אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 08, 2019 10:44 am

ביי די אמת'ע ערליכע אידן פון פריערדיגן דור ביי וועמען מיר האבן נאך זוכה געוועזן אביסל זיך צו דרייען האט אזא מושג ווי א ישיבה בלויז פאר מצוינים נישט עקזיסטירט, ווייסט איר פארוואס?

ווייל:
1) זיי האבן געגרינדעט ישיבות מיטן ציהל צו איינבאקן אין א יעדן בחור אן אויסנאם תורה ויר"ש עבודה וגמילת חסדים און אויפהייבן יעדן לויט זיינע כשרונות.
2) זיי האבן מער ארויפגעקוקט דעם שוואכן וואס גיבט נישט אויף, ווי איידער דעם מצוין וואס קריגט אלעס גרינג אויף א גאלדענע טאץ, אדרבה, דאס גאנצע שטאלץ פונעם מצוין איז געוועזן ביי זיי אפגעפרעגט.
3) זיי האבן געצילט בלויז לרומם קרן התורה וכבוד שמים און נישט געמיינט זיך קיין כי הוא זה.

ובכן גדלו והצליחו וגם עשו פרי, איר קוקט אן זייערע תלמידים 40 יאר נאכן ארויסגיין פון די כותלי הישיבה און איר זעהט אידן ת"ח ויר"ש מלא וגדוש וואס דער חותם פון זייערע רבי'ס איז ניכר על פניהם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 08, 2019 3:04 pm

abeg האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:עס איז נישט אזוי פשוט. ישיבה חכמי לובלין איז אויך געווען א ישיבה למצינים.

דרך אגב, איך נעם נישט קיין צד אין די נושא, ווייל איך ווייס אליין נישט וואס צו טראכטן.

כ׳װיל נישט רעדן אבער װאס איז געװארן מיט ישיבה חכמי לובלין? װען ר׳ אליעזר װאלט געזאגט די סטעיטמענט אױף ק״ם װאלט ער געפלױגען אבער איך בין זיכער אז ער האט די װערטער אױף זײן צינג


ישיבת חכמי לובלין וואס איך האב געקענט געגרינדעט דורך הרב וואזנער פוסק הדור האחרון זצ"ל האט מען אריינגענומען יעדן ערליכן בינוני פאר זיכער, און איך מיין אפילו שוואכע.
ער האט עס געגרינדעט ממשיך צו זיין דעם דרך פון זיין רבי'ן אויפן וועג וואס ער האט פארשטאנען סאיז דער רצון פון זיין רבין סזאל זיין לדורות.
פון הוראות שעה קען מען קיינמאל נישט ברענגען קיין ראי'
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 08, 2019 3:09 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אבער איך האב מורא אז נעקסטע שיעור פון ר' לעיזער
וועט שוין זיין אויף זיין אייגענע (געאסרטע) האט ליין.

;l;p-

דיין שמייכל מיט די פינגערארויף מאכט מיך נערוועז אז ס'טויג נישט דארט ביים וואסער.
עניוועי כ'האף דו האסט געסעיווט דיינע שמועסן אינדעפענדענטלי.

איך האלט אז ס'דארף זין גרינד א AFFILIATION OF THE UNAFFILIATED א פאראייניגטע גרויסע קהלה פאר אלע וואס בעלאנגען נישט אינערגעץ אין בארא פארק איז דא טויזענטער פון זיי, ווען זיי וואלטן ווען געהאט א כח הרבים וואלטן זיי נישט געווען אזוי אויף צרות, עס איז נוגע אויף אזוי סאך זאכן ווי חתונה תקנות, ישיבות, מיידל סקולס, וכו' וכו' איך מיין אין ארץ ישראל איז דא אזא מין זאך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך מאי 08, 2019 3:23 pm

אױך ברױכט מען נישט אזױ אראפקיקען אין אפ-פרעגען א 20 יעריגע בחור װאס װיל גײן ארבעטען אױב די עלטערן אין מורה דרוכים האלטן אז עס איז לתועלת

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

אליעזר קרויס בהקיץ

תגובהדורך בבל » מיטוואך מאי 08, 2019 3:36 pm

פאר די וואס ווילן קענען ערעב לעיזר קרויס פין די נאנט קענען קימען צי די v v עקספא אינעם עיר ואם( ואם, מאמעס פארטעך )בישראל ווילי פעסט קימעדדיגן זינטאג הבעל''ט
צוגעלייגטע
20190508_152848.jpg
20190508_152848.jpg (692.28 KiB) געזעהן 1692 מאל

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך מאי 08, 2019 3:53 pm

בבל האט געשריבן:פאר די וואס ווילן קענען ערעב לעיזר קרויס פין די נאנט קענען קימען צי די v v עקספא אינעם עיר ואם( ואם, מאמעס פארטעך )בישראל ווילי פעסט קימעדדיגן זינטאג הבעל''ט

no pictures ?

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך מאי 08, 2019 3:56 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:פאר די וואס ווילן קענען ערעב לעיזר קרויס פין די נאנט קענען קימען צי די v v עקספא אינעם עיר ואם( ואם, מאמעס פארטעך )בישראל ווילי פעסט קימעדדיגן זינטאג הבעל''ט

no pictures ?

ער לאזט נישט פיקטשרערס אלץ וויזניץ מאנסי חסיד

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך מאי 08, 2019 4:37 pm

בבל האט געשריבן:אגב. אין עיר התורה לעיקוואוד ביי די ישיבה'שע קרייזן איז די מצב סאך ערגער, דארט קימט צי די כולל נאך די חתונה אז מען לערנט נישט ביסטו א גאנצע שגץ און נישט אלע מוסדות וועלן נעמען דיינע קינדער, הנגיד ר' שלומה יהודה רעכניץ האט געשטורעמט ביי א דרשה בפניו פין די ארטיגע ראשי ישיבה וועגן דעם לעיקוואוד איז געפארן אויף רעדער פון די דרשה

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6&start=75
א גאנצע אשכול ר' שלומה יודא פרעגט

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 08, 2019 4:46 pm

בבל האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:פאר די וואס ווילן קענען ערעב לעיזר קרויס פין די נאנט קענען קימען צי די v v עקספא אינעם עיר ואם( ואם, מאמעס פארטעך )בישראל ווילי פעסט קימעדדיגן זינטאג הבעל''ט

no pictures ?

ער לאזט נישט פיקטשרערס אלץ וויזניץ מאנסי חסיד

וועלעך מוזן מיטברענגען א ארטיסט וואס מ'נוצט אין קאוירט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 08, 2019 9:23 pm

'בארימטער רעדנער און עסקן איבער'ן דירות קריזיס' איז נישט אזוי אמת.

ריכטיגער וואלט געווען: "בארימטער רעדנער איבער אלעס וואס וועט ברענגען מער צוהערער און אסאך אטענשאן". אזוי קוק איך עס אן שוין א לאנגע צייט. די שיעור לעצטע מיטוואך האט מיר עס נאכמער איבערצייגט. יעדער מעג זיך דינגען מיט מיין מיינונג.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך מאי 08, 2019 9:34 pm

איך האלט מיך שוין איין א שטיק צייט פון שרייבן.

צו ל"ק.
ווען איך וואלט זיך געדארפט פארשטעלן ווי אזוי סאונד די שטן ווען ער איז מקטרג, קומט מיר ארויף דיין שטומע.

איך האב אינזין געהאט דיר צו בעטן פאר דיין הונדערטסע שמועס זאלסטו מאכן א שמועס און רעדן נאר נאר גוטס אויף כלל ישראל, ארויברענגן מיט אן אמת עפעס א נקודה וואס כלל ישראל שטייט היינט זייער שיין, און עס פעלן נישט קיין דוגמאות, היכלי התורה וואס זענען פול אסאך שעה'ן אין טאג, אדער די דפי יומי ודפי הקהילות, די געוואלדיגע מעשה החסד וכו' וכו'.
לייידער האב איך פארפאסט דיר צו בעטן לכבוד דיין שמועס נאמבער 100, דערווייל האסטו מיר אזוי אנטוישט, מיט אראפקרוכן נאך טיפער און נאך טיפער און זומפ.

אויב קול מבשר וועט דיר נאך לאזן רעדן, קענסטו נאך מתקן זיין.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מיטוואך מאי 08, 2019 9:36 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:'יעדער דינגען זיך מיט מיין מיינונג.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך מאי 08, 2019 10:06 pm

רעב לעיזער. סזעהט מיר אויס ווי די מנהלי הישיבה'ס קומען אריין דא דיך אטאקירן לאז זיך נישט.
ביטע שיין.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 08, 2019 10:16 pm

סארקאזי האט געשריבן:רעב לעיזער. סזעהט מיר אויס ווי די מנהלי הישיבה'ס קומען אריין דא דיך אטאקירן לאז זיך נישט.
ביטע שיין.

איך קוק אויס ווי א מנהל? שכוח פאר די קאמפלימענט! איך פיל מיך מעגא... :lol: :lol:
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך מאי 08, 2019 10:24 pm

סארקאזי האט געשריבן:רעב לעיזער. סזעהט מיר אויס ווי די מנהלי הישיבה'ס קומען אריין דא דיך אטאקירן לאז זיך נישט.
ביטע שיין.


אסדר און שטאלצער איד האבן א פוינט

קענסט ענטפערן צום זאך אויב דו האסט וואס

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך מאי 08, 2019 10:27 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:רעב לעיזער. סזעהט מיר אויס ווי די מנהלי הישיבה'ס קומען אריין דא דיך אטאקירן לאז זיך נישט.
ביטע שיין.

איך קוק אויס ווי א מנהל? שכוח פאר די קאמפלימענט! איך פיל מיך מעגא... :lol: :lol:


viewtopic.php?p=1917252#p1917252

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 08, 2019 11:25 pm

איך בין געזעצן ביים אסיפה אלס בחור בין הזמנים, ווען מ'האט מיר אראפגערופן סטראשען איך זאל איינזיצן צום קומענדיגן זמן, אינצווישן איז דער נושא פון יענעם בחור ארויף אויפן טיש האב איך עס מיטגעהאלטן...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:36 am

מצב כללי האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:רעב לעיזער. סזעהט מיר אויס ווי די מנהלי הישיבה'ס קומען אריין דא דיך אטאקירן לאז זיך נישט.
ביטע שיין.


אסדר און שטאלצער איד האבן א פוינט

קענסט ענטפערן צום זאך אויב דו האסט וואס

כל ישראל עריבים זה לזה
סוי מעג אין דארף אליעזר קרויס במקום שאין איש …
רעדן אין אזא וויכטיגע נושא
וואס נעבעך צענדליגע עלטערן קענען נישט שלאפען ביינאכט
אין בחורים וואס דרייען זיך ביינאכט …

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3969
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:17 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האלט מיך שוין איין א שטיק צייט פון שרייבן.

צו ל"ק.
ווען איך וואלט זיך געדארפט פארשטעלן ווי אזוי סאונד די שטן ווען ער איז מקטרג, קומט מיר ארויף דיין שטומע.

איך האב אינזין געהאט דיר צו בעטן פאר דיין הונדערטסע שמועס זאלסטו מאכן א שמועס און רעדן נאר נאר גוטס אויף כלל ישראל, ארויברענגן מיט אן אמת עפעס א נקודה וואס כלל ישראל שטייט היינט זייער שיין, און עס פעלן נישט קיין דוגמאות, היכלי התורה וואס זענען פול אסאך שעה'ן אין טאג, אדער די דפי יומי ודפי הקהילות, די געוואלדיגע מעשה החסד וכו' וכו'.
לייידער האב איך פארפאסט דיר צו בעטן לכבוד דיין שמועס נאמבער 100, דערווייל האסטו מיר אזוי אנטוישט, מיט אראפקרוכן נאך טיפער און נאך טיפער און זומפ.

אויב קול מבשר וועט דיר נאך לאזן רעדן, קענסטו נאך מתקן זיין.

דברים כדברונות!
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג מאי 09, 2019 1:18 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האלט מיך שוין איין א שטיק צייט פון שרייבן.

צו ל"ק.
ווען איך וואלט זיך געדארפט פארשטעלן ווי אזוי סאונד די שטן ווען ער איז מקטרג, קומט מיר ארויף דיין שטומע.

איך האב אינזין געהאט דיר צו בעטן פאר דיין הונדערטסע שמועס זאלסטו מאכן א שמועס און רעדן נאר נאר גוטס אויף כלל ישראל, ארויברענגן מיט אן אמת עפעס א נקודה וואס כלל ישראל שטייט היינט זייער שיין, און עס פעלן נישט קיין דוגמאות, היכלי התורה וואס זענען פול אסאך שעה'ן אין טאג, אדער די דפי יומי ודפי הקהילות, די געוואלדיגע מעשה החסד וכו' וכו'.
לייידער האב איך פארפאסט דיר צו בעטן לכבוד דיין שמועס נאמבער 100, דערווייל האסטו מיר אזוי אנטוישט, מיט אראפקרוכן נאך טיפער און נאך טיפער און זומפ.

אויב קול מבשר וועט דיר נאך לאזן רעדן, קענסטו נאך מתקן זיין.

ס׳זעהט אױס אז איר זענט פושט אין די גיסטע פון א גוט װארט אין א קאמפלאמענט װי גיט אין מעכטיג אינז זענען אין איר װילט אז ר׳ אליעזר זאל אייך עס געבען, אפשר בעהט איהם פאר געלט אז ער זאל אײך באזינגען מיט קאמפלאמענטען פראװיט ביז איר פילט אז ער האט ערפילט אײער שטארקע תאװת הקאמפלימענט אבער אױף ק״מ איז לכאורה נישט זײן פליכט אײך צײ געבען די סערװיס.
װען אײער רב רעדט א פלאם פײערדיגע תקעות שופר אדער א כל נדרי דרשה אין מוסר׳ט יעדעם אױס סאנד עס אױך װי די שטן ווען ער איז מקטרג? (אפשר איז טאקע די תקעות שופר דרשה געמאכט צי צמישען די שטן)
לעצט פאראכטן דורך abeg אום דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:02 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דאנארשטאג מאי 09, 2019 1:19 pm

זייער הנאה געהאט פון די ישיבה שמועסן.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:08 pm

מצב כללי האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:רעב לעיזער. סזעהט מיר אויס ווי די מנהלי הישיבה'ס קומען אריין דא דיך אטאקירן לאז זיך נישט.
ביטע שיין.


אסדר און שטאלצער איד האבן א פוינט

קענסט ענטפערן צום זאך אויב דו האסט וואס

איך פיל בכלל נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן אויף אן אטאקע.
נאר סזעהט אויס. אז איר האט נאך נישט געפילט דעם טעם פון האבען א שוואכע בחור.
ווען ממאכט דיך פילען ווי א גארבידש.
ווען יא וואלט איר געווען אביסל מער ''רגיש'' צו די נאנחים ונאנקים וואס ווערן צוטרעטן.
און וואלסט נישט געווען ביזי מיט די שכרות פון אכשור דרא.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:03 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך בין געזעצן ביים אסיפה אלס בחור בין הזמנים, ווען מ'האט מיר אראפגערופן סטראשען איך זאל איינזיצן צום קומענדיגן זמן, אינצווישן איז דער נושא פון יענעם בחור ארויף אויפן טיש האב איך עס מיטגעהאלטן...

איך האף אז ביי יענע אסיפה האסטו אויך געניצט אזא מין תירוץ, אזוי האט מען דיך געלאזט ;l;p-
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

צו אלע וואס קריטיקירן דא רעבלעזערקרויסן

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:13 pm

צו זיין קרעדיט דארף געזאגט ווערן אז סיי ביי די דירות קריזיס שמועסן, סיי ביי די חתונה הוצאות שמועסן, וואס דאס איז דער איבערוועגנדע טייל פון זיינע שמועסן, האט ער אלץ אויך גערעדט פון די לעזונגען, און אנאליזירט און פרובירט צו מאכן דערפן דאס בעסטע וואס ער קען, ער איז אריבער פון דס צו לינדען צו בבג און נאך, און עס אויסגעשמועסט און עס משבח געווען (איך גלייב אז ווען ער וועט רעדן פון לימוד התורה וועט ער דערמאנען די היכלי התורה וכו')
אזוי אויך ביים חתונה מאכן קריזיס, הגם ער האט געריסן שטיקער, און אסאך זאכן האב איך נישט געגליכן האט ער שטארק געפויקעסט וואס יא, און אלץ אנגעפאנגען מיט א סוקסעס סטארי (כלשונו) סא איך זע אים נישט אלץ גרויסער מקטרג,
דא ביי די ישיבות איז ער אריין געקומען זייער שארף, אבער דאס איז א נושא וואס אויב מ'קוקט אויף די זייט מטבע פון טאטן / בחור וואס האט נישט קיין ישיבה נעמט מען עס אן מורא'דיג שארף, עס איז דא חלקים וואס איז עק וועלט (ביי די ווואס האבן נישט קיין קהלה / מוסד)
איך האב אנגעפאנגען מיט א סאלושען צו מאכן א קהלה פאר קהלה'לאזע העמיר זען צו רעבלעזער וועט זיך צוכאפן דערצו.
צו אסדר וואס זאגט אז ער רעדט איבער זאכן וואס וועלן אים ברענגען די מערסטע אטענשן, דאס איז סינאנימוס צו רעדן איבער זאכן וואס פלאגן דאס מערסטע דעם ציבור. און נישט רעדן איבער זייטיגע מינדערוויכטיגע זאכן.
עניוועי, דער רעבלעזער איז נישט מנהיג הדור און קיינער דארף אים נישט פרעגן הלכה למעשה, מיר האבן ב"ה אונזערע רבנים וגדולים, אבער ער איז א גוטער מעורר צו ברענגען זאכן צום אויבערפלאך, איך גלייך זיין אפנקייט, הגם ביי ישיבות האב איך געשריבן דאס דארף ווען זיין אויף א האטליין נאר פאר ערוואקסענע אבער שוין, ווען סטוט וויי שרייט מען, איך פארשטיי די ווייטאג און "כולי עלמא" זענען דאך מודה אז עפעס דארף געטון ווערן אפילו ווער סבאשולדיגט נישט דוקא די מנהלי וראשי הישיבות זענען אבער מודה אז לכה"פ ווי מ'דארף טון פאר תימן, צרפת, ארגענטינע, גיוס, און ישיבות הגרש"ע וכו' וכו' דארף מען דאך אויך עפעס טון פאר אונזער אייגענע בלוט און פלייש וואס וואלגערן זיך תשתפכנה אבני קודש בראש כל חוצות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:20 pm

abeg האט געשריבן:ס׳זעהט אױס אז איר זענט פושט אין די גיסטע פון א גוט װארט אין א קאמפלאמענט װי גיט אין מעכטיג אינז זענען אין איר װילט אז ר׳ אליעזר זאל אייך עס געבען, אפשר בעהט איהם פאר געלט אז ער זאל אײך באזינגען מיט קאמפלאמענטען פראװיט ביז איר פילט אז ער האט ערפילט אײער שטארקע תאװת הקאמפלימענט אבער אױף ק״מ איז לכאורה נישט זײן פליכט אײך צײ געבען די סערװיס.
װען אײער רב רעדט א פלאם פײערדיגע תקעות שופר אדער א כל נדרי דרשה אין מוסר׳ט יעדעם אױס סאנד עס אױך װי די שטן ווען ער איז מקטרג? (אפשר איז טאקע די תקעות שופר דרשה געמאכט צי צמישען די שטן)

ס'דא א שטיקל חילוק צווישן א רב וואס איז מעורר דברי כיבושין פאר כל נדרי ווי איינער וואס נעמט א שופר אין האנט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און לאזן הערן ווי משוגע יעדער איז און וואס כלל ישראל דארף זיך פארבעסערן.

ביז יעצט האב איך פארשטאנען אז עפעס צילט איר און אז מענטשן הערן אים אויס וועלן פאלגן זיינע לעזונגען. למעשה נאך 100 שמועסן זע איך קיין שום רעזולטאטן פון קיין לעזער קרויס חתונה פלאן. און יעצט קומט ער מיט א נושא וואס איז בכלל נישט נוגע די ק"מ צוהערער. רוב צוהערער האבן ממילא גארנישט צו טון איבער דעם.

איך בין מודה אז די זאכן דארפן זיך טוישן, אבער אויב זוכט ער לעזונגען - ס'איז דא בעסערע עצות ווי קול מבשר. ער קען עס דורכשמועסן מיט די טויזנטער רבנים מיט וועמען ער שמועסט דורך זיינע וועכנטליכע 'שיעורים'. זיי וועלן בעסער וויסן וואס צו טון. איך פארשטיי באמת נישט זיין סטראטעגיע.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט