לייען מאטריעל פסח תשע"ח

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג אפריל 03, 2018 9:33 pm

עכט היימיש האט געשריבן:בסך הכול נאכן דורך בלעטערן די מאמענט מיז איך מודה זיין אז זיי ואלטן געקענט זיין פיל אינטערעסאנטער.
צווישן די אינטערעסאנטערע ארטיקלן איז, ממלכת כהנים (א זאפטיגע ארבעט), כיכר פון וויליאמסבורג (פאר די וויליאמסבורגע....).
מיט בערל קליין



דיינע שורות זענען ריין דיין אייגענע מיינונג און עס טוט רעפלעקטירן דיין אינדיווידועלע טעם וריח. אנדערע האבן דוקא יא הנאה געהאט פונעם מאמענט, אויסטערליש אויסטערליש שטארק. קומענדיגע מאל וואס דו שרייבסט א מיינונג פרוביר עס צו שרייבן אויף אן אופן וואס דרוקט מער דעם פינטל אז דו פריוואט האלסט אזוי און אזוי.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:30 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:בסך הכול נאכן דורך בלעטערן די מאמענט מיז איך מודה זיין אז זיי ואלטן געקענט זיין פיל אינטערעסאנטער.
צווישן די אינטערעסאנטערע ארטיקלן איז, ממלכת כהנים (א זאפטיגע ארבעט), כיכר פון וויליאמסבורג (פאר די וויליאמסבורגע....).
מיט בערל קליין



דיינע שורות זענען ריין דיין אייגענע מיינונג און עס טוט רעפלעקטירן דיין אינדיווידועלע טעם וריח. אנדערע האבן דוקא יא הנאה געהאט פונעם מאמענט, אויסטערליש אויסטערליש שטארק. קומענדיגע מאל וואס דו שרייבסט א מיינונג פרוביר עס צו שרייבן אויף אן אופן וואס דרוקט מער דעם פינטל אז דו פריוואט האלסט אזוי און אזוי.

יעדער וואס שרייבט דא שרייבט זיין אייגן מיינונג. איך זעה נישט וואן ער וואלט געקענט זיין קלארער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:46 pm

עכט היימיש האט געשריבן:בסך הכול נאכן דורך בלעטערן די מאמענט מיז איך מודה זיין אז זיי ואלטן געקענט זיין פיל אינטערעסאנטער.
צווישן די אינטערעסאנטערע ארטיקלן איז, ממלכת כהנים (א זאפטיגע ארבעט), כיכר פון וויליאמסבורג (פאר די וויליאמסבורגע....).
מיט בערל קליין

איך בין נישט מודה! פארוואס זאל איך האלטן אז זיי וואלטן געקענט זיין אינטערעסאנטער? זיי קענען נישט און פארטיג.

איך דארף אונטערשטרייכן אז די תפיסה פראיעקט איז זייער פיין. בערל קליין און וואולאבאוט פארשטיי איך נישט ווייל איך וואוין נישט בפלטרין של מלך אבער איז פארט געווען זיס געשריבן. ידעתי איז עפעס אויסערגעווענליך.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך אפריל 04, 2018 1:32 am

געלעגער האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:בסך הכול נאכן דורך בלעטערן די מאמענט מיז איך מודה זיין אז זיי ואלטן געקענט זיין פיל אינטערעסאנטער.
צווישן די אינטערעסאנטערע ארטיקלן איז, ממלכת כהנים (א זאפטיגע ארבעט), כיכר פון וויליאמסבורג (פאר די וויליאמסבורגע....).
מיט בערל קליין



דיינע שורות זענען ריין דיין אייגענע מיינונג און עס טוט רעפלעקטירן דיין אינדיווידועלע טעם וריח. אנדערע האבן דוקא יא הנאה געהאט פונעם מאמענט, אויסטערליש אויסטערליש שטארק. קומענדיגע מאל וואס דו שרייבסט א מיינונג פרוביר עס צו שרייבן אויף אן אופן וואס דרוקט מער דעם פינטל אז דו פריוואט האלסט אזוי און אזוי.

יעדער וואס שרייבט דא שרייבט זיין אייגן מיינונג. איך זעה נישט וואן ער וואלט געקענט זיין קלארער


ער טרומפירט מיט זיין באשלוס אז ער מוז ׳מודה׳ זיין. ׳מודה׳ זיין באדייט אין מיין לעקסיקאן, זשארגאן, אא״וו, אז פאראן א זייט וואס איז קלאר ביי די מיינונג אויף עפעס א זאך, פאראן אויך אירע וועלכע האלטן אנדערש. קומט דער וואס איז מודה און שטעלט זיך צו צו די אנדערע צד.

דע תגובה האט מיך געמאכט שפירן אז ער גייט ׳מודה׳ זיין צו די וועלכע האלטן שוין לאנג אז.. אויף דעם האב איך מגיב געווען אז לדעתי איז די מאמענט געווען איינס און אזאנס. זאפטיגע, שמאלציגע, רייך באלערנדע ארטיקלען. אויב איינער האלט נישט אזוי געזונטערהייט אבער אלעס איז נאר א דעת יחיד, אריינגערעכנט מיינס.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

חיים יענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

תגובהדורך חיים יענקל » מיטוואך אפריל 04, 2018 2:43 am

אלץ א ליינער פון די איזרעילי מאגאזינען אויף יום טוב די לעצטע 10 12 יאר, שפיר איך אז איך מוז ארויסקומען דא זאגן מיין מיינונג, און ווי אויך א דאנק.

די מאמענט מאכט מיר שטוינען די לעצטע פאר ימים טובים, ממש סלאזט זיך נישט גלייבן וואספארא גוטע ארבעט זיי שטעלן אהער! הן אין קוואליטעט, הן די שרייבער, די ארטיקלעך, סאיז עפעס זעלטען געשמאק סלאזט זיך נישט גלייבן די רעוואלאציע וואס זיי האבן אהערגעשטעלט אין די אידישע מארקעט .


זיי דארפן זיך נישט שעמען לדעתי קיין כי הוא זה פון די העברעאישע צי אנגלא אידישע מאגאזינען! די ישראלישע משפחה- בקהלה קריכט שוין ארויס פון נאז. יעצט אז הרב שטיינמאן איז אוועק, איז אויב די אייבירשטער וועט העלפן אז ר ' חיים וועט בע"ה אויך לעבן ביז די 106, ווייס איך וואס צי ערווארטן לכה"פ פאר 20 יאר, כאטש איינס פון צוויי ימים טובים.. די היסטארישע אויפדעקונגען פון רשב"ם 23.. אדער אמבעסטענס פון די אנדערע פאר גרויסע רביס נאכאמאל אום נאכאמאל.. קיין חידושים.. די מאמענט לעומת זה, אפילו ווען זיי שרייבן פון רביס איז עס געווענליך מיט א געשמאק, צי עפעס מער וואס די מקורבים און נאמני בית האבן פארגעשריבען. עיין ערך די וויזניץ ארטיקעל די וואך, סאיז נישט סתם געלעקט און איבערגעטריבען, סאיז אינפארמאטיוו מיט אינטערעסאנטע ידיעות פאר איינער וואס קען נישט די וויזניצע הויף.

די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן נישט איז די פארש און דזשורלאניסטישע אויסגאבעס וואס די שרייבער פארן ארום די וועלט. וואס דאס קאסט צענדליגע טויזענטע דאלאר, און סאיז נישט שייך צי עקספעקטען אזאנס פון א מאגאזין וואס איר קלייענטעל קען נישט אריבערגיין די נומער 10.0000 אויב אלע חלומות ארבעטן זיך אויס.. ווי אויך די פרויען אפטיילונג איז שוואכער.

אבער חוץ פון דעים, איז - לדעתי- אלעס געשמאקער און מער קריעטיוו, גאר גאר גוטע שרייבער, פון די בעסטע אין די אידישע מארקעט.

דאס אלץ איז נאך פאר נפשי און יעצט די ידעתי
, נאר פשוט די מאגאזינען. אבער מיט די צוויי תוכןדיגע אפטיילונגען, וואס איך וואלט פאר יעדע עקסטער באצאלט די גאנצע פרייז, מאכט עס ממש דער מאמענט פאר א שלימות.

סמאכט מיר שוין ברעכן ווי פרעדיקטיבעל די אנדערע מאגאזינען זענען די בעסטע וואס איך קען ערווארטן איז א 10 אפטיילונג אנאליז פון יעקב ריבלין אויף די אלטע אויסגעדראשענע איזרעילי פאליטיק, צי ווי יעצט טאקע א גאנצע ביילאגע מיט די היסטאריע פון ביבי נתניהו.. טאקע צי ווייניג געליינט פון אים.. די תוכן אום ארבעט וואס די מאמענט שטעלט אהער אין די צוויי מעכטיגע ביילאגעס איז ממש א פרעצעדענט אין די וועלט פון היימישע אויסגאבעס! סאיז א חידוש מיט די טאפיקס און א חידוש מיט די ארבעט ווי גוט סווערט אהערגעשטעלט! און איך גלייב אז סגייט ווערן בקרוב נאכגעמאכט ביי אנדערע .

סקען זיין איך טרייב שוין אביסל איבער, אבער מיין עפרישיעשאן פאר די רעדאקציע , און מיין האפענונג אז סוועט טאקע אנהאלטן מאכט מיר זייער קאננעקטעד מיט זייער סוקסעס.

נ.ב. איך רעד טאקע דייקא פון די ימים טובים מאמענט ביילאגעס. די וועכענטליכע, איז הגם וואס זיי שרייבן איז זייער גוט געשריבן, אבער ספעלט נאך גאר אסאך. איך בין זיכער אז זיי פרובירן די בעסטע צי אפגרעידן מיט וויפיל סאיז שייך פאר אזא קלייענטעל .

קניידעל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 10, 2017 4:19 pm

תגובהדורך קניידעל » מיטוואך אפריל 04, 2018 3:40 pm

איך בין מסכים אז די יום טוב׳דיגע מאמענט איז עפעס אויסטערליש, דאך מיין איך אז עס פעלט א גוטע קאווער סטארי אזויווי זיי שטעלן צו אלע ימים טובים. וויזניץ און קאמארנא זענען זייער פיין אבער נישט פאר קיין קאווער סטארי.

לעניות דעתי איז די שענסטע אויסגאבע היינטיגע יום טוב די ״א בליק״ מאגאזין וואס איז מלא וגדוש מיט אינטרעסאנטע און תוכנדיגע פראיעקטן, אנגעהויבן פון די הערליכע סאטמאר׳ע ביילאגע, די קראון הייטס פראיעקט און אחרון חביב די הנסתרות פראיעקט וואס איז מיין פעיווריט.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אפריל 04, 2018 4:00 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:בסך הכול נאכן דורך בלעטערן די מאמענט מיז איך מודה זיין אז זיי ואלטן געקענט זיין פיל אינטערעסאנטער.
צווישן די אינטערעסאנטערע ארטיקלן איז, ממלכת כהנים (א זאפטיגע ארבעט), כיכר פון וויליאמסבורג (פאר די וויליאמסבורגע....).
מיט בערל קליין



דיינע שורות זענען ריין דיין אייגענע מיינונג און עס טוט רעפלעקטירן דיין אינדיווידועלע טעם וריח. אנדערע האבן דוקא יא הנאה געהאט פונעם מאמענט, אויסטערליש אויסטערליש שטארק. קומענדיגע מאל וואס דו שרייבסט א מיינונג פרוביר עס צו שרייבן אויף אן אופן וואס דרוקט מער דעם פינטל אז דו פריוואט האלסט אזוי און אזוי.

יעדער וואס שרייבט דא שרייבט זיין אייגן מיינונג. איך זעה נישט וואן ער וואלט געקענט זיין קלארער


ער טרומפירט מיט זיין באשלוס אז ער מוז ׳מודה׳ זיין. ׳מודה׳ זיין באדייט אין מיין לעקסיקאן, זשארגאן, אא״וו, אז פאראן א זייט וואס איז קלאר ביי די מיינונג אויף עפעס א זאך, פאראן אויך אירע וועלכע האלטן אנדערש. קומט דער וואס איז מודה און שטעלט זיך צו צו די אנדערע צד.

דע תגובה האט מיך געמאכט שפירן אז ער גייט ׳מודה׳ זיין צו די וועלכע האלטן שוין לאנג אז.. אויף דעם האב איך מגיב געווען אז לדעתי איז די מאמענט געווען איינס און אזאנס. זאפטיגע, שמאלציגע, רייך באלערנדע ארטיקלען. אויב איינער האלט נישט אזוי געזונטערהייט אבער אלעס איז נאר א דעת יחיד, אריינגערעכנט מיינס.

ר יוד דו ביסט א נוגע בדבר דו האסט אליינס געשריבן אז דו ביסט א שרייבער סא מסתם שרייבסטו דארט אויך אוודאי זאגסטו אז ס'געווען איינס און אזאנס . איך בין אויך "מודה" .... אז זיי וואלטן געקענט זיין פיל פיל אינטערסאנטער און בעסערע איידיעס

איך קמפלעין נישט אבער איך בעט אז קימענדיגע מאל זאל מען טראכטן מער אויף איידיעס.. ווי אנפילן בלעטער

איים סארי אבער בערל קליין ארטיקל פאסט פונקט אינעם קינדליין ...
ועוד ..
סארי איך פיל שלעכט אבער ממש אזוי האט מיך ארויסגענימען פון די דישעס אביסל

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך אפריל 04, 2018 7:17 pm

דאס באשרייבן וויזניץ שבתים האבן נאך עטלכע צייטונגן געהאט לכבוד פסח אנגעהויבען פון דער איד אין די וואך
בערל קליינט ארטיקעל איז געווען אינטערסאנט, ווען סאיז ויען אין די קינדליין וואלט איך ווען פארפאסט,
ממלכת כהנים איך אלס נוגע בדבר (האב איך עס נישט געגליכן)
ככר הווילאמסבורג איז מעסיוו,
בייזיך אין תפיסה (וועט מיטגיין פאר א פסח אויסגאבע)
הערשי וויינבערגער איז א ארטיקעל,
עני אין חתונה מאכן שעוריה איז גאנץ גוט פאר צוצעלייגן אויף א פסח אויסגאבע,
קארמאנע אויגן פלאן איך נישט צו ליינען ווייל מסתמא איז עס א אדווערטייזמענט,
נפשי איז מיר נישט אינטערסאנט
ידעתי ביזדערווייל לערן איך נאך ספרי מוסר פון זכרי ע״י סאטמאר

אבער בעצם אוועראל איז מאמענט א גוטע זאך אין סגייט צום בעסרונג, קעיפ אפ יור גוד דשאב.
..

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך אפריל 04, 2018 11:03 pm

פארוואס האסטו נישט געגליכן ממלכת כהנים?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 12:44 am

קניידעל האט געשריבן:איך בין מסכים אז די יום טוב׳דיגע מאמענט איז עפעס אויסטערליש, דאך מיין איך אז עס פעלט א גוטע קאווער סטארי אזויווי זיי שטעלן צו אלע ימים טובים. וויזניץ און קאמארנא זענען זייער פיין אבער נישט פאר קיין קאווער סטארי.

לעניות דעתי איז די שענסטע אויסגאבע היינטיגע יום טוב די ״א בליק״ מאגאזין וואס איז מלא וגדוש מיט אינטרעסאנטע און תוכנדיגע פראיעקטן, אנגעהויבן פון די הערליכע סאטמאר׳ע ביילאגע, די קראון הייטס פראיעקט און אחרון חביב די הנסתרות פראיעקט וואס איז מיין פעיווריט.

סיי וועלכער ענגלישער/עברית אויסגאבע לייגן אין שאטן אלע אידישע, אבער אז דו רעדסט פון אידישע, מיט וואס איז בליק פאר מאמענט? איך זע נישט מיט וואס ס'זאל זיין בעסער ווי סיי וועלכער אאטיקל אין מאמענט חוץ אויב דו באלאנגסט צו סאטמאר... הנסתרות איז שענער ווי די תולדות אהרן קינדער? אדער והראנו איז שענער ווי אויף שמחות אדער דער באזוך אין תפיסה?

אגב, לענ"ד וואלט איך געלייגט די וואך פאר אה בליק דעם יום טוב. זייער פראדוקשען ביכל און די "געווארט אויף די רבי'ס" באשרייבונגען זענען זייער שיינע ארטיקלן. וואלט אריינגעפיט אין מאמענט ענדערש ווי א בילדער אויסגאבע. מאמענט איז נאכאלץ העכער אלע פון זיי. איך כאפ נישט דעם צאמשטעל.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

מאטכע
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » זונטאג אפריל 08, 2018 12:07 am

מדארף ווען מאכן אן אנקעטע וואס מהאט די מערסטע הנאה געהאט ,
אן אנקעטע פין די מענער אויסגאבעס , אין אן אנקעטע פין וואס די בני בית האבן די מערסטע הנאה געהאט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 08, 2018 1:32 am

מאטכע האט געשריבן:מדארף ווען מאכן אן אנקעטע וואס מהאט די מערסטע הנאה געהאט ,
אן אנקעטע פין די מענער אויסגאבעס , אין אן אנקעטע פין וואס די בני בית האבן די מערסטע הנאה געהאט

און באזונדערע אנקעטעס פאר די וואס ליינען אידיש, ענגליש און עברית, ווייל אז נישט קען איך דיר יעצט זאגן אז מאמענט גייט געווינען ווייל רוב ליינען אידיש...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

קניידעל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 10, 2017 4:19 pm

תגובהדורך קניידעל » זונטאג אפריל 08, 2018 2:07 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
קניידעל האט געשריבן:איך בין מסכים אז די יום טוב׳דיגע מאמענט איז עפעס אויסטערליש, דאך מיין איך אז עס פעלט א גוטע קאווער סטארי אזויווי זיי שטעלן צו אלע ימים טובים. וויזניץ און קאמארנא זענען זייער פיין אבער נישט פאר קיין קאווער סטארי.

לעניות דעתי איז די שענסטע אויסגאבע היינטיגע יום טוב די ״א בליק״ מאגאזין וואס איז מלא וגדוש מיט אינטרעסאנטע און תוכנדיגע פראיעקטן, אנגעהויבן פון די הערליכע סאטמאר׳ע ביילאגע, די קראון הייטס פראיעקט און אחרון חביב די הנסתרות פראיעקט וואס איז מיין פעיווריט.

סיי וועלכער ענגלישער/עברית אויסגאבע לייגן אין שאטן אלע אידישע, אבער אז דו רעדסט פון אידישע, מיט וואס איז בליק פאר מאמענט? איך זע נישט מיט וואס ס'זאל זיין בעסער ווי סיי וועלכער אאטיקל אין מאמענט חוץ אויב דו באלאנגסט צו סאטמאר... הנסתרות איז שענער ווי די תולדות אהרן קינדער? אדער והראנו איז שענער ווי אויף שמחות אדער דער באזוך אין תפיסה?

אגב, לענ"ד וואלט איך געלייגט די וואך פאר אה בליק דעם יום טוב. זייער פראדוקשען ביכל און די "געווארט אויף די רבי'ס" באשרייבונגען זענען זייער שיינע ארטיקלן. וואלט אריינגעפיט אין מאמענט ענדערש ווי א בילדער אויסגאבע. מאמענט איז נאכאלץ העכער אלע פון זיי. איך כאפ נישט דעם צאמשטעל.


אוואדי אין רייכקייט און פראפעשענעליזאם לייג איך נישט די בליק בעפאר די מאמענט, עמי, משפחה, בקהילה. איך רעד ווער עס האט אונז סופרייזעד דעם יום טוב. עמי, משפחה, ענגליש און עברית האבן נישט צוגעשטעלט עפעס אן אויסטירשלע סופרייז, בקהילה׳ס שמועס מיטן ראחמיסטריווקא רבי׳ן איז יא היפש א סופרייז, מאמענט האט אהערגעשטעלע דעם נייעם ידעתי העפט, די וואך׳ס געווארט אויפן רבי׳ן פראיעקט איז אויך א שיינע נייע זאך. איך האב נאר געהאלטן אז די בליק׳ס הנסתרות פראיעקט איז אן אויסטערלישע חידוש, אזוי אויך זייער סאטמאר׳ע ביילאגע איז געמאכט געווארען גאר תוכנדיג, רייך און ציעט א יעדע טיפ סאטמאר׳ע חסיד, אנדרעש פון די וואך׳ס סקווירא ביילאגע וואס פארמאגט נישט קיין קריעטיוועטי און ציעט נאר א געוויסע טיפ סקווירא חסיד

מנכל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

תגובהדורך מנכל » זונטאג אפריל 08, 2018 2:10 am

שטארק הנאה געהאט פון די מאמענט! איך וואלט עס געלייגט אלץ די בעסטע אויסגאבע פאר פסח (נאכן דורכליינען אלע אידישע מאגאזינען) די צווייטע פלאץ וואלט איך געגעבן פאר די וואך זייער געשמאקע ארטיקלעך בפרט די אינגע רבי'ס ארטליקעל און די פראדוקציע ביכל

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג אפריל 08, 2018 10:45 am

מנכל האט געשריבן:די צווייטע פלאץ וואלט איך געגעבן פאר די וואך זייער געשמאקע ארטיקלעך בפרט די אינגע רבי'ס ארטליקעל און די פראדוקציע ביכל

יאפ, די וואך האט מיר שטארק איבעראשט! איך קויף עס פאר די בילדער, אבער דא זענען זיי אונטערגעוואקסן א פולקאמער מאגאזין. די פראדוקציעס זענען זייער גוט באשריבן מיט אזויפיל אינפאו, נישט סתם הוידל בוידל.... די רבי'ס אויף וועמען מ'האט געווארט זענען הערליכע היסטארישע ארטיקלן, איך ווייס נישט אויב א אידישער מאגאזין האט שוין אמאל געהאט אזא סארט פראיעקט. יואלי קליין און משה'לע האלצבערג זענען אויך זייער צום זאך.
עס קומט טאקע נישט צו צום מאמענט, צוויי דיקע בענדער פול מיט שיינע ארטיקלן, אבער מאמענט האט מיך נישט סופרייזד, זיי האבן שוין געהאט בעסערע ימים טובים, און די וואך יא.
פון ידעתי האב איך יא גאר שטארק הנאה געהאט, איך ווייס אבער נישט ווי אויסגעהאלטן ס'איז, איך וואלט געפרעגט מיין רב איידער איך ליין עס אדורך (דעם צווייטן מאל...).
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג אפריל 08, 2018 12:51 pm

קניידעל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
קניידעל האט געשריבן:איך בין מסכים אז די יום טוב׳דיגע מאמענט איז עפעס אויסטערליש, דאך מיין איך אז עס פעלט א גוטע קאווער סטארי אזויווי זיי שטעלן צו אלע ימים טובים. וויזניץ און קאמארנא זענען זייער פיין אבער נישט פאר קיין קאווער סטארי.

לעניות דעתי איז די שענסטע אויסגאבע היינטיגע יום טוב די ״א בליק״ מאגאזין וואס איז מלא וגדוש מיט אינטרעסאנטע און תוכנדיגע פראיעקטן, אנגעהויבן פון די הערליכע סאטמאר׳ע ביילאגע, די קראון הייטס פראיעקט און אחרון חביב די הנסתרות פראיעקט וואס איז מיין פעיווריט.

סיי וועלכער ענגלישער/עברית אויסגאבע לייגן אין שאטן אלע אידישע, אבער אז דו רעדסט פון אידישע, מיט וואס איז בליק פאר מאמענט? איך זע נישט מיט וואס ס'זאל זיין בעסער ווי סיי וועלכער אאטיקל אין מאמענט חוץ אויב דו באלאנגסט צו סאטמאר... הנסתרות איז שענער ווי די תולדות אהרן קינדער? אדער והראנו איז שענער ווי אויף שמחות אדער דער באזוך אין תפיסה?

אגב, לענ"ד וואלט איך געלייגט די וואך פאר אה בליק דעם יום טוב. זייער פראדוקשען ביכל און די "געווארט אויף די רבי'ס" באשרייבונגען זענען זייער שיינע ארטיקלן. וואלט אריינגעפיט אין מאמענט ענדערש ווי א בילדער אויסגאבע. מאמענט איז נאכאלץ העכער אלע פון זיי. איך כאפ נישט דעם צאמשטעל.


אוואדי אין רייכקייט און פראפעשענעליזאם לייג איך נישט די בליק בעפאר די מאמענט, עמי, משפחה, בקהילה. איך רעד ווער עס האט אונז סופרייזעד דעם יום טוב. עמי, משפחה, ענגליש און עברית האבן נישט צוגעשטעלט עפעס אן אויסטירשלע סופרייז, בקהילה׳ס שמועס מיטן ראחמיסטריווקא רבי׳ן איז יא היפש א סופרייז, מאמענט האט אהערגעשטעלע דעם נייעם ידעתי העפט, די וואך׳ס געווארט אויפן רבי׳ן פראיעקט איז אויך א שיינע נייע זאך. איך האב נאר געהאלטן אז די בליק׳ס הנסתרות פראיעקט איז אן אויסטערלישע חידוש, אזוי אויך זייער סאטמאר׳ע ביילאגע איז געמאכט געווארען גאר תוכנדיג, רייך און ציעט א יעדע טיפ סאטמאר׳ע חסיד, אנדרעש פון די וואך׳ס סקווירא ביילאגע וואס פארמאגט נישט קיין קריעטיוועטי און ציעט נאר א געוויסע טיפ סקווירא חסיד

אז דו רעדסט פון סורפרייזד, מיין איך אז דער שפאקטיוו האט די מערסטע סורפרייזד וויבאלד קיינער האט נישט געחלומט אז ער גייט נאך אמאל בכלל ערשיינען

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג אפריל 08, 2018 12:55 pm

איך קויף קיינמאל נישט קיין מאגאזינען, אבער זעענדיג די בליק אז זיי האבן א רייכע היסטאריע איבערבליק פון סאטמאר, פון תש"ז ביז תשע"ח האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן, געקויפט באהאלטענערהייט.... איך בין געווען אביסל אנטוישט.

א) קיין זכר פון סאטמארע היסטאריע, ממש גארנישט, ב) די אינפארמאציע איז שרעקליך גרייזיג געשריבן, כמעט נישט געווען קיין דף אן א צוויי דריי טעותים.

עס איז א שיינע קאלעקציע פון בילדער פון רביה"ק מסאטמאר (רוב האב איך אויף מיין קאמפיוטער - גראדע געזען א פיר פינף בילדער וואס כהאב נאך קיינמאל נישט געזען) פון אלע יארן, א ביסל בילדער פון ברך משה, און פון מהר"א, אבער די קעפל 'סאטמאר פון תש"ז ביז תשע"ח" איז פארפירעריש, עס וואלט געדארפט שטיין "קאלעקציע פון בילדער פון אדמורי סאטמאר".

ווי אויך ברויך איינער מגיה זיין די טעקסט.

די איבעריגע סחורה בין איך נישט קיין מבין, סהאט נישט גערעדט צו מיר.

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » זונטאג אפריל 08, 2018 2:11 pm

קניידעל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
קניידעל האט געשריבן:איך בין מסכים אז די יום טוב׳דיגע מאמענט איז עפעס אויסטערליש, דאך מיין איך אז עס פעלט א גוטע קאווער סטארי אזויווי זיי שטעלן צו אלע ימים טובים. וויזניץ און קאמארנא זענען זייער פיין אבער נישט פאר קיין קאווער סטארי.

לעניות דעתי איז די שענסטע אויסגאבע היינטיגע יום טוב די ״א בליק״ מאגאזין וואס איז מלא וגדוש מיט אינטרעסאנטע און תוכנדיגע פראיעקטן, אנגעהויבן פון די הערליכע סאטמאר׳ע ביילאגע, די קראון הייטס פראיעקט און אחרון חביב די הנסתרות פראיעקט וואס איז מיין פעיווריט.

סיי וועלכער ענגלישער/עברית אויסגאבע לייגן אין שאטן אלע אידישע, אבער אז דו רעדסט פון אידישע, מיט וואס איז בליק פאר מאמענט? איך זע נישט מיט וואס ס'זאל זיין בעסער ווי סיי וועלכער אאטיקל אין מאמענט חוץ אויב דו באלאנגסט צו סאטמאר... הנסתרות איז שענער ווי די תולדות אהרן קינדער? אדער והראנו איז שענער ווי אויף שמחות אדער דער באזוך אין תפיסה?

אגב, לענ"ד וואלט איך געלייגט די וואך פאר אה בליק דעם יום טוב. זייער פראדוקשען ביכל און די "געווארט אויף די רבי'ס" באשרייבונגען זענען זייער שיינע ארטיקלן. וואלט אריינגעפיט אין מאמענט ענדערש ווי א בילדער אויסגאבע. מאמענט איז נאכאלץ העכער אלע פון זיי. איך כאפ נישט דעם צאמשטעל.


אוואדי אין רייכקייט און פראפעשענעליזאם לייג איך נישט די בליק בעפאר די מאמענט, עמי, משפחה, בקהילה. איך רעד ווער עס האט אונז סופרייזעד דעם יום טוב. עמי, משפחה, ענגליש און עברית האבן נישט צוגעשטעלט עפעס אן אויסטירשלע סופרייז, בקהילה׳ס שמועס מיטן ראחמיסטריווקא רבי׳ן איז יא היפש א סופרייז, מאמענט האט אהערגעשטעלע דעם נייעם ידעתי העפט, די וואך׳ס געווארט אויפן רבי׳ן פראיעקט איז אויך א שיינע נייע זאך. איך האב נאר געהאלטן אז די בליק׳ס הנסתרות פראיעקט איז אן אויסטערלישע חידוש, אזוי אויך זייער סאטמאר׳ע ביילאגע איז געמאכט געווארען גאר תוכנדיג, רייך און ציעט א יעדע טיפ סאטמאר׳ע חסיד, אנדרעש פון די וואך׳ס סקווירא ביילאגע וואס פארמאגט נישט קיין קריעטיוועטי און ציעט נאר א געוויסע טיפ סקווירא חסיד


פון דיינע ווערטער קוקט אויס ווי דו ביזט א סאטמארער חסיד אז עס האט דיר שטארק געצויגן די סאטמארע ביילאגע פון אה בליק, אויב אזוי איז דיין אנדערע סטעיטמענט פון די סקווירא ביילאגע פון די וואך אבי געשאסן...

איך האב געזעהן און ליב געהאט ביידע. היסטאריע און אינפארמאציע קען איך נישט פון סאטמאר און נישט פון סקווירא, דאך האט די וואך געמאכט זייער א רייכע און געלונגענע ארבעט ווען ביי יעדע בילד שטייט פונקטליך ווי און ווען עס איז, און עס איז געווען געשמאקער צו ליינען אזוי. איך זעה נישט פארוואס דו זאגסט אז עס זאל נאר ציען א געוויסע טיפ חסיד.

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג אפריל 08, 2018 2:25 pm

צווייפעל האט געשריבן:איך קויף קיינמאל נישט קיין מאגאזינען, אבער זעענדיג די בליק אז זיי האבן א רייכע היסטאריע איבערבליק פון סאטמאר, פון תש"ז ביז תשע"ח האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן, געקויפט באהאלטענערהייט.... איך בין געווען אביסל אנטוישט.

א) קיין זכר פון סאטמארע היסטאריע, ממש גארנישט, ב) די אינפארמאציע איז שרעקליך גרייזיג געשריבן, כמעט נישט געווען קיין דף אן א צוויי דריי טעותים.

עס איז א שיינע קאלעקציע פון בילדער פון רביה"ק מסאטמאר (רוב האב איך אויף מיין קאמפיוטער - גראדע געזען א פיר פינף בילדער וואס כהאב נאך קיינמאל נישט געזען) פון אלע יארן, א ביסל בילדער פון ברך משה, און פון מהר"א, אבער די קעפל 'סאטמאר פון תש"ז ביז תשע"ח" איז פארפירעריש, עס וואלט געדארפט שטיין "קאלעקציע פון בילדער פון אדמורי סאטמאר".

ווי אויך ברויך איינער מגיה זיין די טעקסט.

די איבעריגע סחורה בין איך נישט קיין מבין, סהאט נישט גערעדט צו מיר.

גא"מ אז די בליק פון סאטמאר איז געווען זייער גרייזיג למשל א בילד פון ר יוסף אשכנזי איז געשטאנען אז עס איז פון פארן קריג ועוד ועוד....
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג אפריל 08, 2018 2:40 pm

אריינגעלייגט ר' ישראל ענגעלמאנ'ס בילד פארן עצי חיים, א גרייז וואס קיינער מאכט שוין נישט היינט.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אפריל 08, 2018 2:42 pm

חיים יענקל האט געשריבן:אלץ א ליינער פון די איזרעילי מאגאזינען אויף יום טוב די לעצטע 10 12 יאר, שפיר איך אז איך מוז ארויסקומען דא זאגן מיין מיינונג, און ווי אויך א דאנק.

זיי דארפן זיך נישט שעמען לדעתי קיין כי הוא זה פון די העברעאישע צי אנגלא אידישע מאגאזינען! די ישראלישע משפחה- בקהלה קריכט שוין ארויס פון נאז. יעצט אז הרב שטיינמאן איז אוועק, איז אויב די אייבירשטער וועט העלפן אז ר ' חיים וועט בע"ה אויך לעבן ביז די 106, ווייס איך וואס צי ערווארטן לכה"פ פאר 20 יאר, כאטש איינס פון צוויי ימים טובים.. די היסטארישע אויפדעקונגען פון רשב"ם 23.. אדער אמבעסטענס פון די אנדערע פאר גרויסע רביס נאכאמאל אום נאכאמאל.. קיין חידושים.. די מאמענט לעומת זה, אפילו ווען זיי שרייבן פון רביס איז עס געווענליך מיט א געשמאק, צי עפעס מער וואס די מקורבים און נאמני בית האבן פארגעשריבען.

לענ"ד הרמה, האט בקהילה מאגאזין דעם יו"ט יא אהערגעשטעלט א מייסטער ארבעט, סיי מיט'ן אינטערוויו פון דעם לעגענדארן שרייבער און דענקער ר' יעקב ב. פריעדמאן מיט רבי משה שטרנבוך שליט"א, דער אריינבליק אין סלאנימע הויף איז מייסטערהאפטיג, דער שמועס מיט'ן זינגער פרי"מ איז אויך נישט אוועקצומאכן, און נאך אסאך. ודלא כדבריך.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג אפריל 08, 2018 2:51 pm

עמי האט אויף געהאט א שטארקע אינטערוויוא מיט רבי משה שטערנבוך און נאך פיינע ארטיקלעך..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אפריל 08, 2018 5:17 pm

אויב מאכט מען שוין יא אנקעטעס. זאל מען אפשר אויך צולייגען *ווען* מען האט אלס געליינט?? פאר די סדר אדער נאך?? ביי די ריידס מיט די קינדער?? אדער ביים טאנצן ויושע שביעי של פסח?????
איך האב נאר געקויפט די מאמענט מיט נאך איין אויסגאבע (נאמען געהיטן) און איך האב נישט אנגעיאגט\אויסגעפיעט צו ליינען אפילו האלב............

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אפריל 08, 2018 9:01 pm

א יעדע ארץ ישראל'דיגע אויסגאבע קען ביטעןאלע אמעריקאנע איאיינעם. עס איז שוין די העכסטע צייט צו הייבן דעם סטאנדארד פון אידישע ליין מאטריאל.
איז דען נישט דא אויף די 'אידישע' גאס אזוי פיל געלונגענע שרייבער'ס ווי אויף די עברעישע?
עס איז די צייט אז דער מאמענט און אנדערע זאלן הייבן דעם סטאנדארט
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » זונטאג אפריל 08, 2018 10:40 pm

עכט היימיש האט געשריבן:א יעדע ארץ ישראל'דיגע אויסגאבע קען ביטעןאלע אמעריקאנע איאיינעם. עס איז שוין די העכסטע צייט צו הייבן דעם סטאנדארד פון אידישע ליין מאטריאל.
איז דען נישט דא אויף די 'אידישע' גאס אזוי פיל געלונגענע שרייבער'ס ווי אויף די עברעישע?
עס איז די צייט אז דער מאמענט און אנדערע זאלן הייבן דעם סטאנדארט

מאמענט האט געהויבן זייער סטאנדארט זייער הויעך, קען אלעמאל גיין העכער אבער נישטא פארוואס זיך אפצורעדן, גאר גוטע שרייבערס אין פיינע ארטיקלען, אפשר טאקע נישט געווען קיין באמבעס, אבער געווען וואס צו ליינען ב''ה אין די אידישע שפראך אין די צייט וואס ביז די נישט ווייטע פארגאנגענהייט איז דאס נישט געווען,

די וואך אין א בליק האבן אויך צוגעשטעלט זייער א פיינע ארבעט דעם פסח, (קוקט אויס ווי זיי גייען קאמפעטישען מיט קינדליין/קינדערלעך, ביידע געהאט מאסן סחורה פאר די צאן קדשים..)


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט