"פ מיר דארפן אלע גרויס רחמים. סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין בארא פארק!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך KMW » זונטאג יוני 14, 2020 4:53 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


הער אים אויס נאכאמאל, יו ארע מיסינג גי פוינט וואס ער ברענגט ארויס, אבער אפשר וואלט ער געדארפט רעדן אביסל איידעלער פאר די וויליאמסבורגער.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך ספרים שטוב » זונטאג יוני 14, 2020 5:01 pm

.
היינט האב איך א נייע אינטערשריפט לכבוד א איד וועם איך קען נישט....
קענסט אים אויך נישט??? לאמיר אים העלפן אינאיינעם!

"אהבת חינם - אייוועלט" טיעם פעידזש
https://8years.thechesedfund.com/fund/teams/ac

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג יוני 14, 2020 6:33 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


ווער עס האט אפגרעיד זיין וויזשין לעוועל לעצטנס, קען זעהן אז וויליאמסבורג גייט ווערן אויסגעשפילט איין טאג, עס האט צו סאך פראבלעמען, און עס איז שוין מער נישט דא צופיל סיבות דוקא צו וואוינען דארט, ווען עס קומט ארויף אזויפיל בעסערע אפציעס אפ'ן טיש.

אוודאי גייט דאס נישט געשעהן אין איין טאג, אבער גיוו איט א טשענס.

עס איז נישט מוכרח, אבער עס איז א סברא.
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

פעטער ליפא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך פעטער ליפא » זונטאג יוני 14, 2020 7:22 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


וויאזוי האט מיר עמיצער געזאגט ער קען נישט קיינעם וואס האט געהאט א ירידה פון די וויליאמסבורגע
גאסן אבער מענטשן וואס האבן געהאט א ירידה נאך דעם וואס זיי האבן געמופט צי געוויסע געגנטער
וואס ער פאמפט אזוי קען ער ליידער זייער אסאך ואכמ"ל

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יוני 14, 2020 7:39 pm

פעטער ליפא האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


וויאזוי האט מיר עמיצער געזאגט ער קען נישט קיינעם וואס האט געהאט א ירידה פון די וויליאמסבורגע
גאסן אבער מענטשן וואס האבן געהאט א ירידה נאך דעם וואס זיי האבן געמופט צי געוויסע געגנטער
וואס ער פאמפט אזוי קען ער ליידער זייער אסאך ואכמ"ל

איז דאס טאקע דער ידיד כל חי? אדער פשוט גערויבט דעם טיטל?

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » זונטאג יוני 14, 2020 8:42 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


דער אויבערשטער זאל אודאי העלפן זאלסט זיין גערעכט, צענדליגע טויזענטער אידישע נפשות וואוינען נאך דארט (ליידער) דערווייל.
האבעך היינט באזוכט ביי די עלטערן זז"ג, ווילעך נישט רעדן וואס איך האב געזען די גאסן וכו' כ'האב איימאל עקספלאדירט דא אויף אייוועלט אינמיטן זומער אפאר יאר צוריק נאך אזא באזוך, און די (ווירטואלע) קלעפ וואס כ'האב דעמאלטס געכאפט טוען מיר נאך יעצט וויי (דזאסט א ווערטל)
למעשה האט מיר די מאמע זז"ג זיך זייער אפגערעדט, זייער זייער שטארק, קודם פון פענסטער הערט זי און זעט זי די פראטעסטן און זי האלט נישט אויס אז בחורים און אינגעלייט און קינדער שטייען און קוקן וכו'
אבער דער עיקר האט זיך געליארעמט אויף שב"ק נאכמיטאג, זי האט זיך אריבערגעכאפט מיטן עלטצטן אור אייניקל א מיידל פון קרית יואל קיין שעיפער, איך קען נישט אראפ לייגן דא אלעס וואס זי האט דערציילט, נישט איבער די ערלים וערלות נאר איבער דעם וואס די אידן שטייען נישט אוועק פוןזיי און איבער דעם אופן וויאזוי פארלעך שפאצירן און וויאזוי די פארלעך זעען אויס לבוש התנהגות כו' זי זאגט אז זי האט געזען עטליכע אינגע ווייבלעך וואס האבן אזעלכע פאה נכרית וואס מ'קען זען קלאר אז זיי שערן נישט די האר געהעריג מ'מישט אריין אין די טעיל וכו' איך ווייס נישט וויאזוי איך קען דאס דא שרייבן לויט די תקנות, עכ"פ מיר דארפן גרויס רחמים אז דיינע פיר שורות מיט עקסקלעמעישאן פוינטס זאל טאקע אזוי זיין אויף אייביג מי יתן והי', כ'האב נומער 200 פון רעבעלעזערן נאכנישט געהערט אבער כ'האב יא געהערט דעם דרייגודסטאר וואס זאגט אז ליידער כמעט יעדער האט באיזה אופן שהוא א מהלך צו ארדערן פון עמעזאן. עכ"פ מיר דארפן אלע גרויס רחמים. סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין בארא פארק!

איז אזוי .קרויס האט פיינט די ווילי אידן.
נאכ א מזל זיידי האט געזאגט בארא פארק אויך
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג יוני 14, 2020 8:55 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!

כהאב געזעהן די קלעפ וואס די חברה שיסן צוריק אויף דעם תגובה מוז איך זאגן אז כאטש איך בין אליינס נישט קלאר וואס איך האלט מוז איך דיר זאגן אז די האסט א פוינט.

די מענטאליטעט פון א שטאט ווערט געלייגט ביים גרינדונג, וואס זאל מען טון אז אין וויליאמסבורג זענען אונזערע זיידעס אנגעקומען פונעם שיף?

לדוגמה אזא שטאט ווי מאנסי.. סאיז אלע יארן געווען באקאנט אלץ... אפילו די לעצטע יארן האלטן אין איין ארויסמופן משפחות פון שטאט בלייבט אבער מאנסי מאנסי...

כהאב היבש מורא פאר שטעט וועלכע ווערן געגרינדעט דורך אונזער דור.
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג יוני 14, 2020 11:11 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


עס ליגט א שטארקע אמת אין די ווערטער.

פון די אנדערע זייט, וויליאמסבורג'ס שכן אריבער די וואסער נעמט אים היבש איבער, און ליידער ליידער "וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!" איז מער א ברכה ווי א הבטחה.

וואס יא? מ'ברויך איבערפלאנצן דעם וויליאמסבורג'ער מענטאליטעט (נאר די מעלות פארשטייט זיך...) אין די אנדערע מקומות!

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג יוני 15, 2020 10:47 am

lebediger berel האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!


דער אויבערשטער זאל אודאי העלפן זאלסט זיין גערעכט, צענדליגע טויזענטער אידישע נפשות וואוינען נאך דארט (ליידער) דערווייל.
האבעך היינט באזוכט ביי די עלטערן זז"ג, ווילעך נישט רעדן וואס איך האב געזען די גאסן וכו' כ'האב איימאל עקספלאדירט דא אויף אייוועלט אינמיטן זומער אפאר יאר צוריק נאך אזא באזוך, און די (ווירטואלע) קלעפ וואס כ'האב דעמאלטס געכאפט טוען מיר נאך יעצט וויי (דזאסט א ווערטל)
למעשה האט מיר די מאמע זז"ג זיך זייער אפגערעדט, זייער זייער שטארק, קודם פון פענסטער הערט זי און זעט זי די פראטעסטן און זי האלט נישט אויס אז בחורים און אינגעלייט און קינדער שטייען און קוקן וכו'
אבער דער עיקר האט זיך געליארעמט אויף שב"ק נאכמיטאג, זי האט זיך אריבערגעכאפט מיטן עלטצטן אור אייניקל א מיידל פון קרית יואל קיין שעיפער, איך קען נישט אראפ לייגן דא אלעס וואס זי האט דערציילט, נישט איבער די ערלים וערלות נאר איבער דעם וואס די אידן שטייען נישט אוועק פוןזיי און איבער דעם אופן וויאזוי פארלעך שפאצירן און וויאזוי די פארלעך זעען אויס לבוש התנהגות כו' זי זאגט אז זי האט געזען עטליכע אינגע ווייבלעך וואס האבן אזעלכע פאה נכרית וואס מ'קען זען קלאר אז זיי שערן נישט די האר געהעריג מ'מישט אריין אין די טעיל וכו' איך ווייס נישט וויאזוי איך קען דאס דא שרייבן לויט די תקנות, עכ"פ מיר דארפן גרויס רחמים אז דיינע פיר שורות מיט עקסקלעמעישאן פוינטס זאל טאקע אזוי זיין אויף אייביג מי יתן והי', כ'האב נומער 200 פון רעבעלעזערן נאכנישט געהערט אבער כ'האב יא געהערט דעם דרייגודסטאר וואס זאגט אז ליידער כמעט יעדער האט באיזה אופן שהוא א מהלך צו ארדערן פון עמעזאן. עכ"פ מיר דארפן אלע גרויס רחמים. סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין בארא פארק!

ווי זאגט די פאלקס ווערטעל? ווי ס׳גוישט זיך יודישט זיך... וויפיל וומ״ס איז געפאלן זענען אנדערע ליידער מיטגעפאלן?
האט איר שוין געזעהן א שוואכן פארפאלק מופן קיין וומ״ס כדי צו אנטלויפן פונעם עבר? דאס מיינעך טוט מער ווייניגער ארויסברענגען וואס ער מיינט.

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך זעהער » דינסטאג יוני 16, 2020 12:23 am

ספרים שטוב האט געשריבן:מיטן פולסטן רעספעקט פאר הרב קרויס, ווייסעך נישט פארוואס ר' אליעזר האט אזוי אראפגעריסן דער "הייליגער" שטאט וויליאמסבורג אין זיין 200'סטע שמועס...
אמת, די גאסן פון ווילי זענען נישט הייליג, אבער יא דער אטמאספער, יא דער רוח, א.א.וו.
זייער אסאך זאכן וואס אין ב.פ. וכדומה האט זיך יא געקענט אריינברעכן, אבער אין וויליאמסבורג נישט, ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשב.

וויליאמסבורג איז געווען הייליג!
וויליאמסבורג איז הייליג!
וויליאמסבורג וועט בלייבן הייליג!

וויליאמסבורג וועט פארבלייבן דער "ירושלים דאמעריקא" ביז צו משיח'ס טאג במהרה!

סתם גערעדט ווי א שוטה!

וויאלמסבורג איז הייליג און ס'איז דער ירושלים דאמעריקא?

פאקט איז די פריצות אין די גאס פון וויאלמסבורג איז א גראבע שטיק טומאה

ווילסט זיך האקן קאפ אין וואנט קוק אויף קראנהייטס (פאנאטישע ליבאוויטשער האלט אויף ס'איז א הייליגע שטאט)

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 16, 2020 12:26 am

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:איז אזוי .קרויס האט פיינט די ווילי אידן.

און די ווילי אידן האבן פיינט קרויס...
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך זעהער » דינסטאג יוני 16, 2020 12:28 am

נשמת השכל האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:איז אזוי .קרויס האט פיינט די ווילי אידן.

און די ווילי אידן האבן פיינט קרויס...

חוץ דיע וואס האלטן נישט אויס די וויאלמסבורגע גאס

צדיקים
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך צדיקים » דינסטאג יוני 16, 2020 12:47 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:רבי אליעזר קומט אריין פעסט די לעצטע צוויי שיעורים (200-201) איבער די קעמפס! ווי ער זאגט בלשונו הזהב, אז די וואס פירן עס אן זענען out of touch! אוי ווי גוט געזאגט!

מען דארף זיין אין א מצב פון די המון עם כדי צי קענען מאכן החלטות מיט די ריכטיגע שכל און מהלך.

פונקט היינט האט מיר א יוד דערציילט א מורא׳דיגע מעשה. (רבי אליעזר ביטע דערציילט נישט די מעשה אין אייערע שיעורים.) ער איז געווען אפאר יאר צוריק ביים באס סטאפ וואס נעמט די קינדער צו קעמפ, באגלייטען זיינע קינדער צי קעמפ. איז דארט געשטאנען איינער פון די הנהלות המוסד - אין מיטן איז אנגעקומען א פרוי נעמען אירע קינדער צים באס, דער פון די מוסד האט איר אפ געשטעלט אז מען קען נישט ארויף לאזן אירע קינדער אויפן באס ווייל זי האט נאך נישט באצאלט פאר קעמפ, איז זי צוירק אריין צי די קאר צו איר מיין, און צוריק געקומען מיט א טשעק אויס געשריבען די סכום וואס קאסט די קעמפ, אבער ניין דער פונעם מוסד האט איר אפ געשטעלט, אז ניין מען קען נאכאלטס נישט ארויף לאזן די קינדער אויפן באס, זאגענדיג אז זייערע טשעקס קראכען. נעבעך. באין ברירה איז געווארען דארט א בהלה ביז זי האט געבארגט די געלט דארט אויפן פלאץ פון איינע פון די אנדערע עלטערען. אפגערעדט די בישות און בכלל די ציבראכען הארץ פון די עלטערן. אבער געוואלד און געשריגען, פארוואס איז נישט דא כאטש אזא אפציע צו לאזן קינדער פון כיתה ז׳ ח׳ און ט׳ און שטאט?און די זעלבע מיט די ישיבות, כאטש זאל זיין א אפציע! פארוואס דארף א טאטע זיין געצווינגען ארויס צו נעמען פון טאש א עקסטערע 15 אלפים פאר צי שיקען א קינדער געבענטשטע משפחה אין קעמפ?

דעם מוצאי שב"ק האט כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א דערציילט די מעשה
א טאטע האט אים דערציילט, ער האט 4 בחורים וואס ער דארף שיקן אין קעמפ, ס'געקומען זוממער תשע"ט, און ער האט נישט דאס געלט, ער האט נישט צו צאלן א חתונה הוצאה פאר 8 וואכן, עכ"פ מ'האט נישט אנגענומען זיינע בחורים אים קעמפ, און ער האט מחליט געווען צו טון א מסירות נפש אקט, און האלטן זיינע קינדער ביי זיך אין שטוב.
רופט אים אן דער ראש ישיבה, און מעלדט אים איין, טריקן אין גראד, ר' איד אויב דיינע בחורים זענען נישט אין קעמפ, זענען זיי אויסגעשריבן פון ישיבה, ס'קען נישט זיין אזא זאך אז די בחורים זאלן נישט מיטהאלטן!!!
און דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט, און אפשר האט יעצט דער מנהל דער מנהיג לבירה מחליט געווען אז ער וויל מער נישט אזעלכע קעמפ'ס?

איך האב לכתחילה זייער שלעכט אנגעקוקט אזא ראש ישיבה וואס קען טרינקען אידיש בלוט גלייכגילטיג

אבער נאכן זעהן די ווערטער
גאלדענע פעדער האט געשריבן: אבער ביי די קעמפס פשוט ניטאמאל ווייסן די מנהגים אז די טאש פון אסאך יודן רייסט ביים שיקן די קינדער אין די קעמפ׳ס. זייערע קינדער אין אייניקליך באקומען געווענליך בחינם שכר לימוד אדער א באנגעלא וכדו׳ איך רעדט נישט אריין אין דעם דאס איז ווי אזוי ס׳ארבייט אין ס׳נישט קיין פראבלעם לענ״ד. אבער מענשטען קומען נישט צו די רבי׳ס, רבנים, און מנהגים זייי צי זאגן א ווי אזוי זיי מיטשענען זיך וועגן די קעמפס און ממילא ווייסן זיי פשוט נישט פון דעם פראבלעם.
קוק איך דאס אן אביסל מילדער, אבער דאך רייסט דאס הארץ

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 16, 2020 12:57 am

טאקע א פחד פון א מעשה! איך גלייב שווער אז די מנהיגים ווייסן נישט, עס לייגט זיך כמעט נישט אויפן שכל.
עס קען נאר זיין אז זיי האבן פשוט נישט לעצטע ווארט אויף די זאכן.
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

לאור המצב
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2020 10:02 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך לאור המצב » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:28 pm

זעהער האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:איז אזוי .קרויס האט פיינט די ווילי אידן.

און די ווילי אידן האבן פיינט קרויס...

חוץ דיע וואס האלטן נישט אויס די וויאלמסבורגע גאס

קרויס האט ליב די ווילי אידן, על כן וויל ער נישט זיי זאלן וואוינען אין די שמיציגע וויאלמסבורגע גאסן.
לאור המצב

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך קלמן יאסעלע » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:44 pm

אהה...
אויך האט ער זייער ליב די ארגעניזאציעס, במילא וויל ער מאכן א מין הכשר סיסטעם כדי די עולם זאל זיי געבן מער געלט.....
דזשאסט קידדינג...
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:46 pm

יא ער האט ליב די 'נצרכים' פון די ארגאניזאציעס
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג יוני 19, 2020 11:42 am

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו די שמוס איבער פארמאגן געווער.
א חסידישע איד מעג אויכעט וויסן וואס טוט זיך אויף דער וועלט אבער אפגעריקט פונעם גוי מיט א טיפע תהום.. און דאס איז ר' לעיזער.

כה לחי
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארויף, שטילער און 6 געסט