אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובה דורך Spokesman »

@ ראספשע, עטרת אברהם איז נאר געבוקט דורך פלעטבוש, האק נישט.
לעצט פארראכטן דורך Spokesman אום מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

הערה אויף שמועס 44 - (פון אנהייב) מאכט ר' אליעזר'ן אוועק די וואס ניצן די צאינה וראינה אויף תשעה באב, מיטן אויסרייד, אז מ'קען קויפן פאר אפאר דאללער א פשוטע קינות'ל. במחילת כבודו, ווייסט ער לכאורה נישט וואס דארט שטייט (ווי ער זאגט, ער האט קיינמאל נישט געזעהן) עס איז נישט בלויז מגילת איכה, ס'האט אן אייגנארטיג טייטש ווי אויך איז דא דערנאך גאנצע בלעטער פון עניני תשעה באב וחורבן, דאס טרעפט מען נישט אינעם "קינות'ל".
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

להודיע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
אפשר זאל מען אנהייבען גיין קאשקעטלעך אין די וואכען ווייל די הוט קאסט צו טייער?


הלואי מי יתן והי'.
פארוואס דארף א טאטע מיט דריי בחורים קויפן דריי באזונדערע היטלעך פאר 200 דאלער איטש, וואס מדארף ריפלעיסן יעדן נייעם זמן ?

ווען יעדער וועט גייט קאשקעטלעך, וועסטו קענען קריגן דריי הוטן פאר 200 דאלער, און פאר 200 דאלער וועט דיר נישט קלעקן אפילו פאר אן איינצעלנעם קאשקעטל....
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

גולם פון פראג האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
אפשר זאל מען אנהייבען גיין קאשקעטלעך אין די וואכען ווייל די הוט קאסט צו טייער?


הלואי מי יתן והי'.
פארוואס דארף א טאטע מיט דריי בחורים קויפן דריי באזונדערע היטלעך פאר 200 דאלער איטש, וואס מדארף ריפלעיסן יעדן נייעם זמן ?

אהא.... אפשר באלט וועט איר אויכעט מחדש זיין אז מדארף אויך נישט גיין אין קאנטרי און מקען בלייבען אין די שטאט אין די זומערדיגע היצען ווען די גאסען זענען מלא זוהמא נארישקייט? אמער מקען זיך איינשפארען אפאר טאלער
יאך זעה שוין וואס דא טוצעך.


חס ושלום, אודאי דארף מען צאלן צען טויזנט דאללער פלאס פאר די ניין וואכן אין קאנטרי, דאס איז דאך פון די סאמע עקרי יסודות היהדות, ווי קען מען אפילו מפקפק זיין אין אזא הייליגע מושג.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך האב נאך נישט געהערט קיינמאל ר' אליעזר'ן נישט ווייל איך האב עפעס קעגן אים, נאר פשוט ווייל די אידן פון מיין דור קענען נישט ארויסקריכן ווען זיי רופן קול מבשר, איך פרוביר צו דרוקן קנעפלעך און איך הער נישט מער ווי אדווערטייזמענטס, איך קריך קיינמאל נישט ארויס, און דעמאלס דערמאן איך מיך דעם אלטן טריק פון דריקן דעם "ענד" באטטאן, און דאס ארבייט אלעמאל וואונדער.

איך לייען אבער דא ווייל איך קוק מיט וואונדער ווי 10 פעידזשעס מיט תגובות (אזוי מיין איך, ווייל מישנדיג פון דרייסיג צו פערציג זעה איך נאך אלס די ווארט "צענערענע" אויף די אגענדע) איז פיהל מיט לעבעדיגע דעבאטע איבער דעם צענערענע, זעה איך דאך אז דער איד מאכט א פיינעם ארבייט, ער ברענגט אנדערע צו טראכטן, און קאמענטירן, און אפשר עווענטועל וועט עס אויפטוהן אויך. כה לחי ר' אליעזר אדער וואס אימער אייער נאמען איז.

מיין אנדערע ניק האט יעצט נישט געקענט דא אריינקומען האט ער מיר געבעטן איבערצוגעבן בשמו אז די גאנצע ביליגע חתונה דעבאטע איז פשוט א מתנה פון באשעפער צו מאכן עקסערסייז מיטן מח פארן דור פון עקבתא דמשיחא, זיין מיינונג איז אז דאס איז פון די זיבן וועלטס וואונדערליכע דעבאטעס וואס מענטשן הערן נישט אויף צו רעדן ווי כאילו ס'מיינט יענעם, אין די צייט וואס באמת זעמיר אלע אין זעלבן פעקל, ס'איז א פאנני פאראדאקס אז היימישע אינגעלייט רעדן פון וואס היימישע אינגעלייט טוען, און זענען אנגעווייטאגט אויף די מצב פון די היימישע אינגעלייט, און נאך אלס וועלן זיי אליינס ווייטער טון מפטירין כדאתמול כמעשי ה"היימישע אינגעלייט".

אויב איינער פארשטייט נישט וואס ער מיינט צו זאגן קען איך אים איבערפרעגן...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:הערה אויף שמועס 44 - (פון אנהייב) מאכט ר' אליעזר'ן אוועק די וואס ניצן די צאינה וראינה אויף תשעה באב, מיטן אויסרייד, אז מ'קען קויפן פאר אפאר דאללער א פשוטע קינות'ל. במחילת כבודו, ווייסט ער לכאורה נישט וואס דארט שטייט (ווי ער זאגט, ער האט קיינמאל נישט געזעהן) עס איז נישט בלויז מגילת איכה, ס'האט אן אייגנארטיג טייטש ווי אויך איז דא דערנאך גאנצע בלעטער פון עניני תשעה באב וחורבן, דאס טרעפט מען נישט אינעם "קינות'ל".


ס'איז גראדע דא צו קויפן פון עטרת אזא קליין קינות'ל מיט די גאנצע צאינה וראינה.
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובה דורך Spokesman »

חברה, למעשה איז דא היינט יעדע נאכט צענדליגע חתונות, און בעצם קיקט עס אויס ווי א שלום זכור, א קאם און גאו, קאזינס קומען אריין פאר 1 מינוט מזעקלט זיך ארויף דעם שטריימל פון טראנק און מגייט פון איין זאלל צום צווייטן, איך וועל גארנישט אראפ קיקן מיין פעטער ווי איך שאקל אים די הענט צי און שמח תשמח אדער קאנטינעטאל.

איך מיין נישט דוקא שמח תשמח, איך מיין צוזאגן אז סגייט ווערן א סטענדערט צי חתונה מאכן און גרעסערע שבע ברכות זאלן, די עקסייטמענט וועפט שוין אויס.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב נאך נישט געהערט קיינמאל ר' אליעזר'ן נישט ווייל איך האב עפעס קעגן אים, נאר פשוט ווייל די אידן פון מיין דור קענען נישט ארויסקריכן ווען זיי רופן קול מבשר, איך פרוביר צו דרוקן קנעפלעך און איך הער נישט מער ווי אדווערטייזמענטס, איך קריך קיינמאל נישט ארויס, און דעמאלס דערמאן איך מיך דעם אלטן טריק פון דריקן דעם "ענד" באטטאן, און דאס ארבייט אלעמאל וואונדער.

איך לייען אבער דא ווייל איך קוק מיט וואונדער ווי 10 פעידזשעס מיט תגובות (אזוי מיין איך, ווייל מישנדיג פון דרייסיג צו פערציג זעה איך נאך אלס די ווארט "צענערענע" אויף די אגענדע) איז פיהל מיט לעבעדיגע דעבאטע איבער דעם צענערענע, זעה איך דאך אז דער איד מאכט א פיינעם ארבייט, ער ברענגט אנדערע צו טראכטן, און קאמענטירן, און אפשר עווענטועל וועט עס אויפטוהן אויך. כה לחי ר' אליעזר אדער וואס אימער אייער נאמען איז.

מיין אנדערע ניק האט יעצט נישט געקענט דא אריינקומען האט ער מיר געבעטן איבערצוגעבן בשמו אז די גאנצע ביליגע חתונה דעבאטע איז פשוט א מתנה פון באשעפער צו מאכן עקסערסייז מיטן מח פארן דור פון עקבתא דמשיחא, זיין מיינונג איז אז דאס איז פון די זיבן וועלטס וואונדערליכע דעבאטעס וואס מענטשן הערן נישט אויף צו רעדן ווי כאילו ס'מיינט יענעם, אין די צייט וואס באמת זעמיר אלע אין זעלבן פעקל, ס'איז א פאנני פאראדאקס אז היימישע אינגעלייט רעדן פון וואס היימישע אינגעלייט טוען, און זענען אנגעווייטאגט אויף די מצב פון די היימישע אינגעלייט, און נאך אלס וועלן זיי אליינס ווייטער טון מפטירין כדאתמול כמעשי ה"היימישע אינגעלייט".

אויב איינער פארשטייט נישט וואס ער מיינט צו זאגן קען איך אים איבערפרעגן...

:shock: :shock:
;l;p- ;l;p-
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

קיווי סטראבערי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:מענטשען טוען דא וויי אונזער טייערע רבי אליעזר׳ן.

וויל איך אריין ווארפען א ווארט צו מחזק זיין רבי אליעזר׳ן. רבי אליעזר טייערער, חזק ואמץ ס׳גוט און וויכטיג וואס איר רעדט און איר האט א געוואלדיגע השפעה, און אייער קול קומט אן זייער ווייט אן.

ווי מער מען וועט רעדן פון די חתונה הוצאות, און ווי מער מענטשען וועלן רעדן דערפון, אלטס מער וועט עס אויפטוהן און האבן אן השפעה.

גם אני מצטרף
די גריסן וואס מ'הערט איבעראל זענען אומבאשרייבלעך, מענטשן קייען איבער די שמועסן אלל אווער, מענטשן פילן באמת אז ס'איז די אנהויב פון א דורכברוך!
אליעזר טייערער, לך בכחך זו והושיע את ישראל!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובה דורך Spokesman »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:מענטשען טוען דא וויי אונזער טייערע רבי אליעזר׳ן.

וויל איך אריין ווארפען א ווארט צו מחזק זיין רבי אליעזר׳ן. רבי אליעזר טייערער, חזק ואמץ ס׳גוט און וויכטיג וואס איר רעדט און איר האט א געוואלדיגע השפעה, און אייער קול קומט אן זייער ווייט אן.

ווי מער מען וועט רעדן פון די חתונה הוצאות, און ווי מער מענטשען וועלן רעדן דערפון, אלטס מער וועט עס אויפטוהן און האבן אן השפעה.

גם אני מצטרף
די גריסן וואס מ'הערט איבעראל זענען אומבאשרייבלעך, מענטשן קייען איבער די שמועסן אלל אווער, מענטשן פילן באמת אז ס'איז די אנהויב פון א דורכברוך!
אליעזר טייערער, לך בכחך זו והושיע את ישראל!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

זיינע שמועסן זענען טאלק אף טאון, עס וועט נישט גארנישט העלפן פאר די וואס ווילן זיך ווייטער אריינטינקען אין די פראבלעם, כאטש איינער רעדט שוין דערפון ברבים.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובה דורך א נייער »

זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב נאך נישט געהערט קיינמאל ר' אליעזר'ן נישט ווייל איך האב עפעס קעגן אים, נאר פשוט ווייל די אידן פון מיין דור קענען נישט ארויסקריכן ווען זיי רופן קול מבשר, איך פרוביר צו דרוקן קנעפלעך און איך הער נישט מער ווי אדווערטייזמענטס, איך קריך קיינמאל נישט ארויס, און דעמאלס דערמאן איך מיך דעם אלטן טריק פון דריקן דעם "ענד" באטטאן, און דאס ארבייט אלעמאל וואונדער.

איך לייען אבער דא ווייל איך קוק מיט וואונדער ווי 10 פעידזשעס מיט תגובות (אזוי מיין איך, ווייל מישנדיג פון דרייסיג צו פערציג זעה איך נאך אלס די ווארט "צענערענע" אויף די אגענדע) איז פיהל מיט לעבעדיגע דעבאטע איבער דעם צענערענע, זעה איך דאך אז דער איד מאכט א פיינעם ארבייט, ער ברענגט אנדערע צו טראכטן, און קאמענטירן, און אפשר עווענטועל וועט עס אויפטוהן אויך. כה לחי ר' אליעזר אדער וואס אימער אייער נאמען איז.

מיין אנדערע ניק האט יעצט נישט געקענט דא אריינקומען האט ער מיר געבעטן איבערצוגעבן בשמו אז די גאנצע ביליגע חתונה דעבאטע איז פשוט א מתנה פון באשעפער צו מאכן עקסערסייז מיטן מח פארן דור פון עקבתא דמשיחא, זיין מיינונג איז אז דאס איז פון די זיבן וועלטס וואונדערליכע דעבאטעס וואס מענטשן הערן נישט אויף צו רעדן ווי כאילו ס'מיינט יענעם, אין די צייט וואס באמת זעמיר אלע אין זעלבן פעקל, ס'איז א פאנני פאראדאקס אז היימישע אינגעלייט רעדן פון וואס היימישע אינגעלייט טוען, און זענען אנגעווייטאגט אויף די מצב פון די היימישע אינגעלייט, און נאך אלס וועלן זיי אליינס ווייטער טון מפטירין כדאתמול כמעשי ה"היימישע אינגעלייט".

אויב איינער פארשטייט נישט וואס ער מיינט צו זאגן קען איך אים איבערפרעגן...

;l;p- ;l;p- ;l;p- קום אריין דא אפטער דער עולם איז דא לעצטענס צו היציג
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

מפתח פון ר' אליעזר'ס שיעורים

תגובה דורך טיכטיגער »

1) פארווארט.
2)
3)
4)
5)
6)
7)
8) בענין: ווי צו קלויבן א ברענד ניו געגענט - נעמען א גוטע פירער - די שוועריגקייטן וואס קומען מיט, איז דאס טאקע שוועריגקייטן?
9) "די לכה דודי פראצעס" א גאר אייגענארטיגע שמועס.
10) די ערשטע בערך 18 מינוט איז אביסל קלארשטעלונג איבער לעצטע וואכעדיגע שמועס - אויך א שטיקל חזרה פון איין נקודה, און מיט דעים לייגט מען די נושא שלאפן. - נאכדעם איז דא אביסל וועגן די סעיפטי פון דשערזי סיטי, און וועגן די וואס האבן סעק 8 און פארמירן געגענטער צב"ש עלענוויל, פארוואס עס ארבעט זיך נישט אויס.
11) אלעס איבער לינדען ניו דשערזי - און א אינטערוויא מיט א קינד וואס וואיונט אין לינדען.
12) הערות איבער לינדען ניו דשערזי - און נאך.
13) א שטיקל הפסקה איין וואך וועגן דירות - ליתן ריווח בין פרשה לפרשה. THE ART OF THE DEAL חלק א. - ווייז נישט דיינע קארטלעך.
14) א ריפלעי פון די ערשטעע לייוו טעלעקאנפרענס.
15) די שמועס הייסט - אָהַבְתִּי אֶת אֲדֹנִי אֶת אִשְׁתִּי וְאֶת בָּנָי לֹא אֵצֵא חָפְשִׁי. [עס איז א שמועס איבער א שמועס וואס האט זיך געמאכט דא לעצטנס מיט @לעבעדיגע בערל און @יאצמעך. און בעיקר א תשובה צו @אנכי עפר ואפר].
16) הערות אויף ארט אף דע דיעל - פארשיקן די העליקאפטער - ישובים ארום ישיבות, קען זיך עס אויסארבעטן?
17) פון די טיש פון רבי אליעזר קרויס - און א שפאציר אין די היימישע סטעטן איילענד.
18) הערות איבער סטעטן איילענד. - און א שמועס איבער פרנסות.
19) קען מען טרעפן עפעס פאזעטיוו אויף סטעטן איילענד (איך רעד אביסעל פאזיטיוו) - א בליק אריין אין די גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא.
21) בענין: "מיין דשעלי - אדער דיין דשעלי".
22) הערות פון צוהערער - אן אונטערעסאנטע סטאדי אויף קעטערפילערס - ווער איז מיסטער רובאשקין?
23) א קאנפרענס אנאליז מיט רבי חיים עקשטיין וועגן די דירות קריזעס - און נאך.
24) ווי אזוי קענען די מאן און ווייב ארבעטן צוזאמען צו מופן - און וואס צו טון ווען איינער וויל נישט הערן דערפון.
25) וואס טוט זיך מיט די ארומיגע געגענטער? א חומש סעודה מיט 900 קינדער!
26) ארט אף דע דיעל חלק ב' - די קלייניקייטן זענען גרויסע זאכן.
27) הערות פון צוהערער.
28) ריפלעי פון לייוו טעלעקאנפרענס מיט רבי חיים עקשטיין.
29) באלטימאר - טשיקאגא - אהייא.
30) אידישקייט אין די נייע געגענטער - צו ווערט מען שוואכער אין אידישקייט ווען מען מופט ארויס?
31) וַיִּשְׁמַן יְשֻׁרוּן וַיִּבְעָט -- און פארוואס איך גיי נישט מיט קיין קראקס.
32) לאמיר צוזאמען מאכן א חסד פראדשעקט לכבוד די ימים נוראים הבעל"ט - הערות פון צוהערער.
33) די אמת פון די היימישע ישוב אין בלומינגבורג.
34) יעזורו דמאנטיסעלאו - וואס זעט מען אין דיע וואכעדיגע פרשה וועגן וואוינען אין קליינע דירות - א ניכטערן בליק אויף די פיוטשער פון בלומינגבורג.
35) ר' חיים עקשטיין
36) הערות פון צוהערער - און צו איז אויסגעהאלטן צו נעמען געלט צו רעדן פון געגענטער?
37) גיימיר קיין מאנטיסעלא?
38) א ריפלעי פון די לייוו טעלעקאנפרענס.
39) ריגעלע ריגעלע רוגז - כתיבה וחתימה טובה.
40) א ספעציעלע שמועס לכבוד חול המועד בענין מנהגים. די שטארקייט פון א מנהג - מנהג ישראל תורה - ווען זאגט מען א מנהג ברעכט א דין - אויב איז נתבטל די טעם צו ווערט בטל די מנהג - גייט מען נאך די מנהגים פון טאטע אדער מאמע - וואס מיינט אל תטוש תורת אמך - און וועגן די מנהג פון יא אדער נישט גיין מיט דשולערי יום כיפור.

חתונה מאכן
41) עס איז שוין העכסט צייט צו טון עפעס וועגן די ביטערע צרה פון חתונה קאסטן - וואס איז די לעזונג ?- איז בכלל דא לעזונג?
42) הערות פון צוהערער.
43) מען דעקט אויף אביסל פון די "לעזער קרויס חתונה פלאן" - וויפיל פון אונז ליידען ליידער אויף די גענעטישע מענטעל דיסארדער EWD (אי דאבעליו די)?
44) הערות פון צוהערער. - פארוואס פונקט חתונה פלענער, פארוואס נישט נידערן די סטענדארט און אלגעמיין. - א פלאן וויאזוי צו האנדלען מיט חתן כלה און מחותנים איבער שניידן הוצאות.
45) מזל טוב געשלאסן א שידוך! יעצט קומט א לחיים? ווארט? תנאים? וואס פעלט אויס און וואס איז איבריג?
לעצט פארראכטן דורך טיכטיגער אום פרייטאג אקטאבער 19, 2018 1:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ס'דערקענט זיך שטארק אויפ'ן וועלטל אז ס'איז בין הזמנים אויפ'ן וועלט!
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובה דורך טויגליכער איד »

להודיע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
אפשר זאל מען אנהייבען גיין קאשקעטלעך אין די וואכען ווייל די הוט קאסט צו טייער?


הלואי מי יתן והי'.
פארוואס דארף א טאטע מיט דריי בחורים קויפן דריי באזונדערע היטלעך פאר 200 דאלער איטש, וואס מדארף ריפלעיסן יעדן נייעם זמן ?

אהא.... אפשר באלט וועט איר אויכעט מחדש זיין אז מדארף אויך נישט גיין אין קאנטרי און מקען בלייבען אין די שטאט אין די זומערדיגע היצען ווען די גאסען זענען מלא זוהמא נארישקייט? אמער מקען זיך איינשפארען אפאר טאלער
יאך זעה שוין וואס דא טוצעך.


חס ושלום, אודאי דארף מען צאלן צען טויזנט דאללער פלאס פאר די ניין וואכן אין קאנטרי, דאס איז דאך פון די סאמע עקרי יסודות היהדות, ווי קען מען אפילו מפקפק זיין אין אזא הייליגע מושג.

און דאס איז דאך אוודאי פשוט אז די טויזענטער אידן וואס בלייבן אין שטאט, טונקען זיך און זוהמא און נארישקייט טעגליך.
און לכאורה וועט ער באלט אויכעט מחדש זיין אז מ'מוז ארבעטן שבת צו מאכן מער געלט, ער איז דאך נאר דא אונז אפצוטון און צו פארפירן פון אידישן וועג, נישט אזוי?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

להודיע האט געשריבן:
מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:הערה אויף שמועס 44 - (פון אנהייב) מאכט ר' אליעזר'ן אוועק די וואס ניצן די צאינה וראינה אויף תשעה באב, מיטן אויסרייד, אז מ'קען קויפן פאר אפאר דאללער א פשוטע קינות'ל. במחילת כבודו, ווייסט ער לכאורה נישט וואס דארט שטייט (ווי ער זאגט, ער האט קיינמאל נישט געזעהן) עס איז נישט בלויז מגילת איכה, ס'האט אן אייגנארטיג טייטש ווי אויך איז דא דערנאך גאנצע בלעטער פון עניני תשעה באב וחורבן, דאס טרעפט מען נישט אינעם "קינות'ל".


ס'איז גראדע דא צו קויפן פון עטרת אזא קליין קינות'ל מיט די גאנצע צאינה וראינה.

אין מוהרא"ש'ס קונטרסים קריגסט עס בחינם
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובה דורך טויגליכער איד »

טיכטיגער האט געשריבן:1) פארווארט...

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובה דורך shimon7323 »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:מענטשען טוען דא וויי אונזער טייערע רבי אליעזר׳ן.

וויל איך אריין ווארפען א ווארט צו מחזק זיין רבי אליעזר׳ן. רבי אליעזר טייערער, חזק ואמץ ס׳גוט און וויכטיג וואס איר רעדט און איר האט א געוואלדיגע השפעה, און אייער קול קומט אן זייער ווייט אן.

ווי מער מען וועט רעדן פון די חתונה הוצאות, און ווי מער מענטשען וועלן רעדן דערפון, אלטס מער וועט עס אויפטוהן און האבן אן השפעה.

גם אני מצטרף
די גריסן וואס מ'הערט איבעראל זענען אומבאשרייבלעך, מענטשן קייען איבער די שמועסן אלל אווער, מענטשן פילן באמת אז ס'איז די אנהויב פון א דורכברוך!
אליעזר טייערער, לך בכחך זו והושיע את ישראל!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-



גא"מ חזק ואמץ, האסט גוט שטארק ארויסגעברענגט ווי ערענסט די נעמסט אן קריטיק און אז עס ווערט דערנאך איבערגעשמועסט מיט רבנים, פאר ווייטער און ברענג ארויף געשמאקער שמועסן און נושאים וואס וועט העלפן די כלל.

די צד וואס פארפירט קעגן רעדט פון אייגענע געפיל וואס נישט יעדער דארף מיט טאנצן..
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:הערה אויף שמועס 44 - (פון אנהייב) מאכט ר' אליעזר'ן אוועק די וואס ניצן די צאינה וראינה אויף תשעה באב, מיטן אויסרייד, אז מ'קען קויפן פאר אפאר דאללער א פשוטע קינות'ל. במחילת כבודו, ווייסט ער לכאורה נישט וואס דארט שטייט (ווי ער זאגט, ער האט קיינמאל נישט געזעהן) עס איז נישט בלויז מגילת איכה, ס'האט אן אייגנארטיג טייטש ווי אויך איז דא דערנאך גאנצע בלעטער פון עניני תשעה באב וחורבן, דאס טרעפט מען נישט אינעם "קינות'ל".

ער מיינט מן הסתם אז עס איז היינט דא צו באקומען א קונטרס'ל פאר אפאר טאלער. זעה דא
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובה דורך געריבענער סוחר »

טענקס @טיכטיגער פארן מפתח, יעצט זעה איך אז דו ביסט טאקע א טיכטיגער אינגערמאן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:הערה אויף שמועס 44 - (פון אנהייב) מאכט ר' אליעזר'ן אוועק די וואס ניצן די צאינה וראינה אויף תשעה באב, מיטן אויסרייד, אז מ'קען קויפן פאר אפאר דאללער א פשוטע קינות'ל. במחילת כבודו, ווייסט ער לכאורה נישט וואס דארט שטייט (ווי ער זאגט, ער האט קיינמאל נישט געזעהן) עס איז נישט בלויז מגילת איכה, ס'האט אן אייגנארטיג טייטש ווי אויך איז דא דערנאך גאנצע בלעטער פון עניני תשעה באב וחורבן, דאס טרעפט מען נישט אינעם "קינות'ל".


מען קען קויפן צאינה וראינה "נאר" די קינות חלק פאר בערך 5$
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

בבל האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:עס חידושט מיר וואס זאכן וואס זענען ביי מיר דברים ידועים ווערט עפעס נישט ארויסגעברענגט דא
כ'האב געהערט פון מיין באבען תחי' לאוי"ש אז פארן קריג זענען געווען פילע פילע עלטערע מוידן ווייל זייערע עלטערן האבן פשוט נישט געהאט קיין נדן
ן

וועלכע שטאט האט באבי געוואינט גאליציע פוילן אנגארן רומעניע
שוין געפרעגט 2 אידן פין אנגארין זיי געדענקען נישט אזא זאך ווי נדן

פון נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז די וועלט געגאנגען כאדאראם, אויב נישט אינגאנצן איז למחצה לשליש ולרביע, ביז צו די ערשטע קריג (ווי די באבע ע"ה פלעגט זאגן) איז נדן געווען דער "סטענדערד" ס'איז אבער א נושא בפני עצמה ואין כאן המקום להאריך
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ראספשע האט געשריבן:אז איר האלט נישט ביים ברענגען קיין נעמען פון קיין תורה'דיגע אטאריטעטן, דאן האלט אייך מיט אייערע תביעות, ווער איז נייגעריג וואס דו האלסט איבער חתונה מאכן?, וואס מאכט דיך טראכטן אז דו וועסט זיין דער וואס וועט זיין דער מלאך המושיע?, סך גרעסערע און קלוגערע פון דיר האבן שוין פראבירט, און וואס איז געלונגען איז געלונגען און וואס נישט נישט


חסדי אבות איז טויזענט פערצענט גערעכט. עס איז א שאנדע ווי אזוי מיר נעמען אויף מענטשן וואס ווילן אונז העלפען!!!!
ר' אליעזר דערשרעקט אייך נישט פון די נעגאטיווע מענטשען!!! איך האב שוין אויך חתונה געמאכט און איך ווייס ווי וויכטיג עס איז אזעלכע אידן ווי רעב לעיזער צו ראטעווען דעם דור!!!
אלעס שיינע מנהגים אבער עד כדי מסירות נפש, אידן!! מענטשען באקומען ר"ל הארץ אטאקעס פון די אלע מנהגים!!!!!!!!!!

מען קען צולייגען די אלע מנהגים אבער יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז דער סטנענדערט גייט ארויף משנה לשנה און מען רופט עס "זיין נארמאל" און אז אלעס איז פונקט ווי אמאל... בעת אונזערע רבותינו ז"ל האבן געצינדען שבת ליכט אין קארטאפל קויפן מיר הויכשטאקיגע לייכטערס אודאי נאר לכבוד שבת און לכבוד חתן כלה!!!
קויפן א ש"ס און א שו"ע?? צו וואס??? אמאליגע צייטן איז אפשר נישט געווען גענוג אין ביהמ"ד האט מען געקויפט איינס, יעדער לערנט היינט אין ביהמ"ד, און אז איינער וויל אינדערהיים, זאל ער אליינס קויפן צאינה וראינה און ש"ס און לייכטערס!!! עס קומט מיר ארויף די בלוט אין קאפ ווען מענטשן זענען אזוי קארצזיכטיג!!!

גולם פון פראג האט געשריבן:און איך ווייס אויכעט פון תקנות וואס גדולי ישראל האבען איינגעפירט צו מצמצם זיין די הוצאות החתונה פאר די וואס קאנען זיך עס נישט ערלויבען
איך ווייס אבער נישט פון קיין עהרליכע אידען וואס מאכען חוזק פון מנהגי ישראל שיסודתם בהררי קודש

וואס מיינט דאס "יסודתם בהררי קודש"????? יעדע צווייטע תגובה זע איך נאכאמאל דעם ווארט............ אז א צדיק האט זיך אמאל נוהג געווען אדער געזאגט א שיינע טעם דערויף מיינט נישט אז מען מוז זיך נעמען דאס לעבן פאר דעם!!!!! אמאליגע צייטן האט מען אין אלגימיין נישט געהאט אזויפיל קינדער ווי היינט (אסאך נעבעך אוועק פון כל מיני קרענק, נישט געווען די היינטיגע מעדעצינען) און רענט האט נישט געקאסט 5 וואכן וועידזשעס, יא, רבנים האבן כסדר געמאכט תקנות טראץ די יסודתו בהררי קודש מנהגים, און היינט וועט מען אויך מאכן מנהגים, אז איר ווילט קויפן טייערע מנורות אתרוג פישקעס און בשמים ביקסלעך און לייכטערס הרשות בידכם אבער מאכט נישט דערפון א נחלת כלל אז יעדער זאל דאס מוזן קויפן פאר אלע 12 קינדער קע"ה.........
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

תגובה דורך פאראויס »

שכוח פאר דיין 20 מינוט שמועס (דראפבאקס וואויס נו''ט) תגובה. ס'ווייזט אז דו רעכנסט דיך מיטן עולם. ס'באדערט מיר נאר אז דו האסט פארברענגט אזויפיל צו פייטן פאר די איין נישט געלונגענעם פראזע דיינע ווען אין די צייט וואלסטו געקענט אנגרייטן חומר פאר נאך א קנאקעדיגן שיעור... (און אריינלייגן מער פילטערס אויף ענינים וואס רירן צו מנהגים אדער השקפה). ווען איך וואלט געווען אין דיין פלאץ און די דיין זאגט מיר אז ס'שמעקט עם אויך נישט אבער 'מ'מוז נישט' אויסמעקן ווייל ס'דאך ''נישט אזוי געפערליך'' וואלט איך עס יא געגעבן א מעק אויס מהיות טוב, און געגאנגען ווייטער. ס'איז א גרויסע ציבור און א גרויסע אחריות. און ס'וואלט געווען אסאך שנעלער ווי די 20 מינוט דראפבאקס תגובה און נאך...

שוין. מכאן ואילך חושבנא. כ'האף ביזט מיר מוחל אויב כ'בין געגאנגען צו שארף. איך האף צו ווייטער הנאה האבן פון דיינע הערליכע זאפטיגע שיעורים. אום פון יעצט, אנפילטערט און פילטערט ביינאזאם..

אליעזר קרויס האט געשריבן:עטליכע האבן געבעטן אז זיי ווילן האבן די תשובה וואס איך האב געשריבן אין קובץ עץ חיים בענין פארקויפן אויף אמאזון שבת ויו"ט. און חמץ בפסח.


טראמפ פלעגט זאגן אז ער גייט זיך שואל עצה זיין. מיט וועם? מיט זיין מיינ''ד...

מיינסט צו זאגן מיטן יעצט ארויפלייגן דיין תשובה אז דו ביזט אליין דער רב צו וועם דו רעדסט כסדר?...

אקעי. דאס איז אפשר נישט אין פלאץ. איך ציטער אז.. ר' אליעזר נעמט שוין נישט קיין ז'שאוק פון מיר...

איך בין בעצם א גרויסע פע''ן פאר ר' אליעזר'ן. און כ'האף צו קענען ווייטער זיין (נישט ווייל רעד מיך איין אז ער דארף מיך... פשוט במציאות.)

ווי כ'זאג שוין פון אנפאנג, חזק ואמץ. איך בין איבערצייגט אז הרב ר' אליעזר קען מאכן א דראסטישע טויש בעז''ה. וה' יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידו. נאר ער זאל קענען אויפטוהן בכשרונותיו הברוכים כאוות נפשו הטוב. די יעצטיגע נושא נעמט אריין כמעט אלע אלו דברים'ס שאדם אוכל פירותיהן בעוה''ז והקרן קיימת לו. אשריך.
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום מאנטאג אקטאבער 15, 2018 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

גולם פון פראג האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
אפשר זאל מען אנהייבען גיין קאשקעטלעך אין די וואכען ווייל די הוט קאסט צו טייער?


הלואי מי יתן והי'.
פארוואס דארף א טאטע מיט דריי בחורים קויפן דריי באזונדערע היטלעך פאר 200 דאלער איטש, וואס מדארף ריפלעיסן יעדן נייעם זמן ?

אהא.... אפשר באלט וועט איר אויכעט מחדש זיין אז מדארף אויך נישט גיין אין קאנטרי און מקען בלייבען אין די שטאט אין די זומערדיגע היצען ווען די גאסען זענען מלא זוהמא נארישקייט? אמער מקען זיך איינשפארען אפאר טאלער
יאך זעה שוין וואס דא טוצעך.

אודאי נישט, אלע גויים און גויעס גייען אנגעטון בצניעות ווי די תולדות אהר'נע ביז ווען מ'גייט און קאנטרי און אזוי אויך ווען מ'קומט אהיים פון קאנטרי, (זיי פרעגן זיך נאך ביי ר' דוד ראזענבערג פאר זיי קויפן קליידונג [אדער נישט קליידונג]) במילא איז א מצוה גדולה צו זיין אלע אנדערע זמנים אין וויליאמסבורג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

פאראויס האט געשריבן:שכוח פאר דיין 20 מינוט שמועס (דראפבאקס וואויס נו''ט) תגובה. ס'ווייזט אז דו רעכנסט דיך מיטן עולם. ס'באדערט מיר נאר אז דו האסט פארברענגט אזויפיל צו פייטן פאר די איין נישט געלונגענעם פראזע דיינע ווען אין די צייט וואלסטו געקענט אנגרייטן חומר פאר נאך א קנאקעדיגן שיעור... (און אריינלייגן מער פילטערס אויף ענינים וואס רירן צו מנהגים אדער השקפה). ווען איך וואלט געווען אין דיין פלאץ און די דיין זאגט מיר אז ס'שמעקט עם אויך נישט אבער 'מ'מוז נישט' אויסמעקן ווייל ס'דאך ''נישט אזוי געפערליך'' וואלט איך עס יא געגעבן א מעק אויס מהיות טוב, און געגאנגען ווייטער. ס'איז א גרויסע ציבור און א גרויסע אחריות. און ס'וואלט געווען אסאך שנעלער ווי די 20 מינוט דראפבאקס תגובה און נאך...

איך באקום "יעדע וואך" מעסעדשעס פון מענטשן "דאס שנייד - יענס שנייד". ס"ה האסטו עס געמאכט פאבליק און עס איז געווארן א דעבאטע. איך מעק גארנישט נאר אויב איך באקום א מעסעדש פון א רב וכדומה. אדער איך פארשטיי אליינס אז עס איז א פראבלעים. עס איז פשוט נישט שייך צופרידן צו שטעלן יעדן.

שוין. מכאן ואילך חושבנא. כ'האף ביזט מיר מוחל אויב כ'בין געגאנגען צו שארף. איך האף צו ווייטער הנאה האבן פון דיינע הערליכע זאפטיגע שיעורים. אום פון יעצט, אנפילטערט און פילטערט ביינאזאם..

אליעזר קרויס האט געשריבן:עטליכע האבן געבעטן אז זיי ווילן האבן די תשובה וואס איך האב געשריבן אין קובץ עץ חיים בענין פארקויפן אויף אמאזון שבת ויו"ט. און חמץ בפסח.


איך האב עס היינט באקומען פון די מערכת אין א PDF - עטליכע האב איך געאישיט די נאמען פון די רב וואס איך האב געפרעגט.

טראמפ פלעגט זאגן אז ער גייט זיך שואל עצה זיין. מיט וועם? מיט זיין מיינ''ד...

מיינסט צו זאגן מיטן יעצט ארויפלייגן דיין תשובה אז דו ביזט אליין דער רב צו וועם דו רעדסט כסדר?...

אקעי. דאס איז אפשר נישט אין פלאץ. איך ציטער אז.. ר' אליעזר נעמט שוין נישט קיין ז'שאוק פון מיר...

א גוטע דשוק נעם איך אייביג אן

איך בין בעצם א גרויסע פע''ן פאר ר' אליעזר'ן. און כ'האף צו קענען ווייטער זיין (נישט ווייל רעד מיך איין אז ער דארף מיך... פשוט במציאות.)

ווי כ'זאג שוין פון אנפאנג, חזק ואמץ. איך בין איבערצייגט אז הרב ר' אליעזר קען מאכן א דראסטישע טויש בעז''ה. וה' יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידו. נאר ער זאל קענען אויפטוהן בכשרונותיו הברוכים כאוות נפשו הטוב. די יעצטיגע נושא נעמט אריין כמעט אלע אלו דברים'ס שאדם אוכל פירותיהן בעוה''ז והקרן קיימת לו. אשריך.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובה דורך להגדיל שמו »

lebediger berel האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
אפשר זאל מען אנהייבען גיין קאשקעטלעך אין די וואכען ווייל די הוט קאסט צו טייער?


הלואי מי יתן והי'.
פארוואס דארף א טאטע מיט דריי בחורים קויפן דריי באזונדערע היטלעך פאר 200 דאלער איטש, וואס מדארף ריפלעיסן יעדן נייעם זמן ?

אהא.... אפשר באלט וועט איר אויכעט מחדש זיין אז מדארף אויך נישט גיין אין קאנטרי און מקען בלייבען אין די שטאט אין די זומערדיגע היצען ווען די גאסען זענען מלא זוהמא נארישקייט? אמער מקען זיך איינשפארען אפאר טאלער
יאך זעה שוין וואס דא טוצעך.

אודאי נישט, אלע גויים און גויעס גייען אנגעטון בצניעות ווי די תולדות אהר'נע ביז ווען מ'גייט און קאנטרי און אזוי אויך ווען מ'קומט אהיים פון קאנטרי, (זיי פרעגן זיך נאך ביי ר' דוד ראזענבערג פאר זיי קויפן קליידונג [אדער נישט קליידונג]) במילא איז א מצוה גדולה צו זיין אלע אנדערע זמנים אין וויליאמסבורג

חחח
און מען דארף האלטען קאפ, אז מען טאר נישט אוועק מופען פון וויליאמסבורג.

נ. ב. איך נעם נישט קיין צד אין די גאנצע נושא. אלץ א גאסט אין די אשכול קימט אסאך צו לאכען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
פארשפארט

צוריק צו “קול מבשר”