קול סאטמאר - טעלעפאון ליניע פון סאטמאר מהר"א

די אחראים: אחראי, געלעגער

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

שמעו דבר ה' - קול ה' בכוח!

תגובהדורך הרב דפה » מאנטאג יוני 24, 2019 11:42 am

אויף מערכת 'קול סאטמאר' קען מען שוין הערן די פלאם פייער'דיגע דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א נעכטן ביים ריזן
כינוס דולה ומשקה
אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל

מען קען עס הערן אויף קול סאטמאר 1-1-0
דער רבי האט ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער די טומאת רעיון הציוני, גלות, גאולה, אמונה, גודל כוחו והשפעתו והשקפתו של רביה"ק מסאטמאר זי"ע, הכנעה, פארן לערנען קיין ארץ ישראל, אנטי וואקסינען התגרות באומות, שיקן בחורים לערנען אין ארץ ישראל, זיין שטאלץ אלץ 'סאטמארער' בחור, ווי אזוי דארף א חסיד'ישער בחור אויסקוקן, בגנות די וואס פארן אויף ימים טובים אין די קאנטריס. ועוד ועוד
והודעת להם את הדרך ילכו בה, ואת המעשה אשר יעשון

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 24, 2019 12:01 pm

עס איז שוין ארויף געהעריג, אדער נאר אויף 1-1-0?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » מאנטאג יוני 24, 2019 12:07 pm

עכט היימיש האט געשריבן:עס איז שוין ארויף געהעריג, אדער נאר אויף 1-1-0?

איך מיין אז עס איז שוין אויך ארויף אויף 4-4 מיט די באקוועמע בוק-מארק אפציע.
שמעו דבר השם!

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מאנטאג יוני 24, 2019 12:50 pm

סליגט אויף 4-4- 893#

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

דברות קודש והדרכה

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 24, 2019 5:49 pm

איך זעה אז דער ניק @אהבת השם האט אויף א אנדערע ארט דא אויפן וועלטל געמאכט א שיינע סך הכול פון די גאר יסודות'דיגע און פייער'דיגע דברות קודש והדרכה וואס דער רבי שליט"א האט נעכטן משמיע געווען פאר אלפי בחורי סאטמאר ביים גרויסן כינוס, לייג איך עס דא איבער.
אגב, ווערט די דרשה אין די יעצטיגע שעות אפגעדריקט און וועט בקרוב זיין צו באקומען לשמחת לב אנ"ש.
אהבת השם האט געשריבן:דעם רבין'ס דרשה:

א. מ'זאל מתפלל זיין מ'זאל קענען זוכה זיין צו גיין אין די וועגן פונעם פעטער און דעם טאטן.

ב. די עצה זיך צו מתגבר זיין אויף תאוות איז דורכ'ן לערנען תורה.

ג. מ'טאר נישט מאכן קיין שום פעולת בשר ודם בענין הגאולה, דאס געהער נאר צום אייבערשטן אליין.

ד. די תאווה פון נאציאליזם איז ציונות - און מ'דארף וויסן, אז יודישע קינדער האבן אויך די תאווה, און ער מעג זיין א שומר תורה ומצוות, און אויך האבן די תאווה. (פרומע ציונים)

ה. ויגבה לבו בדרכי ה', איך בין א סאטמאר'ע בחור! - יעדע תלמיד באזונדער פון ישיבה תורה ויראה ד'סאטמאר דארף צו וויסן, אז ער האט אויף זיך א חותם כהן גדול פונעם מייסד המוסדות.

ו. פארן אויף א"י - אפילו צו לערנען - איז קעגן דעם דרך פונעם פעטער ז"ל, יעדער ווייסט דאס קלאר! און די הפקרות וואס גייט דארט פאר, און די חרבנות אויף שפעטער וואס קומט ארויס.

ז. מ'דארף זיין בהכנעה ובענווה, אננעמען דעם עול הגלות, און ציונות איז פונקט דאס פארקערטע במחשבה בדיבור ובמעשה. - יעדער האלט מיט ס'דא א גאנצע וויכוח איבער עניני בריאות הגוף, איז דא מענטשן וואס האבן א מיינונג, נו, א מענטש מעג האבן א מיינונג, אבער ארויסצוקומען בשחצנות און מיט א קריג בפרהסיה, דאס איז נישט דער אידישער וועג, דאס איז נישט אונזער דרך!

ח. די מקבל דארף זיין נידריגער פונעם משפיע, דאס איז נוגע יעדן, פון א קליין אינגל ביז א בעל הבית, מ'דארף זיין בהכנעה צו איינעם וואס איז גרעסער.

ט. די עיקר פון די לעבן איז די צרכי הנשמה, נישט די צרכי הגוף, די עיקר פון שבועות איז נישט די מילעכיגס און די וויין און די פלייש, די עיקר איז די צרכי הנשמה.

י. לערנען חסיד'ישע ספרים פאר יעדע יו"ט.

יא. שבת ביי שלש סעודות דארף יעדער זיצן ביי ש"ס אין ביהמ"ד מיט חסיד'ישע אידן.

יב. איך וויל דא זאגן פאר אלע בחורים, מי האיש החפץ חיים, זאל אדורכלערנען די הקדמה אין ספר דרך פקודיך, ס'איז א גרינג לשון, זייער הייליג, און יעדער בחור מוז דאס דורכלערנען! מ'קען נישט זיין קיין חסיד'ישער בחור אויב מ'האט נישט דורכגעלערנט די הקדמה.

יג. יעדער זאל זיך אויסקלויבן א חסיד'יש ספר וואס דאס לערנט ער.

יד. זיך פוצן איז תאוות אמעריקע, מ'דארף זיך נישט באדן יעדן טאג.

טו. מ'דארף גיין אין מקווה יעדן טאג פאר'ן דאווענען.

טז. הפרשה און התבדלות פון אלע האטליינס און צייטונגען, און נייע מאדערנע ניגונים.

יז. לערנען א מוסר ספר יעדן טאג.

יח. זיך צוגרייטן צום דאווענען דורכ'ן אויפשטיין פארטאגס און לערנען תורה
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג יוני 25, 2019 9:37 am

עכט היימיש האט געשריבן:עס איז שוין ארויף געהעריג, אדער נאר אויף 1-1-0?

.https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג יוני 25, 2019 10:14 am

פרייזן האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:עס איז שוין ארויף געהעריג, אדער נאר אויף 1-1-0?

.https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D

געוואלדיג.
שכוח!
אלע דרשות אזוי שיין מסודר
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תשעה באב תשע"ט

תגובהדורך HelpMe » זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:10 pm

פאריאר געווען א הערליכע פראגראם איבערן גזירות הגיוס זייענדיג אינמיטן ברען פונעם מרכז עזרה ויעוץ קאמפיין

וואס איז די פלאן פאר היי יאר?

טראמבאן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:59 pm

HelpMe האט געשריבן:פאריאר געווען א הערליכע פראגראם איבערן גזירות הגיוס זייענדיג אינמיטן ברען פונעם מרכז עזרה ויעוץ קאמפיין

וואס איז די פלאן פאר היי יאר?

העסט הערן. מוזט וויסן פארדעם? פארוואס? הא?...
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט