אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 11:44 am

איי געס, גרעיט מיינדס טינק עלייק.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 2:20 pm

געזינגען צום ניגון "יאקאב" פון ר' יו"ט ערליך

גאנץ גוט - פעלט נאך מייניך א שטיקל פאליש

די הארץ פול מיט פרייד, עס פרייען זיך אלע
מיטן גליק שידוך- אזא ;ספעשל; חתן-כלה
די מחתנים ביידע אזעלכע שיינע באלעבאטישע אידן
פון אלע זייטן איז מען אזוי צופרידן
תורה וגדולה און כבוד איז אויך דא
צום חתונה גרייט מען זיך אין א מזל;דיגע שעה

די נאכט איז שטיל
מען הערט נישט קיין טריל
עס שלאפן די גרויסע און קליינע אין בעט
אין קליינטשיגן הויז
די דחקות איז גרויס
די פרישע מחותן א טיפע קרעכץ געט

זיצט ביים טיש מיט פאפירן און הענט
קוקט און באטראכט, די אויגן געווענד
זוכט פון ווי צו פארשאפן אן הלוואה
דעקן די חובות פאר די חתונה

פארויכערט די פנים, פארבוימלט די הענט
ארבעט און ארבעט וויפיל ער האט נאר געקענט
פון אינדערפרי ביז שפעט אויפדערנאכט
פאר הוצאות החתונה אינגאנצן פארשקלאפט

און קיינער עס האט נישט געוויסט פון זיין סוד
אס ער איז א פשוטע שנארער פון שטאט
האט נישט קיין ברויט צו לייגן אויפן טיש
און נאר אויף שבת אביסל פלייש און פיש

אבער אין גאס הייסט ער א שיינע גביר
די משולחים קלאפן גאר אויף זיין אייגענע טיר
דרייווט א קאר, די נייסטע מאדעל
נעכטיגט נאר אין די שענסטע האטעל
ווער איז ער אט דער מאדנע איד
פארוואס איז ער נאך אויף, כאטש ער איז מיד

ווייל נישט אין די באנק האט ער נאך געלט
און אויך נישט ערגעץ אנדערש אויף דער וועלט
נאר חובות אין גראסערי און אין יעדן אנדער
געשעפט
צאלט די קרעדיט קארד בילס מיט פראצענט

מחותן טייערע וואס ברעכסטו זיך קאפ
מאך זיך נישט נאריש די שטיתים לאז אפ
א חשבון א נייע געב נאר א מאך
און זע טאקע צו טון צו דער זאך

א ווארט א לחיים
א תנאים אינאיינעם
מען רופט נישט קיינעם
די שמחה איז גרויס
היימיש אין די אייגענע הויז
נאר מחתנים און אביסל משפחה צוזאם
נישט דא אין דער וועלט נאך א בעסערע טעם

מתנות מתנות
וואספארא לצנות
געב נאר וואס דו ווילסט
קיינעם גייט נישט אן וואס דו טוסט
ווארף נישט דיין געלט אין מיסט

געזעסן דער מחותן
מיטן מחתנתטע זיך דורכגעשמעוסט
אנרופן וועט מען דעם מחותן
און מיט אים רעדן צו דער זאך
אונזער חתן בחור איז קלוג און באזעסן הער מחותן
און ער דארף נישט א שטריימל ביזן דאך
צירינג, מעבל פאר חתן-כלה וואס פעלט עס אויס טייערע מחותן
א קלוגע חשבון פאר דיר מאך

דער מחותן זיצט די קאפ געבויגן און ער רעד נישט קיין ווארט
ער איז יעצט אוועק געפלויגן אין א ווייטן ווייטן ארט
ער זעט זיך ביים חתונה די פרייליכסטע מחותן אויף דער וועלט
ווייל ער האט געהאט שכל נישט צו פארשווענדן אידיש געלט

שפע רב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 3:24 pm

ווער קען פועל'ן ביי וועלוועל שמעלצער צו עפענען צוריק די כשרונות פראגראם וואס זאל טאקע פאוקעסן אויף די צודרייטע סטאנדארט פון 80 אלפים חתונה הוצאות?

כ'האב מורא אז אליעזר קרויס האט נישט די אנערגיע/געדולד אדער כשרון אין נגינה צו דאס מאכן א סוקסעס. הלוואי בין איך ראנג.

ס'וואלט געווען מאסיוו צו שיסן צוויי פויגל אויפאמאל. #כשרונות ביי אידן און #שמחות ביי אידן אן הארץ אטאקעס.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 3:47 pm

שפע רב האט געשריבן:ווער קען פועל'ן ביי וועלוועל שמעלצער צו עפענען צוריק די כשרונות פראגראם וואס זאל טאקע פאוקעסן אויף די צודרייטע סטאנדארט פון 80 אלפים חתונה הוצאות?

כ'האב מורא אז אליעזר קרויס האט נישט די אנערגיע/געדולד אדער כשרון אין נגינה צו דאס מאכן א סוקסעס. הלוואי בין איך ראנג.

ס'וואלט געווען מאסיוו צו שיסן צוויי פויגל אויפאמאל. #כשרונות ביי אידן און #שמחות ביי אידן אן הארץ אטאקעס.

איך האב זירא פארשטאנד צו נגינה

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:05 pm

וואס זאגט רבי אליעזר צו טראמפס נייע געזעץ איבער ענימעל קראיליטי. לכאורה וועט עס שאטן פאר כפרות.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

דובי'ס א פען
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

תגובהדורך דובי'ס א פען » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 10:03 pm

בערך וי אזוי דו שמועסן גייען צו יעצט....
ר' אליעזר אראפ געריסן דער בעל שמחה לעצטע וואך ( זאג נישט צו הער אוז גערעכט אדער נישט, נאר די פאקטן) , און זיך מתרץ געווען פאר 25 מינוט פארן דאס טוהן... בעודם מדברים אראפ געריסן אום יושר'דיג יצחק שלמה דרעזנער פארן אינטערוואיו מיטן ערשטע בעל שמחה און כרם מנחם ( דאס איז זיין דזשאב רבי אליעזר) ...
זענענן מיר פול גרייט פארן זיך אנטשולדיגן אקציע ....

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:11 am

דובי'ס א פען האט געשריבן:בערך וי אזוי דו שמועסן גייען צו יעצט....
ר' אליעזר אראפ געריסן דער בעל שמחה לעצטע וואך ( זאג נישט צו הער אוז גערעכט אדער נישט, נאר די פאקטן) , און זיך מתרץ געווען פאר 25 מינוט פארן דאס טוהן... בעודם מדברים אראפ געריסן אום יושר'דיג יצחק שלמה דרעזנער פארן אינטערוואיו מיטן ערשטע בעל שמחה און כרם מנחם ( דאס איז זיין דזשאב רבי אליעזר) ...
זענענן מיר פול גרייט פארן זיך אנטשולדיגן אקציע ....

הו הא! די "בעל שמחה"? די טיפוש וואס האט אראפגעפלאשט א האלבע מעלאנע צו זיין א הירא פאר אפאר מינוט אויף סושעל מידיע.
איך האב זיך נישט מתרץ געווען עס פעלט נישט אויס קיין תירוצים. תירוצים זאל ער געבן.

ארויסגעברענגט אז דאס מאכן א שמחה און קרם מנחם איז א לכתחילה און מען ווערט נישט קיין הירא דערפאר. אזוי וואו דער בעל שמחה אליין האט מיר געזאגט - אז ער האט נישט פארשטאנען פארוואס מען מאכט אים אלס א הירא.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:12 am

גוטגעזאגט האט געשריבן:וואס זאגט רבי אליעזר צו טראמפס נייע געזעץ איבער ענימעל קראיליטי. לכאורה וועט עס שאטן פאר כפרות.

איך רעד נישט געוועןנליך פאליטיק.

די געזעץ איז מייניך נאר אויף דערשטיקען אדער דערטרענקן וכדומה. נישט נוגע כפרות.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:39 am

דער עיקר פון די מחברי הניגונים איז אז זיי זאלן פרובירן עס זאל זיין hilarious & super cool כלשונכם הקדוש פון א יונגערמאן שהגיע להוראה. כה לחי!
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

זיי אמתדיג
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

תגובהדורך זיי אמתדיג » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:32 am

א גיטן ר לעזער א צייט צוריק האט איר געגעבן א שמועס איבער די אמעריקאנע גאווערמענט סיסטעם. למעשה זענט איר קיינמאל צוריק געקומן וואס די צול פונם שמועס איז געווען?
די וועג אנצוקמן צום תכלית, איז "נאר" מיטן אמת.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:56 am

אליעזר קרויס האט געשריבן:
דובי'ס א פען האט געשריבן:בערך וי אזוי דו שמועסן גייען צו יעצט....
ר' אליעזר אראפ געריסן דער בעל שמחה לעצטע וואך ( זאג נישט צו הער אוז גערעכט אדער נישט, נאר די פאקטן) , און זיך מתרץ געווען פאר 25 מינוט פארן דאס טוהן... בעודם מדברים אראפ געריסן אום יושר'דיג יצחק שלמה דרעזנער פארן אינטערוואיו מיטן ערשטע בעל שמחה און כרם מנחם ( דאס איז זיין דזשאב רבי אליעזר) ...
זענענן מיר פול גרייט פארן זיך אנטשולדיגן אקציע ....

הו הא! די "בעל שמחה"? די טיפוש וואס האט אראפגעפלאשט א האלבע מעלאנע צו זיין א הירא פאר אפאר מינוט אויף סושעל מידיע.
איך האב זיך נישט מתרץ געווען עס פעלט נישט אויס קיין תירוצים. תירוצים זאל ער געבן.

די צוגאנג פון אראפרייסען א צווייטען פאר'ן עפעס טיען אנדערש ווי די אייגענע פארשטאנד איז די שורש און נקודה הפנימית פון די חתונה פראבלעמען - און פון רוב פראבלעמען אז מענטשן ספענדן געלט צו געפעלן איינעם דעם צווייטען.

אויב קען מען נאך אראפרייסען דעם עושר וואס האט די געלט צו ספענדן און מחמת איזה סיבה שיהא האלט ער אז ער וויל זיך אזוי אויסגעבן און אזוי נאכעבן זיינע געפילן, איז טייטש אז מען האלט נאך ביי אלף, מען האט נאך נישט ארויס די מושג פון פיר פרעשור, און פארוואס מענטשן ווילען נאך טיען איינער דעם צווייטען.

אויב האקט מען אז יעדער זאל גיין זיין אייגענע לייף סטייל און אויגעבן נאר די געלט וואס ער האט, טא וואס קוקט מען אויפן עושר וואס וויל פארברענענן א מיליאן דאלער אין איין נאכט??!! האט דיר איינער געפרעגט? דער עושר מוז זיך צו דיר אראפלאזן צו דיין לעוועל... ווייל? העלאו! איז נישט די פוינט אז יעדער זאל ניצען זיין אייגענע שכל?!

עניוועי, וואט א וועיסט אף טיים.

לב בשר
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 10:30 am

קאנסילמאן האט געשריבן:

יעדער מעג און זאל נוצן זיין אייגענע שכל.
1) פאר רובא דרובא מענטשען מיינט עס איינצוצוימען די יעצטיגע סטענדערטס, פשוט ווייל זיי האבן נישט די געלט.
2) א עושר וואס האט די געלט, קען געזונטערהייט נוצן די געלט אויף א ברייטערע פארנעם כיד ד׳ הטובה עליו. אבער ער זאל נוצן זיין שכל, וואס ער וויל באמת טון, דהיינו, ער זאל נישט ספענדען ווי ער וויל נישט, ווייל מ׳מוז.
3) ווען איינער (אפי׳ א עושר) טוט צודרייטע זאכן עפ״י זיין שכל. מעג איך זאגן אז ער האט נישט קיין שכל. ווייל ער אליינס שרייט אזוי מיט זיינע מעשים. איך זאג נאר די definition פון זיין מעשים.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:54 pm

די טאן פון דעם ניגון איז פון מיכאל שניצלער נשמה פלאם "דריי מאל געטאנצן" - (ובכן צדיקים)

שפאנט זיך מונטער
טיף אין ווינטער
זינגט זיך אונטער , דער חתן אהרן
דרייט א ביסל
מיטן שליסל
און זיי ן נייע דירה אויפשפארן

מ'האט געלייגט געלט און כוחות אריין
אין די דירה'לע אפילו ס'איז קליין
אויסשטאפירט הערליך און שיין
אז מנוחת הנפש זאל זיין

די טיר מאכט א ויף
און גייט ארויף
ער זעט א סטאוו, מיט קאונטערס ביי די זייטן
צווישן שענקלעך
ליגט זעקס בענקלעך
און אינמיטן א טיש א ברייטן

