אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 10:08 am

הנאה געהאט און מסכים מיט וואס ער זאגט

אבער די עקסטרעם וועג ווי ער לייגט עס אראפ האלט איך נישט אז ער איז גערעכט

פורניטשער איז נישט געמאכט נאר צו האלטן אין דעם זאכן סאיז אויך געמאכט צו זיין א שיינע כלי פאר זיך כלים נאים מרחיבין דעתו של אדם.
און דערפאר די טענה אז אין טשייניק קלאזעט ליגט זאכן וואס זענען ווייניגער ווערד פונעם טשייניק קלאזעט איז נישט קיין טענה און די זעלבע מיטן ארמאר.
די זעלבע מיט די ״מצבות״ אויף די בעט, מקען נישט אוועק מאכן אז ס׳געבט א הרחבת הדעת׳דיגע בליק אין שטוב ווען די בעטן איז שיין אויסגעבעהט אויף א שיינע בעהט, ס׳איז נישט געמאכטצו הנאה האבן פון דעם נאר בשעת משלאפט נאר א גאנצן טאג ווען מ׳דריידט זיך אין שטוב (פארשטייט זיך אז דאס איז ער הונדערט פראצענט גערעכט אז ס׳האט נישט קיין זון צו נעמען די טייערסטע)
אזוי אויך מיט זילבער, מקען דאס לייגן אין א קלאזעט אבער כלים נאים מרחיבין דעתו של אדם ווען די זילבער ליגט שיין אויסגלייגט אין טשייניק קלאזעט (און דא אויך איז ער 100% גערעכט אז א ריייייזיגן טשייניק קלאזעט מאכט ענג פלאץ און נישט מרחיב)

אבער באופן כללי זאגט ער זייער שטארקע פוניטס

למעשה , אזוי ווי זיינע אנדערע אנאליזן איז נישט מעגליך צו מאכן די שפרינג אויף איינמאל,
א אינגערמאן וואס האט געלעבט ביז היינט אין א שטוב וואס האט געהאט א קאך טיש צו עסן א גאנצע וואך און א דיינינג רום טיש פאר שב קען זיך נישט זעהן עסן א גאנץ יאהר שבת הגדול סעודות ס׳גייט נישט אזוי.
קען זיין ס׳איז בעבסער ווען ס׳וואלט געעוען לכתחילה איינגעפירט אז די קאך איז געמאכט צו עסן אויך שבת (ס׳האט אסאך מעלות פאר זיך חוץ פון די געלט וואס די פורניטשער קאסט) אבער ס׳גייט נישט גיין.

איין עצה איז דא ער זאל רעדן צו די בחורים אין ישיבות און זיי ברעין וואשן דעמאטס קען זיין ס׳וועט עס דורך מאכן

____

ביי די חלק פון די אומבאקוועמע דיינונג רום בענקלעך האב איך פיין אויסגעשאסן
אוי זאגט ער גוט, מיינע בענקלעך הרג׳נען מיין פלייצע , איך טויש יעדן צוויי וואכן די בענקל וואס איך זוץ (און אפשר פאר דעם קויפט מען טאקע 8 בענקלעך), למעשה נאך מאכן דריי מאל א גלגל החוזר זענען שוין אלע אריינגעקוועטש אין איך קען קוים זיצן אויף דעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אליעזר קרויס
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:02 pm

שמועס #52

הערות פון צוהערער - א לייוו טעראפי סעשאן - איז די לעזער קרויס חתונה פלאן נישט צו עקסטרעים?

