1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

יאסי האט הײנט א באריכט אױף 114 װעגן דעי מיטינג אין קלארקסטאון, ער לײגט אראפ װיזױ ער האט זיך גע׳טענה׳ט מיט די גױם דארט, כ׳בין נײגעריג צו ס׳דא קליפס דערפון

אױך בעט ער דרעזנער זאל אים ערלעדיגן א באָנוס פון קו״מ, װײל די באריכט האט זיך פארצױגן, בינעך אױך נײגעריג צו ער האט עס באקומען

וײש״כ למפרע
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:יאסי האט הײנט א באריכט אױף 114 װעגן דעי מיטינג אין קלארקסטאון, ער לײגט אראפ װיזױ ער האט זיך גע׳טענה׳ט מיט די גױם דארט, כ׳בין נײגעריג צו ס׳דא קליפס דערפון

אױך בעט ער דרעזנער זאל אים ערלעדיגן א באָנוס פון קו״מ, װײל די באריכט האט זיך פארצױגן, בינעך אױך נײגעריג צו ער האט עס באקומען

וײש״כ למפרע

מ'זעט אז יאסי וואוינט אין ראקלאנד, ער האקט שטיקער קעגן דעם היימישן עולם, אזש ס'גייט א רויעך, :lol:

"ביי "חסידים" קען מען זיך נישט צושטעלן צו א צייט" יעדער נארמאלע מענטש ווייסט אז זעקסע איז זעקסע, נאר חסידים ווייסן בעסער...

אגב, איך וויל וויסן וואס וואלט געווען ווען א גוי'שע קאמפעני וואלט ארויסגעלייגט דעם עד? וואלט יאסי עס אדורך געלאזט שטיל? זענען מיר שוין אינגאנצן פון קאפ געפאלן?
viewtopic.php?p=1992896#p1992896
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

גלות איד האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:יאסי האט הײנט א באריכט אױף 114 װעגן דעי מיטינג אין קלארקסטאון, ער לײגט אראפ װיזױ ער האט זיך גע׳טענה׳ט מיט די גױם דארט, כ׳בין נײגעריג צו ס׳דא קליפס דערפון

אױך בעט ער דרעזנער זאל אים ערלעדיגן א באָנוס פון קו״מ, װײל די באריכט האט זיך פארצױגן, בינעך אױך נײגעריג צו ער האט עס באקומען

וײש״כ למפרע

מ'זעט אז יאסי וואוינט אין ראקלאנד, ער האקט שטיקער קעגן דעם היימישן עולם, אזש ס'גייט א רויעך, :lol:

"ביי "חסידים" קען מען זיך נישט צושטעלן צו א צייט" יעדער נארמאלע מענטש ווייסט אז זעקסע איז זעקסע, נאר חסידים ווייסן בעסער...

אגב, איך וויל וויסן וואס וואלט געווען ווען א גוי'שע קאמפעני וואלט ארויסגעלייגט דעם עד? וואלט יאסי עס אדורך געלאזט שטיל? זענען מיר שוין אינגאנצן פון קאפ געפאלן?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 6#p1992896

ער האט פשוט מסביר געווען פארוואס סאיז נישט געווען קיין גרויסע עולם ווייל מען האט צי געשפארט די טיר צייטליך, ווייל ביי אונץ איז מען ציגעוואוינט אז 2:00 מיינט 2:45 ער האט ציגעלייגט איך האב נישט קיין טענות
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

גוט!!
אטעטשמענטס
yossi.JPG
yossi.JPG (30.47 KiB) געזען 4461 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יוסי געשטעטנער טענה'ט, אז טראמפ איז קאפוט, דאן און אווער...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

יוסי קומט אריין קלאר וועגן די סקאנדל אין אפגניסטאן
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

פעיק נוז האט געשריבן:יוסי געשטעטנער טענה'ט, אז טראמפ איז קאפוט, דאן און אווער...

כדענק נאך ווען ער האט מסביר געווען אז ביידן גייט אין ערגעץ...
על "טעם וריח" אין להתווכח
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

טעם וריח האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:יוסי געשטעטנער טענה'ט, אז טראמפ איז קאפוט, דאן און אווער...

כדענק נאך ווען ער האט מסביר געווען אז ביידן גייט אין ערגעץ...

ביידען גייט טאקע נישט אין ערגעץ :roll:
מטראגט אים
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

:lol:
סארקאזי האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:יוסי געשטעטנער טענה'ט, אז טראמפ איז קאפוט, דאן און אווער...

כדענק נאך ווען ער האט מסביר געווען אז ביידן גייט אין ערגעץ...

ביידען גייט טאקע נישט אין ערגעץ :roll:
מטראגט אים
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ער איז פיין גערעכט מיט דעם אז כל זמן טרמפ איז אין אפיס וועט קיין פרידן און מנוחה נישט זיין..
אפגעזעהן וועמענס שילד, אויפשאקלען דעם סטאטוס-קווא סטרוקטור קאסט א גאר טייערע פרייז, מיין שאלה איז נאר אויב פאר אונז אלץ גלות אידן איז ווערט די פרייז פון א ריב שאינו שלנו...
בכלל, מיר זענען כשה בין שבעים זאבים וועלכע ווילן אונז פארציקן, מדארף בינדן די גוים די הענט מיט הונדערט קייטן אז זיי זאלן אונז נישט פארציקן, תורה בגוים על תאמין, זייערע ווירדן זענען קיינע ווירדן, די אמת'ע קאלירן פון דעם רעספעקטירטן שטאטסמאן גאווערנער קואמאו איז ארויסגעקומען ביים יעצטיגן קריזיס מיט אלע קאלירן, נישטא ביים גוי קיינע ווירדן!
מיר מוזן אנערקענען אז איינס פון די קייטן וואס האלט דעם גוי אין די ראמען איז זיינע "פאלטשע ווירדן" און אויב איז דאס נישטא זענען זיי שוין פופציג פראצענט נענטער צו רציחה! א שעת חירום מאכט פארגעסן דעם טרענירטן בעל חי (עם הדומה..) פון זיינע ווירדן.
ווען איך האב געזאגט ונתנה תוקף "מי ברעש" האב איך נישט משיג געווען וואס איך האב געזאגט.

יתכן אז פאר אמעריקעס טובה דארף פארקומען נאך א ציווילע קריג און בלוט פארגיסונגען, אבער סאיז נישט אונזער טובה! מיר זענען דא געסט און מיר דארפן מקבל זיין פני משיח, מיר זענען דורך במשך הדורות ערגערע צייטן פון ערגערע דיקטאטורן ווי קואמאו און דעבלאזיאו והקב"ה הצילנו מידם, אז דו זאגסט מיר אז סאיז צייט צו פארלאזן ניו יארק הער איך וואס דו רעדסט, אבער זאג נישט אז סאיז פאר "אונזער" טובה דאס אויפדעקן די קארופציע פון די עליטע און די עסטעבלישמענט ווייל דאס קען קאסטן א טייערע פרייז.

די קאראונע מצב אין ניו יארק איז נאר אין רעזולטאט פון די אלע רייבערייען, און ווער סהאט אויגן זעהט אז אלעס וואס גייט יעצט שלעכט איז אין רעזולטאט פון דאס וואס טראמפ און זיינע וואוטערס פרובירן צו איינשטעלן "עפעס" אקאונטעביליטי און דורכזיכטיגקייט אין דעם שמוציגן אמעריקאנעם זומפ.

סאיז נישט ווערט די הוה, און די עתיד מי יודע.
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום פרייטאג יולי 03, 2020 12:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

טעם וריח האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:יוסי געשטעטנער טענה'ט, אז טראמפ איז קאפוט, דאן און אווער...

כדענק נאך ווען ער האט מסביר געווען אז ביידן גייט אין ערגעץ...

ער האט נישט גערעדט דעמאלטס וועגן זיינע טשאנסן ער האט נאר ארויס געברענגט ווי ראנג עס איז אז ער ברעכט זיך צו די מידיע איין מאל און נאכאמאל, ער שטייט און שרייט אז די מידיע איז פעיק נוז אבער ער געט זיי אנערקענונג מוטן שיקען זיינע נאנטע געבן אינטערוויוס.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

שיעלע בהמה האט געשריבן:ער איז פיין גערעכט מיט דעם אז כל זמן טרמפ איז אין אפיס וועט קיין פרידן און מנוחה נישט זיין..
אפגעזעהן וועמענס שילד, אויפשאקלען דעם סטאטוס-קווא סטרוקטור קאסט א גאר טייערע פרייז, מיין שאלה איז נאר אויב פאר אונז אלץ גלות אידן איז ווערט די פרייז פון א ריב שאינו שלנו...
בכלל, מיר זענען כשה בין שבעים זאבים וועלכע ווילן אונז פארציקן, מדארף בינדן די גוים די הענט מיט הונדערט קייטן אז זיי זאלן אונז נישט פארציקן, תורה בגוים על תאמין, זייערע ווירדן זענען קיינע ווירדן, די אמת'ע קאלירן פון דעם רעספעקטירטן שטאטסמאן גאווערנער קואמאו איז ארויסגעקומען ביים יעצטיגן קריזיס מיט אלע קאלירן, נישטא ביים גוי קיינע ווירדן!
מיר מוזן אנערקענען אז איינס פון די קייטן וואס האלט דעם גוי אין די ראמען איז זיינע "פאלטשע ווירדן" און אויב איז דאס נישטא זענען זיי שוין פופציג פראצענט נענטער צו רציחה! א שעת חירום מאכט פארגעסן דעם טרענירטן בעל חי (עם הדומה..) פון זיינע ווירדן.
ווער איך האב געזאגט ונתנה תוקף "מי ברעש" האב איך נישט משיג געווען וואס איך האב געזאגט.

יתכן אז פאר אמעריקעס טובה דארף פארקומען נאך א ציווילע קריג און בלוט פארגיסונגען, אבער סאיז נישט אונזער טובה! מיר זענען דא געסט און מיר דארפן מקבל זיין פני משיח, מיר זענען דורך במשך הדורות ערגערע צייטן פון ערגערע דיקטאטורן ווי קואמאו און דעבלאזיאו והקב"ה הצילנו מידם, אז דו זאגסט מיר אז סאיז צייט צו פארלאזן ניו יארק הער איך וואס דו רעדסט, אבער זאג נישט אז סאיז פאר "אונזער" טובה דאס אויפדעקן די קארופציע פון די עליטע און די עסטעבלישמענט ווייל דאס קען קאסטן א טייערע פרייז.

די קאראונע מצב אין ניו יארק איז נאר אין רעזולטאט פון די אלע רייבערייען, און ווער סהאט אויגן זעהט אז אלעס וואס גייט יעצט שלעכט איז אין רעזולטאט פון דאס וואס טראמפ און זיינע וואוטערס פרובירן צו איינשטעלן "עפעס" אקאונטעביליטי און דורכזיכטיגקייט אין דעם שמוציגן אמעריקאנעם זומפ.

סאיז נישט ווערט די הוה, און די עתיד מי יודע.

סאיז א אונטרעסאנטע פוינט אוו וויוא
דאס זאגסטו? אדער יוסי געשטעטנער.?
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

סארקאזי האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:ער איז פיין גערעכט מיט דעם אז כל זמן טרמפ איז אין אפיס וועט קיין פרידן און מנוחה נישט זיין..
אפגעזעהן וועמענס שילד, אויפשאקלען דעם סטאטוס-קווא סטרוקטור קאסט א גאר טייערע פרייז, מיין שאלה איז נאר אויב פאר אונז אלץ גלות אידן איז ווערט די פרייז פון א ריב שאינו שלנו...
בכלל, מיר זענען כשה בין שבעים זאבים וועלכע ווילן אונז פארציקן, מדארף בינדן די גוים די הענט מיט הונדערט קייטן אז זיי זאלן אונז נישט פארציקן, תורה בגוים על תאמין, זייערע ווירדן זענען קיינע ווירדן, די אמת'ע קאלירן פון דעם רעספעקטירטן שטאטסמאן גאווערנער קואמאו איז ארויסגעקומען ביים יעצטיגן קריזיס מיט אלע קאלירן, נישטא ביים גוי קיינע ווירדן!
מיר מוזן אנערקענען אז איינס פון די קייטן וואס האלט דעם גוי אין די ראמען איז זיינע "פאלטשע ווירדן" און אויב איז דאס נישטא זענען זיי שוין פופציג פראצענט נענטער צו רציחה! א שעת חירום מאכט פארגעסן דעם טרענירטן בעל חי (עם הדומה..) פון זיינע ווירדן.
ווען איך האב געזאגט ונתנה תוקף "מי ברעש" האב איך נישט משיג געווען וואס איך האב געזאגט.

יתכן אז פאר אמעריקעס טובה דארף פארקומען נאך א ציווילע קריג און בלוט פארגיסונגען, אבער סאיז נישט אונזער טובה! מיר זענען דא געסט און מיר דארפן מקבל זיין פני משיח, מיר זענען דורך במשך הדורות ערגערע צייטן פון ערגערע דיקטאטורן ווי קואמאו און דעבלאזיאו והקב"ה הצילנו מידם, אז דו זאגסט מיר אז סאיז צייט צו פארלאזן ניו יארק הער איך וואס דו רעדסט, אבער זאג נישט אז סאיז פאר "אונזער" טובה דאס אויפדעקן די קארופציע פון די עליטע און די עסטעבלישמענט ווייל דאס קען קאסטן א טייערע פרייז.

די קאראונע מצב אין ניו יארק איז נאר אין רעזולטאט פון די אלע רייבערייען, און ווער סהאט אויגן זעהט אז אלעס וואס גייט יעצט שלעכט איז אין רעזולטאט פון דאס וואס טראמפ און זיינע וואוטערס פרובירן צו איינשטעלן "עפעס" אקאונטעביליטי און דורכזיכטיגקייט אין דעם שמוציגן אמעריקאנעם זומפ.

סאיז נישט ווערט די הוה, און די עתיד מי יודע.

סאיז א אונטרעסאנטע פוינט אוו וויוא
דאס זאגסטו? אדער יוסי געשטעטנער.?

יוסי זאגט אז כל זמן טראמפ איז אין אפיס וועט די מידיע פארדרייען דעם קאפ און כאאס און אנארכיע וועט ווייטער אנהאלטן, פארשטייט זיך אז סאיז נישט טראמפס שילד נאר די דעמאקראטן.

האב איך צוגעטראכט דערצו אייגענע מחשבות.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

שיעלע בהמה האט געשריבן:

גאד בלעס שיעלע! זאגסט דאך אזוי גוט און הייליג.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שיעלע דו שאקלסט שוין באלד אויף מיין גאנצע טראמפ שטיצע.... אזוי גוט צו זאגן....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

פעיק נוז האט געשריבן:שיעלע דו שאקלסט שוין באלד אויף מיין גאנצע טראמפ שטיצע.... אזוי גוט צו זאגן....

שמעון ראלניצקי איז דאך כסדר ביזי. מיטען גלות איד קארטעל.איך הא עס קיינמאל נישט געקויפט.
אבער שיעלע. די זאגסט גאר עפעס אנדערש.סמאכט אסאך סענס.
יעך מיין איך צי צוריק מיין שטיצע פון ירום הודו.
לאזען זיי אריינוועלן דעם אלטען פארקאלעכטען שייסער פון בעסמענט.
און דאס לאנד וועט ווערן געפירט דורך קאמי מיט יעטס סוועט זיין ביזנעס בעק טו נארמאל.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אויף אזאנע קאמפלימענטן פון אזאלעכע קאנאנען דא האב איך מיך נישט געראכטן..
א ריזיגן ייש"כ, יעדער דארף אמאל א גוט ווארט.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

סארקאזי האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:שיעלע דו שאקלסט שוין באלד אויף מיין גאנצע טראמפ שטיצע.... אזוי גוט צו זאגן....

לאזען זיי אריינוועלן דעם אלטען פארקאלעכטען שייסער פון בעסמענט.
און דאס לאנד וועט ווערן געפירט דורך קאמי מיט יעטס סוועט זיין ביזנעס בעק טו נארמאל.

איר ווילט נישט צוריקגיין צום אמאל, לאמיר דערמאנען איין זאך ווי למשל, די וויטש האנט דורך די עף בי איי, א יעדן צווייטן טאג , און טאקע אויך אויף אונז היימישע אידן רח"ל.

און דער יר"ה האט דאס היבש פארבעסערט און דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

טרעוולער האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:שיעלע דו שאקלסט שוין באלד אויף מיין גאנצע טראמפ שטיצע.... אזוי גוט צו זאגן....

לאזען זיי אריינוועלן דעם אלטען פארקאלעכטען שייסער פון בעסמענט.
און דאס לאנד וועט ווערן געפירט דורך קאמי מיט יעטס סוועט זיין ביזנעס בעק טו נארמאל.

איר ווילט נישט צוריקגיין צום אמאל, לאמיר דערמאנען איין זאך ווי למשל, די וויטש האנט דורך די עף בי איי, א יעדן צווייטן טאג , און טאקע אויך אויף אונז היימישע אידן רח"ל.

און דער יר"ה האט דאס היבש פארבעסערט און דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.

ווען סקומט צום יחיד איז נישטא קיין שום טשעינזש, און סוועט קיינמאל ע"פ דרך הטבע נישט זיין.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טרעוולער האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:שיעלע דו שאקלסט שוין באלד אויף מיין גאנצע טראמפ שטיצע.... אזוי גוט צו זאגן....

לאזען זיי אריינוועלן דעם אלטען פארקאלעכטען שייסער פון בעסמענט.
און דאס לאנד וועט ווערן געפירט דורך קאמי מיט יעטס סוועט זיין ביזנעס בעק טו נארמאל.

איר ווילט נישט צוריקגיין צום אמאל, לאמיר דערמאנען איין זאך ווי למשל, די וויטש האנט דורך די עף בי איי, א יעדן צווייטן טאג , און טאקע אויך אויף אונז היימישע אידן רח"ל.

און דער יר"ה האט דאס היבש פארבעסערט און דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ווערד פאר די פרייז פון א סאסייעטי צוזאמפאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פעיק נוז האט געשריבן:שיעלע דו שאקלסט שוין באלד אויף מיין גאנצע טראמפ שטיצע.... אזוי גוט צו זאגן....
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:שיעלע דו שאקלסט שוין באלד אויף מיין גאנצע טראמפ שטיצע.... אזוי גוט צו זאגן....
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ר' שיעלע זאגט זייער גוט.
איך טראכט אבער - אז נישט דאס אז טראמפ פרובירט צו פייטן קארופציע קען פירן צו ציווילע מהומות, נאר ענדערש דאס אז ער ברענגט שארף ארויס די צוטיילונג צווישן די רעכטערע אין די מער לינקע.

ממילא, קלער איך אז ווען טראמפ זאל ווען נישט דא זיין און אלעס זאל זיין רואיג, וועלן דאך די לינקע ווערן אלץ שטערקער און שטערקער אזוי ווי ביז היינט... און דאן וועט הערשן אין לאנד א ריין לינקע קולטור וואס נעמט אריין דיקטאקטורשאפט אויף לינקע ווירדן צוזאמען מיט סאושעליזם קעגן ביזנעס / רעליגיע / אייגענקייט וכו' וכו'.
ממילא קען אפשר זיין אז עס יא א שטיקל טובה אז טראמפ ברענגט אזוי שטארק ארויף צום אויבערפלאך די שארפקייט פון די זאך, ווייל אויב נישט וועט דאך געשעהן וואס מיר האבן געשריבן - און איך ווייס נישט אויב יענץ איז בעסער - פאר אונז אידן זיכער נישט.

אזוי טראכט איך.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

שוין לאנג ניש געהערט ר' יאסי'ן שרייען אזויווי היינט
.Hey there! I am using Ivelt
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: 1-1-8 -ר' יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגען »

נוסח אשכנז האט געשריבן:שוין לאנג ניש געהערט ר' יאסי'ן שרייען אזויווי היינט

איך לויף עס אויסהערן, נאר בתנאי אז ער רעדט נישט דארט פון די קאראנא לאוקדאונס, ווייל איך ברעעעעךךך שוין פון הערן די זעלבע זאך מיליאן מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”