קידעלינגאו - קינדליין אין ענגליש

די אחראים: אחראי, געלעגער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

קידעלינגאו - קינדליין אין ענגליש

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:36 pm

אין די יעצטיגע טעג ווערט געמאלדן די דראסטישע נייעס אז קינדליין - די העכסט אויפגעכאפטע וועכנטליכע קינדער אויסגאבע, שפאנט א טריט פאראויס, עס גייט פון קומענדיגע וואך אנגעהויבן זיין צו באקומען וועכנטליך אויף די ענגלישער שפראך.

דאס וועט פילייכט ברענגן די מעגליכקייט פאר מערערע פאמיליעס וואס אידיש איז נישט זייער ערשטע שפראך, צו קענען ליינען און זיך דערקוויקן מיט עפעס צום זאך, היימיש און אויסגעהאלטן. אזוי אויך וועלן די מיידלעך אין שטוב, וואס ליינען שנעלער און גרינגער ענגליש, מער נישט מקנא זיין זייערע ברידער און וועלן האבן זייער חלק אויף א גאלדענעם טאץ.

ווייטערדיגע פרטים וועלן נאכפאלגן.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:42 pm

די זעלבע ארויסגעבער ווי קינדליין? אדער א צווייטע קינדערלעך?
...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:44 pm

עין טובה האט געשריבן:די זעלבע ארויסגעבער ווי קינדליין? אדער א צווייטע קינדערלעך?

ליין עס איבער שטייט און קלאר ביטע. יש"כ.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:52 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:די זעלבע ארויסגעבער ווי קינדליין? אדער א צווייטע קינדערלעך?

ליין עס איבער שטייט און קלאר ביטע. יש"כ.

ער ליינט נישט קיין ענגליש :wink:

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:34 am

די זעלבע ארטיקלען ווי קינדליין נאר טרענסליט, אדער פרישע זאכן מיט די ענגלישע פישל שעכטער'ס?!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קידעלינגא #1

תגובהדורך שרעבי » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:21 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_20170914_151934.jpg
Kidalingo#1
IMG_20170914_151934.jpg (276.78 KiB) געזעהן 3798 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:25 pm

לכאורה היסטארישע דורכברוך

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:27 pm

אוי וויי. זושא' לע גייט מיט א נעקטיי און מיט פאות אונטער די אויער. מן הסתם הייסט שוין נישט זושא'לע.

די געדאנק איז א געוואלדיגע אויפטוה. סיי פאר די יונגעלעך און סיי פאר די מיידלעך.

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:48 pm

איך זע אז עס קאסט נאר 3.50 :cry:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:23 pm

חלה האט געשריבן:איך זע אז עס קאסט נאר 3.50 :cry:

דו זעהסט אויך intro Price?

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:28 pm

אין ענגליש איז דאך דער Circle וואס איז זייער פאפולער ביי קינדער

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:42 pm

איך בין נישט מקנא אויב דאס גייט אפעקטירן די אידישע קינדליין!!!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:32 pm

וואו איז די ™ סימבאל?

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 6:01 pm

ווען ס'וועט זיין א קאנקורענץ...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 6:09 pm

צו גייט עס זיין די זעלבע ווי קינדליין און פשוט איבער געטייטשט אדער כולו אנדערשט ?

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 6:47 pm

וועלכע קרייז צילט מען מיט דעם אויסגאבע?

פון די נעקטיי, פיאות אויף די אויערן אד"ג, איז משמע אז מען זוכט נישט די חסידישע ציבור וואס האט ליב צו ליינען ענגליש.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 7:02 pm

פשטות לעיקוואוד און גאנץ אמעריקע, און אפשר די ענגליש רעדענדע משפחות אין ארץ ישראל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:15 pm

הלשון האט געשריבן:וועלכע קרייז צילט מען מיט דעם אויסגאבע?

פון די נעקטיי, פיאות אויף די אויערן אד"ג, איז משמע אז מען זוכט נישט די חסידישע ציבור וואס האט ליב צו ליינען ענגליש.

ביי רוב ערליכע אידן אין אמעריקא איז ענגליש די ערשטע [/איינציגסטע] שפראך

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:06 pm

יאסעלע האט געשריבן:איך בין נישט מקנא אויב דאס גייט אפעקטירן די אידישע קינדליין!!!

וואס עפעס זאל דאס אפעקטירן? קינדליין גייט נישט ווערן שוואכער, ביידע גייען זיך לכאורה הייבן העכער און העכער לרום המעלה.

פארשטייט זיך אז איינס פון זיי גייט זיין בעסער, עס איז כמעט נישט מעגליך צו האלטן ביידע אויף זעלבן לעוועל, אבער לאמיר האפן אז ביידע זאלן מצליח זיין און אויספירן זייער ציל אריינצוברענגן תוי"ש אין אידישע קינדערליך.

אגב, איך באגריס דעם שריט פון לייגן זושא'לע (אויב ער הייסט אזוי... מסתמא הייסט ער שרגי אדער גלעד...) מיט די פיאות העכערן אויער, ווי צו זאגן מען מיינט נישט דיר, נאר מיר צילן מיט דעם אן אנדערער סארט קרייז. אז איר ווילט ליינען ענגליש - כל הכבוד, אבער האב נישט קיין טענות, וד"ל. א קלוגער שריט.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:05 am

פיאות אונטער די אויער, שגץ בייק, בעסקעט באלל......

איך ציטער צו אינעווייניג איז דא קאוקא קאלע מיט ספרייט, סנוטס מיט באנדאנאס, און ווער ווייסט צו סמארט פאונס און דיווידיס.

איך האף אז,דער שריט שטעלט זיי נישט אריין אין א דעפענסיוו פאזיציע פון די וועלכע זענען אין א געיעג צו צייגן עקסטרעמיזם, הרב י. מ. סופר שארפט זיך שוין די פענע ווארשיינליך.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:10 am

אה, דער רב גרייט זיך צו שלש סעודות...

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:05 am

וואס איז דאס: Kidakingo?
פאר וועמען איז דאס געמאכט?

איך גלייב נישט אז איך גיי דא מחדש זיין עפעס. אבער היות דער עולם פרעגט דא און אויך אין אישי וועט מען דערציילן בקיצור נמרץ.

בעצם קומט נישט אז kidalingo זאל ווערן באשריבן אין די אידיש רעדענדע וועבסייט אייוועלט , ווייל די קידעלינגא צילט נישט דעם עולם דא, אבער אז דער עולם איז נייגעריג... שוין...
איז אזוי, קינדליין האט באקומען אסאך פארלאנגען פון דעם ענגליש-רעדענדע ציבור "למה נגרע" פארוואס זאלן אונזערע קינדער נישט הנאה האבן פון די רייכע ידיעות וואס קינדליין שטעלט צו? פארוואס זאלן אונזערע קינדער נישט הנאה האבן פון די הויכע ניווא קאמיקס און תוכן'דיגע תורה'דיגע ארטיקלען?
איי סאיז דא אסאך אנדערע קינדער-קאמיקס-מאגאזינען אויף ענגליש? די תירוץ איז: אויף די הויכע און תורה'דיגע ניווא איז נישט דא, און אלע זענען בעיקר געצילט פאר מיידלעך און געאייגנט פאר יונגערע קינדער, אבער א אויסגאבע פאר tweens ווי קינדליין מיט די קוואליטעיט און ניווא איז נישט דא.
דעריבער האט קינדליין אוועק געשטעלט א סטעף פון העכסט פראפעסיאנאלע שרייבער וועלכע נעמען אלטע ארטיקלען און קאמיקס פון אלטע קינדליין'ס וועלכע ווערט איבער געזעצט אויף ענגליש.
די קידעלינגא איז אויפן זעלבן ריינעם מהלך ווי קינדליין מיט גאר שטרענגע פרינציפן און חומרות. נאר די כאראקטער פון דער קינד (פלטי) און די אויסשטעל איז מער געאייגנט און צוגעפאסט פאר די ישיבישער עולם, וועלכע רוב ענגליש רעדענדע זענען פון די קרייזן.
קידעלינגא איז דייקא נישט געצילט פאר אונזערע עולם, אבער גענוג כשר און היימיש און ריין פאר די וואס ווילן גיבן פאר די קינדער ריינע ליין מאטריאל אויף די ענגלישע שפראך.
קידעלינגא וועט זיין צו באקומען יעדע מאנטאג בעזרת השם. בעיקר אין די שטעט ווי עס וואוינען די ענגליש-רעדענדע קרייזן.
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

kid-a-lingo#2

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:36 pm

/
צוגעלייגטע
photo_2017-09-25_13-23-28.jpg
photo_2017-09-25_13-23-28.jpg (214.92 KiB) געזעהן 2800 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:43 pm

שרעבי האט געשריבן:וואס איז דאס: Kidakingo?
פאר וועמען איז דאס געמאכט?

די תגובה וואלט אויך געדארפט געשריבן ווערן אין ענגליש...

לאמיר האפן עס וועט שיין מצליח זיין.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

קורץ און שארף
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 10, 2011 1:02 pm

תגובהדורך קורץ און שארף » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 8:48 pm

דעיס קומט נאך ארויס?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט