בלאט 3 פון 94

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2010 9:05 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
יא יא

גם אני זוכר דער געוואלדיגער גליון 'גינת ורדים' וואס פלעגט ארויסקומען.

א נחמה פורתא איז די קובץ גליוני גינת ורדים וואס כהאב מיך איינגעהאנדלט ווען ס'איז ארויסגעקומען ארום א האלבע יאר צוריק.

כהאב אויך פארגעסן פריער צו שרייבן וועגן נאך א גליון 'פתגמין קדישין' וואס קומט ארויס פון סאטמאר ירושלים (מהרז"ל) א אויסטערלישער שיינער ארבעט.
און לדעת.נעט איז עס נישטא. אבער גלגל שיקט עס ארום כמעט יעדע וואך. (כמיין דאס איז די איינציגסטע זאך וואס כהאב הנאה פון גלגל)

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 5:00 am
דורך סלונימער
קנין תורה פון תולדות אהרון.

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 5:57 am
דורך מאטעס
עלים לתרופה מלא תוכן, והכל בתכלית הכשרות למהדרין מן המהדרין..

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 6:52 am
דורך מומחה יוחס
וואס איך האב די מערסטע הנאה אין איך ליין יעדע וואך איז שווער אראפ צו שרייבן ווייל איך ליין אלע בלעטער וואס קומט אין די האנט אריין כולם אהובים אין יעדע מיט זיינע זאכן בארייכן מיר די אוצרות פין ידיעות אבער פין דעס וועגן וועל איך שרייבן וואס איך ליין באופן קבוע

מבאר רבותינו, דברי תורה פר' השבוע בעלז, בחצר הקודש סקווירא, שבת בשבתו אנטווערפן, התאחדותינו סאטמאר, עלים לתרופה, ניצוצי אורות סקאליא, מאורות דף היומי, אין נאך אסאך

אמאל פלעג איך ליינען די פרחי מגדים סקווירא ב"פ [ווער געדענקט דאס] אין גינת וורדים חבל על דאבדין ולא משתכחין

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 7:08 am
דורך קהת
איך ליין עלים לתרופה, און דברי תורה פון בעלזא, גראדע האב איך מיך אנגעטראפען לעצטנס און די דברי תורה בעלזא איבער געטייטשט אויף יודיש געאייגענט פאר קינדער זייער שיין. און אויך ליין איך שבת בשבתו אנטווערפן.

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 3:06 pm
דורך מוטשע נישט
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:איז דא נאך חברה וואס ליינען דעם בסוד שיח?

איך ווער כסדר נתפעל פון די רייכע תוכן. ממש צו באלעקן די פינגער.

אסאך מאל שטימט עס נישט מיט תלמידי סאטמאר והמסתעף. אבער חוץ פון דעם איז עס אויסערגעווענליך.



בסוד שיח האט א גוטן שריפט און אינטערסאנטע נושאים
א שטארקע ציוניסט אבער נישט לאנג צוריק האט ער געשריבן אז קיינעם אויסער סאטמאר אינטערסירט שוין היינט ה' אייר

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 3:09 pm
דורך מוטשע נישט
תרנגול האט געשריבן:גליון תפארת ישראל פון טשארטקוב איז אן אוצר נפלא. מוראדיג באטעמ'ט.


גערעכט אבער אסאך איז בלויז א קאפי/פעיסט פון אנדערע גליונות

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 3:13 pm
דורך מוטשע נישט
קהת האט געשריבן:איך ליין עלים לתרופה, און דברי תורה פון בעלזא, גראדע האב איך מיך אנגעטראפען לעצטנס און די דברי תורה בעלזא איבער געטייטשט אויף יודיש געאייגענט פאר קינדער זייער שיין. און אויך ליין איך שבת בשבתו אנטווערפן.


דברי תורה בעלזא אידיש ווי אזוי הייסט דאס און ווי קען מען עס באקומען?

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 3:20 pm
דורך יהיה כן
ווייסט איינער צי דע גליון 'הליכות החיים' (דאכצעך סקווירא, סיז אויף הלכה למעשה נישט אויף די סדרה) איז דא ציבאקומען ערגעץ אין פיי דיי פיי?

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 3:21 pm
דורך מוטשע נישט
צו די לה"ק שיינע גליונות קען מען צולייגן
- דברים טובים - אלעד, א גאר שיינע ליקוט
- פינת השבוע - מאליק
- איש לרעהו
- האיחוד בחידוד
- שיחת השבוע - חב'ד
- נר לשולחן השבת
- ישא ברכה
- לקראת שבת -סקווירא
און לעצטנס קומט אהן עפעס א נייע גליון פון וויזניץ, נושא השבוע

אינטערסאנט אז קיינער רעדט נישט פון די גליונות אויף אידיש
די אויבן אהן איז
- שבת בלעטל - בעלזא
דערנאך איז דא
- חסידישע ספרים - סקווירא
- הליכות החיים - סקווירא
- שבת בשבתו, אוצר השבת, - סאטמאר
- אורות המכון


ווער עס ווייסט פון נאך אינטערסנטס ביטע מעלדן

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 3:22 pm
דורך מוטשע נישט
יהיה כן האט געשריבן:ווייסט איינער צי דע גליון 'הליכות החיים' (דאכצעך סקווירא, סיז אויף הלכה למעשה נישט אויף די סדרה) איז דא ציבאקומען ערגעץ אין פיי דיי פיי?

גלגל אדער לדעת

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 6:28 pm
דורך ביקסאד
*
גליוני מחנינו - סקווירא


בחצר הקודש - לקראת שבת - א בלאט גמרא - חסידישע ספרים - הליכות החיים - עונג שבת


ספעציעלע אויסגאבעס - א טעם אין יום טוב




רב תודות לידידינו, חברינו היקרים בן בוזי ו/או שטיקל גבאי.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 03, 2010 12:30 am
דורך ביקסאד
*
שמעלצערס צום טיש,

עס איז שוין דא א געהענגעל מיט דעם נאמען גליונות על פרשת השבוע אין דעם סוב פארום מדי שבת בשבת ומועד במועדו, וועלכע איז טאקע צו-שטאנד געקומען נאך דעם וואס מען האט אן געהויבן געהענגלעך אויף יעדע וואך באזונדער.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 03, 2010 8:44 am
דורך גבאי ביהמד
ביקסאד איז גערעכט, מיר האבן צאמגעשמאלצן די אשכולות, וכדי שלא יחסר המזג וועט זיין א 'צל' אין 'מידי שבת בשבתו' פון דעם אשכול, מזה ומזה אל תנח ידיך.

הגבאי

געשריבן: זונטאג יוני 06, 2010 11:52 am
דורך פריילאך
שבת בלעטל בעלז.

גאר שיינע זאכן, כמעט אייביג דא עפעס נאכצוזאגן פאר די קינדער, אדער ערוואקסענע.

לקראת שבת - גאר א שיינע ליקוט.

געשריבן: זונטאג יוני 06, 2010 11:59 am
דורך צעיר באלפי ישראל
פלא לי שאף אחד אינו מזכיר הגליון הנאה והמשובח הנקרא 'לבי ער' היו"ל ע"י קהל החסידים באלעד יצ"ו

ובו מאמרים יקרים פרי עטו של האומן הגדול בשדה החינוך וההשקפה הגרי"ב וואזנער שליט"א ועוד דברים יקרים, וגם סיפורים.

לא נמצא על לדעת [כנראה מחמת פרומקייט לא לפרסם על אתר אינטערנעט] אבל נשלח ע"י גלגל כל שבוע.

מובטחני שאוהבי רעיון, חיזוק, השקפה בסערות החיים, ועוד ימצאו בו ענין וטעם לשבח.

נזדמן לכם כבר לראותו?

וועלכע גליונות זענען אינטערעסאנט?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 07, 2010 12:38 am
דורך imzist
א צייט צוריק דאכציך אין די "נענועים - בעש"ט - להבדיל ש"צ אשכול", האט איינער מזכה געווען דעם עולם מיט זיך אויפסיינען אויף גלגל. וכך עשיתי. למעשה, זעענדיג אז זיי שיקן מיר פשוט יעדע וואך א טוץ מיט טוצן מיט גליונות, וואס רוב דערפון דאס הייסט 99 פראצענט קום איך ניטאמאל אן אנצוקוקן, האב איך באצייטנס געראטעוועט מיין אימעיל אדרעס פון א פארפלייצונג, און אפגעשטעלט דעם סובסקריפשאן. טראכטנדיג, אז אויב וויל איך דוקא זוכן א גליון, קען איך דאס האבן ביי לדעת אויכעט.

ועתה על של עתה באתי. איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פונעם ציבור דא, חובבי תורה וגליונותיה, וועלכער גליון איז אינטערעסאנט צו נעמען אין די הענט אריין, און וועלכע עס זענען נישט ראוי לאכילה. געגאנגען, נעמט אייך צו דער ארבעט...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 07, 2010 12:47 am
דורך אךשמח
על טעיסט אין להתוכח.

איך גלייך דאס בעסטע דער גליון 'עלים לתרופה'. דערנאך זענען פאראן מינים ומינים שונים איינס בעסער פון צווייטן. אבער אין די פילע יארן וואס דאס גייט שוין אן, איז קיינער נאכנישט געקומען נאנט צו זיינע פילפארביגע מאמרים. מען זעט די ארבעט וואס זיי לייגן אריין.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 07, 2010 1:11 am
דורך imzist
איך האב פארגעסן צוצולייגן. דאס איז נישט קיין סורוועי, צו הערן "וואס" דער עולם גלייכט, נאר בעיקר "פארוואס". אין אנדערע ווערטער, א דעסקריפציע פון די גליונות, פון וואס עס רעדט זיך, אויף וועלכע סטיל איז עס געשריבן, און פארשטייט זיך, צי ערפילט דער מו"ל זיין מטרה, צי קומט ער נאך זיינע צילן, און ווי שטארק, וואסערע דזשאב מאכט ער - אין זיין פעלד, פארשטייט זיך - און צו איז עס אינטערעסאנט.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 07, 2010 9:20 am
דורך קהת
דאכציכמער סאיז שוין געוועהן עטליכע אשכולות איבער די נושא

אז כעל עס טרעפען וועל איך עס ברעננגען

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 07, 2010 9:22 am
דורך קהת

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 08, 2010 1:04 am
דורך מוטשע נישט
שלום לעם
אויסטערליש זיס.

לעצטנס קומט ארויס א נייע גליון 'עידית שבעידית'. ממש א יחיד במינו. ער נעמט צוזאם הערליכע תורות און ווערטלעך אויף די סדרה, יעדעס איינס איז זיך צום באלעקן. עוד לא נראה כבושם זה!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 08, 2010 10:11 am
דורך פריילאך
דער גלגל האט אנגעהויבן צו באווארפן מיין אינבאקס מיט פילע חדר אויסגאבעס, וואס איז לדעתי איבריג.

מען קומט קוים אן צו ליינען וואס די קינדער ברענגען אהיים.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 10:31 am
דורך פריילאך
מוטשע נישט האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:גליון תפארת ישראל פון טשארטקוב איז אן אוצר נפלא. מוראדיג באטעמ'ט.


גערעכט אבער אסאך איז בלויז א קאפי/פעיסט פון אנדערע גליונות



בייזוויליגע בלבול.

אגב, איז אין טשורקוב גליון איז דא לעצטענס א חינוך ארטיקל, מלא תוכן טוב טעם ודעת, פון א מחנך א.ש. מילר פון בני ברק, עני איידיע מה ומי טיבו?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 2:41 pm
דורך אויפריכטיג
פריילאך האט געשריבן:דער גלגל האט אנגעהויבן צו באווארפן מיין אינבאקס מיט פילע חדר אויסגאבעס, וואס איז לדעתי איבריג.

מען קומט קוים אן צו ליינען וואס די קינדער ברענגען אהיים.

איך האלט שוין לאנג אז גלגל וואלט געדארפט מאכן אן אפשן אז מען זאל קענען אנצייכענען וועלכע גליונות מען וויל אדער מען וויל נישט באקומען.
אבער ווי עס קוקט אויס מאכט ער נישט געלט פון דעם פראיעקט, דעריבער איז אלעס הכל ריוח.