ומקדשי תיראו (גליונות בענין קדושת בית המדרש)

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

1) בעטס דעם רב/דיין הביהמ"ד זאל איהם אריבעררופן און מסביר זיין בדרכי נועם.

2) שיקט'ס איהם אהיים לייען מאטריאל אויפן פאסט.

3) לייגט'ס אויס אין ביהמ"ד חומר בנוגע דעם ענין

4) א תפלה צום באשעפער שילמדו תועים בינה.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

דע מה שתשיב האט געשריבן:וויאזוי וואלטיר מעורר געווען א יוד אין בית מדרש וואס שמועסט וואך איין וואך אויס, און גאנץ הויך אויפן קול?

קוקט אין אישי
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

פרשת ויגש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

https://drive.google.com/open?id=0B1_h4 ... 1uRkNHSnlv

פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!

אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.

א גוט שבת!
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

רבי אלימלך בידערמאן בענין שתיקה בשעת התפלה
https://drive.google.com/open?id=1Akllt ... klymM9uarv
מוארדיגע ווערטער
11 מינוט שמועס
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

פרשת ויחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

פרשת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

פרשת בא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

https://drive.google.com/file/d/0B1_h4w ... sp=sharing

פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!

אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.

א גוט שבת!
..
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

רב שטייגן!
אויב מעגליך לייגט עס פריער אין די וואך
יישר כח
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך וועל טרייען אי״ה
מקען זיך אויפסיינען אויף די אימעל
[email protected]
..
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

שטייגען האט געשריבן:איך וועל טרייען אי״ה
מקען זיך אויפסיינען אויף די אימעל
[email protected]

די זכות זאל דיר ביישטיין
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

שבת בשלח שירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

שבת יתרו קבלת התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

https://drive.google.com/open?id=0B2aHH ... JFdmllTkNn

פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!

אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.

א גוט שבת!

צו באקומען נאך חומר בנוגע קדושת התפלה שיקט אן אימעיל צו ומקדשי תיראו [email protected]

פארן גליון קדושת בית המדרש (ערשיינט חודש'ליך) שיקט אן אימעיל צו [email protected]

אין צו בייקומען די גליון נקדישך
שיקט אן אימעל צו [email protected]
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

ערב שבת מברכים אדר גליון קדושת בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

נקדשיך פרשת משפטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

פרשת תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

בקשת עזרה
מיר האבן תחת ידינו א שלל הערליכע סיפורים בנוגע קדושת בית המדרש אויף לשון הקודש,
אויב קענט איר זיך מתנדב זיין דאס איבערצוזעצן אויף אידיש, ביטע פארבינדט זיך מיטן מערכת
[email protected]
וזכות הרבים יהא תלוי בכם




פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!

אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.

א גוט שבת!



צו באקומען נאך חומר בנוגע קדושת התפלה שיקט אן אימעיל צו ומקדשי תיראו [email protected]

פארן גליון קדושת בית המדרש (ערשיינט חודש'ליך) שיקט אן אימעיל צו [email protected]

https://drive.google.com/open?id=0B2aHH ... h2Yll6V1lJ

א גוט שבת
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

א מוראדיגע מעשה איז די וואך אריינגעקומען צו די רעדאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך בין אמאל געווען אין א מצב פאר א שטיק צייט, ווען מיין ארבייטס געבער האט פשוט נישט באצאלט. די דיין האט געפסקנט אז איך זאל נישט באצאלן די רענט ביז די קינדער זענען זאט. די קאר איז געווען אוועקגעלייגט ביז... ווען כ׳האב אריינגעגאנגען אין גראסערי בין איך ארויס פונעם צווייטען טיר מיט ליידיגע הענט, די בושה צו פארציילען פאר א חבר אדער גיין צו שבת פעקלעך האט געקאסט בלוט און פיין. ( אמאל פלעג איך דארט צוהעלפן לשם מצוה) אבער צום סוף האט די פעקל געראטעוועט מיין משפחה׳ס לעבן.
נאר ווער עס איז דאס אמאל אדורך קען דאס ריכטיג פארשטיין די פיין און ליידן צו זיך געפינען אין אזא ביטערן מצב.
ווען כ׳האב זיך פארגענומען נישט צו רעדן בשעת התפילה אפולו בין גברא לגברא האבעך גלייך געזעהן א נס מן השמים חוץ לדרך הטבע וואס מיינע נאנטע האבן מיט געהאלטן. די פארגענומעכטס איז געווען שווער פון אנפאנג אבער זיס ווי ציקער אנטקעגן די שרעקליכע ארעמקייט בושה!
(נאמען געהיטען אין די רעדאקציע)
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

(די פאלגענדע מעשה ווערט דא איבערגעדוקט געווארן מיטן רשות פונעם גליון קדושת ביהמ״ד ותשח"ח לו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

שב"ק מברכים חודש אלול, ר' דוד קומט אריין אין ביהמ"ד פרייטאג צו נאכט'ס מיט א צובראכן הארץ, טראכטנדיג צו זיך, מ'טרעט דאך שוין אריין אין חודש אלול, רבש"ע ווי האלט איך אויף דער וועלט, ס'איז דאך שוין באלד ראש השנה, עס גייט פארשריבן ווערן א נייער יאר, ומי יאמר זכיתי לבי ווי אזוי קען איך זיך פארזיכערן ארויסצוגיין זכאי בדין?!
געפילן פון תשובה נעמען אים ארום.. ר' דוד גייט צו צו זיין באשטימטע פלאץ אין ביהמ"ד פארטיפט אין זיין ספר הזכרונות, באמערקענדיג א ספר אויפ'ן טיש, כאפט ער א בליק אינעם ספר ווי די שרעקעדיגע ווערטער שפרינגען אים אין די אויגן, די ווערטער פונעם זוהר הק': שלשה ספרים נפתחים בראש השנה ווי רבי שמעון בר יוחי פרעגט "ווער זענען די וואס ווערן ר"ל פארשריבן אינעם ספרן של רשעים? אין דער זוה"ק זאגט אז דאס זענען די וועלכע היטן נישט אויף קדושת המקום פון ביהמ"ד, און רעדן ביים דאווענען"!!!
די ווערטער האבן אים ממש אויפגעציטערט, זעענדיג אזעלכע קלארע שארפע דיבורים פונעם הייליגן זוהר הק', ר' דוד זייענדיג אינגאנצן איבערגענומען און אנגעווארמעט האט תיכף אויפ'ן פלאץ זיך פארגענומען מיט א פעסטע קבלה, אז פון היינט אין ווייטער רעדט ער מער נישט ביים דאווענען!!!
שוין לאנג וואס ער טראכט ביי זיך ווי גוט ס'וואלט
געווען זיך פארצונעמען אזא קבלה, כדי צו גרינגער קענען ביישטיין דעם נסיון פון כאפן א שמועס'ל מיט'ן חבר אינמיטן דאווענען, וואס איז נישט אלעמאל פון די לייכטע זאכן זיך צוריקצוהאלטן, אבער יעצט נאכן זעהן אזעלכע אפענע דיבורים פונעם זוה"ק האט אים זיין הארץ מער נישט געלאזט עס אפשטיפן, און מיט א פעסטע החלטה האט ער מקבל געווען אויף זיך צו היטן אויפן קדושת ביהמ"ד און נישט צו רעדן מער
קיין שום דיבור חול די גאנצע צייט פונעם דאווענען. אנגעפילט מיט א הרגש דקדושה און מיט התרוממות הנפש האט זיך ר' דוד געשטעלט דאווענען פארן הייליגן באשעפער מיט א פרישע חיות און מיט א אויפגעפלאמטע הארץ, דאנקענדיג דעם אויבערשטן וואס ער האט זיך געקענט פארנעמען דעם געוואלדיגן קבלה טובה און האפענענדיג אין דעם זכות טאקע זוכה צו זיין צו א גוט געבענטשט
יאר מיט אלעם גוט'ן. אזוי זענען דורכגעלאפן זיבן לאנגע יארן און ר' דוד
האלט זיך פעסט מיט זיין גוטע קבלה דורכקומענדיג אלע שוועריקייטן מיט וואס דאס איז פארבינדען, דעם היינטיגן מאנטאג שטעלט זיך ר' דוד דאווענען אביסל געיאגט, און א אנדער-האלבן שעה דארף ער שוין זיין אויף א גאר וויכטיגע ביזנעס מיטינג מיט א גרויסן קאמפאני צוליב זיינע געשעפטן, שוין א לאנגע צייט ווארט ער צו באקומען דעם איינלאדענונג, ענדליך פאריגע וואך האט ער צו זיין גוטן מזל באקומען דעם אפוינטמענט מיט די באשטימטע צייט אויפן קומענדיגן מאנטאג אום אכט א זייגער אינדערפרי.
די צייט איז אביסל קורץ, אבער ר' דוד פרובירט צו דאווענען מיט כוונה, וואוסענדיג פאר וועם ער שטייט און צו וועמען ער רעדט, ער האלט שוין פאר ברוך שאמר ווען זיין נאנטער חבר יוסף קומט צו צו אים אדורכרעדן א גאר וויכטיגן ענין וועלכע קען נישט ווערן אפגעלייגט, אבער ר' דוד ווייזט אים אז נאר נאכן דאווענען וועט ער קענען רעדן, יהי' מה שיהי' טראכט ר' דוד צו זיך ער וועט נישט ברעכן זיין קבלה, און אזוי האט ער ווייטער געדאוונט. נאר דערנאך וואס דער מנין האט געענדיגט דאס דאווענען האט ר' דוד זיך אראפ-געזעצט מיט זיין חבר וועם ער האט נישט געקענט אפשטיפען ווייל ער איז געשטאנען און געווארט די גאנצע צייט וויבאלד ס'איז געווען זייער א וויכטיגע ענין אדורך צו רעדן, ווען זיין בענקל קען אים שווערליך האלטן אין די אנגעצויגענע מינוט'ן, ענדליך נאך א פארשפעטיגונג פון גאנצע פופצן מינוט האט זיך ר' דוד ארויסגעלאזט אין וועג האפענדיג צום אויבערשטן ער זאל נישט פארפאסן דעם אויסגעווארטעטן מיטינג. ר' דוד מאכט זיך א קורצן חשבון אז דאסמאל איז א אויסנאם פאל וואס ער איז ערלויבט צו פארן שנעלער ווי די געזעץ לויטעט, ווען אפי' אזוי איז די צייט שוין איינגעשטעלט ער זאל נישט פארפאסן דעם מיטינג, פארטראכט אין זיינע געדאנקען קומט אים ארויף חרטה געפילן אויפן הארץ, פאר אזא וויכטיגע ענין וואלט איך יא געדארפט מפסיק זיין אינמיטן דאווענען ווי נישט ווי איז דאך ע"פ הלכה אין שו"ע מותר צו רעדן ביז ברוך שאמר, און מ'רעדט דאך נישט פון סתם אזוי א שמועס ס'איז דאך אמת'דיג געווען גאר א וויכטיגע ענין צו ערלעדיגן, אבער ער איז זיך תיכף מחזק ניין! דאס איז מיין פעסטע קבלה און איך קען דאס נישט צושטערן. די וועג איז צו זיין מזל זייער שווער און אנגעלייגט ער וויל זיך שוין זעהן ביים מיטינג, אופס... א זעץ אין די זייט האט אים אויפגעטרייסלט! די דערנעבנדיגע קאר האט ווייזט אויס נישט באמערקט די יאגעניש פון זיין שכן ר' דוד'ס אלייענדיגע קאר, און זיך נישט אוועקגערוקט באצייטנ'ס, בלית ברירה שטעלט ער זיך אפ אין זייט זיך ארומקוקענדיג צו ס'איז חלילה נישט געשעדיגט געווארן קיינער, ווען ר' דוד זעהט דעם גוי ארויסקומען פון זיין קאר האט ר' דוד אפגעאטעמט, האפענדיג וואס שנעלער פטור צו ווערן פון דעם גאנצן אומגעווארטעטן עסק, ר' דוד שלאגט פאר דעם גוי, א באלוינונג פון גאנצע טויזענט דאלער, פארגיטונגסט געלט אויסער די קאר שאדן, מיט'ן תנאי צו מאכן א "שווייג" פון זיין שנעל פארן
און אים לאזן פארן ווייטער. דער גוי גיבט אים זיין פולשטענדיגע איינשטימונג
צו דעם פלאן, נאר ער מוז פריער באקומען דערויף די באשטעטיגונג פונעם בעה"ב פון דעם קאר, נאך א קורצע שמועס מיט זיין בעה"ב אנטשולדיגט זיך דער גוי פאר אים אז דער בעה"ב פארלאנגט א גענצליכע רעפארט פון די פאליציי, פארענטפערנדיג זיך אז נישט אים מיינט מען, נאר צו קענען באקומען די בארעכטיגע אינשורענס אויפן קאר מוז ער מאכן א געהעריגן רעפארט, נישט זעהענדיג קיין אנדערע ברירה שטעלט זיך ר' דוד אין א זייט ווארטן אויף די פאליציי ווען פון זיין טיפן הארץ גיסט זיך ארויס א הייסע תפלה פאר'ן בוכ"ע אז ער זאל זיך ארויסדערזעהן פון דעם פלאנטער וואס שנעלער און
ער זאל נישט פארפאסן דעם גאר וויכטיגן מיטינג. ר' דוד דערמאנט די זכות פון קדושת בית המדרש בשעת התפילה ווי ערשט יעצט איז ער בייגעשטאנען דעם שווערן נסיון נישט צו רעדן אינמיטן דאווענען, און יעצט און אזא אנגעצויגעע מינוט האפט ער זאל
אים די זכות ביישטיין צום גוטן. די פאליציי איז טאקע ביז געציילטע מינוט'ן
אנגעקומען אויפן פלאץ, אבער אנשטאט זיך נעמען מאכן דעם רעפארט קוקט ער ר' דוד'ן אין פנים און קוקט זיך אביסל אום אויפן מצב, און ווי גארנישט האט פאסירט פארלאזט ער תיכף די סצענע אן דאס מינדערסטע ערקלערונג, דער גוי שטייט ערשטוינט און קומט קוים צו זיך פון דעם מאדנעם געשעניש, ער רופט באלד נאכאמאל די פאליציי, און מעלדט נאכאמאל איבער דעם עקסידענט און גיט איבער
דעם פונקליכן פלאץ ווי זיי געפונעם זיך. עס נעמט נישט לאנג און א צווייטער פאליציי
קומט ווידער אן, און ווי וואונדערליך שטעלט ער זיך אפ, קוקט זיך אביסל ארום אויפן פלאץ און פארט תיכף אוועק צוריק פון ווי ער איז געקומען, אן קיין שום אנגעבעניש, זיי קוקן זיך אן איינער דעם צוויטן דער גוי פאלט אריין אין א כעס, ווען ר' דוד שטייט אינגאנצן פארשטומט נישט קענענדיג ארויסרעדן א ווארט פון גרויס איבעראשונג, דאסמאל רופט שוין דער גוי די פאליציי מיט איין כעס, איבער וואס דא פאסירט און שרייט אריין אין טעלעפאון ווי די עקסידענט האט פאסירט און די פלאץ ווי זיי שטייען, פארלאנגענדיג א הסבר אויף די פאליצי פירונג, אין אינגענצן גערעגט שטעלט ער זיך ווידער ווארטן
אויפן אנקום פון די דריטע פאליציי. נאך פינעף מינוט קומט טאקע די פאליציי און
שטעלט זיך אין א זייט, זיי גייען צו אביסל נענטער צום פאליציי, ווען פליצלינג הערן זיי ארויס שרייען פון די פאליציי ראדיו איבער א שרעקליכען עקסידענט וואס האט יעצט פאסירט נישט ווייט פון די געגנט מיט א גרעסערע צאל קארס מיט עטליכע געהארגעטע, די פאליציי נאך פאר וואס ווי ווען פליעט שוין אוועק פונעם ארט, און לאזט זיי שטיין צום דריטן מאל
אינגאנצן ערשיטערט!!.
ר' דוד אריענטירט זיך שנעל און ניצט אויס די געלעגנהייט נעמט ארויס פון בערזל צעהן גלאטע הונדערטער'ס און דערלאנגט זיי דעם גוי, און מיט קורצע ווערטער אנטשולדיגט ער זיך נאכאמאל אויף די גאנצע געשעעניש, און געט אים איבער זיין טעלעפאון נומער פאר די קאר אינשורענס און ער יאגט זיך שנעל אוועק פון דארט, אזוי אפשר וועט אים נאך געלונגען צו כאפן דעם מיטונג. ר' דוד דאנקט דעם רבש"ע אויף די
געוואלדיגע פלא'דיגע זאכען וואס ער האט מיט אים געטוהן די פארגאנגענע צוואנציג מינוט, אויף אזא מיסטעריעזן אויפן, ר' דוד זעהט קלאר ווי עפעס א הימלישע האנט פירט אים דא און אזוי האפט ער נאך צו אניאגן דעם מיטינג פאר ס'איז אינגאנצן דערנאך, נאכ'ן פארן א גוטע האלבע שעה זעהט ער טאקע אין די זייט פונעם הייוועי ווי מערערע קאר'ס ליגן אינגאנצן צושמעטערט, און די רעטונג'ס אגענטורן פרובירן נאך מיט אלע כחות ארויסצושלעפן די מענטשן פון די קאר'ס, נישט וויסנדיג וויפיל איבערלעבער ס'געפינען זיך אינעווייניג. ר' דוד פארלאנגאמט דאס פארן, ווען זיין מח נעמט אים פון זיך אליין צוריק אין ביהמ"ד, ווי ער איז בייגעשטאנען דעם נסיון און נישט מפסיק געווען אינמיטן זיין דאווענען, פלוצלינג כאפט ער זיך, איין מינוט! ער רעכנט שנעל גוט אויס, זיין אטעם ווערט אים שווערער און שנעלער, פון מינוט צו מינוט, גענוי פינעף אין דרייסיג מינוט געדויערט דער וועג פונעם ביהמ"ד ביז די פלאץ ווי ער שטייט יעצט, דא אויפן פלאץ פונעם שוידערליכען עקסידענט, ער שרייט ארויס פון די טיפענישן פון זיין נשמה "טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר"! פאר די גרויסע ניסים און חסדים
וואס די האסט מיר געטון. דער גוטע קבלה האט אים יעצט
געראטעוועט פון אזא זיכערן אומגליק, און זכות וואס ער האט נישט אויסגערעדט ביים דאווענען, און טאקע פארשפעטיגט מיט 15 מינוט, און דערנאך, מיט'ן קליינעם אינצעדענט, אזוי אין די ריכטיגע מינוט אויסגעמיטן דעם שרעקליכן טראגעדיע ה"י. יעצט האט ר' דוד זיך נאכמער געשטארקט און מיט מער פלייס און הידור אפגעהיטן
דעם קדושת ביהמ"ד. וישמחו "כי ישתוקו" וינחם אל מחוז
חפצם, יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם.
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

ערב שבת פרשת כי תשא שושן פורים גליון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך וויל דא מיטטיילן דאס פאלגנדע וואס האט מיט מיר פאסירט.
שוין עטליכע יאר וואס איך נעם צוזאמען געלט פאר א חשוב'ער קופת צדקה ביי די מנינים שחרית. א צייט צוריק האט זיך מיר געמאכט א מיחוש און איך האב געליטן יסורים ר"ל. איך בין ארומגעלאפן צו דאקטוירים, אבער די ישועה איז נישט געקומען. איר האט דעמאלט געשריבן א מעשה וועגן א איד וואס האט זיך געמוטשעט מיט געזונט- פראבלעמען און ער איז נתעורר געווארן אז התנא האלקי רבי שמעון בן יוחאי שרייבט דאך אין זוהר הקדוש, אז בשעת מען לייענט די תורה איז עס אזוי ווי מעמד מתן תורה, וואס אלע קראנקע זענען דעמאלט אויסגעהיילט געווארן און דאס אלעס שפילט זיך איבער ביי קריאת התורה, און דער איד
האט דאן געהאט א ישועה. לייענעדיג דאס, האב איך זיך פארגענומען
מהיום והלאה מער נישט ארומצוגיין מאנטאג און דאנערשטאג נאך געלט בשעת'ן לייענען, נאר ערשט נאכ'ן לייענען. און ברוך ה', אלע מיינע ווייטאגן האבן זיך אויפגעהערט אן טון קיין שום
פעולות פאר רפואות. כי אני ה' רופאיך. החותם מתוך הערצה עמוקה על הגליונות המלאים הלכה, חיזוק והשקפה נכונה על דרך התורה
נעתק מהגליון הליכות החיים- בראשות המערכת ותשחח״ל
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

די פאלגענדע מעשה איז געהערט געווארן פון דעם בעל המעשה. און ווערט דא איבערגעדוקט געווארן מיטן רשות פונעם גליון קדושת ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

מר. ווילהעלם, איז א טיפישער יעקישער איד, וועלכער וואוינט אין די אפער איסט-סייד אין מאנהעטן, אין א הערליכען באקוועמען פאלאץ, מיט א שיינעם לוקסוסריעז'ן לימוזין
געפארקט צו-דער-זייט ווי עס פאסט פאר אזא סוקסעפולן ביזנעס מאן ווי ער. ער איז געווען אן איינגעשטעלטער ביי א ריזיגע און רייכע מארטגעדזש ביזנעס, ווי ער האט - דורך זיינע געניטע ביזנעס טאלאנטן - זיך ארויפגעדראפעט ביז צו די העכסטע שטאפלען פונ'ם אפיס, ווערנדיג פאררעכנט אל'ס איינער פון די עקזעקיוטיוון פונ'ם פירמע, מיט א דורכשניטליכע געהאלט פון איבער א מיליאן דאלאר יערליך, און צוגאב צו די פארשידענע טיפס און באנוסעס וועלכע האבן געקענט צוקומען צו נאך אן עקסטערע האלב
מיליאן דאלער א יאר. שבת קודש דאווענט ער אין דעם סינאגאגע וואס
געפינט זיך בשכינות פון זיין הויז, ווי עס דאווענען דארט - פארשטייט זיך - אזעלכע 'מיוחסים' ווי ער, רייכע באנקירן, לויערס, און דאקטורים, וואס זייער געלט שטייט זיי ליידער אויף אביסעלע א העכערע דרגה ווי זייער אידישקייט, במשכ'ן וואך איז דער שוהל געווען פארשפארט אויף שלאס און ריגל, ס'איז נישט אזוי ווייט אז ס'איז נישט געווען ווער עס זאל עפענען דעם שוהל, ווי דער פאקט אז ס'איז פשוט נישטא ווער עס זאל קומען דאווענען דערין. אבער שבת ווען מ'שטעלט צו די סערוויסעס מיט א געשמאקען חזן און א כאר, און א געשמאקען פארברענגען ביים ליינען, איז דער שוהל יא גאנץ אנגעפולט. נישט ח"ו אז די רעדע איז דא פון מחללי שבתות, איבערהויפט נישט, מ'רעדט דא פון 'ארטאדאקסישע' אידן, אבער אזעלכע וואס האבן געהיטן דאס מינימום, שבת, כשרות, א.א.וו. דער רב דארטן איז גראדע יא געווען א חשוב'ע פערזענליכקייט און תלמיד חכם, אבער צופיל אויפצוטוען איז אים נישט געווען שייך. דער פאקט, אז די מעמבערס האבן זיך כאטש געהלטן צו די יסודות פון אידישקייט - וואס איז שוין געווען א געווינס און אן אויפטו - און פארשטייט זיך א גוטע קוועלע פאר פרנסה, דאס איז געווען
וואס האט געהאלטן דעם רב אויף זיין פאזיציע. אלעס האט אנגעהאלטן אזוי גלאטיג ביז... ביז דעם גרויסן קראך פאר א קנאפע פופצן יאר צוריק
ווען אמעריקע איז אריינגעפאלן אין דעם גרויסן רעסעסיע, וואס ווי באקאנט זענען די ערשטע און די מערסטע וואס האבן געליטן דערפון געווען די מארגעדזש קאמפאניס און בענק. דער טיפער בראך האט צום באדויערן נישט איבערגעהיפט מר. ווילהעלמ'ס פירמע, וועלכע האט בלויז זעקס וואכן נאכן קראך געמוזט פארשליסן די טירן און טויערן פון זייערע אפיסעס - וואס האט זיך געפונען אין איינע פון די הויכע אכציג שטאקיגע וואלקנקראצערס אין מאנהעטן - אויף אייביג. איבערלאזנדיג אונטער זיך די הערליכע אויסגעשניצטע ביורא טישלעך איינזאם און פארלאזט, ווארטנדיג אז מ'זאל זיי קומען אויסלייזן אויף ליציטאציע. פאר מר. ווילהעלם איז דאס געווען ווי פארשטענדליך גאר א שטארקער און טרייסל'נדער קלאפ, פון איין מינוט צום צווייטן אראפגעטראסקעט פון א עושר אדיר צו אן ארבעטסלאזער מאן וואס ווייסט נישט פונוואנען מ'וועט האבן צו קויפן ברויט אויף מארגן. מר. ווילהעלם איז געווען זייער ערשיטערט, ער האט פארשטאנען אז ווייטער אויפצוהאלטן זיין שיינעם פאלאץ און טייערן קאר, קאסט א שיינעם סומע חודש'ליך, און אויב וועט ער נישט האבן צו באצאלן, וועט טאקע די באנק האבן זייער אסאך מיטלייד מיט אים, אבער ביז א חודש צוויי וועט ער זיך טרעפן מיט די אלע זאכן ביי א פארקלאדזשער, און פון דעם אלעמען וועט אים פארבלייבן נישט מער ווי א בינטל זכרונות און היסטאריע, און ער און זיין פאמיליע וועלן זיך מוזן אריינזעצן אין א קליינעם לעכל-אפארטמענט ווער ווייסט וואו
אויף דער וועלט. פון גרויס פארצווייפלונג האט ער זיך - ווי
געצוואונגערהייט - גענומען צו צווייפלהאפטע געשעפטן, טרייסטנדיג זיך אז דאס איז בלויז פאר צייטווייליג, ביז ער וועט טרעפן א געהעריגע פרנסה זיך צו שטעלן אויף די פוס, אבער ווי זאגט די וועלט; דאס אפעטיט קומט מיט'ן עסן, און ווער רעדט נאך אז ביי די סארט געשעפטן מאכט מען אסאך געלט גרינגערהייט, אזוי איז ער פארשלעפט
געווארן טיפער און טיפער, ביז... די עף. בי. איי. האט אנגעהויבן צו לייגן אן אויג אויף אים. מר. ווילהעלם האט געשפירט ווי עס ברענט אים אונטער די פוס, ער האט זיך כסדר געוואלט אפשאקלען פון די אלע שווארצע זאכן, אבער זיין חודש'ליכער בודזשעט האט אים ווי צו פארשטיין געגעבן, אז אויב וויל ער ווייטער זיין משה גביר! איז נישטא קיין רעדע - כאטש דערווייל - זיך אפצולאזן דערפון. דער טאג איז אבער געקומען! אזוי ווי ביי יעדעם איינעם, איין שיינעם טאג, מר. ווילהעלם קוקט ארויס פון פענסטער, און עס ווערט אים פינסטער פאר די אויגן. א גאנצע מחנה קארס פון די ריכטיגע, פון וואס ער האט אזוי געציטערט, רינגלען ארום זיין
שיינעם פאלאץ. עס האט נישט לאנג גענומען און מר. ווילהעלם
האט זיך געטראפן זיצן געקייטעלט אויפן באשולדיג'ונגס באנק אנטקעגן איבער דעם ריכטער. ווען זיין הארץ קלאפט ווי מיט טויזנט
האמער'ס. נאכן איינלייגן א גרויסע סומע געלט און
ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל, האט ער זיך גענומען זוכן א גרויסן לויער. דער לויער האט אים אבער - נאכן איבערקוקן די דאקומענטן - אנדייטליך ערקלערט, אז צופיל איז נישטא וואס צוטון אינ'ם קעיס, און אויפן בעסטן פאל טאמער זאל ער אננעמען א פלי-בארגעין, וועט ער באקומען זעקס יאר טורמע אנשטאט די פינף-און-צוואנציג יאר וואס ווארט אים אין פאל ער וועט געפינען ווערן שולדיג, וואס דאס איז כמעט אומפארמיידבאר לויט די דאקומענטן פונ'ם פראסעקיוטער וואס ער האט געהאלטן ביי זיך אין האנט. זעקס יאר טורמע... וואס? ... דער לויער זאגט עס אזוי טרוקן כאילו מ'רעדט דא פון אן אויספלוג קיין פלארידע אויף זעקס וואכן... פון 'השגחה פרטית' האט מר. ווילהעלם נישט צופיל געוואוסט בעפאר יענעם נאכמיטאג וואס ער האט געהערט דעם קלאפ אין טיר ביי זיך אין אפיס. ווערנדיג פאררעכנט - נאך אפציעיל - אלס איינע פון די גרעסטע עשירים אין זיין קאמיוניטי, ווען אין גאס איז נאך גארנישט באקאנט געווען איבער זיין ביטערן לאגע, זענען נאך כסדר ארויפגעקומען צו אים אין ביורא חשוב'ע פערזענליכקייטן פאר פארשידענע צדקה צוועקן. און דאסמאל איז עס געווען א חשוב'ער רב וועלכער האט דאן עוסק געווען אין א הצלת נפשות ענין, דער רב איז געווען באקאנט מיט איינער פון מר. ווילהעלמ'ס פריינד וועלכער האט אים צוגערעדט ארויפצוגיין צו זיין פריינד, זייענדיג באקאנט אלס אן אויסערגעווענליכער ווארימע הארץ, ובפרט ווען עס איז געקומען צו אזעלכע
סארט ענינים. מר. ווילהעלם האט ארויסגענומען א סכום
געלט, איבערגעבנדיג עס פארן רב מיט טרערן אין די אויגן.
ווען דער רב האט באמערקט די גלאנציגע אויגן
האט ער זיך אנגערופן צו אים: "אנטשולדיגט פארן זיך מישן אין אייערע פריוואטע אנגעלעגנהייטן, אבער עס קוקט מיר אויס ווי עפעס שרעקליך גייט פאר מיט אייך, ביטע, ערלויבט מיר אייך צו פרעגן וואס איז דאס וואס דריקט אייך אזוי? אפשר קען
איך אויך מיט עפעס ארויסהעלפן?!" נאך א מינוט צוויי זיך ארומ'טענה'ן האט מר.
ווילהעלם אויסגעפלאצט אין א שוידערליכען געוויין וועלכער האט אפגעהילכט אינ'ם גאנצן צימער, און אזוי וויינענדיג האט ער פארציילט פארן רב די גאנצע פרשה, ארפאמאלנדיג עס מיט אלע שווארצע קאלירן וואס דער לויער האט אים
פאראויסגעזאגט. דער רב איז אריין מיט אים צוביסלעך אין א
שמועס, און זעענדיג ווי ער האלט מיט אידישקייט, האט ער אנגעהויבן פראבירן צוביסלעך אים צוצורעדן זיך צו פארבעסערן אין זיין רוחניות'דיגער מצב, אבער ער האט באלד אנערקענט אז קיין סאך וועט ער דא נישט אויפטוען. זעענדיג דעם מצב, גיט אים דער רב א זאג: "ווייסטו וואס, איך וועל פון דיר נישט פארלאנגען קיין גרויסע זאכן, זאג מיר צו
נאר איין זאך". מר. ווילהעלם הויבט אויף זיינע אויגן ברעמען,
'וואס איז די איינע זאך וואס שטייט ביים רב אקעגן די אלע אידישקייט ענינים וואס ער האט דא פריער דערמאנט'.?
"נו, לאזט מיר הערן" רופט ער זיך אן. "איך וויל דיר נאר בעטן, אז שבת קודש, דאס איינציגסטע טאג פון וואך וואס דו גייסט אין שול, זאלסטו דארטן אין שול נישט ארויסרעדן קיין איין ווארט, פון אנפאנג דאווענען ביז צום סוף. אויב דו וועסט נישט עפענען דיין מויל אין שול, וועט דער פראקוראר נישט קענען עפענען זיין מויל אין
געריכט!" "דאס איז די גאנצע?!" און איר זאגט מיר צו א
ישועה? "איך זאג גארנישט צו, די הייליגע ספרים זאגן צו,
ביסטו מסכים?" "אוקעי!" "אבער געדענקט! דאס איז א קבלה, און דאס
זאל זיין ביי אייך א פעסטער באשלוס וואס איר וועט נישט ברעכן פאר קיין שום פרייז אויף דער וועלט".
ס'איז אריבער געפלויגן די פאר חדשים ביז צום משפט, קיין סאך האט מר. ווילהעלם נישט געהאט וואס צו טון, דער מצב איז געווען ביטער, און דער לויער האט אים דאך שוין פון פאראויס געזאגט אז די שאנסן ארויסצוגיין אינגאנצן א געווינער איז נול, די איינציגסטע פראגע איז נאר צו זעקס יאר
אדער פינף-און- צוואנציג... דער טאג איז אנגעקומען, מר. ווילהעלם זיצט
אין געריכט-הויז, דער שופט מיט די ברילן אויפן שטערן, רופט ארויף דעם פראקוראר אנצוהויבן
מיט די טענות, דער פראקוראר קומט ארויף אויפן עדות-שטעלע און הויבט אן מיט זיינע אלע באשולדיגונגען, אבער ווי וואנדערליך עס הערט זיך, האט מען ווי פון הימל אים אריינגעלייגט א 'רעטעך' אין מויל, ער האט אנגעהויבן רעדן אינגאנצן אן קיין סדר, און ווי א מינוט שפעטער געווארן מער און מער פארלוירן ביז ער האט פשוט אנגעהויבען עקען... און מעקען... נאך א פינעף מינוט האט דער שופט אים געוויזן זיך צו זעצן. דאן האט מר. ווילהעלמ'ס לויער גענומען דאס ווארט, און מיט א געשליפנקייט מסביר געווען די גאנצע לעכערליכקייט פונ'ם קעיס, וואס האט זייער שטארק אויסגענומען ביים שופט. נאך א האלבע שעה הפסקה האט מען געהערט דעם זעץ פונ'ם שופט'ס האמער'ל: "מיר אנערקענען אז מר. ווילהעלם איז אומזיסט
באשולדיגט געווארן, עס איז נישטא קיין שום קראנטע באווייזן אנטקעגן אים, און ער איז ריין פון אלע קלאגעס!"
מר. ווילהעלם האט זיך געציפט צו מאכן זיכער צו ער איז וואך, די ווערטער פונ'ם רב הא בן אים געקלונגען אין די אויערן. "אויב דו וועסט נישט עפענען דיין מויל אין שול, וועט דער פראקוראר
נישט קענען עפענען זיין מויל אין געריכט". ארויסייענדיג האט זיין לויער זיך אנגערופן צו אים: "מר. ווילהעלם, איך ווייס נישט אויב ס'איז דיין מזל אדער א נס פון הימל, און וואוסן זאלסטו אז איך האב אינגאנצן נישט גערעדט וואס איך האב מיך צוגעגרייט, מ'האט מיר פון הימל אריינגעגעבן אין מויל אזוינע רייד וואס איך האב בכלל נישט
געטראכט צו זאגן." "אבער" - האט ער צוגעלייגט - "דו דארפסט
וואוסן אז ס'איז נאך ווייט פון פארטיג, דער פראקוראר וועט עס זיכער אפיעל'ן צום העכערן געריכט, און מיר דארפן זיין גרייט דערצו".
שבת קודש נאכן דאווענען האט מר. ווילהעלם פארציילט זיין גאנצע געשיכטע אין שול, דער עולם האט נישט געקענט גלייבן וואס זיי הערן, עטליכע לויערס האבן זיך אנגערופן צו אים, אז ביז עס גייט נישט אריבער די פאר חדשים וואס דער פראקוראר האט ביז דאן די מעגליכקייט אריינצוגעבן אן אפיעל זענען זיי בכלל נישט זיכער
מיט זיין מופת... אבער ווען עס איז אריבער די פאר חדשים,
און אין קול ואין עונה, האבן אלע געמוזט מודה זיין אז 'אצבע אלקים הוא'. אויף אזוי ווייט, אז עס איז געווארן א גאנצע מהפיכה אין ביהמ"ד איבערן ענין פון נישט רעדן ביים דאווענען, און ביז אפאר וואכן איז דאס ביהמ"ד בכלל שוין נישט געווען צו דערקענען. א מנין שחרית, מנחה, מעריב אינדערוואכן, א שיעור ערב ובוקר, אזוי אז עס איז געווארן א בית המקדש מעט לשם ולתפארת, אלעס אין זכות פון היטן דעם 'מורא מקדש מעט'.
(געהערט פונם רב שליט"א)

פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל נעמו עס אראפ דורך גוגול דרייוו
https://drive.google.com/open?id=0B2aHH ... 42Q2JRVnhV

אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.

א גוט שבת!



צו באקומען נאך חומר בנוגע קדושת התפלה שיקט אן אימעיל צו ומקדשי תיראו [email protected]

פארן גליון קדושת בית המדרש (ערשיינט חודש'ליך) שיקט אן אימעיל צו [email protected]
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

ויקהל פוקדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

גליון נקדשיך
https://drive.google.com/open?id=0B2aHH ... VYb3hYRG5R

גליון קדשות בית המדרש
https://drive.google.com/open?id=0B2aHH ... ROcTQ0djRr

מעשה נורא בקהל תולדות אהרן

פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!

אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.

א גוט שבת!



צו באקומען נאך חומר בנוגע קדושת התפלה שיקט אן אימעיל צו ומקדשי תיראו [email protected]

פארן גליון קדושת בית המדרש (ערשיינט חודש'ליך) שיקט אן אימעיל צו [email protected]
אטעטשמענטס
תולדות אהרן מעשה
תולדות אהרן מעשה
B4D996A0-661D-47FA-BCD2-1DFBCC9EB86E.jpeg (229.26 KiB) געזען 3711 מאל
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

מוראדיגע מעשה
פארגעקומען לעצטענס
נאמען געהיטן אין די רעדאקציע.
אטעטשמענטס
0C7AD2B6-BA58-4F3D-975E-01751E1F67F2.jpeg
0C7AD2B6-BA58-4F3D-975E-01751E1F67F2.jpeg (291.58 KiB) געזען 3678 מאל
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

פרשת צו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

https://drive.google.com/open?id=0B2aHH ... RSUGEtVEc4

פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!

אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.

א גוט שבת!
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

פרשת שמיני- פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

https://drive.google.com/open?id=0B2aHH ... RLSU1KMEVN

פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!

אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.

א חג כשר ושמח

התודה והברכה
להר"ר א.י.א.ק. שליט"א
ששילם כל ההוצאות העתקות הסיפורים נאמנים ומקורים מלה"ק לאידיש
זכות הרבים תלוי בו
ומן השמים יתברך בכל מילי דמיטב ויתמלא כל משאלותיו לטובה ולברכה



צו באקומען נאך חומר בנוגע קדושת התפלה שיקט אן אימעיל צו ומקדשי תיראו [email protected]

פארן גליון קדושת בית המדרש (ערשיינט חודש'ליך) שיקט אן אימעיל צו [email protected]
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

גליון קדשות בית המדרש ער״ח אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

..
ציפור
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2017 5:46 pm

דרך אמונה - גליון עם סיפורים ניסים גלויים ממש בענין מורא מקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפור »

דרך אמונה פרשת אחרי קדושים-בענין מורא מקדש ועניית איש"ר
סיפורי מעשיות עם ניסים גלויים ממש שארעו ממש לאחרונה בענין מורא מקדש ועניית איש"ר מצוה לפרסמו והמזכה את הרבים שכרו הרבה מאוד ואין חטא בא על ידו ,מצורף כאן בלינק
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 1&gil=2362
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”