דער איד

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:47 pm

נכד האט געשריבן:אנדערע העכערן אויך?

אויב נישט היינט, מארגן
ס'קוקט אויס ווי יעדע העכערונג האט א צווייטער די זכיה צו זיין די ערשטע העכערער
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:50 pm

עולם האמת האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:מיין פאמיליע האט ליב די פאמיליע אפטיילונג אויך


די פאמיליע אפטיילונג איז מלא טוחן... לופטיג און אומאינטרעסאנט - איבערהויפט ווען עס איז דא היינט צו קויפן גאר אינטערעסאנטע אויסגאבעס פאר קינדער ווי קינדליין וכדו'

די נייעס אפטיילונג איז גארנישט מחדש - היינט איז נישט תשט"ו יעדער האט היינט זיין סארס פון נייעס במשך'ן וואך, רוב מענטשן האבן שוין באלד פארגעסן די געשעהנישן וואס ווערט דארט באצייכנט ווי נייעס, די צייטונג האט נאך יא אביסל יוניק רעפארטאזשן

די תורה אפטיילונג איז ארעם אין כמות און איכות

די ארטיקלען ע"פ רוב פעלט די פרישע טאטש וואס מען טרעפט אין רוב ארטיקלען פון די מאמענט וכדו'

אין קורצן נישט ווערט די געלט.

מיין רביצין האט ליב די איד. איך האב נישט צופיל צייט צו ליינען אלעס. זי האט ליב אלע אפטיילונגען.
די תורה אפטיילונג איז זייער שיין אין מיין אפיניען. אבער אויב גלייכט עס צו צום מאמענט זוכסטו נישט די איד בכלל
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:56 pm

עולם האמת האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:מיין פאמיליע האט ליב די פאמיליע אפטיילונג אויך


די פאמיליע אפטיילונג איז מלא טוחן... לופטיג און אומאינטרעסאנט - איבערהויפט ווען עס איז דא היינט צו קויפן גאר אינטערעסאנטע אויסגאבעס פאר קינדער ווי קינדליין וכדו'

די פאמיליע אפטיילונג איז געמאכט פאר פרויען, נישט פאר קינדער. און דיין מיינונג דערויף מאכט נישט אויס, ווילאנג דו ביסט נישט קיין פרוי.

עולם האמת האט געשריבן:די תורה אפטיילונג איז ארעם אין כמות און איכות

אבי גערעדט!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:22 pm

די פראגע צו ''עולם האמת'' נאכן אלעס אוועקמאכן, אויב וועסטו ווייטער צאלן די פיר דאלער צו וויסן אלעס אזוי פונקטליך אדער וועסטו טאקע אויפהערן צו קויפן ווייל עס איז נישט אינטערסאנט כאטש די ווייסט אלעס וואס טוט זיך אינעווייניג.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:26 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:לעצטענס איז נישטא מער די מארקעטינג טיפס וואס פלעגט זיין די לעצטע פעידזש פון די ביזנעס אפטיילונג, פלעגט זיין גאנץ אינטערעסאנט.

יאפ טאקע אשאד זיי האבן עס ארויסגענומען
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:28 pm

ווען קומט די פרייז העכערונג, שוין דעם פסח? און וואס פלאנט מען צו צולייגן איינער האט מער דיטעילס
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:36 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:איך קויף דער איד יעדע וואך פאר 3 דאלער איז אויך נישטא ווואס צו ליינען דארט

איך וואלט געצאלט איין דאלער פאר די נייעס, א דאלער פאר זייער געלונגענע ביזנעס אפטיילונג, און א דאלער פארן שיינעם תורה אפטיילונג.

די פערטע דאלער וואס ווערט יעצט צוגעלייגט איז טאקע איבריג, אויב ס'בלייבט ווי ביז יעצט, ווייל פאר די פאליטישע חלקים דארפן זיי מיר צאלן איך זאל אננעמען זייערע מיינונגען.

איך אגרי.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:40 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:לעצטענס איז נישטא מער די מארקעטינג טיפס וואס פלעגט זיין די לעצטע פעידזש פון די ביזנעס אפטיילונג, פלעגט זיין גאנץ אינטערעסאנט.

יאפ טאקע אשאד זיי האבן עס ארויסגענומען

איך ווינדער מיר צו מען האט עס ארויסגענומען, אדער זיי האבן שוין גענדיגט איבערשרייבן באטטאם ליין מארקעטינג'ס גאנצע ביכל.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:43 pm

בבל האט געשריבן:הא קערס אז נאך עפעס א רבי וואס זיכט א 10 פאר מנין האט פארקויפט זיין זין צי באקומען א מחותן

:lol: :lol:
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:04 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:לעצטענס איז נישטא מער די מארקעטינג טיפס וואס פלעגט זיין די לעצטע פעידזש פון די ביזנעס אפטיילונג, פלעגט זיין גאנץ אינטערעסאנט.

יאפ טאקע אשאד זיי האבן עס ארויסגענומען

איך ווינדער מיר צו מען האט עס ארויסגענומען, אדער זיי האבן שוין גענדיגט איבערשרייבן באטטאם ליין מארקעטינג'ס גאנצע ביכל.



פון בלויז די דריי ניקס וואס רעדן פון איין זייט פון איד זעהט מען אז יעדע ארטיקל איז אינטערסאנט פאר א צווייטן און אלעס ווערט געליינט אויב נשט דורך דיר דאן דורך א צווייטן.

כ'מיין אז רוב מענטשן וואס ליינען למשל די נייעס און די תורה אפטייללונג ווייסן ניטאמאל פון וועלעכע פעלענדע זייט ענק רעדן...

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:03 pm

איך האב גראדע הנאה פון רוב חלקים אין דער איד, איך וואלט נאר הנאה געהאט ווען זיי לייגן צי א רעכט גענויגטע פאליטישע אנאליז.

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:09 pm

עולם האמת האט געשריבן:די פאמיליע אפטיילונג איז מלא טוחן... לופטיג און אומאינטרעסאנט - איבערהויפט ווען עס איז דא היינט צו קויפן גאר אינטערעסאנטע אויסגאבעס פאר קינדער ווי קינדליין וכדו'

די נייעס אפטיילונג איז גארנישט מחדש - היינט איז נישט תשט"ו יעדער האט היינט זיין סארס פון נייעס במשך'ן וואך, רוב מענטשן האבן שוין באלד פארגעסן די געשעהנישן וואס ווערט דארט באצייכנט ווי נייעס, די צייטונג האט נאך יא אביסל יוניק רעפארטאזשן

די תורה אפטיילונג איז ארעם אין כמות און איכות

די ארטיקלען ע"פ רוב פעלט די פרישע טאטש וואס מען טרעפט אין רוב ארטיקלען פון די מאמענט וכדו'

אין קורצן נישט ווערט די געלט.

גא"מ

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דינסטאג אפריל 16, 2019 7:15 pm

עס גייט מיר היפש קיצלען ארויסצונעמען נאך א טאלער פאר'ן איד.

אבל דא עקא, אז מ'רעדט שוין, די תורה איד, איז זיך צו באלעקן די פינגער, ממש יעדע ווארט, דאס אליין איז מיר ווערט דאס געלט (ששש זאלן זיי נאר נישט ליינען), כ'באלעק מיך די פינגער פון די הערליכע מעשיות פון רבי'ן, געווענליך לויפט צוויי ערליי סארט, למשל מר. דאנאטה מיט קאפישער רב זצ"ל, פלאס אלע איבריגע זאכן.

די פאמילע האט די פאמיליע ביי מיר זייער ליב, און די חסידישע האבן די קליינע קינדער ליב די בילדער... די גויאישע האב איך נישט צו ליב חוץ די פארזעצונג... ווייל רויב זענען טראמפ העיטערס, און די געלט (גראדע זייער שיין) קום איך נישט אן צו ליינען, און דאס איבריגע ליין איך שוין דא.

אבער אויב איז סיי וועלכע אויסגאבע ווערט 4 -6 (איך קויף עטליכע פאר דאס געזונדל) איז דער איד ווערט 10 בכמות ובאיכות.

כנלע"ד.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג אפריל 16, 2019 7:25 pm

איך סעיוו מיר די 4 טאלער פון דער איד / דער בלאט ב״ה.
בליק. בליץ. וואך. מאמענט. משפחה. שבועה. בקהילה.

איך לאז זיי אלע אין געשעפט.

באקן מעשות אדער זעהן ווי די גרויסע צדיקים זענען בודק חמץ און צינדן חנוכה ליכט - קען איך זיך פיין אויסמשלן.

בערך 5 מאות מער אין טאש איבער׳ן יאר.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג אפריל 16, 2019 7:36 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:אנדערע העכערן אויך?

אויב נישט היינט, מארגן
ס'קוקט אויס ווי יעדע העכערונג האט א צווייטער די זכיה צו זיין די ערשטע העכערער



דער איד און דער בלאט מיט די צייטונג זענען שולדיג אין ״קאלוזשען״

יושע הערש פרידמאן פון דער איד העכערט נישט, פאר ער קאנפוירמד מיט מילך דייטש פון דער בלאט און אברהם פרידמאן פון די צייטונג.

ווען ס׳קומט דיך אויסצומעלקן איז שלום ושלוה.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג אפריל 16, 2019 7:44 pm

מצלמה האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:אנדערע העכערן אויך?

אויב נישט היינט, מארגן
ס'קוקט אויס ווי יעדע העכערונג האט א צווייטער די זכיה צו זיין די ערשטע העכערער



דער איד און דער בלאט מיט די צייטונג זענען שולדיג אין ״קאלוזשען״

יושע הערש פרידמאן פון דער איד העכערט נישט, פאר ער קאנפוירמד מיט מילך דייטש פון דער בלאט און אברהם פרידמאן פון די צייטונג.

ווען ס׳קומט דיך אויסצומעלקן איז שלום ושלוה.

עס איז נישט א נייע זאך מען זעט עס שוין ביי בלק און בלעם
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:04 pm

לייפציק האט געשריבן: די גויאישע האב איך נישט צו ליב חוץ די פארזעצונג... ווייל רויב זענען טראמפ העיטערס.

יאפ, גרויסע טראמפ העיטערס און דאס האט מיר געמאכט אויפהערן עס קויפן וועכנטליך. איך קויף לעצטנס יעדע וואך עפעס אנדערש, געוואנדן לויט די נייעס. די לעצטע האלבע יאר איז עס געווען בקהילה, צו ליינען ריבלין'ס אנאליזן אויף די היגע בחירות הטמאות.

איך מאך זיי נאכאלץ נישט אוועק, זיי האבן די מערסטע וואס א צייטונג קען פארמאגן.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:08 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן: די גויאישע האב איך נישט צו ליב חוץ די פארזעצונג... ווייל רויב זענען טראמפ העיטערס.

יאפ, גרויסע טראמפ העיטערס און דאס האט מיר געמאכט אויפהערן עס קויפן וועכנטליך. איך קויף לעצטנס יעדע וואך עפעס אנדערש, געוואנדן לויט די נייעס. די לעצטע האלבע יאר איז עס געווען בקהילה, צו ליינען ריבלין'ס אנאליזן אויף די היגע בחירות הטמאות.

איך מאך זיי נאכאלץ נישט אוועק, זיי האבן די מערסטע וואס א צייטונג קען פארמאגן.

נו נו, אויפטוישן הרב טויב'ס אנאליזן אויף די בחירות מיט ריבלין'ס ? :wink:
שויתי ה' לנגדי תמיד

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:12 pm

חלילה, קעגן טויב האמיר דארט גראסמאן...

הערשל פר"מ - צ. הירש קען גראדע גוט איזראעלי פאליטיק אבער ער רעדט נישט קיין סאך דערפון, נאר ווען ס'דא פרשיות אויף ביבי האט ער ליב אויסצוציילן וויפיל פיטער ביבי האט אויפן קאפ...

אגב, ר' הערשל איז א גאון אין אויסערן פאליטיק, אין די גלאוב, ער קען פילע לענדער און זייערע פאליטישע היסטאריע, א שאד ער רעדט אלץ פון טראמפ און אמעריקאנער פאליטיק אין וואס ער איז א שוואכע מבין און קנאפער ידען.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:23 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן: די גויאישע האב איך נישט צו ליב חוץ די פארזעצונג... ווייל רויב זענען טראמפ העיטערס.

יאפ, גרויסע טראמפ העיטערס און דאס האט מיר געמאכט אויפהערן עס קויפן וועכנטליך. איך קויף לעצטנס יעדע וואך עפעס אנדערש, געוואנדן לויט די נייעס. די לעצטע האלבע יאר איז עס געווען בקהילה, צו ליינען ריבלין'ס אנאליזן אויף די היגע בחירות הטמאות.

איך מאך זיי נאכאלץ נישט אוועק, זיי האבן די מערסטע וואס א צייטונג קען פארמאגן.

די ארויסגעבער פון די יוד זאגט ער איז מסכים צו שרייבן וואס דו ווילסט פשוט די שרייבערס האט ער ווילסט שרייבן די אנדערע זייט קאנטאקט זיי
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:37 pm

די תורה אפטיילונג פסח און סוכות איז די בעסטע זאך וואס איך האב נאר געטראפן. א אמת'ע תענוג רוחני מלא מיט תורה ויראת שמים.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:36 pm

ר׳ הערשל פר״מ אדער ווי ער רופט זיך פ. הירש איז טאקע זאפטיג און הומאריסטיש באנייזאם!

לגבי היסטאריע פון לענדער, מיט יארן צוריק האט ער טאקע געהאט א קאלום פון אלע וועלט לענדער. היינט מיט איין קוועטש ביים גוגל הדור ווייסטו אויך אלעס.

zwe
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 3:14 pm

תגובהדורך zwe » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:37 am

לפי ידעתי גייט די געלט צווישען די דיסטריבערטער אין גראסרי ווי איך פארשטיי מאכט די ציטונג איד בלאט נאר געלט פין עדס איינער וויסט אפשר אנדערש,,?

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:50 am

נאר א חלק. רוב גייט פארן צייטונג

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:56 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אגב, ר' הערשל איז א גאון אין אויסערן פאליטיק, אין די גלאוב, ער קען פילע לענדער און זייערע פאליטישע היסטאריע, א שאד ער רעדט אלץ פון טראמפ און אמעריקאנער פאליטיק אין וואס ער איז א שוואכע מבין און קנאפער ידען.

הערשל פריעדמאן איז קנאפער ידען?!?

#גילוי_אלערט :lol:


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעכטל און 15 געסט