אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ענדליך ארויסגעקומען photos פון הרב אליעזר קרויס [ביים אסיפה אין בעלז ב״פ].

דאסמאל האט ער געגעבן רשות?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

מקען הערן די אסיפה אין בעלז אויף קול בעלז 718-305-5885 #5-4-8-10
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

לדעתי האט געשריבן:א שיינע חיזוק שמועס אויף לימוד התורה, [די התפעלות פון הונדערט טויזענט מענטשן וכו' וכדו', כאפט מיר בכלל נישט, מיין רבי האט ארויפגעשמירט אן אויל אויף זיינע תלמידים וחסידים'ס הערצער, נישט צו ווערן נתפעל פון א זאך וואס איז קעגן די תקנות החת"ס, אדער שייכות מיט אגודה].

אבער די גמ' וואס דו ברענגס צו אז ב"ש און ב"ה האבן זיך משדך געווען און זיך אויסגעמישט מיט די הלכות/מנהגים, איז נישט אמת.
זיי האבן זיך טאקע משדך געווען אבער זיין האבן זיך קודם נאכגעפרעגט אויפן מדוברת צו זי איז א כשר קינד לפי שטתם, און אויך האבן זיי נאר גענומען "פרויען" נישט קיין "מענער", כדי נישט ממשיך צו זיין די הלכה ביי זייערע קינדער.

פשוט הוא, אבער זיי האבן נישט חושש געווען אז זייערע אייניקלעך וועלן (ח"ו) עובר זיין אויף אזעלכע הארבע איסורים.

יעצט דו שרייבסט דא וועגן נעמען דוקא פרויען נישט ממשיך צו זיין וכו' - פון וואו נעמסטו עס?
לעצט פארראכטן דורך אליעזר קרויס אום מיטוואך יאנואר 08, 2020 6:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:אבער די גמ' וואס דו ברענגס צו אז ב"ש און ב"ה האבן זיך משדך געווען און זיך אויסגעמישט מיט די הלכות/מנהגים, איז נישט אמת.
זיי האבן זיך טאקע משדך געווען אבער זיין האבן זיך קודם נאכגעפרעגט אויפן מדוברת צו זי איז א כשר קינד לפי שטתם, און אויך האבן זיי נאר גענומען "פרויען" נישט קיין "מענער", כדי נישט ממשיך צו זיין די הלכה ביי זייערע קינדער.

פשוט הוא, אבער זיי האבן נישט חושש געווען אז זייערע אייניקלעך וועלן (ח"ו) עובר זיין אויף אזעלכע הארבע איסורים.

יעצט דו שרייבסט דא וועגן נעמען דוקא פרויען נישט ממשיך צו זיין וכו' - פון וואו נעמסטו עס?

ס'שטייט 'נשאו נשים'.

קומט אויס אז די אייניקליך זענען געווען פון ב"ה, האבן זיי זיכער נישט אנגענומען ווי ב"ש, ווי די גמ' זאגט ווייטער אויף רבן גמליאל אז ס'קען נישט זיין אז ער האט געטוהן ווי ב"ש, ווייל ער איז געווען מבני בניו של הלל.
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

לדעתי האט געשריבן:

א שיינער חלום האב איך געהאט... :lol:
די ב"ש האבן אויך גענומען 'נשים', מידאך זיין אז ב"ה האבן געהאט איידעמער פון ב"ש.

זאל גיין אויפן אקאנט פון פטפוטי אורייתא...
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

לדעתי האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:אבער די גמ' וואס דו ברענגס צו אז ב"ש און ב"ה האבן זיך משדך געווען און זיך אויסגעמישט מיט די הלכות/מנהגים, איז נישט אמת.
זיי האבן זיך טאקע משדך געווען אבער זיין האבן זיך קודם נאכגעפרעגט אויפן מדוברת צו זי איז א כשר קינד לפי שטתם, און אויך האבן זיי נאר גענומען "פרויען" נישט קיין "מענער", כדי נישט ממשיך צו זיין די הלכה ביי זייערע קינדער.

פשוט הוא, אבער זיי האבן נישט חושש געווען אז זייערע אייניקלעך וועלן (ח"ו) עובר זיין אויף אזעלכע הארבע איסורים.

יעצט דו שרייבסט דא וועגן נעמען דוקא פרויען נישט ממשיך צו זיין וכו' - פון וואו נעמסטו עס?

ס'שטייט 'נשאו נשים'.

קומט אויס אז די אייניקליך זענען געווען פון ב"ה, האבן זיי זיכער נישט אנגענומען ווי ב"ש, ווי די גמ' זאגט ווייטער אויף רבן גמליאל אז ס'קען נישט זיין אז ער האט געטוהן ווי ב"ש, ווייל ער איז געווען מבני בניו של הלל.

אבער עס שטייט אויך אז ב"ה האט גענומען נשים.... עפעס האב איך ווראנג?
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

לדעתי האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:א שיינער חלום האב איך געהאט... :lol:
די ב"ש האבן אויך גענומען 'נשים', מידאך זיין אז ב"ה האבן געהאט איידעמער פון ב"ש.

זאל גיין אויפן אקאנט פון פטפוטי אורייתא...

אליעזר קרויס האט געשריבן:אבער עס שטייט אויך אז ב"ה האט גענומען נשים.... עפעס האב איך ווראנג?

היינו הך.
ביזט גערעכט, כ'האב געהאט א פאלשע טוויסט. און שפעטער זיך געכאפט.
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

לדעתי האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:א שיינער חלום האב איך געהאט... :lol:
די ב"ש האבן אויך גענומען 'נשים', מידאך זיין אז ב"ה האבן געהאט איידעמער פון ב"ש.

זאל גיין אויפן אקאנט פון פטפוטי אורייתא...

אליעזר קרויס האט געשריבן:אבער עס שטייט אויך אז ב"ה האט גענומען נשים.... עפעס האב איך ווראנג?

היינו הך.
ביזט גערעכט, כ'האב געהאט א פאלשע טוויסט. און שפעטער זיך געכאפט.

טענקס
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

הכנסות כלה קרן, קליינע אינוועסטמענט מיט ריזן רווחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שלום וברכה
ר אליעזר קרויס , האט די וואך א איידיע וועגן א dj סיסטעם, סזאל קאסטן ביליג,
די סיבה פארוואס א dj קאסט $999 איז ווייל סקאסט אסאך די ספיקערס און נאך, בערך $30,000
ער עצהט אז מען זאל מאכן א גא פאנד מי קאמפיין אויסצוצאלן א גיטע dj סיסטעם פאר 30,000 $
סא די אינגערמאן וואס גייט אראפגיין צו חתונות אויפסעטן יעדע נאכט וועט נישט האבן אינוועסטירט קיין געלט, ממילא וועט עס נאר קאסטן וויפיל א אינגערמאן בעט פאר ארבעטן באנאכט( אפילו מען זאל צאלן $50 א שעה און סוועט זיין גאנצע 12 שעה איז עס $600, נישט שלעכט פאר א אינגערמאן )
די אינגערמאן וועט קענען אויך פארלייענען גראמען פאר נאך אפאר דאלער
די קרן פון 30 אלפים וועט העלפן שפארן יעדע נאכט לכה"פ $2,000

ווער עס וויל קען אויפסעטן א גא פאנד מי קאמפיין ביי די חסד פאנד, סדארף זיין קלארע גיידליינס וואס מען קען טיען מיט די געלט, פאר וועם וועט באלאנגען די אקוויפמענטס, ווער סוועט מאכן די החלטות, איינער א יחיד איז מכובד אויפצוסעטן די חסד פאנד
https://thechesedfund.com/
אינטערשטע שורה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 11:44 pm

הכנסות כלה קרן, קליינע אינוועסטמענט מיט ריזן רווחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערשטע שורה »

אויב מעג מען גיין נאך א טריט ווייטער. איינע פין די שטארקע מניעות פין גיין מיט די תקנות איז ''חתן כלה ''וויבאלד זיי זענען די וואס
באקומען עס נישט
ברויך מען מאכן א ''גא פאנד מי ''אז יעדע חתן כלה וואס גייט מיט די תקנות בכל פרטיה ווי ביליגע שטריימעל .נישט תנאים .נישט קיין
ברעסלעט .זייגער .וכו' וכו' זאל באקומען במשך די שנה ראשונה $300 יעדע חודש סך הכל $3000
דאס וועט געבן די שטארקע שטופ זיי זאלן דאס העלפן שטופן אין דאס וועט אויך געבן א שטופ פארן גמליאל'טע
כן נראה לענ''ד
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

לכבוד ר' אליעזר קרויס....
איך בין פון דיינע צוהערערס אויף ק"מ און איך האב זייער הנאה פון דיינע שיעורים על פי רוב
אבל ברם דא לעצטענס קוקט אויס ווי דו האסט אנגעהויבן צו נעמען צום הארצן וואס מענטשן זאגן דיר :-( (אפשר נאר עלטערע) אבער דו דארפסט אויף הערן צו זיך צוטוען מאכן וואס מענטשן זאגן דיר ("ליין פארן דיר אריין")
הצלחה רבה
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:לכבוד ר' אליעזר קרויס....
איך בין פון דיינע צוהערערס אויף ק"מ און איך האב זייער הנאה פון דיינע שיעורים על פי רוב
אבל ברם דא לעצטענס קוקט אויס ווי דו האסט אנגעהויבן צו נעמען צום הארצן וואס מענטשן זאגן דיר :-( (אפשר נאר עלטערע) אבער דו דארפסט אויף הערן צו זיך צוטוען מאכן וואס מענטשן זאגן דיר ("ליין פארן דיר אריין")
הצלחה רבה

;l;p- גא"מ
טעיק איט איזי
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

בכלל נישט שלעכט די דעלעוועיר איידיע, אפסטעיט דעלעוועיר איז אפשר נישט אינטערעסאנט, ס'ביליגע געגנטער.

אבער אינמיטן דעלעווער איז דא הערליכע שפרודלדיגע געגנטער, עפפארדעבל ריזיגע הייזער, און ביליג טעקסעס.

https://www.zillow.com/homedetails/480- ... 0320_zpid/
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

ר' יום טוב האט געשריבן:בכלל נישט שלעכט די דעלעוועיר איידיע, אפסטעיט דעלעוועיר איז אפשר נישט אינטערעסאנט, ס'ביליגע געגנטער.

אבער אינמיטן דעלעווער איז דא הערליכע שפרודלדיגע געגנטער, עפפארדעבל ריזיגע הייזער, און ביליג טעקסעס.

https://www.zillow.com/homedetails/480- ... 0320_zpid/

עס איז דא צענליגע הייזער אזוי?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ירנן האט געשריבן:

יא,
דאס איז א אנדערע געגנט אביסל אראפציהיר.
https://www.zillow.com/homedetails/44-S ... 6123_zpid/
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ר' יום טוב האט געשריבן:בכלל נישט שלעכט די דעלעוועיר איידיע, אפסטעיט דעלעוועיר איז אפשר נישט אינטערעסאנט, ס'ביליגע געגנטער.

אבער אינמיטן דעלעווער איז דא הערליכע שפרודלדיגע געגנטער, עפפארדעבל ריזיגע הייזער, און ביליג טעקסעס.

https://www.zillow.com/homedetails/480- ... 0320_zpid/

Wow r we crazy
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

טעקס פאר אזא סארט הויז איז בערך 2,500 א יאר אלעס אריינגערעכנט.....
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ר' יום טוב האט געשריבן:טעקס פאר אזא סארט הויז איז בערך 2,500 א יאר אלעס אריינגערעכנט.....

In monroe it would be around 20 000
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:בכלל נישט שלעכט די דעלעוועיר איידיע, אפסטעיט דעלעוועיר איז אפשר נישט אינטערעסאנט, ס'ביליגע געגנטער.

