אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 11:29 pm

דוד משה האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #45

מזל טוב געשלאסן א שידוך! יעצט קומט א לחיים? ווארט? תנאים? וואס פעלט אויס און וואס איז איבריג?

זייער א שיינע שמועס איבער לחיים-ווארט-תנאים, איך האף עס צו קענען בל"נ אויספירן למעשה ביי מיינע קינדער בעז"ה.

מיינע צוויי סענט:
די מעשה וואס דו דערציילסט אז דו האסט צוגעשטעלט א תנאים ביי דיר אינדערהיים פאר דיין חבר/קרוב פאר $150 איז אביסל קאנטער-פראדאקטיוו, און מענטשן קענען נישט רילעטן צו דעם, ווייל כדי דאס זאל האבן געקענט צושטאנד קומען, האבן געמוזט געשען די פאלגענדע:

  • מען האט נישט סערווירט קיין שום האט פוד (אפילו קיגל).
  • מען האט נאר גערופן א קארגע מנין מענטשן (כאפ מיך נישט ביים ווארט, יו געט די פוינט).
  • מען האט אליינס צושניטן די פרוכט און אנגעגרייט.
  • מען האט אליין אויפגערוימט די הויז.
לענ"ד קענען דאס 99% מענטשן נישט באווייזן, און דאס נוצן פאר אן עקזעמפל וועט נישט טוישן קיינעם'ס מיינונג נאר עס ליבערשט מאכן אויסזעהן ראדיקאל און קמצניש. פארוואס קענען דאס 99% מענטשן נישט באווייזן ? הער צו:

  • די מענטשליכע שכל דיקטירט אז ביי א תנאים דארף מען יא סערווירן האט פוד (מיט א מאס, פארשטייט זיך), מענטשן קומען צו גיין און עס נישט מער ווי נארמאל זיי צו געבן צו עסן עפעס ווארעמס כנהוג אצל וואכנאכט-טיי אווענט און סיי וועלכע מאורע, ולשיטתך קען מען אויך פרעגן: פארוואס פעלט אויס סיי פרוכט און סיי מזונות, עס איז דאך אן איבריג עקספענס ? מען קען דאך געבן זשעלאו און טונא מיט קרעקערס כנהוג אצל ברכה סימא ? אלא מאי ווילסטו אויך אז עס זאל האבן א שטיקל פנים, א"כ פארוואס זאל עס נישט האבן א געהעריגע פנים ?
  • א געווענליכע מענטש האט נישט גענוג טישן און בענק(לעך) פאר אזא עולם, אלזא דארף מען געווענליך רענטן.
  • רוב מענטשן קענען זיך נישט אונטערנעמען בעת א שמחה אליינס צוצוגרייטן דעם תנאים, נאכדערצו ווען עס איז גלייך ביים שליסן דעם שידוך, אלזא דארף מען קויפן פרוכט טרעיס און די אנדערע זאכן רעדי.
  • מען דארף געווענדליך נעמען א גויטע אויפצורוימען דאס הויז.
ווען מען רעכנט צוזאם די אלע זאכן קומט עס אויס א שפאר ביסל מער ווי $150.

די געדאנק פון עס מאכן אינדערהיים איז אייזן גוט און דאס קען כאפן מענטשן, אבער מען קען נישט שטעלן א CAP פון $180 און עס זאל אויסקוקן נעבעכדיג (עכ"פ אין רוב מענטשן'ס אויגן) בלויז ווייל מען טאר נישט איבערגיין דעם ציפער פון 15 אלפים, מען שפארט רוב פון די תנאים עקספענסעס בלויז מיטן עס מאכן אינדערהיים אליינס, נאר בכדי די עקספענס פון עסן זאל נישט ארויסגיין פון די גלייזן קען מען באשטימען א תנאים פעקעזש וואס זאל זיין ענליך צו א וואכנאכט פעקעזש וואס די קעיטערערס האבן (מען קען אראפנעמען פארשידענע זאכן ווי געפילטע פיש וכדומה, זיי ברענגען אויך טישן-בענק-טישטוכער וויפיל עס פעלט אויס), אזוי אז מען וועט קענען האבן אלעס מיט 1 פאון קאל פאר ארום 5-6 הונדערט דאלאר (בערך), עס וועט האבן א פנים ווי א שיינע עלעגאנטע שמחה, און אויף דעם וועג וועלן זיך ענדערש מענטשן צוכאפן דערצו.

און וויאזוי זאגט ר' אליעזר 60 מאל אינמיטן יעדע שיעור ? והכל על מקומו יבוא בשלום.


דיין גאנצע לאנגע תגובה האט זייער א קליינע ענטפער

איינמאל 20 אדער 30 פארצענט וועלן יא מאכן אינדערהיים פאר 150 דאלאר איז אלעס נארמאל און גארנישט פעלט נישט אויס

פארוואס ביים לחיים 1 ביינאכט איז יא 50 דאלאר גוט.?

און ביים תנאים נישט ?

גראדע קען מען אויסקאטען די תנאים אין עס ליינען ביי די חתונה

איינמאל דער עולם גולם מאכט עס איז נאו פראבלעמא , קאפאראנדא?

איך ווייס נישט ווי די שלאגסט כפרות אבער עס גייט ווערן פאליטיש יעצט

אבער סתם א פאקט איבערצווייזן אז מען וויל קאן מען

95 פארצענט חסידי מהר"א אין קרית יואל אריינגערעכנט פון די ארימאן ביז גרעסטען עושר מאכן תנאים פאר 800 דאלאר

פון דעם זעט מען אז עס איז מעגליך אלעס נאר עס ברויך זיין יעדער ,ביז דעמאלס ארבעט עס נישט

איך קען א יוד פון וויליאמסבורג וואס מאכט יעצט חתונה די צווייטע קינד אין איין יאר

אים צאמגעשטעלט די יאר פאר חתונות און אנדערע ענינים אפאר מאה אלף מאחינו בני ישראל

אויסער וואס מען שיקט שבת פעקלעך יעדע וואך

און די תנאים ביליגערהעייט אין א קליינע זאל אין וויליאמסבורג האט אים געקאסט 2 אלפים וועגן מען מוז

וואס מיין איך צו זאגן איז אז איינמאל יעדער מאכט אזוי איז עס העכסט נארמאל

staten island
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:11 am

תגובהדורך staten island » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 8:45 am

איך בין געווען די וואך ביי א תנאים ס'געווען א פשוטע תנאים נאר פאטעטא קיגל פאר האט פוד און איך שמעוס מיט די מחותן און איך פרעג עם וויפיל קאסט די תנאים ? זאגט ער מיר צווישן די זאל חתן זייגער כלה קלייד מחותנסתה קלייד וכו' וכו' האלט ער שוין נאך 15 אלפים.
פרעג איך ענק טייערע חבירים איז דאס נארמאל ? עפעס דראסטיש מוז געטין ווערען אבער שוין !!!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 9:01 am

staten island האט געשריבן:איך בין געווען די וואך ביי א תנאים ס'געווען א פשוטע תנאים נאר פאטעטא קיגל פאר האט פוד און איך שמעוס מיט די מחותן און איך פרעג עם וויפיל קאסט די תנאים ? זאגט ער מיר צווישן די זאל חתן זייגער כלה קלייד מחותנסתה קלייד וכו' וכו' האלט ער שוין נאך 15 אלפים.
פרעג איך ענק טייערע חבירים איז דאס נארמאל ? עפעס דראסטיש מוז געטין ווערען אבער שוין !!!

ער רעכנט שוין שדכנות געלט אויכעט,
ועם כל זה איז דער מספר 15 אלפים, שטארק איבער געטריבן,
בארואיג דיך!!, עס קאסט נישט אזוי סך ביי א נארמאלער מענטש!
צי וואס שרייבן סתם אויפגעבלאזענע גוזמאות?

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 9:51 am

און די נייע משוגעת אז דער דבר יום ביומו האט אפעציעל הזמנות פאר תנאים'ס.

מארי דאברהם! זעכציג אלפים פאר א פשוט'ע חתונה איז נישט גענוג? מ'מוז עפעס צולייגן? מ 'מוז שוין מאכן אן 'אפעציעלע' תנאים און צוזאמרופן די עולם מיט אנאנסן?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 9:55 am

staten island האט געשריבן:איך בין געווען די וואך ביי א תנאים ס'געווען א פשוטע תנאים נאר פאטעטא קיגל פאר האט פוד און איך שמעוס מיט די מחותן און איך פרעג עם וויפיל קאסט די תנאים ? זאגט ער מיר צווישן די זאל חתן זייגער כלה קלייד מחותנסתה קלייד וכו' וכו' האלט ער שוין נאך 15 אלפים.
פרעג איך ענק טייערע חבירים איז דאס נארמאל ? עפעס דראסטיש מוז געטין ווערען אבער שוין !!!


גארנישט דארף נישט געטיען ווערן מטעם הציבור, דער ציבור איז נישט אחראי אויף אזוינע איינצעלע משוגעים,

אויף תנאים'ס וואס קאסט אין די רענטש פון צוויי אלפים, פאר זיי דארף מען אויפמערקזאם מאכען און זיי העלפן מאכען ביליגער.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 1:44 pm

איך פאנג אן צו טראכטען אז אפשר דארף מען צוריק גיין צו פיפצען יאר צוריק ווען מען האט געמאכט א געהעריגע סעודה.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

שוכני עפר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 5:18 pm

חתונה פאלעסי כמו שווייצער

תגובהדורך שוכני עפר » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 2:32 pm

כבוד הרב קרויס ס'איז יא דא לייף אינשארינס פאליסי כעין צווייצער .למחצה-לשליש - ולרבוע - די עצה איז אז קהילות מיט אינשורינס בראקערס דארפון מאכען א מיטונג אינאיינעם אלע קהילות עסקנים- מיט אלע היימישע ברויקערס - פון אויסלאנד אינשורינס ברויקערס אויך - א דאנק

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 2:54 pm

מיט א 30-40 יאר צוריק איז געווען אין סטייל די שווייצער פאליסי'ס. א צאל כולל אינגעלייט זענען געווען בראקערס ארומגייענדיג אין כולל צו אלע אינגעלייט, און דער עולם האט געכאפט אין גרויסן.

מיין טאטע זאל זיין געזונט איז געווען פון די איינציגע וועלכע האבן נישט געקויפט, ער האט ליבערשט אוועקגעלייגט א דאללער אויף א דאללער, און חתונה געמאכט די קינדער גאר שפארזאם. ער האט ב"ה נישט געברויכט אנקומען לידי מתנת בשר ודם ולא לידי הלוואתם. פון די אנדערע זייט, פילע וואס האבן דאן געקויפט די פאליסי'ס האבן ליידער נישט צוריקגעזען דאס געלט.

די היינטיגע לייף אינשורענס אינדעסטרי איז א טיילווייזע סקעם, רוב עולם ווייסן נישט גענוי וויאזוי עס ארבעט ביז מען זעצט אן, און עס איז נישט פאראנטווארטליך אריינצושלעפן דערין דעם ברייטן ציבור.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובהדורך זאגסט גוט » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 2:56 pm

איך קען צענדליגע וואס האבן געמיינט אז זיי לייגן אוועק $ אין פאלעסיס פאר חתונה מאכן אין זענען ניטאמאהל געבליבן מיט "למחצה- לשליש –ולרבוע"..........אדרבה זאל דער עולם אריינקימען וואס האבן שוין פאלעסיס 10- 15 יאר וויפיל פין די קרן איז שוין צוריק? וויפיל % איז עס געוואקסן

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אוקטובער 28, 2018 9:40 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:ס'קאסט היינט בערן $1500 , אויב ווילסטו גיין אז דער טאטע זאל נישט קויפן קען מען גיין מיט'ן חתונה פלאן וואס איינער האט ארויסגעלייגט א פאר יאר צוריק אז יעדער פארפאלק זאל זיך אליינס חתונה מאכן

דאס נישט קויפן ר"ת תפילין איז נישט בלויז א פלאן. נאר ביי פילע וואס הייבן ערשט אן צו לייגן א יאר נאך די חתונה, פארשאפט מען זיך דאס אליינס.
איך האב מיר אליינס געקויפט ר"ת נאך מיין חתונה.



גאמ"צ
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 12:12 am

יהיה כן האט געשריבן:
staten island האט געשריבן:איך בין געווען די וואך ביי א תנאים ס'געווען א פשוטע תנאים נאר פאטעטא קיגל פאר האט פוד און איך שמעוס מיט די מחותן און איך פרעג עם וויפיל קאסט די תנאים ? זאגט ער מיר צווישן די זאל חתן זייגער כלה קלייד מחותנסתה קלייד וכו' וכו' האלט ער שוין נאך 15 אלפים.
פרעג איך ענק טייערע חבירים איז דאס נארמאל ? עפעס דראסטיש מוז געטין ווערען אבער שוין !!!

ער רעכנט שוין שדכנות געלט אויכעט,
ועם כל זה איז דער מספר 15 אלפים, שטארק איבער געטריבן,
בארואיג דיך!!, עס קאסט נישט אזוי סך ביי א נארמאלער מענטש!
צי וואס שרייבן סתם אויפגעבלאזענע גוזמאות?


פוסטע שקרים !
א געווענליכע תנאים איז בערך $5000 שוין מיטן זייגער

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 1:03 am

ווייזער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
staten island האט געשריבן:איך בין געווען די וואך ביי א תנאים ס'געווען א פשוטע תנאים נאר פאטעטא קיגל פאר האט פוד און איך שמעוס מיט די מחותן און איך פרעג עם וויפיל קאסט די תנאים ? זאגט ער מיר צווישן די זאל חתן זייגער כלה קלייד מחותנסתה קלייד וכו' וכו' האלט ער שוין נאך 15 אלפים.
פרעג איך ענק טייערע חבירים איז דאס נארמאל ? עפעס דראסטיש מוז געטין ווערען אבער שוין !!!

ער רעכנט שוין שדכנות געלט אויכעט,
ועם כל זה איז דער מספר 15 אלפים, שטארק איבער געטריבן,
בארואיג דיך!!, עס קאסט נישט אזוי סך ביי א נארמאלער מענטש!
צי וואס שרייבן סתם אויפגעבלאזענע גוזמאות?


פוסטע שקרים !
א געווענליכע תנאים איז בערך $5000 שוין מיטן זייגער


ער האט געמוזט אויפבלאזען א שטארקען גוזמא ארויסצוברענגען הרב יהיה כן פון באהעלטעניש.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 3:38 pm

שמועס #48

וואס קען מען טון מיט 22 דאלער? אויסשמועסן נאך וועגן מעכן א תנאים צוזאמען מיט לחיים. וויפיל און ווען דארף מען און מעג מען געבן פאר שדכנות.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 3:58 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #48

וואס קען מען טון מיט 22 דאלער? אויסשמועסן נאך וועגן מעכן א תנאים צוזאמען מיט לחיים. וויפיל און ווען דארף מען און מעג מען געבן פאר שדכנות.

פאר איך הער אויס דעם שיעור וויל איך דיר זאגן אז לויט דיין (און לכאורה דער פשוט'ער) פרוטה חשבון קען מען מקדש זיין 2200 פרויען מיט צוויי און צוואנציג טאלער
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:09 pm

lebediger berel האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #48

וואס קען מען טון מיט 22 דאלער? אויסשמועסן נאך וועגן מעכן א תנאים צוזאמען מיט לחיים. וויפיל און ווען דארף מען און מעג מען געבן פאר שדכנות.

פאר איך הער אויס דעם שיעור וויל איך דיר זאגן אז לויט דיין (און לכאורה דער פשוט'ער) פרוטה חשבון קען מען מקדש זיין 2200 פרויען מיט צוויי און צוואנציג טאלער

;l;p-

שוכני עפר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 5:18 pm

תגובהדורך שוכני עפר » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 5:29 pm

אונז זעמיר גרייט צו הערן פון ווער ס'האט איידיעס וועגן דעם ענין
לעצט פאראכטן דורך שוכני עפר אום מאנטאג אוקטובער 29, 2018 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 5:43 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:ס'קאסט היינט בערן $1500 , אויב ווילסטו גיין אז דער טאטע זאל נישט קויפן קען מען גיין מיט'ן חתונה פלאן וואס איינער האט ארויסגעלייגט א פאר יאר צוריק אז יעדער פארפאלק זאל זיך אליינס חתונה מאכן

דאס נישט קויפן ר"ת תפילין איז נישט בלויז א פלאן. נאר ביי פילע וואס הייבן ערשט אן צו לייגן א יאר נאך די חתונה, פארשאפט מען זיך דאס אליינס.
איך האב מיר אליינס געקויפט ר"ת נאך מיין חתונה.



גאמ"צ

ס'איז שיין צו זען וויאזוי די מענער זענען מסכים צו מוותר זיין אויף אזעלכע נארמאלע אידישע זאכן, ווען אין די זעלבע צייט ציטערן זיי צומאל אפי' צו פרעגן די ווייב פארוואס זי קען נישט גיין מיט די קלייד וואס זי איז געגאנגען ביי די פאריגע חתונה וכדו'
לעצט פאראכטן דורך טיכטיגער אום מיטוואך אוקטובער 31, 2018 2:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 6:18 pm

שוכני עפר האט געשריבן:אונז זעמיר גרייט צו הערן פון ווער ס'האט איידיעס וועגן דעם ענין

ס'איז נאריש צו טראכטן, ערווארטן, און האפן אז איינער גייט אויפקומען מיט א מעדזשיק וויאזוי מ'מאכט מענטשען -וואס קענען קוים בר מצוה מאכן- פארדינען איבעריגע 70 אלפים ווען מ'האלט ביי חתונה מאכן.

די איינציגע עדווייס וואס איך קען געבן, איז רעדן צו די ווייב און קינדער אינדערהיים 'יארן' פאר די גרויסע הוצאות הייבן אן צו קומען, אז נאו מעטער וואט'ס עהעיד אויף אס, אונז גייען נישט ספענדן מער וויפיל אונז מאכן (פארשטייט זיך דער מאן דארף אויך האלטן דערביי, נישט אויסליידיגן די סעיווינגס אקאונט צו גיין אין קאנטרי וכדומה, זאכן וואס זענען א סתירה צו דעם געדאנק).
און די זעלבע וואלטן די מנהלים ומנהלות געדארפט האמערן דרשות אז קינדער זאלן נישט בעטן קיין זאכן פון עלטערן ווען זיי ווייסן אז די עלטערן מוטשענען זיך! (אנשטאט איז מען פארנומען מיט תקנות פאר גרויסע און קליינע צו מאכן יעדן 'קאנפארמען' צו איין סטאנדארד, און די קינדער באקומען נישט קיין חינוך אויף דעם לעבנסוויכטיגע סאבדזשעקט)


כאפט א בליק אויף אייראפע און א"י צו זעהן ווי פשוט דער עולם לעבט!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 8:27 pm

בעלז אין א״י אין אמעריקא האבן א גמח
מלייגט אריין ביים ערשטן קינד א יעדן חודש ארום $125 און מצאלט איין פאר 18 יאר
דערנאך נעמט מען ארויס ביי יעדן קינד ארום 20 אלפים און מצאלט צוריק מיט נארמאלע פעימענעט פלאן

די גמח גייט שוין אן אפאר יאר
די עיקר הצלחה תלו אז די אינגערלייט זאלן ווערן מעמבערס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 1:44 am

El Rushbo האט געשריבן:
שוכני עפר האט געשריבן:אונז זעמיר גרייט צו הערן פון ווער ס'האט איידיעס וועגן דעם ענין

און די זעלבע וואלטן די מנהלים ומנהלות געדארפט האמערן דרשות אז קינדער זאלן נישט בעטן קיין זאכן פון עלטערן ווען זיי ווייסן אז די עלטערן מוטשענען זיך! (אנשטאט איז מען פארנומען מיט תקנות פאר גרויסע און קליינע צו מאכן יעדן 'קאנפארמען' צו איין סטאנדארד, און די קינדער באקומען נישט קיין חינוך אויף דעם לעבנסוויכטיגע סאבדזשעקט)
כאפט א בליק אויף אייראפע און א"י צו זעהן ווי פשוט דער עולם לעבט!

1) עפעס ליגט מיר אין זכרון אז עטליכע יאר צוריק איז געווען אזא רוח, דאכט זיך רבי אבא חייא טויבער שליט״א איז געווען פון די וואס זענען ארום געגאנגען רעדן אין די שולעס, ווי אויך איז ארויסגעקומען בראשורן געוואנדן צו די קינדער צו ערקלערן די וויכטיקייט פון פארשפארן הארץ אטאקעס פאר די עלטערן וכו׳ (אפשר קען עס איינער אפירזוכן אין ארויפלייגן).
2) אדרבה, זאגט אונז ווי אזוי אחב״י אין אייראפע און אין א״י שפארן זיך?

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 7:58 am

shalsheles האט געשריבן:[quote
2) אדרבה, זאגט אונז ווי אזוי אחב״י אין אייראפע און אין א״י שפארן זיך?


אין איין ווארט, מ'לעבט פשוטער. א בר מצוה פונעם ארימאן דאהי איז רייכער אהערגעשטעלט ווי דעם דארטיגן נגיד'ס (קענסט גיין נאך ווייטער צו בגדי נשים, ווי די חילוק איז גאר שטארק בולט).

אבער לדעתי ליגט א גרויס חלק פון דעם פראבלעם אין דעם אז מ'רעדט בכלל נישט צו קינדער פון דעם.

סיי די עלטערן שעמן זיך אפצוזאגן קינדער 'ווייל ס'קאסט צו טייער' אדער ס'איז נישטא יעצט קיין געלט. און סיי די מוסדות זענען נישט מחנך די קינדער (חוץ ר' יואל ראטה) אז מ'בעט נישט פון די עלטערן זאכן וואס זיי קענען זיך נישט ערלויבן. ענדערש פראבירט מען צו נידערן דעם סטאנדארט (לדוגמא די נייע בר מצוה זאלן) אז די עלטערן זאלן 'נישט דארפן' זאגן פאר די קינדער אז אונז קענען זיך נישט ערלויבן די העכערע/נארמאלע סטאנדארט.

די תוצאה פון דעם איז אז די קינדער וואקסן אויף אז ס'איז א בושה נוראה צו זיין אנדערש ווי די סטאנדארט אפגעזעהן צו מ'קען זיך עס ערלויבן אדער נישט, און מ'וועט ענדערש נעמן געלט פון צדקה צו נאכקומען דעם סטאנדארט ווי איידער צו לעבן ביליגער אויפן אייגענעם דיים.

בבל
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:51 am

El Rushbo האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:[quote
2) אדרבה, זאגט אונז ווי אזוי אחב״י אין אייראפע און אין א״י שפארן זיך?


אין איין ווארט, מ'לעבט פשוטער. א בר מצוה פונעם ארימאן דאהי איז רייכער אהערגעשטעלט ווי דעם דארטיגן נגיד'ס (קענסט גיין נאך ווייטער צו בגדי נשים, ווי די חילוק גאר שטארק בולט).



א איד פין ארץ ישראל וואס האט 10 קינדער אינדערהיים האט מיר געזאגט אז זיין לעבן קאסט אים אין ארץ ישראל 48.000 דאלער אין די צייט וואס אין חסידישע נ' 'י קאסט 10 קינדער אינדערהיים מינימום 120.000 דאלער א יאר

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 3:19 pm

ער נעמט חליקות יעדע שיני וחמשי
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:10 pm

כ'אב שוין מיטגעהאלטן אייראפעאישע חתונות מער ווי איינמאל
דארט ספענד מען אויף אומנויטיגע חתונה-הוצאות סך מער ווי דא
#יענעמ'ס גראז איז גרינער

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 8:41 pm

ראספשע האט געשריבן:כ'אב שוין מיטגעהאלטן אייראפעאישע חתונות מער ווי איינמאל
דארט ספענד מען אויף אומנויטיגע חתונה-הוצאות סך מער ווי דא
#יענעמ'ס גראז איז גרינער

אדרבה.

קום אריין קלארער און לאמיר פארגלייכן די לוקסוס דא און דארט און לאמיר זעהן ווער ס'איז מער אין די רעד.

א זומער וואקאציע דארט קאסט ארום 5 אלפים (די 'גאנצע' פאמיליע גייט צוזאמען אויף אפאר וואכן)
דאהי קאסט עס מינימום 15-20 אלפים.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט