דער איד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

שנאפס האט געשריבן:א יאוואזשנער פלאן

וואזשנע איז גאנגבאר. למעשה, ס'מארכט סענס אין די שנאפס אויגן?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

שנאפס האט געשריבן:א יאוואזשנער פלאן

ס'איז דא א ווארט וואזענע, און נעבעך יאוואזשנע דארף ליידן....
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

די שמועס מיט האדמו"ר מטבא דשמואל שליט"א איבער די התקשרות פון אביו הרה"ק ר' הערשעלע מספינקא זי"ע מיט רביה"ק זי"ע איז געווען עפעס נישט נארמאל געשמאק און באלערנט, ספעציעל די וואך ווען ער האט גערעדט זאכן וואס מען קען ניצן אין די היינטיגע מערכות.

אזוי אויף איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט דעם ספינקא רבי'ן אפשאצונג אויף ברסלב כו'
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

פאראויס האט געשריבן:כ'מיין אז דער איד זאל פארקויפן די תורה אפטיילונג אין די 'ספרים געשעפטן'. אפילו פאר $3.

וואס זאגט דער עולם?

(נישט געזארגט @מערכת דער איד וועגן קונים וועלן נישט זעהן די עדווערטייזמענט, ווייל רוב עולם וועט זעהן ס'גוטע סחורה וועט מען ענדערש צולייגען איין טאלער פאר די גאנצע איד.)


איך ווייס פון כמה אידן וואס קויפן "דער איד" יעדע וואך, און גיבן אוועק די גאנצע פעקל און לאזן פאר זיך בלויז די "תורה אפטיילונג".
דער געדאנק הערט זיך גוט, די שאלה איז נאר צו די אנדערע מלא תוכן ארטיקלען פון "דער איד", צב"ש די צווייטע טייל פון "קהלות אפטיילונג" וואו ס'איז דא די עטליכע היסטאריע ארטיקלען און הערכות אויף נפטרים, דארף דאס מיטגיין אין איין פעקעדזש מיטן "תורה אפטיילונג", אדער ווער ס'וויל דאס זאל יא קויפן די גאנצע "דער איד"
וואס זאגט איר?
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

וואס איז געשעהן מיט די דעלי איד היינט צופרי נאכנישט אנגעקומען
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

זילבערווערק האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:כ'מיין אז דער איד זאל פארקויפן די תורה אפטיילונג אין די 'ספרים געשעפטן'. אפילו פאר $3.

וואס זאגט דער עולם?

(נישט געזארגט @מערכת דער איד וועגן קונים וועלן נישט זעהן די עדווערטייזמענט, ווייל רוב עולם וועט זעהן ס'גוטע סחורה וועט מען ענדערש צולייגען איין טאלער פאר די גאנצע איד.)


איך ווייס פון כמה אידן וואס קויפן "דער איד" יעדע וואך, און גיבן אוועק די גאנצע פעקל און לאזן פאר זיך בלויז די "תורה אפטיילונג".
דער געדאנק הערט זיך גוט, די שאלה איז נאר צו די אנדערע מלא תוכן ארטיקלען פון "דער איד", צב"ש די צווייטע טייל פון "קהלות אפטיילונג" וואו ס'איז דא די עטליכע היסטאריע ארטיקלען און הערכות אויף נפטרים, דארף דאס מיטגיין אין איין פעקעדזש מיטן "תורה אפטיילונג", אדער ווער ס'וויל דאס זאל יא קויפן די גאנצע "דער איד"
וואס זאגט איר?


איך קויף עס יעדע וואך נאר וועגן די תורה אפטיילונג ס'איז מתוק מדבש
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זעה איך אז די איד האט פארפאקט די סוכות נומער אין א פלאסטיק, א שטארק באגריסענדע זאך.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

יש לו מנה האט געשריבן:זעה איך אז די איד האט פארפאקט די סוכות נומער אין א פלאסטיק, א שטארק באגריסענדע זאך.

גוטע איידיע!!
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

אל תסתכל בקנקן.
אינעווייניג זענען דא זייער אסאך שיינע איידיעס!
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

זילבערווערק האט געשריבן:אל תסתכל בקנקן.
אינעווייניג זענען דא זייער אסאך שיינע איידיעס!


דהיינו?
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

סראלי האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:אל תסתכל בקנקן.
אינעווייניג זענען דא זייער אסאך שיינע איידיעס!


דהיינו?

איידיעס פון העכסט אינטערעסאנטע און היסטאריע ארטיקלען.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

נישט פאר שוואכע הערצער

דער עולם איז שוין פארנומען מיט סוכות.
אבער איך האב נאך השלמות פון יום כיפור...
ווען א שרייבער שרייבט אן ארטיקל און לאזט איבער א פראגע צייכן אפן, ציט דאס אן די נערוון.
דאס האט פאסירט ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל אין "תורה אפטילונג"
2.png
2.png (79.88 KiB) געזען 1578 מאל


און דער שרייבער האט צוליב די איידלקייט פון די פאפיר פארפעלט א שטיקל, שרייבנדיג אז אין בוך האט דאס דער גאון יא געשריבן.
האב איך נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אפירזוכן, און דאס איז דאס.
1.png
1.png (665.71 KiB) געזען 1571 מאל

זכור את אשר עשה לך עמלק!
לעצט פארראכטן דורך זילבערווערק אום זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 1:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

שוין געקויפט, געלעזט, געליינט, דערקוויקט מיטן סוכות איד!

די אטאקע אויף ווייס און ווייסהויז אין שילדערונגען, די צפת בית החיים אין שילדערונגען, די סלאוואקאוישע פעולות פון הרב קלמן וועבער אין תורה ענינים, די שבת אין ירושלים נייע סעריע אין תורה ענינים, זענען שוין אין די מח קעמערלעך! הערליכע חומר.
די איבריגע וועל מיר ענדיגן סוכות, זעהט אויך אויס צו זיין זייער זייער גוט!

ייש"כ טייערע שרייבער!
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

באזעסען האט געשריבן:שוין געקויפט, געלעזט, געליינט, דערקוויקט מיטן סוכות איד!

די אטאקע אויף ווייס און ווייסהויז אין שילדערונגען, די צפת בית החיים אין שילדערונגען, די סלאוואקאוישע פעולות פון הרב קלמן וועבער אין תורה ענינים, די שבת אין ירושלים נייע סעריע אין תורה ענינים, זענען שוין אין די מח קעמערלעך! הערליכע חומר.
די איבריגע וועל מיר ענדיגן סוכות, זעהט אויך אויס צו זיין זייער זייער גוט!

ייש"כ טייערע שרייבער!


לועג לראש...
ארץ ישראל'דיגע אידן האבן בלויז געזען די פאדערשטע זייטן, און ווארטן קוים צו לייענען די אינסייד
שטערט אייך נישט פון די הנאה, לאמיר האפן אז מארגן וועלן מיר דאס שוין אויך האבן.

די 'ווייס און ווייסהויז' טעראר אטאקע מוז זיין עפעס היסטאריש, ס'האט געקאסט א קרבן הי"ד, און אויפגעלויכטן איין לעבעדיגער נס וואס גייט נאך געזונט אין פריש מיט 20 יאר שפעטער, טראגנדיג די קויל אינעווייניג אין קאפ.
מיט 20 יאר צוריק איז די טאראר אטאקע אריבער פארנעפלט, די וועלט איז געווען פארנומען מיט 9/11, אבער אצינד איז שוין העכסט צייט דאס צו באשרייבן דברים כהוויתן.

'שבת אין ירושלים' איז אינטערעסאנט, אדער איבערגעקייט זאכן וואס יעדער ווייסט?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זילבערווערק האט געשריבן:נישט פאר שוואכע הערצער

דער עולם איז שוין פארנומען מיט סוכות.
אבער איך האב נאך השלמות פון יום כיפור...
ווען א שרייבער שרייבט אן ארטיקל און לאזט איבער א פראגע צייכן אפן, ציט דאס אן די נערוון.
דאס האט פאסירט ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל אין "תורה אפטילונג"
2.png


און דער שרייבער האט צוליב די איידלקייט פון די פאפיר פארפעלט א שטיקל, שרייבנדיג אז אין בוך האט דאס דער גאון יא געשריבן.
האב איך נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אפירזוכן, און דאס איז דאס.
1.png

זכור את אשר עשה לך עמלק!


ווער ריז געווען דער גרייז גרויער גאון?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
רעד צו די זאך
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:33 pm

Re: דער איד חינוך ארטיקעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעד צו די זאך »

איך פלעג נישט קויפן בקביעות דער יוד, לעצטענס האב איך געהערט פון עטליכע איבער די געוואלדיגע חינוך ארטיקל איך האב עס אנגעהויבן קויפן איך בין מיר מחיה וועכענטליך דערמיט.
איך וואלט זייער געוואלט האבן די פריערדיגע ארטיקלן איך בין גרייט צו באצאלן בכסף מלא.
בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים, ובחיקותיהם אין אנו מתחשבים ,בדרך התורה נלך באש ובמים ,לקדש שם שמים.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

פרעג ביים רעדאקציע
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ביי מיין איד ביי די שילדערינג אפטיילנוג איז דא 2 בלעטער מיט א מיאוסע פלאפ (איבערגעלייגט אן אנדערע בלאט שיפערהייט.. כ'האב נישט קיין בילד דערפון)
איז דאס ביי אלע אדער פשוט ביי מיין פרינט ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

eller האט געשריבן:ביי מיין איד ביי די שילדערינג אפטיילנוג איז דא 2 בלעטער מיט א מיאוסע פלאפ (איבערגעלייגט אן אנדערע בלאט שיפערהייט.. כ'האב נישט קיין בילד דערפון)
איז דאס ביי אלע אדער פשוט ביי מיין פרינט ?

מיט עפעס אן עד העכערן צווייטן דעמעזש? איך האב עס געהאט ביי אן אנדערע מאגאזין, ייש"כ פארן קאנפירמען אז ס'איז באמת סתם א קריעטיוו טוויסט פאר יענעם פירמע.. איך פארשטיי עס נאר נאכנישט
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

כ'מיין סיאז אן פיינע קריעטיוו עד פון א דעמאלישן קאמפאני, נישט קיין פלאפ בכלל.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

זילבערווערק האט געשריבן:נישט פאר שוואכע הערצער

דער עולם איז שוין פארנומען מיט סוכות.
אבער איך האב נאך השלמות פון יום כיפור...
ווען א שרייבער שרייבט אן ארטיקל און לאזט איבער א פראגע צייכן אפן, ציט דאס אן די נערוון.
דאס האט פאסירט ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל אין "תורה אפטילונג"
2.png


און דער שרייבער האט צוליב די איידלקייט פון די פאפיר פארפעלט א שטיקל, שרייבנדיג אז אין בוך האט דאס דער גאון יא געשריבן.
האב איך נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אפירזוכן, און דאס איז דאס.
1.png

זכור את אשר עשה לך עמלק!


בשעת'ן לייענען האמיר אויך געקלערט צו גיין אפירזוכן דעם ארגינעלן... ייש"כ
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11451
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

eller האט געשריבן:ביי מיין איד ביי די שילדערינג אפטיילנוג איז דא 2 בלעטער מיט א מיאוסע פלאפ (איבערגעלייגט אן אנדערע בלאט שיפערהייט.. כ'האב נישט קיין בילד דערפון)
איז דאס ביי אלע אדער פשוט ביי מיין פרינט ?

געהאט די זעלבע אין דער בלאט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ר' זעקל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ביי מיין איד ביי די שילדערינג אפטיילנוג איז דא 2 בלעטער מיט א מיאוסע פלאפ (איבערגעלייגט אן אנדערע בלאט שיפערהייט.. כ'האב נישט קיין בילד דערפון)
איז דאס ביי אלע אדער פשוט ביי מיין פרינט ?

געהאט די זעלבע אין דער בלאט.

האהא נישט געכאפט אז כ'בין געווארן ארינגענארט
כ'הא בעס נאר געגעבן א בליק דורך און 2 מאל איז דא די זעלבע זאך.
שוין ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות.... :roll:
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

Programming האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:נישט פאר שוואכע הערצער

דער עולם איז שוין פארנומען מיט סוכות.
אבער איך האב נאך השלמות פון יום כיפור...
ווען א שרייבער שרייבט אן ארטיקל און לאזט איבער א פראגע צייכן אפן, ציט דאס אן די נערוון.
דאס האט פאסירט ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל אין "תורה אפטילונג"
2.png


און דער שרייבער האט צוליב די איידלקייט פון די פאפיר פארפעלט א שטיקל, שרייבנדיג אז אין בוך האט דאס דער גאון יא געשריבן.
האב איך נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אפירזוכן, און דאס איז דאס.
1.png

זכור את אשר עשה לך עמלק!


ווער ריז געווען דער גרייז גרויער גאון?


דער ראב"ד פון דוקלא.
איך מיין אז זיין נאמען שטיין אין ארטיקל אין "דער איד", כ'האב יעצט נישט קיין צייט דאס אויפצוזיכן
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: דער איד חינוך ארטיקעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

רעד צו די זאך האט געשריבן:איך פלעג נישט קויפן בקביעות דער יוד, לעצטענס האב איך געהערט פון עטליכע איבער די געוואלדיגע חינוך ארטיקל איך האב עס אנגעהויבן קויפן איך בין מיר מחיה וועכענטליך דערמיט.
איך וואלט זייער געוואלט האבן די פריערדיגע ארטיקלן איך בין גרייט צו באצאלן בכסף מלא.


כמעט נישטא היינט ארטיקלען, וואס געבן א קלארקייט און שטאלץ, אום=ן בעיקר א קלארן דרך אין חינוך, אן צו ווערן פארכאפט מיט די היינטיגע "פארגעשריטענע" חינוך, דער איד, האט דאס יא.
אויך איך דערקוויק זיך דערמיט יעדע וואך, צב"ש, דער איד פון יום כיפור האב איך נישט געקלערט צו קויפן, אבער דער מחשבה אז ס'וועט מיר פעלן איין תורה אפטיילונג, האט מיר באוואויגן דאס צו קויפן.
און ווער ס'ווייסט טאקע וואו איך קען האבן די תורה אפטיילונג פון פרשת עקב, זאל מיר ביטע מעלדן, איך בין דאן געווען אויף שבת אין מירון, און ווען כ'בין צוריק געקומען זונטאג איז דאס שוין נישט געווען אין קיין איין געשעפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”