אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:40 pm

נו, ווער קען מאכן די מעטה?


לוחהציבור.PNG
לוחהציבור.PNG (612.22 KiB) געזעהן 1734 מאל

רבות מחשבות
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 3:13 pm

תגובהדורך רבות מחשבות » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 4:41 pm

איך וויל בעטן אויב איינער קען ארויפלייגן די שמועס'ן פין ר' אליעזר אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו צי מזכה זיין די יודען וואס הערען נישט קיין קול מבשר זאלן אויכעט קענען נהנה זיין פין די גאר אינהיילטסרייכע שמועס'ן.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 5:25 pm

רבות מחשבות האט געשריבן:די יודען וואס הערען נישט קיין קול מבשר

בשיטה, אדער דו ווייסט פשוט נישט וועלכע קנעפל מען דריקט אנצוקומען צו ר' אליעזר'ס שמועס'ן?...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 5:55 pm

שמועס 74#

צאמגענומען די נאכט פון די חתונה - וואס קען מען טון ביזן קרעטשמע

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 6:23 pm

עפעס טױג נישט.. הערשל פר״מ רעדט דארט

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:15 pm

כמעט יעדע מאל איז דא פראבלעמען די ערשטע פאר שעה.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:39 am

קר"י האט שוין אזא פלאטץ, עס הייסט כינור דוד, אריין און ארויס פאר אינטער פיר אלפים א צד,
דאס איז די די ביליגסטע וואס מען קען עס האבן בנציאות, בעולם הדימיון קען מען עס האבן פאר אינטער צוויי אלפים א צד, אבער מען דארף ווארטען קודם אויף משיח.

געבענטש די עסקנים פאר'ן עס צושטעלן.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:04 am

קאנסילמאן האט געשריבן:קר"י האט שוין אזא פלאטץ, עס הייסט כינור דוד, אריין און ארויס פאר אינטער פיר אלפים א צד,
דאס איז די די ביליגסטע וואס מען קען עס האבן בנציאות, בעולם הדימיון קען מען עס האבן פאר אינטער צוויי אלפים א צד, אבער מען דארף ווארטען קודם אויף משיח.

געבענטש די עסקנים פאר'ן עס צושטעלן.


כינור דוד איז די ביליגסטע וואס איז פארהאן ,אבער פעלט נישט אויס קיין גוזמעות, עס איז גענוי 6 אלפים א צד
12 אלפים טאטאל

אויך איז דא עטרת שלמה אין ראלי האטעל פאר בערך די פרייז

מען קען האבן ביליגער טאמער שטעלט מען נישט צו א סעודה , וואס לשיטתי איז עס ארויסגעווארפון געלט,אבער טאמער עס וועט זיין א זאל אן קיין סעודות ,נאר מיט האט פוד קען עס זיין ביליגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:28 am

כינור דוד איז 12K א נאכט - זעקס א צד?! איר מאכט א טעות,

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:57 am

קאנסילמאן האט געשריבן:כינור דוד איז 12K א נאכט - זעקס א צד?! איר מאכט א טעות,


הלואי טאמער איך איך א טעות , עס פלעגט זיין 10 אלפים, שוין איבער א יאר אז עס איז 12

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג ינואר 25, 2019 5:34 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:כינור דוד איז 12K א נאכט - זעקס א צד?! איר מאכט א טעות,


הלואי טאמער איך איך א טעות , עס פלעגט זיין 10 אלפים, שוין איבער א יאר אז עס איז 12

קען זיין אז עס באלאנגט אין א באזידנדערע אשכול
גראדע שטעלן זיי צי בעסערע סערוויס ווי פאריאר. סיי די עסן סיי די מוזיק די זאל האט געברענגט בעסערע ספיקערס מיט א בום באקס אין געאפדעיט די נגינום ווי אויך איז די זאל איבערגעבויט( גראדע האב איך זייער ליב א חתונה דארט 1:38 ביי א נעפיאס חתונה שלאף איך שוין נאך א זאך האב איך הנאה אז מען גראמט אויס זיידעס שיינע יודן פעטערס גאר שנעל אין מען לייגט מער דגוש אויף די לעצטע 3, מחותנים אין די חתן־כלה גראמען אין בין מוותר אלע ביסל אימבאקוועימליכקייטן פין די זאל ווייל 1:38 קען איך שוין זיין אין בעט )
ווי אזוי סזאל נישט זיין וואלט געמעגט זיין א זאל אין די טריי סטעיט עריע פאר 3000 $ א זייט א חתונה נאכט מיז נישט אזוי שיין אינקלודעט עסן בלימען בילדער dj סיסטעם(מוזיק און זינגער ) גראמער.
ווען איך וואלט געהאט געלט וואלט איך מנדב געווען די א העליכע זאל אין מיט גאר טייערע ספיקערס מוזיק dj סיסטעם אז קיינער זאל זיך נישט קענען איינהאלטן פין טאנצן בילדער אינסטאלט אין די זאל העליכע פאלשע בלימען אין נאך די שענסטע זאל עוויר. די פרייז 12.000 $ א זייט אויב אבער חוץ די כלה קלייד אין בעבי סיטער ספענד קיינער נישט קיין געלט פאר די חתונה נאכט אין מען קויפט נישט קיין דייניג רום סעט אין מתנות נישט מער ווי 3 טויזנט דאלאר נישט תנאים נישט טייערע מחותן שבע ברכות. געט די זאל א הנחה 9000 $ צי א טאטל 3000 דאלער די גאנצע חתונה נאכט ( לויט ר' אליעזר קרויס חשבון מאכט די זאל נאך פראפעט מיט 3000 א זייט )

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג ינואר 25, 2019 8:02 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:קר"י האט שוין אזא פלאטץ, עס הייסט כינור דוד, אריין און ארויס פאר אינטער פיר אלפים א צד,
דאס איז די די ביליגסטע וואס מען קען עס האבן בנציאות, בעולם הדימיון קען מען עס האבן פאר אינטער צוויי אלפים א צד, אבער מען דארף ווארטען קודם אויף משיח.

געבענטש די עסקנים פאר'ן עס צושטעלן.


כינור דוד איז די ביליגסטע וואס איז פארהאן ,אבער פעלט נישט אויס קיין גוזמעות, עס איז גענוי 6 אלפים א צד
12 אלפים טאטאל

אויך איז דא עטרת שלמה אין ראלי האטעל פאר בערך די פרייז

מען קען האבן ביליגער טאמער שטעלט מען נישט צו א סעודה , וואס לשיטתי איז עס ארויסגעווארפון געלט,אבער טאמער עס וועט זיין א זאל אן קיין סעודות ,נאר מיט האט פוד קען עס זיין ביליגער

ס'שוין דא א זאל וואס שטעלט נאר צי האט פוד ס'הייסט אולם אפפעל שע״י בית המדרש היכל הקודש ברסלב ווילימסבורג,אויף 27 skillman st

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג ינואר 25, 2019 8:21 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:כינור דוד איז 12K א נאכט - זעקס א צד?! איר מאכט א טעות,


הלואי טאמער איך איך א טעות , עס פלעגט זיין 10 אלפים, שוין איבער א יאר אז עס איז 12



בה אז איר מאכט טאקע א טעות

כינור דוד אפיציעלע פרייז איז 7500 פאר די גאנצע נאכט אונטער 4 אלפים א זייט

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג ינואר 25, 2019 8:24 am

האט פוד אן א חשבון קען אויסקומען פונקט די זעלבע פרייז און פונקט אזוי ארויסגעווארפן געלט ווי א ביליגע סעודה 'אן' מינומים קאפעלס נוסח כנור דוד

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג ינואר 25, 2019 9:30 am

כינור דוד איז די ביליגסטע וואס איז שייך במציאות, 3500 א צד, גענוג ביליג, און א שיינע חתונה.

והדבר פשוט מאוד, אז די ארבייט דארף זיין צו שאפן אזא ענליכע זאל אין אלע אידישע שטעט, אלע אנדערע פארשלאגען פון ווי למשל חתונה מאכען אין די צענטראלע בתי מדרשים מיט האט פוד איז גוט אויף צו הערן קו"מ בשעת הכנות אין עולם הדימיון זייענדיג אינטערן איינפלוס פון שר החלומות, אין עולם המציאות איז כינור דוד די וועי טו גאו.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג ינואר 25, 2019 9:42 am

כינור דוד איז 3,500 א זייט. ר' לעיזער האט גערעדט פון 3,000 ביידע זייטן צוזאמען.

בד"וו איך וואלט גענומען כינור דוד אפילו עס וואלט נישט געווען ביליג, עס האט א חן און א געשמאקייט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג ינואר 25, 2019 10:53 am

כמיין אז די אלטע וויזניץ סקול חתונה זאל אין מאנסי איז אויך ארום 3000 א זייט

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג ינואר 25, 2019 11:27 am

ר' יום טוב האט געשריבן:כינור דוד איז 3,500 א זייט. ר' לעיזער האט גערעדט פון 3,000 ביידע זייטן צוזאמען.


דאס איז טאקע מיין פוינט אז מען קען רעדן און רעדן און אויב רעדט מען דימיונות בלייבט מען ביים רעדן.

און עס איז ממש בל תשחית צו נוצען א מייק אויף חלומות, אז ער רעדט שוין יא ר אליעזער זאל ער רעדן זאכען וואס מען קען טיען, נישט אז מען זאלן מאכען ראדני פאר א חתונה זאל.

עסקנים ווען זיי שלאגען עפעס פאר קומט עס מיט אחריות, ווייל זיי דארפן דעליווערען, אליעזר זאל אנהייבען נעמען אחריות אויף וואס ער זאגט און נאר אזוי וועט ער פארשלאגען רעאליסטישע פלענער.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:57 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:כינור דוד איז 12K א נאכט - זעקס א צד?! איר מאכט א טעות,


הלואי טאמער איך איך א טעות , עס פלעגט זיין 10 אלפים, שוין איבער א יאר אז עס איז 12

זעלכע שטותים, יעך האב אליין אויסגעשטעלט א טשעק פאר מיין שוואגער הכל בכל מכל דריי אלפים א זייט פאר פינף יאר צוריק
אז מ'לעבט דערלעבט מען

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:00 pm

איר קענט - מן הסתם - האבן כינור דוד נאך ביליגער אויב איר זענט מוותר אויפן בדחן, און בילדער מאכער ביי די פרויען.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:02 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:כמיין אז די אלטע וויזניץ סקול חתונה זאל אין מאנסי איז אויך ארום 3000 א זייט


דארף מען דאס אדווערטייזען און שטיצען, אזלכע זאלן זענענן די האפענוג פאר ביליגע חתונות.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:07 pm

lebediger berel האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:כינור דוד איז 12K א נאכט - זעקס א צד?! איר מאכט א טעות,


הלואי טאמער איך איך א טעות , עס פלעגט זיין 10 אלפים, שוין איבער א יאר אז עס איז 12

זעלכע שטותים, יעך האב אליין אויסגעשטעלט א טשעק פאר מיין שוואגער הכל בכל מכל דריי אלפים א זייט פאר פינף יאר צוריק


סארי טעיתי ,זיך טועה געווען מיט פרדס פיגא/צבי

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » פרייטאג ינואר 25, 2019 4:04 pm

רבות מחשבות האט געשריבן:איך וויל בעטן אויב איינער קען ארויפלייגן די שמועס'ן פין ר' אליעזר אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו צי מזכה זיין די יודען וואס הערען נישט קיין קול מבשר זאלן אויכעט קענען נהנה זיין פין די גאר אינהיילטסרייכע שמועס'ן.

אני מצטרף להנ"ל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג ינואר 27, 2019 12:41 pm

מפ3 האט א מעלה אז עס וועט גרינגער מאכן פאר מער מענשטן צו הערן, פון די צווייטע זייט וועט זיין שווער צו וויסן וויפיל צוהערער עס זענען דא. ווער רעבלעיזער דארפן מחליט זיין וואס איז וויכטיגער פאר די מערכה.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » זונטאג ינואר 27, 2019 2:14 pm

חלה האט געשריבן:
רבות מחשבות האט געשריבן:איך וויל בעטן אויב איינער קען ארויפלייגן די שמועס'ן פין ר' אליעזר אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו צי מזכה זיין די יודען וואס הערען נישט קיין קול מבשר זאלן אויכעט קענען נהנה זיין פין די גאר אינהיילטסרייכע שמועס'ן.

אני מצטרף להנ"ל

ער עקשנ'ט זיך אויף ניין, ביז רעב זלמן וועט אים געבן קלארע רשות!
איז אויב עפעס לייגטס בעסער פרעשור אויף זלמן...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט