ערשינען! נייע Guide קביעת עיתים לתורה פראקטיש גערעדט!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יפוצץ סלע
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפוצץ סלע »

יסוד 08:
חק ולא יעבור
40 טעג


עס איז כמעט ווי גאראנטירט. גארנישט וועט פאסירן, נישט מיט די גליונות און נישט ביי קיין שום מאטיוואציע דרשה, אויב דער צוהערער אדער ליינער וועט נישט טון עפעס דראסטיש ווי אמשנעלסטן.

עפ״י רוב וועט די איינציגסטע אפעקטיווע וועג זיך צו טוישן זיין, בלויז דורכ׳ן גלייך אנהייבן צו ארבעטן אויף איין פעולה פונעם גרויסן ציל, א גרינגע קליינע פעולה, אבער מיט א קביעות.
פאר א געוויסע סיבה שטעלט זיך אבער ארויס, אז דוקא די קביעות אויף קלייניגקייטן קומט אן די שווערסטע. נישט ווייל עס איז שווערער, נאר פארקערט, דוקא ווייל [מען מיינט אז] עס איז גרינגער.

באקענט אייך אינעם יעצטיגן גליון מיט דעם מהלך וואס גאראנטירט א גענצליכע טויש בעזה״י.

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20181027&gil=2449
(ארויפגעלייגט אויף לדעת פאר נעקסטע וואך, וירא)
אטעטשמענטס
Screen Shot 2018-10-17 at 10.39.23 AM.png
Screen Shot 2018-10-17 at 10.39.23 AM.png (100.36 KiB) געזען 6713 מאל
יפוצץ סלע
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפוצץ סלע »

אגב, די אימעיל איז נאכנישט ארויסגעשיקט געווארן פאר די סובסברייבערס, צוליב א טעכנישע שוועריקייט, און וועט ארויסגעשיקט ביים ערשטן געלעגנהייט אי״ה.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

Wow finally!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח!! געבענטש זאלסט זיין מיט אלע ברכות! כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו!
יפוצץ סלע
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפוצץ סלע »

יישר כח פאר די יישר כח׳ס.

די לינקס (אונטן פונעם גליון, צו די פריערדיגע גליונות) האבן בטעות נישט געארבעט, איך האב עס נאכאמאל ארויפגעלייגט אויף דעם אויבנדערמאנטן לינק.
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

ייש"כ פאר די פרישע גליון! געוואלדיג שורה נאך שורה.
מיין שטערקסטע ליין אין דעם גליון:
"עס טוט אביסל וויי? וועלקאם צו דעם עולם העשיה! פאר א
סיבה האבן די מלאכים נישט באקומען די תורה."
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

האט דער א שפראך!!! סאט זיך געלוינט צו ווארטן!
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

יאפ צום פאונט, שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

ש'כח
קאנטראל פי
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

קען איינער לייגען אלע גליונות ביז דא אויף דראפבאקס
יפוצץ סלע
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפוצץ סלע »

קענסט נישט עפענען די גוגל דרייוו לינקס, וואס איז דא צום סוף פונעם גליון?
בלעק & ווייט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעק & ווייט »

פשי הא, איך שלונג א יעדעס ווארט...

ווען קומט שוין ארויס די נעקסטע???
פארוואס עסטו נאר אויף די ווייסע זייט?! ראסיסט איינער!!
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

די ציבור ווארט אויף די פרישע גליון, ס'שוין לאנג נישט ארויסגעקומען
דברי תורה צריכים חיזוק
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

יאפ! מען האט זיך דערלעבט עס איז ארויסגעקומען א פרישע גליון
עלמיר ווארטן דער מחבר זאל עס ארויפלייגן
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
יפוצץ סלע
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפוצץ סלע »

גליון קביעת עתים לתורה, גליון י׳, ״שיעורי הקהילות״


(מיר אנטשולדיגן זיך פאר די גרויסע צייט אפשניט פונעם פריערדיגן גליון ביז יעצט)

דער שווערסטער און וויכטיגסטער יסוד פאר א סוקסעספולער קביעת עתים, איז דאס זיך אראפבינדן צו עפעס וואס זאל נישט זיין געוואנדן אין קיין שום גיסטע און מצב. היינטיגע צייטן מיינט דאס: שיעורי הקהילות ״מיט בחינות״.

סיסטעם? קהילה? לוח? בחינות? געלט?

נישט איך!

תיכף ווען מען וועט נאר קלערן פון אזא זאך, וועט מען האבן צו הערן פון אייגענע דמיונות און קאמענטארן פון אנדערע. דער יצר הרע וועט זיין אזוי שטארק, טאקע ווייל דאס איז די מכה בפטיש וואס וועט אריינלייגן די לימוד התורה אין די שטערקסטע קביעות.

לאמיר זיך באקענען מיט ר׳ דן דער מיליאנער, ר׳ נטע פונעם מצה בעקעריי און ר׳ יקותיאל ביים בר מצוה. הערן צו די אלע דמיונות, פניות און בושות, זענען בכלל אין פלאץ.


איר קענט עס דאונלאודען דא

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20190609&gil=2449

(ביים לעצטן דף פונעם גליון איז אייביג דא לינקס צו קענען דאונלאודען אלע גליונות פון ביז יעצט).
ביטע שיקט עס פאר אייערע חברים וואס איר קלערט אז זיי קענען הנאה האבן דערפון, און איר וועט האבן א חלק אין זייער לימוד התורה...

הצלחה מרובה. כי הם חיינו.

י.ב. שאלאמאן
אטעטשמענטס
Screen Shot 2019-06-02 at 4.44.53 PM.png
Screen Shot 2019-06-02 at 4.44.53 PM.png (313.7 KiB) געזען 5436 מאל
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

יפוצץ סלע האט געשריבן:קענסט נישט עפענען די גוגל דרייוו לינקס, וואס איז דא צום סוף פונעם גליון?

ניין
יפוצץ סלע
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפוצץ סלע »

נעכטן איז געווען פראבלעמען מיט גוגל דרייוו. עס ארבעט שוין פיין.

די נייע גליון איז אויף לדעת
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20190609&gil=2449
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

גוטע אינהאלט, א דאנק.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
שתקן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתקן »

שכרכם הרבה מאוד ! כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

Jobless האט געשריבן:אויף איינעם האט עס זיכער אויפגעטין. מיר האבן זיך געזעצט לערנען


האלט נאך אן ?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
תמיד בשמחה
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:33 pm

לכבוד הרב יפוצץ סלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמיד בשמחה »

איך וויל אייך פערזעליך באדאנקן איך האב ארויסגעפרינט און געליינט אייערע גיליונות פאריגע שבועות, איך האב מיר געזעזצט לערנען און איך האב ב״ה מסיים געווען מסכת ראש השנה יומא סוכה און איך האלט יעצט אימיטן מסכת שבת, איך לערן א יעדן טאג פון די וואך א פרישע בלאט און איך חזר די נעכטיגע.
שכרך הרבה מאוד
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די גליונות זענען ממש אן אוצר!

איך האב זיי לעצטנס אנדעקט, און איך פרינט ארויס איינס א וואך. איך באלעק זיך די פינגער, און עס האט מיר אסאך ארויסגעהאלפן אין מיין קביעות עתים.

א ריזיגע שכח. שכרך הרבה מאוד.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערשינען! נייע Guide קביעת עיתים לתורה פראקטיש גערעדט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

די גליון מיטן נאמען "יעצט" איז שוין ארויס געקומען ?
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערשינען! נייע Guide קביעת עיתים לתורה פראקטיש גערעדט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

סקומט נאך ארויס ?
יפוצץ סלע
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:56 pm

Re: ערשינען! נייע Guide קביעת עיתים לתורה פראקטיש גערעדט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפוצץ סלע »

לרבים השואלים: די גליונות קומען מער נישט ארויס, און וועט זיין צו באקומען אלס א דבר השלם אין די קומענדיגע פאר וואכן אין די געשעפטן אי״ה.


Ki1.jpeg
Ki1.jpeg (145.5 KiB) געזען 3298 מאל

KI2.jpeg
KI2.jpeg (165.54 KiB) געזען 3298 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”