צו עפענען די פרידזשידער טיר
אוועק רוקט ער בענקלעך פיר
קוועטשט זיך אריבער דארט שיעור
נאר די טיש קומט אביסל ארויפציר

ער הייבט זיך גיכער
און איז זיכער
אין דיינונג רום יא דארט פאר זיך ער
וועט אוודאי האבן ווי זיך רירן
סאיז נאר אין אין קיטשן
בענקלעך טישן
און אינצווישן
ענג עס טוט זיך שפירן

איי איי איי איי...
ער טרעפט א ספרים שאפע מעכטיג
קיוריאוס צוויי גרויסע פרעכטיג
א בופעט דארט טאר מען נישט פארגעסן
דער טיש עס שטייט
די בענקלעך טייט
וויאזוי קען מען זיצן דא און עסן?

ס'איז ממש נישטא ווי זיך רירן
פורניטשור זיי דאמינירן
שוין, די קאוטש אין ווינקל איז דער עיקר
מ'באקומט עס צו
פון מאלל פאר פרי
נאכן נעמען אלע מעבל שטיקער!!

אט ער דערקענט
אין האלל א סטענד
ווייל ס'איז א טרענד, צו געבן אלץ מתנות
אויף דעם בלומען
פון א מומען
זי האט זיכער געהאט גוטע כוונות

ער גיבט אכטונג מיט אויגן זיבן
גיין זייטיג ער זאל עס נישט שטופן
די האלץ קען חלילה זיך טשיפ 'ן
אדער גאר ווערן צוריבן

אין שטוב ער גייט
א דרעססער ברייט
און טשעסט ביים זייט
פון בעט עס שטייט
און אויב דו ווילסט פון לעדל עפעס נעמען
גיב אבאכט
ווען אויפגעמאכט
אין בעט עס קראכט, מען קען זיך צוקלעמען

ס'איז א שיינע שטיקל גראדע
בעדרום סעט מ'דארף אוודאי
נאר איך ווער אביסעלע נערוועז
איך פיהל זיך יעצט
א פיש א ין נעץ
ווייל יעדער מענטש עס דארף אביסל ספעיס,
מען דארף נישט דא קיין שלום בית קעיס...

די הויז איז קליין
מען דארף פארשטיין
עס האט קיין מיין
ס'אפילו נישט שיין
אריינצוריקן גרויסע גראבע קלעצער
ס'נישט נארמאל
דעיס דארף א זאל
און דארטן וואלט עס אויסגעק וקט פיל בעסער

איי איי איי איי...
איך בעט אייך זייט נישט קיין נאראנים
ס'קען טראגן אן אנדער פנים
מ'דארף נישט האבן אזא מוח קטן
צאלן ריבית אויף די זאכן
יעדן איינעם נאכצומאכן
בארגן, שנארן, קרעדיט קארדס דיספיוטן...

קיין חיל וק יענער
אפשר קען ער
מיר איז שענער
נייע פלענער
פשוט און מען דארף נישט זיין קיין מומחה
ס'פאררוקט אינגאנצן
נאכצוטאנצן
יהי רצון עס זאל זיין שמחות מיט שמחה!!

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:50 pm

זייער שיין
אפשר איז שוין צייט ר' ליעזר איר זאלט ארויסגעבן א מיוזיקעל פראדאקשען.
....שיינע בעג.... א באקס אויף א סטענד.... אמ פי טרי.....קי טשעין...וכו'
סהעט קאסטען נאר פופציג דאללער. סוועט הייסען ''די חתונה איבערלעבעניש''
דארט וועט זיין אלע אייערע שיעורים מיט די גראמען. וכו'

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:03 am

איך וויל וויסען צו די רביצין פין ר' אליעזר שטומט אויך צו אלעס וואס ער רעדט. אפשר עפענט זי א האטליין אין פאנגט אן צו רעדן צו די פרויען ווייל וויפיל איך טריי ארבעט עס נישט. דארט פאנגט זיך עס אן אין דארט ענדיגט זיך עס. נישט אומזיסט זאגן חז"ל נשים דעתן קלות.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:36 am

גוטע נעמען פאר די נייע חתונה פלאן איז ווי פאלגענד:

community plan
basic plan
classic plan
economy plan
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

להבא
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

תגובהדורך להבא » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:01 pm

convenience plan

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 1:59 pm

smart plan/package געפעלט מיר גראדע זייער פיין.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:18 pm

ווער און וואס איז דאס וואס פארט היינט ארום
עפעס א קאמפיין כח היחיד אויף שפאָרן חתונה הוצאות?

https://chat.whatsapp.com/GfEwtNPte3k2XXNDcis5QL

e4a99a3a009749d7b343c86d32516e6d.jpg
e4a99a3a009749d7b343c86d32516e6d.jpg (371.25 KiB) געזעהן 577 מאל
e029add3f00e4e98b22462d4a65b27e4.jpg
e029add3f00e4e98b22462d4a65b27e4.jpg (371.06 KiB) געזעהן 577 מאל
a88fcdc4bb764021b9d4884e95ce0332.jpg
a88fcdc4bb764021b9d4884e95ce0332.jpg (364.84 KiB) געזעהן 577 מאל

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:19 pm

903d500e61ec48399a3c9540f541b7a1.jpg
903d500e61ec48399a3c9540f541b7a1.jpg (385.1 KiB) געזעהן 576 מאל
a58f22e180744043a5e9e0dac2c4fb4e.jpg
a58f22e180744043a5e9e0dac2c4fb4e.jpg (380.62 KiB) געזעהן 576 מאל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:37 pm

יוסי גאלדבערגער, דא פאטאגריפער.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:46 pm

shimon7323 האט געשריבן:ווער און וואס איז דאס וואס פארט היינט ארום
עפעס א קאמפיין כח היחיד אויף שפאָרן חתונה הוצאות?

https://chat.whatsapp.com/GfEwtNPte3k2XXNDcis5QL

e4a99a3a009749d7b343c86d32516e6d.jpg
e029add3f00e4e98b22462d4a65b27e4.jpg
a88fcdc4bb764021b9d4884e95ce0332.jpg

פאר מער אין די אשכול
viewtopic.php?p=2045728#p2045728

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 4:21 pm

די פארגאנגענע מוצאי שבת ווען אדמו"ר מהר"א איז געווען קלאפען מזוזות ביי חתונה מאלל אין קרית יואל פאר די נייע סמארט פעקעזש פאר $10,000 ביידע צדדים , און דערנאך האט אדמו"ר מהר"א געבעטען די אייגענטומער פונעם פלאץ הנגיד העסקן ר' יואל עפשטיין וואס איז נישדא צו מאכן קיין געלט אז ער זאל אויך מאכן נאך א ביליגערע פעקעזש פאר $6,000 ביידע צדדים , און ער האט גענטפערט הנני , דעמאלס איז יוסי גאלדבערגער אויפגעשפרינגען אז מען דארף אריינברענגען א ווינט אז יעדער קען טיען וויפעל ער האט און מען ברויך נישט קויפן פורניטשער נאר וועגן יענער האט און אפילו די חתן כלה פארלאנגען עס נישט, דאס איז באמת נוסח לעזער קרויס און ער איז געגאנגען אין גאנג מיטן קאמפיין וואס האט א פעסטען אפקלאנג

גמרא קאפ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:31 pm

תגובהדורך גמרא קאפ » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:34 pm

אויב די 6000$ פעקעדז וועט אינוואלוון אז די מתנות קענען די חתן כלה נעמען נאר געוויסע וואס זיי זענען מעדיף אידז דאך פשוט אז מען עס רופן א custom plan

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:40 am

ר' יום טוב האט געשריבן:גוטע נעמען פאר די נייע חתונה פלאן איז ווי פאלגענד:

community plan
basic plan
classic plan
economy plan

לענ"ד איז די פאסיגסטע נאמען
The Brilliant Package.
While spending 10k on a wedding package may be considered smart, spending only 6k is certainly Brilliant!

עס דארף ווערן געמארקעטעד אז עס קען נישט זיין קיין קלוגערע זאך ווי דעים, אז די מחותנים זאלן קויפן פאר די חתונה נאר די מינימום וואס מען מוז האבן אויף אנצופאנגען דאס לעבן, און נאך די חתונה, בהמשך הזמן, וועט די קאפעל אליינס קויפן וואס זיי דארפן האבן, און וואס זיי זענען צוזאמען מחליט אז עס איז צו זייער געשמאק.

עס שרייבט זיך אויך גוט אין אידיש, די בריליאנט פעקעדזש.
מלשון גאלד, זילבער,

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, ווייסעכנישט גארנישט, טעיפ רעקארדער, פעטער שמואל און 11 געסט