דער איד

די אחראים: אחראי, געלעגער

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: דער איד

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:30 pm

אינטערסאנטע נקודה, די טענה פון ״אזויפיל״ עדס צווישן די ארטיקלען ווי שוין ערווענט אויבן, האט קיינער נישט אנגעמערקט, די תורה ענינים איבערן יאר, יעדע וואך, דאכט זיך ווען כהאב דאס נאר געקויפט און דורכגעליינט, האט נישט דערין כמעט קיין איין מודעה אדער עד. (ליין איבער געשריבן, כמעט!...)

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: דער איד

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:36 pm

עם לבבנו האט געשריבן:
באזעסען האט געשריבן:

כ'האב נאכנישט געזעהן די אנדערע צייטנגען, אבער כ'בין 99.99 אז קיין איינע פון די צייטונגען - אריינגערעכענט דער מאמענט - גייט האבן אפילו א 50 פראצענט אזא גוטע ארטיקל אויף די געשעניש.

אדרבה, זאל איינער טאקע אריינסקענען די ארטיקל איבער די סועץ פון אלע דריי צייטונגען - אפשר אין א באזונדערע אשכול - און זאלן די לייענער דן זיין. דאס וואלט געווען א גוטע סעמפל.

און די פוינט איז נישט די סועץ. די פוינט איז, אז געוויסע האבן א אפגעמאכטע בליק, און די פאקטן מאכן גארנישט אויס. מען נעמט א מיינונג פארן זעהן. דער איד קען האבן פונקט אזא גוטע ארטיקל ווי דער מאמענט - אדער נאך בעסער - און ווייל מען האט די פון פריער אפגעמאכטע מיינונג מאכט עס נישט אויס.


ער ווייסט שוין אז דער איד איז די בעסטע פאר לייענען די אנדערע

מיר קוקט אויס אז דא איז דא א באצאלטע פי אר פאר דער איד

איך גרויל מיך פון ביידע צייטונגען די זעלבע, לייען נאר די צייטונג געווענליך

עם לבבנו
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: דער איד

תגובהדורך עם לבבנו » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:58 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
עם לבבנו האט געשריבן:
באזעסען האט געשריבן:

כ'האב נאכנישט געזעהן די אנדערע צייטנגען, אבער כ'בין 99.99 אז קיין איינע פון די צייטונגען - אריינגערעכענט דער מאמענט - גייט האבן אפילו א 50 פראצענט אזא גוטע ארטיקל אויף די געשעניש.

אדרבה, זאל איינער טאקע אריינסקענען די ארטיקל איבער די סועץ פון אלע דריי צייטונגען - אפשר אין א באזונדערע אשכול - און זאלן די לייענער דן זיין. דאס וואלט געווען א גוטע סעמפל.

און די פוינט איז נישט די סועץ. די פוינט איז, אז געוויסע האבן א אפגעמאכטע בליק, און די פאקטן מאכן גארנישט אויס. מען נעמט א מיינונג פארן זעהן. דער איד קען האבן פונקט אזא גוטע ארטיקל ווי דער מאמענט - אדער נאך בעסער - און ווייל מען האט די פון פריער אפגעמאכטע מיינונג מאכט עס נישט אויס.


ער ווייסט שוין אז דער איד איז די בעסטע פאר לייענען די אנדערע

מיר קוקט אויס אז דא איז דא א באצאלטע פי אר פאר דער איד

איך גרויל מיך פון ביידע צייטונגען די זעלבע, לייען נאר די צייטונג געווענליך

צוויי זאכן.

איך פלאן נישט צו מאכן דא א דעבאטע אהין און צוריק.

צוויי, איי דאונט רילי קעיר וואס דו האלסט איבער מיין זיין א פי-אר פאר דער איד. ערשטענס עס איז א טשיפ-שאט, צווייטענס, עס איז א טיפיקל אטאקע ווען איינער וויל דיסקרעדיטן איינעמס מיינונג. דאס איז ביי דער איד, ביי די מאמענט און שטערן און אלע אנדערע. יעדעס מאל איינער זאגט א ווארט וואס שמעקט נישט א צווייטן, איז די ערשטע רעאקציע אז יענער איז באצאלט, פי-אר אא"וו. דאס דארף זיך סטאפן, סיי דא און סיי איבעראל. האסט עפעס צו ענטפערן צום פוינט ענטפער, אז נישט ווארף נישט קיין באשולדיגוגנען וואס זענען באזירט אויף זילטש.

צום פוינט. איך האב נישט געשריבן איך ווייס. איך האב געשריבן אז איך שטעל זיך פאר. און יא, איך ליין יא צייטונגען - איך גרויל זיך נישט... - און איך ווייס וויאזוי צייטונגען שרייבן נייעס. די ארטיקל איז א אויסנאם גוטע ארטיקל. איך האלט מיט די נייעס נישט נאר פון די צייטונגען. איך קען די נייעס געווענדליך גאנץ גוט איידער די צייטונגען גייען צום דורק. כמעט וואס איך טרעף נישט קיין נייעס אין צייטונג נייעס. און ווען איך טרעף אן ארטיקל וואס איך ווער געוואר אסאך אינפארמאציע אפילו איך ווייס פון פריער די טרוקענע נייעס, ווייס איך עס איז א גוטע באריכט.

דעטס אלל, און אויף דעם איז מיין מיינונג באזירט. איינס מיט איינס.

נאכאמאל, איך זאג נישט אז יעדע ארטיקל איז די זעלבע. און איך רעד נישט יעצט איבער די צייטונג בככליות. איך האב זיך באצויגן צו די איין פונקט. פון אוועקמאכן א באריכט נאך פארן עס לייענען, און עס נוצן צו מאכן די פוינט אז דער איד טויג נישט, ווען די ארטיקל איז דוקא יא זייער שטארק.

איי וואס איז די גרויסע זאך, ס'האט זיך פונקט געמאכט? נאר דאס איז מיין פוינט. די מיינונג אויף צייטונגען בכלל - די אנדערע אויך - זענען אפגעמאכט פון פריער. און נישט קיין עכטע אפשאצונג. און דאס איז אומריכטיג. איך קען פארשטיין אז איינער גלייכט נישט א געוויסע צייטונג מאגאזין אדער אנדערע אויסגאבע. אבער מען דארף שאצן כאילו מען האט באקומען אלע צייטונגען אין זעלבן פארמאט, און מען האט נישט פון פריער קיין נגיעה אלס חסידות וכדו' און אזוי שאצן.

און אז מען שאצט אזוי, קען מען געפונען גענוג און נאך וואס איז זייער שטארק און רייך. דאס איז סיי אין דער איד, און סיי אין אנדערע פאר די וואס מאכן אוועק אנדערע.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:36 pm

עם לבבנו האט געשריבן:אבער מען דארף שאצן כאילו מען האט באקומען אלע צייטונגען אין זעלבן פארמאט, און מען האט נישט פון פריער קיין נגיעה אלס חסידות וכדו' און אזוי שאצן.

און אז מען שאצט אזוי, קען מען געפונען גענוג און נאך וואס איז זייער שטארק און רייך. דאס איז סיי אין דער איד, און סיי אין אנדערע פאר די וואס מאכן אוועק אנדערע.

אויב דו מיינסט מיר, איך באלאנג אפיציעל צום קרייז פון דער איד, און איך פלעג עס קויפן וועכנטליך פון מיין חתונה ביז א יאר צוריק. ס'איז די ערשטע זאך וואס כ'וועל קויפן אלס נגיעות וכדו'. נאר עט סאם פוינט האב איך איינגעזען אז אין כמעט יעדע אנדערע אויסגאבע איז דא מער אינהאלט צו ליינען, הגם דער איד איז טאקע דיקער און מער ריין פון טעותים...

איך שרייב עס נאר ווייל איך ווייס אז מיינע ווערטער דא ווערן געליינט דורך די רעדאקציע (יא איך ווייס), און איך האף פאר א מאסיוון טויש בקרוב.

נחמדים
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: דער איד

תגובהדורך נחמדים » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:35 pm

אסדר לייג אראפ וויאזוי די איד וואלט אויסגעזען אויב מ'געט עז דיר איבער צו טון וואס דו ווילסט. איך פרוביר צו פארשטיין, סקוקט מיר אויס ווי דו ווילסט עפעס וואס זיי קענען נישט דעליווערן אן אינגאנצן טוישן דעם איידענטיטעט פון דעם איד.

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: דער איד

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:58 pm

נחמדים האט געשריבן:אסדר לייג אראפ וויאזוי די איד וואלט אויסגעזען אויב מ'געט עז דיר איבער צו טון וואס דו ווילסט. איך פרוביר צו פארשטיין, סקוקט מיר אויס ווי דו ווילסט עפעס וואס זיי קענען נישט דעליווערן אן אינגאנצן טוישן דעם איידענטיטעט פון דעם איד.


יא ״אסדר״ געב דיך אויס דא, שרייב דיינע רצונות׳ער, מיר ווילן הערן, בפרט אז זיי ליינען דאך.

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דער איד

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 7:15 pm

איך ליין שוין יארן נישט קיינע פון די צייטונגען, אבער דעם ווינטער איז מיר אויסגעקומען צו ליינען דער איד עטליכע וואכן און איך בין ממש געבליבן געפלעפט ווי ווייניג "נייעס" עס איז אריין אין די אויסגאבע. מעגליך די קהילות נייעס אפטיילונג איז יא געווען מער אפ טו דעיט, אבער די אלגעמיינע אפטיילונג האט געקענט גענצליך איגנארירן פארשידענע הויפט נייעסן וואס האבן דאמינירט די וואך.

איך ווייס נישט צי עס איז אלעמאל אזוי געווען נאר איך - נישט האבנדיג צוטריט צו אנדערע נייעס קוועלער - האב דאס נישט אויפגעפאסט אלס קינד און בחור ווען איך האב זיי ערליך דורכגעליינט יעדע וואך, אדער האט זיך עפעס געטוישט אין די לעצטערע יארן.

ווי דער עולם שרייבט שוין איז נייעס די לעצטע זאך וואס רוב עולם וויל זעהן, סאו עס איז אפשר נישט אזא גרויסער פראבלעם, טראץ וואס עס איז נאך זיכער דא א באדייטנדער טייל ציבור וואס באקומט זייער נייעס דיעטע נאר פון דער איד. איך בין נייגעריג צי אנדערע צייטונגען זענען יא בעסער אין דעם הינזיכט, איך בין משער אז די צייטונג איז בעסער אבער איך ווייס נישט.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 7:20 pm

אין דעם איז די צייטונג שוואכער. דער איד לייגט געווענליך אריין מער נייעס.

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אזוי גוט » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:30 pm

נא שוין גענוג געשריגען אויפן עבר
יעצט זאל דער עולם אריינקומען מיט א פלאן וואס און ווי אזוי מען דארף פארעכטן, איך בין זיכער אז רוב איינגעשטעלטע דארט ליינען דא אין זעהן וואס מען שרייבט, אין איך גלייב אז זיי ווילן זיך צי שטעלן, זאל דער עולם אריינקומען מיט געדאנקען.

באזעסען
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: דער איד

תגובהדורך באזעסען » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 9:53 pm

דאס האב איך געשריבן דא: viewtopic.php?f=91&t=45150

ואס איז אייער מיינונג?

די מציאות איז אז דער עולם ווערט געוואר נייעס פון האטליינס, מעסעדזשעס אאו"ו.
די קליינע עולם וואס נישט, איז נישט אזוי אינטערסירט אין די נייעס, סאו סערווט מען כמעט קיינעם נישט מיטן אנהאלטן א צייטונג סטייל.

אוודאי, זאל בלייבן צייטונג זייטן, צו באריכטן די גרעסערע נייעסלעך, אבער אזוי עס איז יעצט, סיי דער איד, און סיי דער בלאט, צייטונג, האט כמעט נישט קיין פשט.

לענ"ד, דארפן זיי מאכן די ערשטע חלק טאקע פאר צייטונג בלעטער, און אין דעם אריינלייגן די ביסל אידישע נייעס פון די קהלות/ציבור אפטיילונג.

און א מאגאזין אויסגאבע זאל אנהאלטן די השקפה, בריוון, פארזעצונג ארטיקלען, די אפשאצונגען אויף נפטרים, נייע ספרים באריכטן, היסטאריע, און טשיקאווע, אינטערוויאס, א אפטיילונג ווי מאמענטלעך אין די מאמענט, וכו'. (לדוגמא, 'די שריפט' אפטיילונג פון 'די וואך', וואס איז זייער פאפולער לעצטענס).

עקסטער א תורה אפטיילונג, וואס זאל דינען ווי א גליון לכבוד שב"ק, וואס דער איד האט שטארק מצליח געווען דערמיט

א קינדער אפטיילונג, א פרויען אפטיילונג

די בילדער אפטיילונג, קען גיין צוזאמען מיט די מאגאזין. אדער עקסטער

און וואס זאגט איר? אזוי? אנדערש? בכלל נישט קיין צייטונגען? בלייבן אזוי ווי ביז יעצט?

שמועסט אויס ביטע ווען איר וועלט, פארוואס איר האט אזוי געשטימט
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 9:58 pm

אינטערעסאנט, כ'האב אפי' פארגעסן פון יענעם אשכול, און געשריבן כמעט די זעלבע ווערטער דא...

איך אגרי מיט יעדע ווארט פון באזעסן. דאס גענוי איז וואס איך האלט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

Re: דער איד

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 10:03 pm

Ban Mazel האט געשריבן:די איידיע איז נישט צו באטראכטן יעדע ארטיקל עקסטער און טראכטן וואס מיין על טעם וריח זאגט דערויף, דער געדאנק איז צו מאכן א סך הכל פון יעדע אויסגאבע און זען: לייגט ער אריין יעדע וואך עקסטער מחשבה, עפארט, געדולד, צייט און כח און געלד ווי אזוי עס זאל זיין אינטערעסאנט פאר מיר אינדיוודיעל? אדער פארלאזט ער זיך אז היות איך און מיין זיידע באלאנדען שוין יארן אין טעגלאש גיי איך במילא קויפן די און די אויסגאבע מיטוואך און דערפאר דרוקט ער מכל הבא לידו?
ער מעג עס טאקע טון, ער האט אלע רעכטן און ער גייט נישט פארלירן זיינע קונים, און ער גייט נאר מער האבן מער און מער עדווערטייזער וויל ער האט א גרויסע פלאטפארמע, און מיר ווילן זיי נישט אראפרייסן ח"ו, זאל ער טון וואס עס איז גוט פאר אים.
יעדער פארשטייט אז דער גראסערי מאן אויף דרייצען עוו. אין בארא פארק, וואס האט נאך איטליכע געשעפטלעך באותו הבלאק, אויב גייט ער נישט צושטעלן די בעסטע סערוויס מיט אלע אייטעמס אויפן שעלוו מסודר, גייט ער נישט האבן קיין קאסטומערס, אבער דער גראסערי מאן אין מאנטיסעלאו ווי ער איז דער יחיד קען טון מה שלבו חפץ, און קיינער וועט פון דארט נישט אוועקגיין.
און דאס איז דער חילוק צוושן קהילות אויסגאבעס און פריוואטע אויסגאבעס.
אבער, און דא קומט אריין אונזער התעוררות, איך אלץ פריוואטער ליינער, מעג אויסדרוקן מיין מיינונג, און קויפן וואס עס איז באמת גוט און געשמאק פאר מיר.
און דערפאר איז א שאד ווען מען קען דא זען אזויפיל אידן, אנשטאט צו זאגן יא איך קויף עס ווייל דאס איז מיין קהילה אויסגאבע, און איך קויף דאך עס אויך נאר וועגן דעם, אנשטאט דעם פרובירט מען צו אראפרייסן און פארשענערן אויסגאבעס בלי טעם וריח.
זייטס מיר מוחל און נעקסט קעיס.


וואו איך פארשטיי האסטו ליב וואס די מאמענט טוט, לייגט אריין יעדע וואך כח און מח אין די דעקל עס זאל ציען דעם ליינער

איך ליין כמעט יעדע וואך די ביזנעס אפטיילונג, משוגע קלאר יעדע נייעס

תורה אפטיילונג, ווערט די געלט פאר דעם אליין

צומאל (ואם יש לו פנאי יקרא גם את זאת) די הויפט אפטיילונג

די משפחה איז זיך מחי' מיט די בילדער, פאמיליע און פרויען אפטיילונג

עס איז נישט מעגליך צופרידן צושטעלן אזויפיל מענטשן אנע אריינלייגן עפפארט יעדע וואך, קען זיין עס איז נישט דיין טעיסט, אבער וועגן עפפארט מאכסטו עפעס נישט קיין סענס
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

Ban Mazel
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: דער איד

תגובהדורך Ban Mazel » פרייטאג אפריל 09, 2021 7:23 am

איך רעד נישט דוקא פון מאמענט, נאר פון יעדע אויסגאבע וואס לייגט אריין כח און מחשבה, א שטייגער ווי "דער אידישע צייט" פון די צייטונג, וואס איז אויך א צייטונג, און פארט איז דא העכסט אינטערעסאנטע זאכן צו ליינען דארט.
כוועל אויסרעכענען נאך אויסגאבעס וואס לייגען צו קאפ צו זייערע ארטיקלען עס זאל זיין מחודש, אינטערעסאנט, און מאכן א הנאה פארן ליינער:
מעלות
באלייכטונגען
בחצרות סאטמאר מהר"א
פאמיליע אוצרות
אן אוצר-שמעלצער
אותיות
קנקן
אינטערעסאנט
שבת בשבתו לאנדאן
געוויסע חלקים פון "וואכנשריפט -קרית יואל"
די מאנסי וויו
יסודות (פלעגן זיין נאך בעסער, לעצטענס הינקען זיי אביסל אונטער, סטוט זיך א גניבה'שאפט, עי' רעבעצין אלטא פייגא ע"ה, סקווירא שטעטל, באבוב טאכטער, בקודש פנימה פסח 5 רבנים, כמעט אלעס אלטע סחורה איבערגעדרוקט)
מאמענט
געוויסע חלקים פון "די וואך" און "בליק"
קינדליין און הונדערט

Ban Mazel
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: דער איד

תגובהדורך Ban Mazel » פרייטאג אפריל 09, 2021 7:28 am

כוועל געבן א משל פארן איד, יעדער ווייסט אז דער ארטיקל זקניך ויאמרו לך איז אינטערעסאנט. פארוואס?
ווייל דער שרייבער הרב ראזענבערג לייגט דארט אריין זיין גאנצער קאפ, צו שרייבן חידושים, ברענגען אינטערעסאטנע מענטשן צו אויספרעגן, אראפלייגן גוט, וכדו', און דאס איז טאקע פון די איינציגסטע ארטיקלען וואס יעדער גלייכט. איך גלייב ער ווערט גוט באצאלט. נעם אויף נאך 5 אזעלכע שרייבערס זאלן דיר יעדע וואך ברענגען אנאליזן און שמועסן און אינטערוויוס איבער אלע ערליי טעמעס וואס פאראינטרעסירן אונז באמת.
און אפילו אזעלכע טעמעס ווי אינסייד די קהילה זעלבסט, איר געדענקט איין פסח א אינטערוויו מיט הרה"ג ר' פייוול קליין שליט"א? עס האט געהאט אלע טעמים, פארוואס איז נישטא יעדע וואך אזא שיינע שמועס מיט א מרביץ תורה?
ווי זענען אינטערוויוס מיט אונזערע וועד הכשרות, דיינים, עסקנים וכדו', דעוועלאפערס פון לעיקוואד און בלומינגבורג, ועוד ועוד, אריינצוגיין אונטער די קוליסן פון יעדע זאך, איך דארף ענק נישט געבן די איידיעס זיצט אליינס און נוצט אביסל קריעטיוויטי, אדער באשטעלט וויי עף אדער וויי קעי מארקעטינג אויפצוקומען מיט איידיעס, זיי זענען בריליאנט אין דעם.
עס קאסט ענק מער געלט? אמת, אבער מיר ערווארטן עפעס צו ליינען. יישר כח

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: דער איד

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג אפריל 09, 2021 7:49 am

עם לבבנו האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געזעהן די אנדערע צייטנגען, אבער כ'בין 99.99 אז קיין איינע פון די צייטונגען - אריינגערעכענט דער מאמענט - גייט האבן אפילו א 50 פראצענט אזא גוטע ארטיקל אויף די געשעניש.

חחח!
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

באזעסען
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: דער איד

תגובהדורך באזעסען » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:35 pm

איינער האט מיר מעורר געווען אז דער סועץ קאנאל ווערט די שענסטע באשריבן אין איד וויעס די אנדערע אויסגאבעס, וויל איך אים געבן גערעכט. די ארטיקעל אין די "ביזנעס" אפטיילונג איז מאסיוו שיין און רייך.

אבער איך האב נישט גערעדט פון יענץ, איך האב געמיינט די נייעס.

און אט דא איז טאקע שטארקע ראי'ה אז דאס איז אינטערסאנט, און נישט די נייעס. און דאס מיינען מיר מיטן שרייבן מאזאגזין סטיל! נישט צייטונג סטיל, אחוץ נייעס וואס פאסירן ביים גיין צום דרוק.

איז אזוי, נעכטן האמיר געליינט אין איד איבער דאס אויפשטעלן די נייע כנסת (רח"ל) אין מדינת ישראל.

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דארט שטייט.

קען מיר איינער מסביר זיין וואס שמעון פערעס האט געזאגט ביים געבן די פראבע פאר ביבי צונויפצושטעלן א קאאליציע?

כאפטס א בליק ביי די נייעס. עס איז אומליינבאר. און עס איז זייער זינלאז נאך אנצוגיין כהיום יום אויף אזא פארנעם.
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..

נחמדים
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: דער איד

תגובהדורך נחמדים » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:39 pm

Ban Mazel האט געשריבן:כוועל געבן א משל פארן איד, יעדער ווייסט אז דער ארטיקל זקניך ויאמרו לך איז אינטערעסאנט. פארוואס?
ווייל דער שרייבער הרב ראזענבערג לייגט דארט אריין זיין גאנצער קאפ, צו שרייבן חידושים, ברענגען אינטערעסאטנע מענטשן צו אויספרעגן, אראפלייגן גוט, וכדו', און דאס איז טאקע פון די איינציגסטע ארטיקלען וואס יעדער גלייכט. איך גלייב ער ווערט גוט באצאלט. נעם אויף נאך 5 אזעלכע שרייבערס זאלן דיר יעדע וואך ברענגען אנאליזן און שמועסן און אינטערוויוס איבער אלע ערליי טעמעס וואס פאראינטרעסירן אונז באמת.
און אפילו אזעלכע טעמעס ווי אינסייד די קהילה זעלבסט, איר געדענקט איין פסח א אינטערוויו מיט הרה"ג ר' פייוול קליין שליט"א? עס האט געהאט אלע טעמים, פארוואס איז נישטא יעדע וואך אזא שיינע שמועס מיט א מרביץ תורה?
ווי זענען אינטערוויוס מיט אונזערע וועד הכשרות, דיינים, עסקנים וכדו', דעוועלאפערס פון לעיקוואד און בלומינגבורג, ועוד ועוד, אריינצוגיין אונטער די קוליסן פון יעדע זאך, איך דארף ענק נישט געבן די איידיעס זיצט אליינס און נוצט אביסל קריעטיוויטי, אדער באשטעלט וויי עף אדער וויי קעי מארקעטינג אויפצוקומען מיט איידיעס, זיי זענען בריליאנט אין דעם.
עס קאסט ענק מער געלט? אמת, אבער מיר ערווארטן עפעס צו ליינען. יישר כח

אקעי אבער נאכדעם וועט איר צאלן 7 טאלער פאר'ן איד אזוי ווי איר צאלט פאר אלע אנדערע וואס איר זאגט לייגן אריין קאפ און מוח

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: דער איד

תגובהדורך eller » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:44 pm

איך האלט אויך בעצם אז דער איד באשרייבט זייער שוואך די נייעס
אבער איין זאך יא, די ביזנעס אפטיילונג איז נישטא נאך אזוינס...
דער איז דאך אזא גוטע שרייבער. (כ'בין טאקע זייער נייגעריג ווער דאס איז..)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

באזעסען
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: דער איד

תגובהדורך באזעסען » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:44 pm

נחמדים האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:כוועל געבן א משל פארן איד, יעדער ווייסט אז דער ארטיקל זקניך ויאמרו לך איז אינטערעסאנט. פארוואס?
ווייל דער שרייבער הרב ראזענבערג לייגט דארט אריין זיין גאנצער קאפ, צו שרייבן חידושים, ברענגען אינטערעסאטנע מענטשן צו אויספרעגן, אראפלייגן גוט, וכדו', און דאס איז טאקע פון די איינציגסטע ארטיקלען וואס יעדער גלייכט. איך גלייב ער ווערט גוט באצאלט. נעם אויף נאך 5 אזעלכע שרייבערס זאלן דיר יעדע וואך ברענגען אנאליזן און שמועסן און אינטערוויוס איבער אלע ערליי טעמעס וואס פאראינטרעסירן אונז באמת.
און אפילו אזעלכע טעמעס ווי אינסייד די קהילה זעלבסט, איר געדענקט איין פסח א אינטערוויו מיט הרה"ג ר' פייוול קליין שליט"א? עס האט געהאט אלע טעמים, פארוואס איז נישטא יעדע וואך אזא שיינע שמועס מיט א מרביץ תורה?
ווי זענען אינטערוויוס מיט אונזערע וועד הכשרות, דיינים, עסקנים וכדו', דעוועלאפערס פון לעיקוואד און בלומינגבורג, ועוד ועוד, אריינצוגיין אונטער די קוליסן פון יעדע זאך, איך דארף ענק נישט געבן די איידיעס זיצט אליינס און נוצט אביסל קריעטיוויטי, אדער באשטעלט וויי עף אדער וויי קעי מארקעטינג אויפצוקומען מיט איידיעס, זיי זענען בריליאנט אין דעם.
עס קאסט ענק מער געלט? אמת, אבער מיר ערווארטן עפעס צו ליינען. יישר כח

אקעי אבער נאכדעם וועט איר צאלן 7 טאלער פאר'ן איד אזוי ווי איר צאלט פאר אלע אנדערע וואס איר זאגט לייגן אריין קאפ און מוח

הונדערט פראצענט!

די תורה אפטיילונג אליין איז ווערד 4. אויב די אנדערע וועלן זיין אזוי רייך און שיין וועט עס זיין ווערד 20 דאללער!
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאלדגרוב און 5 געסט