שוכני עפר
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 5:18 pm

בית נאמן בישראל - בית מקדש מעט

תגובהדורך שוכני עפר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:10 pm

יעדער אידישע שטוב איז א בית מקדש מעט - ממילא איז א ענין פון זה אלי ואנוהי - קוק וואס קאסט א חתן ש''ס בדורינו - וויפיל האט א חתן ש''ס ג'קאסט ווען אונזערע עלטערן האבען חתונה געהאט ? שנית סעודת שבת ווילען מיר נאכמאכען אזוי שיין און ציכטיג ווי א דינער למשל כולל שומרי החומות - כולל חיבת ירושלים - בוני עולם - rccs - שבת התוועדות - רעבישע הויפן פארן למרחכים מיט די גרעסטע אויסברענגעניש סיי פון דאהי סיי פון ארץ ישראל און ס'ווערט געמאכט בילדער צושפרייט אויף ד' כנפות הארץ - טראכט יעדער חתן איך וויל אויך פראווען ביי מיר אזא ברייטע שבת - נו די קענסט עהם ברענוואשן ווען ער זעהט אזא ברייטקייט סיי דאהי און נאכמער און ארץ ישראל - אפשר איז די ערשטע עצה אפשטלן די בילדער פארשפרייטן - ר' מוסד האסט געמעכט אסאך געלט מיליונים - פאר וואס רייצטו דער גאנצע וועלט מיט פארשפייטן בילדער פון די טייערע דינער - התוועדות בילדער - דאס איז להיפך פון חנוך לנער - וואך אן וואך אויס - די וואכנשריפט זיי ברענוואשן אז יעדער זאל עסן סעודות כמוהם מיט א ברייטקייט וכו' וכו' מ'קען דא מאריך זיין וויאזוי חסידישע הויפן ההולכים בדרך הבעל שם טוב זי''ע האבען אנגענומען א ברייטע פארנעם - ווער האט דאס אנגעהויבן פון ווי שטאמט דאס ? די קענסט נישט צוברעכען א חתן לעב ן ווי א שמאטע - ווען ער זעהט להיפך - ווילסט מאכן סדר - פארמאך אלע וואכנשרפט - ס'איז קיינמאל געווען אזא זאך ווי וואכנשריפט מיט בילדער פון אזא ברייטקייט -א קינד זיצט ביי א שבת סעודה און דער ראש המשפחה ליינט 10 אנדערע וואכנשריפט - ער זאל ח''ו נישט פארפאסן קיין איין בילד - דאס קויפן אלע וואכשריפט קען קאסטן 50$ ביז 60$ - יעדן וואך ס''ה 3000$ א יאר און זונטאג ווארפט מען דאס אין גארביטש - פון די געלט קען מען שפארן און מאכן שמחות 10 יאר מאל 3000$ איז $30,000 - מאכן סדר הרב קרויז דארפמען גיין צום שורש - פארמכען אלע וואכנשריט - איז דאס מעגלעך - יא אדער ניין ? ואידך זיל גמור , איר וועט שרייען טוישן נידערן די סטענדארט - און דיוואכענשריפט וועלן שרייען קוק וואס טוט זיך אויף די גאנצע וועלט וגם בארץ ישראל א ארום לאנד -" חתן " זיי נישט קיין שמאטע - " יראו " עינינו וישמח לבנו - " העולם " כמנהגו נוהג - הרב קרויז גיי צום " שורש " - ס'איז קיינמאל נישט געווען בילדער וואס מאכען א חורבון עולם - די פארשטייסט ווי מ'הייבט אהן

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:18 pm

איינס האט געשריבן:ביי די חלק פון די אומבאקוועמע דיינונג רום בענקלעך האב איך פיין אויסגעשאסן
אוי זאגט ער גוט, מיינע בענקלעך הרג׳נען מיין פלייצע , איך טויש יעדן צוויי וואכן די בענקל וואס איך זוץ (און אפשר פאר דעם קויפט מען טאקע 8 בענקלעך), למעשה נאך מאכן דריי מאל א גלגל החוזר זענען שוין אלע אריינגעקוועטש אין איך קען קוים זיצן אויף דעם


איך ניץ א פאלדינג טשעיר ס'איז סאך באקוועמער

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:39 pm

שוכני עפר האט געשריבן:יעדער אידישע שטוב איז א בית מקדש מעט - ממילא איז א ענין פון זה אלי ואנוהי - קוק וואס קאסט א חתן ש''ס בדורינו - וויפיל האט א חתן ש''ס ג'קאסט ווען אונזערע עלטערן האבען חתונה געהאט ? שנית סעודת שבת ווילען מיר נאכמאכען אזוי שיין און ציכטיג ווי א דינער למשל כולל שומרי החומות - כולל חיבת ירושלים - בוני עולם - rccs - שבת התוועדות - רעבישע הויפן פארן למרחכים מיט די גרעסטע אויסברענגעניש סיי פון דאהי סיי פון ארץ ישראל און ס'ווערט געמאכט בילדער צושפרייט אויף ד' כנפות הארץ - טראכט יעדער חתן איך וויל אויך פראווען ביי מיר אזא ברייטע שבת - נו די קענסט עהם ברענוואשן ווען ער זעהט אזא ברייטקייט סיי דאהי און נאכמער און ארץ ישראל - אפשר איז די ערשטע עצה אפשטלן די בילדער פארשפרייטן - ר' מוסד האסט געמעכט אסאך געלט מיליונים - פאר וואס רייצטו דער גאנצע וועלט מיט פארשפייטן בילדער פון די טייערע דינער - התוועדות בילדער - דאס איז להיפך פון חנוך לנער - וואך אן וואך אויס - די וואכנשריפט זיי ברענוואשן אז יעדער זאל עסן סעודות כמוהם מיט א ברייטקייט וכו' וכו' מ'קען דא מאריך זיין וויאזוי חסידישע הויפן ההולכים בדרך הבעל שם טוב זי''ע האבען אנגענומען א ברייטע פארנעם - ווער האט דאס אנגעהויבן פון ווי שטאמט דאס ? די קענסט נישט צוברעכען א חתן לעב ן ווי א שמאטע - ווען ער זעהט להיפך - ווילסט מאכן סדר - פארמאך אלע וואכנשרפט - ס'איז קיינמאל געווען אזא זאך ווי וואכנשריפט מיט בילדער פון אזא ברייטקייט -א קינד זיצט ביי א שבת סעודה און דער ראש המשפחה ליינט 10 אנדערע וואכנשריפט - ער זאל ח''ו נישט פארפאסן קיין איין בילד - דאס קויפן אלע וואכשריפט קען קאסטן 50$ ביז 60$ - יעדן וואך ס''ה 3000$ א יאר און זונטאג ווארפט מען דאס אין גארביטש - פון די געלט קען מען שפארן און מאכן שמחות 10 יאר מאל 3000$ איז $30,000 - מאכן סדר הרב קרויז דארפמען גיין צום שורש - פארמכען אלע וואכנשריט - איז דאס מעגלעך - יא אדער ניין ? ואידך זיל גמור , איר וועט שרייען טוישן נידערן די סטענדארט - און דיוואכענשריפט וועלן שרייען קוק וואס טוט זיך אויף די גאנצע וועלט וגם בארץ ישראל א ארום לאנד -" חתן " זיי נישט קיין שמאטע - " יראו " עינינו וישמח לבנו - " העולם " כמנהגו נוהג - הרב קרויז גיי צום " שורש " - ס'איז קיינמאל נישט געווען בילדער וואס מאכען א חורבון עולם - די פארשטייסט ווי מ'הייבט אהן

Ok
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:48 pm

צולייגער האט געשריבן:
שוכני עפר האט געשריבן:יעדער אידישע שטוב איז א בית מקדש מעט - ממילא איז א ענין פון זה אלי ואנוהי - קוק וואס קאסט א חתן ש''ס בדורינו - וויפיל האט א חתן ש''ס ג'קאסט ווען אונזערע עלטערן האבען חתונה געהאט ? שנית סעודת שבת ווילען מיר נאכמאכען אזוי שיין און ציכטיג ווי א דינער למשל כולל שומרי החומות - כולל חיבת ירושלים - בוני עולם - rccs - שבת התוועדות - רעבישע הויפן פארן למרחכים מיט די גרעסטע אויסברענגעניש סיי פון דאהי סיי פון ארץ ישראל און ס'ווערט געמאכט בילדער צושפרייט אויף ד' כנפות הארץ - טראכט יעדער חתן איך וויל אויך פראווען ביי מיר אזא ברייטע שבת - נו די קענסט עהם ברענוואשן ווען ער זעהט אזא ברייטקייט סיי דאהי און נאכמער און ארץ ישראל - אפשר איז די ערשטע עצה אפשטלן די בילדער פארשפרייטן - ר' מוסד האסט געמעכט אסאך געלט מיליונים - פאר וואס רייצטו דער גאנצע וועלט מיט פארשפייטן בילדער פון די טייערע דינער - התוועדות בילדער - דאס איז להיפך פון חנוך לנער - וואך אן וואך אויס - די וואכנשריפט זיי ברענוואשן אז יעדער זאל עסן סעודות כמוהם מיט א ברייטקייט וכו' וכו' מ'קען דא מאריך זיין וויאזוי חסידישע הויפן ההולכים בדרך הבעל שם טוב זי''ע האבען אנגענומען א ברייטע פארנעם - ווער האט דאס אנגעהויבן פון ווי שטאמט דאס ? די קענסט נישט צוברעכען א חתן לעב ן ווי א שמאטע - ווען ער זעהט להיפך - ווילסט מאכן סדר - פארמאך אלע וואכנשרפט - ס'איז קיינמאל געווען אזא זאך ווי וואכנשריפט מיט בילדער פון אזא ברייטקייט -א קינד זיצט ביי א שבת סעודה און דער ראש המשפחה ליינט 10 אנדערע וואכנשריפט - ער זאל ח''ו נישט פארפאסן קיין איין בילד - דאס קויפן אלע וואכשריפט קען קאסטן 50$ ביז 60$ - יעדן וואך ס''ה 3000$ א יאר און זונטאג ווארפט מען דאס אין גארביטש - פון די געלט קען מען שפארן און מאכן שמחות 10 יאר מאל 3000$ איז $30,000 - מאכן סדר הרב קרויז דארפמען גיין צום שורש - פארמכען אלע וואכנשריט - איז דאס מעגלעך - יא אדער ניין ? ואידך זיל גמור , איר וועט שרייען טוישן נידערן די סטענדארט - און דיוואכענשריפט וועלן שרייען קוק וואס טוט זיך אויף די גאנצע וועלט וגם בארץ ישראל א ארום לאנד -" חתן " זיי נישט קיין שמאטע - " יראו " עינינו וישמח לבנו - " העולם " כמנהגו נוהג - הרב קרויז גיי צום " שורש " - ס'איז קיינמאל נישט געווען בילדער וואס מאכען א חורבון עולם - די פארשטייסט ווי מ'הייבט אהן

Ok

נו! אז דו ביזט אויך מסכים, ווער בין איך מחולק צו זיין?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:56 pm

ב"ה געטראפן די עכטע שילדיגער...

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 7:28 pm

אוי וויי.... די שוכני עפר האבן זיך אויפגעוועקט....
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 8:03 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #52

הערות פון צוהערער - א לייוו טעראפי סעשאן - איז די לעזער קרויס חתונה פלאן נישט צו עקסטרעים?

חחחחחחחחח.... איך האב אנגעהויבן הערן די טעראפי סעשאן....
יוש ביסטע גוט!!! א נייע סערוויס פון ר לעזער, לייוו טעראפי אויף קולמע.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 11:20 pm

Today and dining room looks like a
!!!!!!!!!! Furniture showroom

;l;p- ;l;p-
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 11:21 pm

אזוי אמת
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:56 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #52

הערות פון צוהערער - א לייוו טעראפי סעשאן - איז די לעזער קרויס חתונה פלאן נישט צו עקסטרעים?

חחחחחחחחח.... איך האב אנגעהויבן הערן די טעראפי סעשאן....
יוש ביסטע גוט!!! א נייע סערוויס פון ר לעזער, לייוו טעראפי אויף קולמע.

:lol: :lol:

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 8:46 am

ס'האט מיך דערמאנט פון אלעזר לאנדא פון סנעפ אהעד ווער געדענקט ?

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

לעיזער קרויס דיינינג רום סעט

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:11 pm


בבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

דייננוג רום סעט

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 8:36 am

איך בין געווען אין א קאנטרי לעצטענס אויף א שבת ווי אלע וואס האבן א שייכות צי געלט( עשירום אין בעלי חו.. ) האבן ווינטערייזט הייזער די עשורים פארברענגען רוב שבתים אין יאר אן קיין דייננוג רום אין א הויז וואס האט אינגאנצן נישט קיין דייננוג רום אן א דייננוג רום פערניטשאר אן קיין פלאץ צי האלטן זילבער מען עסט אין קאך איך בין געווען ביי א קידוש נאכן דאווענען ביי א עכטע סאליט עושר מיט אויסגעצאלטע פארמעגןס פין איבער הינדערט דירות( איך ווייס עס פאר א פאקט )ער איז דארט יעדע וואך חוץ אויסנאם אין האט אויך נישט קיין דיינוג רום אדער דיינע סעט
ציפי ציפי סאסא. קאם...

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:12 am

איינס האט געשריבן:הנאה געהאט און מסכים מיט וואס ער זאגט

אבער די עקסטרעם וועג ווי ער לייגט עס אראפ האלט איך נישט אז ער איז גערעכט


הער אויס די טערעפי סעשאן אפשר גייט עס ווערן אויס עקסטרעם

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:14 am

וואס עפעס? האט געשריבן:פארוואס איז שניידן פורניטשער א זאך וואס נעמט אזוי לאנג צו מסדר זיין
סאיז קלאר אז רוב מחותנים זענען מסכים צו שניידן
א גרויס פראצענט חתן כלה׳ס זענען גרייט נישט צו באקומען
סך הכול האט מען רחמנות אויך אפאר מעבעל סוחרים

לכאורה דארף קומען אפאר ערענסטע רבנים און ארויסקומען מיט או איסור והכול על מקומו יבוא בשלום

אז די מחותנים זענען מסכים, די חתן וכלה אויכעט, טא וואס ברויכטיר רבנים?
נעמט אייך אין די האנט אריין און טוט צו דערזאך.
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:47 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:הנאה געהאט און מסכים מיט וואס ער זאגט
אבער די עקסטרעם וועג ווי ער לייגט עס אראפ האלט איך נישט אז ער איז גערעכט

הער אויס די טערעפי סעשאן אפשר גייט עס ווערן אויס עקסטרעם

איך האב נישט גערעדט אויף די חלק אז אונז לעבן אויף א אופן וואס איז למעלה מיכלתינו
איך רעד אויף די חלק וואס ער לייגט אראפ פורניטשער אז ס׳איז געמאכט פשוט צו אריילייגן זאכן ולא יותר, א הארדבאורד פון די בעט איז געמאכט צו ענדזשאעין ווען מ׳שלאפוט ולא יותר, א טיש איז געמאכט צו עסן ולא יותר.
אויף דעם מיין איך אז ער איז מער ווי עקסטרעים, פורניטשער ובתוכם א טשייניק קלאזעט זענען געמאכט אויך צו באשיינען די הויז (כלים נאים מרחיבין דעתו של אדם), און אזוי ווי יעדער פארשטייט אז חאטש א הויז איז געמאכט צו האבן א דאך איבערן קאפ, וועט אבער קיינער נישט זאגן אז ס׳איז א לוקסוס צו האבן געפעינטע ווענט.
א הארמער איז א שיינע פיס און סלוינט זיך צו צאלן נאך געלט ווען מ׳דארף מאפן, א הארד באורד באשיינט די צימער און ס׳לוינט זיך צו האבן חאטש ס׳קאסט אפאר דאלער. א שיינע דיינינג רום טיש איז נישט קיין איבערגעטריבענע לוקסוס (קען זיין ס׳איז איבער געטריבן וויפל געלט מ׳צאלט פאר דעם)

וואס יא, דאס צו א אינגערמאן דארף באקומען ביי די חתונה אין די חלק אגרי איך הונדערט פראצענט מיט איהם (פאר איינער וואס קען דאס נישט צושטעלן), אזוי אויך אויף די חלק פון קויפן פורניטשער וואס בלאקט רוב צימער און מ׳קען נישט זעהן בכלל די שיינקייט און רייכקייט פון דעם, אויך גערעכט. איך רעד נאר אויף דעם וואס ער לייגט אראפ ווי א הארד באורד (אפילו א ביליגע) איז ממש א לוקסוס, א שיינע טיש איז ממש איבערגטריבן צו קויפן וכו׳

קען זיין ער אליין מיינט טאקע נישט אזוי שטארק די פוינט נאר ער וויל פשוט אפלאכן פון די בולמוס וואס איז דא ארום פורניטשער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אליעזר קרויס
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:15 pm

שמועס #53

בילדער ביי די חתונה - נאך וועגן פורניטשור

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג נובעמבער 18, 2018 1:37 am

די לעצטע צוויי שיעורים זענען שמאלציג!!

די טערעפי איז פיין געווען. איך אטעם נאך יעצט אריין..!


איך בין אלל די וועי מיט ר' אליעזר בנוגע פורניטשער. מ'האט חתונה אין קליינע הייזער. אפילו וועסט האלטן אז א אידיש קינד 'מוז' האבן טייערע פורניטשער.. איז עס בכלל נישט פאסיג צו אויסוועהלן פערניטשער ביי די חתונה. דאס באלאנגט פאר 10 15 יאר נאך די חתונה ווען מ'האט זיך שוין גע'סעטלט אין א דירה פאר לאנג טורם. איש כברכת ה' אלוקיו אשר נתן לו. ס'דארף שטימען מיט די דירה...
בכל אופן מאכט נישט קיין סענס זיך אנצו'חובוצ'ן פאר גראבע שטיקער פארניטשער.

א פלא, א מעשה שהי'. די וואך דינטיג אין ביהמ''ד קומט אריין א אינגעמאנטשיק פון 10 חדשים נאך די חתונה. לפלא האט ער נאכנישט געוואוסט פון אליעזר קרויס אויף קול מבשר, און ער רופט זיך אן לפי תומו. ''יוי, נעכטן איז מיר אנגעקומען די חתונה פורניטשער. מיין ווייב איז אזוי העפי ווי שיין ס'איז, אבער איך וואלט עס היינט ארויסגעטראסקעט. די הויז איז געווען געשמאק און לופטיג. יעצט איז עס געווארן אנגעלייגט, פיצי און טינקל..!''




שכוח ר' אליעזר! בפרט אויף די ט.ל. פון גיין צו געשעפטן וכו'. יהי רצון שתצליח במבצע (במצוה) הנשגבה הזה.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:58 am

קיינמאל געוואוסט אז די בעדרום סעט איז ספעציעלע איטאליע סטייל, און דעריבער קאסט דאס אזוי טייער. ווען מען וואלט מיך געגעבן די אפציע און קלאר געזאגט בעפאר אז ס'עקזיסטירט עפעס אנדערש פאר האלב פרייז, וואלט איך נישט געצעגערט א מינוט וואס אויסצוקלייבן.

אזוי גייט אונזער היימישע מארקעט.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:20 am

אפשר קען איינער צאמשטעלן א גאנצע דיינינג רום אין בעדרום סעט גרייט צו קויפן ביי אייקיע

אליעזר קרויס
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » זונטאג נובעמבער 18, 2018 11:07 am

ר' יום טוב האט געשריבן:קיינמאל געוואוסט אז די בעדרום סעט איז ספעציעלע איטאליע סטייל, און דעריבער קאסט דאס אזוי טייער. ווען מען וואלט מיך געגעבן די אפציע און קלאר געזאגט בעפאר אז ס'עקזיסטירט עפעס אנדערש פאר האלב פרייז, וואלט איך נישט געצעגערט א מינוט וואס אויסצוקלייבן.

אזוי גייט אונזער היימישע מארקעט.



צ"ל א פערטל

יש בו
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג נובעמבער 18, 2018 3:42 pm

.
לעצט פאראכטן דורך יש בו אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אל תסתכל בקנקן אלא במה ש׳יש בו

יש בו
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:41 pm

אנטשולדיג פאר די לינק פון אייקיע, (כ'ווייס נישט וויזוי צו פאסטן די ליסט)
דא האט איר יעדע זאך באזינדער
נייט טשעסט
דיינונג רום טיש/בענקלעך
טשיינע קלאזעט
דרעסער/שפיגל
סך הכל $1923.98
חוץ די בעטן/העד בארד (איך ווייס נישט וויאזוי מ'וועלט סייזעס)
ווער ס'ווייסט וויפיל ס'קאסט די זאכן אין די מאלל, איז מכובד צו פאסטן
אל תסתכל בקנקן אלא במה ש׳יש בו


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט