״ידעתּי״ — השקפה דזשורנאל פון מאָמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

איסר האטלקי האט געשריבן:אדרבה, ברענג אראפ די ווערטער פון דרך פקודיך, לאמיר זען וואס ס'שטומט נישט מיט זיינע דיבורים. כפי ידיעתי קען ער דרך פקודיך בעסער ווי דו קענסט דעם ידעתי.

די שאלה איז נאר ווי שטארק עס איז איהם מחייב א שטיקל דרך פקודיך אויב שכלו זאגט איהם אנדערש. כקען נישט הרב איך בין נאר נייגעריג
אבער דאס איז זיכער אז די אלע וואס זוכן דא אזוי לש"ש צי בויען זייער אמונה וועלן פיל מער פארדינען פון לערנען דרך פקודיך הנ"ל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

farshlufen האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:אבערוואס שפתיים ישק, פערל-רייד.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

@פרידן איך וויל דיך איין קשיא פרעגן דא שרייסטו אז דערפאר ביסטו סארעכטיגט אנצורופן אחב"י התועים מיט נידריגע נעמען, היות עס בלאזט געפערליכע ווינטן פון אונטן מיט די אינטערנעט וכו' און יעצט אז דו זעיסט אז עס איז פארהאנען ערליכע וואס ווילן זיך נישט לאזן פון אינטערנעט און דערפאר ווילן זיי הערן און וויסן רופסטו זיי ווידער אן טוילעט שטיבל ורמינהי

פון די גאנצע דין ודברים דא נעם איך ארויס איין זאך אז עס איז דא עטליכע סארט מענטשן עס איז נישט דא נאר צוויי ערליכע און WD 40 טוילעט שטיבל וכדו' עס איז פארהאנען ערליכע מענטשן וואס ווילן זיך מעמיק זיין אין אמונה פונקט ווי מען איז זיך מעמיק אין פארשידענע אנדערע נושאים פון יהדות און עס איז גארנישט ראנג דערמיט איך פארשטיי יעדער האט זיך זיינע גדרים ושיגים ביז ווי ער גייט אבער מ'קען נישט יעדן פארמאכן דאס מויל מיט די זעלבע ליצנות עס איז נישט 1 סייז פיט אלל (מיך למשל באדערט דאס אז ער האט אנגערירט די נקודה פון לא תחי' כל נשמה דא וואלט ער לויט מיין מיינונג געדארפט עטליסט מקדים זיין א מ'דארף געדענקן אז אמונה אין בורא מיינט אויך אז מ'פארשטייט נישט אלעס)
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שליו ודגים האט געשריבן:@פרידן איך וויל דיך איין קשיא פרעגן דא שרייסטו אז דערפאר ביסטו סארעכטיגט אנצורופן אחב"י התועים מיט נידריגע נעמען, היות עס בלאזט געפערליכע ווינטן פון אונטן מיט די אינטערנעט וכו' און יעצט אז דו זעיסט אז עס איז פארהאנען ערליכע וואס ווילן זיך נישט לאזן פון אינטערנעט און דערפאר ווילן זיי הערן און וויסן רופסטו זיי ווידער אן טוילעט שטיבל ורמינהי

פון די גאנצע דין ודברים דא נעם איך ארויס איין זאך אז עס איז דא עטליכע סארט מענטשן עס איז נישט דא נאר צוויי ערליכע און WD 40 טוילעט שטיבל וכדו' עס איז פארהאנען ערליכע מענטשן וואס ווילן זיך מעמיק זיין אין אמונה פונקט ווי מען איז זיך מעמיק אין פארשידענע אנדערע נושאים פון יהדות און עס איז גארנישט ראנג דערמיט איך פארשטיי יעדער האט זיך זיינע גדרים ושיגים ביז ווי ער גייט אבער מ'קען נישט יעדן פארמאכן דאס מויל מיט די זעלבע ליצנות עס איז נישט 1 סייז פיט אלל (מיך למשל באדערט דאס אז ער האט אנגערירט די נקודה פון לא תחי' כל נשמה דא וואלט ער לויט מיין מיינונג געדארפט עטליסט מקדים זיין א מ'דארף געדענקן אז אמונה אין בורא מיינט אויך אז מ'פארשטייט נישט אלעס)

איך פארשטיי נישט עכט וואס די פרעגסט
עס איז דא א טעות מעיקרא אז איך בין דא געווען אינגאנצען קעגן ידעתי איך האב געשריבן מיין מיינוג דא איך שרייב קלאר אז איך האק נישט קעגן די עצם געדאנק, איך האב קלאר אויסגערימט די עסקנים אלטץ יראים ושלמים, נאר געבעטן טאקע דאס אז זיי זאלן נאר פאקוסען פאר די יראים ושלימים אריין ברענגען אמונה אין נישט זוכן אפצוענפערן די שוטים, מען קען אלעס שרייבן אן פרעגן קשיות מען קען הערליך מסביר זיין די יסודות אין די קשיות ממילא אזלו, איך האב געשפירט אין געוויסע ארטיקלן אז עס איז געצילט צו אפענפערן אין מסביר זיין פאר די ערלי הלב, איך גיי נישאט איבער שרייבן אלעס דא יעצט ליין עס איבער רואיג אין איך מיין אז וועסט קענען פארשטיין וואס איז מיין כוונה
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

יישר כח פאר'ן אוסקלארן, איך מיין אבער -יתכן- אז איך האב דא אויך א טעות אז אויב אזוי טוסטו בארירן נאר איינצעלע נקודות פון דעם גאנצן פראיעקט ווייל ווי מיר זעיט אויס איז די גאנצע פראיעקט מער ווייניגער אויף איין יסוד און אויף איין מהלך

יתכן אז דיינע שארפע ווערטער און צולאזעניש מאכט אנקוקן דיין ארטיקל אנדערש די כוונה
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אויפריכטיג האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעלערנט דעם וויכוח בעיון.

איך האב ס"ה געליינט איין ארטיקל אין ידעתי - איבער די א.ג. דריי מהלכים אין אמונה - און איך האב עס תיכף אריינגעשליידערט אין מיסטקאסטן, איגנארירנדיג די באצייכנטע "קדושת הגליון".

איר זענט בארעכטיגט (פון מיין זייט) צו האלטן אנדערש ווי מיר.


קודם איז עס נישט קיין דריי מהלכים אין אמונה, נאר דריי מהלכים אין שפירן א טעם אין אידישקייט. און טאקע דיין אויסברויך איז וואס דער ארטיקל צילט. זיך פארמאכן דעם קאפ אין שרייען בלויז מיין שמאלע מיינונג איז גערעכט, דאס איז טאקע וואס רעזולטאט אז אזויפיל אינגעלייט האבן נישט קיין שום געפיל צו אידישקייט.

כ'ווייס נישט צו איך האב גוט אפגעלערנט וואס עס שטייט דארט, אבער איך האב פארשטאנען אז אויב א איד האט ח"ו ספיקות אין אמונה דארף ער זיך נישט פארווארפן דערויף, נאר ער זאל וויסן אז ער איז "פון די סארט אידן" וואס גלייבן נישט אָן פארשטיין, און ער זאל ווארטן ביז מאמענט וועט אים פארענטפערן אלע זיינע קשיות...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך האלט אז משפירט נישט קיין טעם אין אידישקייט ביי אונזער מחנה פשוט ווייל אין די אינגע יארן איז מען נישט צוגעוואוינט צו בכלל זוכן עפעס העכערס:

א דאווענען בפנימיות הלב
א שבת אביסל העכער ווי א וואכן טאג
א קביעות אין א חסידיש ספר מדי יום ביומו
א ביטול אין טיפן הארץ פון די פראסטקייט און הגשמה פון דעם גוי
כאטש זיין א מושג פון נישט משוגע ווערן פאר תאוות אכילה וכו' וכו'
א געשמאק אין ניגוני התעוררות וואס זענען מעורר באמת התקרבות להשם

פארוואס אדרעסירט מען נישט די נושאים ביי די בחורים פון די 14 ביז די חתונה?????


(כהאב נישט געליינט די גאנצע אשכול ביז דא)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שוין נישט דא קיין צייט פאר מיר צו שרייבען (און שווייגען איז אין דער פאל פאר מיר נישט דער ריכטיגע אפשען); איז דא
viewtopic.php?p=1643732#p1643732
שרייביך מיין ערשטע אפשאצונג; ועוד חזון למועד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

כהאב געזען דעם גאנצען שערוריה דא, האב איך געשאפען דעם ידעתי, עס דורך געליינט,
בעיקר דעם שמועס מיט ר' מאיר הייזלער שליט''א
איך וויל זאגען מיינען הגהות, ממוז עס נישט אננעמען, ס'איז סך הכל מיינע צוויי צענט (כ'האב אסאך געדראשען אין דעם נושא און אויך געטוהן אין קירוב קרובים)
דער מהר''ל ברענג עטליכע מאל,
אז אמונה איז דער יסוד פון יהדות, אזוי ווי א פאנדעישאן איז די יסוד פון א בנין,
פארדעם איז אברהם דער ראש המאמינים, דער יסוד פון כלל ישראל, דער יסוד איז געווענליך אין דער ערד וואס דאס זעהט מען נישט, מען ווייסט קוים אז סעקזעסטירט, מען זעהט בעיקר דעם בנין, אבער אן דעם יסוד קענסטו נישט בויען אפילו איין שטאק, מיט א גאר גיטן יסוד קענסטו בויען אפילו הונדערט שטאק,
ממילא ווען עטליכע אידן זאגען, ביי אונז האט מען נישט גערעדט פון אמונה, מיינט ער צו זאגען אז מאיז פארנומען געווען צו בויען די אויבערשטע שטאקען, ווייל די יסוד איז געווען, מהאט עס טאקע נישט אזויפיל געזען, ווייל סאיז באדעקט, אבער אויב קען מען בויען שטאקען, מהאט א טעם אין תורה ומצוות און א שבת און מהאט יראת שמים וכדומ' איז פשט אז דער יסוד איז דא, דארף מען זיך אפשר נישט אזויפיל מתעסק זיין נאר מיט אמונה, אבער אז מ'זעהט אז מ'ווייסט נישט וואס תורה איז, וואס אשבת יו''ט איז, די קאפ איז פארשטאפט, אודאי דארף מען אנהויבען רעדן אמונה,
איז פאר די אידען וואס זאגען אז ער רעדט דארט חקירה, וויל איך זאגען א ווארט וואס כ'האב געהערט פון א גיט זאגער,
אז אמונה מיינט אז מדארף גלייבען אפילו מפארשטייט נישט אבער א נער טייטשט, אמונה מדארף גלייבן אפילו מטראכט נישט
דאס מיינט איינער וואס האט נישט געבויעט זיינע יסודות היהדות, איז זיין אידישקייט נאר מצוות אנשים מלומדה, ס'האט נישט קיין טיפקייט, ער ווערט מבולבל ווען מהייבט אן צו טראכטען,
אבער דער אמת איז, דער ארטיקל האט נישט קיין מגע ומשא מיט חקירה און ראיות, אויף מציאות ה' אדער אויף בריאת העולם מצד השכל, סאיז אלעס פשוטע דברי הראשונים געבויעט אויף פסוקים אין חומש וואס מ'האט עס אלץ געלערנט,
אונז זעמער ליידער אזוי פארדומט אז מקען שוין נישט פארנעמען א שטיקל רמב''ן, יעדעס מאל מ'מוז אקטיוויזירען דעם מאשינדל וואס הייסט מח, און מדארף ארויסגיין פונעם באקס, הייבט מען אן שרייען חקירה חקירה, חקירה מיינט מופתים בדרך השכל אזוי ווי דער חובת הלבבות האט געבויעט שער היחוד, אז סקען נישט זיין אז דער עולם איז קדמון ח''ו וכו'
אבער די דברי הראשונים זענען באזירט אויף פסוקים, אז דער אייבירשטער האט נישט געהייסען גלייבען פאר ער האט זיך מגלה געווען פאר יעדן, און הערשט נאכדעם געהייסען אוועקלייגען דעם שכל פאר די ''תורה'' ווייל אונז האמיר געזען אז די תורה איז מן השמים,דאס מיינט אונזער גאנצער אמונה שטייט אין דער תורה וואס איז געגבן געווארן בפני ששים רבוא
אונזערע רבי''ס האבען עס נישט געלערנט פאר א'מקצוע בפני עצמו, אבער סאיז געליגען אין זייערע ווערטער סאיז געווען א דבר פשוט מאוד אבער ווען מזעהט אז אידישקייט איז פארלאשען, מפראבירט צו בויען שטאקען און זיי פאלען צוזאם, מיינט דאס אז דער יסוד איז רעוע דארף מען זיך נעמען לערנען יסודות היהדות,
נאר איין זאך וויל איך מוסיף זיין על דברי כבוד תורתו הרמה,
ער רעדט א מח שפראך וואס איז געמאכט פאר איינעם וואס טראכט, אדער דארף זיך נעמען טראכטען, ס'איז אבער אויך דא הארץ שפראך אמאל זענען דא קינדער וואס ווען מזעהט אז די נשמה איז פארלאשען, אודאי האט ער נישט די געבוי פון יהדות, אבער סאיז נישט מוכרח אז ווען ער וועט פארשטיין די מבנה היהדות וועט זיך זיין נשמה אנצינדען, אונז זעמער און זייער א מגושמדיגע דור, מדארף געבן דאס הארץ צו שפירן א זיסקייט אין א מצוה, און תורה, און א שבת, נאכדעם וועט ער עס שוין אליינס זיכען מדארף רעדן פון אהבת ה', פון מדריגות הצדיקים וכו'און יא פון ישראך אשר בך אתפאר די שיינקייט פון א פשוטען איד מזרע אברהם יצחק יעקב
(נישט נאר וויפיל מאל מגייט איבערחזר'ן יורה דעה דעם זמן, און ביי וועם מגייט זיך עס פארהערן כמקובל לנו מאבותינו ורבותינו)
אזוי ווי ער אליינס פירט אויס סוף פונעם שמועס,
אור הלבבות, אור הלבבות איז שטערקער פון אור השמש,
און מיר בעטן דיר טייערע באשעפער סזאל שוין זיין קרא לשמש ויזרח אור ראה והתקין צורת הלבנה
אז יבקע כשחר אורך וארוכתך מהרה תצמח, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים
ונמאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאר אמן
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אמן
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

