"בי טענק" - נייע חודש'ליכע ביזנעס מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

"בי טענק" - נייע חודש'ליכע ביזנעס מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

אז קיינער האט נאכנישט געעפנט אן אשכול פון די 'בי טענק', בין איך געגאנגען פתיחה.
יואל קליין די גרינדער פין ביז טענק אין די עמי מאגאזין איז ארויסגעגאנגען פין עמי און האט געעפענט זיין אייגענע און איינציגסטע אידישע "בלויז" ביזנעס מאגאזין. (ס'איז געשריבן אויף ענגליש.)

אין די מאגאזין האט ער ווייטער נייע ביזנעס פיטשעס מיט די מאגולס, אינטערוויוס מיט ביזנעסלייט, פראפעשינעלס און מארקעטערס.

אויך האט ער א קאלום פין מרדכי וויינבערגער וואס הייסט "ביזנעס עמאשענס", וואס דארט רעדט מרדכי איבער עמאשענס אין ביזנעס וואס האלטן צוריק מענטשן פון שטייגן אין ביזנעס. מ'קען אריינשיקן בריווען צו מרדכי וועגן די נושא פון דעם קאלום און מרדכי ענטפערט צוריק.

יעצט פאר סוכות איז ארויסגעקומען די דריטע נומער פין זיי.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

יא געזעהן אין געשעפט.
ווען ער דרוקט א אידישע ווערסיע וואלט ער מער און שנעלער מצליח געווען, עס קאסט נישט כמעט גארנישט נאר א איבערזעצער.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

Amazing האט געשריבן:יא געזעהן אין געשעפט.
ווען ער דרוקט א אידישע ווערסיע וואלט ער מער און שנעלער מצליח געווען, עס קאסט נישט כמעט גארנישט נאר א איבערזעצער.

ווי זעסטו אז ער איז נישט יעצט מצליח ?
און פון ווי נעמסטו אז אין אידיש וועט עס בעסער גיין?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

פשוט ער וועט האבן א פיל גרעסערע קלייענטל,בפרט אין אידיש איז נאך בכלל נישט פארהאן א ביזנעס מאגאזין.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יעצט באקומען די צווייטע אישו, עס זעהט אויס אינטערעסאנט, גיימער עס ליינען.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

אין די עמי איז געבליבען מיט די נאמען ביז טענק אין געהייערט א נייע טיעם צו אינוועסטן אין איידיעס מיט פרישע מאגולס.
..
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

שטייגען האט געשריבן:אין די עמי איז געבליבען מיט די נאמען ביז טענק אין געהייערט א נייע טיעם צו אינוועסטן אין איידיעס מיט פרישע מאגולס.

וואס מיינט מאגולס?
און ווער האט געהייערט די נייע טיעם? עמי?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

טשעירמאן האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:אין די עמי איז געבליבען מיט די נאמען ביז טענק אין געהייערט א נייע טיעם צו אינוועסטן אין איידיעס מיט פרישע מאגולס.

וואס מיינט מאגולס?
און ווער האט געהייערט די נייע טיעם? עמי?

מאגולס זענען אינוועסטערס
עמי האט געהייערט א נייע טיעם
לעצט פארראכטן דורך שטייגען אום זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
..
מנכל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנכל »

איך האב שוין געליינט אלע דריי פון זייערע מעגאזינען, ס'איז גאנץ אינטערסאנט אבער איך מיין אז עס וועט גאנץ שנעל אויסוועפן וויבאלד פון אלע ביזנעס פיטשע"ס ביז יעצט איז נאך נישט דא קיין איין פערטיגע דיעל, עכ"פ ס'שטייט נישט דארט קיין איין פערטיגע זאך.

עמי האט גענומען די ראטה ענד קאמפאני פירמע זאל עס פירן פאר זיי
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

וואלט געווען א גוטע געדאנק ווען 'מאמענט' זאל עס איבערטייטשן אין יודיש.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

נאכנישט גע'ענדיגט ליינען די דריטע, כ'האב נאר געליינט געליינט אפאר ארטיקלען, אויך שוין געליינט אפאר פין די פיטשע"ס און ס'איז באמת אינטערעסאנט.
איך האף אז ס'גייט גוט אויפפיקען.

דערווייל איז נישט דא קיין זכר אין די עמי פין זייער נייע ביז טענק די לעצטע פאר וואכן.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

געקויפט פאר סוכות
זייער שווער אז עס זאל מצליח זיין טאקע וועגן ער איז ווי אזוי ער שרייבט א strictly Bussines magazine
ווילאנג עס איז געווען אין די עמי איז עס געווען אינטערסאנט יעדע וואך אביסל
יעצט איז עס איינמאל א חודש $5 נאר ביזנעס .......
Don't think it will work out
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

די עמי האט שוין גרייט א גאנצע סעריע פון פיטשע״ס מיט זייער נייע מאגולס צוגעשטעלט דורך ראט ענד קא. אבער למעשה אויף יעצט איז דא א ריסטרעיניג ארדער פון געריכט אז זיי טארן נישט לויפן מיט די סעריע.
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

זכאי האט געשריבן:די עמי האט שוין גרייט א גאנצע סעריע פון פיטשע״ס מיט זייער נייע מאגולס צוגעשטעלט דורך ראט ענד קא. אבער למעשה אויף יעצט איז דא א ריסטרעיניג ארדער פון געריכט אז זיי טארן נישט לויפן מיט די סעריע.

אלץ וואס אויס זאלן זיי נישט מעגן לויפט מיט די סעריע ?
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

מאטכע האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:די עמי האט שוין גרייט א גאנצע סעריע פון פיטשע״ס מיט זייער נייע מאגולס צוגעשטעלט דורך ראט ענד קא. אבער למעשה אויף יעצט איז דא א ריסטרעיניג ארדער פון געריכט אז זיי טארן נישט לויפן מיט די סעריע.

אלץ וואס אויס זאלן זיי נישט מעגן לויפט מיט די סעריע ?


האט לעגאלע פראבלעמען מיט קליין פון בי טענק.

אפשר קען איינע פון די״מאוגעלס״ סאלווען דער קריג?
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

מאטכע האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:די עמי האט שוין גרייט א גאנצע סעריע פון פיטשע״ס מיט זייער נייע מאגולס צוגעשטעלט דורך ראט ענד קא. אבער למעשה אויף יעצט איז דא א ריסטרעיניג ארדער פון געריכט אז זיי טארן נישט לויפן מיט די סעריע.

אלץ וואס אויס זאלן זיי נישט מעגן לויפט מיט די סעריע ?


כ'שטעל מיך פאר אז יואלי קליין האלט אז עס איז זיין איידיע, און יעצט אז ער איז ארויס פין די עמי, וויל ער עס האלטן פאר זיך.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
א גוט אויג
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2017 12:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט אויג »

שטאטסמאן האט געשריבן:
מאטכע האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:די עמי האט שוין גרייט א גאנצע סעריע פון פיטשע״ס מיט זייער נייע מאגולס צוגעשטעלט דורך ראט ענד קא. אבער למעשה אויף יעצט איז דא א ריסטרעיניג ארדער פון געריכט אז זיי טארן נישט לויפן מיט די סעריע.

אלץ וואס אויס זאלן זיי נישט מעגן לויפט מיט די סעריע ?


כ'שטעל מיך פאר אז יואלי קליין האלט אז עס איז זיין איידיע, און יעצט אז ער איז ארויס פין די עמי, וויל ער עס האלטן פאר זיך.


למעשה איז עס שוין אין די עמי די וואך.
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

א גוט אויג האט געשריבן:
שטאטסמאן האט געשריבן:
מאטכע האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:די עמי האט שוין גרייט א גאנצע סעריע פון פיטשע״ס מיט זייער נייע מאגולס צוגעשטעלט דורך ראט ענד קא. אבער למעשה אויף יעצט איז דא א ריסטרעיניג ארדער פון געריכט אז זיי טארן נישט לויפן מיט די סעריע.

אלץ וואס אויס זאלן זיי נישט מעגן לויפט מיט די סעריע ?


כ'שטעל מיך פאר אז יואלי קליין האלט אז עס איז זיין איידיע, און יעצט אז ער איז ארויס פין די עמי, וויל ער עס האלטן פאר זיך.


למעשה איז עס שוין אין די עמי די וואך.


גוט גוט, א ביז טענק אין די עמי געפירט דורך ראטה ענד קא איז בכלל נישט אוועקצומאכן.

ס'דא גענוג פאר ביידע. ביידע האבן זייער גוטע טיעם'ס. ביידע טויגן זייער גוט.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי אוי אוי »

ווער איז די ראטה ענד דא ?

מען האט שוין געהערט פין זיי ביז יעצט אדער א נייע טיעם בכלל ?
ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ל. שווימער »

די עמי איז פטור געווארן פון די ריסטרעינינג ארדער, און דעי וואך אי"ה גייט ערשיינען די ערשטע עפיזאד פון די נייע ביזטענק.
אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל הישר »

אן אריינגיין אין פריוואטע סוכסוכים
לדעתי איז נישטא קיין קליענטעל פון מענשטן וואס העלן ספענדן 5$ פאר זיין אויסגאבע
ס״ה קען ער מצליח זיין אינטערצוברענגן די עמי׳ס ביז טענק
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שכל הישר האט געשריבן:אן אריינגיין אין פריוואטע סוכסוכים
לדעתי איז נישטא קיין קליענטעל פון מענשטן וואס העלן ספענדן 5$ פאר זיין אויסגאבע
ס״ה קען ער מצליח זיין אינטערצוברענגן די עמי׳ס ביז טענק

ער גייט שוין אן אפאר חדשים.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

ווישוואש האט געשריבן:
שכל הישר האט געשריבן:אן אריינגיין אין פריוואטע סוכסוכים
לדעתי איז נישטא קיין קליענטעל פון מענשטן וואס העלן ספענדן 5$ פאר זיין אויסגאבע
ס״ה קען ער מצליח זיין אינטערצוברענגן די עמי׳ס ביז טענק

ער גייט שוין אן אפאר חדשים.

נישט קיין שום סתירה, טריביון איז אויך אנגעגאנגען קרוב צו 2 יאר ביז זיי האבן זיך פארמאכט
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

אוי אוי אוי האט געשריבן:ווער איז די ראטה ענד דא ?

מען האט שוין געהערט פין זיי ביז יעצט אדער א נייע טיעם בכלל ?

די גרעסטע (און שטארקע סוקסאספול)אקאונטינג קאמפאני און ברוקלין
הק׳ טעקעלע
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

איך האב שוין געשריבן דא אויפן וועלטל אפאר חדשים צוריק

איך זעה נישט ווי ער זאל קענען מצליח זיין ,

איינמאל א חודש ארויסקומען פאר $5 א מאגאזין נאר ביזנעס איז נישט קיין גוטע ביזנעס איידיע .........

רוב מענטשן זענען נישט נייגעריג צו ליינען 60 זייטן Bussines only פאר $5 ,

אדרבה זאל עס מאכן אסאך געלט ......
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”