ידיעות שונות האט געשריבן:כבוד הרב פרידן און דערבארומדיגער.
איך בין יעצט עוסק אין עפעס אנדערש, און כ'האב נישט די צייט אריינצוגיין בפרטות, אי"ה מארגן העמיר ממשיך זיין און פרובירן ארויסצוקריכן פון די פארנעפעלטע געוועבעכטס.
מיר קוקן ארויס צי הערן
ידיעות שונות האט געשריבן:נאר איין מראי מקום צום ענין וועל איך צוצייכענען לשון קדשו פון רביה"ק מצאנז זי"ע בספה"ק דברי חיים (ריש מאמרי חנוכה ד"ה איתא בגמ' מאי חנוכה וכו').
וזל"ק:
דהנה באמת מצוה ושכל לחקור אחר הדברים בעיני השכל ולהבין דבר מדבר, אך דוקא באופן שיתבאר, דהנה ידוע דרך הפלוסופיא להקיש היקשים והגיון בהיקש דבר לדבר, ולומדים אלקות מנפש האדם וממנהגי הטבע, והנה המה טועים בדמיונם, כי נפשם מזוהמת מתאוות וגאות והבלי עולם הזה, ולכן אין דבר שבקדושה נרשם בשכלם, כי המה מדמים בשקר, כי נפשם היא מלא נכליות ושקר, ואינם יכולים לבוא על האמת בדמיונם הכזר, [וכו'], והכופרים הללו שהולכים אחרי בצעם, ואין להם נפש השכלי, איך יכולים לבא להקיש דבר מדבר. [וכו'].
ורק אנחנו עם בני ישראל בחר ה' בנו ונתן לנו תורתו הקדושה, ושם נפשנו בחיים נפש השכלית, וקרבנו לפני מעמד הנבחר ותקע אמונתנו בלבנו, ומי שיש בידו אמונה ונפש השכלית באמת יוכל לחקור לאחר כך כמבואר מבשרי אחזה אלקי. עכל"ק.
וואס דער דברי חיים מיינט צו זאגן העמיר איבערלאזן צו דורכטוען אין א צווייטע געלעגנהייט, נאר עכ"פ היוצא מדבריו אז ס'דא חילוקים וואס מ'מעג און וואס נישט.
למעשה ווער ס'האט פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז איך האלט אז מ'זאל לערנען חקירה, ידע בנפשו כי טעות גדול טעה בזה!
לדעתי דארף מען לערנען "אמונה", נישט "חקירה", נאר וואס דען, דאס וואס איך רוף אהן אמונה רופט א צווייטער חקירה, וחוזר חלילה.
א גוטע נאכט
לכאורה איז דאס די עיקר חילוק צווישן אונז, מיר רעדן אנדערע שפראכן אבער מיר זענען נישט אזוי ווייט אין די כוונה.
אבער דאס איז לענד"ת גאנץ זיכער אז ר' רפאל גבאי האט נישט געלערענט קיין שום סארט חקירה נאכן הערן די ווערטער פון צאנזער רב, דער מונקאטשער רב און דער קול אריה האבן געוויס יא עוסק געווען אין די סארט חקירה פון וואס צאנזער רב רעדט.
ווען דער בעש"ט הק' האט געזאגט אז "ער איז גרייט אוועק צי געבן אלע זיינע השגות פאר אמונה פשוטה פון א פשוטער איד" האט ער געמיינט צי רעדן פון א פשוטער איד א וואסער טרעגער וועלכע ווייסט בלויז דאס וואס זיין טאטע האט אים אויסגעלערענט אז דער באשעפער פירט די גאנצע וועלט. גארנישט מער! דער פשוטער איד ווען ער האט געהאט די קלענסטע פראבלעם האט מיטן גאנצען תמימות געקרעכצט: טאטע העלף! וויסענדיג פאר פשוט אז ער איז תלוי אין באשעפערס הענט און דער באשעפער הערט אים אויס.
(ח"ו צי זאגן אז דאס איז בים באם אידעשקייט)
נו, פארוואס האט דער בעש"ט טאקע נישט אויפגעגעבן זיינע השגות?
דאכט זיך מיר אז די נקודה איז פשוט, עס זענען דא געהויבענע אידן און עס זענען דא פשוטע אידן, יעדער האט זיך זיין פלאץ, וראיתי בני עליה ומועטים הם, נישט אלעס איז פאר יעדן איינעם
------
געווען דא עטליכע אידן וואס זארגען זיך פאר די חינוך און עתיד הדורות, טייל האלטן אז מען ברויך זיך ציגערייטן מיט תשובות צי קענען אויפווייזן די שקר פון חכמי הטבע פאר די וועלכע האבן פראבלעמען בעניני אמונה, די כוונה איז אויך לכאורה עטוואס אריינגעמישט אין די ידעתי אויסגאבע.
וכלפי זה האב איך געזאגט דיה לצרה בשעתה, מען ברויך נישט אליינס פארשטעלן קשיות.
-----
לענד"ת ווען א קינד פרעגט אמונה ענינים איז די עצה דווקא צי ענפערען -אויף א קלוגער אופן- אז מיר גלייבן ווייל אזוי האבן מיר מקבל געווען פון אינזערע עלטערן, און כאטש עס זענען דא אסאך ספרים בחקירה, טוען מיר נישט לערנען דערין ווייל עס איז זייער טיף און מיר האבן היינט שוואכערע מוחות ווי אמאל, אבער אמונה פשוטה איז זייער חשוב ביים באשעפער, ווען משיח וועט קומען וועלן מיר אלע זוכה זיין צי זען מיט אינזערע אויגן די אלע זאכן וואס מיר טוען יעצט גלייבן! און די ווייסט יענקעלע, מען וועט זיך בענקען נאך די איצטיגע צייטן ווען די נסיונת זענען אזוי גרויס!
ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות, מען קען עס ניצן אלס א גליטשיגער פאנצער אנטקעגן די מאכטפולע גרויסע וועלט און ציגאב צי א ווארימע חינוך, מען מעג אביסל חוזק מאכן פון די נערישע גוים וועלכע מיינען אז די ערשטע מענטש איז געווען א מאנקי וכו' זיי האבן נישט קיין שלום בית/ זיי האלטן א הינט פאר א משפחה מיטגליד וכו' אלעס ווייל זיי האבן נישט קיין תורה
ווען כמעט גאנץ כלל ישראל איז געווען פארכאפט אין די תאווה זיך צי בוקן לבעל, האט אליהו בהר הכרמל סארקאסטיש ליצנות געמאכט פון די נביאי הבעל (ויהתל בהם אליהו וכו'), דערנאך אינעם זעלבען טאג ווען עס איז אראפגעקומען א פייער פון הימל, וירא כל העם ויאמרו ה' הוא האלוקים! ה' הוא האלוקים!
אין מצריים זענען מיר אויך געווען פארכאפט אין די תאוות ע"ז, אלע גוים האבן געהאט מעכטיגע בילדער פון שיינע לעמעלעך, אלע צייטונגען האבן גערעדט פון סוקסעס און פון לעמעלעך. (א שטייגער ווי היינט סוקסעס און געלט) אזוי ארום איז נתקיים געווארן ויתערבו בגוים וילמדו ממעשיהם, ואילו ואילו עובדי עבודי זרה. דאן האט דער רבוש"ע געזאגט פאר משה רבינו בא אל פרעה וכו למען תספר באזני בנך ובן בנך את אשר התעללתי במצריים וידעו כי אני ה'
זעט זיך אויס אז לצינותא דעבו"ז האט א שטארקע קראפט אנטקעגן תאוות עבו"ז און דערפאר איז עס צימאל געניצט געווארן אלס אן הקדמה צי וידעתם כי אני ה' - ה' הוא האלוקים.
ליצנות לאזט איבער ווייניג פלאטץ פאר דעבאטעס און חקירות, פראבירט עס אליין אויס די וועג: נעקסטע מאל א גוטער חבר האלט דיר פאר מיט א שטיקל רוגזה, ענטפער אים מיט א גלייך ווערטעל, און די רוגזה וועט צילאזט ווערן
----
לדעתי ווער עס האט א ריכטיגע דעת תורה געפינט זיך נישט אויף איי וועלט. קומט דאך אויס לפי זה (מיט די גראבע פינגער) אז איך האב זיכער נישט קיין דעת תורה, בלייבט נאר איבער פאר די ליינער דן צי זיין אויב איך האב עכ"פ א דעת בעה"ב...