זייער גוט געזאגט סארקאזי!!! האסט עס גוט דורכגעלערנט און האסט גוט ארויס דעם שמועס ווי אויך די קריטיקירער...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

If they're an emunah publication, how about going through the ani mamins, or basing on a muser sefer at least one article?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איסר האטלקי האט געשריבן:זייער גוט געזאגט סארקאזי!!!

סארקאזי סאיז פון די בעסטע תגובות אין דעם אשכול!!! ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נודה לך האט געשריבן:איך האלט אז משפירט נישט קיין טעם אין אידישקייט ביי אונזער מחנה פשוט ווייל אין די אינגע יארן איז מען נישט צוגעוואוינט צו בכלל זוכן עפעס העכערס:

א דאווענען בפנימיות הלב
א שבת אביסל העכער ווי א וואכן טאג
א קביעות אין א חסידיש ספר מדי יום ביומו
א ביטול אין טיפן הארץ פון די פראסטקייט און הגשמה פון דעם גוי
כאטש זיין א מושג פון נישט משוגע ווערן פאר תאוות אכילה וכו' וכו'
א געשמאק אין ניגוני התעוררות וואס זענען מעורר באמת התקרבות להשם

פארוואס אדרעסירט מען נישט די נושאים ביי די בחורים פון די 14 ביז די חתונה?????

פארוואס זאל א בחור זיין אינטערסירט אין די זאכן???
סאיז גרינגער צו יא ליגן אין תאוות אכילה און הערן ראק מיוזיק, פארוואס זאל מען לערנען די שווערע אימבאקאנטע ווערטער פון חסידישע ספרים????
איך מיין די סדר איז פינקט פארקערט. די זאגסט אז מען שפירט נישט קיין טעם אין אידשקייט וועגן מען לערנט נישט בחורים חסידות מיט שבת מיט תפלה וכו,
איך מיין אז וויבאלד עס פעלט די יסוד פון אמונה און אהבת ד', מען ווייסט נישט די חשיבות פון אונז אליינס, ממילא כאפט מען נישט ווי חשוב אונזער עבודה איז!!
אלעס וואס מען הערט ביי אונז איז נאר ווארענונגען מיט עונשים און וואס מען "טאר נישט" (קוק אויף די צעטלעך אין שול....), אוודאי אנטלויפט מען דערפון.....
מען דארף באכען אמונה און די חשיבות פון כלל ישראל אויף יעדע גוטע זאך וואס מיר "טוען יא" וועט מען אנקומען ווייטער
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך מיין אז וויבאלד עס פעלט די יסוד פון אמונה און אהבת ד', מען ווייסט נישט די חשיבות פון אונז אליינס, ממילא כאפט מען נישט ווי חשוב אונזער עבודה איז!!
אלעס וואס מען הערט ביי אונז איז נאר ווארענונגען מיט עונשים און וואס מען "טאר נישט" (קוק אויף די צעטלעך אין שול....), אוודאי אנטלויפט מען דערפון.....
מען דארף באכען אמונה און די חשיבות פון כלל ישראל אויף יעדע גוטע זאך וואס מיר "טוען יא" וועט מען אנקומען ווייטער

וואס האט דאס אלעס שייכות מיט דעם "ידעתי"?
אגב, ביי אינז אין ארץ ישראל, רוב ישיבות זיינען טאקע מחנך מער אויפן דרך וואס די האסט דערמאנט, [וי מי זאגט "הוכח לחכם ויאהבך"- זאג יענעם אז ער איז א חכם און פאר איהם פאסט דאס נישט צי טאהן אין דעמאלס וועט ער דיר ליב האבן און פאלגן].
איך האב א קינד אין "אהבת התורה" [ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א] וואס ער איז מסתמא דער שארפסטער קעגן שינויים אין די קאנסעפט פון אמונה, אבער דער גאנצער שפראך דארטן איז די חשיבות פון יעדער ייד, און פון בני עליה בני היכלא דמלכא בפרט, קאכן אין אהבת ה' און עריבות אין עבודתו.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

סארקאזי האט געשריבן:כהאב געזען דעם גאנצען שערוריה דא, האב איך געשאפען דעם ידעתי, עס דורך געליינט,
בעיקר דעם שמועס מיט ר' מאיר הייזלער שליט''א
איך וויל זאגען מיינען הגהות, ממוז עס נישט אננעמען, ס'איז סך הכל מיינע צוויי צענט (כ'האב אסאך געדראשען אין דעם נושא און אויך געטוהן אין קירוב קרובים)
דער מהר''ל ברענג עטליכע מאל,
אז אמונה איז דער יסוד פון יהדות, אזוי ווי א פאנדעישאן איז די יסוד פון א בנין,
פארדעם איז אברהם דער ראש המאמינים, דער יסוד פון כלל ישראל, דער יסוד איז געווענליך אין דער ערד וואס דאס זעהט מען נישט, מען ווייסט קוים אז סעקזעסטירט, מען זעהט בעיקר דעם בנין, אבער אן דעם יסוד קענסטו נישט בויען אפילו איין שטאק, מיט א גאר גיטן יסוד קענסטו בויען אפילו הונדערט שטאק,
ממילא ווען עטליכע אידן זאגען, ביי אונז האט מען נישט גערעדט פון אמונה, מיינט ער צו זאגען אז מאיז פארנומען געווען צו בויען די אויבערשטע שטאקען, ווייל די יסוד איז געווען, מהאט עס טאקע נישט אזויפיל געזען, ווייל סאיז באדעקט, אבער אויב קען מען בויען שטאקען, מהאט א טעם אין תורה ומצוות און א שבת און מהאט יראת שמים וכדומ' איז פשט אז דער יסוד איז דא, דארף מען זיך אפשר נישט אזויפיל מתעסק זיין נאר מיט אמונה, אבער אז מ'זעהט אז מ'ווייסט נישט וואס תורה איז, וואס אשבת יו''ט איז, די קאפ איז פארשטאפט, אודאי דארף מען אנהויבען רעדן אמונה,
איז פאר די אידען וואס זאגען אז ער רעדט דארט חקירה, וויל איך זאגען א ווארט וואס כ'האב געהערט פון א גיט זאגער,
אז אמונה מיינט אז מדארף גלייבען אפילו מפארשטייט נישט אבער א נער טייטשט, אמונה מדארף גלייבן אפילו מטראכט נישט
דאס מיינט איינער וואס האט נישט געבויעט זיינע יסודות היהדות, איז זיין אידישקייט נאר מצוות אנשים מלומדה, ס'האט נישט קיין טיפקייט, ער ווערט מבולבל ווען מהייבט אן צו טראכטען,
אבער דער אמת איז, דער ארטיקל האט נישט קיין מגע ומשא מיט חקירה און ראיות, אויף מציאות ה' אדער אויף בריאת העולם מצד השכל, סאיז אלעס פשוטע דברי הראשונים געבויעט אויף פסוקים אין חומש וואס מ'האט עס אלץ געלערנט,
אונז זעמער ליידער אזוי פארדומט אז מקען שוין נישט פארנעמען א שטיקל רמב''ן, יעדעס מאל מ'מוז אקטיוויזירען דעם מאשינדל וואס הייסט מח, און מדארף ארויסגיין פונעם באקס, הייבט מען אן שרייען חקירה חקירה, חקירה מיינט מופתים בדרך השכל אזוי ווי דער חובת הלבבות האט געבויעט שער היחוד, אז סקען נישט זיין אז דער עולם איז קדמון ח''ו וכו'
אבער די דברי הראשונים זענען באזירט אויף פסוקים, אז דער אייבירשטער האט נישט געהייסען גלייבען פאר ער האט זיך מגלה געווען פאר יעדן, און הערשט נאכדעם געהייסען אוועקלייגען דעם שכל פאר די ''תורה'' ווייל אונז האמיר געזען אז די תורה איז מן השמים,דאס מיינט אונזער גאנצער אמונה שטייט אין דער תורה וואס איז געגבן געווארן בפני ששים רבוא
אונזערע רבי''ס האבען עס נישט געלערנט פאר א'מקצוע בפני עצמו, אבער סאיז געליגען אין זייערע ווערטער סאיז געווען א דבר פשוט מאוד אבער ווען מזעהט אז אידישקייט איז פארלאשען, מפראבירט צו בויען שטאקען און זיי פאלען צוזאם, מיינט דאס אז דער יסוד איז רעוע דארף מען זיך נעמען לערנען יסודות היהדות,
נאר איין זאך וויל איך מוסיף זיין על דברי כבוד תורתו הרמה,
ער רעדט א מח שפראך וואס איז געמאכט פאר איינעם וואס טראכט, אדער דארף זיך נעמען טראכטען, ס'איז אבער אויך דא הארץ שפראך אמאל זענען דא קינדער וואס ווען מזעהט אז די נשמה איז פארלאשען, אודאי האט ער נישט די געבוי פון יהדות, אבער סאיז נישט מוכרח אז ווען ער וועט פארשטיין די מבנה היהדות וועט זיך זיין נשמה אנצינדען, אונז זעמער און זייער א מגושמדיגע דור, מדארף געבן דאס הארץ צו שפירן א זיסקייט אין א מצוה, און תורה, און א שבת, נאכדעם וועט ער עס שוין אליינס זיכען מדארף רעדן פון אהבת ה', פון מדריגות הצדיקים וכו'און יא פון ישראך אשר בך אתפאר די שיינקייט פון א פשוטען איד מזרע אברהם יצחק יעקב
(נישט נאר וויפיל מאל מגייט איבערחזר'ן יורה דעה דעם זמן, און ביי וועם מגייט זיך עס פארהערן כמקובל לנו מאבותינו ורבותינו)
אזוי ווי ער אליינס פירט אויס סוף פונעם שמועס,
אור הלבבות, אור הלבבות איז שטערקער פון אור השמש,
און מיר בעטן דיר טייערע באשעפער סזאל שוין זיין קרא לשמש ויזרח אור ראה והתקין צורת הלבנה
אז יבקע כשחר אורך וארוכתך מהרה תצמח, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים
ונמאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאר אמן

זייער שטארק!
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

סארקאזי, יפה דברת
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Out of towner »

סארקאזי ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ענדליך שרייבט שוין איינער צום זאך!
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

סארקאזי זאגט גוט.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:איך האלט אז משפירט נישט קיין טעם אין אידישקייט ביי אונזער מחנה פשוט ווייל אין די אינגע יארן איז מען נישט צוגעוואוינט צו בכלל זוכן עפעס העכערס:

א דאווענען בפנימיות הלב
א שבת אביסל העכער ווי א וואכן טאג
א קביעות אין א חסידיש ספר מדי יום ביומו
א ביטול אין טיפן הארץ פון די פראסטקייט און הגשמה פון דעם גוי
כאטש זיין א מושג פון נישט משוגע ווערן פאר תאוות אכילה וכו' וכו'
א געשמאק אין ניגוני התעוררות וואס זענען מעורר באמת התקרבות להשם

פארוואס אדרעסירט מען נישט די נושאים ביי די בחורים פון די 14 ביז די חתונה?????

פארוואס זאל א בחור זיין אינטערסירט אין די זאכן???
סאיז גרינגער צו יא ליגן אין תאוות אכילה און הערן ראק מיוזיק, פארוואס זאל מען לערנען די שווערע אימבאקאנטע ווערטער פון חסידישע ספרים????
איך מיין די סדר איז פינקט פארקערט. די זאגסט אז מען שפירט נישט קיין טעם אין אידשקייט וועגן מען לערנט נישט בחורים חסידות מיט שבת מיט תפלה וכו,
איך מיין אז וויבאלד עס פעלט די יסוד פון אמונה און אהבת ד', מען ווייסט נישט די חשיבות פון אונז אליינס, ממילא כאפט מען נישט ווי חשוב אונזער עבודה איז!!
אלעס וואס מען הערט ביי אונז איז נאר ווארענונגען מיט עונשים און וואס מען "טאר נישט" (קוק אויף די צעטלעך אין שול....), אוודאי אנטלויפט מען דערפון.....
מען דארף באכען אמונה און די חשיבות פון כלל ישראל אויף יעדע גוטע זאך וואס מיר "טוען יא" וועט מען אנקומען ווייטער


איך מיין טאקע דאס צו זאגן אז מלערענט דעם בחור וואס א איד מיינט און וואס דער באשעפער מיינט פאר אים און ער פראקטיצירט עס למעשה אין זוכן העכערס דורך א דאווענען, א שבת, א געשמאקע ווארימע חסידיש ספר וואס ער געוואוינט זיך איין, א געשמאק אין א סור מרע לפי דרכו וכו'. גיב אים הנאה און א שטאלץ פון לעבן אביסל העכער וועט מען שוין נישט שרייען אז די יוגענט קומען אהן ערגעץ אנדערש..
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סארקאזי האט געשריבן:ס'איז אבער אויך דא הארץ שפראך אמאל זענען דא קינדער וואס ווען מזעהט אז די נשמה איז פארלאשען, אודאי האט ער נישט די געבוי פון יהדות, אבער סאיז נישט מוכרח אז ווען ער וועט פארשטיין די מבנה היהדות וועט זיך זיין נשמה אנצינדען, אונז זעמער און זייער א מגושמדיגע דור, מדארף געבן דאס הארץ צו שפירן א זיסקייט אין א מצוה, און תורה, און א שבת, נאכדעם וועט ער עס שוין אליינס זיכען מדארף רעדן פון אהבת ה', פון מדריגות הצדיקים וכו'און יא פון ישראך אשר בך אתפאר די שיינקייט פון א פשוטען איד מזרע אברהם יצחק יעקב

דאס טענה איך אז דער בחור שפירט א זיסקייט אין העכערס געווענליך פעלט אים שוין נישט גארנישט.
און טאקע ביי אונז האט מען געלערענט חסידישע ספרים קדושת לוי מאור ושמש באר מים חיים וואס הייבן די רגש צו השי"ת.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ירושליימער ייד האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך מיין אז וויבאלד עס פעלט די יסוד פון אמונה און אהבת ד', מען ווייסט נישט די חשיבות פון אונז אליינס, ממילא כאפט מען נישט ווי חשוב אונזער עבודה איז!!
אלעס וואס מען הערט ביי אונז איז נאר ווארענונגען מיט עונשים און וואס מען "טאר נישט" (קוק אויף די צעטלעך אין שול....), אוודאי אנטלויפט מען דערפון.....
מען דארף באכען אמונה און די חשיבות פון כלל ישראל אויף יעדע גוטע זאך וואס מיר "טוען יא" וועט מען אנקומען ווייטער

וואס האט דאס אלעס שייכות מיט דעם "ידעתי"?

אזויווי סארקאזי שרייבט אז משפירט א חשק און געשמאק אין אידישקייט דארף מען געווענליך נישט צוקומען צו די טולס וואס ידעתי נוצט..
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אלע פון ענק זאגן די זעלבע זאך, און הרב הייזלער זאגט די זעלבע אין ידעתי. סארקאזי איז נאר מסביר זיינע רייד.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איסר האטלקי האט געשריבן:אלע פון ענק זאגן די זעלבע זאך, און הרב הייזלער זאגט די זעלבע אין ידעתי. סארקאזי איז נאר מסביר זיינע רייד.

איך האב נישט געהעריג דורכגעליינט אבער סזעהט מיר אויס אז ער האלט יא פון רעדן תיכף צו בחורים אויפן מהלך פון "אויפווייזן" וואס קען זיין אז על פי רוב פעלט דאס נישט אויס מקען צוגיין פשוט ווי אונזערע עלטערן דורך שפירן א געשמאק פון זיין א איד און לעבן מיט השי"ת און אויסאיידעלן דעם נפש. שפירן שטאלץ אז מאיז א חלק פונעם עם הנבחר און טאקע זיין באקאנט אין איר רייכע היסאריע און די צדיקים וקדושים וואס האבן אונז באלאכטן אין אלע דורות.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

נודה לך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אלע פון ענק זאגן די זעלבע זאך, און הרב הייזלער זאגט די זעלבע אין ידעתי. סארקאזי איז נאר מסביר זיינע רייד.

איך האב נישט געהעריג דורכגעליינט אבער סזעהט מיר אויס אז ער האלט יא פון רעדן תיכף צו בחורים אויפן מהלך פון "אויפווייזן" וואס קען זיין אז על פי רוב פעלט דאס נישט אויס מקען צוגיין פשוט ווי אונזערע עלטערן דורך שפירן א געשמאק פון זיין א איד און לעבן מיט השי"ת און אויסאיידעלן דעם נפש. שפירן שטאלץ אז מאיז א חלק פונעם עם הנבחר און טאקע זיין באקאנט אין איר רייכע היסאריע און די צדיקים וקדושים וואס האבן אונז באלאכטן אין אלע דורות.

האב עך שוין געשריבען בארוכה, סאיז דא אזוינע וואס זענען טראכטערס, און סאיז דא וואס זענען פילערס, אדער וואס זענען ביידע,
צו יעדן דארף מען רעדן זיין שפראך, מקען עס נישט שניידען מיט א גלאטען חלב, ממילא איז איבעראל דא אביסל פון אלעם,
דער עיקר סזאל זיין מיט פנימיות און אן אמת נישט מיט קיין בלאפ אדער אויבערפלעליכקייט ווייל מזעהט עס און משפירט עס, ודי בזה
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”