אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

תגובה דורך היימישער הייקער »

שוין, בינעך דא צוריק.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובה דורך יש בו »

@ר׳ אליעזר
בנוגע דעס וואס די זאגסט אז מענטשן קענען נישט אוועק לייגן געלט,
איך זעה נישט אז זוממער ווען ס׳קאסט ווייניגער עלעקטריסיטי זאלן מענטשן האבן מער געלט,
די פוינט איז אז פאר דאס וואס מ׳מוז האבן געלט קומט מען גרינגער אויף מיט געלט, פשוט ווייל ער זעהט יעצט די צורך טוט ער כל מה שביכולתו צו אויפקומען דערמיט,
כאפ מיך נישט יעצט ביים ווארט אז אויב אזוי פארוואס קען ער נישט אויפקומען מיט 70 אלפים ווען ער מאכט חתונה,
ווייל פארשטייט זיך אז דע געדאנק האט א מאס, יעדער פארשטייט אז מ׳קען נישט אויפקומען מיט 5 ביליאן דאללער אין איין וואך נישט קיין חילוק ווי שטארק מוויל,
ווען א אינגערמאן 6 יאר נאך די חתונה זעהט אז ער האט יעצט צוויי טויזנט דאללער וואס ער דארף נישט משוגע וויכטיג יעצט, טראכט ער תיכף פון ספענדן זאכן וואס ער מוז נישט, זאל עס הייסן א נסיעה אדער א זילבער שטיק, א קאר, א.א.וו.
אבער שטעל דיך פאר אז פאר יעדע קינד וואס ווערט געבוירן זאל מען תיכף ארויס נעמען אן הלוואה אדער א לאון פון 60 אלפים (די נאמבער איז נאר א משל) וואס מ׳דארף באצאלן נישט מער ווי 100 יעדע חודש, אין אויב נישט גייט קומען א קאלעקשן עיזשענסי אדער ווייסעךוואס, וואלטן א סאך מער מענטשן געקענט עפארדן צו חתונה מאכן, פשוט ווייל ער רעקאקנייסט זיין הוצאה פון גענוג פאראויס
ער ווייסט קלאר אז ער קען נישט עפארדן קיין שום עקסטרעסט ווייל ער דארף באצאלן זיין חוב,
(מ׳קען אפשר אויס שטעלן אז פון די חתונה אין ווייטער זאל עס די קאפל באצאלן, זיי האבן דאך נישט קיין הוצאות, מ׳האט דאך אים אויסשטאפירט פאר די קומענדיגע פאר יאר)
אויב וועסטו זאגן אז 60 איז צו סאך,
מ׳קען אפשר מאכן די זעלבע זאך מיט 30-40 אלפים, און אויב ער וועט ווילן מאכן א רייכערע חתונה וועט נאר דארפן צולייגן וויפיל די חילוק איז
The Divided States Of America
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובה דורך שליו ודגים »

מאן דכר שמיה האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:ווי האב איך נישט שיין גערעדט ?

אינעם נישט ווייטן פארגאנגענהייט האסטו מיר פערזענליך אטאקירט מיט תגובות ווי 'מאן דכר שמי' פון אזא איי קיו', 'דיין תגובה איז א שקר גס', וכדו'. אז דו פארנעמסט נישט קיין פעטש, טייל נישט די ערשטע פראסק...

עניוועי, איך האב הנאה אז דו ביסט בעצם אויפן זעלבן פעידזש, און דיין פראבלאם איז נאר לשו"ק... אלזא, לאמיר מאכן שלום. איך וועל בל"נ טרייען מיין בעסט נישט צו טיילען פעטש מער.

אויסער דעם מיז איך מודה זיין, אז אין א וועג האבעך הנאה געהאט פון דיינע תגובות. פשוט ווייל די אשקול האט שוין אנגעפאנגן צו אויסקוקן ווי א קווייער...

סארי שפיל ניט מיט קיין שומער סטייל טרערן דעס איז געווען א רעספאנד צו א תגובה ווי דו האסט באטיטולט מענטשן מיט שוואכע איי קיו האב איך דיר געפרעגט וויפיל איי קיו דארף מען האבן צו שרייבן אזא תגובה ?
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובה דורך Wow a1 »

זייער נאריש געווין די לייוו טעלקנפדענץ
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

תגובה דורך היימישער הייקער »

Wow a1 האט געשריבן:זייער נאריש געווין די לייוו טעלקנפדענץ

קענסט אריין קומען קלאר וואס האט דיר געשטערט?
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

שמועס #70

ווי אזוי מאכט מען אפ א פרייז אויף א פראדוקט אדער סערוויס? איז מאראליש אויסגעהאלטן צו בעטן טייערע פרייזן? לוינט זיך צו קויפן מציאות?
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

שליו ודגים האט געשריבן:
מאן דכר שמיה האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:ווי האב איך נישט שיין גערעדט ?

אינעם נישט ווייטן פארגאנגענהייט האסטו מיר פערזענליך אטאקירט מיט תגובות ווי 'מאן דכר שמי' פון אזא איי קיו', 'דיין תגובה איז א שקר גס', וכדו'. אז דו פארנעמסט נישט קיין פעטש, טייל נישט די ערשטע פראסק...

עניוועי, איך האב הנאה אז דו ביסט בעצם אויפן זעלבן פעידזש, און דיין פראבלאם איז נאר לשו"ק... אלזא, לאמיר מאכן שלום. איך וועל בל"נ טרייען מיין בעסט נישט צו טיילען פעטש מער.

אויסער דעם מיז איך מודה זיין, אז אין א וועג האבעך הנאה געהאט פון דיינע תגובות. פשוט ווייל די אשקול האט שוין אנגעפאנגן צו אויסקוקן ווי א קווייער...

סארי שפיל ניט מיט קיין שומער סטייל טרערן דעס איז געווען א רעספאנד צו א תגובה ווי דו האסט באטיטולט מענטשן מיט שוואכע איי קיו האב איך דיר געפרעגט וויפיל איי קיו דארף מען האבן צו שרייבן אזא תגובה ?

מיט יעדן איינעם זיך ארום שלאגן? איי איי איי
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

איר זאגט זייער גוט. אוודאי האט יעדער א רעכט צו בעטן וויפיל ער וויל.

זיי האבן אבער נישט א רעכט צו עטאבלירן א סטאנדארד און אויסניצן די שוואכקייט פון די קאמיוניטי צו קאנטראלירן די מארקעט דורך אידענטיפיצירן מהלכים וויאזוי ארויפצוצווינגען דעם פראדוקט.

צ.ב.ש. די שטריימל סוחרים האבן א רעכט צו בעטן 5 אלפים.
היינט איז בעסער געווארן אין דעם הינזיכט ווען עס איז שוין אנגענומען אין געוויסע קרייזן אז מען קויפט שוין נישט די טייערע שטריימלעך. און אכשר דרא אז די ביליגע שטריימלעך ווערן פיל שענער.
אבער ווען מיר האבן חתונה געהאט, אין די שטריימל אגענטן עפאכע, האט יעדער מחותן געמוזט צאלן 3,800 פלאס 1,400 פאר א רעגן שטריימל.
איז געווען דאן א מחותן וואס האט געזאגט פארן שטריימל סוחר איך צאל נאר 3,000 שיינער סכום, ניין? ער האט נישט געהאט מער. דער חתן האט באקומען אזא מאדנעם שטריימל, אז ס'האט זיך קיינער נישט דערוואגט מער איבערצושפילן דעם טריק...
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובה דורך שרייזשע »

Wow a1 האט געשריבן:זייער נאריש געווין די לייוו טעלקנפדענץ

איך דריי זיך נישט אפט און די אשכול, קען זיין אז דא איז עס גאר א נארמאלע זאך, איך פארשטיי אייך אבער אינגאנצען נישט, איר ווייסט דאך אז ר' אליעזר דרייט זיך דא, האט איר עפעס קריטיק זאגט עס אבער אביסל איידילער אין מיט עפעס געפיל.
דער איד לייגט דאך אריין כוחות
צעקה בקול דממה דקה
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

ר' יום טוב האט געשריבן:איר זאגט זייער גוט. אוודאי האט יעדער א רעכט צו בעטן וויפיל ער וויל.

זיי האבן אבער נישט א רעכט צו עטאבלירן א סטאנדארד און אויסניצן די שוואכקייט פון די קאמיוניטי צו קאנטראלירן די מארקעט דורך אידענטיפיצירן מהלכים וויאזוי ארויפצוצווינגען דעם פראדוקט.

צ.ב.ש. די שטריימל סוחרים האבן א רעכט צו בעטן 5 אלפים.
היינט איז בעסער געווארן אין דעם הינזיכט ווען עס איז שוין אנגענומען אין געוויסע קרייזן אז מען קויפט שוין נישט די טייערע שטריימלעך. און אכשר דרא אז די ביליגע שטריימלעך ווערן פיל שענער.
אבער ווען מיר האבן חתונה געהאט, אין די שטריימל אגענטן עפאכע, האט יעדער מחותן געמוזט צאלן 3,800 פלאס 1,400 פאר א רעגן שטריימל.
איז געווען דאן א מחותן וואס האט געזאגט פארן שטריימל סוחר איך צאל נאר 3,000 שיינער סכום, ניין? ער האט נישט געהאט מער. דער חתן האט באקומען אזא מאדנעם שטריימל, אז ס'האט זיך קיינער נישט דערוואגט מער איבערצושפילן דעם טריק...

ברענגסט ארויס זייער אש טארקע און ריכטיגע פוינט
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

שרייזשע האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:זייער נאריש געווין די לייוו טעלקנפדענץ

איך דריי זיך נישט אפט און די אשכול, קען זיין אז דא איז עס גאר א נארמאלע זאך, איך פארשטיי אייך אבער אינגאנצען נישט, איר ווייסט דאך אז ר' אליעזר דרייט זיך דא, האט איר עפעס קריטיק זאגט עס אבער אביסל איידילער אין מיט עפעס געפיל.
דער איד לייגט דאך אריין כוחות

ער ברענגט ארויס וואס ער האלט - עס איז נישט קיין פראבלעם - ער זאגט בסך הכל זיין מיינונג זייער בלאנט.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובה דורך פעטער שמואל »

שרייזשע האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:זייער נאריש געווין די לייוו טעלקנפדענץ

איך דריי זיך נישט אפט און די אשכול, קען זיין אז דא איז עס גאר א נארמאלע זאך, איך פארשטיי אייך אבער אינגאנצען נישט, איר ווייסט דאך אז ר' אליעזר דרייט זיך דא, האט איר עפעס קריטיק זאגט עס אבער אביסל איידילער אין מיט עפעס געפיל.
דער איד לייגט דאך אריין כוחות

ווער עס קען ר' אליעזר פערזענליך ווייסט אז קריטיק איז פאר אים א קאמפלימענט. ער שטייט אין ביהמ"ד און ווארט אז איינע זאל אים באזידלען מיט קולי קולות. ער ווערט נישט גערירט קיין כי הוא זה, ער שעפט גאר חיות פון דעם.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

שמועס #71

הערות פון צוהערער - וחי אחיך עמך גייט ביידע וועגן
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

פעטער שמואל האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:זייער נאריש געווין די לייוו טעלקנפדענץ

איך דריי זיך נישט אפט און די אשכול, קען זיין אז דא איז עס גאר א נארמאלע זאך, איך פארשטיי אייך אבער אינגאנצען נישט, איר ווייסט דאך אז ר' אליעזר דרייט זיך דא, האט איר עפעס קריטיק זאגט עס אבער אביסל איידילער אין מיט עפעס געפיל.
דער איד לייגט דאך אריין כוחות

ווער עס קען ר' אליעזר פערזענליך ווייסט אז קריטיק איז פאר אים א קאמפלימענט. ער שטייט אין ביהמ"ד און ווארט אז איינע זאל אים באזידלען מיט קולי קולות. ער ווערט נישט גערירט קיין כי הוא זה, ער שעפט גאר חיות פון דעם.

גיט צו וויסן דאס...
איך האב אלץ פרובירט אים מחזק צו זיין דא נאך יעדע אטאקע מיינענדיג אז ער ווערט נפגע און וועט אויפהערן רעדן ברחל בתך
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

פעטער שמואל האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:זייער נאריש געווין די לייוו טעלקנפדענץ

איך דריי זיך נישט אפט און די אשכול, קען זיין אז דא איז עס גאר א נארמאלע זאך, איך פארשטיי אייך אבער אינגאנצען נישט, איר ווייסט דאך אז ר' אליעזר דרייט זיך דא, האט איר עפעס קריטיק זאגט עס אבער אביסל איידילער אין מיט עפעס געפיל.
דער איד לייגט דאך אריין כוחות

ווער עס קען ר' אליעזר פערזענליך ווייסט אז קריטיק איז פאר אים א קאמפלימענט. ער שטייט אין ביהמ"ד און ווארט אז איינע זאל אים באזידלען מיט קולי קולות. ער ווערט נישט גערירט קיין כי הוא זה, ער שעפט גאר חיות פון דעם.

אפשר קומט ער דאווענען צו אונז אויב ער שעפט חיות פון דעם, איך זאל פארן ביז מאנסי אדער מאנטיסעלוי אים צו געבן חיות?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

KollelNiyes: Thursday night will LKrausz explain his $4k (BOTH sides together) Chasuna night plan. #KolMevaser 3-9-4. #StayTuned!
#CutTheStandard

m.twitter...
סטעי טאן. די גאנצע חתונה נאכט אלעס אינקלודעט פאר די שטוינענדע פרייז פין, 1500 צי 2000 $ א זייט א העליכע חתונה נישט אין בהמ'' ד ( איך ווייס אויך נישט די פלאן גראמער שפילער זינגער בעיבי סיטער מחוטענעסטע קלייד... געשוויסטער קליידער האר סטייל טיפס פאר די רבנים וויין בלימען באסעס אין נאך אסאך )
https://www.timeanddate.com/countdown/g ... nt=cursive
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

בבל האט געשריבן:KollelNiyes: Thursday night will LKrausz explain his $4k (BOTH sides together) Chasuna night plan. #KolMevaser 3-9-4. #StayTuned!

גראמער שפילער זינגער קענסטו זיכער ארױסנעמען, דעיס גײט מען מיט די זשעי, און כ׳גלײב נישט אז ער גײט עס אױך אינקלאדן אין דעי פרײז
האר, קלײדער, איז דאך פשוט אז ס׳פעלט נישט אױס..
ער רעדט לכאו׳ פון די זאל אלײנס, מײן געס איז, אז ער גײט מסתם אױפקומען אז מ׳זאל חתונה מאכן אין די קלײנע זאלן, אדער זאלן די חתונה זאלן זיך צוטײלן אין צװײ, און מ׳זאל רופן נאר 40־50 קאפל׳ס צום עסן, אר סאמטינג לײק דעט.
דרױלם װערט געבעטן ארײנצוקומען מיט געסינגס.. (אונז זעמיר דאך שױן קריעטיװ הײנט צוטאגס..)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

בבל האט געשריבן:KollelNiyes: Thursday night will LKrausz explain his $4k (BOTH sides together) Chasuna night plan. #KolMevaser 3-9-4. #StayTuned!
#CutTheStandard

m.twitter...
סטעי טאן. די גאנצע חתונה נאכט אלעס אינקלודעט פאר די שטוינענדע פרייז פין, 1500 צי 2000 $ א זייט א העליכע חתונה נישט אין בהמ'' ד ( איך ווייס אויך נישט די פלאן גראמער שפילער זינגער בעיבי סיטער מחוטענעסטע קלייד... געשוויסטער קליידער האר סטייל טיפס פאר די רבנים וויין בלימען באסעס אין נאך אסאך )
https://www.timeanddate.com/countdown/g ... nt=cursive

בבל, דו ביזט קרויסס אנדערע ניק, כ'פארשטיי נישט וואו האט דא דערוילעם אינפארמעישאן?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

הרב פשוט און פראסט. עס מאכט סענס וואס די זאגסט.
העלמיר זען אויב מען וועט מצליח זיין מיט די מחוטענעסטע קלייד פאר 9 שעה אנהאבן. עס איז 10 מאל שווערער ווי די חתן שטריימל וואס מען ניצט 20 יאר אזוי זאגן מיך מיינע שוועסטער.עס גייט נישט געשען, א חתן שטריימל פארשטייסטע.. מיין בני בית איז גראדע מיט מיר אין ר'אליעזר, איך האב מורא אז מען וועט סטאפן צי טיען שידוכים.....
אגב איך פרעג מענטשן צי מען איז מסכים מיט ר' אליעזר רוב ענטפערן ווער איז ער איך האב שוין געהערט די נאמען, נאך א קורצע הסברה זאגט כמעט יעדער אז זיי זענען מסכים אויב די מחותן אין חתן כלה זענען מסכים אין א עולם טיט עס זיכער וועל איך מיטגיין
א שאד אז נישט יעדער הערט עס
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

lebediger berel האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:KollelNiyes: Thursday night will iso=20190117T16&p0=403&msg=הרב+אליעזר+קרויס+2000%24++-1500חתונה+נאכט+פלאן++StayTuned&font=cursive

בבל, דו ביזט קרויסס אנדערע ניק, כ'פארשטיי נישט וואו האט דא דערוילעם אינפארמעישאן?

ישר כוח פאר די קאמפלימענט...
אגב איך בין נישט הרב אליעזר קרויס אויב די ווילסט מיך גלייבן אז נישט קען איך דיך נישט העלפן...
איך בין יא דערווייל מיט אים אין א חסיד פין אלע זיינע שיטות דערווייל( העל מיר זען ביי וואקסינס וואס זיין שיטה איז ) אינטערעסאנט אז פאר ער איז אויפגעקומען האב איך אייביג געהאלטן פין די שיטות סיי לגבי דירות אין סיי לגבי חתונה מאכן. סא איך בין זייער צופרידן אין פרייליך אז איינער מיט א גיטע מויל צילייגט גיט די אויסגעהאלטענע מהלך
די עולם האט די אינפא ווייל ער זאגט עס ביי זיין לעצטער שיעור
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

איך האלט אויך ווי אים 98 פראצענט

תגובה דורך lebediger berel »

נאר צוויי פראצענט בין איך מחולק מיט אים
אויך גלייך איך נישט (הגם איך האלט ס'איז עפעקטיוו) זיין שארפע סטיל ווען ער איז קעגן עפעס א זאך
ער האט זיך פארענטפערט אויף מיינע טענות, אבער כ'האלט ס'יז נוסח פון זיין קהלה און ווי ער איז אויפגעוואקסן אבער דאס ארבעט נאר נחלת היחיד נישט נחלת הכלל וואס לעבט אויף "הקדים מדת הרחמים למדת הדין" און מ'פירט זיך נישט היינט יקוב הדין את ההר דו"ק ותשכח, און הגם ער האלט ס'איז נישט ריכטיג, נא, האלט אבער ס'וועט נישט ארבעטן אין אונזער סאסייעטי
נ.ב. וואס כ'האב געשריבן במאמר המוסגר עפעקטיוו מיין איך צו זאגן עפעקטיוו אין מאכן גערודער און אויפשאקלען, אבער למעשה קוקט מען עס אן WIERDO ווען מ'קומט אזוי אריין במילא פאלגט מען נישט געהעריג - כ'האב אים געשריבן אין אישי א משל וואס בעיני ראיתי דאס שארפקייט האט געשאדט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

תגובה דורך היימישער הייקער »

ביזט גערעכט אז ביי אינז אין סאטמער וכדו' זעמיר בשיטה מער ווייעך. אבער עס האלט שוין ביי די פוינט אז מען האט שוין פארגעסן וואס די דין איז בכלל. עס איז צייט צו צוריק דרייען אביסעל. הקדים מדת הרחמים קען נאר ארבעטן ווען די דין, ליין הלכה, קומט מיט.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

בבל האט געשריבן:הרב פשוט און פראסט. עס מאכט סענס וואס די זאגסט.
העלמיר זען אויב מען וועט מצליח זיין מיט די מחוטענעסטע קלייד פאר 9 שעה אנהאבן. עס איז 10 מאל שווערער ווי די חתן שטריימל וואס מען ניצט 20 יאר אזוי זאגן מיך מיינע שוועסטער.עס גייט נישט געשען, א חתן שטריימל פארשטייסטע.. מיין בני בית איז גראדע מיט מיר אין ר'אליעזר, איך האב מורא אז מען וועט סטאפן צי טיען שידוכים.....
אגב איך פרעג מענטשן צי מען איז מסכים מיט ר' אליעזר רוב ענטפערן ווער איז ער איך האב שוין געהערט די נאמען, נאך א קורצע הסברה זאגט כמעט יעדער אז זיי זענען מסכים אויב די מחותן אין חתן כלה זענען מסכים אין א עולם טיט עס זיכער וועל איך מיטגיין
א שאד אז נישט יעדער הערט עס

כ׳האלט שױן לאנג אז ס׳דארף װערן א קעמפעין אינגאנצן ארױס פון די ראמען פון קול מבשר

כ׳גלײב באמונה שלימה אז ער האט צענדליגער טױזענטער צוהערער, די פאקט איז אבער אז רוב מענטשן צו װעם איך רעד, אדער װײסן בכלל נישט װער אליעזר קרױס איז, אדער.. עפעס האביך געהערט.. ער רעדט װעגן חתונה מאכן..??.. נעע.. װאס העטיר שױן אױפטוהן.. כ׳װײס נישט צו מענטשן שעמען זיך אז זיי הערן קו״מ, אדער װאס, למעשה מייניך אז ס׳גײט עכט גײן װײרעל נאר װען ס׳העט ארויס קריכן פון די ראמען פון קו״מ.
װי למשל פארקױפן/טײלן סידי׳ס בײ אלע שמשים, יעדע פרײטאג נאכמיטאג זאל ארױסקומען א דאבל סידי פון די װאכעדיגע שיעורים.. . און א mp3 פון די גאנצע זאך.. וכדומה.. (מאכן עפעס א דיעל מיט זלמןס׳זאל זיך אים אױך לוינען)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

תגובה דורך היימישער הייקער »

פארקויפן וועט נישט ארבעטן. מענטשן וועלן נישט צאלן פאר עפעס וואס מען קען באקומען אימזיסט.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובה דורך שליו ודגים »

אויך קען זיין אז דער עולם הערט טאקע צו אבער מ'ווערט נישט געבינדן דערצו מ'הערט עס אויס פאר מ'שלאפט איין אדער אין אזעלכע פלעצער ווי מ'הערט עס לשם צו הערן עפעס אבער נאכן הערן האט עס שוין מיט אים גארנישט איך הער וואס דו זאגסט און אגוטן טאג ס'איז אויבערפלעליך

פארשטייט זיך ס'איז דא אזעלכע וואס ווערן יא געבינדן צו די שיעורים
פארשפארט

צוריק צו “קול מבשר”