סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 08, 2019 12:19 pm

טעם וריח האט געשריבן:כבין נאכנישט אנגעקומען צו הערן דעם שיעור דעי וואך.

אבער פאריגע וואך דערמאנט ער גאלאנטא רב זצ"ל רבי ישוע בוקסבוים הי"ד, ער זאגט אז ער האט געהאט שווייצע בירגער סערטיפיקאטן צו קענען פארלאזן דאס לאנד קיין שווייץ באצייטענס און זיך ראטעווען פון גיהנום. אבער דער לאקאלע חברה-מאן (דענק נישט זיין פאזיציע און נאמען) האט געפסל'ט די סערטיפיקאטן זאגענדיג אז דאס איז נישט געגעבן געווארן לעגאל.

איז דעי מעשה נישט בניגוד צו די מעשה מפורסם אז דער רב האט נישט געוואלט פארלאזן עדת צאן מרעיתו בשעת חירום? און האט דוקא געוואלט מיטגיין מיט זיין קהילה קיין אוישוויץ?


איך האב אויך געקלערט וועגן די מעשה המפורסמת אז לא יעזוב רועה את צאן מרעיתו, אז דאס איז אין קעגנזאץ פון דאס וואס רבי שאול דערציילט.

ער זאגט אז ער האט געהאט אן על סעלוואדאריען (און כדרכו שטרייכט ער אונטער משנה צו זיין די נאמען ע"ש עבו"ז... פון סאלוואדאר צו סעלוואדאר) וויזע פון דער אמבאסאדאר אין גענעווע.

זעה דא https://en.wikipedia.org/wiki/Jos%C3%A9 ... _Contreras
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

פארשיקט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

תגובהדורך פארשיקט » מאנטאג יולי 08, 2019 12:54 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
פארשיקט האט געשריבן:איז דע וואך שרעקעדיג!!

נושא?

עס איז וועגן טראגעדיעס, אבער פארט אריין אין שלאגן פון די אלטע מלמדים, און וואס א מלמד האט אים געזאגט וואס ער האט געטראגט בשעת'ן שלאגן.
ער האט מיר נישט געלאזט אזוי שנעל איינשלאפן.

-----
לשבחו פון ר' שאול מוז מען זאגן אז ווען ער רעדט פון זייער שלאגן, רייסט ער זיי נישט אראפ נאר ער ברענגט ארויס וויפיל זיי האבן אלס צוזאם געליטן.
האלא, ביסט נארמאל?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יולי 08, 2019 1:34 pm

די מעשה מיטן מעסער? ער האט עס שוין ערווענט אמאל ביי א שמועס.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

שמייחל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:41 am

חצי שיעור פ' בלק

תגובהדורך שמייחל » מאנטאג יולי 15, 2019 8:02 am

ס'האט מיר זייער באנומען דעם בריוו וואס ר' שאול האט אויפגעליינט די וואך, פון דער וואס שטעלט זיך פאר אלס איינער וואס גייט נעבעך דורך דעם כוס התרעלה

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:08 pm

דער לעגענדארער טברסקי'לע איז לכאורה דער יונגסטער ילד הפלא אין היסטאריע...

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:31 pm

ר' שאול רעדט ארום איבער די קעיס די וואך,
https://www.gofundme.com/cper2x-save-yoel-and-yael


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט