אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אליעזר קרויס
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » זונטאג מאי 27, 2018 3:18 pm

lebediger berel האט געשריבן:ר' אליעזר כ'האב דיך אויסגעהערט ביז כ'בין איינגעשלאפן, אבער כ'מיין כ'האב געהערט 99% פון דיין שיעור, און פון וויפיל כ'האב געהערט ביזטו 99% גערעכט.
איין פוינט האלט איך האסטו פארזען, עכ"פ ביז כמעט צום סוף, און דאס איז דער הכרע צווישן ביידע אופנים
ואסביר את דברי
איינער וואס וועט אנהאלטן "אלע איינפירונגען פון די עלטערן און די רבי'ס מיט עקשנות, אפילו וואס עס מאכט נישט קיין סענס, מיט וואס וועט ער ענדיגן לכל היותר ווי א גרויסער שוטה
אבער איינער וואס וועט וועלן זיין קלוגער מיט "אלעם" וועט ענדיגן ווי א גרויסער שגץ
אלזא, אלעס קעגן אלעס איז מותר שיהי' שוטה כל ימיו ואל יהי' רשע שעה אחת דאס הייסט דער עקסטרים פון די זייט (אויבער חכם אין אלעם) איז טויזנט מאל ארגער און געפערליכער ווי דער עקסטרים פון די זייט (נאכמאכן אלעס).
פארשטייט זיך דער אמת איז אינדערמיט אז מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס,
אבער
ווייל מ'האט מורא אז אמאל וועט מען כאפן א גליטש, און נישט וויסן פונקטליך ווי איין און ווי אויס, און זיך בייגן צו שטארק צו א זייט, איז דער זעלבסט אינסטינקט פון א ערליכער איד, כ'ריר זיך נישט, אזוי ווי מ''ציטערט פונעם פייער און מ'ציטערט פונעם טויט.
משל למה הדבר דומה, רוב מענטשן וועלן ציטערן ווען זיי קוקן אראפ פונעם פענסטער פון די עמפייער סטעיט בילדינג, און איך וואלט אויך געהאט טשילס ווען כ'דארף זיך ווען דארט אנלאנען, איך וואלט נישט אנגענומען א דזשאב צו וואשן פענסטער אויף א סקיי סקרעיפער כאטשיק ס'איז באמת זיכער, ווייל מ'ווייסט איין שלעכטע הוק און מ'איז חלילה א שעיר לעזאזל.
דאס איז די סיבה פארוואס דער עם חכם ונבון איז אזוי פריקאשענד ווען מען רעדט פון אנדערע שיך ווי דער טאטע גייט.
ס'איז דא א באקאנטע מעשה פון חתם סופר וואס ער האט מורא'דיג הנאה געהאט ווען א איד האט אים בארעדט אז ער עסט אן קידוש ווייל ער האט קודם קידוש געמאכט אויף מזונות און זיך געוואשן תיכף צו די סעודה, כ'געדענק נישט אלע פרטים פון די מעשה, אבער דער שפיץ איז אז ער האט געזאגט אז דער תמימות פון אידן וואס ווילן נישט הערן עפעס אנדערש פון וואס זיי האבן געזען ביי זייערע עלטערן אפילו מ'רעדט פון א רבן של ישראל, און זיי פארשטייען אז דער צדיק ווייסט וואס ער טוט דאס וועט האלטן דעם אידישקייט כמות שהיא.


איינער האט מיר געפרעגט וואס בין איך אנדערש פון ....... (א באקאנטע היינטיגע משכיל)? זאג איך אים א פשוטע חילוק. יענער משכיל וואלט געטענה'ט אז פארוואס דארף מען עסן טשיקן זופ פרייטאג צונאכטס? וואס איז שלעכט מיט וועדשטעבל זופ? ווער זאגט מען דארף בכלל עסן זופ? האט דען משה רבינו געגסן זופ פרייטאג צונאכטס?

און איך זאג. אוודאי זאל מען עסן זופ פרייטאג צונאכטס - און פארשטייט זיך דוקא טשיקן זופ. אבער............................... ווען דו קומסט צו א שבת שבע ברכות און מען סערווירט וועדשטעבל זופ - קער נישט איבער דעים פלאץ.

און דאס איז מיט צוויי זאכן.

א מעגסט פארשטיין אז עס זענען דא מענטשן מיט אנדערע מנהגים וואס פירן זיך נישט דאווקא ווי דיר.

ב נניח אז דו קענסט די בעל שמחה און דו ווייסט אז ער שטאמט יא פון פלעצער ווי מען עסט דווקא טשיקן זופ, האב דעים משקל החסידות צו וויסן וואס וויל דער אויבערשטע יעצט. דער אייבערשטע וויל טאקע אז איך זאל יעצט איבערקערן א שמחה וועגן דעים? (אויב למשל עס איז נישטא קיין מחיצות ח"ו - פארשטייט זיך איז אנדערש).
לעצט פאראכטן דורך אליעזר קרויס אום זונטאג מאי 27, 2018 3:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מאי 27, 2018 3:28 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:ר' אליעזר כ'האב דיך אויסגעהערט ביז כ'בין איינגעשלאפן, אבער כ'מיין כ'האב געהערט 99% פון דיין שיעור, און פון וויפיל כ'האב געהערט ביזטו 99% גערעכט.
איין פוינט האלט איך האסטו פארזען, עכ"פ ביז כמעט צום סוף, און דאס איז דער הכרע צווישן ביידע אופנים
ואסביר את דברי
איינער וואס וועט אנהאלטן "אלע איינפירונגען פון די עלטערן און די רבי'ס מיט עקשנות, אפילו וואס עס מאכט נישט קיין סענס, מיט וואס וועט ער ענדיגן לכל היותר ווי א גרויסער שוטה
אבער איינער וואס וועט וועלן זיין קלוגער מיט "אלעם" וועט ענדיגן ווי א גרויסער שגץ
אלזא, אלעס קעגן אלעס איז מותר שיהי' שוטה כל ימיו ואל יהי' רשע שעה אחת דאס הייסט דער עקסטרים פון די זייט (אויבער חכם אין אלעם) איז טויזנט מאל ארגער און געפערליכער ווי דער עקסטרים פון די זייט (נאכמאכן אלעס).
פארשטייט זיך דער אמת איז אינדערמיט אז מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס,
אבער
ווייל מ'האט מורא אז אמאל וועט מען כאפן א גליטש, און נישט וויסן פונקטליך ווי איין און ווי אויס, און זיך בייגן צו שטארק צו א זייט, איז דער זעלבסט אינסטינקט פון א ערליכער איד, כ'ריר זיך נישט, אזוי ווי מ''ציטערט פונעם פייער און מ'ציטערט פונעם טויט.
משל למה הדבר דומה, רוב מענטשן וועלן ציטערן ווען זיי קוקן אראפ פונעם פענסטער פון די עמפייער סטעיט בילדינג, און איך וואלט אויך געהאט טשילס ווען כ'דארף זיך ווען דארט אנלאנען, איך וואלט נישט אנגענומען א דזשאב צו וואשן פענסטער אויף א סקיי סקרעיפער כאטשיק ס'איז באמת זיכער, ווייל מ'ווייסט איין שלעכטע הוק און מ'איז חלילה א שעיר לעזאזל.
דאס איז די סיבה פארוואס דער עם חכם ונבון איז אזוי פריקאשענד ווען מען רעדט פון אנדערע שיך ווי דער טאטע גייט.
ס'איז דא א באקאנטע מעשה פון חתם סופר וואס ער האט מורא'דיג הנאה געהאט ווען א איד האט אים בארעדט אז ער עסט אן קידוש ווייל ער האט קודם קידוש געמאכט אויף מזונות און זיך געוואשן תיכף צו די סעודה, כ'געדענק נישט אלע פרטים פון די מעשה, אבער דער שפיץ איז אז ער האט געזאגט אז דער תמימות פון אידן וואס ווילן נישט הערן עפעס אנדערש פון וואס זיי האבן געזען ביי זייערע עלטערן אפילו מ'רעדט פון א רבן של ישראל, און זיי פארשטייען אז דער צדיק ווייסט וואס ער טוט דאס וועט האלטן דעם אידישקייט כמות שהיא.


איינער האט מיר געפרעגט וואס בין איך אנדערש פון ....... (א באקאנטע היינטיגע משכיל)? זאג איך אים א פשוטע חילוק. יענער משכיל וואלט געטענה'ט אז פארוואס דארף מען עסן טשיקן זופ פרייטאג צונאכטס? וואס איז שלעכט מיט וועדשטעבל זופ? ווער זאגט מען דארף בכלל עסן זופ? האט דען משה רבינו געגסן זופ פרייטאג צונאכטס?

און איך זאג. אוודאי זאל מען עסן זופ פרייטאג צונאכטס - און פארשטייט זיך דוקא טשיקן זופ. אבער............................... ווען דו קומסט צו א שבת שבע ברכות און מען סערווירט וועדשטעבל זופ - קער נישט איבער דעים פלאץ.


אופס. יעצט האסטו מיך פארלוירן.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 3:40 pm

ר' אליעזר האסט כלל נישט בארירט דאס וואס איך האב געשריבן, גראדע בין איך נישט מחולק מיט דיר כ'האב נאר ארויסגעברענגט וואס טרייבט צום איבעריגן פארזיכטיקייט און כ'האלט אז סאיז ענדערש אזוי ווי פארקערט, נישט ענדערש ווי פונקט גוט, והבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » זונטאג מאי 27, 2018 3:41 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:אופס. יעצט האסטו מיך פארלוירן.


זיי מסביר

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מאי 27, 2018 5:28 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
אופס. יעצט האסטו מיך פארלוירן.

פארוואס?
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » זונטאג מאי 27, 2018 6:11 pm

לא לנו האט געשריבן:שוין געטוישט דעם נאמען אויף י. איצקאוויטש

ווער? וואס? און ווען?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג מאי 27, 2018 6:38 pm

טשעירמאן האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:שוין געטוישט דעם נאמען אויף י. איצקאוויטש

ווער? וואס? און ווען?

אין די צייטונג אינעם "אידישע צייט" אפטיילונג איז געווארן נאכגעברענגט די הערליכע דרשה וואס אונזער חשוב'ער שרייבער דאהי האט געזאגט ביים מסיבה לטובת הישוב ב'דזשערסי סיטי, און ס'איז געשטאנען דערביי זיין ריכטיגן נאמען.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מאי 27, 2018 7:00 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
אופס. יעצט האסטו מיך פארלוירן.

פארוואס?


איך ווייס נישט אויב ער האט דאס געמיינט ערנסט, אבער אויב יא, און דאס איז וויאזוי ער איז זיך מבחין צוווישן אים אליינס און משכילים, דאן איז ער נישט פאר מיר.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מאי 27, 2018 7:05 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
אופס. יעצט האסטו מיך פארלוירן.

פארוואס?


איך ווייס נישט אויב ער האט דאס געמיינט ערנסט, אבער אויב יא, און דאס איז וויאזוי ער איז זיך מבחין צוווישן אים אליינס און משכילים, דאן איז ער נישט פאר מיר.

קום אריין קלאר, וואו ליגט דער פראבלעם מיטן חילוק, און וויאזוי וואלטסטו עס מבחין געווען?
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום זונטאג מאי 27, 2018 10:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מאי 27, 2018 7:09 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
אופס. יעצט האסטו מיך פארלוירן.

פארוואס?


איך ווייס נישט אויב ער האט דאס געמיינט ערנסט, אבער אויב יא, און דאס איז וויאזוי ער איז זיך מבחין צוווישן אים אליינס און משכילים, דאן איז ער נישט פאר מיר.

קופ אריין קלאר, וואו ליגט דער פראבלעם מיטן חילוק, און וויאזוי וואלטסטו עס מבחין געווען?


זיי זענען בכלל נישט מענטשן וואס זענען ווערט אז מען זאל זיך דארפן מסביר זיין פארוואס מ׳איז נישט גלייך צו זיי. אויב פעלט אויס הסברים, טויג עס נישט.

דו און הרב אליעזר׳ן מעגן מחולק זיין מיט מיר. איך האב אויסגעדרוקט מיין מיינונג און געפיל.

מיט דיר
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

תגובהדורך מיט דיר » זונטאג מאי 27, 2018 7:34 pm

ר' אליזר איך בין מיט דיר אינגאנסען!!

יד ושם
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » זונטאג מאי 27, 2018 9:26 pm

ר' אליעזר אפשר קומסטו אריין מיט אביסל מער פרטים אויף די בוך "דער בית ישראל", און ווי מ'קען עס שאפן ?

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג מאי 27, 2018 10:33 pm

ר' אליעזר. צוריק צו די דירות און ישובים. לאז אפ די מנהגים און די ביכלעך פאר אנדערע. מיר דארפן דיר אויף די דירות.

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » זונטאג מאי 27, 2018 11:15 pm

ווערעצקי האט געשריבן:ר' אליעזר. צוריק צו די דירות און ישובים. לאז אפ די מנהגים און די ביכלעך פאר אנדערע. מיר דארפן דיר אויף די דירות.


אויך געטראכט די זעלבע.
א שאד צו פארפארן פון די שינעס ווען עס איז דא אזוי סאך אויף צו טוען.

אליעזר קרויס
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » זונטאג מאי 27, 2018 11:37 pm

בעמבא האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:ר' אליעזר. צוריק צו די דירות און ישובים. לאז אפ די מנהגים און די ביכלעך פאר אנדערע. מיר דארפן דיר אויף די דירות.


אויך געטראכט די זעלבע.
א שאד צו פארפארן פון די שינעס ווען עס איז דא אזוי סאך אויף צו טוען.



דאס איז געווען איינער פון די שטארקע פראבלעמען איך האב עס געמוזט אדרעסירן. מיר גייען ווייטער אי"ה.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג מאי 27, 2018 11:51 pm

איך קען בארגן ביי דיר דאס ביכל? לאמיר אויך לאכן ביטע. געב מיר א רוף וואו איך קען עס קומען אפנעמען ביטע.
א דאנק
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

שליו ודגים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג מאי 28, 2018 12:17 am

;
ווערעצקי האט געשריבן:ר' אליעזר. צוריק צו די דירות און ישובים. לאז אפ די מנהגים און די ביכלעך פאר אנדערע. מיר דארפן דיר אויף די דירות.


;l;p-

איך ווייס נישט פון ווי די איינגעסענע קרענק נעמט זיך איינער רעדט פון א ענין ווייל ער וויל צוקומען צו א נקודה אנשטאט צו ארוםנעמען די נקודה הייבט מען אן צו רעדן פונעם ענין מ'זעיט דאס זייער אסאך מאל

ר' אליעזר האט דאס געזאגט אין אייןליין דראפ דעם משל און נעם דעם נמשל

די נקודה איז חי וקים ווען מ'האלט ביי פיקוח נפש דארף געשען דעס און דעס דו קענסט בלייבן מיט דיין זעלבע מנהג שיטה השקפה אלעס די זעלבע געדנק נאר אז לטובת די לעבנסוויכטיגע נקודה דארפסטו קענען ליידן און שווייגן ספעשל ווען עס איז שוין אזוי געווען אינדערהיים אז מ'האט געלעבט אינאיינעם אזוי אין דערפער איז זיכער אז מ'דארף דאס היינט אויך קענען מאכן

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

תגובהדורך פרינדזשעס.. » מאנטאג מאי 28, 2018 10:04 am

נוצן די אויסדריק "ריינע ראסע" איבלט אביסל ביטע נוץ נארמאלע אויסדריקן ייש"כ.
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!!(הרה"ק המנחת אלעזר מ'מונקאטש זצוקללה"ה)

nishtkushe
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » מאנטאג מאי 28, 2018 10:18 am

פרינדזשעס.. האט געשריבן:נוצן די אויסדריק "ריינע ראסע" איבלט אביסל ביטע נוץ נארמאלע אויסדריקן ייש"כ.


I agree completely. You come through as very arrogant, eventhogh I know that you don't really mean it, your choice of words needs to be chosen carefully.

בזה יצאתי די חובתי.

blue moon
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

קעפעל אלערט

תגובהדורך blue moon » מאנטאג מאי 28, 2018 10:47 am

כ'קלער אז מען זאל טוישען דעם קעפעל צו "אקטועלע אינדאקטרינעשאן מיט הרב אליעזר קרויס"

פון אנאליזען ביז אינדאקטרינעטן איז אַ ווייטער מהלך.

על פי רוב ווען א דזורנאליסט וועט דיר שטיפען זיין בייעס, וועט ער עס באהאלטען צווישען די שורות פון א אפהאנדלונג אדער אנאליז. קרויס שרייט אפען איך וויל דיך קלוג מאכן...

ער איז זיכער גערעכט מיט געוויסע פונקטען. אבער פאר איך טראג זיין שאלה צום דיין, וואלט איך געקענט ביישטיין צום וויסן זיינע קרידענשעלס.

אליעזר קרויס
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג מאי 28, 2018 11:14 am

blue moon האט געשריבן:כ'קלער אז מען זאל טוישען דעם קעפעל צו "אקטועלע אינדאקטרינעשאן מיט הרב אליעזר קרויס"

פון אנאליזען ביז אינדאקטרינעטן איז אַ ווייטער מהלך.

על פי רוב ווען א דזורנאליסט וועט דיר שטיפען זיין בייעס, וועט ער עס באהאלטען צווישען די שורות פון א אפהאנדלונג אדער אנאליז. קרויס שרייט אפען איך וויל דיך קלוג מאכן...

ער איז זיכער גערעכט מיט געוויסע פונקטען. אבער פאר איך טראג זיין שאלה צום דיין, וואלט איך געקענט ביישטיין צום וויסן זיינע קרידענשעלס.


.Here goes blue moon again. a non-substant attack

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג מאי 28, 2018 11:20 am

ווען גייט ארויף די מאנטאג דרשה? און וואס איז דע תוכן? א שיינעם דאנק
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג מאי 28, 2018 11:28 am

אליעזר קרויס האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:כ'קלער אז מען זאל טוישען דעם קעפעל צו "אקטועלע אינדאקטרינעשאן מיט הרב אליעזר קרויס"

פון אנאליזען ביז אינדאקטרינעטן איז אַ ווייטער מהלך.

על פי רוב ווען א דזורנאליסט וועט דיר שטיפען זיין בייעס, וועט ער עס באהאלטען צווישען די שורות פון א אפהאנדלונג אדער אנאליז. קרויס שרייט אפען איך וויל דיך קלוג מאכן...

ער איז זיכער גערעכט מיט געוויסע פונקטען. אבער פאר איך טראג זיין שאלה צום דיין, וואלט איך געקענט ביישטיין צום וויסן זיינע קרידענשעלס.


.Here goes blue moon again. a non-substant attack

עס קומט זיך א הילכיגן שכח פאר blue moon פארן גורם זיין אז ר אליזר זאל דעליווערן א זאפטיגע שמועס דא אויף אייוועלט וואס יעדער האט הנאה געהאט דערפון.

אליעזר קרויס
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג מאי 28, 2018 1:18 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איין זאך ר' אליעזר בין איך נאכנישט קלאר.
וואס טוט מען אויב איינער מוטשעט זיך מיט "פינווארמס" ?
צוגעלייגטע
ParaHerb Vertical Ad.jpg
ParaHerb Vertical Ad.jpg (486.15 KiB) געזעהן 721 מאל

אליעזר קרויס
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג מאי 28, 2018 1:28 pm

א פרישע שמועס יעצט ארויף אויף קול מבשר.

די ערשטע בערך 18 מינוט איז אביסל קלארשטעלונג איבער לעצטע וואכעדיגע שמועס - אויך א שטיקל חזרה פון איין נקודה, און מיט דעים לייגט מען די נושא שלאפן. - נאכדעם איז דא אביסל וועגן די סעיפטי פון דשערזי סיטי, און וועגן די וואס האבן סעק 8 און פארמירן געגענטער צב"ש עלענוויל, פארוואס עס ארבעט זיך נישט אויס.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קנאפער ידען און 11 געסט