ר' יום טוב האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:אמאל געשטאנען און דעבאטירט מיט א קופקע אינגעלייט פארנט פון די תקנות מודעות אין ביהמ"ד אין קר"י, גייט דורך א מיטל יעריגע אינגערמאן מיט א בטלנות שמייכל אויף די ווייסע וואנצעס, וועלכע האבן שוין מיטגעלעבט א חתונה-מאכן אויף די אייגענע בארד, און בורדזשעט "אינגעלייט, כאפט אריין. דאס איז נאר אינטערעסאנט ווילאנג מען קומט אן אהין. ווען מען איז שוין דארט, וועט איר באצאלן גלייך ווי יעדן..."
איך האב באמת רחמנות געהאט אויף דעם איד, אבער איך האב מיך הייס פארשפראכן, ניין! איך וועל בעז"ה באצאלן נאר וואס איך וויל! סטאפ די מעדנעסס!
ווען קומט די פארזעצונג פון די מעשה?
די מעשה האט ווארשיינליך עפעס א המשך הגם איך ווייס נישט וואס, קען איך מיך אבער אריינלייגן אין דעם איד'ס שיך צו קענען פארשטיין וואס איז גלייך דערנאך פארגעקומען.
דער איד איז אוועקגעגאנגען פון די מחזה זייער צוקאכט, זעענדיג די גלייכגילטיגע רעאקציע פון די אנוועזנדע אינגעלייט. ער טראכט צו זיך "איך דריי מיך ארום אן א קאפ איך בין שוין שולדיג אין אלע גמ"ח'ן, די קרעדיט קארדס, ניין נישט יעצט! מיין שוואגער יענקלע'ן זאגט מיר מיין ווייב ברויך דריגענד צוריק די 10 טויזנט דאללאר. וואס טוט מען דא? און דא אזא פאנטשער. די תקנות. ד.מ. איך האב אראפגעפלאשט איבריגע צענדליגער אלפים פאר גארנישט??? ניין מען טאר דאס נישט צולאזן, דעיס איז נישט רייט! מען זאגט דאך נאך פון ערגעץ אז ווען מ'מאכט א חתונה א קינד קומט אראפ א השפעה און מברויך אריינכאפן ווי לאנג די שערי שמים זענען אפען.., עפעס אזוי האט מיך בעריש ראשעקאעל נאכגעזאגט מיט א מראה מקום בשעת'ן אבזעווירן די 'בענד' ביי מיין אברמי'ס חתונה.
ניין, נישט דאס מיינעך
כ'וויל וויסן וואס האציך אויסגעלאזט מיט דיין הייסע פארשפרעכונג, האסטיך שוין מתיר נדר געווען?.....