אבער אינמיטן דעלעווער איז דא הערליכע שפרודלדיגע געגנטער, עפפארדעבל ריזיגע הייזער, און ביליג טעקסעס.

https://www.zillow.com/homedetails/480- ... 0320_zpid/

Wow r we crazy

נישט ממש, אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך באוויסט אז עס זענען דא דריי זאכן וואס באשטימען די פרייז פון א שטיקל ריל עסטעיט. לאמיר זיי אויסרעכענען צוביסלעך:

1)לאקאציע

2) לאקאציע

3)לאקאציע!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גאר אט שטארקע שמועס געווען פארלאפענע דאנערשטאג
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

ר' אליעזר
איז די שיעור פארגעסן געווארן דיע וואך ?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הכל בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל דא אויסגיסן מיינע איידיעס וואס עס איז מיר בייגעפאלן הערנדיג די שיעור פון הרב אליעזר קרויס נירו יאיר וואס ער האט געגעבן די וואך פרשת תרומה אויף קול מבשר בנוגע סעלף-קאנפידענס.

ער האט ארויסגעברענגט א נקודה.

וואס איך שרייב איז מיין אייגענע געפיל וואס ס'מיינט סעלף קאנפידענס, און וויאזוי סעלף קאנפידענס איז וויכטיג עס זאל זיך געפינען אין א מענטש. און איך וויל ארויסברענגען אז איך האלט - לפום ריהטא - אז ס'פעלט סעלף קאנפידענס, און אז מ'דארף דאס יא אויפבויען.

לאמיר קודם זאגן וואס איך פארשטיי וואס ס'מיינט אז מ'האט נישט סעלף קאנפידענס. נישט האבן סעלף קאנפידענס מיינט אז דער מענטש פרעגט אפ זיינע מעגליכקייטן וואס יעדער באזעסענער מענטש וואלט פארשטאנען אז ער האט יא געהעריג די כוחות דאס צו טון. דאס מיינט אז מיר דרויסנדיגע מענטש וועלן זעהן אז דער מענטש פרעגט אפ אין זיך א זאך וואס ער קען קלאר יא. מיר אלע ווייסן אז דער מענטש וואלט עס יא געקענט טון, נאר מיר זעען אז דער מענטש ווענד עס אפ פאר גארנישט און פאר נישט. (בעוונינו הרבים) דאס איז וואס מיר זעען.

דאס מיינט אז מיר זעען אז דער מענטש פרעגט אפ זיינע מעגליכקייטן וואס ער קען קלאר יא טון. דא קומט אריין דער דרויסנדיגער מענטש, און ער זאגט פאר'ן מענטש פארשידענע זאכן מיט'ן ציהל אז דער מענטש זאל אויפהערן זיך אפצואווענדן זאכן וואס ער קען קלאר יא טון.

ווען מיר זעען אז א מענטש ווענד אפ זאכן וואס דער שכל געט מיט אז ער וואלט עס געקענט רואיגערהייט באווייזן. און מיר זעען אז ער ווענד עס אפ. פארשטייען מיר אז דער מענטש האט - ערגעץ וואו - זיך און די וועלט אפגעלערנט פאלש. און מיר לערנען אים די ריכטיגע וועג וויאזוי צו פארשטיין פארשידענע זאכן וואס זאלן אים אוועקנעמען פון די שלעכטע מידה פון זיך אפפרעגן זאכן וואס ער קען יא.

יעצט וועל איך שרייבן וואס ס'מיינט צופיל זעלבסט-זיכערקייט, ס'מיינט "אויב איך האב פארשטאנען אזוי און אזוי מיינט עס אז ס'איז פאקטיש אזוי און אזוי". און דער מענטש וועט שטעלן פארשידענע שריט וואס וועלן זיך אויסלאזן מיט א דורכפאל, וואס גייען מיר זאגן: דער מענטש האט זיך איינגערעדט אין זיך אליין. ער האט געמיינט אז ער קען, און ער קען נישט.

יעצט לאמיר שרייבן וואס ס'מיינט א נארמאלער זעלבסט קאנפידענס. א נארמאלער זעלבסט קאנפידענס מיינט, אז אויף עפעס אן אופן פאלט בכלל נישט ביי ביים מענטש אויף נארמאלע זאכן אז ער קען עס נישט טון. דאס מיינט א נארמאלער זעלבסט-קאנפידענס.

ווען א מענטש וויל עפענען א געשעפט אויף לי עוועניו, און ער שפירט ביי זיך וואקלדיג, און ער מאכט זיך נישט וואוסנדיג דערפון, ווייל "איך האב סעלף קאנפידענס". דאס מיינט סעלף קאנפידענס? ביסט דאך נישט קאנפידענס?

יעצט, אויב דו ווילסט דיך אפהיטן פון דורכפאלן דורכ'ן האבן ווייניג סעלף קאנפידענס, איז דאס אליין דיין דורכפאל.

די דורכפאל וואס איז געשעהן ווייל ער האט גענומען א קורס אויף סעלף קאנפידענס איז דען געקומען פון האבן א נארמאלער געזונטער סעלף קאנפידענס. פונקט אזוי ווי דו קענסט נישט זאגן אז ס'איז געקומען ווייל ער האט געזעהן מיט ביידע אויגן. סעלף קאנפידענס איז א זאך וואס דארף זיך געפונען אין א מענטש וואס איז נפשיות'דיג געזונט. און עס געפונט זיך נישט אין א מענטש וואס דארף זיך אויסהיילן.

סעלף קאנפידענס מיינט נישט אז דער מענטש מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון זיינע אומזיכערקייטן. נישט דאס מיינט סעלף קאנפידענס. סעלף קאנפידענס מיינט אז ס'פאלט אים נישט ביי "איך קען נישט" אויף זאכן וואס ער קען יא.

ווען דו זעהסט א מענטש וואקן אויפן גאס און פאַר יעדע טריט וואס ער שטעלט מאכט ער זיכער צו די ערד איז גענוג שטארק ער זאל דערין נישט איינזינקען, וואס פאלט דיך ביי אויף דעם מענטש? אז עפעס האט אים צערידערט. ווען דו זעהסט א מענטש וואס טוט עס נישט, נאר ער וואקט ברצף אחד, וואס טראכסטו אויף אים? אז ער האט וואס? ער האט גארנישט. גארנישט האט אים נישט צערודערט.

ווען א מענטש באקומט איינגערעדטע זעלבסט-זיכערקייט, מיינט עס - לויט ווי איך פארשטיי יעצט - אז דער מענטש מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון זיינע ספיקות וואס ער האט אויף א זאך. וויאזוי קען זיין אז א מענטש זאל דורכפאלן האבנדיג א געזונטע נפש? ווייל ער האט געהאט א געזונטע נפש? פארשטייסט מיין קשיא.

א געזונטע זעלבסט-זיכערקייט ארבעט אזוי. אז וואס עס פאלט ביי פאר'ן מענטש צו טון, און ער האט נישט קיין אמת'ע סיבה אז ער קען עס נישט טון, וועט ער עס יא טון. און ער וועט זיך פארלאזן אויף השי"ת.

מיין אונטערשטע שורה איז, אז ס'איז יא וויכטיג צו האבן א געזונטע סעלף קאנפידענס. איי אויב דו וועסט האבן קאנפידענס וועסטו דורכפאלן? נו, בעט דעם אייבערשטער. ביסט א מלאך? דו ווילסט זיין אויף די זיכערסטע זייט?

ווייניג זעלבסט זיכערקייט איז א שטות גדול ונורא מאוד. ס'איז א שטות. דער רבש"ע האט באשאפן די וועלט לשבת יצרה. ווען א מענטש זאל זיך זעהן פון אינדרויסן און זעהן ווי נאריש ס'איז אז ער קווענקלט אהער, קווענקלט אהין. כאילו ער האט באשאפן די וועלט. און ער דארף זיין אויף די זיכערע זייט. ס'איז אזוי ווי א יונגער מענטש דרייט זיך מיט א שטעקן. אדער א מענטש וואס זעהט געהעריג טוט זיך אן גלעזער. ס'איז א שטות. א מענטש איז אומגעזונט נפשיות'דיג נעבעך. דאס אלעס. ער האט א גראבער איך, דאס אלעס.

לבי אומר לי אז אמאליגע תמימות'דיגע יודן, האבן געהאט מער זעלבסט-זיכערקייט. פארוואס? ווייל זיי האבן געהאט תמימות.

אויב דו קענסט עפעס, קענסטו עס. בעהט דעם אייבערשטן און שוין.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זייער שיין, נשמה'דיג.

אויב איך מעג מוסיף זיין א שטיקל ביאור צו דיין נקודה: כ'האב אמאל געזען אין איינעם פון די ספרי מחשבה, אז ס'איז נישט דא אזא זאך איינער טוט מער וויפיל מ'דארף. אויב טוסטו מער, מיינט עס בהכרח אז דו טוסט פון עפעס אנדערש ווייניגער - המוסיף גורע איז אין בוכשטעבליכן זין.

צב"ש, על פי הלכה דארף מען געבן פאר צדקה פון מעשר ביז א חומש. יעצט אויב וועט איינער געבן האלב פון זיין פארמעגן, האט ער דאך לכאורה געטון מער וויפיל מ'דארף, נישט אזוי? יא, כלפי צדקה האט ער געטון מער, אבער יעצט גייט ער האבן ווייניגער, און ער גייט נישט קענען צב"ש אויסהאלטן געהעריג זיין משפחה לויט ווי ער איז מחויב מצד הדין. קומט אויס אז ער בעצם טוט ער ווייניגער ווי דער הלכה.

אזוי איז אויך מיט יעדער מדה, ווי דער רמב"ם שרייבט אז א מענטש דארף גיין אויפ'ן מיטלוועג. אויב גייט מען צום עקסטרעם פון טון מער, איז עס א דירעקטער גורם ער זאל טון ווייניגער פון עפעס אנדערש.

אין דער צייט וואס א מענטש טאר נישט אומפאלסיוו און טון זאכן אומאויסגערעכנט, ווייל דאס איז א בילעט צו דורכפעלער, טאר ער אויך צופיל אויסרעכענען זיינע שריט מיט צענדליגע ספיקות אויף יעדער זאך, ווייל דאס וועט אים פונקט אזוי ברענגען צו דורכפעלער - ער וועט נישט קענען זיין סוקסעספול מיט פשוט'ע זאכן און פליכטן וואס יעדער מענטש טוט.

ס'איז אלזא נישט אז ער רעכנט צופיל אויס זיינע שריט, נאר אז ער פירט אויס צו ווייניג זאכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

איך האב א דזשענערעל הערה אויפן גאנצען שמועס וועגן סעלף קאנפידענס.

ווי רעב לעזער אליינס זאגט אינעם שמועס האלט ער זיך פין די מענטשען וואס האבן גענוג סעלף קאנפידענס, אין ווי עס שיינט פין זיינע ווערטער ווייסט ער נישט פין קיין מענטשען וואס האבן געליטען פין לאו סעלף קאנפידענס אין האבן זיך ב"ה סאקסעספאלי געהאלפען.

די מציאות איז, אז עס איז דא אסאך מענטשען וואס ליידען פין דעם, אין האבן פארתכלוועט א שיין חלק פין זייער לעבען צוליב זיך נישט קענען ארויסברענגען וואס אין ווער זיי זענען, אבער אנדערע האבן זיך יא ב"ה געהאלפען אין פירען א געזינטע לעבען.

עלטערן געבן דעס גרינג איבער פאר די קינדער אין עס קען אזוי אנגיין פאר דורות.

צי זאגן אז מזאל זיך נישט פרובירען צי העלפן ווייל עס איז דא מענטשען וואס האבן נישט ריכטיג געניצט די טאלס וואס מ'האט זיי געגעבען, מיין איך איז א טעות, אין איך קלער אז עס קומט מחמת חסרון ידוע אין דעם נושא.
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

בעז"ה היינט קומט א לענגערע שמועס בענין סעלף קאנפעדענסץ האפענטליך וועט אסאך זאכן ווערן אויסגעקלארט.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”