דער איד

די אחראים: אחראי, געלעגער

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:31 am

unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (234.03 KiB) געזעהן 780 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (219.28 KiB) געזעהן 780 מאל

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:32 am

unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (159.04 KiB) געזעהן 779 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (132.54 KiB) געזעהן 779 מאל
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (129.1 KiB) געזעהן 779 מאל

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: דער איד

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך אפריל 07, 2021 12:54 pm

Ban Mazel האט געשריבן:עכט א שאד אז דער עולם קאמענט דא לויט די קהילה ווי מען באלאנגט.
ווען איך האב געשריבן פאר פסח אז מען נעמט ארטיקלען פון וועלוועל שמעלצער האט מען מיר באשריגן אז איך האב אבי אויסגעטראכט א מעשה, יעצט אז יעדער האט עס אליין געזען אין דער איד פון פסח הייבט זיך אן א נייע ניגון אז עס איז גאר אינטערעסאנט צו ברענגען זיינע אלטע ארטיקלען...
איך וויל נישט דא קאפי פעיסטן אלע קאמענטס פון פאר פסח שלא לבייש את מי שאין לו, אבער לייג איין מינוט אוועק דיין קהילה אין א זייט, און טראכט לגופו של ענין, קוק וואס אינהאלטסרייכע אויסגאבעס שטעלן אהער אויף פסח: אין איין ווארט: חידושים! און אויך ליגט דערין מחשבה ווי אזוי זיך צו קאנעקטען צום ליינער און זען וואס וועט ער הנאה האבן און וואס נישט.
איבערדרוקן יעדע וואך אלטע ארטיקלען וואס קריכט שוין פון די נאז, האט קיינע פשט, זייט נישט ברוגז.
ביטע נישט פארטיידיגן הונדערטער בלעטער פון שטרוי אלץ דיין קהילה.

ממש חידושים?

סארי אבער פאר מיר און כגלייב פאר גאר אסאך אנדערע איז אזא ארטיקעל אסאך אינטערסאנטער צו ליינען ווי דעי נערישע באשרייבונגען פון סלעברעטיס אדער אפילו רבנים וואס די ווייסט פונקטליך וואס דארט גייט שטיין.... 0 חידושים!!
אזא מין ארטיקל וואס איז לעצטע מאל געווען באשריבן 10 יאר צוריק און א בלעטל און אז סאיז נאך איבערגעארבעט אויך איז סאך מער פארן ליינער!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חיים נחום
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

Re: דער איד

תגובהדורך חיים נחום » מיטוואך אפריל 07, 2021 6:10 pm

Ban Mazel האט געשריבן:עכט א שאד אז דער עולם קאמענט דא לויט די קהילה ווי מען באלאנגט.
ווען איך האב געשריבן פאר פסח אז מען נעמט ארטיקלען פון וועלוועל שמעלצער האט מען מיר באשריגן אז איך האב אבי אויסגעטראכט א מעשה, יעצט אז יעדער האט עס אליין געזען אין דער איד פון פסח הייבט זיך אן א נייע ניגון אז עס איז גאר אינטערעסאנט צו ברענגען זיינע אלטע ארטיקלען...
איך וויל נישט דא קאפי פעיסטן אלע קאמענטס פון פאר פסח שלא לבייש את מי שאין לו, אבער לייג איין מינוט אוועק דיין קהילה אין א זייט, און טראכט לגופו של ענין, קוק וואס אינהאלטסרייכע אויסגאבעס שטעלן אהער אויף פסח: אין איין ווארט: חידושים! און אויך ליגט דערין מחשבה ווי אזוי זיך צו קאנעקטען צום ליינער און זען וואס וועט ער הנאה האבן און וואס נישט.
איבערדרוקן יעדע וואך אלטע ארטיקלען וואס קריכט שוין פון די נאז, האט קיינע פשט, זייט נישט ברוגז.
ביטע נישט פארטיידיגן הונדערטער בלעטער פון שטרוי אלץ דיין קהילה.

הונדערטער בלעטער פון שטרוי?
הער מיר אויס, מיין טייער פריינט. ווילסט ארויסהאבן א פערזענליכקייט, קוק וואס ער ליינט.
אויב ביסטו א חסיד פון "אינהאלטסרייכע אויסגאבעס" וואס חוץ איינע - כ'וועל נישט זאגן דעם נאמען - זענען אלע פול מיט גראמאטישע טעותים און אויסלייג, לאנג אויסגעשפרייטע געשרייבעכצער אנצופולן בלעטער, און א מתנגד צו אזא צייטונג ווי דער 'איד' - וועלכעס איז די איינציגע (אויסער מעלות, וועלכע קומט נישט אריין דא) וואס ווערט איבערגעקוקט דורך עדיטארס און כמעט קיין טעות נישט צום טרעפן, מוזטו זיין פון די גאר יונגע קליענטל - די 'זשענערעישן זי' קינדער - וועלכע זענען נישט אויפגעוואקסן אויף די לייען-מאטריאל פונעם פריערדיגן דור.
איך האב אלע אויסגאבעס ביי מיר אין שטוב. רוב פון זיי טוען אפ'הרג'ענען אפילו די בעסטע ארטיקלען - אויסגעצויגן, טעותים און נישט שרייבעריש כמעט. על הטעם וריח אין להתוכח. עמיר עס לאזן דא. דער איד איז אין פאקט דער בעסטער צייטונג, קאלירפול און גוט געשריבן. און דאס איז היינט די איינציגע וואס איך מאך זיכער צו האבן יעדע וואך. אדרבא, טרעף מיר א איד וואס איז אין די לעצטע פאר יאר אריבער פונעם 'איד' צו אן אנדערן צייטונג, און איך וועל דיר טרעפן צענדליגער וועלכע האבן געסוויטשט צום איד.
מאגאזינען? מ'זוכט אנצפולן בלעטער, נישט קיין חילוק וואס דארט איז געשריבן. און איך קען דיר דאס אנווייזן אויף יעדן ארטיקל כמעט. ווי זאכן ווערן אויסגעצויגן, צו פארדיקערן דעם פאפיר. אבער די יונגווארג וועט גיין פאר דעם, פונקט ווי זיי וועלן קויפן ענדערש ...'ס אלבוים ווי משה גאלדמאנ'ס. איי, די ניגונים זענען דיספאזיבל, די מוזיק איז פאלש, און די געזינגעכץ ברענגט מער עצבות ווי שמחה - אבער "ס'ליגט דערין מחשבה ווי אזוי זיך צו קאנעקטען צום ליינער" שרייבט 'בן מזל' און זעט אויס אז דער זינגער - פונקט ווי דער אינהאלטסרייכע מאגאזין פארשטייט פונקטליך וואספארא קליענטל ער האט.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 07, 2021 6:43 pm

לגבי גראמאטישע טעותים וועל איך געבן גערעכט פאר חיים נחום אז דער איד איז ריין, אבער לגבי צושטעלן געשמאקע ליין מאטריאל... טו מיר א טובה. די אינהאלטסרייכע אויסגאבעס שטעלן צו בעסערע ארטיקלען און אינטערוויוס ווי די צייטונגען, בפרט דער איד.

די צייטונג איז שוין היינט בעסער אין דעם הינזיכט, און די אידישע צייט קען ווערן אנגערופן מאגאזין. איך האב געטוישט פון דער איד צו די צייטונג אין די לעצטע פאר חדשים. דער איד שטעלט נישט צו וואס רוב אידן ווילן היינט ליינען. נייעס זעט מען שוין א גאנצע וואך, מען זוכט היינט עפעס געשמאקער און טיפער ווי בלויזע באריכטן. דער איד איז גאר שוואך אין דעם פעלד.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: דער איד

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אפריל 07, 2021 6:49 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די קאראנא טאג בוך איז געוואלדיג!! זייער זיס און ארגינעל באשריבן.

נאך א מזל איך בין נישט זיינס א שכן...

טראגט זייער ענליכע שטריכן צו @לכאורה טאגבוך

@לכאורה האט שוין אמאל געשריבן דא אז ער האט נישט געשריבן קיין קאראנע טאג בוך..

האמיר אויך זייער הנאה געהאט פון דעם קאראנע טאגבוך..

ס'זאל דיר נישט אין חלום קומען אז כוירע האט נישט געשריבן קיין קאראנע טאג בוך
ער ארבייט העווי דערויף באגלייט מיט בילדער, ציטאטן פון היימישע צייטונגען און זאגאר תגובות פון אינזער וועלטעל
תש"צ ערב פסח ווען עס וועט שוין זיין א נייע דור פון בר מצוה בחור'לעך אשר לא ידע את קאראנע גייט ארויסקומען א מעלדונג אז אפצוצייכענען צען יאר פון קאראנע איז ערשינען א העכסט אינטערסאנטע טאג בוך וועלכע האט דאקמענטירט זייער דעטאלירט די שטורמישע קאפיטלען פון יענע תקופה אין א דריי ביכער פארמאט

אינעם ערשטן טאג כאלעמויעד גייט די ביכל צעכאפט ווערן פון די שעלווס אזוי שנעל און אסאך ווי אלע ראגעלעך, בעגלס און פיצא זענען פארקויפט געווארן מוצאי פסח אין אלע געגענטער פון ניו יארק ביינעזאם
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

פארצייטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: דער איד

תגובהדורך פארצייטיש » מיטוואך אפריל 07, 2021 7:53 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:לגבי גראמאטישע טעותים וועל איך געבן גערעכט פאר חיים נחום אז דער איד איז ריין, אבער לגבי צושטעלן געשמאקע ליין מאטריאל... טו מיר א טובה. די אינהאלטסרייכע אויסגאבעס שטעלן צו בעסערע ארטיקלען און אינטערוויוס ווי די צייטונגען, בפרט דער איד.

די צייטונג איז שוין היינט בעסער אין דעם הינזיכט, און די אידישע צייט קען ווערן אנגערופן מאגאזין. איך האב געטוישט פון דער איד צו די צייטונג אין די לעצטע פאר חדשים. דער איד שטעלט נישט צו וואס רוב אידן ווילן היינט ליינען. נייעס זעט מען שוין א גאנצע וואך, מען זוכט היינט עפעס געשמאקער און טיפער ווי בלויזע באריכטן. דער איד איז גאר שוואך אין דעם פעלד.

איך בין אויך לעצטענס געווארן א שטארקע ליינער פון די צייטונג, הגם וואס כ'האלט אז ער איז רעדיקאל לינק, אבער זיינע געשמאקע אנעליזן מיט א אייגנארטיגע בליק, באגלייט מיט אסאך אומבאקאנטע פרטים, איז א זאך וואס איך גלייך גאר שטארק.

איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

Re: דער איד

תגובהדורך איך הער נישט » מיטוואך אפריל 07, 2021 8:11 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:לגבי גראמאטישע טעותים וועל איך געבן גערעכט פאר חיים נחום אז דער איד איז ריין, אבער לגבי צושטעלן געשמאקע ליין מאטריאל... טו מיר א טובה. די אינהאלטסרייכע אויסגאבעס שטעלן צו בעסערע ארטיקלען און אינטערוויוס ווי די צייטונגען, בפרט דער איד.

די צייטונג איז שוין היינט בעסער אין דעם הינזיכט, און די אידישע צייט קען ווערן אנגערופן מאגאזין. איך האב געטוישט פון דער איד צו די צייטונג אין די לעצטע פאר חדשים. דער איד שטעלט נישט צו וואס רוב אידן ווילן היינט ליינען. נייעס זעט מען שוין א גאנצע וואך, מען זוכט היינט עפעס געשמאקער און טיפער ווי בלויזע באריכטן. דער איד איז גאר שוואך אין דעם פעלד.

איך קויף לעצטענס די צייטונג וועכענטליך און סיז לכאורה די רייכסטע היינט צוטאגס אבער דעם יו"ט האב איך זייער הנאה געהאט פון דער איד אסאך תוכן געווען

חיים נחום
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

Re: דער איד

תגובהדורך חיים נחום » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:12 pm

איך וועל מודה זיין אז דער צייטונג איז זייער שיין, כאטש ער איז בכלל נישט אויסגעהאלטן מיט גראמאטיק און אויסלייג, אבער ער גייט צום פינטל און שרייבט ארויס יעדע געשעעניש אפילו גראפיש. איך האב אויך זייער הנאה דערפון.
אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - ווען מ'רעדט פון נעמען אלטע ארטיקלען, ווייס איך נישט צו נאך איינער טוט עס אזוי ווי די צייטונג. זיי נעמען אפיציעל ארטיקלען, געוויסע שרייבן זיי פון וואו ס'קומט, אנדערע שרייבן זיי נאך אנע זאגן פון וואו. די אידישע צייט האט אסאך מאל ארטיקלען פון אנדערע פלעצער.

פארצייטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: דער איד

תגובהדורך פארצייטיש » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:15 pm

חיים נחום האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לגבי גראמאטישע טעותים וועל איך געבן גערעכט פאר חיים נחום אז דער איד איז ריין, אבער לגבי צושטעלן געשמאקע ליין מאטריאל... טו מיר א טובה. די אינהאלטסרייכע אויסגאבעס שטעלן צו בעסערע ארטיקלען און אינטערוויוס ווי די צייטונגען, בפרט דער איד.

די צייטונג איז שוין היינט בעסער אין דעם הינזיכט, און די אידישע צייט קען ווערן אנגערופן מאגאזין. איך האב געטוישט פון דער איד צו די צייטונג אין די לעצטע פאר חדשים. דער איד שטעלט נישט צו וואס רוב אידן ווילן היינט ליינען. נייעס זעט מען שוין א גאנצע וואך, מען זוכט היינט עפעס געשמאקער און טיפער ווי בלויזע באריכטן. דער איד איז גאר שוואך אין דעם פעלד.

איך וועל מודה זיין אז דער צייטונג איז זייער שיין, כאטש ער איז בכלל נישט אויסגעהאלטן מיט גראמאטיק און אויסלייג, אבער ער גייט צום פינטל און שרייבט ארויס יעדע געשעעניש אפילו גראפיש. איך האב אויך זייער הנאה דערפון.
אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - ווען מ'רעדט פון נעמען אלטע ארטיקלען, ווייס איך נישט צו נאך איינער טוט עס אזוי ווי די צייטונג. זיי נעמען אפיציעל ארטיקלען, געוויסע שרייבן זיי פון וואו ס'קומט, אנדערע שרייבן זיי נאך אנע זאגן פון וואו. די אידישע צייט האט אסאך מאל ארטיקלען פון אנדערע פלעצער.

מיך גייט נישט אהן אז ער נעמט אלטע ארטיקלען, ווילאנג ס'איז שיינע און נישט קיין טיפיקל ארטיקלען אויף טאפיקס וואס איז נישט היינט און נעכטן געווען געשריבן אין אלע מאגעזינען, האב איך הנאה פון דעם.

חיים נחום
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

Re: דער איד

תגובהדורך חיים נחום » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:17 pm

איך הער נישט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לגבי גראמאטישע טעותים וועל איך געבן גערעכט פאר חיים נחום אז דער איד איז ריין, אבער לגבי צושטעלן געשמאקע ליין מאטריאל... טו מיר א טובה. די אינהאלטסרייכע אויסגאבעס שטעלן צו בעסערע ארטיקלען און אינטערוויוס ווי די צייטונגען, בפרט דער איד.

די צייטונג איז שוין היינט בעסער אין דעם הינזיכט, און די אידישע צייט קען ווערן אנגערופן מאגאזין. איך האב געטוישט פון דער איד צו די צייטונג אין די לעצטע פאר חדשים. דער איד שטעלט נישט צו וואס רוב אידן ווילן היינט ליינען. נייעס זעט מען שוין א גאנצע וואך, מען זוכט היינט עפעס געשמאקער און טיפער ווי בלויזע באריכטן. דער איד איז גאר שוואך אין דעם פעלד.

איך קויף לעצטענס די צייטונג וועכענטליך און סיז לכאורה די רייכסטע היינט צוטאגס אבער דעם יו"ט האב איך זייער הנאה געהאט פון דער איד אסאך תוכן געווען

די רייכסטע? א היכי תמצא ווען דער ארעמער פארמאגט מער ווי דער רייכער:
די צייטונג האט גוטע נייעס, געשריבן צו דער זאך, אבער קוים איך עפן עס און איך בין שוין ביים אונטערשטן דעקל.
דער איד שטעלט דיר צו, אויסער די נייעס, א תורה אפטיילונג, א פול קאליר בילדער אפטיילונג, א פרויען אפטיילונג מיט וועלכע מיין פרוי - וועלכע ליינט געווענליך נאר ענגליש - איז זיך מחיה, א קינדער אפטיילונג און א מעגא ביזנעס אפטיילונג. עס איז א פולער פאפיר, מיט א שלל ארטיקלען, געאייגענט פאר די גאנצע משפחה.
נאכאמאל, די צייטנג איז נישט אוועקצומאכן, אבער די איד אויך נישט.
ובזה יצאתי ידי חובתי...
נעקסט סובזשעקט.

חיים נחום
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

Re: דער איד

תגובהדורך חיים נחום » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:18 pm

פארצייטיש האט געשריבן:
חיים נחום האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לגבי גראמאטישע טעותים וועל איך געבן גערעכט פאר חיים נחום אז דער איד איז ריין, אבער לגבי צושטעלן געשמאקע ליין מאטריאל... טו מיר א טובה. די אינהאלטסרייכע אויסגאבעס שטעלן צו בעסערע ארטיקלען און אינטערוויוס ווי די צייטונגען, בפרט דער איד.

די צייטונג איז שוין היינט בעסער אין דעם הינזיכט, און די אידישע צייט קען ווערן אנגערופן מאגאזין. איך האב געטוישט פון דער איד צו די צייטונג אין די לעצטע פאר חדשים. דער איד שטעלט נישט צו וואס רוב אידן ווילן היינט ליינען. נייעס זעט מען שוין א גאנצע וואך, מען זוכט היינט עפעס געשמאקער און טיפער ווי בלויזע באריכטן. דער איד איז גאר שוואך אין דעם פעלד.

איך וועל מודה זיין אז דער צייטונג איז זייער שיין, כאטש ער איז בכלל נישט אויסגעהאלטן מיט גראמאטיק און אויסלייג, אבער ער גייט צום פינטל און שרייבט ארויס יעדע געשעעניש אפילו גראפיש. איך האב אויך זייער הנאה דערפון.
אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - ווען מ'רעדט פון נעמען אלטע ארטיקלען, ווייס איך נישט צו נאך איינער טוט עס אזוי ווי די צייטונג. זיי נעמען אפיציעל ארטיקלען, געוויסע שרייבן זיי פון וואו ס'קומט, אנדערע שרייבן זיי נאך אנע זאגן פון וואו. די אידישע צייט האט אסאך מאל ארטיקלען פון אנדערע פלעצער.

מיך גייט נישט אהן אז ער נעמט אלטע ארטיקלען, ווילאנג ס'איז שיינע און נישט קיין טיפיקל ארטיקלען אויף טאפיקס וואס איז נישט היינט און נעכטן געווען געשריבן אין אלע מאגעזינען, האב איך הנאה פון דעם.

סתם פאר די רעקארד: די גאנצע שמועס האט זיך אנגעהויבן וועגען אן אלטע ארטיקל וואס די איד האט איבערגענוצט... א הערליכע ארטיקל און בכלל נישט טיפיקל, וואס איז צען יאר צוריק געווען געשריבן, אין עפעס א גליון.
א גוטע נאכט.

באזעסען
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: דער איד

תגובהדורך באזעסען » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:22 pm

דער אמת איז, אז איר זענט אלע גערעכט.

'דער איד' איז פון איין זייט די שטערקסטע אין געוויסע זאכן. אבער די שוואכסטע אין אנדערע זאכן.

גיטס א קוק די 'תורה ענינים', וואס איז הערליך שיין וואך איין וואך אויס, עס לוינט זיך די 4 דאללער פאר דעם אליין.

און די סיבה איז ווייל עס איז אהערגעשטעלט היינטיג, גלאסי פעפער, און שיין דיזיינט.
(עס האט געהאט די זעלבע אינהאלט מיט די אלטע פאפיר, און דער עולם איז נישט אזוי געגאנגען דערפאר)

קיינער דארף נישט היינט קיין צייטונגען.
יעדער ווייסט אז דער סועץ קאנאל איז געווען פארהאקט, און אז סאטמארער חסידים רעכטן אפ א יארצייט.
די לאנגע ארטיקעלן אין קהלות איבער דינערס און מאורעות אינעהאלב קהלות ווערט מער ווייניגער נישט געליינט, בלויז געבליקט.

דער עולם גלייכט מאזאגין סטייל.

דער איד דארף טוישן גאנג.

לגבי די צייטונג, קיינער רימט נישט אויס די צייטונג איבער זייער ערשטע חלק, אבער יא, איבער די אידישע צייט, ווייל עס איז מאגאזין סטיל.

אגב, כהאב שוין געשריבן דערוועגן אמאל, קאן זיין אפילו א אנקעטע. דענק נישט גענוי.
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..

אוועטאר
ממוצע
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער איד

תגובהדורך ממוצע » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:25 pm

איך בין א ערליכער איד ליינער... און ניין. 'איז נישט דא דארט קיין גרויסע סחורה. די מערסטע האב איך הנאה פון די צוויי ארטיקלן דארט צום סוף. פון די אמעריקאנע היסטאריע און די סובמארינען. די לעצטע פאר חדשים ווען ער איז געווארן צו טעקניקל האט ער אויך פארלוירן מיין אינטערעסע, ביי די סובמארינען. אן ענין בהלכה איז אינטערעסאנט. גראדע די גאנצע ביזנעס אפטיילונג איז נישט אוועקצומאכן. די תורה אפטיילונג קען האבן אמאל אפאר אינטערעסאנטע זאכן. אבער פון דארט ביזן גנב'נען דעם טיטל פונעם רייכסטן אויסגאבע איז פאלג מיר א גאנג.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: דער איד

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:27 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די קאראנא טאג בוך איז געוואלדיג!! זייער זיס און ארגינעל באשריבן.

נאך א מזל איך בין נישט זיינס א שכן...

טראגט זייער ענליכע שטריכן צו @לכאורה טאגבוך

@לכאורה האט שוין אמאל געשריבן דא אז ער האט נישט געשריבן קיין קאראנע טאג בוך..

האמיר אויך זייער הנאה געהאט פון דעם קאראנע טאגבוך..

איך האב טאקע נישט געשריבן קיין טאגבוך אין די תקופה פון קאראנע, געווען צו אנגעצויגן און פארפאניקט ליידער צו האבן דעם קאפ צו שרייבן (יענע נעכט פלעג איך פארלעשן דעם סעלפאון אינגאנצן, נישט אנשטעלנדיג אפילו דעם וועקער זייגער... און די סקרין האב איך געשטעלט מיט'ן פנים אראפ צום שענקל, כדי נישט צו זען אויב עס קומט ח"ו אריין א טעקסט אינמיטן די נאכט מיט בשורות לא טובות רח"ל)

דער טאגבוך וואס איז געדרוקט אין דער איד פסח, האט איין זאך מיט מיר... איך האב דאס אפגעטייפט מכתב יד פון דעם שרייבער (ניין, איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז, איך האב עס באקומען אנאנים)
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:32 pm

האסט זיכער צוגעלייגט א ווארט צוויי, ניין? ס'איז זייער זיס געשריבן.

כ'האב הנאה געהאט ווי ער ברענגט ארויס צווישן די שורות וויאזוי א טענה'ריי ארבעט. אז דער וואס טענה'ט האלט נישט ממש פארקערט, נאר דו קריך אראפ פון בוים ווייל מ'קען זאגן פארקערט אויך. און ווען יענער וועט זאגן פארקערט וועט ער ווייטער טענה'ן...

דער געדאנק ליגט שוין ביי מיר אויפן מחשבה א שיינע פאר יאר, איך האב געמיינט אז נאר איך בין אזוי. כ'האב הנאה געהאט צו זען אז נאך איינער האלט אויך אזוי.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: דער איד

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:33 pm

איך האב עטוואס טאטש-אפס געמאכט, אבער ממש קלייניגקייטן, איך גלייך נישט צו טוישן יענעמ'ס ארבעט
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:36 pm

לכאורה האט געשריבן:(יענע נעכט פלעג איך פארלעשן דעם סעלפאון אינגאנצן, נישט אנשטעלנדיג אפילו דעם וועקער זייגער... און די סקרין האב איך געשטעלט מיט'ן פנים אראפ צום שענקל, כדי נישט צו זען אויב עס קומט ח"ו אריין א טעקסט אינמיטן די נאכט מיט בשורות לא טובות רח"ל

איך האב יענע תקופה געטון פונקט פארקערט, געלאזט דעם טעלעפאן קלינגן ביינאכט, אין קעיס ס'איז וויכטיג. אזוי פארפאניקט בין איך געווען.

מער פון דעם, געווענליך ביי של"ס עס איך קוים א כזית חלה, אפי' זומער, איך קען נישט עסן שבת נאכמיטאג קיין ברייטע סעודות. אין יענע וואכן האבן איך זיכער געמאכט צו עסן פולע סעודות יעדן של"ס, צו זיין זאט ביים זמן. איך האב געציטערט וואס מ'קען אלס הערן ביים זמן, און צו זיין גרייט על כל צרה של"ת האב איך קודם געוואלט זיין זיכער אז הונגעריג וועל איך נישט זיין...

(אויסצוג פון מיין טאגבוך וואס איז נישט געשריבן געווארן)

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: דער איד

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:47 pm

די ביזנעס אפטיילונג פון דער איד איז נעקסט לעוועל פאר א היימישע צייטונג, ובפרט ביי די פרשת שארט סטאקס פון געים סטאפ האבן זיי אראפגעלייגט א מאסיווער זשאב
זייער געשמאקע שפראך אן קיין הויכע ביזנעס זשארגאן אבער מלא ידועות און תוכן איבער עקענאמיע, פיינענסינג, בענק וכו' וכו'

די תורה אפטיילונג קובעת ברכה לעצמה, אינטערסאנטע און זייער תוכנ'דיג געאייגענט פאר יעדן עלטער און נישט לימיטיד צו סאטמארע לייענערס

ווידעראום די פאמיליע אפטיילונג לייען איך נישט אבער ס'ווייב רימט עס זייער שטארק, די זעלביגע איז מיט די קינדער אפטיילונג

די אידישע נייעס איז מער ווייניגער קאפי פעסט פון פאפא צו סאטמער און פון סאטמער קיין וויזניץ וחוזר חלילה

די מעין אפטיילונג לייען איך בעיקר י. עקיבא און צומאל פ. הירש חוץ מזה איז עס טרוקען
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

Ban Mazel
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: דער איד

תגובהדורך Ban Mazel » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 7:34 am

די איידיע איז נישט צו באטראכטן יעדע ארטיקל עקסטער און טראכטן וואס מיין על טעם וריח זאגט דערויף, דער געדאנק איז צו מאכן א סך הכל פון יעדע אויסגאבע און זען: לייגט ער אריין יעדע וואך עקסטער מחשבה, עפארט, געדולד, צייט און כח און געלד ווי אזוי עס זאל זיין אינטערעסאנט פאר מיר אינדיוודיעל? אדער פארלאזט ער זיך אז היות איך און מיין זיידע באלאנדען שוין יארן אין טעגלאש גיי איך במילא קויפן די און די אויסגאבע מיטוואך און דערפאר דרוקט ער מכל הבא לידו?
ער מעג עס טאקע טון, ער האט אלע רעכטן און ער גייט נישט פארלירן זיינע קונים, און ער גייט נאר מער האבן מער און מער עדווערטייזער וויל ער האט א גרויסע פלאטפארמע, און מיר ווילן זיי נישט אראפרייסן ח"ו, זאל ער טון וואס עס איז גוט פאר אים.
יעדער פארשטייט אז דער גראסערי מאן אויף דרייצען עוו. אין בארא פארק, וואס האט נאך איטליכע געשעפטלעך באותו הבלאק, אויב גייט ער נישט צושטעלן די בעסטע סערוויס מיט אלע אייטעמס אויפן שעלוו מסודר, גייט ער נישט האבן קיין קאסטומערס, אבער דער גראסערי מאן אין מאנטיסעלאו ווי ער איז דער יחיד קען טון מה שלבו חפץ, און קיינער וועט פון דארט נישט אוועקגיין.
און דאס איז דער חילוק צוושן קהילות אויסגאבעס און פריוואטע אויסגאבעס.
אבער, און דא קומט אריין אונזער התעוררות, איך אלץ פריוואטער ליינער, מעג אויסדרוקן מיין מיינונג, און קויפן וואס עס איז באמת גוט און געשמאק פאר מיר.
און דערפאר איז א שאד ווען מען קען דא זען אזויפיל אידן, אנשטאט צו זאגן יא איך קויף עס ווייל דאס איז מיין קהילה אויסגאבע, און איך קויף דאך עס אויך נאר וועגן דעם, אנשטאט דעם פרובירט מען צו אראפרייסן און פארשענערן אויסגאבעס בלי טעם וריח.
זייטס מיר מוחל און נעקסט קעיס.

עם לבבנו
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: דער איד

תגובהדורך עם לבבנו » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:45 pm

באזעסען האט געשריבן:דער אמת איז, אז איר זענט אלע גערעכט.

'דער איד' איז פון איין זייט די שטערקסטע אין געוויסע זאכן. אבער די שוואכסטע אין אנדערע זאכן.

גיטס א קוק די 'תורה ענינים', וואס איז הערליך שיין וואך איין וואך אויס, עס לוינט זיך די 4 דאללער פאר דעם אליין.

און די סיבה איז ווייל עס איז אהערגעשטעלט היינטיג, גלאסי פעפער, און שיין דיזיינט.
(עס האט געהאט די זעלבע אינהאלט מיט די אלטע פאפיר, און דער עולם איז נישט אזוי געגאנגען דערפאר)

קיינער דארף נישט היינט קיין צייטונגען.
יעדער ווייסט אז דער סועץ קאנאל איז געווען פארהאקט, און אז סאטמארער חסידים רעכטן אפ א יארצייט.
די לאנגע ארטיקעלן אין קהלות איבער דינערס און מאורעות אינעהאלב קהלות ווערט מער ווייניגער נישט געליינט, בלויז געבליקט.

דער עולם גלייכט מאזאגין סטייל.

דער איד דארף טוישן גאנג.

לגבי די צייטונג, קיינער רימט נישט אויס די צייטונג איבער זייער ערשטע חלק, אבער יא, איבער די אידישע צייט, ווייל עס איז מאגאזין סטיל.

אגב, כהאב שוין געשריבן דערוועגן אמאל, קאן זיין אפילו א אנקעטע. דענק נישט גענוי.

עס געפעלט מיר וויאזוי מענטשן קוקן....

סתם אינטערעסאנט, דו האסט געליינט די ארטיקל איבער די סועץ קאנאל אין דער איד? אדער דו שטעלסט זיך פאר?

בכלל, כ'זעה אז דער מאמענט האט אויך אן ארטיקל איבער די קאנאל, וואס פשט?

איך האב יא געקוקט די ארטיקל פון די סועץ אין דער איד, עס איז אן ארטיקל וואס וואלסט געקענט טרעפן אין דער שטערן אין די גוטע צייטן. נעקסט לעוול ווי מען זאגט היינט. א רייכע שיינע ארטיקל מיט די היסטאריע בעקגראונד אויף די קאנאל אויף די שיף אא"וו, און זייער אסאך אינטערסאנטע פונקטן איבער די נייעס. פיל מער ווי סתם א באריכט.

כ'האב נאכנישט געזעהן די אנדערע צייטנגען, אבער כ'בין 99.99 אז קיין איינע פון די צייטונגען - אריינגערעכענט דער מאמענט - גייט האבן אפילו א 50 פראצענט אזא גוטע ארטיקל אויף די געשעניש.

אדרבה, זאל איינער טאקע אריינסקענען די ארטיקל איבער די סועץ פון אלע דריי צייטונגען - אפשר אין א באזונדערע אשכול - און זאלן די לייענער דן זיין. דאס וואלט געווען א גוטע סעמפל.

און די פוינט איז נישט די סועץ. די פוינט איז, אז געוויסע האבן א אפגעמאכטע בליק, און די פאקטן מאכן גארנישט אויס. מען נעמט א מיינונג פארן זעהן. דער איד קען האבן פונקט אזא גוטע ארטיקל ווי דער מאמענט - אדער נאך בעסער - און ווייל מען האט די פון פריער אפגעמאכטע מיינונג מאכט עס נישט אויס.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: דער איד

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:54 pm

עם לבבנו האט געשריבן:
באזעסען האט געשריבן:דער אמת איז, אז איר זענט אלע גערעכט.

'דער איד' איז פון איין זייט די שטערקסטע אין געוויסע זאכן. אבער די שוואכסטע אין אנדערע זאכן.

גיטס א קוק די 'תורה ענינים', וואס איז הערליך שיין וואך איין וואך אויס, עס לוינט זיך די 4 דאללער פאר דעם אליין.

און די סיבה איז ווייל עס איז אהערגעשטעלט היינטיג, גלאסי פעפער, און שיין דיזיינט.
(עס האט געהאט די זעלבע אינהאלט מיט די אלטע פאפיר, און דער עולם איז נישט אזוי געגאנגען דערפאר)

קיינער דארף נישט היינט קיין צייטונגען.
יעדער ווייסט אז דער סועץ קאנאל איז געווען פארהאקט, און אז סאטמארער חסידים רעכטן אפ א יארצייט.
די לאנגע ארטיקעלן אין קהלות איבער דינערס און מאורעות אינעהאלב קהלות ווערט מער ווייניגער נישט געליינט, בלויז געבליקט.

דער עולם גלייכט מאזאגין סטייל.

דער איד דארף טוישן גאנג.

לגבי די צייטונג, קיינער רימט נישט אויס די צייטונג איבער זייער ערשטע חלק, אבער יא, איבער די אידישע צייט, ווייל עס איז מאגאזין סטיל.

אגב, כהאב שוין געשריבן דערוועגן אמאל, קאן זיין אפילו א אנקעטע. דענק נישט גענוי.

עס געפעלט מיר וויאזוי מענטשן קוקן....
איין חילוק זעט מען שוין אויפ'ן דעקל, בעת די מאמענט שרייבט "סועז" שרייבן די צייטונגען "סועץ",
סתם אינטערעסאנט, דו האסט געליינט די ארטיקל איבער די סועץ קאנאל אין דער איד? אדער דו שטעלסט זיך פאר?

בכלל, כ'זעה אז דער מאמענט האט אויך אן ארטיקל איבער די קאנאל, וואס פשט?

איך האב יא געקוקט די ארטיקל פון די סועץ אין דער איד, עס איז אן ארטיקל וואס וואלסט געקענט טרעפן אין דער שטערן אין די גוטע צייטן. נעקסט לעוול ווי מען זאגט היינט. א רייכע שיינע ארטיקל מיט די היסטאריע בעקגראונד אויף די קאנאל אויף די שיף אא"וו, און זייער אסאך אינטערסאנטע פונקטן איבער די נייעס. פיל מער ווי סתם א באריכט.

כ'האב נאכנישט געזעהן די אנדערע צייטנגען, אבער כ'בין 99.99 אז קיין איינע פון די צייטונגען - אריינגערעכענט דער מאמענט - גייט האבן אפילו א 50 פראצענט אזא גוטע ארטיקל אויף די געשעניש.

אדרבה, זאל איינער טאקע אריינסקענען די ארטיקל איבער די סועץ פון אלע דריי צייטונגען - אפשר אין א באזונדערע אשכול - און זאלן די לייענער דן זיין. דאס וואלט געווען א גוטע סעמפל.

און די פוינט איז נישט די סועץ. די פוינט איז, אז געוויסע האבן א אפגעמאכטע בליק, און די פאקטן מאכן גארנישט אויס. מען נעמט א מיינונג פארן זעהן. דער איד קען האבן פונקט אזא גוטע ארטיקל ווי דער מאמענט - אדער נאך בעסער - און ווייל מען האט די פון פריער אפגעמאכטע מיינונג מאכט עס נישט אויס.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:24 pm

עם לבבנו האט געשריבן:און די פוינט איז נישט די סועץ. די פוינט איז, אז געוויסע האבן א אפגעמאכטע בליק, און די פאקטן מאכן גארנישט אויס. מען נעמט א מיינונג פארן זעהן. דער איד קען האבן פונקט אזא גוטע ארטיקל ווי דער מאמענט - אדער נאך בעסער - און ווייל מען האט די פון פריער אפגעמאכטע מיינונג מאכט עס נישט אויס.

די פוינט איז יא די סועץ, אזעלכע סארט אינטערעסאנטע ארטיקלען מאכט זיך נישט יעדע וואך. דאס איז א נייעסל וואס איז די איינמאל אין 3 חדשים, א שטייגער ווי די געים סטאפ סומאטוכע. די מאמענט האט יעדע וואך 4 אזוינע ארטיקלען, און דער איד נאר ווען ס'איז א נייעס. כ'מיין אז איר כאפט נאכנישט דעם פונקט וואס באדערט פארן עולם, נאר איר קומט שטופן אן אגענדע.

כ'וועל אייך געבן א דוגמא, נעם די המודיע צייטונג למשל, האסט שוין געזען זייער פריים מאגאזין? זיי האבן דאס אנגעהויבן א יאר צוריק נאכן זיך דערזען מיט א פארלוסט פון קונים וואס האבן געטוישט צו משפחה און עמי. זיי האבן געשניטן זייער צייטונג און צוגעלייגט א נייעס מאגאזין.

משפחה מאגאזין האט אויך געטוישט און צוגעלייגט אן אפטיילונג נאך וואס זיי האבן פארלוירן קונים צו די עמי נייעס אנאליזן. מאמענט האט געכאפט דעם פארלאנג און געעפנט מאמענט פלוס. די אידישע צייט האט זיך אויך צוגעשטעלט, אגב האבן זיי שוין א תורה צייט און באזונדער א אידישע צייט.

פאר 10 יאר צוריק איז נישט געווען קיין איין געהעריגע אידישע וועכנטליכע מאגאזין, ווער רעדט נאך פון מאגאזינס וואס דעקן אויך נייעס, היינט איז דא עטליכע. יעדער טוישט זיך, אלעס לויפט פאראויס, נאר דער איד האלט נאך נישט ביים טוישן... די תורה אפטיילונג איז נישט קיין סעלושען און די ביזנעס אפטיילונג איז אויך נישט געאייגנט פאר יעדעם.

Kollel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דער איד

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:14 pm

דער איד פסח אפטיילונג פון די ארטיקלען איז געווען גאר גוט
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: דער איד

תגובהדורך אזוי גוט » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:17 pm

Kollel האט געשריבן:דער איד פסח אפטיילונג פון די ארטיקלען איז געווען גאר גוט

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט