גליונות לשבת ויום טוב - לינקס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 12:07 pm

די וואך שרייבט "עידית שבעידית" אז מען קען באקומען אויף חמשה חומשי תורה. מיינט דאס א געהעריגער ספר אדער וואס?

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 12:09 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:די וואך שרייבט "עידית שבעידית" אז מען קען באקומען אויף חמשה חומשי תורה. מיינט דאס א געהעריגער ספר אדער וואס?

לויט ווי איך פארשטיי וועט דאס זיין אויף א שיין איינגעבינדענע פארמאט, און נישט געהעריג געדרוקט ווי א ספר.

באגי מען האט געשריבן:ווער איז דער ארויסגעבער דערפון?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 12:59 pm

אגב, אינעם לדעת אי-מעיל די וואך איז דא עטליכע ארטיקלן פון איי וועלט. שאץ מאץ טאג בוך און נפשי חמדה בצל ידי"ך פון שמעלקע.

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 11:18 pm

די וואך צום ערשטען מאל געזען דעם עידית שבעידית נאכן זען דערווען דא, קוקט טאקע אויס ווי א וואנדערבארע ארבעט
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

אוועטאר
געוואלד און געשריגן
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:50 pm

תגובהדורך געוואלד און געשריגן » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 6:42 pm

פרישע גליון האב איך באמערקט דעי וואך אויף די טישען, אביסל א אינטשערסטינג גליון, אבער פארט גוט, עס רופט זיך "גליון ליל שישי" עס פארמאגט עפעס שיעורים פון ר' משה מנחם טירנויער פון מאנטריאל, איך האב געכאפט א שטיקל בליק, איך בין עכט נתפעל געווארן, אזעלכע טיפזיניגע שיעורים

אוועטאר
געוואלד און געשריגן
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:50 pm

תגובהדורך געוואלד און געשריגן » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 6:46 pm

זאגט מיר איינער יעצט אז ער האט דאס באקומען ביי אימעיל דעי וואך פון leilshishy@gmail.com, לאמיר פראבירן אהין צו שיקן א פארלאנג, אויף לדעת איז דאס נישט דא!

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך אוגוסט 24, 2011 6:27 pm

געוואלד און געשריגן האט געשריבן:זאגט מיר איינער יעצט אז ער האט דאס באקומען ביי אימעיל דעי וואך פון leilshishy@gmail.com, לאמיר פראבירן אהין צו שיקן א פארלאנג, אויף לדעת איז דאס נישט דא!


זאגט מיר איינער אז עס איז דא א ליניע וואו מען קען הערן דעי שיעורים הנ"ל, 718-506-9048

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

וועלכע גליון האלט איהר פארען שענסטע און כדאי צו ליינען

תגובהדורך dovidal » זונטאג אוקטובער 02, 2011 2:57 pm

עס איז א געשמאקע זאך צו עפענען אן אשכול איבער דעם טעמע פון גליונות
יעדער זאל אריינשרייבן וועלכע גליון איז פאר אים דאס שענסטע, און עס איז כדאי דאס צו ליינען.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 02, 2011 3:00 pm

דוד'ל, ביטע מאכט דעם קעפל מער ספעציפיש.

א דאנק.

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

תגובהדורך קעיזנאוו רד. » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 6:47 pm

לעצטנס ערשיינט א וואונדערליכע גליון מיטן נאמען אז נדברו, ווייסט איינער ווער עס שטייט אונטער דעם?

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 7:19 pm

געהערט אמאל אז מכון דרכי שמחה (ארויסגעבער פון ירושלמי אור שמחה), צו אפשר גאר הרב בלום גופו, גיבט ארויס א גליון וואס ס'איז נאר דא צו באקומען אויף אימעיל, ותוכנו מראי מקומות מענינים הנוגעים לפרשת השבוע. אויב ווייסט איינער במה דברים אמורים ישמח נפשי למאוד.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 11:33 am

דער שיקער האט מיר לעצטענס מזכה געווען מיט א גליון פון הרב קוק זעלבסט :-(
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » פרייטאג אוקטובער 07, 2011 2:56 am

אוהב חכמה האט געשריבן:געהערט אמאל אז מכון דרכי שמחה (ארויסגעבער פון ירושלמי אור שמחה), צו אפשר גאר הרב בלום גופו, גיבט ארויס א גליון וואס ס'איז נאר דא צו באקומען אויף אימעיל, ותוכנו מראי מקומות מענינים הנוגעים לפרשת השבוע. אויב ווייסט איינער במה דברים אמורים ישמח נפשי למאוד.


זעהט אויס ווי דער עולם ווייסט נישט וואס כ'מיין, וועל איך מסביר זיין.
אור שמחה איז אויף ירושלמי וואס ספר המפתח (פרענקל) איז אויף רמב"ם (בערך). וואלט איך שטארק נהנה געווען פון א "גליון" אויף דעם שניט. לדוגמא, אנשטאט צו ברענגן "לקוטים יקרים" על פרשת האזינו, זאל געברענגט ווערן מראי מקומות וציונים לראשונים ואחרונים בעניני ברכת התורה (שנלמד מכי שם ה' אקרא, ברכות כא.), וכן כל כיוצא בזה.

ווער עס ווייסט פון עפעס מעין זה (לאו דער ספעציפישער גליון הנ"ל) איז מכובד זיך אנצורופן ווארעם, ואכיר לו טובה.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מוצ"ש אוקטובער 08, 2011 10:12 pm

וואס הייטס וועלכע גליון זיי בעסער מסביר
参考专家

אוועטאר
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » מוצ"ש אוקטובער 08, 2011 11:59 pm

dovidal האט געשריבן:יעדער זאל אריינשרייבן וועלכע גליון איז פאר אים דאס שענסטע, און עס איז כדאי דאס צו ליינען.

אזוי ווי קול התאחדותינו, סאטמאר י-ם, ב"ב,
מבאר רבותינו, נאנאש וומ"ס, ב"פ, צ.ב.ש. ?!?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג אוקטובער 09, 2011 12:01 am

מבאר רבותינו, דאס איז די איינציגסטע וואס איז דא אין מיין שוהל

יעצט אויף יו"כ געהאט זייער שיינע ידיעות
kraitchmah עט גימעיל

JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:03 pm

תגובהדורך JOELHEALTH » זונטאג אוקטובער 09, 2011 12:08 am

סדא עפעס א מכון וואס שיקט ארויס יעדע וואך עפעס הינדרעטע גליונות דורך אימעל האסט שוין געקוקט דארט?

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג אוקטובער 09, 2011 12:12 am

שוין פארהאן א שיינע צאל אשכולות איבער די נושא. חפשו ותחי נפשכם.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » זונטאג אוקטובער 09, 2011 12:34 am

איר מיינט גלגל?
די ערשטע צען "גליונות" מיט וואס זיי האבן מיר פארפלייצט זענען געווען חדר צעטלעך, (דער איד האט מסתמא 14 אינגלעך, און ער שיקט יעדן אין א באזונדער חדר...). כ'האב זיך תומ"י אויסגעשריבן.

דער גליון פון הרב בלום האב איך נאך יא שנעל דורכגעזוכט, און נישט געטראפן.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

תגובהדורך קעיזנאוו רד. » זונטאג אוקטובער 09, 2011 1:08 pm

גלגל איז שוין אונטערגעגאנגען. לדעת האט זיי איבערגענומען. אבער צופעליג די חדר גליונות זענען דאס מערסטע אינטערסאנט פאר מיינע קינדער זיי צוכאפן דאס יעדע וואך תיכף ווען איך ברענג עס זיי. (פאר מיינע קינדער'ס טאטע עס איז אויך אסאך מאל אינטערסאנט...)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג אוקטובער 09, 2011 1:20 pm

איך וואלט געבעטן די חשוב'ע נייע מעמבערס צו מאכן א סעירטש פאר מען עפענט א אשכול, טיילמאל איז עס סתם איבערגעקייט אלטע שטרוי.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג אוקטובער 09, 2011 1:22 pm

איך וואלט געבעטן די אלטע מעמבערס אז אויב מ'זעט א דאפלטן אשכול זאל מען ביטע צולינקן צום אלטן אשכול. א דאנק
kraitchmah עט גימעיל

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

תגובהדורך קעיזנאוו רד. » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 3:33 pm

האט איינער אפשר געסעיווד די אלע גליונות פון 'במחנה - חב''ד' פון די לעצטע יאר צוויי?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 24, 2011 11:59 am

הערליכע גליון איבער הרה"ק מריבניץ זי"ע לכבוד די יארצייט
www.ladaat.net/downloads.php?fid=22453

shtystenisht
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 11, 2011 11:40 am

תגובהדורך shtystenisht » מאנטאג אוקטובער 24, 2011 5:40 pm

לעצטענס קימט ארויס א גליון נר ההפטורה א געמיש יודדיש און לש"ק סאיז ממש גוואלדיג , קען זיין סיז נאר אין בארא פארק כווייס נישט, אבער זינט סקימט ארויס זאג איך די הפטורה יעדן וואך!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בא שבת בא מנוחה און 7 געסט