אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'האב געבעטן די כאפער זאלן כאפן, אבער דער הרב קרויס (וועא"מ) האט זיך האסטיג אוועקגערוקט אין א זייט...

נישט גע'דאגה'ט, ס'דא פיינע בילדער.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

נא אהער דערמיט
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'הערוואדעזאגסט
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

היינט איז מאנטאג! האט ער שוין געזאגט זיין דרשה?
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

וויי-פיי האט געשריבן:היינט איז מאנטאג! האט ער שוין געזאגט זיין דרשה?

יא, האט אן אינטערוויו מיט א בילדער פון מאנסי ר' אברהם. (אהן קיין לעצטע נאמען..)
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

די װעג װיזױ ער approached די קלאץ קשיא פון חן מקום על יושביו איז עפעס הפלא ופלא
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

כדי צו הערן זיין אינטערוויו מיטן בויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב דאס שוין לאנג גע'טענה'ט נאר ס'האט מיר געפעלט די ריכטיגע כלים דאס ארויס צו ברענגען, ארום פופציג ביז הונדערט טויזענט דאללער וואס מ'לייגט אריין אין דורכשניטליכע דירה איז לוקסוס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

lebediger berel האט געשריבן:כ'האב דאס שוין לאנג גע'טענה'ט נאר ס'האט מיר געפעלט די ריכטיגע כלים דאס ארויס צו ברענגען, ארום פופציג ביז הונדערט טויזענט דאללער וואס מ'לייגט אריין אין דורכשניטליכע דירה איז לוקסוס


גם אני בחלומי. . .

די אמת'ע זאך וואס מען דארף רעדן, איז לעבן אויף א בוזעט [BUDGET], דעס האט גארנישט צוטאן מיט ווי מען וואוינט, נאר געווענטלעך א שטאט וואס די רענט איז הויעך, מיינט אז די מענטשן לעבן א פארשוועדיש לעבן, אפילו די גראסערי איז ביליגער, די פראבלעם איז א ווען מען מופט ארויס, נעמט מען זיך אליינס מיט, אין די פרייזן גייען אויכט ארויף וכו'.

אגב איך האב נאך נישט אויסגעהערט וואס ער האט צו זאגן
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

וויי-פיי האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:כ'האב דאס שוין לאנג גע'טענה'ט נאר ס'האט מיר געפעלט די ריכטיגע כלים דאס ארויס צו ברענגען, ארום פופציג ביז הונדערט טויזענט דאללער וואס מ'לייגט אריין אין דורכשניטליכע דירה איז לוקסוס


גם אני בחלומי. . .

די אמת'ע זאך וואס מען דארף רעדן, איז לעבן אויף א בוזעט [BUDGET], דעס האט גארנישט צוטאן מיט ווי מען וואוינט, נאר געווענטלעך א שטאט וואס די רענט איז הויעך, מיינט אז די מענטשן לעבן א פארשוועדיש לעבן, אפילו די גראסערי איז ביליגער, די פראבלעם איז א ווען מען מופט ארויס, נעמט מען זיך אליינס מיט, אין די פרייזן גייען אויכט ארויף וכו'.

אגב איך האב נאך נישט אויסגעהערט וואס ער האט צו זאגן


ער רעדט פון דעם וואס עס קאסט דאס וואס מען "לייגט אריין אין" די דירה, נישט דער פרייז פון פראפערטי
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

IYH most of the issues that were brought here will be addressed in the coming episodes.

Would love to hear from blue moon what he reefers to when he says

קוק דיך אביסעל פָאר, מאך אַביסל ריסערדזש, און זיי אביעקטיוו.

I have no problem when someone criticize - but he should pls explain. especially when its such a strong statement from his side.

I dont have a yiddish keyboard now, but I will anwere some here IYH
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

Wow
ברוך הבא! מאכט אייך היימיש...
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

שלום עליכם ר' אליעזר.
איר זאלט וויסן אז דער עולם אין ביהמ"ד איז אויף מיט אייערע אנאליזן, די מהפכה וואס איר מאכט איז אין לשער!
לך בכחך זו והושיע את ישראל!
אוועטאר
משה בינג
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2018 3:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בינג »

ברוך הבא ר׳ אליעזר
מאכט אייך באקוועם דא איז נאכנישט טייער :wink:
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אליעזר קרויס האט געשריבן:IYH most of the issues that were brought here will be addressed in the coming episodes.

Would love to hear from blue moon what he reefers to when he says

קוק דיך אביסעל פָאר, מאך אַביסל ריסערדזש, און זיי אביעקטיוו.

I have no problem when someone criticize - but he should pls explain. especially when its such a strong statement from his side.

I dont have a yiddish keyboard now, but I will anwere some here IYH


ברוך הבא ר' אליעזר איך בין אייך גרייט צו מאכן א אפיל צו ספאנסערן א אידיש קיבארד (האט איר געגלייבט ווי איר קענט אנקומען ווען איר זענט ארויף אויף קול מבשר?) דזשאסט קידינג.
עס וועט זיין א מחי' צו קאנפערירן דא אויפן פארום, הלואי זאלן מיר האבן געהעריג צייט דערצו.
מאכט אייך היימיש, אייוועלט וועט זיין א ישועה פאר די וואס וועלן וואוינען צען אידן אין א דערפל, ווער דארף לעבעדיגע עכעטע פאני חברים אין שול, ווען מען קען האבן נארמאלע ווירטואלע חברים דא אויף אייוועלט (קידינג עגעין)
לך בכחך זה והושעת את ישראל, קיפ איט גאויאינג, איי עם אל וויט יו איווען ווען איי דיסעגרי (צו-וואס דארף איך א אידיש קיבארד צו קענען שרייבן ענגליש ? גיי ווייס)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

שלום עליכם ר' אליעזר, מאכט אייך באקוועם און קומט אריין קלאר....

איך מוז דיר גראטולירן פאר דיין קוראזש זיך ארויסצושטעלן ברבים און זאגן דעם אמת אין פנים אריין... הגם איך בין נישט מסכים מיט אלעס וואס דו זאגסט, אבער דו טוסט א גוטע זאך, והא ראי' אז דו כאפסט דערפאר רעכטס און לינקס פון בראוקערס און פון סתם אנגעווייטאגטע מענטשן, גיי ווייטער אן און האלט דיך שטארק.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ר אליעזר זאלסט. וויסן אז דיין אפטיילונג אויף קול מבשר איז געווארן די פעיוואריט פאר מיר און גאר אסאך יודן
גיי אן ווייטער מיט דיין מעכטיגן שופר.
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

שלום עליכם ר׳ אליעזר. דיינע שמוסען אויף קול מבשר איז פריש און געשמאק.
די געדאנק פון לאזן די מחשבות לויפן ארויס פונם באקס - ווי אנדערע וועלן דאס רופן ״דמיונות״ - האט זיך ארויסגעשטעלט צו ברענגען די בעסטע רוזלטאטען.
אדרבה כאפ א בליק אין די ערשטע בלעטער פון די דירות אשכולות ווי יעדע נייע געדאנק ווי בלומענבערג אדער זשערסי סיטי וכדומה, איז געווארן באזינגען מיט הויפענעס הסברים פאר וואס די אלע זאכן וועלן ״קיינמאל״ געשעהן.
דיין פרישקייט און נייע געדאנקען וועלן בעזר השם עפנען די אויגן פון אסאך אידן, אפגעזעהן צו דיינע ציפערן און אנאליזען זענען הונדרעט פארצענט אקאראט אדער נישט.
כה לחי.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

גראדע די דמיונות גלייך איך נישט
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב הנאה פונעם בילדער אויפן לעצטן אינטערוויו, דער לאזט זיך נישט פארעדן די ציין, ער קען זיין פאך און פארשטייט אן עסק.
ער האט ארויס די קאסטן פון אינפראסטראקטשער, ער פארשטייט אויך אז דער עולם וועט נישט פארשיקן די קינדער.
איך חזר איבער מיין תגובה צו ר' אליעזר, דיין דאגה ווי וועט צוקומען די מינימום פופציג טויזענט דירות אין די קומענדיגע פופצן יאר, חוץ וואס דער בילדער זאגט דיר אז דאס איז א פראבלעם וואס מען דארף לאזן פארן רבוש"ע איז אבער דער עיקר דרך הטבע וואס מען דארף זארגן איז צו ארבעטן לויט די עקזיסטירנדע חוקי הטבע און נישט טראכטן פון משנה זיין די טבע, און לויט די מהלך וואס מען גייט יעצט קען מען דאס האבן ארום מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, המה וגלילותיהם, וגלילות גלילותיהם, מען איז פאקטיש געגאנגען די לעצטע דרייסיג יאר מיט סאך גרעסערע פראצענטן, און אז דו לייגסט צו טשעסטער, בלומינגבורג, דזשערזי סיטי, אויפן זעלבן אופן איז עס מעגליך און דורכפירבאר, נאר וואס דען, פאר אסאך מענטשן קען אויסקומען ביליגער דיין פלאן, נא, געזונטערהייט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'וועל אנהייבן מיט 70 יאר צוריק ווען מ'האט געדארפט איינארדענען אונזערע זיידעס (עלטער זיידעס, פאר אסאך ליינער) אסאך פון זיי זענען שוין געקומען מיט צוויי דריי קינדער קיין אמעריקע, עס זענען אנגעקומען טויזענטער פליטים חסידים ליטווישע און ליובאוויטשע סארט אלע האבן זיך שיין באזעצט אין ניו יארק (עפ"י רוב) צווישן וויליאמסבורג, קרוין הייטס בארא פארק, צווישן די יארן תש"ז תשי"ז, מען האט אנגעפאנגען מיט זערא דירות, און די אלע פלעצער זענען נישט געווען קיין מדבר וואס איז געשטאנען פוסט און געווארט אויף מענטשן וואס זאלן זיך קומען באזעצן
דערנאך ווען זיי האבן חתונה געמאכט די קינדער איז אויך נישט געווען קיין דירות קריזיס כאטשיק יעדער פון זיי האט געהאט אין דורכשניט 6-7 קינדער, דאס מיינט א הוספה פון 6- 7 הונדערט פראצענט. עס דארף באמערקט ווערן אז ווען רבוה"ק מסקוירא וויזניץ וסאטמאר האבן געארבעט פאר די שטעטלעך איז דער דירות פראבלעם בכלל נישט געווען אויפן סדר היום, אלעס איז געווען הונדערט פראצענט וועגן אידישקייט, נו וואס איז דעמאלטס געווען ?
המשך יבוא אי"ה
אז מ'לעבט דערלעבט מען
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

סיטי ווס דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

• סיטי לייף
• די באַפעלקערונג אין גרויסע שטעט איז הויך, און זיי זענען בכלל שטארק פּאַפּיאלעיטאד.

• די לעבן אין גרויסע שטעט איז שטענדיק פול מיט נויז פון מענטשן און טעטיקייטן.

• מענטשן זענען פאַרנומען אין זייער אייגן לעבן און וויניג פאר-אינטערסירט מיט וואס דער צוויטער טוט. (אויסער און ווילי)

• גרויסע שטעט וועט זיך אלס געפונען א געמיש פון פארשידענע קהילות, מיינונגעו אין לייף סטייל. יעדער קען זיך אלטימיטלי געפונען דאס פלאטץ (אפי אין קר"י).

• מענטשן אין גרויסע שטעט האָבן מער אַ מאָדערן לייפסטייל.

• גרויסע שטעט זענען ענג, הייזער זענען נאָענט צושטיפט, אַזוי אז מען קען פארגעסען דעם פאַרנעם פון פּריוואַטקייט.

• לעבן אין די גרויסע שטעט איז נישט זייער פריינטלעך. אלעס דרייט זיך ארום צארן און רוגזה.

• דאס לעבן איז שנעל, עס איז זייער קאַמפּעטיטיוו. מען לעבט מיט דרוק און לייפסטייל אנשיקענישען.

• עס איז גרינג צו טרעפן גראסעריס, מעדיצינישע באהאנדלונגען, און אנדערע עסענשולס.

• דער צוטריט צו שפיטעלער אין מעדיקעל פעסיליטיס איז שנעל און גרינג.

• אין גרויסע שטעט איז די אָרעמקייַט ראַטעס געווענליך נידעריק און די סטאַנדאַרט פון לעבען איז הויך.

• גרויסע שטעט וועלען האבען ברייטע אויס-וואלען פון שיעורי תורה. און חברותות. יעדער קען זיך צו פאסען צו זיין סטייל לערנונגען.

• גרויסע שטעט האָבן דזשימס, געזונט קלאבס, פּאַרקס, רעקריעשנעל סענטערס, און אנדערע ענליכע פעסיליטיס.

• גרויסע שטעט אפפערט פילע אַרבעט אַפּערטונאטיס און פארשידענע קאַריערע אָפּציעס.

• גרויסע שטעט האָבן בעסערע אינפראַסטראַקטשער און טראנספארטאציע מעלעכקייטן.

• די פרייזען פאר דירות איז זייער טייער צוליב די הויכע באפעקערונג.

• שאפס, שולן, מוסדות, אפיסעס, האָספּיטאַלס, אאז"ו ו זענען פאַרשפּרייט איבער די גאנצע שטאט. דעריבער די טעגליכע טראַוואַלינג פֿאַר די סיבות איז זייער וויניג.

• רעגירונג געלטער און פארשידענע פראגראמען פון הילף איז שנעל צו דערגרייכן אין די גרויסע שטעט.

• צוליב די גרויסע באפעלקערונג, וועט אלעמאל זיין אינוועסטארס וואס וועלען פאר אויס שטיפן די פארגעשריטענקייט.

• אגריקולטור און נאטור איז ממש נישט צום געפונען צוליב די קאנסטראקשען פון ראָודס און בנינים.

• צו אקאמעדירען די ריזיגע באַפעלקערונג, שניידט מען אוועק רוב די נאטורליכע ביימער. דאס ברעגט אז די פאַרפּעסטיקונג לעוועלס אין די גרויסע שטעט זענען היבש הויך.

• דארפישע לייף
• די באַפעלקערונג אין דאָרפישע שטעט איז ווייניגער און זיי זענען בכלל נישט פּאַפּיאַלייטאַד.

• די לעבן אין דאָרפישע שטעט איז שטילער ווי אין גרויסע שטעט.

• מענטשן זענען מער פארבונדן איינער מיטן אנדערען.

• מענטשן זענען מער געבונדן צו טראדיציעס און די אמאליגע מהלך פון טראכטן. זיי נעמען נישט צו שנעל אן א טויש און קולטור.

• די מהלך המחשבה און לייפסטייל פון דאָרפישע מענטשן ווערט באטראכט ווי צוריק געשטאנען ביי די שטאטישע איינוואוינערס.

• די דירות זענען גרויס, באקוועם, ריייך און געשמאק אויסגעשפרייט. מענטשן קענען געפֿינען פּריוואַטקייט.

• לעבן אין דאָרפישע שטעט איז מער פרידלעך.

• צוליב דעם לייפסטייל און די פרידלעכע אטמאספערע, פרעשור לעוועלס און לייפסטייל דיסאָרדערס זענען אסאך ווייניגער.

• גראסעריס, מעדיצינישע שאַפּס, און אנדערע עססענשול זענען נישט לייכט בנמצא.

• מעדיקעל פעסיליטיס זענען ווייניגער צוטריטלעך.

• אין דאָרפישע שטעט, די ראטעס פון אָרעמקייַט זענען הויך און די סטאַנדאַרט פון לעבעדיק איז נידעריק.


• אין דאָרפישע שטעט, די אַרבעט אַפּערטונאעטיס זענען ווייניקער און די קאַריערע ברירות זענען נישט פילע.

• דאָרפישע שטעט אינפראַסטרוקטוריאַללי ווייניגער דעוועלאָפּעד און האָבן ווייניקער אטראנספארטאציע מעליכקייטען.

• דער פּרייַז פון לעבע אין דאָרפישע שטעט איז נידעריק.

• ווען מען וואוינט אין א דאָרפישע שטאט, דארפען מענטשן פאָרן אסאך לאנג דיסטענס מוסדות, שולעס, גיין צו די ארבעט, קויפן עסענווארג. דאָס איז ווייַל די אלע פעסיליטיס זענען ווייַט.

• רעגירונג'ס געלט און ריהעביליטאציע מעגליכקייטען קען נעמען מער צו דערגרייכן די דאָרפישע שטעט.

• צוליב די קליינע באפעלקערונג, שטייען איוועסטאר אין דיוועלאפערס אוועק םון די געגענטער.

• אגריקולטור אין נאטור איז דא בשפע.

• אגריקולטור איז אַ הויפּט פאַך פון די מענטשן אין דאָרפישע שטעט, סיי פאר ביזנעס און סיי פאר שוואויל-טאג

• וויבאלד מען לאזט די נאטור, איז די פאַרפּעסטיקונג לעוועלס נידעריק, די געגענטער זענען קלינער און גרינער.


• דאָרפישע לעבען קען פעלן לוקסוס, אָבער עס איז מער פולפילינג.
• די פאַרפּעסטיקונג און די אויסהאקן אלע ביימער אין די גרויסע שטעטפירט צו א אינווייראַנמענטל אימבאַלאַנס און געזונט פּראָבלעמען, וואָס שאָטן די צוקונפֿט פון די שטאטישע אייואוינער.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

הרב בערל,

איך מיין אז לגבי די דעפעציט פון דירות דארף מען ענדערש קוקן אויף ציפערן און נישט אויף פראצענט.

אבער מיט דעים ביסטו לכאורה גערעכט אז די געגענטער ארום מאנסי און קרית יואל, פלאס Jersey City דארפן צו קענען דעקן די לאך.

ווי איך פארשטיי איז די עיקר נקודה פון אליעזר קרויס, אז עס זאל אייביג זיין די "והותר" און נישט מען זאל זיך נאר אויסשפרייטן ווען די פלאץ איז שוין טייט און די פרייזן זענען שוין אסטראנאמיש הויך.

בכל אופן, די פלאן אז 20-30 מענטשן זאלן זיך ארויסציען אויף א פלאץ ארבייט (דערווייל) נאר פאר יחידי סגולה, מי יתן והיה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך האב געשריבן המשך יבוא, אבער איך וועל קודם מסביר זיין פאר בעל דעת וואס כ'מיין פון פראצענט
אלץ א משל וואלט איך גענומען מאנסי, איך מיין אז מ'וואוינט היינט א פינף מייל רעדיוס פונעם צענטער בערך, דאס מיינט אז רובא דרובא פונעם ישוב פונעם היימישן ציבור האט זיך געצויגן נישט ווייטער פון פינף מייל צום צענטער לאמיר זאגן צו 306 קארנער 59 (עס איז אלעס א בערך, יעצט אויב ס'ווערט ענג קען מען גיין נאך פינף מייל צו יעדער זייט, דאן ווערט עס א צען מייל רעדיוס, און אויב ווערט נאך אמאל ענג, קען מען גיין נאך 5 מייל, דאן האלט מען שוין ביי קרית יואל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

פרייע רעדיוס מאפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אז מ'לעבט דערלעבט מען
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

דרשת הרה"ח רבי אליעזר קרויס שליט"א למען חיזוק וביסוס מוסדות התורה בדזשערסי סיטי, ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

א דרשה וואס איך האב געגעבן אין וויליאמסבורג ביי א מסיבה פאר מוסדות דשערזי סיטי. (גענומען פון דשערזי סיטי אשכול)

איך וועל פרובירן איבערצוגעבן א באריכט פאר'ן עולם, וואו קום איך אן צו דער גאנצער זאך פון דזשערסי סיטי, ווי איך זעהן דער עולם דא איז פון דער עליטע קלאס מענטשן, פאר וועמען דער אייבערשטער האט באשאנקען מיט אביסל מער פרנסה, וואס דאס איז דאס זעלבע ווי איך שטיי, איך בין ב"ה א שיינער בעל פרנסה, און דאס האט מיר געברענגט אז מענטשן זאלן ארויפקומען צו מיר יעדער נאכט, און דאס האט מיר געברענגט איינצוזעהן אז בעצם איז דער עולם אין א פינאנציעלן קריזיס [פיסקע"ל קרייסי"ס], ווצב"ש פאר אכציג-ניינציג פראצענט פונ'ם עולם גייט מען נאך געלט כדי זיי זאלן קענען חתונה מאכן. א ריזיגער עולם קען נישט דעקן די טעגליכע הוצאות, למשל ווען עס קומט פאר פסח קען מען זעהן די גרויסע געלטער וואס גייען אריין פאר קמחא דפסחא. און אין סתם הוצאות יום יום זעהט מען ווי רובא דרובא פון מענטשן קענען נישט אדורכקומען דעם טאג טעגליכן לעבן.
צוליב דעם האב איך אנגעהויבן צו רעדן אויף "קול מבשר" טעלעפאן ליניע, כדי אויפצוקלערן אביסל דעם עולם. מיין ציל איז גראדע געווען צו רעדן אין אנהויב וועגן חתונות, און איך גלייב אז ווען מען רעדט צו די מענטשן, צו דער זייט פון דער מטבע, פארשטייען זיי זייער גוט, אז נישט יעדער איינער דארף ספענדן איבריגע געלט, נאר איינער וואס האט מעג ספענדן, און איינער וואס האט נישט זאל נישט ספענדן, און בעצם איז דאס אויך מיין שיטה, אבער ווען מען רעדט צו די אנדערע מענטשן זיי פארשטייען עס נישט אזוי גוט, און אפילו זיי האבן נישט ווילן זיי נאך אלץ ספענדן.
איז געווען מיין פלאן צו רעדן וועגן דעם, אבער איך בין אנגעקומען אז מען האט אנגעהויבן צו רעדן וועגן דירות, עס זענען דא אזעלכע וואס האבן געהאלטן, אז דירות איז אין גרעסערן בילד א גרעסערער קריזיס ווי יעדער אנדערער זאך.
איך וויל נאר ברענגען א סטאטיסטיק, וואס פריער האט עס שוין איינער פרובירט אפצופרעגן, אבער נאכ'ן מאכן עטליכע טעלעפאן קאל"ס האב איך מברר געווען אז איך שטיי גאנץ גוט מיט מיינע ציפערן. דער סאטאטיסטיק איז ווי פאלגענד: אין די חרדי'שע מוסדות, אין ניו יארק סטעיט אליין, לויט די ציפערן פון די דעפארטמענ"ט או"ו עדיוקעישא"ן פון ניו יארק סטעיט, זענען אין די ארטאהדאק"ס דזשואי"ש סקול"ס דא 152,000 - הונדערט צוויי און פופציג טויזנט קינדער בליעה"ר אנגעהויבן פון קינדערגארטן ביז דער ניינ"ט גרעי"ד, אינגלעך און מיידלעך. איך האב געהאלטן, מען זאל אוועקנעמען פינף און צוואנציג פראצענט פאר פלעטבוש, און פייו"ו טאונס אד"ג. האט מיר איינער מעורר געווען אויף דעם אז עס איז נישט ריכטיג, ער טענה'ט אז עס איז פופציג פראצענט, האב איך געמאכט עטליכע טעלעפאן קאלל"ס און איך האב געזעהן אז עס איז נישט ממש אזוי, עס איז זיכער נענטער צו פינף און צוואנציג פראצענט ווי צו פופציג פראצענט, ווייל עס איז דא גרויסע חלקים פון פלעטבוש וועלכע שיקן אין פובליק סקולס, איך רעד פון די וועלכע וואוינען אין די צווישן געגנטער און אזוי אויך די בוכארישע אידן וועלכע שיקן אין פובליק שולע. על כל פנים עס בלייבט איבער אז אין די ארטאדאק"ס דזשואי"ש סקול"ס זענען דא 152,000 קינדער בליעה"ר, און ווען מען רעכנט אראפ די מאדערנע בלייבט איבער בערך, 117,000 קינדער בליעה"ר. אז מען צעטיילט עס אין האלב, מיידלעך און אינגלעך, ווייל די אינגלעך גייען אלע חתונה האבן קיין ארץ ישראל..., אבער די מיידלעך בלייבט איבער 58,000 מיידלעך בליעה"ר, ד. ה. אז יעצט לערנען אין די סקולס אין די חרדי'שע מוסדות אין ניו יארק סטעיט אליין, אן רעכענען דזשערסי סיטי, אין ניו יארק סטעיט אליין זענען דא 58,000 מיידלעך בליעה"ר, וואס זיי גייען אי"ה חתונה האבן אין די קומענדיגע פופצן יאר. א מיידל וואס איז יעצט אין קינדערגארטן, און איז אלט צווישן פיר און פינף יאר, וועט אין פופצן יאר ארום זיין צווישן ניינצן און צוואנציג יאר.
מען וועט זיך אנהויבן צו טענה'ן אויף ציפערן, דאן קען מען אראפנעמען צען פראצענט פון מיידלעך וועלכע וועלן חתונה האבן שפעט אד"ג, רעכן עס ווי אזוי דו ווילסט, לאמיר זאגן מען האלט ביי פופציג טויזנט מיידלעך, עס וועלן דארפן צוקומען פופציג טויזנט פרישע דירות אין די קומענדיגע פופצן יאר, יעצט וויפיל דירות זענען דא יעצט? אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, מאנרא, אינאיינעם איז נישטא קיין פופציג טויזנט משפחות, עס איז דא בערך אכט און פערציג טויזנט משפחות, דאס הייסט כלל ישראל וועט זיך אי"ה טאפלען אין ניו יארק סטעיט אליין אין פופצן יאר.
די נומערן ווערן שרעקעדיגער ווען מען קוקט ווייטער, [דער עולם רופט זיך אן אז עס איז זייער גוט אזוי] עס איז טאקע זייער גוט פון איין זייט, אבער פון דער אנדערער זייט איז עס א שרעק. דעריבער זענען מיר דא כדי עס זאל נישט זיין קיין שרעק.
וואס איז דער לעזונג פאר דעם פראבלעם, נישט אז עס זאלן קומען דעוועלאפער"ס, וואס איך לאדן אייך אלע איין, איר זאלט קומען און דעוועלאפן געגנטער, און בויען און פארקויפן ווייל עס זענען אלעמאל דא די פוילע מענטשן וועלכע וועלן נישט גיין צו אזעלכע פלעצער ווי דזשערסי סיטי, זיי דארפן האבן כשולחן ערוך ומוכן לפניהם, עס מוז זיין גרייט מיט אלע פיטשעווקעס און נאר אזוי גייט ער מופן. אבער די לעזונג גייט נישט קומען פון דעם וועג, עס איז נישט שייך אז די דעוועלאפער"ס זאלן נאכקומען דעם פארלאנג, די לעזונג גייט קומען פון אזא געגנט ווי דזשערסי סיטי, וואו עס האבן זיך אויפגעהויבן אפאר אידן, און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון דער שטאט וואו זיי וואוינען און זיך אריבערגעכאפט צו א צווייטער שטאט, און פון דארט גייט מען גיין צו א דריטע, און פון דארט צו א פערטע, און זיך אויסשפרייטן, נישט ווארטן אויף קיין עסקנים, די עסקנים וועלן שוין נאכקומען. אבער נישט ווארטן אויף זיי, מען הייבט אן און מען שפרינגט אריין.
יעצט ווען איינער העלפט דזשערסי סיטי, העלפט ער נישט בלויז דזשערסי סיטי, ער העלפט דעם עתיד פון כלל ישראל, ער העלפט אז עס זאל נישט זיין קיין שרעק דער פאקט אז עס גייט זיין פינף טויזנט חתונות א יאר, אדער צען טויזנט חתונות א יאר, עס זאל זיין א נחת, אז עס איז דא צען טויזנט חתונות א יאר, אבער עס איז נישט נאר אז ער העלפט דזשערסי סיטי, דזשערסי סיטי איז א סימבאל פון וואס עס דארף דא זיין.
מענטשן קוקן עס אן און מען וויל עס נאכטוהן, פון אלע זייטן, צו עס איז ענליך אביסל צו דעם אין סטעטן איילענד, אין מאנטיסעלא, פאר יעדן סארט מענטש דארפן זיין אנדערע געגנטער, און דזשערסי סיטי, איז א סימבאל, א רא"ל מאדע"ל ווי אזוי די זאכן דארפן אויסזעהן
עס זעהט אויס אז דער עולם דא איז א סאטמארער עולם, און יעדער איינער טראכט, אדער האט געטראכט, אדער וואלט געטראכט, וואלט געקענט טראכטן, מען ליינט אמאל ווי אזוי מען האט זיך געמוטשעט אין די ערשטע יארן אין אמעריקע, ווי אזוי דער סאטמאר רב איז געקומען, און מען האט געדארפט האבן פינף טויזנט דאלאר, איז מען ארויף צו יענעם איד, האט ער געגעבן א זעקס און דרייסיג דאלאר, און מען טראכט אסאך מאל, משוגעים, ווען איך וואלט דארט געווען, ווען איך האב דאס געלט, וואלט איך עס אפגעווישט אין א מינוט, איך וואלט געגעבן פינף טויזנט דאלאר, אפילו צען טויזנט דאלאר, אפילו הונדערט טויזנט דאלאר, וואס הייסט? מען בויעט דעם עתיד פון כלל ישראל.
אבער די היסטאריע חזר'ט זיך איבער, עס איז דא יעצט דער געלעגנהייט צו בויען דעם עתיד פון כלל ישראל, מיט די פאר טויזנט דאלאר וואס מען גיבט, נישט די פאר טויזנט, די סאך טויזנט דאלאר, און עס ענדיגט זיך נישט ביי דזשערסי סיטי, עס קומען נאך געגנטער און נאך געגנטער, און מען העלפט דא ארויס דעם עתיד פון כלל ישראל. סיי מיט דעם וואס מען העלפט זיי בויען נייע געגנטער, און סיי מען העלפט מיט דעם וואס אזוי ווי מען האט געשמועסט, אז מיר געפונען זיך אין א פיסקע"ל קרייסי"ס, צו ווען עס קומט חתונה מאכן, צו ווען עס קומט אנדערע זאכן. קודם אז מען נעמט אראפ דעם עול פון רענט און פון מארגעדזש, פון די אבנארמאלע ציפערן, ציפערן וואס מענטשן צאלן היינט מער פון הונדערט פראצענט פון זייער אינקאם פאר האוזינ"ג, און פרעגט מיך נישט ווי אזוי, ווייל איך גלייב אז יעדער איינער האט ערגעץ באגראבן די קשיא, איינער האט געבארגט פון אים, צו עס איז א שוואגער, צו עס איז א ברודער, צו עס איז א חבר, און מען צאלט נישט צוריק.
מען איז אין א פיסקע"ל קרייסי"ס, און עס איז דא דערין נאך א זאך, אז דער עצם זאך ווי אזוי מען מאכט היינט חתונה, האט נישט קיין שום פשט, עס האט נישט קיין שום הגיון, און די איינציגסטע זאך וואס מען דארף טוהן איז, מען דארף אויפקראכן דעם נוס, אביסל ארויסקוקן פון דער באקס, מען דארף אויפהערן מיט דעם משוגעת, אז יעדער איינער מוז טוהן דאס זעלבע, דזשערסי סיטי, איז אביסל אן ענטפער אויף דעם, דזשערסי סיטי קומט זאגן "עס גייט מיך נישט אן, איך פייף אן די גאנצע וועלט, און איך טוה וואס עס איז ריכטיג פאר מיר".
איך בין געווען היינט אין דזשערסי סיטי, און איך האב געפרעגט אסאך אידן, ווי אזוי האבן אייערע עלטערן געשטיצט די זאך פון זיך ציהען אהער, כמעט יעדער איינער האט געהאט א נעגאטיוון ענטפער, עס זענען דא טאטעס וועלכע טוען נאך נאכלויפן די קינדער ביז היינט, על כל פנים, עס איז א שווערע זאך, און מען דארף אנפייפן די וועלט, און האפענטליך וועלן זיי עס אויך איבער'חזר'ן ווען זיי וועלן גיין חתונה מאכן, ווען זיי וועלן גיין בר מצוה מאכן, ווען זיי וועלן גיין מאכן וואך-נאכט'ס, זיי זאלן נישט דארפן האבן קיין שמארגער"ס באור"ד וואס קאסט דריי א האלב טויזנט דאלאר, פשוט ווייל מען מאכט א וואך נאכט, יעדער איינער ווייסט פון וואס איך רעד, ווייל יעדער איינער האט שוין געהאט גענוג עקספיריענס אין דעם נושא.
דער אייבערשטער זאל העלפן, מען זאל האבן שכל, עס איז יעצט דא א געלעגנהייט, צו בויען כלל ישראל. מען בויעט דזשערסי סיטי, און דזשערסי סיטי איז דער נחשון פון די נחשונים, דער נחשון פון א געגנט וואס בויעט זיך אן קיין שום שטיצע פון דעוועלעפארס וכדומה למיניהם. דער עולם צו וועמען מען האט גערעדט זענען העכסט צופרידן, די קינדער וועמען איך האב געפרעגט זענען העכסט צופרידן, ווען מען פרעגט זיי אויב זיי ווילן צוריקגיין
אויף וויליאמסבורג, זאגן זיי, בשום אין אופן, זיי ווילן דא בלייבן. איך פארשטיי עס נישט ווייל איך קום פון מאנסי, איך ווייס נישט ווי אזוי מען דרייט זיך אויף יענע גאסן, מיט די שווארצע דארטן, איך האב געוואלט אינטערוויו'ען אפאר גוים אויך, זיי האבן אבער נישט געוואלט רעדן ווייל זיי האבן געזעהן אז עס איז דא א רעקארדער, זעהט אויס זיי האבן נישט פארשטאנען וואס איך וויל. איך האב זיי געזאגט איך וויל פשוט וויסן איבער דעם געגנט, האבן זיי געזאגט ניין, זיי וועלן ענדערש נישט רעדן.
די טאטעס זענען צופרידן, סיי פון די מוסדות, סיי פונ'ם בית המדרש, סיי פונ'ם רב שליט"א און סיי פונ'ם געגנט, באמת איך וואוין אין מאנסי, איך וואלט געגאנגען די פארקערטע זייט, איך וואלט געגאנגען צו א דארף מיט עטליכע הינער און מיט עטליכע ציגעלעך, אבער אז מען זעהט דא אז עס זענען דא מענטשן וועלכע האבן הנאה פון דעם וועג פון לעבן, איז עס א מורא'דיגער געגנט וואס זיי האבן הנאה דערפון, מענטשן האבן הנאה פון די הייזער, עס איז שיינע הייזער גוט אהערגעשטעלט, מען צאלט פרוטות ממש פאר רענט, איינער האט מיר געזאגט ער פלעגט צאלן דריי און צוואנציג הונדערט דאלאר פאר א אכט הונדערט סקווער פוס אפארטמענט, ער האט מיר נישט געזאגט ווי גרויס עס איז די יעצטיגע אפארטמענט, אבער יעצט צאלט ער זעקס הונדערט דאלאר, נאכ'ן פארדינגען, וואס דאס איז מארגעדז"ש און טעק"ס אריינגערעכנט.
דאס איז א ברכה צו מאכן, דאס איז א סוקסעס וואס מען דארף נאכמאכן, דער סוקסעס איז שוין דא מען דארף נאר צוהעלפן צו האלטן דעם סוקסעס אויף ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן די זכיה, ביי צדקה דארף מען אלעמאל האבן די זכיה זוכה צו זיין צו דער זאך, איר זאלט האבן די זכיה זוכה צו זיין צו העלפן בויען כלל ישראל אויף ווייטער בשורות טובות.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”