דוד משה האט געשריבן:אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #45
מזל טוב געשלאסן א שידוך! יעצט קומט א לחיים? ווארט? תנאים? וואס פעלט אויס און וואס איז איבריג?
זייער א שיינע שמועס איבער לחיים-ווארט-תנאים, איך האף עס צו קענען בל"נ אויספירן למעשה ביי מיינע קינדער בעז"ה.
מיינע צוויי סענט:
די מעשה וואס דו דערציילסט אז דו האסט צוגעשטעלט א תנאים ביי דיר אינדערהיים פאר דיין חבר/קרוב פאר $150 איז אביסל קאנטער-פראדאקטיוו, און מענטשן קענען נישט רילעטן צו דעם, ווייל כדי דאס זאל האבן געקענט צושטאנד קומען, האבן געמוזט געשען די פאלגענדע:לענ"ד קענען דאס 99% מענטשן נישט באווייזן, און דאס נוצן פאר אן עקזעמפל וועט נישט טוישן קיינעם'ס מיינונג נאר עס ליבערשט מאכן אויסזעהן ראדיקאל און קמצניש. פארוואס קענען דאס 99% מענטשן נישט באווייזן ? הער צו:
- מען האט נישט סערווירט קיין שום האט פוד (אפילו קיגל).
- מען האט נאר גערופן א קארגע מנין מענטשן (כאפ מיך נישט ביים ווארט, יו געט די פוינט).
- מען האט אליינס צושניטן די פרוכט און אנגעגרייט.
- מען האט אליין אויפגערוימט די הויז.
ווען מען רעכנט צוזאם די אלע זאכן קומט עס אויס א שפאר ביסל מער ווי $150.
- די מענטשליכע שכל דיקטירט אז ביי א תנאים דארף מען יא סערווירן האט פוד (מיט א מאס, פארשטייט זיך), מענטשן קומען צו גיין און עס נישט מער ווי נארמאל זיי צו געבן צו עסן עפעס ווארעמס כנהוג אצל וואכנאכט-טיי אווענט און סיי וועלכע מאורע, ולשיטתך קען מען אויך פרעגן: פארוואס פעלט אויס סיי פרוכט און סיי מזונות, עס איז דאך אן איבריג עקספענס ? מען קען דאך געבן זשעלאו און טונא מיט קרעקערס כנהוג אצל ברכה סימא ? אלא מאי ווילסטו אויך אז עס זאל האבן א שטיקל פנים, א"כ פארוואס זאל עס נישט האבן א געהעריגע פנים ?
- א געווענליכע מענטש האט נישט גענוג טישן און בענק(לעך) פאר אזא עולם, אלזא דארף מען געווענליך רענטן.
- רוב מענטשן קענען זיך נישט אונטערנעמען בעת א שמחה אליינס צוצוגרייטן דעם תנאים, נאכדערצו ווען עס איז גלייך ביים שליסן דעם שידוך, אלזא דארף מען קויפן פרוכט טרעיס און די אנדערע זאכן רעדי.
- מען דארף געווענדליך נעמען א גויטע אויפצורוימען דאס הויז.
די געדאנק פון עס מאכן אינדערהיים איז אייזן גוט און דאס קען כאפן מענטשן, אבער מען קען נישט שטעלן א CAP פון $180 און עס זאל אויסקוקן נעבעכדיג (עכ"פ אין רוב מענטשן'ס אויגן) בלויז ווייל מען טאר נישט איבערגיין דעם ציפער פון 15 אלפים, מען שפארט רוב פון די תנאים עקספענסעס בלויז מיטן עס מאכן אינדערהיים אליינס, נאר בכדי די עקספענס פון עסן זאל נישט ארויסגיין פון די גלייזן קען מען באשטימען א תנאים פעקעזש וואס זאל זיין ענליך צו א וואכנאכט פעקעזש וואס די קעיטערערס האבן (מען קען אראפנעמען פארשידענע זאכן ווי געפילטע פיש וכדומה, זיי ברענגען אויך טישן-בענק-טישטוכער וויפיל עס פעלט אויס), אזוי אז מען וועט קענען האבן אלעס מיט 1 פאון קאל פאר ארום 5-6 הונדערט דאלאר (בערך), עס וועט האבן א פנים ווי א שיינע עלעגאנטע שמחה, און אויף דעם וועג וועלן זיך ענדערש מענטשן צוכאפן דערצו.
און וויאזוי זאגט ר' אליעזר 60 מאל אינמיטן יעדע שיעור ? והכל על מקומו יבוא בשלום.
דיין גאנצע לאנגע תגובה האט זייער א קליינע ענטפער
איינמאל 20 אדער 30 פארצענט וועלן יא מאכן אינדערהיים פאר 150 דאלאר איז אלעס נארמאל און גארנישט פעלט נישט אויס
פארוואס ביים לחיים 1 ביינאכט איז יא 50 דאלאר גוט.?
און ביים תנאים נישט ?
גראדע קען מען אויסקאטען די תנאים אין עס ליינען ביי די חתונה
איינמאל דער עולם גולם מאכט עס איז נאו פראבלעמא , קאפאראנדא?
איך ווייס נישט ווי די שלאגסט כפרות אבער עס גייט ווערן פאליטיש יעצט
אבער סתם א פאקט איבערצווייזן אז מען וויל קאן מען
95 פארצענט חסידי מהר"א אין קרית יואל אריינגערעכנט פון די ארימאן ביז גרעסטען עושר מאכן תנאים פאר 800 דאלאר
פון דעם זעט מען אז עס איז מעגליך אלעס נאר עס ברויך זיין יעדער ,ביז דעמאלס ארבעט עס נישט
איך קען א יוד פון וויליאמסבורג וואס מאכט יעצט חתונה די צווייטע קינד אין איין יאר
אים צאמגעשטעלט די יאר פאר חתונות און אנדערע ענינים אפאר מאה אלף מאחינו בני ישראל
אויסער וואס מען שיקט שבת פעקלעך יעדע וואך
און די תנאים ביליגערהעייט אין א קליינע זאל אין וויליאמסבורג האט אים געקאסט 2 אלפים וועגן מען מוז
וואס מיין איך צו זאגן איז אז איינמאל יעדער מאכט אזוי איז עס העכסט נארמאל